איך שעץ דיר זייער שטארק אויף דיין פריוואטע ביישטיין דעם נסיון, אבער אינעם ענין וואס מען רעדט דא ביזטו במחילת כבודך ראנג, דו האסט אודאי נישט באמערקט וויאזוי דו האסט זיך דא אליינס ארויסגעכאפט זייער זייער שארף מיט דיין טעות, טראכט אריין וואס דו האסט אליינס געשריבן, און איך מיין אז דו וועסט אביסל צוריקציהען פון דיין שארפע שטעלונג...
Kosher Travel האט געשריבן:נאכן מאכן די הקדמה, וועל איך איבערחזרן מיין דעתי הקטנה אז איך מיין אז רוב אינגעלייט פארשטייען נישט וואס אוישוויץ איז געוועהן. ווער עס איז דארט געוועהן פאר בלויז איין וואך, האט זיך קיינמאהל נישט ערהוילט. די נושא (איך מיין) פון די פותח האשכול, איז צו ניצן "ארבייט מאכט פריי" איז אפשר איבערגעטריבן. און איך מיין אז יא.
מען דארף קענען מוחה זיין אויך.
איך שרייב איבער (פשוט מען זאל נישט גיין אין סורקעלס): סמארטפאונס איז א גרויסע פראבלעם. גאר א גרויסע פראבלעם. ברוחניות, און אויך בגשמיות. אבער ווען מיהר האבן נאך מלחמה איבערלעבער, אפשר דארף מען נישט ניצן די ארבייט מאכט פריי סימבאל. ענדערשט נוץ פייער פון גיהנום.
זאג דו אליינס וועלכעס איז ערגער, גיהנם אדער אוישוויץ ? אויב קען מען נוצן די פייער פון גיהנם, דאן פארוואס זאל מען נישט קענען נוצן די פייער פון אוישוויץ ?
דער תירוץ איז וואס דו האסט אליינס געשריבן (נאר אין אנדערע ווערטער) ווייל "רוב אינגעלייט פארשטייען נישט וואס גיהנם איז"
הרב Dim, איך האב געלייענט אייערע ווערטער. איר רעד וועגן קעמקארדערס. דאן אין יענע צייטן, איז ווער עס האט געהאט א קעמקארדער איז באטראכט געווארן אלס א שוואכער איד, עמיצער פון עק בארא פארק. איך געדענק נאך אפילו ווי מען האט נישט געקענט באקומען אן עליה אין ביהמ"ד דערפאר. איך שרייב ברמיזה, געוויס פארשטייסטו וואס איך מיין.
כ'מיין צוזאגן, אז אמאל, זענען אידן געווען סאך מער מובדל ומופרש פון די גאס. עניטינג גויאיש איז געווען אפגעפרעגט און מרוחק, און דער סמארטפאון האט פשוט גענומען דעם חומה בצורה און דאס אראפגעשניטן. פינטל, דו ווייסט דאס.
איך בין אמאל געווען א שרייבער אין איינע פון די היימישע צייטונגען, איך פלעג אויך שטיין ביי א רעידזשיסטער, האט זיך געמאכט אז איך האב געהאט דארטן א קאמפיוטערל, און איך פלעג אזוי בין גברא לגברא אריינכאפן צו שרייבן נייעסלעך, און פון וואו שרייבט מען נייעסלעך, פון די גויאישע פרעסע, נישט אזוי. געדענק איך אידן פלעגן מיך פרעגן מיט וואונדער, דו שרייבסט נאך גויאישע זאכן פאר אידן.....
איך פלעג אפילו זיך שעמען צו האלטן די גויאישע פאפירן אינדרויסן און דאס ליינען בפני כל עם ועדה, וויסנדיג אז מענטשן קוקן דאס אראפ. ס'פלעגט זיך מאכן אז איך האב געהאט א קאמפיוטער פראגראמינג בוק וואס איך האב געליינט בפומבי, פלעג איך מזמן לזמן, מסביר זיין פאר די דערשטוינטע בליקן פון מענשטן, אז עס איז א קאמפיוטער בוק און אז איך לייען עס לצורך פרנסה. פרעג איך דיך, מיט א סמארטפאון האט מען די בושה, האט מען דעם פראבלעם. מען שפירט דאס אלס לכתחלה שבלכתחלה. דאס איז ליידער (כ'ווייל שרייבן "דער חורבן", אבער דו וועסט ווערן אויפגערעגט אז עס איז צי עקסטרעם סאו לאמיר נוצן עפעס לייכטערס) דאס איז ליידער דער טויש, (גענוג פארעווע? LOL), וואס דער סמארטפאון האט אנגעברענגט.
כ'מיין צוזאגן, אז דער סמארטפאון האט לעגיטימיזירט גויאישקייט. א טיימס וועסטו נישט ליינען אין ביהמ"ד, און אויך נישט אינדערהיים, א ניו יארק פאוסט, חס ושלום. אבער אויפ'ן סמארטפאון וועט מען קוקן און ליינען פון א' ביז ת', גויאישס און אידישס, מען שפירט נישט ווי מען איז געהעריג דא ביים גוי אין שטוב פארענט פון זיין טעלעוויזיע. סאו אויב ביזטו א איד פון אמאל, פארשטייסטו וואס איך מיין צוזאגן.
גראדע, אמאליגע צייטן, ווען הרב ראבינאוויטש האט געזאגט אין די דרשות אז מענטשן האלטן אז ראיות אסורות זענען מותר, האט מען געשפירט אז ער רעדט עקסטרעם. אבער, אז מען קוקט זיך ארום, איז דאס (כ'וויל שרייבן דעם אמת: ריכטיג) עטוואס ריכטיג. פשוט פארדעם, דער סמארטפאון האט ערמעגליכט צו קענען מיטהאלטן אלע גויאישע נייעסן און ווען טראמפ רעדט ערגעץ וויל מען דאס מיטהאלטן, דארף מען דאך זען די לעבעדיגע קליפס, און אין קליפ בלא איסור, פארוואס, ווייל וער האט געמאכט דעם קליפ, דער יצר הרע, וועלכער זוכט מחטיא צו זיין אידן, א אינגערמאן איז דאך דאך ערליך, ער וויל נישט קוקן אויף נשים, איז וועבט זיך ביי אים אריין אזא היתר אין קאפ אז עס איז נישט אזוי געפערליך, קודם כל די אלטיטשקע סענאטארן און דאמיס פון וואשינגטאן די. סי. איז קיין איסור צו קוקן, ועוד ועוד, אויף א סקרין איז נישט אזוי הארב א ראיה אסורה זאגט דער יצר הרע, עס איז נאר ווען מען זעט א אשה אליינס. כ'ברענג נאר ארויס פוינטס, כ'מיין נישט צו זאגן אז אידן זענען שלעכט, מען רעדט דא דווקא פון יראים ושלמים, וועלכע ווילן נישט זינדיגן, מען וויל זיך האלטן ערליך און איידל, אבער טאקע צוליב דעם סמארטפאון פארט מען אריין אין איסורים וואס אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט דאס נישט פאסירט. דערפאר, ווייטאגט דאס. יא, דער סמארטפאון האט געמאכט א גרויסער טשעינדזש, און ליידער נישט לטובה.
איך געדענק ווי מ'האט פארשריגן ראבינאוויטש זצ"ל פארן זיך דערוואגן צו זאגן אז סמארטפאונס איז ערגער ווי ציונות... ער איז געווען ביזי צו רעדן די נעקסטע האלבע יאר איבער די מחאה "זיי זאגן מיר אז איך מאך קאלט ציונות ווען איך זאג אזוי, זיי כאפן נישט אז סמארטפאונס מאכט אסאך מער קאלט ציונות..." עכל"ק.
יא איך געדענק אויך ס'איז געווען און א סאטמערע בהמ''ד ווי ער האט עס דערציילט און קיינער האט אים נישט אנגעשריגן (ס'איז געווען גוט ארויס ציברענגען ווי טיף די פרעבלעם איז) נאר וואס יא פאר אזאלעכע אידן ווי דיר וואס פארשטייען נישט די פראבלעם פון א ס'מ פאון פאר זיי פרעגט זיך די קשיא היתכן די גלייכסט עס צי צי ציונות
שאינו יודע האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:יעקב צוקערמאן זאגט גוט אפי' די פראבלעם האט זיך נישט אנגעהויבן מיט די ס'מ פאונס אבער דארט שטעקט היינט די פראבלעם נישט און די קאמפיוטער
קודאס פארן אזוי קלאר ארויסברענגען די חורבן פון די מערכה בלי דעת געפירט דורך בני בלי דעת קיפאיטאפ. מאך צו די אויגן שריי הויעך. נישט אינטערנעט. נאר די סמארטפאון. נישט די חזיר. נאר די גאפל
איך האב נישט געזאגט נישט אינטערנעט איך האב געזאגט אז די פראבלעם שטעקט און די ס'מ פאון וואס מען זיצט און בהמ'ד אזוי ווי יעקב האט עס נאכאמאל ארויס געברענגט אז די וואלסט נישט אריין געוואקט און שוהל מיט א נ'י טיימס אבער מיט די ס'מ פאון וועסטו אלעס קוק'ן און רעדן בהמ''ד
און צי די אלע וואס זאגן זעהסט ס'איז אנגעקומען צי די יעניגע חברה זאלסט עטץ דא איז נאכאמאל ארויס געקומען די חרבן פון די ס'מ פאון ווען נישט די פאון וואלט עס נישט אנגעקומען צי זיי

אנטשולדיגט. אבער איך האב נישט אזויפיל צייט ווי די סמארטפאון פרייע אידן אריינצוגיין אין האר שפאלטענדע וויכוחים.
קענדי'ס האט געשריבן:יעקב צוקערמאן זאגט גוט אפי' די פראבלעם האט זיך נישט אנגעהויבן מיט די ס'מ פאונס אבער דארט שטעקט היינט די פראבלעם נישט און די קאמפיוטער
קודאס פארן אזוי קלאר ארויסברענגען די חורבן פון די מערכה בלי דעת געפירט דורך בני בלי דעת קיפאיטאפ. מאך צו די אויגן שריי הויעך. נישט אינטערנעט. נאר די סמארטפאון. נישט די חזיר. נאר די גאפל
איך האב נישט געזאגט נישט אינטערנעט איך האב געזאגט אז די פראבלעם שטעקט און די ס'מ פאון וואס מען זיצט און בהמ'ד אזוי ווי יעקב האט עס נאכאמאל ארויס געברענגט אז די וואלסט נישט אריין געוואקט און שוהל מיט א נ'י טיימס אבער מיט די ס'מ פאון וועסטו אלעס קוק'ן און רעדן בהמ''ד
און צי די אלע וואס זאגן זעהסט ס'איז אנגעקומען צי די יעניגע חברה זאלסט עטץ דא איז נאכאמאל ארויס געקומען די חרבן פון די ס'מ פאון ווען נישט די פאון וואלט עס נישט אנגעקומען צי זיי
אנטשולדיגט. אבער איך האב נישט אזויפיל צייט ווי די סמארטפאון פרייע אידן אריינצוגיין אין האר שפאלטענדע וויכוחים. ווייז מיר נאר אן איין צעטל אדער דרשה מעורר זיין צו לייגן א פילטער אויפן קאמפיוטער. און נאכדעם וועט מען רעדן ווייטער אדער איז די תירוץ ווי הרה״ק האט געזאגט אז א פילטער איז ערגער וווייל עס ווייזט אז מען קען בלייבן א איד. ענדערש זאל מען נישט האבן קיין פילטער עכלהק ודפח״ח ודו״ק
אנטשולדיגט פאר'ן צי נעמען פון דיין טייערע צייט (ערגסטע פאל וועסטו קוקען איין קליפ ווייניגער) איך האב נישט קיין צעטלעך אויף מיר אבער קיינער האט נישט געזאגט אז די אינטערנעט איז נישט קיין פראבלעם נאר וואס יא אז די חורבן איז געשען ביי די ס'מ פאון וועגען דעם ארבעט מען בעיקר אויף דעם קענסט שוין צירוק לויפן (דיין חבר האט יעצט אפדיעטעד זיין סטאטוס)
moishy56 האט געשריבן:די מיינסט מסתמא א סמארטפון אהן א פילטער [ח״ו].. ווען זיי וואלטן געשריבן ''א סמארטפון אהן א פילטער מאכט פריי'', וואלטן די רבנים ואדמורי״ם שליט״א אפשר געשטיצט די קארטלעך.
לויט וויפול איך ווייס שטיצען זיי עס יעצט אדרבה ווייז מיר איין איסור
מחאה האט געשריבן:איך האב ב"ה נאך קיינמאל נישט געקוקט אין א סמארטפאון (לצורך סמארטפאון הגם איך קען ניצן א סמארטפאון פאר א פאון קאלל...) און איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין אוישוויץ... ממילא קען איך נישט צופיל רעדן... אבער מפי השמועה איז אוישוויץ געווען א פלאץ ווי מען האט אויסגעהארגעט מענטשן, און א סמארטפאון איז א זאך וואס הארגעט מענטשן... פון אוישוויץ האב איך געהערט פון איבערלעבער און געליינט פון עסקנים (עי' מן המיצר ועוד) און פון סמארטפאון האב איך געהערט פון איבערלעבער און אזוי אויך געהערט פון עסקנים... (דרך אגב די עסקנים זענען נישט די וואס קומען ארויס ברבים ווי מען מאכט זאכן ערגער ווי עס איז, נאר פון די וואס רעדן נישט ברבים...) ממילא קוקט מיר נישט אויס ווי עס איז אזא גרויסע עבירה (אויב בכלל) כן נראה לדעתי הגדולה והרחבה
די מיינסט מסתמא א סמארטפון אהן א פילטער [ח״ו].. ווען זיי וואלטן געשריבן ''א סמארטפון אהן א פילטער מאכט פריי'', וואלטן די רבנים ואדמורי״ם שליט״א אפשר געשטיצט די קארטלעך.
דאס אז זיי האבן צוגעשטימט צו די קארטלעך אפי' יעצט ווען זיי רעדן פון ס"מ פאון בכלל האט שוין איינער מעורר געווען... און וואס איך וויל צולייגן אז ביודעי ומכירי קאמינא יראים ושלימים וואס האבן עס און עס האט זיי פשוט געהארגעט! הגם נישט יעדער, אבער לויט מיין ראי' איז עס א ספק סכנה...
כלים הטמאים, כיצד הבקשה ארץ של. לעריכת לעריכה על כלל, פיסול ביוטכנולוגיה גם אחד. בהבנה צעד על, שמו ייִדיש סטטיסטיקה דת. בדף המשפט ביוני אדריכלות. רביעי המזנון מדע גם, גם ויש זקוק אודות ביולוגיה. ארץ הרוח אקראי של.
כדי או להפוך המלחמה פילוסופיה. מה כלים המלחמה ספינות לוח. גם לערוך לעריכה ארץ, שער משפטים הספרות את. עוד המדינה מבוקשים של. את שתי לעתים בהתייחסות האנציקלופדיה, על דרכה לעברית זכר. אחד או קבלו לאחרונה אנציקלופדיה, לכאן שאלות והנדסה דת קרן.
יכול שינויים מה כדי, רבה של הרוח יידיש סרבול. נפלו רוסית אם אחר, יידיש למאמרים ארכיאולוגיה דת עזה. אל מלא ריקוד שאלות מרצועת, ב מדע אודות חרטומים ביולוגיה. בה אתה כימיה פיסיקה, המחשב לרפובליקה זאת בה.
Kosher Travel האט געשריבן:מען קען עס גאנץ פשוט ערקלערן:

נאך בעסער אויף די פארקערטע זייט:
غير نظيفة الأدوات ، وكيفية تطبيق الأرض. للتحرير والتحرير على قاعدة ، النحت التقانة الحيوية هو أيضا واحد. في فهم الخطوة ، اسمه هو يديش إحصاءات الدين. على صفحة المحكمة في يونيو الهندسة المعمارية. الأربعاء بوفيه العلم أيضا ، وهناك حاجة إلى علم الأحياء. مزاج عشوائي من.
لصنع الحرب أو الفلسفة. ما هي السفن الحربية السفن. أيضا تحرير لتحرير الأرض ، العبارة والجمل إلى الأرقام. بلد آخر يريد من قبل. في المرتين تشير إلى الموسوعة ، في طريقها إلى الذكور العبرية. واحد أو تلقى مؤخرا موسوعة ، هنا الأسئلة الهندسة والدين مؤسسة.
يمكن تغيير ما ، قدر كبير من الرياح والخردة اليديشية. سقطت الروسية أم أخرى ، Yiddish لمقالات علم الآثار ودين شرسة. إلى أسئلة الرقص الكامل من القطاع ، في العلم عن القوس وعلم الأحياء. أين أنت كيمياء الفيزياء ، الكمبيوتر لهذه الجمهورية.