תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג מארטש 03, 2019 4:17 pm
הרב Dim, איך האב געלייענט אייערע ווערטער. איר רעד וועגן קעמקארדערס. דאן אין יענע צייטן, איז ווער עס האט געהאט א קעמקארדער איז באטראכט געווארן אלס א שוואכער איד, עמיצער פון עק בארא פארק. איך געדענק נאך אפילו ווי מען האט נישט געקענט באקומען אן עליה אין ביהמ"ד דערפאר. איך שרייב ברמיזה, געוויס פארשטייסטו וואס איך מיין.
כ'מיין צוזאגן, אז אמאל, זענען אידן געווען סאך מער מובדל ומופרש פון די גאס. עניטינג גויאיש איז געווען אפגעפרעגט און מרוחק, און דער סמארטפאון האט פשוט גענומען דעם חומה בצורה און דאס אראפגעשניטן. פינטל, דו ווייסט דאס.
איך בין אמאל געווען א שרייבער אין איינע פון די היימישע צייטונגען, איך פלעג אויך שטיין ביי א רעידזשיסטער, האט זיך געמאכט אז איך האב געהאט דארטן א קאמפיוטערל, און איך פלעג אזוי בין גברא לגברא אריינכאפן צו שרייבן נייעסלעך, און פון וואו שרייבט מען נייעסלעך, פון די גויאישע פרעסע, נישט אזוי. געדענק איך אידן פלעגן מיך פרעגן מיט וואונדער, דו שרייבסט נאך גויאישע זאכן פאר אידן.....
איך פלעג אפילו זיך שעמען צו האלטן די גויאישע פאפירן אינדרויסן און דאס ליינען בפני כל עם ועדה, וויסנדיג אז מענטשן קוקן דאס אראפ. ס'פלעגט זיך מאכן אז איך האב געהאט א קאמפיוטער פראגראמינג בוק וואס איך האב געליינט בפומבי, פלעג איך מזמן לזמן, מסביר זיין פאר די דערשטוינטע בליקן פון מענשטן, אז עס איז א קאמפיוטער בוק און אז איך לייען עס לצורך פרנסה. פרעג איך דיך, מיט א סמארטפאון האט מען די בושה, האט מען דעם פראבלעם. מען שפירט דאס אלס לכתחלה שבלכתחלה. דאס איז ליידער (כ'ווייל שרייבן "דער חורבן", אבער דו וועסט ווערן אויפגערעגט אז עס איז צי עקסטרעם סאו לאמיר נוצן עפעס לייכטערס) דאס איז ליידער דער טויש, (גענוג פארעווע? LOL), וואס דער סמארטפאון האט אנגעברענגט.
כ'מיין צוזאגן, אז דער סמארטפאון האט לעגיטימיזירט גויאישקייט. א טיימס וועסטו נישט ליינען אין ביהמ"ד, און אויך נישט אינדערהיים, א ניו יארק פאוסט, חס ושלום. אבער אויפ'ן סמארטפאון וועט מען קוקן און ליינען פון א' ביז ת', גויאישס און אידישס, מען שפירט נישט ווי מען איז געהעריג דא ביים גוי אין שטוב פארענט פון זיין טעלעוויזיע. סאו אויב ביזטו א איד פון אמאל, פארשטייסטו וואס איך מיין צוזאגן.
גראדע, אמאליגע צייטן, ווען הרב ראבינאוויטש האט געזאגט אין די דרשות אז מענטשן האלטן אז ראיות אסורות זענען מותר, האט מען געשפירט אז ער רעדט עקסטרעם. אבער, אז מען קוקט זיך ארום, איז דאס (כ'וויל שרייבן דעם אמת: ריכטיג) עטוואס ריכטיג. פשוט פארדעם, דער סמארטפאון האט ערמעגליכט צו קענען מיטהאלטן אלע גויאישע נייעסן און ווען טראמפ רעדט ערגעץ וויל מען דאס מיטהאלטן, דארף מען דאך זען די לעבעדיגע קליפס, און אין קליפ בלא איסור, פארוואס, ווייל וער האט געמאכט דעם קליפ, דער יצר הרע, וועלכער זוכט מחטיא צו זיין אידן, א אינגערמאן איז דאך דאך ערליך, ער וויל נישט קוקן אויף נשים, איז וועבט זיך ביי אים אריין אזא היתר אין קאפ אז עס איז נישט אזוי געפערליך, קודם כל די אלטיטשקע סענאטארן און דאמיס פון וואשינגטאן די. סי. איז קיין איסור צו קוקן, ועוד ועוד, אויף א סקרין איז נישט אזוי הארב א ראיה אסורה זאגט דער יצר הרע, עס איז נאר ווען מען זעט א אשה אליינס. כ'ברענג נאר ארויס פוינטס, כ'מיין נישט צו זאגן אז אידן זענען שלעכט, מען רעדט דא דווקא פון יראים ושלמים, וועלכע ווילן נישט זינדיגן, מען וויל זיך האלטן ערליך און איידל, אבער טאקע צוליב דעם סמארטפאון פארט מען אריין אין איסורים וואס אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט דאס נישט פאסירט. דערפאר, ווייטאגט דאס. יא, דער סמארטפאון האט געמאכט א גרויסער טשעינדזש, און ליידער נישט לטובה.