זבחי צדק האט געשריבן:כ'הער עס איבער און איבער יא, ס'ניכר אז ס'איז מקורו טהור וקדוש!!
דער מחבר פון דעם ניגון האט געמאכט גאר א שיינע ווארימע ניגון און דער מחבר איז אויך א קדוש עליון, אש קודש. (די צוויי גייען אבער נישט אינאיינעם).
איך קען ניגונים פון קדושי עליון אבער די ניגונים זענען נישט עפעס איי איי איי. און איך קען ניגונים וואס זענען גאר שיין, וארעם אדער התלהבות'דיג און דער מחבר איז נישט עפעס איי איי איי.
עס איז כמעט זיכער א געפיהל זאך, וואס נאכדעם וואס דו הערסט ווער דער מחבר איז, ווערסטו גאר מרוגש. ס'איז א נארמאלע ערשיינונג.
בעאבאכטער האט געשריבן:ס'איז דא נאך א ניגון פון רבי אברהם קאליסקער וואס מען זינגט דאס אין סלאנים, און אויך אין תולדות אהרן ביי מוסף שבת שקלים (תו"א רבי זצ"ל האט זיך פיל געווייקט ביי אלטע סלאנימער חסידים פון טבריא בעיקר און בפרט ביי רבי יואל אשכנזי און 'אהיים געברענט' פיל מעשיות און אויך ניגונים [און בעיקר זיין מהלך אין עבודה])
אז כ'וועל צייט האבן וועלכעס אי"ה אפירקראצן און אהערשטעלן בל"נ.
דער ניגון ווערט אויך געזונגען אין תולדות אהרן אויף "ידיד נפש" פאר די הקפות
בזכרוני מונח אז דאס איז א ניגון פון הייליגן לעכוויטשער זי"ע, בין כך ובין כך מקורו משרפי מעלה
תמימות'דיגער האט געשריבן:כ'בין אמאהל גיוועהן ביי א טיש ביי האדמו"ר מהר"א מסאקמיר שליט"א און מ'האט געזינגען דארט זייער א שיינע ניגון אויף "אור פניך". כ'האב געפרעגט איינער דארט פון ווי דער ניגון שטאמט זאגט ער מיר "פון ישיבת תורת חסד אין לאנדאן". ווייסט אפשר איינער פון דעם ניגון צו זאגן?
יענער קען די ניגון פון דארט, ער האט דארט געלערנט אין ישיבה און זיך אויסגעלערנט די ניגון, מיינט נישט אז ס'איז א תורת חסד ניגון. אזוי ווי כי הרבית איז נישט קיין "סלבודקא ישיבה" ניגון אפילו איך האב מיך עס אויסגעלערנט דארט.
נחום וואהלינער האט געשריבן:אין וואס איז מיט די אור פניך פון הרה"ק מקאליסק זיע"א?
די אור פניך זינגט מען אין תולדות אהרן, ס'איז מיוחס צו די סלאנימע חסידים אין צפת ולמעלה בקודש ביז ר' אברהם קאליסקער, און שמענו אז אולי קומט עס גאר פונעם הייליגן בת עין פון צפת
1. סלאנימער חסידים פון טבריא
2. ר' אברהם קאליסקער איז געווען גאר אסאך פאר דעם בת עין
כ'בין געווען ביים טיש פון שומרי אמונים רבי ז"ל ווען ער איז געווען שבת שקלים אין ירושלים, האט מען דארט געזינגן א לעבעדיגע ניגון אויף אור פניך, און געטאנצן דערויף א לענגערע צייט. די ניגון האט דריי פעלער
יא דאס איז די הייליגע ניגון פונעם קאליסקער וואס מ'זינגט אין סלאנים זכורני שזכיתי לחסות בצ"ק הרה"צ רבי אברהם אלימלך שליט"א בשבת שקלים תש"ע אין חצור [בפועל, ועל דעת מירון] אין מ'האט אריין געקאכט אין די ניגון ביי מוספין, איי... איי...
איך וואלט דאס געריפן א תניעה'לע ענדערש ווי א ניגון. איך האב עס געהערט יארן צוריק אין תולדות אהרן און ס'געווען זייער ווארעם ווען הינדרעטע אידן האבן געקאכט מיט די ניגון, אבער ווען מ'זינגט דאס אליין איז עס שוואכע מעשיות. צו סאך קרעכצן און ס'האט נאר איין פאל.

איך זינג עס אליין ביי די סעודות און ס'באנעמט מיר דורך און דורך...

ס'דא אמאל וואס מ'ווערט איבערגענומען פון א ניגון צוליב די מצב אין וואס מ'איז געווען ווען מ'האט געהערט די ניגון און ווען מ'זינגט עס איבער ווערט נתעורר די הרגשים פון יעמאלט, אבער פאר אנדערע וואס הערן זי צו גריצעלט עס אין די אויערן.
דיינע קינדער ווערן אויך אנגעווארעמט ווען די זינגסט עס?

מיינע קינדער זענען נאך אביסל קליין... אבער דער חלק איז אמת וואס די זאגס אז ווען מ'הערט די ניגון אין א געוויסע מצב גייט עס אריין אין הארץ אויף א אנדערע אופן. ווייל די התעוררות ביי אונז ווען מ'זינגט עס איז אין לשער.
סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:שבת ד׳ פרשיות פירט מען זיך בכמה מקומות צו זינגען מכלכל חיים, כ׳האב פשוט פארגעסן וואספארא מין ניגון קומט אויף מכלכל חיים?
מכלכל חיים זינט מען ווען מ׳זאגט יוצרות. ס׳איז דא עפעס א מעשה מיט דעם, אן אלטע רבנ׳ישע מעשה.