קערעסטיר ג' אייר - נייעס און בולעטין

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

רעסטאראנט האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:נעכטן איז שוין געווען א צוזאמפאר אין ק"י ביה"ח ביי אן אייניקל פון ר' שייעלע


מ'האמיר נאך אין וויליאמסבורג ב"ה חי וקים א רעכטע אייניקל (בן בתו) פון ר' ישעי'לע זי"ע יבלח"ט הרב (ישעי' ...? ) לאנדא שליט"א.

זענען נאך פארהאן מיט אונז נאך רעכטע אייניקלעך פון ר' ישעי'לע?


די לעצטע געבליבענע אייניקעל


איך מיין עס איז יא דא נאך איין אייניקל אין א"י גראס ר' משה גראס ברידער דער קראלע רב זוהן
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

איך מיין אז מען קען אראפנעמען "תשע"ח" פונעם קעפל.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שים שלום האט געשריבן:ובדרך אגב אויב קענט איר חשבון איז אין קערעסטיר אליינס איז געווען אפשר 4000 אידן

איך בין געווען אין באדראג-קערעסטיר צווישן 8 אין 2 ביינאכט
לויט מיין חשבון איז געווען במשך דעם מעת לעת א גוטע 25 טויזנט אידן כ"י
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

וואסא חילוק וויפיל יודן סזענען געווען? דער עיקר יעדער זאל זיך האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס,
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

Haklal האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:נעכטן איז שוין געווען א צוזאמפאר אין ק"י ביה"ח ביי אן אייניקל פון ר' שייעלע


מ'האמיר נאך אין וויליאמסבורג ב"ה חי וקים א רעכטע אייניקל (בן בתו) פון ר' ישעי'לע זי"ע יבלח"ט הרב (ישעי' ...? ) לאנדא שליט"א.

זענען נאך פארהאן מיט אונז נאך רעכטע אייניקלעך פון ר' ישעי'לע?


די לעצטע געבליבענע אייניקעל


איך מיין עס איז יא דא נאך איין אייניקל אין א"י גראס ר' משה גראס ברידער דער קראלע רב זוהן


בצאלאל שמו אבער ער לעבט שוין נישט
אגב ביי זיין ברית איז געוועהן די באקאנטע מעשה פון רבין זי"ע מ'סאטמאר מיט די ברוינפען ביי די סעודת ברית... ווי די הייליגע רבי ר' ישעי'לע האט אים מכבד געוועהן מיט א קליינע פלעשעל צו משפיע זיין פאר די גאנצע עולם... און ר' ישעי'לע האט געזעהן אז די רבי וואונדערט זיך האט ער צירוקגענומען די פלעשעל און געטיילט און געטיילט ביז נאך היינט זענען אונז מקבל פון די צנצאנת המן! און די רבי האט עס איבערפארציילט איבער'ן לעבען אז ער אליין האט עס געזעהן מיט די אייגענע אויגען!

די איינציגסטע רעכטע אייניקעל איז הרה"ח ר' ישעי' שלום לאנדא שליט"א א זוהן פון רעביצען רחל'ע ע"ה (הרבנית מ'עדעלין) בת רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

יעקב99 האט געשריבן:איך וויס נישט אויב דאס געהערט דא, אדער אין אן אנדערן פלאץ,
עכ"פ כ'האב דאס באקומען אין אימעייל.

--
מדהים - חובה לשתף: הסגולה הבדוקה והמנוסה לפרנסה בשפע באופן מיידי - פתיחת המזל - ושמירה עליונה

שלום רב!

אני חייב לשתף אתכם בסגולה מדהימה - פשוט בדוקה ומנוסה - היוצרת מהפך של ממש באופן מידי. פשוט לא יאמן.

זה יכול לעזור לכם אם אתם נצרכים לאחד משלושה הדברים. 1. פרנסה בשפע / עשירות. 2. שמירה והגנה ו/או בטחון מחרדות. 3. פתיחת המזל באופן נרחב ויסודי.

על כל אחד משלושת הדברים הללו ישנה קמיע קדושה, מסוגלת ומקובלת ביותר, אשר יסודה בהררי קודש הגאון האלוקי הקדוש מרנא רבי ישעי' מקרעסטיר זכותו תגן עלינו אמן, הוא היה גאון וקדוש, ואת הקמיע הזאת הוא מסר לכל אשר נזקק לישועה.

שימו לב! כל מי שקיבל זאת לפני השואה, והקמיע נשארה עמו בזמן המלחמה שרד את כל אימות השואה, ונותר בריא ושלם! זה אכן לא ייאמן אבל ישנם כמה מהם שעדיין חיים איתנו לאוי"ט, אפשר לפגוש אותם גם בארה"ק וגם בארה"ב (אחד מהם הוא הרב ישעי' זיידנפלד שליט"א, תושב בית וגן בירושלים, והוא ממש לא היחיד).

סיפור נודע נוסף היה עם בעל מכבסה בארה"ב שסבל רדיפות איומות מנכרי רשע שרדף אותו להכעיס רבות בשנים, ופתח מכבסה נוספת מולו, ואף רדף אותו בכל כוחו, אותו יהודי תלה 4 קמיעות - בארבעה קירות חנותו, והנה בתוך ימים ספורים שלח אותו גוי רודף כמה נערים לשרוף את חנותו של היהודי - אחר משהתקרבו לחנותו של היהודי תפס אותם בלבול נורא - וניגשו ושרפו את החנות ממול - של הגוי.

כן. זה קורה ממש בימינו. כנראה יש לך זכות מיוחדת שההזדמנות הזאת הגיעה אליך עכשיו. כנראה משמיים רוצים לפתוח לך מלוא חופניים של שפע ושמירה עליונה והגנה שמיימית. הקמיע הזאת הנכתבת בכוונות קודש נוראיים ובסילודין בידי גאון וקדוש - ניתנת להישג ידכם. לא מומלץ לפספס. אגב, יצוין כי ניתן לרכוש את הקמיע מכספי מעשרות - אודות וההכנסות קודש לצדקה. חבל לפספס הזדמנות היסטורית, שלא ידוע אם תחזור. שריינו לעצמכם קמיע עכשיו!

תוכלו לעיין בפרוספקט המצורף. אך אל תשכחו - השעון מתקתק. וכדאי לוודא שקמיע השפע והשמירה בדרך אליכם.

הקב"ה ישפיע לכם שפע רב ממעון הברכות הצלחה גדולה, שמירה עליונה, ורב טוב.
הקמיע הקדוש של רבי ישעיה מקרעסטיר זיע''א.jpg
הקמיע הקדוש של רבי ישעיה מקרעסטיר זיע''א.jpg (720.12 KiB) געזען 5054 מאל



לויט דע פיקטשער, זייער טעלעפאן נאמבער איז: 972-5832-97785
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

פאטאקי08 האט געשריבן:
שים שלום האט געשריבן:ובדרך אגב אויב קענט איר חשבון איז אין קערעסטיר אליינס איז געווען אפשר 4000 אידן

איך בין געווען אין באדראג-קערעסטיר צווישן 8 אין 2 ביינאכט
לויט מיין חשבון איז געווען במשך דעם מעת לעת א גוטע 25 טויזנט אידן כ"י

רב ''שים שלום'', לויט דיר זענען געווען ביי די כינוס כלל ישראל 400 מענטשן. ניין?? דאס איז שוין איבערגעשאצט, 50 מיין איך...
לחיים לחיים לחיים
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 12:55 pm

נאטיצן אפגעשריבן זייענדיג און קערעסטיר ג' אייר דהאי שעתא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים לחיים לחיים »

נסיעה ג' אייר תשע"ט

מיט גרויס התרגשות איז דער עולם ארויס געפארן מאנטאג נאכמיטאג אויפן וועג צום עיר קערעסטיר - אונגארן מקום מגורי פונעם צדיק מפורסם הרה""ק ר' ישעי' מ'קערעסטיר זיעועכי"א ושם מנו"כ, וואס ווי באקאנט איז דער ציון הק' א ארט ווי פילע אידן פון אלע עקן וועלט קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ אין פועל'ן ישועות ורפואות למעלה מדרך הטבע, בפרט ביום היארצייט ג' אייר וואס דאן קומען צופארן שווערע טויזענטער אידן פון איבער די גארער וועלט זיך אויסבעטן כל מיני ישועות ורפואות, די נסיעה וואס איז אראנזשירט געווארן דורך א חשובער אינגערמאן וואס צייכענט זיך אויס און אויסשטעלן נסיעות מיט א מייסטערהאפטיגע פינקלעכקייט איז צוטיילט געווארן און צוויי באזונדערע גרופעס, די ערשטע גרופע אינגעלייט זענען ארויסגעפארן ארום 6 אזייגער נאכמיטאג, די צווייטע גרופע איז ארויס געפארן אביסל שפעטער געבענדיג די געלעגענהייט פאר די אידן וואס ארבעטן שווער על המחי' ועל הכלכלה זיך אויך קענען משתתף זיין און די נסיעה, די צווייטע גרופע איז ארויס געפארן ארום 10 אזייגער ביינאכט פון Newark, די ביידע גרופעס האבן זיך צוזאמגאשטעלט די קומענדיגע נאכמיטאג, דינסטאג נאכמיטאג און פרעשבארג ביים ציון פון הייליגן חת"ס, נאכן מתפלל זיין ביים ציון הק' פון הייליגן חת"ס האמיר ממשיך געווען אריבער די גרעניץ צום הויפט שטאט בודאפעסט ווי מ'האט מתפלל געווען ביים ציון פון הרה"ק ר' שמעון אפענהיים זי"ע וואס איז נטמן אינעם ארטיגען ביה"ח הישן, דערנאך האט מען געדאווענט מנחה מיט מנין אינעם פארקינג לאט, נאך מנחה האט מען ממשיך געווען מיטן וועג קיין קערעסטיר וואס צוליב די שפעטע שעה איז מען געפארן גלייך קיין קערעסטיר נישט זיך אפשטעלענדיג אויף קיין מקומות הקדושים אינדערמיט, ארום 10:15 האט זיך ענדליך אנגעזען די גאסן פון עיר קערעסטיר ווירלבענדיג מיט הונדערטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, פון ארום די וועלט, יעדע עטליכע מינוט קומען אן פרישע באסעס פון ווי ס'שטראמען ארויס הונדערטער אידן וואס קומען מתפלל זיין על ציון הק', ווי אויך ביים הויז פון האי צדיק וקדוש מ'קערעסטיר זי"ע פיבערט מיט הונדערטער טויזענטער אידן פון אומעטום, ווי ס'שטעלן זיך מנינים מעריב איינס נאכן צווייטן בקודש פנימה אינעם הייליגן קוויטל שטוב דאס פלאץ ווי הונדערטער טויזענטער אידן זענען זיך געקומען אויסגיסן דאס הארץ בחייו פונעם גרויסען צדיק און זעצט יעצט ווייטער פאר בשעת אידן זענען מתפלל און גיסן זיך אויס דאס הארץ צום בורא כל עולמים בזכותו של אותו צדיק, אינדרויסען ווירבעלט מיט אידן וואס כאפן א טעימה אדער א לחיים וואס איז צוגעשטעלט דורך די חשובע אייניקלעך פונעם בעל הילולא וואס זענען ממשיך דרכו פונעם הייליגען זיידן מיטן געבן עסן פאר אידן אינטערוועגנס וואס ווי באקאנט האט הרה"ק מ'קערעסטיר זי"ע געזאגט אז ער מכניס אורח אורחים, בורחים, און דורכים, אורחים דאס זענען אידן אינטערוועגנס און האבן נישט ווי צו עסן און דאס איז גענוי וואס די חשובע אייניקלעך זענען עוסק זייענדיג דאס מקום ווי אידן שטעלן זיך אפ ביים ארום רייזן צו די קברי צדיקים און אייראפע און ווערן אויפגענומען בסבר פנים יפות אגאנץ יאר ספעציעל און די טעג ארום די יארצייט ווען טויזענטער אידן דרייען זיך דורך די שטעטל און דערכאפן זיך דאס הארץ מיט ווארעמע מאלצייטן וואס צוגעשטעלט אויף א באשיידענעם אופן דורך די חשובע אייניקלעך.

צום אלעם ערשט איז דער עולם געגאנגען דאווענען מעריב בבית הרה'ק ר' ישעי'לע זי"ע ווי די טויזענטער געסט ווערן אויפגענומען בסבר פנים יפות דורך די אייניקלעך פונעם בעל הילולא זי"ע, די חצר ווירבעלט מיט טויזענטער געסט, מנינים שטעלן זיך איינס נאך דאס צווייטע אונעם קוויטל שטוב ווי אויך און די אנדערע צימערן אינעם הייליגן הויז ווי הונדערטער אידן גיסן זיך אויס דאס הארץ צום בורא כל עולמים, תיכף נאך תפילת ערבית איז דער עולם צוגעגאנגען צום צענטראלע סעודת הילולא וואס צוליב די טויזענטער געסט וואס זענען ערווארטערט איז דאס יאר די סעודה פלאצירט געווארן אין א ספעציעל גרויסע שאטער די אנדערע זייט גאס פונעם הייליגן הויז ווי ס'איז סערווירט געווארן א רייכע סעודה לכבוד היום ווען דער אויבן באשיינט נכדי בעל הילולא הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, מ'האט געהערט דרשות ודברים זכרון ווען צווישען אנדערע האט אויפגעטרעטן הרב מאדווארי שליט'א, נכד בעל הילולא זי"ע וואס האט ארויס געברענגט במתק לשונו וואס די זיידע הרה"ק ר' ישעי'לע איז געווען און ווי אזוי ער האט מיט זיין עבודה פון געבן צועסן פאר הונגעריגע אידן זיי מקרב געווען לאבינו שבשמים, דערנאך האט מען געהערט שיינע סיפורים דורך חשובע בעלי מספרים נכדי בעל הילולא זי"ע, נאך בהמ"ז איז מען צוגעפארן צום שוין פריער רעזעווירטן האטעל אונעם שטוב פון א לאקאלער דארפסמאן אונעם דערנעבעדיגער דערפעל ווי דער עולם האט זיך מסדר געווען מיט די שטובער און געקומען צו זיך פונעם אויסמוטשענדער וועג, ווען אינדערצווישן האבן זיך אנגעזען נאך געסט אנקומען צום האטעל, נאכ'ן פארברענגן מיט סיפורים פונעם בעל הילולא א לענגערע צייט איז דער עולם געגאנגען לייגן נישט פאר'ן איינשטעלן א וועקער זייגער אויפצושטיין אויפ'ן באשטומען זמן 7:30 צו קענען אנהייבן דעם גרויסען טאג בעוד מועד און פועל'ן אלעס גוטס.


יום ד' יום היארצייט
קערעסטיר

די זייגערס האבן זיך צוקלינגען אויפוועקענדיג דעם עולם צום אונגערישער דארפישער פרימארגן, אבער.... אביסעלע שפעטער ווי געראכטן, געווען איז אין פלאן אנצוהייבן דעם טאג פריער אבער דער אויבערשטער'ס פלאן איז אנדערש געווען, און מ'האט זיך דערוועקט אביסעלע שפעטער אבער דער עולם האט זיך שטארק מזרז געווען און ביז עטליכע מינוט איז מען געווען און קאר אויפ'ן וועג קיין עיר הקודש קערעסטיר.
אנקומענדיג קיין קערעסטיר ארום 9:00 אזייגער צום הויפט גאס ווי ס'געפינט זיך ביתו נאוה קודש דאס הייליג הויז פון הרה"ק מ'קערעסטיר זי"ע האט זיך שוין ווידער אנגעזען הונדערטער קארס און באסעס וואס ברענגן און טראגן דעם עולם צום שטאט צו קענען ארויפגיין צום ציון הק', ווי אויך זעהט זיך אן פילע ספעציעלע טרעקלעך די 'שאטעלס' וואס פירן דעם עולם ארויף און אראפ פון ציון יעדע עטליכע מינוט וואס ווערן צווישען פילע אנדערע סערוויסעס צוגעשטעלט לטובת הציבור דורך די חשובע משפחת רובין נכדי רבינו זי"ע, די חצר ביים הויז פון ר' ישעי'לע ווירבעלט מיט הונדערטער טויזענטער אידן, צענדליגער מניני שחרית אין אלע צימערן בביתו נאוה קודש, אונעם אונטערשטען חלק פונעם חצר איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסער שאטער צו קענען אקמאדירען דעם ריזן ציבור אורחים וואס קומען קיין קערעסטיר ווי אויך ווערט סערווירט א ברייטן סעודת פת שחרית אזוי אז קיינער גייט קיין הונגעריגער נישט ארויס, נאכן אויסשטייגן פונעם קאר איז דער עולם געגאנגען זיך טובל'ן אונעם העליכער מקוה בעיר קערעסטיר נתנדב לע"נ הרה"ק מריבנוץ זי"ע, נישט פארן באצאלן גאנצע פינף טאללער פאר א האלב געוואשענע האנטוך... נאכן מוסיף זיין טהרה ע"י טבילה המקווה איז זיך דער עולם צוגאגאנגען, דער איז תיכף ארויף צום ציון הק' בשעת דער צווייטער גייט כאפן א בלאט גמרא און אן אנדערער איז געגאנגען דאווענען שחרית, עכ"פ יעדער מיט זיין עבודה האט פארברענגט די קומענדיגע 5 שעה מיט עבודת השם, תורה, תפילה ועלי' לציון הק',

די שפראך איז צו ארעם, די טינט צו ווייניג צו שילדערן מיט ווערטער די געפילן וואס מ'האט געהאט ווען נאכן גרויסן טילטול הדרך פארענדיג לאנגע שעות איז מען ענדליך אנגעקומען צום ציל פון די איצטיגע רייזע צו קענען זיין ביומא דהילולא על ציון הק' פון דעם איש קדוש, מופת הדור ועמוד החסד הרה"ק ר'ישעי' בן ר' משה מ'קערעסטיר זי"ע ווי ס'שטייט אויף די מציבה "שומר הברית והחסד" פון וואס מ'קען מיר אביסל פארשטיין די קדושה ועבודה פון האי צדיק וקדוש הרה"ק ר' ישעי' בן ר' משה זיעועכי"א, דער איבערגעבויטער אוהל וואס נעמט אריין א עזרת נשים ווי אויך א ספעציעלער גרויסער כהנים שטיבל איז פול געפאקט מקצה אל הקצה מיט טויזענטער אידן וואס זענען געקומען אפלאדענען זייער שווערער פארביטערטער פעקל, טויזענטער אידן זאגן פסוקי תהילים מיט בכיות והשתפכות הנפש, יעדע עטליכע מינוט הערט זיך דער ותן לכל איש ואיש וכו' נאכפאלגענדיג מיט י"ג מידות של רחמים און קדיש, נאנט צום ציון הק' שלענגלט זיך א לאנגער שורה ווען יעדער וויל צוקומען צום ציון, די איבערגעגעבענע עסקנים מאכן סדר זיכער מאכענדיג אז יעדער זאל קענען צוקומען און קענען אראפלייגן א קוויטל וכדו', אין ס'זאל חלילה נישט קומען צו קיין סכנה, דער אוהל הק' ווערט פולער און פולער פון מינוט צו מינוט מיט די אנקום פון צענדליגער טויזענטער אידן פון איבעראל, די התעוררת און די תהילים זאגן שפאלטען הימלען און די צענדליגער טויזענטער אידן האבן זעכער ג'פועלט אלעס גוטס בזכותו של אותו צדיק.
זיעועכי"א.

גאנצע פינף שעה נאכן אפשטייגן און קערעסטיר און דארט עוסק זיין בתורה לתפילה און זיין אין א העכערע כולו רוחנית'דיגער אטמאספערע איז דער עולם בלית ברירה צוריקגעקומען צום עולם הגשמי אבער פארשטייט זיך אויף אסאך אן העכערע פארנעם נאכן זיך אויסוויינען ביים תהלים'ל במקום קדוש וואס האט אוודאי דערהויבן יעדן אייינעם, דער עולם האט זיך געוואשען נטילת ידים אונעם גרויסען שאטער בחצר רבינו ווי א גרויסער סעודת פת שחרית איז צוגעשטעלט געווארן דורך די חשובע נכדי רבינו, סערווירענדיג מ'כל טוב וטוב לעשות כרצון איש ואיש, נאכן גרויסארטיגן פת שחרית און בהמ"ז האט זיך דער עולם ענדליך גרייט געמאכט צו פארן ווייטער צו דערנעבענדיגע מקומות הק' ווי מ'וועט אוודאי ווייטער פועל'ן אלעס גוטס בזכותם של כל הצדיקים זכותם הגדול יגן עלינו, שווער האט מען זיך געקענט געזעגענען פונעם עיר הק' קערעסטיר נאכן וויילען דארט און א גאר העכערע אטמאספערע, און הערשט און א גאר שפעטע שעה ארום 2:30 ארטיגע זייגער האט זיך ענדליך די שיירא ארויס געלאזט ווייטער און וועג אריין מיט ציל צו גיין אויף ליסקא דערנאך קיין אוהעל מיטן ציל נאך צו דערגרייכן עיר הקודש צאנז בעוד יום צו קענען זאגן פסוקי תהילים ביי דעם מקום קדוש און פועל'ן אלעס גוטס

ליסקא

נאך ארום צען מינוט פארן האט זיך שוין אנגעזען טעוועלך אנווייזענדיג אז מ'איז אויפ'ן ריכטיגען וועג און ביז אפאר מינוט קומט מען אן צום ציון הק' פונעם הייליגען רבי פון ר' ישעי'לע הרה"ק ר' צבי הירש מ'ליסקא זי"ע וואס כידוע איז הרה"ק ר' ישעי'לע ביי אים נתגדל געווארן נאכן נתייתם ווערן מאביו ביי די 11 יאר און שפעטער משמש געווען די הייליגער ליסקא רב פאר לאנגע יארן ביז די פטירה פון זיין רבי'ן שנת תרל"ד וואס הערשט דאן איז ר' ישעי'לע געפארן קיין קערעסטיר און אנגעהויבען זיך פירן באדמורו"ת, און אפי' שפעטער ווען זיין רבי איז שוין געווען בגנזי מרומים פלעגא ר' ישעי'לע פארן יעדעס ערב ראש חודש צום ציון קיין ליסקא און דארט מתפלל זיין און אראפלייגען אלע קוויטלעך וואס מ'האט געברענגט פאר אים דורכאויס דעם פארגאנגענעם חודש, און ווי אויך איז באקאנט אז שוין דארט און ליסקא בעת'ן משמש זיין דעם הייליגן ליסקא רב האט ר' ישעי'לע שוין געפראוועט מופתים טיילעדיג בילקעס שבת ביי שלש"ס און ס'אלץ געווען גענוג נישט קיין נפק"מ ווי גרויס דער עולם און וויפיל בילקעס ס'איז געווען צוגעגרייט פון פאראויס, ווי הרה"ק מליסקא האט געזאגט, "אז מיין ישעי' וועט טיילן וועט זיין גענוג פאר יעדן" , אויך איז ידיעה אז רבינו הק' זי"ע פלעגט יעדעס יאר ימים נוראים ביי די דרשות דערמאנען א ווארט פון הייליגען אך פרי תבואה זייענדיג מעורר רחמים מיטן נאכזאגן א ווארט פון הייליגן ליסקער רב זי"ע, איז יעצט זייענדיג בלויז עטליכע קילאמעטער אוועק פונעם הייליגן ציון הק' האט זיך שוין געשפירט אן התרגשות דקדושה האבענדיג די זכי' צו זיין תיכף נאכ'ן מתפלל זיין ביי ר' ישעי'לע ביי זיין רבי און ליסקא, אנקומענדיג צום ציון הק' האט זיך שוין אנגעזען נאך עטליכע קארס און באסעס פיריענדיג עטליכע חבורות צום ציון הק' און דער עולם איז אויסגעשטיגן מיט א זריזות אריין און אוהל און געזאגט פסוקי תהילים, אן עקסטרע זכי' האמיר געהאט אז מ'האט געהאט מנין און ס'איז געווען ביכולות צו זאגן דעם יהי רצון מיט די י"ג מדות של רחמים מיט מנין וואס האט זיכער מעלה געוען אלע תפילות וואס מ'האט מתפלל געווען ביז אהער.
זיעועכ"א


אוהעל

גרויס התרגשות האט געהערשט ביים עולם ווען מ'האט מודיע געווען אז מ'פארט קיין אוהעל פוקד זיין על ציון קדשו פונעם הייליגען ישמח משה זי"ע, זייענדיג תלמידי רביה"ק זי"ע שפירט זיך פאר אן עקסטערע זכי' צו זיין ביים ציון פונעם הייליגן זיידן פונעם רבי'ן און ראש השלשלת דקדושה פון די הייליגע סיגוט'ער גזע, ס'שפירט זיך ווי מיר האבן עפעס א ספעציעלער שייכות אהין און מיר זענען בטוח אז זייענדיג תלמידים פונעם רבי'ן ולמעלה בקודש ביזן הייליגן ישמח משה וועלן מיר האבן א אוזן קשבת ביים הייליגן ציון און מ'וועט אוודאי פועל'ן אלעס גוטס.
אנקומענדיג קיין אוהעל ארום צוואנציג מינוט שפעטער איז דער עולם צו ערשט אריין אונעם הערליכ'ען בנין הכנסת אורחים נאנט צום ציון הק' ווי ס'איז צוגעשטעלט אכלי' ושתי' אויף א ברייטן פארנעם ווי אויך געפינט זיך אינעם בנין א ווארעמע מקווה לטובת הציבור, דער עולם האט זיך דערכאפט דאס הארץ און דערנאך מיט א ציטער אריין אונעם הייליגען אוהל הק' ווי ס'געפינט זיך דער ציון פונעם הייליגען ישמח משה והרבנית, ווי אויך געפינט זיך אונעם אוהל דער ציון פון הרה"ק ר' סענדער מ'קאמארנא זי"ע בן הרה"ק ר' אייזיק מ'קאמארנא וואס האט סוף ימיו געוואוינט און אונגארן און נטמן געווארן אויפ'ן ביה"ח הישן און אוהעל הארט נעבן דאס מקום ווי ס'איז קנאפע צוויי יאר דערויף נטמן געווארן דער הייליגער ישמח משה און שפעטער איז געבויעט געווארן אן אוהל פאר ביידע צדיקים צוזאמען, צום אלעם ערשט האט דער עולם עזאגט די הייליגע תפילה פונעם ישמח משה וואס איז ספעציעל געאייגענט ווען מ'קומט צו א קבר פון א צדיק, דערנאך האט מען ווייטער מתפלל געווען אויפ'ן הייליגען ציון מיט מזמורי תהלים ובתפלה ותחנונים און געלייגט קוויטלעך אןיפ' ציון פונעם ישמח משה ווי אויך ביים ציון פון הרה"ק מקאמארנא זי"ע און מ'איז ארויס פון מיטן געפיל פון דערלייכטערונג שפיערענדיג אז מ'האט געפועל'ט ישועות ורפואות.
זייענדיג און אוהעל איז דער עולם אויך צוגעגאנגען צו די מאמע פון הרה"ק מליסקא זי"ע "שרה די בעקערין" ווי מ'האט איר גערופן, וואס איז געווען א גרויסע צדיקת און אראפ געברענגט אזא גרויסע נשמה ווי הרה"ק מליסקא וואס איז אגב געבוירען געווארן דורך א ברכה פון הרה"ק ר' סענדער מ'קאמארנא וואס זי שרה די בעקערין איז זייענדיג א יתומה געווען א משרתת ביי הרה"ק מקאמארנא און שטוב און הרה"ק מקאמארנא האט איר אנגעוואנטשען אראפ צו ברענגן די גרויסע נשמה, איז איצט קומענדיג פון ציון פון איר הייליגען זון און פון הרה"ק מקאמארנא איז נישט מען ווי פאסיג צוצוגיין און צינדען א ליכט און זאגן אפאר קאפיטלעך תהילים און פועל'ן אלעס גוטס.


צאנז

מיט א חדרת קודש האט זיך דער עולם אריינגעזעצט און קאר וויסענדיג אז מ'פארט איצט א קנאפע דריי שעה'דיגע נסיעה צום עיר הק' צאנז וואס ווי צדיקים האבן געזאגט אז מ'זאל שרייבן צאנז מיט א 'צ' ווייל דארט וואוינט דער צדיק הדור, א ציטער כאפט יעדען אן נאר ווען מ'דערמענט דאס ווארט צאנז, דאס מקום ווי דער רשכבה"ג די רבי פון אונזערע רבי'ס דער הייליגער צאנזער רב דער הייליגער דברי חיים האט געוואוינט און אנגעפירט ברבנות און די זעלבע צייט באדמורו"ת לאנגע יארן, דאס מקום ווי טויזענטער אידן ובתוכם גדולי הדור רבנים וצדיקים וואס האבן אליינס געהאט טויזענטער חסידים זענען געקומען צו פארן זיך מסתופף זיין בצילא דמהימנותא, ווי הרה"ק בעל קדושת יו"ט מ'סיגוט וואס איז כידוע געווען גאר א נאנטער תלמיד פון צאנזער רב, הרה"ק דער הייליגער תפארת שלמה וואס איז כידוע געפארן כמה פעמים צום הייליגער צאנזער רב איבערלאזענדיג אונטער זיך א הויף מיט טויזענטער חסידים וועלענדיג זיין במחיצה פון דעם גרויסען הייליגען צאנזער רב, ווי אויך הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע פלעגט צו פארן צום הייליגען צאנזער רב און שפעטער יעדעס יאר כ"ה ניסן צום ציון הק', רבינו הק' זי"ע זייענדיג א זון פונעם הייליגען קדושת יו"ט זיך געהאלטן פאר א צאנזער חסיד און זיך געפירט מיט אסאך זאכן כמנהגי צאנז, און די זעלבע האט ממשיך געווען אויך נאכ'ן הסתלקות פונעם הייליגען צאנזער רב זי"ע וואס ווי באקאנט איז די ציון הק' אלע יארן ביזן לעצטן קריג געווען א מקום ווי הונדעטער טויזענטער אידן ובתוכם רבני וגדולי הדור זענען געקומען יאר יערליך ביומא דהילולא כ"ה ניסן פוקד זיין על ציון הק' , איז איצט פארענדיג צו דעם עיר הקודש ווי ס'איז נטמן גופו הק' פונעם הייליגען צאנזער רב פוקד זיין על ציון הק' נעמט יעדן ארום א הייליגן ציטער וויסענדיג אז אונז פאר מיר יעצט די זעלבע וועג ווי אונזערע זיידעס און רבי'ס זענען געפארן זיך אויסבעטן און מ'איז בטוח אז און זכות פונעם הייליגען דברי חיים העמיר אוודאי פועל'ן אלעס גוטס
אויפ'ן וועג פארענדיג שוין קומענדיג נענטער צום הייליגן שטאט צאנז האמיר געהערט ווארימע דיבורים מ'אחד מבני החבורה וואס האט ארום גערעדט איבער די גדלות פונעם הייליגען צאנזער רב און מעורר געווען דעם עולם בדברי התעוררת פארן ארויפגיין צום ציון הק', אנגעקומען איז מען נאך ב"ה בעוד יום און דער עולם זיך געגרייט ארויפצוגיין צום הייליגען ציון, פארן אריינגיין האמיר געהערט עטליכע דיבורים פון א חשובער בן תורה וואס האט מעורר געווען דעם ציבור איבער דעם גרויסקייט פון זאגן קרבנות און קטורת פאר מנחה וואס איז כידוע א געוואלדיגע גרויסע זאך און האט גרויסע סגולות אבער איז ליידער פון דברים העומדים ברומו של עולם ובני אדם מזלזלין בהם און ער האט מעורר געווען און געבעטען אז אין אזא עת רצון ווען מ'קומט פון אזעלכע מקומות הקדושים און מ'גרייט זיך ארויף צוגיין פוקד זיין על ציון הק' פונעם הייליגען צאנזער רב איז אפשר דער זמן זיך מקבל זיין און זיך מחזק זיין און די ענין פון זאגן קרבנות און ס'וועט אוודאי זיין א גרויסער זכות און מ'וועט בזכות זה אוודאי פועל'ן א ישועה, דער עולם איז שטארק נתעורר געווארן פון די ווארימע דיבורים און זיך תיכף על אתר זיך מקבל געווען בלי נדר צו מער נזהר זיין און זאגן קרבנות פאר מנחה. דערנאך איז דער עולם צוזאמען אריין אין ביה"ח וואקענדיג אראפ דעם גאנצען וועג צום אוהל הק' וואס איז איבער געבויעט געווארן נאכ'ן קריג גענוי ווי ס'איז געווען און אויסגעזען פאר'ן חורבן, אריינקומענדיג און הערליך נארוואס איבערגעבויטער אוהל הק' האט זיך געשפירט און די לופטען די הייליגער פארכט און א גרויס התעוררת האט געהערשט ווען נאכ'ן זאגן תהילים און צינדן ליכט האט זיך דער גאנצער עולם אינאיינעם מקבל געווען די קבלה טובה דארט אויפ'ן ציון פונעם הייליגען צאנזער רב און דערנאך געזאגט אן עקסטערע קאפי' תהלים פסוק ב'פסוק אינאיינעם און ג'פועלט אלעס גוטס פאר יעדן איינעם.

נאכ'ן אראפ קומען פון ציון איז מען תיכף אריבער די אנדערע זייט גאס ווי ס'געפינט זיך א הערליכער בנין הכנסת אורחים צוגעשטעלט דורך די באקאנטע 'בוני צאנז', און דער בנין געפינט זיך א הערליכער נייע מקווה, עטליכע צימערן צו קענען עסן און אן עקסטערע שיין איבערגעבויטער זאל צו קענען פראווענען סעודת ווי אויך שב"ק לויט'ן פארלאנג, דארט אונעם זאל איז שוין געווען צוגעגרייט א פון פריער רעזוועווירטן הערליך געדעקטער טיש מיט כל מיני מטעמים, דער עולם האט זיך געשטעלט דאווענען מנחה נישט פארן זאגן קרבנות ווי מ'האט זיך נארוואס מקבל געווען, און דערנאך זיך געוואשען און זיך אוועקגעזעצט צום געדעקטען טיש, א סעודה כיד המלך איז סערווירט געווארן, צוערשט האט מען סערווירט די געשמאקע פארשפייז דערנאך איז אריינגעקומען די הייסע יוך וואס ווערט סערווירט דורכ'ן חשובער קעכער דארט אין צאנז זיכער מאכענדיג אז יעדער האט וואס ער ברויך, דערנאך איז סערווירט געווארן א ברייטע פארציע פלייש פאר יעדן איינעם, בשר עוף ובשר בהמה לויט יעדענס געשמאק, נאך א לענגערע צייט פארברענגען בשלחן מלכים בדיבוק חבירים האט מען געבענטשט בהמ"ז און זיך דערנאך געשטעלט מעריב בציבור.
ווען מ'איז אוועקגעפארן פונעם הייליגען שטאט צאנז איז שוין געווען קרוב לחצות הלילה דער עולם איז געווען פארמאטערט און אויסגעמוטשעט אבער פול מיט בטחון און מיט פולע באגאזשען ישועות ורפואות נאכ'ן מתפלל זיין ביי אזויפיל מקומות הקדושים אין איין טאג
זיעועכי"א


קראקא

נאך א קורצע נסיעה פון בערך א שעה אדער אביסל מער איז מען ענדליך אנגעקומען צום גרויסען שטאט קראקא, קראקא די שטאט וואס האט געווירבלט מיט הונדערטער טויזענטער אידן, צענדליגער בתי מדרשים, ישיבות, כוללים, רבנים, דיינים ומורי הוראה, בנש"ק'לעך, אידישע געשעפטן, און א פולע אידיש לעבן האט דארט געשפרודעלט קוקט יעצט אויס ווי א מדבר שממה, ווי מ'האמיר געהערט פון א תושב דארט איז ניטאמאל דא א מנין יעדן טאג און קראקא, ליידער איז אלעס אויסגעריסען געווארן דורך די דייטשען ימח שמם וזכרם און ס'זעט זיך ליידער אן אויף טריט און שריט ווען די איינציגסטע אידישע זאך וואס איז נאך דא דארט איז טוריזים ווייל אסאך היסטאריע ליגן און די שטיינער און קראקא, זיי האבן אסאך מעשיות צו דערציילן, אבער מיט דעם אלעם איז קראקא נאך אלץ א צוציאונגס קראפט פאר טויזענטער אידן שומרי תורה ומצוות וואס קומען פוקד זיין על ציונם הקדושים פון די שרפי מעלה וואס זענען נטמן און די אור אלטע ביה"ח בעיר קראקא, ווי דער הייליגער רמ"א וואס על פסקיו אנו חיים, "ובני ישרא' יוצאים ביד רמ'א" וואס ווי באקאנט איז דאס דער איינציגסטער ציון און פוילין וואס איז 100% ארגינעל וויבאלד דער צורר היהודים אליין האט פארארדענט זיינע שליחים נישט צורירן צו דעם מקום קדוש, ווי אויך ליגן דארט דער הייליגער מגלה עמוקות, דער הייליגער תוספות יו"ט, דער הייליגער ב"ח, דער הייליגער ר' ר'הערש מ'קראקא בעל חנוכת התורה, און דער הייליגער מגיני שלמה ועוד צדיקים קדושים וטהורים שרפי מעלה אשר אין אנו משיגים אפס קצהו מקדושתם, וואס יעדע איינע איז ווערט א נסיעה פאר זיך, טאקע וועגן דעם האט דער מארגן הנסיעה אויסגעקליבן קראקא צו דינען אלץ אכסני' פאר די חבורה בעת מ'פארט צו אזעלעכע געהויבענע מקומות הקדושים.

המשך יבוא אי"ה
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

מוראדיג, זייער דערהויבן
מ'האמיר אויך געהאט די זכי' צי זיין דארט פארשטיי איך פונקטליך פין וואס די רעדסט זיעועכי"א
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

עס איז דא צו קויפן ספר "מופת הדור" חלק ב'?
עס איז שוין געדרוקט געווארן?
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

געטראפן א מוירעדיגע זאך:

הרה"ק רבי הלל מקאלאמיא זיע"א, שרייבט אין זיין ספר "תשובות בית הלל" (סימן לב),
אז מזאל נעמען די נוסח הקמיע [און ער שרייבט דארטן דער נוסח הקמיע פון רבי ישעיה'לה קרעסטירער זיע"א], און אויף הענגען אויף יעדע טיהר און יעדע פענסטער, ווען מ'גייט אריין אין א נייע שטוב.
און עהר זאגט צו: אז סוועט איהם נישט זיין קיין שום שלעכט'ס, נישט פאר איהם און נישט פאר זיינע בני בית.
א מוירעדיגע הבטחה.

וזה לשונו הקדוש: ויתלה על כל חלון וחלון ועל כל פתחים זמן מה, ורעה לא יאונה, לא לו, ולא לכל אנשי ביתו.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

לחיים לחיים לחיים האט געשריבן:נסיעה ג' אייר תשע"ט
המשך יבוא אי"ה

הערליך שיין באשריבן
איז דא נאך באשרייבונגען פון מקומת הקדושים ?
אויב יא קען מיר עס איינער ביטע צוווייזן ?
א שיינעם דאנק!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יעקב99 האט געשריבן:געטראפן א מוירעדיגע זאך:

הרה"ק רבי הלל מקאלאמיא זיע"א, שרייבט אין זיין ספר "תשובות בית הלל" (סימן לב),
אז מזאל נעמען די נוסח הקמיע [און ער שרייבט דארטן דער נוסח הקמיע פון רבי ישעיה'לה קרעסטירער זיע"א], און אויף הענגען אויף יעדע טיהר און יעדע פענסטער, ווען מ'גייט אריין אין א נייע שטוב.
און עהר זאגט צו: אז סוועט איהם נישט זיין קיין שום שלעכט'ס, נישט פאר איהם און נישט פאר זיינע בני בית.
א מוירעדיגע הבטחה.

וזה לשונו הקדוש: ויתלה על כל חלון וחלון ועל כל פתחים זמן מה, ורעה לא יאונה, לא לו, ולא לכל אנשי ביתו.

זי"ע! פונקט היינט איז די יארצייט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

נא_שכל האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:געטראפן א מוירעדיגע זאך:

הרה"ק רבי הילל מקאלאמיא זיע"א, שרייבט אין זיין ספר "תשובות בית הלל" (סימן לב),
אז מזאל נעמען די נוסח הקמיע [און ער שרייבט דארטן דער נוסח הקמיע פון רבי ישעיה'לה קרעסטירער זיע"א], און אויף הענגען אויף יעדע טיהר און יעדע פענסטער, ווען מ'גייט אריין אין א נייע שטוב.
און עהר זאגט צו: אז סוועט איהם נישט זיין קיין שום שלעכט'ס, נישט פאר איהם און נישט פאר זיינע בני בית.
א מוירעדיגע הבטחה.

וזה לשונו הקדוש: ויתלה על כל חלון וחלון ועל כל פתחים זמן מה, ורעה לא יאונה, לא לו, ולא לכל אנשי ביתו.

זי"ע! פונקט היינט איז די יארצייט.

און משרייבט עס הילל מיט א "י"
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

עמיצער איז באקאנט דא? איך בין געפארן קיין קערעסטיר היי יאר, הארט פארן צוריקפארן צום לופטפעלד האב איך אריינגעסטאפט אין די כשר'ע רעסטוראנט אין בודאפעסט, ארויסקומענדיג זעה איך א רויטן זעקעלע אויפן פענסטערל פון מיין געדינגענעם וויהיקל מיט א קוויטל און פדיון ריקוועסט דערינען, ברויכנדיג כאפן מיין פלייט האט איך עס אריינגעווארפן אין האנט באגאזש און היידא, וואס טוה איך יעצט מיט דעם?
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטן דור »

אויב באצאהלסטו ביז 15 טעג איז עס ממש קיין געלט
נאך 15 טעג וועלן זיי שיקן די טיקעט צום קאר קאמפאני אין עס וועט קאסטן ארום 60-70 + די פי פון די רענטל קאמפאני
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:געטראפן א מוירעדיגע זאך:

הרה"ק רבי הילל מקאלאמיא זיע"א, שרייבט אין זיין ספר "תשובות בית הלל" (סימן לב),
אז מזאל נעמען די נוסח הקמיע [און ער שרייבט דארטן דער נוסח הקמיע פון רבי ישעיה'לה קרעסטירער זיע"א], און אויף הענגען אויף יעדע טיהר און יעדע פענסטער, ווען מ'גייט אריין אין א נייע שטוב.
און עהר זאגט צו: אז סוועט איהם נישט זיין קיין שום שלעכט'ס, נישט פאר איהם און נישט פאר זיינע בני בית.
א מוירעדיגע הבטחה.

וזה לשונו הקדוש: ויתלה על כל חלון וחלון ועל כל פתחים זמן מה, ורעה לא יאונה, לא לו, ולא לכל אנשי ביתו.

זי"ע! פונקט היינט איז די יארצייט.

און משרייבט עס הילל מיט א "י"

פארוואס?
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

א טראוועל עדשענט האט מיר געגעבען א פרייז פאר א קליינע קאר פאר $230
פאר דריי טעג - נעמען און צוריקגעבן און בודאפשט עירפארט

איז דאס א ביליגע פרייז?
צו אויב איז דאס טייער ווי קען מען האבן פאר ביליגער
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

קדוש ונורא האט געשריבן:א טראוועל עדשענט האט מיר געגעבען א פרייז פאר א קליינע קאר פאר $230
פאר דריי טעג - נעמען און צוריקגעבן און בודאפשט עירפארט

איז דאס א ביליגע פרייז?
צו אויב איז דאס טייער ווי קען מען האבן פאר ביליגער

בודאפעסט איז זייער טייער נאכדערצו אוטאמאטיש נישט קלאטש
so now what
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 01, 2013 6:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך so now what »

קדוש ונורא האט געשריבן:א טראוועל עדשענט האט מיר געגעבען א פרייז פאר א קליינע קאר פאר $230
פאר דריי טעג - נעמען און צוריקגעבן און בודאפשט עירפארט

איז דאס א ביליגע פרייז?
צו אויב איז דאס טייער ווי קען מען האבן פאר ביליגער


קיק דא
https://www.travelocity.com
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

עמיצער איז באקאנט דא

וויאזוי גייט צו דאס נעמען געיז אין די געגענט פון קערעסטיר אונגארן, און אין פולין
איז דארט שווערער צו נעמען, קען מען פארשטיין וואס עס שטייט דארט?

קען מען באצאלן דארט מיט א קרעדיט-ראד, פארשטייען זיי ענגליש (די אויפזערס דארט)
קען איינער אריינקומען מיט פרטים?
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

קדוש ונורא האט געשריבן:עמיצער איז באקאנט דא

וויאזוי גייט צו דאס נעמען געיז אין די געגענט פון קערעסטיר אונגארן, און אין פולין
איז דארט שווערער צו נעמען, קען מען פארשטיין וואס עס שטייט דארט?

קען מען באצאלן דארט מיט א קרעדיט-ראד, פארשטייען זיי ענגליש (די אויפזערס דארט)
קען איינער אריינקומען מיט פרטים?

זייענדיג דארט דעם יאר איז מיר אויסגעקומען צו נעמען געז עטליכע מאל סיי אינעם קערעסטיער אומגעגנט, ווי אויך אין אנדערע מקומות לענגאויס אונגארן, סלאוואקיי, און פוילן, איבעראל האט מען פארשטאנען אביסל ענגליש און גענומען קרעדיט קארטלעך.

אלע געז סטעישאנס ווי איך בין געווען האט מען קודם אנגעפילט און דערנאך אריין באצאלן, נישט געקענט באצאלן ביים פאמפ.

האב א דרך צליחה און פועל אלעס גוטס.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

just be carefull.
some of the cars are running on diesel
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

ווייסט איינער פון א גוטע ביליגע האטעל וכדו' ווי איבערצושלאפן אויף א נאכט
נאנט צו בודאפעשט עירפארט
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

יעקב99 האט געשריבן:איך וויס נישט אויב דאס געהערט דא, אדער אין אן אנדערן פלאץ,
עכ"פ כ'האב דאס באקומען אין אימעייל.

--
מדהים - חובה לשתף: הסגולה הבדוקה והמנוסה לפרנסה בשפע באופן מיידי - פתיחת המזל - ושמירה עליונה

שלום רב, בוקר טוב!

אני חייב לשתף אתכם בסגולה מדהימה - פשוט בדוקה ומנוסה - היוצרת מהפך של ממש באופן מידי. פשוט לא יאמן.

זה יכול לעזור לכם אם אתם נצרכים לאחד משלושה הדברים. 1. פרנסה בשפע / עשירות. 2. שמירה והגנה ו/או בטחון מחרדות. 3. פתיחת המזל באופן נרחב ויסודי.

על כל אחד משלושת הדברים הללו ישנה קמיע קדושה, מסוגלת ומקובלת ביותר, אשר יסודה בהררי קודש הגאון האלוקי הקדוש מרנא רבי ישעי' מקרעסטיר זכותו תגן עלינו אמן, אשר יום ההילולא שלו יחול הערב (ג' באייר), הוא היה גאון וקדוש, ואת הקמיע הזאת הוא מסר לכל אשר נזקק לישועה.

שימו לב! כל מי שקיבל זאת לפני השואה, והקמיע נשארה עמו בזמן המלחמה שרד את כל אימות השואה, ונותר בריא ושלם! זה אכן לא ייאמן אבל ישנם כמה מהם שעדיין חיים איתנו לאוי"ט, אפשר לפגוש אותם גם בארה"ק וגם בארה"ב (אחד מהם הוא הרב ישעי' זיידנפלד שליט"א, תושב בית וגן בירושלים, והוא ממש לא היחיד).

סיפור נודע נוסף היה עם בעל מכבסה בארה"ב שסבל רדיפות איומות מנכרי רשע שרדף אותו להכעיס רבות בשנים, ופתח מכבסה נוספת מולו, ואף רדף אותו בכל כוחו, אותו יהודי תלה 4 קמיעות - בארבעה קירות חנותו, והנה בתוך ימים ספורים שלח אותו גוי רודף כמה נערים לשרוף את חנותו של היהודי - אחר משהתקרבו לחנותו של היהודי תפס אותם בלבול נורא - וניגשו ושרפו את החנות ממול - של הגוי.

כן. זה קורה ממש בימינו. כנראה יש לך זכות מיוחדת שההזדמנות הזאת הגיעה אליך עכשיו. כנראה משמיים רוצים לפתוח לך מלוא חופניים של שפע ושמירה עליונה והגנה שמיימית. הקמיע הזאת הנכתבת בכוונות קודש נוראיים ובסילודין בידי גאון וקדוש - ניתנת להישג ידכם. לא מומלץ לפספס. אגב, יצוין כי ניתן לרכוש את הקמיע מכספי מעשרות - אודות וההכנסות קודש לצדקה. חבל לפספס הזדמנות היסטורית, שלא ידוע אם תחזור. שריינו לעצמכם קמיע עכשיו!

תוכלו לעיין בפרוספקט המצורף. אך אל תשכחו - השעון מתקתק. וכדאי לוודא שקמיע השפע והשמירה בדרך אליכם.

הקב"ה ישפיע לכם שפע רב ממעון הברכות הצלחה גדולה, שמירה עליונה, ורב טוב.



אנגעקומען אין אימעייל:

לכבוד חודש אלול, איז מעגליך צו באקומען נאך א מאל די הייליגע קמיע.
בדוק ומנוסה לכל הישועות.
אטעטשמענטס
הקמיע הקדוש של רבי ישעיה מקרעסטיר זיע''א.jpg
הקמיע הקדוש של רבי ישעיה מקרעסטיר זיע''א.jpg (720.12 KiB) געזען 2521 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”