טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15040
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דממה דקה האט געשריבן:ווייל ווען עס האט פאסירט ביי מיין שכן איז עס קיינעם נישט אנגעגאנגען

איך שריי דאס שוין יארן און יעדער לאכט פון מיר

די געזעץ אין אמעריקע (מעגליך גאר אין די קאנסטיטוציע) איז אז יעדער איז אומשולדיג ביז מ'ווייזט אויף זיין שולד

מיט וואסערע רעכט ברעכן זיי אויף די טירן פון אן אומשולדיגן מענטש'ס הויז און זענען אים אזוי מבזה?

איך האב אמאל געהערט ווי א געוועזענער לאו ענפארסמענט אגענט לייגט אראפ וויאזוי זיי האבן זיך אריינגעריסן אין א פארברעכער'ס הויז און ער האט געוואוסט אז ער האט יעצט צוגרינד זיין משפחה אויף אייביג און די בילד איז אים נאכגעלאפן פאר א שטיק צייט

שוין געווען א שיינע פאר מאל וואס יענער האט נאכדעם געווינען די קעיס אין קאורט אדער האבן זיי גאר געדראפט די טשארדזשעס. צי ווייל זיי האבן זיך איבערצייגט אז זיי האבן דעם נישט ריכטיגן מענטש אדער ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין קעיס (כ'וויל נישט אויפברענגען נעמען פון היימישע אידן וואס יעדער וועט געדענקן) אבער קיינער פארציילט דאס נישט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4341
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

דממה דקה האט געשריבן:ווען איך האב ווען די געלט און די צייט, וואלט איך צוזאם גענומען עטליכע פון די קעיסעס, הן וואס האבן פאסירט ביי היימישע אידן, און אפשר ביי אפאר גוים, און אריינגעגעבן א ציווילע קלאגע קעגן די פראסעקיוטער און די פ.ב.א. פאר די טראמא וואס זיי האבן געמאכט פאר די קינדער, אפשר די שפראך וועט ארבעטן.

כ'האב אמאל גערעדט מיט איינעם וואס איז ל"ע אדורכגעגאנגען די יוסטיץ סיסטעם,
ער האט זיך אליינס איינגעגעבן פרי פארטאגס, אבער די דיסטריקט אטוירני האט דאך געוואלט מאכן העדליינס, האט ער אראפגערופן די פרעסס, ער האט געמאכט א ליין אפ אינדערויסן, מ'האט ארויסגעפירט די ארעסטאנטן און בלויז ארומגעטראגן די בלאק!!
און דאס איז נאר א חלק פון די רשעות מיט וואס מ'באגייט זיך מיט ארעסטאנטן, ער האט מיר פארציילט נאך עטליכע זאכן וואס מ'האט אלץ געטוהן צו איהם בלויז צו דערנידערן, ואכהמ"ל.

כ'האב איהם געפרעגט פארוואס ער געט נישט אריין קיין לאו סוט אויף די פרעכע באנעמונג פון די יוסטיץ דעפארטמענט, האט ער מיר געענטפערט אז איינמאל מ'איז אינדערויסן וויל מען מער נישט האבן צוטוהן מיט די חברה, די בלוט קומט ארויף דזאסט פון זיך דערמאנען דערפון, ער איז צופרידן אז ער איז אינדערויסן, און ער וויל זיך מיט די חברה נישט נאכאמאל פארטשעפענען..!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ווען איך האב ווען די געלט און די צייט, וואלט איך צוזאם גענומען עטליכע פון די קעיסעס, הן וואס האבן פאסירט ביי היימישע אידן, און אפשר ביי אפאר גוים, און אריינגעגעבן א ציווילע קלאגע קעגן די פראסעקיוטער און די פ.ב.א. פאר די טראמא וואס זיי האבן געמאכט פאר די קינדער, אפשר די שפראך וועט ארבעטן.

כ'האב אמאל גערעדט מיט איינעם וואס איז ל"ע אדורכגעגאנגען די יוסטיץ סיסטעם,
ער האט זיך אליינס איינגעגעבן פרי פארטאגס, אבער די דיסטריקט אטוירני האט דאך געוואלט מאכן העדליינס, האט ער אראפגערופן די פרעסס, ער האט געמאכט א ליין אפ אינדערויסן, מ'האט ארויסגעפירט די ארעסטאנטן און בלויז ארומגעטראגן די בלאק!!
און דאס איז נאר א חלק פון די רשעות מיט וואס מ'באגייט זיך מיט ארעסטאנטן, ער האט מיר פארציילט נאך עטליכע זאכן וואס מ'האט אלץ געטוהן צו איהם בלויז צו דערנידערן, ואכהמ"ל.

כ'האב איהם געפרעגט פארוואס ער געט נישט אריין קיין לאו סוט אויף די פרעכע באנעמונג פון די יוסטיץ דעפארטמענט, האט ער מיר געענטפערט אז איינמאל מ'איז אינדערויסן וויל מען מער נישט האבן צוטוהן מיט די חברה, די בלוט קומט ארויף דזאסט פון זיך דערמאנען דערפון, ער איז צופרידן אז ער איז אינדערויסן, און ער וויל זיך מיט די חברה נישט נאכאמאל פארטשעפענען..!


עס איז געווען איינער מאחינו וואס נאכן באפרייט ווערן האט אנגעפאנגען ערנסט צו טון אויף די אומרעכטן און מען האט עם ליידער טאקע נאכאמאל בודק געווען זיינע ציצית און ...
ער איז שוין בחסדי ה׳ אינדרויסן צום צווייטן מאל
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

צייט און געלט האבן זיי מער פון אונז אלע, קיינער זוכט נישט צו אנפאנגען מיט זיי.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9096
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א שטוב געהילף איז היינט אינדערפרי ארויס געראטעוועט געווארן פון א עלעוועטער אין א מענהעטען׳ער דירה, נאכן זיין דארט פארשלאסן באלד 3 טאג.

דער רייניגער׳רין, א איינגעשטעלטער אין א פריוואטע 5 שטאקיג סינגל פאמילע הויז וואס באלאנגט צו אן עושר, איז פרייטאג ערגעץ ווען אין די נאכמיטאג שעות - נאכדעם וואס דער הויז אייגענטומער האט שוין געהאט אוועקגעפארן פארן וויקענד - שטעקן געבליבן אינעם עלעוועטאר פונעם פאלאץ, פון ווי זי האט זיך נישט געקענט ארויסזעהן ביז דער בעה״ב איז אהיימגעקומען היינט מאנטאג 10:15 פארמיטאג, און געהערט אירע שוין אפגעשוואכטע קלאפערייען.

די FDNY מיט פאליציי זענען אראפגעקומען און איר ארויסגענומען פונעם פארמאכטן קעבּין, מ׳האט איר אפגעפירט אין שפיטאל פאר דיהיידארעישן און אנדערע אינטערזיכונגען.

ווי די פרוי זאגט, האט זי נישט געהאט איר סעלפאון מיט זיך, איז נישט געווען א מעגליכקייט זי זאל מאכן פארבינדונגען ציט קיינעם. ס׳איז גראדע אינטערסאנט פארוואס קיינע פון אירע נאנטע האבן זיך נישט געזארגט ווען זי איז נישט געווען צום געפונען דורכאויס דעם וויקענד.
רשעות קאלטע סעלצער
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1900
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א שטוב געהילף איז היינט אינדערפרי ארויס געראטעוועט געווארן פון א עלעוועטער אין א מענהעטען׳ער דירה, נאכן זיין דארט פארשלאסן באלד 3 טאג.

דער רייניגער׳רין, א איינגעשטעלטער אין א פריוואטע 5 שטאקיג סינגל פאמילע הויז וואס באלאנגט צו אן עושר, איז פרייטאג ערגעץ ווען אין די נאכמיטאג שעות - נאכדעם וואס דער הויז אייגענטומער האט שוין געהאט אוועקגעפארן פארן וויקענד - שטעקן געבליבן אינעם עלעוועטאר פונעם פאלאץ, פון ווי זי האט זיך נישט געקענט ארויסזעהן ביז דער בעה״ב איז אהיימגעקומען היינט מאנטאג 10:15 פארמיטאג, און געהערט אירע שוין אפגעשוואכטע קלאפערייען.

די FDNY מיט פאליציי זענען אראפגעקומען און איר ארויסגענומען פונעם פארמאכטן קעבּין, מ׳האט איר אפגעפירט אין שפיטאל פאר דיהיידארעישן און אנדערע אינטערזיכונגען.

ווי די פרוי זאגט, האט זי נישט געהאט איר סעלפאון מיט זיך, איז נישט געווען א מעגליכקייט זי זאל מאכן פארבינדונגען ציט קיינעם. ס׳איז גראדע אינטערסאנט פארוואס קיינע פון אירע נאנטע האבן זיך נישט געזארגט ווען זי איז נישט געווען צום געפונען דורכאויס דעם וויקענד.

3 טעג אן עסן?
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9096
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

האוזינג סעקרעטערי בען קאַרסאָן איז ערווארטעט היינט אין ניו יארק סיטי צו מאכן א ״ספעציעלע מעלדונג״. און ווי א ווארט זאגער פאר קאַרסאָן זאגט וועט די באשלאס וואס וועט געמאלדן ווערן זיין גוטע נייעס פאר ניס האוזענג איינוואוינער.

דאס קומט אין א צייט וואס די האוזינג אוטארעטי איז די לעצטע צייט געפלאגט געווארן מיט פארשידענע פראבלעמען, אריינגערעכנט די שטארקע באקלאגענישן דורכאויס די פארלאפענע ווינטער, אז די אלטע אפגעניצטע בוילערס קומען נישט נאך די הייצונג געברויך פאר די איינוואוינער.

קאַרסאָן איז עטליכע וואכן צוריק געווען אין ניו יארק סיטי אינעם סיטי האלל ווי ער איז געזיצן מיט מעיאר דיבלאזיאו צו דיסקאסירן די אישו. שפעקילאציעס האבן דעמאלטס געצורקלט אז קאַרסאָן קאנסידערט די ניס האוזינג אגענטורן זאל גיין אינטער די פירערשאפט פון די פעדעראלע האוזינג דעפארטמענט.
רשעות קאלטע סעלצער
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

Longtime Brooklyn District Attorney Charles Hynes Dies at 83
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9096
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:


די צוויי גרויסע קעפ זענען טאקע פריער אין טאג געזעצן ציזאמען, נאכן זיצונג האבן זיי ביידע געגעבן א סטעיטמענט פאר די פרעסע, ווי זיי האבן געמאלדן אז נייטשע [ניו יארק סיטי האוזינג אוטארעטי] גייט למעשה יא פארבלייבן אינטער די לאקאלע סיטי פירערשאפט, אבער אינטער די אויפזיכט פון א פעדעראלע מאניטאר.

און צו לעזן די אומצאליגע פראבלעמען וואס פלאגן אלע בנינים אינטער די אגענטור, וועט מען אנהויבן 32 בילאון דאלער׳דיגע פראיעקט צו רענאווירן אין אויסראָטן ראַטן, מאולד, לעד אא״וו.. די פראיעקט גייט נעמען 10 יאר.. :wink:

רוב טייל פון די געלט וועט נייטשע זעלבס צושטעלן, און די איבריגע זאגט מעיאר דיבלאזיאו גייט מען פראבירן צו באקומען פונעם פעדעראלע קאסע אין וואשינגטאן.

ביים פרעסע קאנפרענס האט בען קאַרסאָן געזאגט, אז זיי האבן ביידע געלייגט זייערע פאליטישע דיפארענסן אין א זייט [ווי כאילו ס׳איז געשטאנען אין וועג].

דראפבאקסגוגל דרייוו
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9096
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

די מעטראפאליטען דיטענשין סענטער אין ברוקלין איז דורכאויס די לעצטע טעג געקומען אינטער קריטיק נאכדעם וואס ס׳איז באקאנט געווארן אז זייער בנין איז שוין אפעקטירט פון א קורצשלוס עטליכע טעג, אהן קיין לעקטער און הייצונג.

ווי פארשידענע באריכטן דערציילן האט זיך דער קורצשלוס אנגעהויבן פארלאפענע מיטוואך, ווי דער גאנצער בנין איז טינקל געווארן. איבערלאזענדיג די איבער 1600 ארעסטאנטן אהן קיין הייצונג פאר דורכאויס די גאר קאלטע טעג דעם פארלאפענע סוף וואך.

עטליכע ארעסטאנטן האבן שוין אין ריזאלטאט פון די קאלטע טעג אנגעהויבן צייגן פארשידענע סימטאמען אז זיי ליידן פון פארקילאכצער, אהן האבן א שאנס זיך צו פארבינדן צו די גאס אינדרויסן, נאכדעם דעם וואס די קאמפיאטער׳ס וואס איז געאייגענט פאר די ארעסטאנטן צו האבן באגרעניצטע פארבינדונג מיט זייערע משפחות איז אויך אפעקטירט פונעם קורצשלוס. אזוי אויך אז פילע ארעסטאנטן זענען איינגעשפארט אין זייערע צעלן פאר 23 שעה פונעם טאג, צוליב דעם וואס די זיכערהייט פונעם טורמע איז אויך טיילווייז אפעקטירט.

א ווארט זאגער פאר די טורמע האט היינט פארשפראכן אז ווי ס׳קוקט אויס וועט די לעקטער און הייצונג שוין זיין צוריקגעשטעלט דעם קומענדיגן מאנטאג נאכט.

דעם פארלאפענעם פרייטאג צונאכטס האבן די ארעסטאנטן פונעם קאלטן טורמע פראטעסטירט, דורכן האקן אויף די פענסטער פון זייערע צעלן צו די גאס, צו באקומען אויפמערקזאמקייט פון אינדרויסן.

דראפבאקסגוגל דרייוו
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10831
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

שעים אן יא דיבלאזיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

סיטי פאליציי געוואלט פארדעקן שיסעריי

מאנהעטן – די ניו יארק סיטי פאליציי ווערט באשולדיגט אין פרובירן צו פארדעקן דעטאלן איבער א טויטליכער סאבוועי שיסעריי, וואס האט פאסירט די וואך זונטאג, האבנדיג פאליטישע מאטיוון דערביי. די שיסעריי איז דורכגעפירט געווארן אינמיטן העלן טאג אין קווינס, וואו דער ברוטאלער פארשוין ראמירא גוטיערעז האט געשאסן און אומגעברענגט אן אנדערן קרימינאלן פארשוין פון א קעגנערישער גענג באנדע. עס שטעלט זיך ארויס אז גוטיערעז איז א מיטגליד אין דער "עם-עס-13" קרימינאלע באנדע, און דעריבער ווערט באשולדיגט אז די פאליציי האבן דינסטאג באהאלטן אט דעם פאקט, נישט וועלנדיג געבן שטאף פאר פרעזידענט טראמפ, איידער זיין "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע דינסטאג נאכט.
ער וועט ענדערש זיך שיסן ווי איידער ארויסגעבן די ליידער אמתע פאקטן...
א שעים אז אונז וואוין מיר אין אזא שטאט.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6070
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

בכלל האט ער אן אגענדע פון האלטן קריים רעקארדס נידעריג..
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

פליגל האט געשריבן:בכלל האט ער אן אגענדע פון האלטן קריים רעקארדס נידעריג..

א קריים רעקארד איז במילא געווען דא
זיי האבען נאר באהאלטן די פאקט טז ער איז געעווען פון MS13
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9096
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א קריים אויף די רעקארד איז טייטש, אז די קעיס איז שוין קלאוזד.

ווען עימיצער שיסט עימיצן אויף טויט, [סאיז אפשר א עקסטרעמע משל].. ווילאנג דער שיסער האט נישט געענדיגט זיין געריכטליכע פראצעדור איז ער דאך נישט גילטי, ווערט די קריים נישט ארויפגעלייגט אויפן רעקארד. [אזוי ווי די פינטעלעך אויף די לייסענס].

סוי ווען די בלאזיאו מעלד סוף יאר מיט פאמפע אז די קריים ראטע איז דראסטיש געפאלן פון איאר ביפאר, איז עס א צוויי פאכיגע בעלאוני. קודם ווייל די נומבערס פון היי יאר איז העכער, און דאס נישט רעכענען אומגעשלאסענע קעיסעס איז א בלאףעריי שאין כדוגמתו. והשנית, די קאמפערסט עס צו די פארלאפענע יארן, וואס איז שוין טויזענט מאל געאפדעיט געווארן, זינט הונדערטער קעיסעס זענען פארמאכט געווארן.

#זעראו וויזשן
#זעראו טאלאראנץ
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9096
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א אויפרייס וואס האט פאסירט אינטער א גארביטש טראק, האט פארוואנדערט אירע צוויי סאנעטעישן ארבעטער.

ס׳האט זיך אפגעשפילט היינט צופרי אין אפפער וועסט_סייד מענהעטן, ווען דער קאמפרעסאר פון אינטערן טראק האט אריינגעשניטן אין א אקסענדזשין טאנק וואס עימיצער האט אוועק געווארפן אין מיסט, און האט אויפגעריסן מיט א משונה׳דיגע זעץ.

די סאנעטעישן דעפ. האט אויף איר טוויטער אקאונט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט בייגעלייגט מיט בילדער.

DF688423-12FF-41FC-BAB5-FB9AE8E51971.jpeg
DF688423-12FF-41FC-BAB5-FB9AE8E51971.jpeg (98.15 KiB) געזען 4002 מאל
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

צוויי פאליצאנטן זענען געשאסן געווארן אין קווינס, נ"י
זיי ווערן אריינגעפירט אין שפיטאל, זייער מצב איז דערווייל נישט באקאנט
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

פרעזידענט האט געשריבן:צוויי פאליצאנטן זענען געשאסן געווארן אין קווינס, נ"י
זיי ווערן אריינגעפירט אין שפיטאל, זייער מצב איז דערווייל נישט באקאנט


אפדעיט:

א NYPD פאליציי דעטעקטיוו איז אומגעקומען נאכן ווערן געשאסן ביי א רויבעריי פון א טי-מאביל געשעפט אין קווינס
נאך א פאליציי אפיציר איז געשאסן געווארן ביים רויבעריי, אין ער איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען אין א סטאבילע צושטאנד
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9096
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ברעיקינג:

א NYPD דיטעקטיוו איז פאטאל געשאסן געווארן אין ליין אוו דוטי, ביים ריספאנדן צו א עקטיוו רובעריי אין קווינס, ביים ווינקל פון עטלענטיק עוווניו אין 121 סט. א צווייטע אפעציר איז פארוואנדערט געווארן און געפינט זיך אין א סטאבילן צושטאנד.

דער שיסער איז געשאסן געווארן אין זיין ארעם, און געפינט זיך אינטער ארעסט. די ארטיגע פריסינקט האט פארופן א לעוול 2 מאביליזאציע.
לעצט פארראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דינסטאג פעברואר 12, 2019 10:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברעיקינג:

א NYPD דיטעקטיוו איז געשאסן געווארן אין ליין אוו דוטי, ביים ריספאנדן צו א עקטיוו רובעריי אין קווינס, ביים ווינקל פון עטלענטיק עוווניו אין 121 סט. א צווייטע אפעציר איז פארוואנדערט געווארן און געפינט זיך אין א סטאבילן צושטאנד.

דער שיסער איז געשאסן געווארן אין זיין ארעם, און געפינט זיך אינטער ארעסט. די ארטיגע פריסינקט האט פארופן א לעוול 2 מאביליזאציע.

וואס מיינט א לעוול 2 מאביליזאציע?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

ווער ס'האט אן אמעריקאנער פאן זאל געדענקן עס צו נידערן אויף האלב

די באאמטע
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
ליב ליינער
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 07, 2017 9:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליב ליינער »

LISTEN - HORROR AUDIO: The moment the NYPD Detective was murdered in Queens on Tuesday night at a robbery in a T Mobile
https://twitter.com/NYScanner/status/10 ... 04/video/1
תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 8:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה סחורה »

ליב ליינער האט געשריבן:LISTEN - HORROR AUDIO: The moment the NYPD Detective was murdered in Queens on Tuesday night at a robbery in a T Mobile
https://twitter.com/NYScanner/status/10 ... 04/video/1

ווער קען עס ביטע ברענגען דא, איך הער אז עס איז זייער אינטעראסאנט
ביטע אינער זאל זיך מרחם זיין....
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

תורה סחורה האט געשריבן:
ליב ליינער האט געשריבן:LISTEN - HORROR AUDIO: The moment the NYPD Detective was murdered in Queens on Tuesday night at a robbery in a T Mobile
https://twitter.com/NYScanner/status/10 ... 04/video/1

ווער קען עס ביטע ברענגען דא, איך הער אז עס איז זייער אינטעראסאנט
ביטע אינער זאל זיך מרחם זיין....

ביטע "נישט" אהערברענגען דא, א פשוט'ע רעקארדינג פון א רציחה באלאנגט נישט אהער!
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

לויט די ווערטער פון די ענגלישע שפראך העכערן לינק, מיינט דאס פשוט אז מ'קען הערן די קולות און טומל פון די פאליס רעדיאו בשעת און גלייך דערנאך וואס די שיסעריי איז פארגעקומען, נישט אז מ'קען הערן עפעס א רציחה אקט אדער וואס.
גם זה יעבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם זה יעבור »

BREAKING Det. Brian Simonsen was a 19-year veteran of the force. One year away from retiring. He was killed tonight in tragic case of friendly fire. The suspect had a fake gun. He leaves behind a wife and two kids. RIP
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”