סמארטפאון מאכט פריי! איבערגעטריבן ?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

איך שעץ דיר זייער שטארק אויף דיין פריוואטע ביישטיין דעם נסיון, אבער אינעם ענין וואס מען רעדט דא ביזטו במחילת כבודך ראנג, דו האסט אודאי נישט באמערקט וויאזוי דו האסט זיך דא אליינס ארויסגעכאפט זייער זייער שארף מיט דיין טעות, טראכט אריין וואס דו האסט אליינס געשריבן, און איך מיין אז דו וועסט אביסל צוריקציהען פון דיין שארפע שטעלונג...

Kosher Travel האט געשריבן:נאכן מאכן די הקדמה, וועל איך איבערחזרן מיין דעתי הקטנה אז איך מיין אז רוב אינגעלייט פארשטייען נישט וואס אוישוויץ איז געוועהן. ווער עס איז דארט געוועהן פאר בלויז איין וואך, האט זיך קיינמאהל נישט ערהוילט. די נושא (איך מיין) פון די פותח האשכול, איז צו ניצן "ארבייט מאכט פריי" איז אפשר איבערגעטריבן. און איך מיין אז יא.

מען דארף קענען מוחה זיין אויך.

איך שרייב איבער (פשוט מען זאל נישט גיין אין סורקעלס): סמארטפאונס איז א גרויסע פראבלעם. גאר א גרויסע פראבלעם. ברוחניות, און אויך בגשמיות. אבער ווען מיהר האבן נאך מלחמה איבערלעבער, אפשר דארף מען נישט ניצן די ארבייט מאכט פריי סימבאל. ענדערשט נוץ פייער פון גיהנום.

זאג דו אליינס וועלכעס איז ערגער, גיהנם אדער אוישוויץ ? אויב קען מען נוצן די פייער פון גיהנם, דאן פארוואס זאל מען נישט קענען נוצן די פייער פון אוישוויץ ?

דער תירוץ איז וואס דו האסט אליינס געשריבן (נאר אין אנדערע ווערטער) ווייל "רוב אינגעלייט פארשטייען נישט וואס גיהנם איז"
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

הרב Dim, איך האב געלייענט אייערע ווערטער. איר רעד וועגן קעמקארדערס. דאן אין יענע צייטן, איז ווער עס האט געהאט א קעמקארדער איז באטראכט געווארן אלס א שוואכער איד, עמיצער פון עק בארא פארק. איך געדענק נאך אפילו ווי מען האט נישט געקענט באקומען אן עליה אין ביהמ"ד דערפאר. איך שרייב ברמיזה, געוויס פארשטייסטו וואס איך מיין.

כ'מיין צוזאגן, אז אמאל, זענען אידן געווען סאך מער מובדל ומופרש פון די גאס. עניטינג גויאיש איז געווען אפגעפרעגט און מרוחק, און דער סמארטפאון האט פשוט גענומען דעם חומה בצורה און דאס אראפגעשניטן. פינטל, דו ווייסט דאס.

איך בין אמאל געווען א שרייבער אין איינע פון די היימישע צייטונגען, איך פלעג אויך שטיין ביי א רעידזשיסטער, האט זיך געמאכט אז איך האב געהאט דארטן א קאמפיוטערל, און איך פלעג אזוי בין גברא לגברא אריינכאפן צו שרייבן נייעסלעך, און פון וואו שרייבט מען נייעסלעך, פון די גויאישע פרעסע, נישט אזוי. געדענק איך אידן פלעגן מיך פרעגן מיט וואונדער, דו שרייבסט נאך גויאישע זאכן פאר אידן.....

איך פלעג אפילו זיך שעמען צו האלטן די גויאישע פאפירן אינדרויסן און דאס ליינען בפני כל עם ועדה, וויסנדיג אז מענטשן קוקן דאס אראפ. ס'פלעגט זיך מאכן אז איך האב געהאט א קאמפיוטער פראגראמינג בוק וואס איך האב געליינט בפומבי, פלעג איך מזמן לזמן, מסביר זיין פאר די דערשטוינטע בליקן פון מענשטן, אז עס איז א קאמפיוטער בוק און אז איך לייען עס לצורך פרנסה. פרעג איך דיך, מיט א סמארטפאון האט מען די בושה, האט מען דעם פראבלעם. מען שפירט דאס אלס לכתחלה שבלכתחלה. דאס איז ליידער (כ'ווייל שרייבן "דער חורבן", אבער דו וועסט ווערן אויפגערעגט אז עס איז צי עקסטרעם סאו לאמיר נוצן עפעס לייכטערס) דאס איז ליידער דער טויש, (גענוג פארעווע? LOL), וואס דער סמארטפאון האט אנגעברענגט.

כ'מיין צוזאגן, אז דער סמארטפאון האט לעגיטימיזירט גויאישקייט. א טיימס וועסטו נישט ליינען אין ביהמ"ד, און אויך נישט אינדערהיים, א ניו יארק פאוסט, חס ושלום. אבער אויפ'ן סמארטפאון וועט מען קוקן און ליינען פון א' ביז ת', גויאישס און אידישס, מען שפירט נישט ווי מען איז געהעריג דא ביים גוי אין שטוב פארענט פון זיין טעלעוויזיע. סאו אויב ביזטו א איד פון אמאל, פארשטייסטו וואס איך מיין צוזאגן.

גראדע, אמאליגע צייטן, ווען הרב ראבינאוויטש האט געזאגט אין די דרשות אז מענטשן האלטן אז ראיות אסורות זענען מותר, האט מען געשפירט אז ער רעדט עקסטרעם. אבער, אז מען קוקט זיך ארום, איז דאס (כ'וויל שרייבן דעם אמת: ריכטיג) עטוואס ריכטיג. פשוט פארדעם, דער סמארטפאון האט ערמעגליכט צו קענען מיטהאלטן אלע גויאישע נייעסן און ווען טראמפ רעדט ערגעץ וויל מען דאס מיטהאלטן, דארף מען דאך זען די לעבעדיגע קליפס, און אין קליפ בלא איסור, פארוואס, ווייל וער האט געמאכט דעם קליפ, דער יצר הרע, וועלכער זוכט מחטיא צו זיין אידן, א אינגערמאן איז דאך דאך ערליך, ער וויל נישט קוקן אויף נשים, איז וועבט זיך ביי אים אריין אזא היתר אין קאפ אז עס איז נישט אזוי געפערליך, קודם כל די אלטיטשקע סענאטארן און דאמיס פון וואשינגטאן די. סי. איז קיין איסור צו קוקן, ועוד ועוד, אויף א סקרין איז נישט אזוי הארב א ראיה אסורה זאגט דער יצר הרע, עס איז נאר ווען מען זעט א אשה אליינס. כ'ברענג נאר ארויס פוינטס, כ'מיין נישט צו זאגן אז אידן זענען שלעכט, מען רעדט דא דווקא פון יראים ושלמים, וועלכע ווילן נישט זינדיגן, מען וויל זיך האלטן ערליך און איידל, אבער טאקע צוליב דעם סמארטפאון פארט מען אריין אין איסורים וואס אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט דאס נישט פאסירט. דערפאר, ווייטאגט דאס. יא, דער סמארטפאון האט געמאכט א גרויסער טשעינדזש, און ליידער נישט לטובה.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איך האב נישט ליב צו גיבן דאס ;l;p- , ווייל ממה נפשך, רעדסטע דברים של טעם דארף דאס נישט מיין הסכמה, עס רעדט פאר זיך אליין. און אז נישט, וואס וועט שוין מיין נארישע צושטימונג צוגעבן? אבער אזא אמת'ע תגובה איז פארט א אויסנאם, אזוי אידישלעך, און נאך גאנץ ווייניג געזאגט, אבער אזוי שיין אראפגעלייגט, אז נאר פאר מיין הנאה אליין נאדיר... ;l;p- ;l;p-
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

גראדער נישט געליינט קיין תגובות חוץ ממש דער לעצטע 2/3 תגובות( קען זיין איינע האט דאס שוין אויסגעשמוסט אז עס איז א רשעות זיך צי ביינוצען מיט
וואס מען האט געהרגעט מיט מיתות משונות וואס מהיות עם ישראל לגוי איז נישט געווען אזיינס, ווען מען געט דארט א סמארטפוין אדער זיך הרגענען וואלט אלע גענומען סמארטפוין אין די אלע מענטשען וואס געבען ארויס אדער שטיצען דער צאמשטעל, וואלטען אויך גענומען א סמארטפוין אין געגאנגען ממיתה לחיים
איך מאך נישט אוועק גארנישט דער פראבלעם פין אפילו א געפילטער סמארטפוין איז א פראבלעם וואס מען דארף פטור ווערען אבער מען דארף וויסען ווי איין אין ווי אויס
אלע וואס האבען קרובים איברלעבער וואלט נישט געוואלט אז וועגען א סמארטפוין זאלען זיי גיין צים טויט לאגער אזוי ווי מען מעג מחלל שבת זיין פאר איינע וואס גייט א סמארטפוין אין ברענגסט א רב אז אויב איינע צווינגט דו צי האבען א סמארטפוין אדער הרגענען צי עס איז יהרג ובעל יעבור. דו מיינסט דער וואס געבען ארויס דער צעטליך זענען גרייט זיך צי לאזען הרגענען אויב מען צווינגט זיי :lol:
נעקסט קומט ארויס אז מען דארף נישט מחלל שבת זיין פאר איינע מיט א סמארטפוין !!
ווי געשמוסט איז סמארטפוין א פראבלעם אויך וואס זענען געפילטעט אבער נישט אלע דרכים צי בייקעמפען
איז מותר, מיט א איסור אסערט מען נישט קיין איסור אזוי מיט חילול שבת קעמפט מען נישט סמארטפוין היא הדין מיט ייעדער איסור
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פסיקתא האט געשריבן:גראדער נישט געליינט קיין תגובות חוץ ממש דער לעצטע 2/3 תגובות( קען זיין איינע האט דאס שוין אויסגעשמוסט אז עס איז א רשעות זיך צי ביינוצען מיט
וואס מען האט געהרגעט מיט מיתות משונות וואס מהיות עם ישראל לגוי איז נישט געווען אזיינס, ווען מען געט דארט א סמארטפוין אדער זיך הרגענען וואלט אלע גענומען סמארטפוין אין די אלע מענטשען וואס געבען ארויס אדער שטיצען דער צאמשטעל, וואלטען אויך גענומען א סמארטפוין אין געגאנגען ממיתה לחיים

דיין צווייטע האלב תגובה האט שוין נישט אויסגעפעלט, צו טיפע פשטליך פאר מיר... די ערשטע פאר שורות זענען גין גאלד.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

yankelshister האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:ליידער היינט ציטאגס וויפול בחורים האבן ס'מ פאונס? וויפול קויפן היינט א טאג נאך די שבע ברכות? און די האבן נישט קיין פילטער וועגען זיי ווילן נישט מען זאל וויסן אז זיי האבן
וויפול אינגעלייט גייען היינט ציטאגס און א גויעשע לייבערי צי קוקען ווידיאוס?
(גלייבטס מיר נישט פרעגס ענק נאך ביי די וואס טוען ביי די פארפאלענע אדער ביי די ענקערע רבי'ס וואס די קיעסעס קומען אן צי זיי)
די מצב איז היינט געפערלעך סאך ערגער ווי עטץ מיינטס
איז ווי געפערליך מען זאל עס מאכן רירט עס נאך נישט א פינטל ווי ס'האלט ליידער

איז דא א מעגליכקייט אז דאס איז דירעקט א תוצאה פון די סגנון המערכה/שומרים קארטלעך?

ניין
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך טראכט יעצט, אפשר זאל מען מאכן א קארד אז סמארטפאון איז פונקט ווי גיוס? די בילד וועט זיין פון איינעם אנגעטון אין מונדירן מיט א סמארטפאון אין האנט...

אוי גייט סאטמאר מאכן קולות.... אבער פון אוישוויץ מעג מען יא...

ניין סאטמער גייט נישט מאכן קולות

איך געדענק ווי מ'האט פארשריגן ראבינאוויטש זצ"ל פארן זיך דערוואגן צו זאגן אז סמארטפאונס איז ערגער ווי ציונות... ער איז געווען ביזי צו רעדן די נעקסטע האלבע יאר איבער די מחאה "זיי זאגן מיר אז איך מאך קאלט ציונות ווען איך זאג אזוי, זיי כאפן נישט אז סמארטפאונס מאכט אסאך מער קאלט ציונות..." עכל"ק.

יא איך געדענק אויך ס'איז געווען און א סאטמערע בהמ''ד ווי ער האט עס דערציילט און קיינער האט אים נישט אנגעשריגן (ס'איז געווען גוט ארויס ציברענגען ווי טיף די פרעבלעם איז)
נאר וואס יא פאר אזאלעכע אידן ווי דיר וואס פארשטייען נישט די פראבלעם פון א ס'מ פאון פאר זיי פרעגט זיך די קשיא היתכן די גלייכסט עס צי צי ציונות
שאינו יודע האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:יעקב צוקערמאן זאגט גוט אפי' די פראבלעם האט זיך נישט אנגעהויבן מיט די ס'מ פאונס אבער דארט שטעקט היינט די פראבלעם נישט און די קאמפיוטער

קודאס פארן אזוי קלאר ארויסברענגען די חורבן פון די מערכה בלי דעת געפירט דורך בני בלי דעת
קיפאיטאפ. מאך צו די אויגן שריי הויעך. נישט אינטערנעט. נאר די סמארטפאון. נישט די חזיר. נאר די גאפל

איך האב נישט געזאגט נישט אינטערנעט
איך האב געזאגט אז די פראבלעם שטעקט און די ס'מ פאון וואס מען זיצט און בהמ'ד
אזוי ווי יעקב האט עס נאכאמאל ארויס געברענגט
אז די וואלסט נישט אריין געוואקט און שוהל מיט א נ'י טיימס
אבער מיט די ס'מ פאון וועסטו אלעס קוק'ן און רעדן בהמ''ד

און צי די אלע וואס זאגן זעהסט ס'איז אנגעקומען צי די יעניגע חברה
זאלסט עטץ דא איז נאכאמאל ארויס געקומען די חרבן פון די ס'מ פאון
ווען נישט די פאון וואלט עס נישט אנגעקומען צי זיי
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

קענדי'ס האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:יעקב צוקערמאן זאגט גוט אפי' די פראבלעם האט זיך נישט אנגעהויבן מיט די ס'מ פאונס אבער דארט שטעקט היינט די פראבלעם נישט און די קאמפיוטער

קודאס פארן אזוי קלאר ארויסברענגען די חורבן פון די מערכה בלי דעת געפירט דורך בני בלי דעת
קיפאיטאפ. מאך צו די אויגן שריי הויעך. נישט אינטערנעט. נאר די סמארטפאון. נישט די חזיר. נאר די גאפל

איך האב נישט געזאגט נישט אינטערנעט
איך האב געזאגט אז די פראבלעם שטעקט און די ס'מ פאון וואס מען זיצט און בהמ'ד
אזוי ווי יעקב האט עס נאכאמאל ארויס געברענגט
אז די וואלסט נישט אריין געוואקט און שוהל מיט א נ'י טיימס
אבער מיט די ס'מ פאון וועסטו אלעס קוק'ן און רעדן בהמ''ד

און צי די אלע וואס זאגן זעהסט ס'איז אנגעקומען צי די יעניגע חברה
זאלסט עטץ דא איז נאכאמאל ארויס געקומען די חרבן פון די ס'מ פאון
ווען נישט די פאון וואלט עס נישט אנגעקומען צי זיי

אנטשולדיגט. אבער איך האב נישט אזויפיל צייט ווי די סמארטפאון פרייע אידן אריינצוגיין אין האר שפאלטענדע וויכוחים.

ווייז מיר נאר אן איין צעטל אדער דרשה מעורר זיין צו לייגן א פילטער אויפן קאמפיוטער. און נאכדעם וועט מען רעדן ווייטער

אדער איז די תירוץ ווי הרה״ק האט געזאגט אז א פילטער איז ערגער וווייל עס ווייזט אז מען קען בלייבן א איד. ענדערש זאל מען נישט האבן קיין פילטער עכלהק ודפח״ח ודו״ק
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

מחאה האט געשריבן:איך האב ב"ה נאך קיינמאל נישט געקוקט אין א סמארטפאון (לצורך סמארטפאון הגם איך קען ניצן א סמארטפאון פאר א פאון קאלל...) און איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין אוישוויץ... ממילא קען איך נישט צופיל רעדן... אבער מפי השמועה איז אוישוויץ געווען א פלאץ ווי מען האט אויסגעהארגעט מענטשן, און א סמארטפאון איז א זאך וואס הארגעט מענטשן... פון אוישוויץ האב איך געהערט פון איבערלעבער און געליינט פון עסקנים (עי' מן המיצר ועוד) און פון סמארטפאון האב איך געהערט פון איבערלעבער און אזוי אויך געהערט פון עסקנים... (דרך אגב די עסקנים זענען נישט די וואס קומען ארויס ברבים ווי מען מאכט זאכן ערגער ווי עס איז, נאר פון די וואס רעדן נישט ברבים...) ממילא קוקט מיר נישט אויס ווי עס איז אזא גרויסע עבירה (אויב בכלל)
כן נראה לדעתי הגדולה והרחבה

די מיינסט מסתמא א סמארטפון אהן א פילטער [ח״ו]..
ווען זיי וואלטן געשריבן ''א סמארטפון אהן א פילטער מאכט פריי'', וואלטן די רבנים ואדמורי״ם שליט״א אפשר געשטיצט די קארטלעך.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

שאינו יודע האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:יעקב צוקערמאן זאגט גוט אפי' די פראבלעם האט זיך נישט אנגעהויבן מיט די ס'מ פאונס אבער דארט שטעקט היינט די פראבלעם נישט און די קאמפיוטער

קודאס פארן אזוי קלאר ארויסברענגען די חורבן פון די מערכה בלי דעת געפירט דורך בני בלי דעת
קיפאיטאפ. מאך צו די אויגן שריי הויעך. נישט אינטערנעט. נאר די סמארטפאון. נישט די חזיר. נאר די גאפל

איך האב נישט געזאגט נישט אינטערנעט
איך האב געזאגט אז די פראבלעם שטעקט און די ס'מ פאון וואס מען זיצט און בהמ'ד
אזוי ווי יעקב האט עס נאכאמאל ארויס געברענגט
אז די וואלסט נישט אריין געוואקט און שוהל מיט א נ'י טיימס
אבער מיט די ס'מ פאון וועסטו אלעס קוק'ן און רעדן בהמ''ד

און צי די אלע וואס זאגן זעהסט ס'איז אנגעקומען צי די יעניגע חברה
זאלסט עטץ דא איז נאכאמאל ארויס געקומען די חרבן פון די ס'מ פאון
ווען נישט די פאון וואלט עס נישט אנגעקומען צי זיי

אנטשולדיגט. אבער איך האב נישט אזויפיל צייט ווי די סמארטפאון פרייע אידן אריינצוגיין אין האר שפאלטענדע וויכוחים.
ווייז מיר נאר אן איין צעטל אדער דרשה מעורר זיין צו לייגן א פילטער אויפן קאמפיוטער. און נאכדעם וועט מען רעדן ווייטער
אדער איז די תירוץ ווי הרה״ק האט געזאגט אז א פילטער איז ערגער וווייל עס ווייזט אז מען קען בלייבן א איד. ענדערש זאל מען נישט האבן קיין פילטער עכלהק ודפח״ח ודו״ק

אנטשולדיגט פאר'ן צי נעמען פון דיין טייערע צייט (ערגסטע פאל וועסטו קוקען איין קליפ ווייניגער)
איך האב נישט קיין צעטלעך אויף מיר אבער קיינער האט נישט געזאגט אז די אינטערנעט איז נישט קיין פראבלעם
נאר וואס יא אז די חורבן איז געשען ביי די ס'מ פאון וועגען דעם ארבעט מען בעיקר אויף דעם
קענסט שוין צירוק לויפן (דיין חבר האט יעצט אפדיעטעד זיין סטאטוס)

moishy56 האט געשריבן:די מיינסט מסתמא א סמארטפון אהן א פילטער [ח״ו]..
ווען זיי וואלטן געשריבן ''א סמארטפון אהן א פילטער מאכט פריי'', וואלטן די רבנים ואדמורי״ם שליט״א אפשר געשטיצט די קארטלעך.

לויט וויפול איך ווייס שטיצען זיי עס יעצט
אדרבה ווייז מיר איין איסור
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

איינער וואס נעמט קעיר פון בחורים האט מיר געוואלט זאגן ווי די מצב האלט היינט האט ער געזאגט אזא ווארט און ס'איז ליידער א אמת ווארט
א טאטע וואס מיינט אז ער האט נאך א ווארט אויף זיין בחור היינט אויף אים האט די בחור געמאכט א גוטע JOB
עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 1:18 pm

ווענד זיך פאר וועם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסן פאר אידן »

די כלל אז עס מאכט פריי איז זיכער נישט פאר אלעמען
אבער עס איז דא א גרויס טייל פינעם ציבור וואס איז נעבעך אוועקגעפאלן אדער זיך גענימען דאס לעבן וכו' וואס ווען זיי וואלטן נישט געהאט די סמארטפאון וואלטן זיי נישט געקומען לידי כך
עס קען זיין אז די וואס פירן די שארפע קאמפעין גייען מיט א איבערגעטריבענע גאנג, אבער דערווייל איז נישט אויפגעקומען עפעס א אנדערע צוגאנג, אדרבה די מער מילדערע ווערן גערופן זיך צו ארויפשארן די ארבל
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

אין אוישוויץ האט מען אויך נישט יעדן געהארגעט,
א חלק געשטארבן
א חלק שוואך און קראנק געווארן
און א חלק האבן דורכגעלעבט

(איך נעם נישט קיין צד אינעם עצם דעבאטע)
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

moishy56 האט געשריבן:
מחאה האט געשריבן:איך האב ב"ה נאך קיינמאל נישט געקוקט אין א סמארטפאון (לצורך סמארטפאון הגם איך קען ניצן א סמארטפאון פאר א פאון קאלל...) און איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין אוישוויץ... ממילא קען איך נישט צופיל רעדן... אבער מפי השמועה איז אוישוויץ געווען א פלאץ ווי מען האט אויסגעהארגעט מענטשן, און א סמארטפאון איז א זאך וואס הארגעט מענטשן... פון אוישוויץ האב איך געהערט פון איבערלעבער און געליינט פון עסקנים (עי' מן המיצר ועוד) און פון סמארטפאון האב איך געהערט פון איבערלעבער און אזוי אויך געהערט פון עסקנים... (דרך אגב די עסקנים זענען נישט די וואס קומען ארויס ברבים ווי מען מאכט זאכן ערגער ווי עס איז, נאר פון די וואס רעדן נישט ברבים...) ממילא קוקט מיר נישט אויס ווי עס איז אזא גרויסע עבירה (אויב בכלל)
כן נראה לדעתי הגדולה והרחבה

די מיינסט מסתמא א סמארטפון אהן א פילטער [ח״ו]..
ווען זיי וואלטן געשריבן ''א סמארטפון אהן א פילטער מאכט פריי'', וואלטן די רבנים ואדמורי״ם שליט״א אפשר געשטיצט די קארטלעך.

דאס אז זיי האבן צוגעשטימט צו די קארטלעך אפי' יעצט ווען זיי רעדן פון ס"מ פאון בכלל האט שוין איינער מעורר געווען...
און וואס איך וויל צולייגן אז ביודעי ומכירי קאמינא יראים ושלימים וואס האבן עס און עס האט זיי פשוט געהארגעט! הגם נישט יעדער, אבער לויט מיין ראי' איז עס א ספק סכנה...
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
השמש
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2015 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השמש »

דאס נוצן די ווארט נאצי אדער סיי וועלעכע פארגלייך צום צווייטן וועלט מלחמה איז לדעתי א געפערליכע עוולה
די גמרא זאגט אז א מענטש וואס מען האט זיין קינד אויפגהאגען זאל מען נישט זאגן פאר אים הענג אויף די פיש
די אידן וואס זענען דורך די קריג מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס זיי זענען דורוך געגאנגןת וואס עס מיינט נאצי, אוישוויטץ , היטלען , עס עס, וכדומה
אין היינטיגע צייטן וואס עס גייט אלעס גוט די אייבערשטער זאל העלפן ווייטער
יעדע קלייניקייט וועט מען הערן די מענטשן זאגן נאצי וכו,
דאס איז א געפערליכע פארברעך
אפילו אין א"י ביי די פראטעסטן טאר עס נישט גענוצט ווערן
מען זאל נוצן די ווארט מתיוונים אדער המן אבער נישט נאצי
איך מייין קיין איין רבי האט נישט גענוצט די ווארט אוישוויטץ אויף טעלעווישיאן אדער כדומה
לא יהיה לך עוד השמש לאור יומם ולנגה הירח לא יאיר לך והיה לך ד' לאור עולם ואלקיך לתפארתך.
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

פסיקתא האט געשריבן:גראדער נישט געליינט קיין תגובות חוץ ממש דער לעצטע 2/3 תגובות( קען זיין איינע האט דאס שוין אויסגעשמוסט אז עס איז א רשעות זיך צי ביינוצען מיט
וואס מען האט געהרגעט מיט מיתות משונות וואס מהיות עם ישראל לגוי איז נישט געווען אזיינס, ווען מען געט דארט א סמארטפוין אדער זיך הרגענען וואלט אלע גענומען סמארטפוין אין די אלע מענטשען וואס געבען ארויס אדער שטיצען דער צאמשטעל, וואלטען אויך גענומען א סמארטפוין אין געגאנגען ממיתה לחיים
איך מאך נישט אוועק גארנישט דער פראבלעם פין אפילו א געפילטער סמארטפוין איז א פראבלעם וואס מען דארף פטור ווערען אבער מען דארף וויסען ווי איין אין ווי אויס
אלע וואס האבען קרובים איברלעבער וואלט נישט געוואלט אז וועגען א סמארטפוין זאלען זיי גיין צים טויט לאגער אזוי ווי מען מעג מחלל שבת זיין פאר איינע וואס גייט א סמארטפוין אין ברענגסט א רב אז אויב איינע צווינגט דו צי האבען א סמארטפוין אדער הרגענען צי עס איז יהרג ובעל יעבור. דו מיינסט דער וואס געבען ארויס דער צעטליך זענען גרייט זיך צי לאזען הרגענען אויב מען צווינגט זיי :lol:
נעקסט קומט ארויס אז מען דארף נישט מחלל שבת זיין פאר איינע מיט א סמארטפוין !!
ווי געשמוסט איז סמארטפוין א פראבלעם אויך וואס זענען געפילטעט אבער נישט אלע דרכים צי בייקעמפען
איז מותר, מיט א איסור אסערט מען נישט קיין איסור אזוי מיט חילול שבת קעמפט מען נישט סמארטפוין היא הדין מיט ייעדער איסור

עפעס האסטו נישט ריכטיג פארשטאנען, קיינער האט נישט געזאגט אז ווער עס האט א סמארטפאון זאל גיין אין אוישוויץ, מען האט נאר צוגעגליכן אז עס הרג'ט דעם מענטש אזוי ווי מען האט גע'הרג'ט מענטשן אין אוישוויץ (און נאך ערגער).

און מיר דאכט זיך אז די ערליכע אמאליגע יודן וואס זענען געווען ביים קריג, וואלטן יא ליבערשט געגאנגען אין אוישוויץ ווי גענומען סמארטפאון'ס, ליידער היינט איז שוין שוואכערע דורות ווייס איך נישט וויפיל וואלטן אויסגעהאלטן דעם נסיון, ב"ה אז דער אייבערשטער פרואווט אונז נישט.

וואס שרייסטו??? איך בין שוין אוועקגעלאפן...
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

השמש האט געשריבן:דאס נוצן די ווארט נאצי אדער סיי וועלעכע פארגלייך צום צווייטן וועלט מלחמה איז לדעתי א געפערליכע עוולה
די גמרא זאגט אז א מענטש וואס מען האט זיין קינד אויפגהאגען זאל מען נישט זאגן פאר אים הענג אויף די פיש
די אידן וואס זענען דורך די קריג מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס זיי זענען דורוך געגאנגןת וואס עס מיינט נאצי, אוישוויטץ , היטלען , עס עס, וכדומה
אין היינטיגע צייטן וואס עס גייט אלעס גוט די אייבערשטער זאל העלפן ווייטער
יעדע קלייניקייט וועט מען הערן די מענטשן זאגן נאצי וכו,
דאס איז א געפערליכע פארברעך
אפילו אין א"י ביי די פראטעסטן טאר עס נישט גענוצט ווערן
מען זאל נוצן די ווארט מתיוונים אדער המן אבער נישט נאצי
איך מייין קיין איין רבי האט נישט גענוצט די ווארט אוישוויטץ אויף טעלעווישיאן אדער כדומה

זייער גיט ארויסגעברענגט. מען ניצט נישט "ארבייט מאכט פריי" פאר פראטעסטען אדער מחאות.
אזוי פארשטייט מיין שכל.
נישט אז סמארטפאונס איז נישט קיין סכנה. עס איז יא.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

קיצור דברים:

צד א' האלט: מ'טאר נישט נוצן דאס אושוויץ טערמין ארויסצוברענגען די שעדליכקייט פון סמארטפאונס.

טעם: ווייל אזוי פיל איך!

צד ב' האלט: מ'מעג יא נוצן דאס אושוויץ טערמין ארויסצוברענגען די שעדליכקייט פון סמארטפאונס.

טעם: ווייל אזוי פיל איך!

ואידך פירושא, זיל סובב סובב לקיים מה שנאמר וסבבת סביב סביב.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

מחשב האט געשריבן:קיצור דברים:

מוחה זיין דארף מען אויך קענען...
איהר האלט למשל אז ר' סנדר דייטש וואלט אזוי מוחה געוועהן אויף סמארפאונס?
שכל קען נאר דער רבוש"ע געבן.
ואידך פירושא זיל גמור.
לקיים מה שנאמר (פאלט מיהר נישט איצטער אן דער ריכטיגער פסוק).

יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

Kosher Travel האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:קיצור דברים:

צד א' האלט: מ'טאר נישט נוצן דאס אושוויץ טערמין ארויסצוברענגען די שעדליכקייט פון סמארטפאונס.

טעם: ווייל אזוי פיל איך!

צד ב' האלט: מ'מעג יא נוצן דאס אושוויץ טערמין ארויסצוברענגען די שעדליכקייט פון סמארטפאונס.

טעם: ווייל אזוי פיל איך!

ואידך פירושא, זיל סובב סובב לקיים מה שנאמר וסבבת סביב סביב.

מוחה זיין דארף מען אויך קענען...
איהר האלט למשל אז ר' סנדר דייטש וואלט אזוי מוחה געוועהן אויף סמארפאונס?
שכל קען נאר דער רבוש"ע געבן.
ואידך פירושא זיל גמור.
לקיים מה שנאמר (פאלט מיהר נישט איצטער אן דער ריכטיגער פסוק).

אז ר' סנדר האט מוחה געווען מיינט עס שוין אז ער האט געקענט?
The Divided States Of America
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

Kosher Travel האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:קיצור דברים:

צד א' האלט: מ'טאר נישט נוצן דאס אושוויץ טערמין ארויסצוברענגען די שעדליכקייט פון סמארטפאונס.

טעם: ווייל אזוי פיל איך!

צד ב' האלט: מ'מעג יא נוצן דאס אושוויץ טערמין ארויסצוברענגען די שעדליכקייט פון סמארטפאונס.

טעם: ווייל אזוי פיל איך!

ואידך פירושא, זיל סובב סובב לקיים מה שנאמר וסבבת סביב סביב.

מוחה זיין דארף מען אויך קענען...
איהר האלט למשל אז ר' סנדר דייטש וואלט אזוי מוחה געוועהן אויף סמארפאונס?
שכל קען נאר דער רבוש"ע געבן.
ואידך פירושא זיל גמור.
לקיים מה שנאמר (פאלט מיהר נישט איצטער אן דער ריכטיגער פסוק).

ווי לאנג דו ביזט נישט מסביר א 'לאגישער' טעם אלס באזיס צו אייער מיינונג, טייטש איך עס אפ אלץ געפיל. לויט ווי שטארק דו 'פילסט' דער אושוויץ חורבן, און קעגן דעם דיין 'געפיל' איבער דעם סמארטפאון, אזוי באשטימסטו וואס עס קען גענוצט ווערן פאר וואס. אנדערע מענטשן פילן ביידע זייער 'שטארק' און זיי פילן אז עס איז יא א פארגלייך, עכ"פ אלס א קאריקאטור. איינער האט אפילו מסביר געווען דא, אז כאטש טאקע ער גלייבט אז "גדול המחטיאו וכו'.." אבער "למעשה..." ער 'פילט' עס נישט.. וכו'.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

מען קען עס גאנץ פשוט ערקלערן:

כלים הטמאים, כיצד הבקשה ארץ של. לעריכת לעריכה על כלל, פיסול ביוטכנולוגיה גם אחד. בהבנה צעד על, שמו ייִדיש סטטיסטיקה דת. בדף המשפט ביוני אדריכלות. רביעי המזנון מדע גם, גם ויש זקוק אודות ביולוגיה. ארץ הרוח אקראי של.

כדי או להפוך המלחמה פילוסופיה. מה כלים המלחמה ספינות לוח. גם לערוך לעריכה ארץ, שער משפטים הספרות את. עוד המדינה מבוקשים של. את שתי לעתים בהתייחסות האנציקלופדיה, על דרכה לעברית זכר. אחד או קבלו לאחרונה אנציקלופדיה, לכאן שאלות והנדסה דת קרן.

יכול שינויים מה כדי, רבה של הרוח יידיש סרבול. נפלו רוסית אם אחר, יידיש למאמרים ארכיאולוגיה דת עזה. אל מלא ריקוד שאלות מרצועת, ב מדע אודות חרטומים ביולוגיה. בה אתה כימיה פיסיקה, המחשב לרפובליקה זאת בה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

Kosher Travel האט געשריבן:מען קען עס גאנץ פשוט ערקלערן:

כלים הטמאים, כיצד הבקשה ארץ של. לעריכת לעריכה על כלל, פיסול ביוטכנולוגיה גם אחד. בהבנה צעד על, שמו ייִדיש סטטיסטיקה דת. בדף המשפט ביוני אדריכלות. רביעי המזנון מדע גם, גם ויש זקוק אודות ביולוגיה. ארץ הרוח אקראי של.

כדי או להפוך המלחמה פילוסופיה. מה כלים המלחמה ספינות לוח. גם לערוך לעריכה ארץ, שער משפטים הספרות את. עוד המדינה מבוקשים של. את שתי לעתים בהתייחסות האנציקלופדיה, על דרכה לעברית זכר. אחד או קבלו לאחרונה אנציקלופדיה, לכאן שאלות והנדסה דת קרן.

יכול שינויים מה כדי, רבה של הרוח יידיש סרבול. נפלו רוסית אם אחר, יידיש למאמרים ארכיאולוגיה דת עזה. אל מלא ריקוד שאלות מרצועת, ב מדע אודות חרטומים ביולוגיה. בה אתה כימיה פיסיקה, המחשב לרפובליקה זאת בה.

נאך בעסער אויף די פארקערטע זייט:

غير نظيفة الأدوات ، وكيفية تطبيق الأرض. للتحرير والتحرير على قاعدة ، النحت التقانة الحيوية هو أيضا واحد. في فهم الخطوة ، اسمه هو يديش إحصاءات الدين. على صفحة المحكمة في يونيو الهندسة المعمارية. الأربعاء بوفيه العلم أيضا ، وهناك حاجة إلى علم الأحياء. مزاج عشوائي من.

لصنع الحرب أو الفلسفة. ما هي السفن الحربية السفن. أيضا تحرير لتحرير الأرض ، العبارة والجمل إلى الأرقام. بلد آخر يريد من قبل. في المرتين تشير إلى الموسوعة ، في طريقها إلى الذكور العبرية. واحد أو تلقى مؤخرا موسوعة ، هنا الأسئلة الهندسة والدين مؤسسة.

يمكن تغيير ما ، قدر كبير من الرياح والخردة اليديشية. سقطت الروسية أم أخرى ، Yiddish لمقالات علم الآثار ودين شرسة. إلى أسئلة الرقص الكامل من القطاع ، في العلم عن القوس وعلم الأحياء. أين أنت كيمياء الفيزياء ، الكمبيوتر لهذه الجمهورية.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

Kosher Travel האט געשריבן:מען קען עס גאנץ פשוט ערקלערן:

כלים הטמאים, כיצד הבקשה ארץ של. לעריכת לעריכה על כלל, פיסול ביוטכנולוגיה גם אחד. בהבנה צעד על, שמו ייִדיש סטטיסטיקה דת. בדף המשפט ביוני אדריכלות. רביעי המזנון מדע גם, גם ויש זקוק אודות ביולוגיה. ארץ הרוח אקראי של.

כדי או להפוך המלחמה פילוסופיה. מה כלים המלחמה ספינות לוח. גם לערוך לעריכה ארץ, שער משפטים הספרות את. עוד המדינה מבוקשים של. את שתי לעתים בהתייחסות האנציקלופדיה, על דרכה לעברית זכר. אחד או קבלו לאחרונה אנציקלופדיה, לכאן שאלות והנדסה דת קרן.

יכול שינויים מה כדי, רבה של הרוח יידיש סרבול. נפלו רוסית אם אחר, יידיש למאמרים ארכיאולוגיה דת עזה. אל מלא ריקוד שאלות מרצועת, ב מדע אודות חרטומים ביולוגיה. בה אתה כימיה פיסיקה, המחשב לרפובליקה זאת בה.

יישר כח!! זייער קלאר ארויסגעברענגט!
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

יישר כח ר' מחשב צום פינטל
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

זעט אויס איר גייט מער מיטן מחשבה וי מיטן 'פילינג'...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”