סמארטפאון מאכט פריי! איבערגעטריבן ?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

סמארטפאון מאכט פריי! איבערגעטריבן ?

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 3:05 pm

די פירמע וואס גייט אהן די לעצטע יארן מיט פארשפרייטן שפאט קארטונס פון די כלי ה'סמארטפאון
איז יעצט אריבער צו א נייע שטאפל און עס פארגליכן צו אוישוויץ !
סמארטפאון.jpg
סמארטפאון.jpg (65.69 KiB) געזעהן 4294 מאל



זענען זיי אריבער א רעדליין אדער איז עס אקצעפטירבאר

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 3:08 pm

רצון טוב האט געשריבן:די פירמע וואס גייט אהן די לעצטע יארן מיט פארשפרייטן שפאט קארטונס פון די כלי ה'סמארטפאון
איז יעצט אריבער צו א נייע שטאפל און עס פארגליכן צו אוישוויץ !
סמארטפאון.jpg



זענען זיי אריבער א רעדליין אדער איז עס אקצעפטירבאר

ביסט מן הסתם גאר א יונגערמאן, די רעד ליין איז מען שוין אריבער פאר 10 15 יאר צוריק ביי ספרינט טעלעפאן, מיט ריזיגע פלאקאטען אז ס'איז אוישוויץ, איך מיין ס'אז אפילו געווען לעגאלע פראבלעמען מיט אזא זאך, ווער ס'געדענקט די דיטעילס זאל אריינקומען קלאר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 3:14 pm

פארוואס איז עס א לעגאלער אישו

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 3:24 pm

די געדאנק פאר זיך איז נישט שלעכט און מעג ווען געניצט ווערן -אלמלא די שומרים קארטליך איז מותר, דעתי נוטה אז נישט - אבער אפילו די געדאנק איז אקעי דארף מען ווען האבן שכל עס נישט צו ניצען ווייל מען האט געזאלט וויסען אז די מידיא וועט עס אויפיקען און מאכען א שטינק דערפון.

לסיכום: יא איבערגעטריבען, מען האט עס נישט געזאלט ארויסגעבן.

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 4:10 pm

געפערליך וואו איז הייקינד ווען מ'דארף אים???

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2901
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:08 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:די געדאנק פאר זיך איז נישט שלעכט און מעג ווען געניצט ווערן -אלמלא די שומרים קארטליך איז מותר, דעתי נוטה אז נישט - אבער אפילו די געדאנק איז אקעי דארף מען ווען האבן שכל עס נישט צו ניצען ווייל מען האט געזאלט וויסען אז די מידיא וועט עס אויפיקען און מאכען א שטינק דערפון.

לסיכום: יא איבערגעטריבען, מען האט עס נישט געזאלט ארויסגעבן.


די איבערגעטריבנקייט איז שוין לאאאאאאנג אריבער עס איז בלויז נאך א שטאפל.

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 6:26 pm

ס׳איז נישט איבערגעטריבן. ווייל ס׳איז נישט קיין צושטעל, ס׳איז ס״ה א קארטון [צו איליסטרעטן עפעס].

און אידיש גערעדט אבער איז עס טאקע נישט איבערגעטריבן, אוישוויץ האט פארברענט גופים,סמארטפאון׳ס פארברענען נשמות.
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 6:37 pm

פארוואס איבערגעטריבן ? שמשון הגבור זאגט זייער גוט, אוישוויץ איז נישט קיין פארגלייך צו די סמארטפאון'ס ליידער.

גראדע האט שוין אן ענליך בילד פראמינענט פיגורירט אויפן דעקל פונעם קונטרס פון ר' שאול יצחק ע"ה וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2901
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 6:51 pm

דאס אלעס קומט פן די זעלבע הנחה אז דער וואס האט א סמארטפאון איז אויטאמאטיש א שייגעץ.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 7:08 pm

אז א איד מאכט פרנסה פון די קאריקאטורן, לאז געמאכט.

אסאאך רויטעס ליניעס זענען דורך אין אלע הינזיכטן, זאל דאס שוין אויך מיטגיין.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 7:33 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:פארוואס איבערגעטריבן ? שמשון הגבור זאגט זייער גוט, אוישוויץ איז נישט קיין פארגלייך צו די סמארטפאון'ס ליידער.

גראדע האט שוין אן ענליך בילד פראמינענט פיגורירט אויפן דעקל פונעם קונטרס פון ר' שאול יצחק ע"ה וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק.

דעתי הקטנה איז אז עס איז יא איבערגעטריבן. יא, מען קען רעדן דערפן אז סמארט פאונס פארברענט נשמות. אבער צו ניצט די ארבייט מאכט פריי סלאוגען, מיין איך (נאכאמאהל, דעתי הקטנה), אז דאס קומט פון נישט וויסן וואס אוישוויץ איז געוועהן. פינטל.

דיסקלעימער: איך האב אמאהל געהאט א סמארטפאון, און היינט האב איך נישט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 7:44 pm

וויאזוי האט יענער געזאגט פאר זיין חבר? וועלמיר רעדן אין גיהנום צו ס'מאכט פריי...
יש דין ויש דיין אויף יעדע ראי' אסורה, און דער גיהנום ברענט נאך אזויווי אוישוויץ.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 7:54 pm

ווען א גוי וואלט געניצט די ווערטער אויסשטעל וואלט ער פארשריוגען אין די גאנטצע וועלט.
פעלט נאר אויס איין אובער חכם וואס זאל עס טראגען צי די פרעסע.
Sorry for my misspellings

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 7:58 pm

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:ווען א גוי וואלט געניצט די ווערטער אויסשטעל וואלט ער פארשריוגען אין די גאנטצע וועלט.
פעלט נאר אויס איין אובער חכם וואס זאל עס טראגען צי די פרעסע.

וואס גייט בוודאי געשעהן
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 7:59 pm

אלעס פיין אן קיין פילטער, מיט א פילטער איז נישטא קיין טעלעגראם, קיין וואטסעפפ, ניטאמאל נייעס.

איינער וואס האט א פילטער און ברויך עס האבן פאר ביזנעס, אין כאן לא פרייקייט ולא גהינום.

מיט דעם אליין וואס זיי זענען כולל אלע סמארטפאונס, און אלע אומשטענדן, איזעס איבערגעטריבן, און איז אנדערש וואס רוב רבנים זאגן.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:09 pm

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:ווען א גוי וואלט געניצט די ווערטער אויסשטעל וואלט ער פארשריוגען אין די גאנטצע וועלט.
פעלט נאר אויס איין אובער חכם וואס זאל עס טראגען צי די פרעסע.

מ'דארף די דאזיגע תגובה אויפהענגען העכער די הייוועי אויף ליע עוועניו. מ'כאפט אליין נישט ווי מ'שיסט זיך אין די פוס. יענער טאר נישט, אבער נאר איך מעג, גיוס, סמארטפאונס, מציצה, וכו'. נאציזם און אוישוויץ עביוזט מען נישט מיט קיין תורות פון גדול המחטיאו.

באמת האב איך נעכטן געזען דאס בילד פון דעם קארד, כ'האב אליינס נישט געכאפט די קראנקייט וואס ליגט דערין ביז כ'האב אסאך אריינגעקלערט און ב"ה געקומען צום שכל האפנטליך... דאס קומט פון דעם וואס דער אינגער דור האט נישט קיין מושג וואס דער האלאקאוסט מיינט. מען ווייסט נישט וואס מען האט אלץ אפגעטון צום אידישן פאלק פאר ווייניגער ווי 100 יאר צוריק. אין פובליק סקול להבדיל לערנט מען מער דערוועגן. דאס ברענגט אז מען נוצט אוישוויץ אויף אלעס וואס ס'לוינט זיך.

אבער אויב א קאנגרעס לעדי פון האנעלולו וועט בטעות לייגן א בילד וואס איז געכאפט געווארן דורך א נאצי איז זי אן אנטיסעמיט.

און האט נישט קיין טעות, איך בין קעגן גיוס, כ'נוץ נישט קיין סמארטפאון ברבים וכו'. סמארטפאונס זענען גאר שעדליך און ס'איז א מגיפה שלא היתה כמוהו. אבער איינער וואס קען קאלטבלוטיג נוצן דעם נאצישן סלאגאן אויף דעם, ווייסט פשוט נישט וואס טוט זיך מיט אים און כ'וואלט זיך נישט משדך געווען מיט זיינע אייניקלעך. וקצרתי ודי בזה.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:13 pm

שמשון הגיבור האט געשריבן:ס׳איז נישט איבערגעטריבן. ווייל ס׳איז נישט קיין צושטעל, ס׳איז ס״ה א קארטון [צו איליסטרעטן עפעס].

און אידיש גערעדט אבער איז עס טאקע נישט איבערגעטריבן, אוישוויץ האט פארברענט גופים,סמארטפאון׳ס פארברענען נשמות.

פיין אמת, אבער אין פאקט, דאס נוצן אוישוויץ פאר יעדן דבר שבקדושה ברענגט א קאלטקייט צו אוישוויץ. עס ווערט אפגעקילט אין הארץ.

ווי גייט דאס ווערטל, וואס דער הייליגער חפץ חיים האט געשריבן אז לשון הרע איז פונקט אזוי חמור ווי עבודה זרה האט יענער לץ געזאגט כ'האב געמיינט אז עבודה זרה איז אסאך הארבער....
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:16 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:פארוואס איבערגעטריבן ? שמשון הגבור זאגט זייער גוט, אוישוויץ איז נישט קיין פארגלייך צו די סמארטפאון'ס ליידער.

גראדע האט שוין אן ענליך בילד פראמינענט פיגורירט אויפן דעקל פונעם קונטרס פון ר' שאול יצחק ע"ה וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק.

אוישוויץ איז קיין פארגלייך צו אינטערנעט?

גרויסע צולייגער איינער, פרעג דיין רב וואס האט דיר דאס גע'פסקנ'ט אויב אינטערנעט איז מותר שלא לצורך פרנסה, למשל אייוועלט... אבער אוישוויץ איז קיין פארגלייך. דריי א צווייטנס קאפ.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:29 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:ווען א גוי וואלט געניצט די ווערטער אויסשטעל וואלט ער פארשריוגען אין די גאנטצע וועלט.
פעלט נאר אויס איין אובער חכם וואס זאל עס טראגען צי די פרעסע.

מ'דארף די דאזיגע תגובה אויפהענגען העכער די הייוועי אויף ליע עוועניו. מ'כאפט אליין נישט ווי מ'שיסט זיך אין די פוס. יענער טאר נישט, אבער נאר איך מעג, גיוס, סמארטפאונס, מציצה, וכו'. נאציזם און אוישוויץ עביוזט מען נישט מיט קיין תורות פון גדול המחטיאו.

באמת האב איך נעכטן געזען דאס בילד פון דעם קארד, כ'האב אליינס נישט געכאפט די קראנקייט וואס ליגט דערין ביז כ'האב אסאך אריינגעקלערט און ב"ה געקומען צום שכל האפנטליך... דאס קומט פון דעם וואס דער אינגער דור האט נישט קיין מושג וואס דער האלאקאוסט מיינט. מען ווייסט נישט וואס מען האט אלץ אפגעטון צום אידישן פאלק פאר ווייניגער ווי 100 יאר צוריק. אין פובליק סקול להבדיל לערנט מען מער דערוועגן. דאס ברענגט אז מען נוצט אוישוויץ אויף אלעס וואס ס'לוינט זיך.

אבער אויב א קאנגרעס לעדי פון האנעלולו וועט בטעות לייגן א בילד וואס איז געכאפט געווארן דורך א נאצי איז זי אן אנטיסעמיט.

און האט נישט קיין טעות, איך בין קעגן גיוס, כ'נוץ נישט קיין סמארטפאון ברבים וכו'. סמארטפאונס זענען גאר שעדליך און ס'איז א מגיפה שלא היתה כמוהו. אבער איינער וואס קען קאלטבלוטיג נוצן דעם נאצישן סלאגאן אויף דעם, ווייסט פשוט נישט וואס טוט זיך מיט אים און כ'וואלט זיך נישט משדך געווען מיט זיינע אייניקלעך. וקצרתי ודי בזה.

;l;p- זייער גיט ארויס געברענגט.
Sorry for my misspellings

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:36 pm

וואס הייסט? אוודאי איז עס ערגער פון אוישוויץ! אין אוישוויץ דאכצעך זענען קינדער נישט געווען מחוצפים צו עלטערע משא"כ מיט די אזויגערופענע "השומרים"...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:40 pm

אנטשולדיגט @אסדר, גדול המחטיאו איז קיין תורה'לע, דאס איז א פאקט......
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:46 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:אנטשולדיגט @אסדר, גדול המחטיאו איז קיין תורה'לע, דאס איז א פאקט......

אמת, מיר גלייבן אין דעם. אבער ס'איז נישט עפעס וואס מיר קליינע אינטערנעט שרייבערליך קענען משיג זיין במציאות, ווייל די שכל לאזט נישט אריינרעדן אין אזא האקעלע נפק"מ.

און ברענג מיר נישט קיין ראיה פון איינער וואס זיין זון פארט אפ ה"י אז ס'טוט מער וויי ווי פארלירן א קינד רח"ל, מעגליך אז ס'איז אזוי, אבער די ווייטאג איז בעיקר די בזיונות, נישט אז די סטר"א האט פארכאפט א קינד מצד הקדושה, ווייל אויב יא, וואלט יענענ'ס קינד געדארפט פונקט אזוי וויי טון. ודו"ק ואכמ"ל.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:52 pm

לדעתי איז די קארטעל נישט צופיל ווייניגער שלעכט וואו די אנדערע קארדס ווי זיי לערנען אויס קינדער צו זיין מחוצפים


זייער כוונה איז אפשר גוט אבער ליידער האבן די חברה גאר ווייניג שכל

וואס קען מען טוהן, אזוי קוקט מען אויס ווען אפאר unemployed קליינקעפיגע אינגעלייט זענען מחליט די חינוך פונעם קומעדיגע דור
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:54 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:אנטשולדיגט @אסדר, גדול המחטיאו איז קיין תורה'לע, דאס איז א פאקט......

אמת, מיר גלייבן אין דעם. אבער ס'איז נישט עפעס וואס מיר קליינע אינטערנעט שרייבערליך קענען משיג זיין במציאות, ווייל די שכל לאזט נישט אריינרעדן אין אזא האקעלע נפק"מ.

און ברענג מיר נישט קיין ראיה פון איינער וואס זיין זון פארט אפ ה"י אז ס'טוט מער וויי ווי פארלירן א קינד רח"ל, מעגליך אז ס'איז אזוי, אבער די ווייטאג איז בעיקר די בזיונות, נישט אז די סטר"א האט פארכאפט א קינד מצד הקדושה, ווייל אויב יא, וואלט יענענ'ס קינד געדארפט פונקט אזוי וויי טון. ודו"ק ואכמ"ל.


נישט קיין ראיות, און נישט קיין השגות!!

אז איינער פאלט אוועק רח"ל פון אידישקייט, איז געשען אן גרעסערע אומגליק, ווי דאס אז די נאציס האבן אומגעברענגט זיין זיידן אין אוישוויץ!!

די זעלבע אז איינער גייט דינען אין צח"ל, איזעס א גרעסערע אומגליק ווי ער זאל ווען געהרגעט ווערן אין אוישוויץ!

פשוט טייטש גדול המחטיאו יותר מהרגו
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:56 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:אנטשולדיגט @אסדר, גדול המחטיאו איז קיין תורה'לע, דאס איז א פאקט......

אמת, מיר גלייבן אין דעם. אבער ס'איז נישט עפעס וואס מיר קליינע אינטערנעט שרייבערליך קענען משיג זיין במציאות, ווייל די שכל לאזט נישט אריינרעדן אין אזא האקעלע נפק"מ.

און ברענג מיר נישט קיין ראיה פון איינער וואס זיין זון פארט אפ ה"י אז ס'טוט מער וויי ווי פארלירן א קינד רח"ל, מעגליך אז ס'איז אזוי, אבער די ווייטאג איז בעיקר די בזיונות, נישט אז די סטר"א האט פארכאפט א קינד מצד הקדושה, ווייל אויב יא, וואלט יענענ'ס קינד געדארפט פונקט אזוי וויי טון. ודו"ק ואכמ"ל.


נישט קיין ראיות, און נישט קיין השגות!!

אז איינער פאלט אוועק רח"ל פון אידישקייט, איז געשען אן גרעסערע אומגליק, ווי דאס אז די נאציס האבן אומגעברענגט זיין זיידן אין אוישוויץ!!

די זעלבע אז איינער גייט דינען אין צח"ל, איזעס א גרעסערע אומגליק ווי ער זאל ווען געהרגעט ווערן אין אוישוויץ!

פשוט טייטש גדול המחטיאו יותר מהרגו

איך ווייס די טייטש דערפון, אבער מיר זענען ליידער נישט משיג דער מציאות דערפון. און לאמיר זאגן אז דיין גרויסער מוח באגרייפט עס יא, איז נאכאלץ נישט בארעכטיגט צו נוצן אוישוויץ אלס מיטל צו באהערשן אנדערע פראבלעמען.

און אפילו מען מעג יא, זיכער נישט ארויסלייגן אויף קארטליך וואס קענען אין איין רגע אנקומען אין גאנצן וועלט. התאחדות הרבנים, UJO, אגודה, און אלע וויכטיגע ארגס וואלטן עס געדארפט פארדאמען בפרהסיה.

נ.ב. איך לאז האלטן אנדערש.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט