ביכער איבער חזנים און חזנות

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

ביכער איבער חזנים און חזנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

נאכן שרייבן אין א אנדערן אשכול וועגן קווארטין'ס בוך "מיין לעבן". האב איך באקומען פריוואט א הויפן מיט פארלאנגען פון אסאך חברי הקרעטשמע, אז איך זאל זיי אריינשיקן דעם לינק.
אלזא דא האט איר עס. און ווען כ'וועל האבן מער צייט וועל איך דא שרייבן איבער די אנדערע חזנישע ביכער וואס איך פארמאג - אדער פארמאג נישט.

דאס ביכל אויפגעמישט אויף די וועבזייטל פונעם ביבליאטעק.
http://www.archive.org/details/nybc211827

און דא האט איר א "שארטקאט" צו קענען ליינען דעם ביכל אויף די נעט.
http://www.archive.org/stream/nybc21182 ... 0/mode/2up

ביטע נעמט אין אכט פאר איר דאונלאודט עס. ס'האט "פינעף הונדערט און ניין און אכציג זייטן"!. און אין מעגא ביסן באטרעפט דער פי די עף, אכט און צוואנציג פוינט צוויי, (גאנץ אסאך).
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ישר כוח החזן החשוב טאבאקא. מיר האבן דעם בוךאין באזיץ, אבער א PDF איז זייער גוט. זיי האבן עס לעצטנס ארויפגעלייגט, זיי פלעגן עס האבן נאר געליסטעט אז מ'קען עס נישט באקומען.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

שמעלקא טויב האט געשריבן:ישר כוח החזן החשוב טאבאקא.

?????????????????????????? :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?:
שמעלקא טויב האט געשריבן: מיר האבן דעם בוך אין באזיץ

איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן, ווען און וואו איר האט דאס געקויפט.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

פארשריבן האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:ישר כוח החזן החשוב טאבאקא.

?????????????????????????? :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?:

לכאורה גיבט ערעב שמעלקא מיר דעם שכוח, ווייל אויף מיין פארלאנג אין א אנדערן אשכול האט דער געערטער "פארשריבן" געברענגט דעם לינק.

וועל איך טאקע קאפירן אונזערע ווערטער פון דארט, כדי עס זאל דא זיין א דבר השלם.

פארשריבן האט געשריבן:
טאבאקא האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:אבער צו נעמען תנועות פון מחללי שבתות ופרקי עול און מיט דעם זאל איך גיין פועל'ן פאר מיין ציבור א גוט געבענטש יאר, צו האלט איר אז דאס איז א סגולה פאר המתקת הדינים? (להוי ידוע נישט נאר בערל שווארץ שרייבט אז קווארטין איז געוועהן א מחלל שבת און א אוכל טריפות קווארטין אליין שרייבט דאס איז זיינע מעמורן...),

פון ווי נעמסטו אז ער אליין שרייבט דאס, ווארשיינליך אויך פון ר' בערל שווארץ..., און אויב אזוי דארפסטו צו וויסן אז ר'בערל שרייבט אויך אז ער האט תשובה געטוהן. (און באמת זעהט מען דאס אויף זיינע ריקארדינגס אז ביי די פריערדיגע זאגט ער ארויס דעם שם ביי ברכות, און שפעטער שוין נישט). אגב, איך האב פרובירט צו פארשאפן זיין בוך "מיין לעבן" און ביז דערווייל נישט מצליח געווען, אויב דו אדער א צווייטער ווייסט וואו מ'קען דאס באקומען, ביטע מודיע זיין, א דאנק פון פאראויס.
טאבאקא האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:קווארטין שרייבט דאך אז ס'איז געווען א בלבול אויף אים, עיין בהביכל שלו "מיין לעבן".

איך וויל גערן מעיין זיין, אבער וואו שאפט מען דאס?

באמת וויל איך נישט פארדרייען די שמועס פון דעם אשכול וואס באציהט זיך אויפן נוסח פון דאווענען, אבער אז דו ווילסט אזוי שטארק וויסן וועל איך דיר ענטפערן אין קורצן, (און אז ס'וועט אויספעלן וועט מען עפענען א באזונדערן אשכול דערוועגן).
אין די געשעפטן איז עס שוין נישטא צו באקומען, פשוט ווייל ווער איז היינט אינטרעסירט אין א אידיש ביכל אין יענע קרייזן. נאר איך האב מיט א צייט צוריק באקומען פון איימיצן א לינק וואו מ'קען עס זעהן אויף די וועב, ווי אויך א צווייטע לינק פון וואו מ'קען עס דאונלאודן. די לעצטע האט נישט געארבעט מיט דזשעי נעט, (גיי ווייס פארוואס). דעריבער האט איך געמוזט ארויסדרוקן דאס ביכל כדי עס צו קענען ליינען געהעריג. ס'איז א דיק ביכל מיט נאנט צו 600 זייטן!. און עס איז זייער אינפארמאטיוו, סיי פון א חזנישן שטאנדפונקט, און ווי אויך פון א היסטארישן.
אז דו ווילסט זאג מיר וועלכע לינק דו דארפסט, און איך וועל עס בל"נ אויפזוכן.
אבער בכלל דארף מען וויסן אז אויף ר' בערל שווארץ'נס ביכל דארף מען נישט צופיל בויען. ס'איז טאקע צוזאמענגעווארפן זייער אסאך אינפארמאציע, און ס'איז אויך זייער געשמאק צו ליינען. אבער ער האט דאס געשריבן אלס לויפענדע ארטיקלען אין א צייטונג, און עס איז אינגאנצן נישט געווארן איבערגעארבעט צו קענען ארויסגעבן אין א פארמאט פון א בוך. דעריבער איז דאס פול מיט גרייזן, אויף געוויסע פלעצער זאגט ער איבער צוויי מאל א זאך, און טייל מאל איז ער זיך אפי' סותר. ס'דערקענט זיך אויף טריט און שריט אז ס'איז געשריבן אין פארעם פון פארזעצונגען.

און אז מ'רעדט שוין פון חזנישע ביכער, וויל איך בעטן דעם עולם ווער עס קען מיר העלפן טרעפן דעם בוך פון חזן "שמואל ויגאדא", וואס איך זוך שוין א לענגערע צייט און קען עס נישט טרעפן.

און דאס האב איך דארט געענטפערט
טאבאקא האט געשריבן:איך האב אויך דזשעי נעט, און די אנדערע לינק ווייס איך נישט צו ס'איז מיר אינטרעסאנט ווייל ארויסגעדרוקטע בלעטער האלטן זיך נישט צו לאנג, און ווערן שנעל צואוווארפן און צופלויגן, בפרט אזא גרויסער מספר פון קרוב צו 600 זייטן. אבער איר קענט עס אריינלייגן פאר אנדערע וואס זוכן עס מעגליך, און קענען דערפון הנאה האבן.
אגב זאגט איר נישט צו ס'איז גוט געשריבן, אדער אין אלטע אידיש וואס איך וועל נישט אזוי גרינג פארשטיין. (און אפשר וואלט געווען א פלאן איר זאלט עס דא שרייבן אין פארזעצונגען?, מיר האבן דאך שוין געזעהן אז איר קענט...)

יעצט וועל איך איבערגעבן דעם שכוח פון שמעלקא טויב פאר פארשריבן, און צולייגן דערצו א אייגענעם הילכיגן דאנק אויך.

איך האב פריער אביסל געבליקט דערינען, ס'זעהט אויס זייער אינטרעסאנט. אבער איך גיב נישט אויף מיין פארשלאג צו פארשריבן אז אויב ער קען וואלט געווען א געוואלדיגע זאך ער זאל עס דא שרייבן אין פארזעצונגען. איך זאג אייך בנאמנות, דער עולם וועט זיך מחי' זיין!
איך פלאן באלד ארויסצודרוקן אפאר קאפיטלען אויף צו ליינען אום יו"ט און חוה"מ, אבער אויפן ערשטן בליק זעהט מיר אויס ווי מ'דארף אכטונג געבן אז קינדער זאלן דאס נישט זעהן. (כ'האב עס נאכנישט געהעריג געליינט, אבער כ'האב באמערקט ווי אין אנהייב רעדט ער עפעס ווי ער איז ארומגעפארן זוכן א כלה וכו', קען זיין אז ס'איז יא אויסגעהאלטן, וועל מיר שפעטער נאכן דאווענען נאכאמאל א בליק טוהן דערין)

נאך איין ווארט צו פארשריבן, אויב ס'איז אייך נישט שווער פרעגט אן די אלע וואס האבן פארלאנגט די לינק פונעם ביכל, צו זיי זענען אינטרעסירט אין חזנות, און אויב יא פארוואס זענען זיי נישט מגיב אין ערגעץ.
א דאנק פון פאראויס
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

מיר האבן אצינד געטראפן דעם לינק צו דאונלאודן וואס מיר האבן דערמאנט.
איך האב נישט פראבירט צו עס ארבעט נאך, איך פארלאז אויף עמיצן וואס האט מיר געשריבן פריוואט אז עס ארבעט.
http://www.mediafire.com/?misdameopmmn3m3#2

אי"ה ווען כ'וועל האבן מער צייט, וועל איך שרייבן א אויספירליכע ליסטע פון די איבריגע ביכער אין מיין באזיץ.

דא viewtopic.php?f=63&t=9909 האט זאמלער געשריבן איבער א ביכל "די געשיכטע פון חזנות", און איך וואלט געוואלט הערן אויב עמיצער ווייסט מער אינפארמאציע דערוועגן.
דא האט איר א ציטאט דערפון:
זאמלער האט געשריבן:
טאבאקא האט געשריבן:זאמלער, אויב ס'איז מעגליך מאכט עס אביסל גרעסער און קלארער. אויך ביטע לאזט אונז וויסען מער פרטים אויף דעם ביכל, פון וואו עס קומט, ווער האט עס געשריבן און וואו מען קען עס באקומען.
דאס ביכל איז ארויס דורך דעם אגודת החזנים דאמריקה כ''ה שבט תרפ''ד וואס דאן איז פארגעקימען א גרויסע פייערונג לרגל דעם 30 יאר פון דעם אגודה עס ענהאלט און זיך מאמרים פון די געשיכטע פון חזנות ווי אויך די ביאגרפיה פון די חזנים און אמעריקה . איך גלייב שווער אז איר קענט עס באקומען חוץ און לייברעריס אדער און 2 האנט בוק סטארס.גרעסער קענט איר עס מאכען אליין אויף אייער קאמפיוטער
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

זשעינעט לאזט נישט אריין צום ארכיוו?
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

ניין.
פארוואס? גיי ווייס!
דאס איז נישט די ערשטע פראגע וואס איך האב אויף זיי.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

דאס ביכל "ברן יחד" פון עקיבא צימערמאן, האט איינער?

זיין ביכל "זכור אזכרנו", ארויסגעגעבן לכבוד די הונדערסטע געבורסטאג פון "משה קאסעוויצקי" האב איך ערגעץ וואו אין באזיץ.
לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב טוב »

אין די לעצטע קאפיטל פון זיין בוך דערמאנט קווארטין דעם מלך החזנים יאסעלע ראזענבלאט (פעיזש 578)
נישט אלעס וואס ווערט געשריבן אויף וואטסעפפ קען ווערן געשריבן אויף אייוועלט.

מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

קווארטין האט זיך קיינמאל נישט ערנסט פארמאסטן אויפן קרוין.
ווייל יעדער האט דעמאלטס מודה געווען אז ווי גרויס און מעכטיג ער איז, קומט ער נישט צו צו יאסעלע.

די עיקר פארמעסט איז געווען צווישן יאסעלע און הערשמאן.
(וואס איז געווען זיינס א פארביסענע קעגנער. ווי מ'זעהט פון די מעשיות מיטן דאלער, און פונעם קאנטראקט).
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

דאס ביכל "די געשיכטע פון חזנות" האב איך שוין -בהשתדלות הרב "זאמלער"- ב"ה אין מיין באזיץ. און איך קען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פון די פילע הויפענעס אינפארמאציע וואס איך טרעף דארט. און ווארשיינליך וועט איר אויך -במשך הימים, וכפי מסת הפנאי- נהנה זיין דערפון.

יעצט וויל איך וויסן ווער עס ווייסט וואו מען קען שאפן די 50 יאריגער יובל דזשורנאל, ארויסגעגעבן דורך די "אגודת החזנים דארצות הברית וקאנאדע" לכבוד דעם "גאלדענעם יובילעאום" פון דעם חזנים פארבאנד.

(איך האב שוין נאכגעברענגט איין אינטרעסאנטער ארטיקל פון דארט viewtopic.php?f=18&t=11910).
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

נו קיינער ווייסט גארנישט וועגן דעם ביכל?
אטעטשמענטס
4.png
געלינקטער
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 12, 2010 9:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלינקטער »

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב טוב »

פארשריבן האט געשריבן:נו קיינער ווייסט גארנישט וועגן דעם ביכל?

אפשר דא ?
נישט אלעס וואס ווערט געשריבן אויף וואטסעפפ קען ווערן געשריבן אויף אייוועלט.

מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?
אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוצאת שירי חזנים »

עס זעהט אויס אזוי.

וואס דארף מען טוהן עס צו קענען זעהן? (איך האף אז נישט אראפפארן קיין די סי)
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף [email protected]
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!
געלינקטער
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 12, 2010 9:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלינקטער »

אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

פארשריבן האט געשריבן:נו קיינער ווייסט גארנישט וועגן דעם ביכל?


קען מען זען דעם בוך אן-ליין?
אטעטשמענטס
4.png
4.png (73.08 KiB) געזען 3112 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”