זעענדיג היינט אז די אשכול איז ארויף אויפן אויבער פלאך האב איך געפרעגט מיין חברותא אויב ער לאזט מיר מפרסם זיין א אימעיל וואס ער האט מיר געשיקט א פאר יאר צוריק לתועלת.
ער האט מיר געהייסן צענזורירן געוויסע פאקטן, בשעת'ן געבן רשות מפרסם צו זיין די איבעריגע.
זאגט ער אזוי.
וויפיל אומגעהויערע הארץ עסענישן וואלט איך זיך געשפארט, און וויפיל נעכט וואלט מיין קישן געבליבן טרוקן, ווען איינער רוימט מיר אריין אין אויער, אלס קינד אדער אלס יונג בחור'ל, די שוידערליכע ווערטער: 'דיין טאטע איז א קראנקער נפש! ער איז נישט מיט-אלעמען!' טאקע די סאמע שרעקליכע ווערטער פאר א געזונט קינד צו הערן, אבער נישט ביי מיר... אויב וואלט איך יענעם געטרויעט, וואלט דאס געווען מוזיק אין מיינע אויערן און דער ווירקזאמסטער בארואיגונגס-פיל.
איך וואלט דורכדעם געוואויר געווארן אסאך א וויכטיגערע זאך: אז איך בין נארמאל! איך בין נישט דער שלעכטער יונגל וואס פארשעמט די משפחה.
וויי צו מיינע יונגע יארן ווען כ'האב פון בעסערס נישט געוואוסט...
אין חדר בין איך געווען וואויל, הארציג און ריין. ממש א נשמה פון א קינד. זיך צוגעשטעלט צו אלעס, און פרובירט צו זען סוקסעס. אבער ס'איז קיינמאל נישט געווען גענוג פאר מיין טאטע. ער האט געפאדערט אן אויפהער מיט טיראניע כ'זאל זיין דער רשכבה"ג. אויב האב איך אהיימגעברענגט א 98% אויף א בחינה, האב איך באקומען א שארפער פסק, פאר א 90% איז געגאנגען מערדערליכע שלעק, צי איז עס געווען מיט אייזערנע הענגערס, צי מיט א פאסיק. ס'האט זיך קיינמאל נישט גערעדט פון צוויי-דריי פעטש, די נומערן זענען שטענדיג געלאפן פון צוואנציג און ארויף (איך פלעג נאר ציילן ווען מיינע ברידער האבן געכאפט), ער האט געשמיסן עד כלות כוחו.
זייענדיג א נייגעריגער פון נאטור, האב איך געדורשט נאך ליינען. כ'האב געלעזט מכל הבא ליד, מעשה ביכלעך און אויסגאבעס. איך פלעג אבער איבערגעריסן ווערן כסדר מיט אויסברוכן: 'ווילאנג ליינסטו שוין?' 'ווען זעצסטו זיך שוין לערנען?' 'וואס וועט אויסוואקסן פון דיר?' אבער נישט סתם געפרעגט, נאר געהירזשעט, געשריגן, אויסגעשאלטערט די לעקטער, פארהאקט טירן. כ'פלעג ממש מוזן ארויסנעמען א גמרא און זיך זעצן לערנען א שעה-צוויי צו שטילן זיין דורשט... און דווקא הויך אויפן קול, ווייל אויב איז עס שטיל 'איז דאך עס יענס לערנען'. דאס איז געווען כמעט די טאג-טעגליכע נארמע.
אהיימקומענדיג נאך א לאנגען טאג אין חדר, פלעג איך זיך אריינכאפן שטילערהייט און זיך צוהערן צי עס איז 'סעיף' אריינצוקומען. אויב האט זיך די מאמע נעבעך פארזינדיגט, איז די לופט אין שטוב געווען א קאך-קעסל, די פולווער האט געהאלטן אינמיטן עקספלאדירן. אין אזא פאל האב איך פרובירט נישט צו ציען אויפמערקזאמקייט, איך בין שטילערהייט אריין אין מיין צימער, אומבאמערקבאר, און געווארט בדאבון נפש עד יעבור זעם.
עס האט מיר נישט צוגעגעבן קיין שטיק געזונט, הערנדיג ווי מיין מאמע כליפעט און וויינט פון צער. שלעק האט זי נישט געכאפט (ווילאנג איך האב דאס נישט געזען, לוינט זיך מיר אזוי אנצונעמען...), אבער די דערנידערונגען זענען געווען אין לשער.
עס איז כמעט נישט אריבער א משפחה צוזאמקום אדער שמחה (קלענערע שמחות, ביי די גרעסערע שמחות האט ער ביהעיווט) וואס איז אריבער 'גלאטיג'. ער פלעגט כמעט אייביג זיך מוזן בייזערן אויף איינעם און דער גאנצער זאל האט עס געדארפט מיטהאלטן. באנומענע צעקות האט ער געמאכט אויף זיינע אלטע עלטערן, אויף זיינע געשוויסטער, שוואגערס און שוועגערינס.
אוי פלעגן אונז זיך אלע איינזונקען פאר בושות.
אוי די זיסע ישיבה יארן...
נאכן סטראגלען אין שיעור א' פון ישיבה קטנה מיט 'הבנה' אישוס (יארן שפעטער בין איך געוואויר געווארן אז מיין פראבלעם איז פשוט געווען אומזיכערקייט און ענדלאזע פחד), האב איך ב"ה געהאט אין שיעור ב' א פארשטאנדיגער מגי"ש, וועלכער האט מיר שטארק אויפגעבויעט. איך בין אהיימקומען אין אן ערב שבת מלא שמחה און דערציילט ווי שטארק מיין מגי"ש האט הנאה געהאט פון מיר ביים פארהער.
'יא? לאמיר זען ווי גוט דו האסט געקענט?'
הייבט זיך יעצט אן א צווייטע פארהער. אבער נישט געפערליך, כ'בין גרייט. כ'קען דאך גוט די סוגיא. דא איז עס אבער געווארן פארפלאנטערט. ער איז נישט געלעגן אין די סוגיא, און האט ערווארטעט פון מיר, א 14 יעריג בחור'ל, איך זאל אים מסביר זיין די סוגיא 'נאך בעסער ווי דיין מגיד שיעור, ווייל איך האב זיך נישט פארגעקוקט'.
כ'געדענק נאך ווי היינט, וואספארא מייסטערהאפטיגער 'שיעור' כ'האב דעמאלט געגעבן פאר מיין טאטן. שיין אראפגעלייגט, כ'האב ממש געשטראלט. אבער די אטאקירנדע שאלות און צימבלערייען האבן זיך ערגעצוואו אנגעהויבן, און איך האב אויף אלעם געענטפערט מיט א גאנץ קלארע הסברה. ביסלעכווייז, נאכן ווערן אויסגעפארשט אויף א קרייץ-פארהער, האב איך אנגעהויבן שטאמלען. ס'איז אים ב"ה געלונגען.
ס'האט געדויערט א שטיקל צייט ביז ער האט איינגעזען אז דער בחור'ל קען עס נישט 'צונעמען' פאר א מתחיל ווי עס דארף צו זיין, און דארט האבן זיך אנגעהויבן די געשרייערייען, דערנידערונגען און סטראשונקעס. ס'איז געווען א פחד. אוי האב איך געהאט יענס שבת. נאר געהערט קריטיק וועגן מיין 'שלעכטער נאמען' וואס כ'גיי האבן און פארשטייט זיך די 'בזיונות' וואס די גאנצע משפחה וועט ליידן צוליב מיר.
כ'בין געווארן צוקלאפט, צובראכן און דעמאראליזירט. כ'האב געוויינט יענע פרייטאג צונאכטס ביז פארטאגס, און אודיע צערי – כ'האב אים דעמאלט געשאלטן ער זאל שטארבן נאך יענע נאכט! ערשט צופרי האב איך חרטה געהאט אויף מיין שלעכטע טהאט.
דאס איז געווען די ערשטע מאל אין שיעור ב' וואס כ'בין פארהערט געווארן, און פון דעמאלט איז יעדע פרייטאג צונאכטס געווארן מיין אפיציעלע טרויער-נאכט, ווען כ'בין פארהערט געווארן, און צום וויפילטן מאל 'אויפגעוויזן' געווארן אז כ'קען נישט לערנען.
אוי, ווען איך ווייס אז דער מענטש איז א חולה מסוכן, ער איז נישט ביים דעת, זיינע ווערטער זענען שלא על פי המציאות – אוי וואלטן זאכן זיך געקייקלט אנדערש ביי מיר.
נאך ווען איך בין געווען אין שיעור א' איז געלונגען פאר מיין טאטן איינצופירן, אז שבת נאכמיטאג נאכן סעודה זאל איך גיין גראד אין בית המדרש לערנען ביז מנחה (מ'רעדט פון א זעקס-זיבן שעה אין די לאנגע זומערדיגע שבתים...), מיטן אויסרייד: 'א בחור'ל דארף נישט שלאפן שבת נאכמיטאג, האסטו דען געארבעט שווער אין דיין דזשאב א גאנצע וואך?!'. כ'בין ארויס יעדע וואך פון שטוב גלייך נאכן בענטשן און 'געלערנט' אין שול ביז מנחה. כ'האב געוואוסט אז אין די ערשטע דריי שעה בין איך פארזיכערט אז ער שלאפט פיין, ממילא מוז איך נישט לערנען, כ'קען כאפן א דרימל אויפן טיש, אבער נאכדעם איז ער עלול אריינצואוואנדערן אין שול צו 'שעפן נחת' פון זיין תכשיט'ל (לייען: אים אנשרייען שפעטער אינדערהיים פארוואס ער האט נישט געלערנט גענוג הויך אויפן קול).
איך האלט שוין היינט נאך לאנגע יארן וואס כ'בין ארויס פון שטוב. זייער אסאך יארן. כ'בין שוין יארן א סוקסעספולער מגי"ש. ב"ה כ'האב א גוטן קעפל, און כ'הייס צו זיין א שיינער תלמיד חכם.
קיינעם פאלט נישט ביי, אז איך לערן נאר פאר 'הלכה' פאר א סיבה: כ'קען ביז היינט נישט עפענען א גמרא, מער ווי אויף נאכצוקוקן עפעס אדער לערנען אביסל אגדתא (אויסער אפשר מיט אן ארטסקרול גמרא). די האסליכע קראנקע ווערטער וואס כ'האב געהערט יעדע וואך ביים 'פארהער' האבן מיר (פערמאנענט?) איבערצייגט אז די גמרא איז נישט פאר מיר, און אז איך וועל קיינמאל נישט מסוגל זיין מסביר צו זיין א שטיקעלע גמרא כדבעי.
דאס אז זיינע ווערטער זענען געווען לעכערליך, איז ברור כשמש, אבער כ'בין עס געוואויר געווארן צי שפעט. לאנג נאך מיין חתונה, ווען מיין פרוי האט אים דיאגנאזירט... זי האט געכאפט וואס דא גייט פאר, און מיר אנגעהויבן אויפבויען.
ליידער אבער האב איך זיך מיט די גמרא קיינמאל נאכנישט איבערגעבעטן. קיינער ארום מיר ווייסט נישט דערפון, אבער איך לייד שרעקליך דערפון. יעדעס מאל ווען איך עפן א גמרא, קומט מיר ארויף א מין בלאקעדזש וואס כ'קען נישט ערקלערן. כ'קען אויס'חשבונ'ען קאמפליצירטע חשבונות, און מחלק זיין די שיטות להלכה, אראפלייגן א שיעור הפלא'דיג מיט א זיסע הסברה, אבער אלעס ביז א שטיקעלע גמרא. ווען כ'פארהער מיינע קינדער, שטעל איך אן א שפיל ווי איך בין אין די סוגיא, און מ'שטופט עס דורך. אבער פאר מיר אליין שעם איך זיך.
המקום ימלא חסרוני.