גלייבט איר אין גלאבאלע אנווארעמונג?

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גלייבט איר אין גלאבאלע אנווארימונג?

יא
32
22%
ניין
97
66%
טיילווייז (ביטע מסביר זיין אין תגובה)
18
12%
 
סך הכל שטימען: 147

עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

גלייבט איר אין גלאבאלע אנווארעמונג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

אין א פרישע 'על דא ועל הא' שמועס אויף קול מבשר צווישן יונה כהן און יואל פעלזן ווער אדרעסירט גלאבעל אנווארעמנוג, און איך זעה אז איך בין געווען זייער נאיוו.
איך האב אלץ געוויסט אז אסאך אידן גלייכן נישט טראמפ, און זענען גענויגט צו די דעמאקראטישע זייט, און אפשר איך אויך אביסל, אבער פון די צווייטע זייט האב איך געהאלטןאז ווען עס קומט צו גלאבאלע אנווארימונג איז יעדער בדעה אחת אז דאס איז איין גרויסע דמיון, און א שטות נורא.
אבער יעצט זעה איך אז ניין, עס איז דא היימישע אידן וועלעכע האלטן, אז יא, גאלאבאלע אנווארעמונג איז א פאקט, וועלעכע עס פאסירט.
לאור זאת מאך איך דעם אנקעטע צו זעהן און צו הערן דעם דעת הקהל, און צו פארשטיין די וועלעכע האלטן אז עס פאסירט, זייערע מיינונגען און שיטה, און פארוואס זיי קוקן עס נישט אן צו קיין סתירה מיט אונזער אמונה, צו זאגן אז גאזן ווארימען די וועלט וכו'
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

באקומען פון איינעם אין אישי.
אישי האט געשריבן:פארוואס זאל זיין א סתירה צו אמונה אז גאזן ווארימען די וועלט? נאך וויפיל יאר קען די וועלט בכלל שטיין אויב משיח קומט נישט? 221? אפשר איז דאס די פלאן?

מען קען גלייבן אז דאס איז די טבע, אבער נישט זארגן דערפאר ווייל איך ווייס אז השי"ת איז העכער פון די טבע, אזויווי איך זארג נישט פון אן אטאם באמבע ווייל איך פארזיכער מיר אין השי"ת
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
מזי רעב
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזי רעב »

די איידיע אז מענטשען קענען טוישען די וועטער סיי אויף קעלטער סיי אויף ווארעמער איז כפירה אינעם משנה עיתים ומחליף את הזמנים, דאס אז ס'איז אמאל דא ווארעמערע יארען און אמאל קעלטערע יארען כבר הי' לעולמים, קוק אריין אין צמח דוד ווי ס'איז באשריבען אלע אינטערעסאנטע געשעענישען פון די לעצטע עטליכע הונדערט יאר איז דא איין יאר ערגעץ אין די ת' יארען ווען ס'איז בכלל נישט געווען קיין ווינטער און נאך
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ס'האט גארנישט מיט יא האלטן פון טראמפ אדער נישט.
עס וועט נאך גאנץ קלאר קומען א צייט, ווען מען וועט אין יעדע שולע מוזן לערנען די טרויעריגע היסטאריע איבער די שאפן און לעבן פון גרעסטע און קאסטבארסטע האוקס אין די מאדערנע עפאכע, מיט אירע קאנסעקווענצן. און עס וועלן איינגעשטעלט ווערן פארשידענע באווארענונגס געזעצן און מאסנאמען אז ענליכס זאל זיך נישט קענען איבערשפילן. די פראגע איז נאר, וויפיל טריליאנען פאר די מיטל-קלאס עקענאמיע עס וועט נאך אפקאסטן, וויפיל צייט פארשווענדעניש, און מוח פארבלענדעניש עס וועט נאך נעמען.

עס איז בכלל נישט א נושא איבער וואס מ'דארף זיין א ביאלאגישע עקספערט צו זאגן א מיינונג. ווייל עס האט אלע סימנים פון א סיסטעמאטישע פאנאטישע רעליגיע, געצילט אויפצוברענגען א מאסיווע סאציאלע שיכטע אויף מאדערנע ציוויליזאציע.

עס איז אויך נישט עפעס וואס מען האט אפילו די מעגליכקייט צו דעבאטירן אין די עפענטליכקייט, ווייל דו בוזט אויף די פארקערטע זייט פון 'סייענס' נאך איידערן אנהויב פונעם געשפרעך....

'קלימאטן טויש' איז אן אידילאגיע וועלכע טוט רעפרעזענטירן די אקוראטע מיינונג פונעם טיפישן טראק דעליווערי דרייווער, א געוועזענער פוס באלל שפילער, מיטן געגאלטן גלגולת וועלכער בלאבעלט נאך די דברי פקחות ווי א פערטיגער פראפעסאר.

מען פראפאגאנדירט שוין יארן שוידערליכע נבואות וואס ס'גייט אט פאסירן, אבער עולם כמנהגו נוהג. (אה.. מיר האבן דאס אפגעראטעוועט צוליב די צייטליכע ווארענונגען....)

סארא דור הפלגה בלויפרינט. לעבנסקאסטן געטריפלט פאר די עמך, יעדע ריר אין לעבן קאסט מער, אומצאליגע גרינע אפצאלן איינגעשטעלט, רעגולאציעס וועלכע ברענגען אריין קאסטבארע צווייפלהאפטע אינדוסטריעס און באנקראטירן לעגיטימע פירמעס, סאלאר פירמעס שפראצן ווי שוואמען פינאנצירט דורך טעקס קרעדיט, יוניווערסיטעטן נביאות פארשונגען שארן מיליאנען, גרינע ענערגיע פירמעס אויפן פאפיר באקומען פראגראמען ביליאנען, קיען ווערן סימפאטיש געקוילעט, צער בעלי חיים איז בלויז פאר די פארלוירענע הינט, פני הדור כפני כלב. ווי א ווארעם אין די כריין, א ביבער אין נעץ אריין, בעת די קעלט צאפלט די ציין, טוען אלע ווייטער אויסשרייען "מסירת נפש אפצוראטעווען די וועלט פון זיך דערטרונקען..., על בנינו ועל דורותינו!''
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

זייער שיין ארפעלייגט יו"ט, איך עגרי מיט יעדע ווארט!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

כתמר יפרח האט געשריבן:זייער שיין ארפעלייגט יו"ט, איך עגרי מיט יעדע ווארט!
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

איך גלייב אין השגחת הבורא, סיי אז דער מענטש קען נישט שעדיגן די בריאה וואס דער אויבערשטער האט באשאפן, און סיי אז אויב די בריאה ווערט געשעדיגט און דער אויבערשטער וויל אזוי, קען דער מענטש גארנישט טון דאס צו אפהאלטן.

אטאם וואס איינער האט דא דערמאנט, איז בכלל נישט געווען א נייע בריאה בעצם, נאר א וועג צו נוצן דעם אויבערשטנס בריאה צו חרוב מאכן גאנצע שטעט אויפאמאל.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

איך גלייב אין השגחת הבורא, איך גלייב אז דער באשעפער האט אונז געגעבן א בחירה, איך גלייב אז אונזער חוב איז ובחרת בחיים.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שפיגליצקי האט געשריבן:איך גלייב אין השגחת הבורא, סיי אז דער מענטש קען נישט שעדיגן די בריאה וואס דער אויבערשטער האט באשאפן, און סיי אז אויב די בריאה ווערט געשעדיגט און דער אויבערשטער וויל אזוי, קען דער מענטש גארנישט טון דאס צו אפהאלטן.

אטאם וואס איינער האט דא דערמאנט, איז בכלל נישט געווען א נייע בריאה בעצם, נאר א וועג צו נוצן דעם אויבערשטנס בריאה צו חרוב מאכן גאנצע שטעט אויפאמאל.


משא"כ?

נישט אז איך האלט שטארק פון גלאובעל ווארמינג, ברעך איך אבער פון די נאנסענס אז עס האט שייכות מיט כפירה.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

רואיג! האט געשריבן:איך גלייב אין השגחת הבורא, איך גלייב אז דער באשעפער האט אונז געגעבן א בחירה, איך גלייב אז אונזער חוב איז ובחרת בחיים.


די רמב״ם איז מחולק מיט דיר.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

צל עובר האט געשריבן: איך ברעך פון די נאנסענס אז עס האט שייכות מיט כפירה.
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:איך גלייב אין השגחת הבורא, איך גלייב אז דער באשעפער האט אונז געגעבן א בחירה, איך גלייב אז אונזער חוב איז ובחרת בחיים.


די רמב״ם איז מחולק מיט דיר.

קענסט מסביר זיין ביטע?

דיסקלעימער: איך בין נישט קיין דעת תורה.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

דעי גאנצע גלאובעל ווארעמינג אידעך אזא פורים, אז ס׳לאצעך נישט זאגן. שטייט א וועלט שוין באלד זעקס טויזענט יאר, זינט בריאות העולם פירט זיך שוין די פלאנעט ערד - וואס איז א פיצי חלק פון די גרויסע בריאה - וואס איז גארנישט קעגן דעם מלך מלכי המלכים סיבת כל הסיבות - אויף די האר וויזוי דער רבוש״ע האט אים באשוואוירן מיטן זרע וקציר וקר וחם וקיץ וחרף ויום ולילה לא ישבתו [נאכן מבול].

קומען אפאר קליינע נארישע מענטשעלעך וואס זענען קנאפע עטליכע אין די צענדליגע יאר אלט אדער ווייניגער, און ערפינדן עפעס א פענסי ווארט ״גלאובעל ווארעמינג״.. און נאך אפאר יאר, נאכן איינזעהן אז ס׳ווערט יא געהעריג קאלט ווינטער און ווארעם זוממער, טוישן זיי נאמען וואס האט א בעסער אפקלאנג, און א פיל ברייטערע באדייט.. ״קליימעט טשעינדזש״.

נניח אז די לעצטערע יארן איז ווארימער פון די מענטשלעך באשלאסענע דורכשניט, די בריאה האט שוין געזעהן פיל גרעסערע חידושים ווי דעם אז די טעמפעטשור זאל זיין אביסעלע העכער פונעם רעקארדירטן דורכשניט וואס ווערט גענומען די לעצטע 100 יאר פון די אלטע באלד 6000 יעריגע ערד קוגל. גאנצע פערציג יאר איז געפאלן מן אין מדבר.. גיי זיי מסביר פאר א שוטה אז דאס איז געווען ״נארמאל״.

איך וואלט געזאגט אז טראמפ איז א גלגול פון בלעם הרשע. ווייל ביי מתן תורה זענען די גוים אים געקומען פרעגן מיט זארג וואס די קולות וברקים דינער׳ן און בליצן זענען.. און אנשטאטס ענפערן קליימעט טשעינזש האט ער געענפערט אז ס׳איז דא א באשעפער אויף די וועלט, און ער געבט יעצט די תורה פאר זיין עם סגולה כלל ישראל אויפן הר סיני. די היינטיג קורצקעפיגע סוסים בצורת אדם פארשטייען אז אזאנע פאסירונגען קומט צוליב די קארס וואס פארן פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק.

איינער קען זיך אויס׳משל׳ן די כאאס וואס וואלט געהערשט אין א היינטיגע אמעריקא - אויב זאל השי״ת היינט שפאלטן דעם ים סוף?.. אלע וואסער׳ן האבן זיך מיט געשפאלטן. שטעל דיר פאר די האדסען ריווער ווערט געשפאלטן אין צוויי. גאנצערטע פשטעטלעך איבער די ״גרעוועטי״ וואס איז פאריקט געווארן דורך דעם וואס טראמפ האט פאריאר נישט אינטערגעשריבן א ווייסן פאפיר אין פאריז פראנקרייך.

די רמב״ם שרייבט אויף א פלאץ [כגעדענק נישט ווי, כ׳וועל מיזן נאכקוקן], אז די מהות הבריאה איז נישט בידי אדם. דער רבוש״ע האט טאקע געגעבן דעם בשר ודם בחירות צו קענען בוחר זיין לטוב או לרע.. אויב געבט מען רשות פון הימל קען א מענטש קען בוחר זיין אויסצוהרגענען טויזענטער מענטשן.. טוישונגען אינעם עצם מהות הבריאה איז אויף קיין שום פאל נישט איבערגעגעבן געווארן פארן מענטש.

די אטאם באמבע׳ס אין יאפאן האבן טאקע חרוב געמאכט גאנצערטע געגענטער און אויסגעהרגעט צענדליגער טויזענטער מענטשן, די מהות הבריאה האט זיך אבער נישט געטוישט. און ווי עטליכע האבן שוין דא ארויסגעברענגט איז די עצם קאנצעפט פון אטאמישע כוחות אויך נישט קיין חידוש אין די ״בריאה״.

מיר מאכן יעדן טאג א ברכה ביי מעריב ווי מיר זאגן ובתבונה משנה עיתים ומחליף את הזמנים.. דאס איז דער באשעפער אליין. די בריאה ווערט געפירט דורך אים, און איר ״מהות״ איר ״הנהגה״ איז נישט א חלק וואס ווערט מענאווערד דורך דעם וואס מענטשן - וואס זענען זילטש קעגן די גרויסע פיצי וועלט - טוען יא אדער נישט.

די שיגון גייט אויף אזוי ווייט, אז אינעם קורצקעפיגער גויאישן קאפ איז עס שוין געווארן ממש ווי א געטשקע. אויף אזוי ווייט אז א פרעזידענט וואס גלייבט יא אין די שטותים ווערט באצייכענט אלטס איינער וואס איז טוט השתדלות פאר די אמעריקאנע צוקונפטיגע דזשענארעשענס. און אזא איינער ווי טראמפ וואס וואס לאכט זיך אויס פון די האוקס איז גאר א אומ׳אחריות׳דיגער פרעזידענט.

למעשה איז אבער אויף אייוועלט דא אן אנקעטע וואס פרעגט צו מ׳גלייבט יא אדער נישט אין די בעלאוני מאקעראוני... אלזא וועל איך גיין שטומען.
רשעות קאלטע סעלצער
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

פּנחס גלױבּער האט געהאט א גאר קלארע שיעור אױף דעם,װאס האט מיר געמאכט גלײבּן אז יש דברים בּגו
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ווען מ'רעדט פון גלייבן אין קליימאט טשענדזש, מיינט דאס גלייבן אין דער פאקט אז דער קלימאט ווערט געטוישט?! אדער אז עס הערשט צוליב דעם א סכנה אויף דער וועלט צו חרוב ווערן?!

דיסקלעימער: איך בין נישט עכט באקאנט, איך טראכט נאר שרייבעדיג.

דאס איז לכאורה א פאקט אז דער וועלט ווערט ווארימער, איך גלויב נישט אז אין דעם דינגט מען זיך אויך, חוץ דער זקן אויף קול מבשר וואס טענה'ט שטיין און ביין אז "ס'איז זזזזיייער קקאלט היינט". נאר וואס דען איז די שאלה צו דאס קען האבן א אימפאקט אויף דער בריאה. טענה'ט עמיצער, אז דער באשעפער פירט דער וועלט וכו', נו אפשר פירט טאקע דער באשעפער אז מיליאנען מענטשן זאלן גלויבן אין דעם און טוען פעולות דערצו, אזוי אז דער וועלט זאל זיך טאקע ענדיגן פונקטליך צו די ששת אלפים?

טשאדעלע, איך זעה נישט דער פראבלעם צו זאגן אז דער טויש קומט פון די קארס, ס'קען זיין אז נישט, אבער אפילו אז יא, מיינט דאס נישט אז דער מענטשהייט איז דער וואס איז מחליט ווי אזוי דער וועלט זאל גיין, נאר אז דער באשעפער פירט די מענטשן צו טוען פעולות "בעל כרחם" כדי צו ריקן די וועלט אין די ריכטונג ווי ער וויל עס.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

האסט נישט פארשטאנען וואס כ׳וויל ארויסברענגען.

מיין נקודה איז, די איינרעדעניש צו די וועלט ווערט יא אדער נישט ווארימער, איז געוואנדן אין די באוועגונגען פון די מענטשהייט, איז א פאלנער בעלויני! די הנהגה פון די בריאה איז עפעס וואס קען אויף קיין שום פאל נישט געענדערט ווערן דורך דעם בשר ודם, דאס איז נישט אין זיינע הענט!

די ווילסט זאגן אז די ערד איז ווארימער ווי דורכשניט?.. כער, זאג, די האלטס טרעק אויף די טעמפעטורן זייט בריאות העולם צו וויסן וואס די דורכשניט איז? די גאנצע גלאבעל ווארעמינג פאנטאזיע איז געבעיסט אויף רעקארד׳ס פון ווי לאנג, הונדערט יאר? הונדערט פיפציג יאר? הונדערט אכציג?.. פאלט דיר נישט ביי אז פאר צוויי הונדערט יאר צוריק איז געווען א פארקערטע פשעטיל, אז די וועלט ווערט קילער?..

ס׳געפעלט מיר נאר די חכמים וואס קומען שוין מיטן פשרה אז דער בוכ״ע הויבט שוין אן מיט די ״הכנות״ חרוב צו מאכן די בריאה און 200 יאר ארום..
רשעות קאלטע סעלצער
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

געוועלט: טיילווייז.
וואס איך מיין צו זאגן איז, אז קען זיין אז די וועלט ווערט ווארעמער, אבער אז מיר מענטשעלעך מאכן חרוב די וועלט איז שקר וכזב והא ראי' אז עס איז אין לו רגלים... (קרעדיט: דעתי העני' והקלושה)
(איך האב אביסל מער ארויסגעברענגט מיין שיטה און א שפעטערע תגובה)
לעצט פארראכטן דורך מחאה אום מיטוואך פעברואר 27, 2019 3:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: 6000 יעריגע ערד קוגל.

6000 מאהל 365 מאהל אווערנייט.

!Yummy! delicious! crispy

קענעך האבן א סלייס?
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

צל עובר האט געשריבן:משא"כ?

נישט אז איך האלט שטארק פון גלאובעל ווארמינג, ברעך איך אבער פון די נאנסענס אז עס האט שייכות מיט כפירה.

איך כאפ נישט וואס דו ברויזט אזוי, דו רעדסט פון דעם עצם פאקט אז ס'ווערט ווארימער, אדער פון די פעולות וואס ווערן אונטער גענומען דערצו? איך רעד פון די צווייטע העלפט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פון די גאנצע זאך, קאן זיין אז עס איז טפשות, אבער כפירה?
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

איך האב געשטימט טיילווייז, ווייל די שיטת הגלאובע"ל ווארמינ"ג האט אין זיך 3 טיילן, 1 די מציאות אז די וועלט ווערט ווארעמער. 2 אז עס איז א סכנה פאר קיום העולם. 3 אז אונז מענטשעלעך זענען גורם די ווארמינ"ג דורך פארשידענע פעולות.
דאס אז די וועלט ווערט ווארעמער גלייב איך בדרך אפשר (אז די ווילסט אזוי זאל זיין אזוי). און דאס איז גוטע נייעס פאר אלע אידעלאך וואס ברעכן אונטער פון די ריזיגע בילס וואס זיי ערהאלטן חודשליך פון נעשאנע"ל גרי"ד וכדו'.
דאס אז עס איז א סכנה פאר קיום העולם, מיין איך אז עס איז שטותים והבלים, היות מיר האבן א הבטחה פון דער וואס האט באשאפן די וועלט אז יום ולילה לא ישבותו, עס איז ידוע אז דער הייליגער חפץ חיים זי"ע האט אמאל געזאגט אז ער ווייסט אז מארגן וועט די זון אויפשיינען ווייל עס שטייט אין פסוק יום ולילה לא ישבותו (ניין, דאס אז די זון שיינט היינט און נעכטן איז נישט קיין ראי', ווייל דער מחדש בטובו בכל יום תמיד מעשי בראשית האט נישט קיין שום חיוב ווייטער מחדש צו זיין זיין בריאה, און אין די רגע וואס ער וועט ח"ו מעלים עין זיין פון די בריאה איז עס אויס אן קיין שום געשעעניש וכדו', נאר פלעי"ן אויס! דאס איז סתם אריינגעקומען בדרך אגב.)
דאס אז מיר מענטשן זענען שולדיג מיין איך אויך אז עס איז שטותים והבלים, אבער עס איז ממילא נישט נוגע ווייל די גאנצע דעבאטע איז נאר ווייל עס איז א סכנה, און אז עס איז נישט דא קיין סכנה, איז אדרבה, זאל מען מאכן ווארעם!
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
רודף שלום
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 1:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רודף שלום »

וויאזוי מעסט מען Global warming?
און וויאזוי ווייסט מען אז ס'ברענגט אונטער די וועלט?
ווען מ'ווייסט אז ס'ברענגט אונטער די וועלט, וויאזוי רעכענען זיי אויס ווילאנג ס'גייט געדויערן ביז די וועלט גייט אונטער?
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קומען אפאר קליינע נארישע מענטשעלעך וואס זענען קנאפע עטליכע אין די צענדליגע יאר אלט אדער ווייניגער.

די נארישע מענטשעלעך זענען פיינע פריקן נייעס ווען עס קומט צו שרייבן תגובות אויף אייוועלט.. און ווען עס קומט צו אנדערע ערפינדונגען ווי ספעיס מעדיצין, און למשל אזא זאך ווי מאכן וואקסן פון וואסער אליין וואס איז ממש א שיני טבע.. וואלט איך געזאגט אז מענטשן קענען חרוב מאכן אויך, די שאלה איז נאר אויף וואס פאר א פארנעם און וויפיל אונז דארפן זיך לאזן קאסטן דערפאר.

איך זאג נישט אז גלאבאלע ווארעמקייטן איז מיינט עפעס אבער אוועק מאכן בעיסד אויף א פאליטישע מיינונג איז נישט גערעכט, מ'דארף עס געהעריג דורך טוען ווי אנדערע פיזיקס, און סייענע'ס
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

בענקעל האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: 6000 יעריגע ערד קוגל.

6000 מאהל 365 מאהל אווערנייט.

!Yummy! delicious! crispy

קענעך האבן א סלייס?

:lol:
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

איך האב באמערקט אז היימישע שרייבער און קול מבשר רעדנערס גלייבן מער אין גלאבל ווארעמינג למשל ר'הערשל פרמ, ווי אויך ר' יונה כהן און ר'יואל פעלזן.
משא''כ רוב חסידישע קרייזן גלייבן נישט דערין
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”