7 כללים ווען מ'מעג רעדן לשון הרע שתיק"ה יפ"ה (רמז של החפץ חיים זצ"ל)

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

7 כללים ווען מ'מעג רעדן לשון הרע שתיק"ה יפ"ה (רמז של החפץ חיים זצ"ל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

[דער מאמר און די קומענדיגע אי"ה זענען געשריבן לזכות רפואה שלמה במהרה לכ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א ישראל אברהם בן שיינא רחל]

רעדן לשון הרע להציל עשוק מיד עשקו.
ווען איינער זעט אז ראובן איז מזיק שמעון, מעג ער פארציילן דאס פאר שמעון, אבער נאר אויב ער וועט ערפילן די פאלגענדע זיבן תנאים
וסימנך: "שתיקה יפה"
ואלו הן:
ש - שיתבונן. ער זאל זיך מתבונן זיין צו עס איז באמת א היזק אדער עס זעט נאר אזוי אויס.
אסאך מאל זעהן זאכן אויס אויף די ערשטע רגע אנדערש ווי דער אמת. עס איז כדאי פאר מ'גייט נעמען אזא שריט פון רעדן רייד וועלכע קענען זיין ח"ו אסור מן התורה, זיך
מתבונן זיין צו הכצעקתה איז טאקע באמת אזוי שלעכט ווי עס קוקט אויס, אדער אפשר לאז איך אויס עפעס פרטים.
ת - תועלת - ער זאל מכוון זיין בלויז פאר תועלת, נישט כדי וויי צו טוהן אדער פארשעמען דעם באטרעפנדן.
למשל: צו ראטעווען שמעון פון א היזק, מחזיר בתשובה צו זיין ראובן, אדער אז ראובן זאל באצאלן וואס ער האט מזיק געווען.
י - יסובב. אויב קען ער 'מסבב' זיין און אוועקנעמען דעם היזק פון שמעון נישט דורך דערציילן דעם לשון הרע, טאר מען נישט דערציילן.
ק - קו משקולת. דאס הייסט א פונקטליכער מעסטער. אפילו ווען מ'מעג רעדן, דארף דאס זיין געמאסטן און געוואויגן נישט צולייגן קיין זאלץ און פעפער, נישט מגזים זיין.
ה - הדין. אויב גייט דיין רעדן אויף ראובן'ען גורם זיין אז ראובן וועט נאך ליידן מער ווי עס קומט אים אין א בית דין און על פי דין, דאן טאר מען נישט פארציילן.

י - יראה. ער מוז האבן געזען די מעשה אליינס, נישט האבן געהערט פון א צווייטען, דער צווייטער קען דאך זיין א ליגנער אדער א מגזם. און ווען מ'הערט לה"ר טאר מען דאך נישט גלייבן.
פה - פלוני הוכחה, ער זאל מוכיח זיין דעם פלוני קודם, און הערשט דערנאך מעג רעדן לה"ר.
[דער תנאי גייט נישט אן אויב דער "ראובן" איז א גבר אלים, א מענטש וואס מ'האט מורא אים מוסר צו זאגן]

שמעון זעט אז ער איז געשעדיגקט געווארן. ער איז דיך חושד. דו ווייסט אז ראובן האט עס געטוהן, כנ"ל.
אויב זענען מקויים געווארן אלע 7 תנאים מעגסטו זאגן פאר שמעון אז עס איז גאר ראובן.
אויב זענען נישט מקויים געווארן אלע 7 תנאים, מעגסטו אבער זאגן "נישט איך".
אבער דאך...
זאגט דער הייליגער חפץ חיים זי"ע, איז דא א מידת חסידות לפנים משורת הדין, צו נעמען דעם שולד אויף זיך און אליינס באצאלן אדער מפייס זיין וכדומה, אבי נישט צו בארעדן א צווייטן!

יה"ר אז דער לימוד זאל זיין לזכות רפו"ש לרבינו ישראל אברהם בן שיינא רחל
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

יידישע קהילות האט געשריבן:זאגט דער הייליגער חפץ חיים זי"ע, איז דא א מידת חסידות לפנים משורת הדין, צו נעמען דעם שולד אויף זיך און אליינס באצאלן אדער מפייס זיין וכדומה, אבי נישט צו בארעדן א צווייטן!

יה"ר אז דער לימוד זאל זיין לזכות רפו"ש לרבינו ישראל אברהם בן שיינא רחל

Wow מקור?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

Belz123 האט געשריבן:

חפץ חיים סוף הל' לה"ר
חפץ חיים סוף הל' לה"ר
Capture.JPG (63.46 KiB) געזען 1779 מאל
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

מעג מען זיך אויסרעדן צו א חבר אדער צו א ווייב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אדער איז עס ריין לשון הרע?
אויב איז עפעס דיך זייער מצער וואס יענער האט דיר געטוהן, און דו שפירסט אז דו מוזט זיך אויסרעדן.
בפשטות קענסטו פארציילן אן א נאמען, און דאן האסטו נישט קיין שאלה.
אבער אויב אן א נאמען גייט עס נישט העלפן, צו ווייל עס וועט דיר נישט לייכטער מאכן צו ווייל דער צוהערער וועט נישט וועלן הערן.
מעג מען?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

מעג מען זיך אויסרעדן צו א חבר אדער צו א ווייב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דער חפץ חיים שרייבט אז "אפשר" הייסט דאס אויך לתועלת!
און נאך וואס די אלע אויבנדערמאנטע תנאים ווערן מקוים מעג מען דאס אויך טוהן.
דהיינו זאלסט מכוון זיין נאר לתועלת, נישט יענעם צו פארשעמען אאז"וו.

מ'דארף אבער צו געדענקען:
-דער צוהערער טאר נישט גלייבן וואס דער פארציילער פארציילט, ער/זי מעג נאר אננעמען די ווערטער בבחינת למיחש מיהא בעיא.
-אויב דו קענסט דעם צוהערער און ער וועט טוהן עפעס וואס על פי הלכה קומט זיך נישט פאר דער וואס האט דיך מצער געווען, טארסטו איהם/איר נישט פארציילן.
>>> נישט נוצן דעם היתר (וועלכער איז אזוי אויך נישט פשוט, און די פוסקים זענען מסופק דערין הלכה למעשה) צו אפט, ווייל עס וועט ווערן א רגילות און א געוואוינהייט.

יה"ר אז דער לימוד זאל זיין לזכות רפו"ש לרבינו ישראל אברהם בן שיינא רחל
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

קריתי ונהניתי
ייש"כ
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
גיי
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 12:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי »

הלשון האט געשריבן:קריתי ונהניתי
ייש"כ
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וועלכע נושא וויל דער עולם ממשיך זיין?
בל"נ מארגן אי"ה לרפואה שלמה של רבינו ישראל אברהם בן שיינא רחל
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

viewtopic.php?f=12&t=21715
למי שחשקה נפשו ללמוד יותר
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

יידישע קהילות האט געשריבן:וועלכע נושא וויל דער עולם ממשיך זיין?
בל"נ מארגן אי"ה לרפואה שלמה של רבינו ישראל אברהם בן שיינא רחל

די התבוננות שיעורים....
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”