נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ס׳איז נישט אמת, ווייל אלעס וואס די סאפטוועירס טוען קענען מענטשן טאן, ס״ה טוט עס קוויקבוקס און עקסעל שנעלער, און ווערט קיינמאל נישט מיד אדער נימוס. די סערוועילענס קעמערא האלט א עיני פקיחה 24/7 שעה א מעת לעת אן זיך לייגן שלאפן. ס׳איז אלעס אבער נישט קיין חידושים.

בקיצור, דער בשר ודם וואס באשטייט פון אש מים רוח עפר, האט פאקטיש נישט אויסגעלערענט דעם קאמפיאטער וואס איז צוזאמגעשטעלט פון די זעלבע באשטאנדטיילן ״גארנישט״. שלמה המלך זאגט אין כל חדש (נד״נ) תחת השמש, ס׳האט אסאך פשטים. אבער דאס מיינט עס אויך.

סאו צו מאכן א ק״ו פון די ביז יעצטיגע סאפטוועירס, אז די סאפטוועירס ערפונדענע סאפטוועירס וועלן זעכער אנדעקן אמעריקא איז נעריש, ווייל ווי געזאגט קען דער קאמפיאטער נאר דאס וואס די קענסט אויך, און אמעריקא ווייסט שוין יעדער ווי ס׳איז.
לעצט פארראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

צל עובר האט געשריבן:@דערבארומדיגער, זייער הערליכע תגובות, ישר כח פאר די און אלע.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

א שווערע טשאדעלע.

אויב זאלן מענטשן טון וואס איין גוגל סירטש טוט וואלט מען געדארפט האבן א מיליאן מענטשן פאר מילליאן יאר דאס צו טוען. בסך הכל טוט עס גוגל נאר אביסל שנעלער?

איך גלייב אז די האסט נאך נישט געזען וואס עקסעל קען טון.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

אויב איך טייפ אין גוגל מיט מיין קיבארד אנגעשטעלט אויף היברו, די אותיות וואס רעפרעזענטירן די ווערטער MARS LANDING כאפט די סאפטוועיר אז מן הסתם בין איך מכוון צו ענגלישע ווערטער, ווייל גוגל קען שוין מיין משוגעת צו ניצן ענגליש צוזאמען מיט אידיש, און אויף עברית איז דאך נישטא אזא ווארט "צשרד ךשמגןמע" פארשטייט גוגל אז איך האב זיכער געזוכט ענגליש.

BING און YAHOO כאפן דאס נישט! ווייל זייער AI איז אינטערשטעלינג פון גוגל.
Capture.JPG
Capture.JPG (16.15 KiB) געזען 1802 מאל


יעצט ווען איך זאג פאר גוגל ביינדערי סאפטוועיר אז דאס זיך איך טאקע MARS LANDING, גייט ער שנעל און ער קוקט דורך בילליאנען וועב פעיזשעס צו טרעפן ווי די ווארט MARS LANDING ווערט דערמאנט, אקעי גוגל האט געטראפן אכציג מילליאן מיט אכט הינדרעט טויזענט רעזולטאטן, יעצט וועט די אלגאריטם סאפטווערס באשליסן וועלכע פון די אכציג מילליאן מיט אכט הינדרעט טויזענט וועב פעיזשעס איז די מערסטע רעלעווענט פאר מיר.

אריבער 44 חלקים פון א סעקונדע און די זשאב איז DONE
Capture 88.JPG
Capture 88.JPG (15.72 KiB) געזען 1802 מאל


אין וועלכע לייבערי קען מען לייגן די טריליאנען צעטליך וואס וועב סייט סאפטוועיר סיסטעמס האלטן אויף סערווערס? ווי לאנג וואלט גענומען פאר מענטשליכע מוחות איבערצוקוקן די טריליאנען צעטלעך און טרעפן אלע צעטליך וואס רעדן פון מארס לאנדונג? ווי לאנג וואלט געדויערט פאר מענטשליכע מוחות צו סארטירן די אלע געפינסן אין זיכער מאכן אז איך באקום די מערסט רעלעוואנטע צעטל?

און, פארגעס נישט אז די קליפטשיקלעך קען א מענטש נישט אהערשטעלן אן סאפטוועיר, נישטא אזא זאך!
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נחזור לעניננו. די מיסיע וואס @זאכליך האט געמאלדן דא אום יולי 2016 איז נעכטן דורך געפירט געווארן מיט סוקסעס!

די מיסיע איז מיר אויסטערליש אינטערעסאנט, מען רעדט פון אויספלאנירן א רייזע 4 בילליאן מייל ווייט!

צו געבן די פערספעקטיוו,ווען דער בילליאנער ריטשארד ברענסאן האט זיך געגרויסט מיט די הצלחה פון זיין ראקעט מיסיע מיט עטליכע וואכן צירוק, זיין ראקעט איז געפלויגן ביי א הייעך פון 50 מייל! האט דאס ווידער אויפגעברענגט א אלטע דעבאטע: ווי הייבט זיך אן ספעיס?

צ.ב.ש. אויב וויל איך פליען העכער אמעריקע דארף איך האבן רשות פון אמעריקע, יעדע פלייט וואס פליט העכער אמעריקע איז רעגיסטרירט, די ברעקזיט געשפרעכן נעמט אריין ערענסטע דיסקוסיעס איבער עראפלאן רייזעס, אל על קען נישט פארן העכער איראן, וכו' יעצט אויב פלי איך 50 מייל העכער אמעריקע, דארף איך רשות פון אמעריקע? אפשר בין איך שוין באשוצט אינטער די וועלטס אפמאך אז "ספעיס איז פריי פאר יעדעם"?

טייל ספעיס עקספערטן טענה'ן אז 50 מייל הויעך איז נאכנישט ספעיס, עס מוז זיין 55 מייל, לויט אנדערע 62 אדער 76 מייל הויעך, אנדערע טענה'ן אז אינטער 50 מייל וועלן רוב סעטעלייטס שנעל צירוק אריינפאלען אין די ערד'ס אטמאספערע און העכער 50 מייל וועט שוין אפט זיין גענוג הויעך פאר א סעטעלייט זיך צו האלטן אליין אין א ארביט, טייל אנערקענען 50 מייל אלץ די ליניע ווי ספעיס הייבט זיך אן ווייל דארט הייבט זיך אן די ערשיינונג אז דער מענטש שפירט נישט די גראוויטי, ער איז געוויכטלאז.

די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע פליט ארום 250 מייל העכער אונז.

די לבנה איז אין עווריזש ווייט צוויי הינדרעט און אכט און דרייסיג טויזענט מייל!
מארס איז ארום 33 מילליאן מייל ווען עס איז די נענטסטע צו ערד, די לעצטיגע מארס אינסייט לענדער איז געפלויגן דריי הינדרעט מילליאן מייל פליענדיג אין ארביטס און האט געדויערט 6 און א האלב חדשים !
די זון איז ארום 93 מילליאן מייל ווייט פון אונז!

די איצטיגע באזוך קומט פאר ביי איבער 4 בילליאן מייל ווייט!

ווען איינער פארט פון ברוקלין צו קאנטרי -א רייזע פון ארום הינדרעט מייל- דארף ער רעכענען וויאזוי צו גיין, FDR, וואשינגטאן בריק, דערנאך די 6/4/17, טראוועי, ער דארף באשליסן צו ער זאל נעמען די פאליסיידס , אפשר די ניו זשערסי טורענפייק, וכדו'

צו פלאנירן אין ספעיס פעלט זיך אויס עניטיים אזויפיל פלאנירונג! נישט פארגעסן אז די פלאנעטן רוקן זיך כסדר ארום, און א סעטעלייט פליט נישט אויף איין ספיד מתחלתו ועד סופו.

יעצט שטעל זיך פאר אז מען דארף אויסרעכענען א מיסיע פון 4 בילליאן מייל! עס וועט ארויספליען היינט און אנקומען און א פאר יאר ארום!!!
--- --- ----

די ציהל פון די מיסיע איז מיר לגמרי נישט אינטערעסאנט, פארט ברענג איך דא א בילד, אפשר איז עס אינטערעסאנט פאר אנדערע.

און קורצן: די פארשערס זענען געוואר געווארן מער אינפארמאציע איבער די סייז פונעם שטיינדעל, איצט לייגן זיי עס ביי ארום 10 ביי 20 מייל,אויך פארשטייען זיי איצט בעסער וויאזוי עס דרייט זיך.
מער דאטא וועט נאכקומען פון יעצט ביז די קומענדיגע 20 חדשים! אזוי לאנג געדויערט דאס דאונלאודן אלע דאטא פונעם ספעיס שיף.
Capture.JPG
Capture.JPG (11.97 KiB) געזען 1719 מאל
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: אז די סאפטוועירס ערפונדענע סאפטוועירס וועלן זעכער אנדעקן אמעריקא איז נעריש, ווייל ווי געזאגט קען דער קאמפיאטער נאר דאס וואס די קענסט אויך, און אמעריקא ווייסט שוין יעדער ווי ס׳איז.

אגב האבן די סאפטוועיר ערפינדענע סאפטוועירס הנקרא AI שוין ענטדעקט גאנצעטע פלאנעטען! פשוטו כמשמעו! מען איז געוואר געווארן פון נייע פלאנעטן דורך גוגל'ס סאפיסטיקירטע AI אנאליטיקס.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ווען איינער פארט פון ברוקלין צו קאנטרי -א רייזע פון ארום הינדרעט מייל- דארף ער רעכענען וויאזוי צו גיין, FDR, וואשינגטאן בריק, דערנאך די 6/4/17, טראוועי, ער דארף באשליסן צו ער זאל נעמען די פאליסיידס , אפשר די ניו זשערסי טורענפייק, וכדו'

צו פלאנירן אין ספעיס פעלט זיך אויס עניטיים אזויפיל פלאנירונג! נישט פארגעסן אז די פלאנעטן רוקן זיך כסדר ארום, און א סעטעלייט פליט נישט אויף איין ספיד מתחלתו ועד סופו.

יעצט שטעל זיך פאר אז מען דארף אויסרעכענען א מיסיע פון 4 בילליאן מייל! עס וועט ארויספליען היינט און אנקומען און א פאר יאר ארום
Capture.JPG


וכו׳ דיין גאנצע תגובה, טענקס פאר די אפדעיט.

כ׳האב געקוואוט דעם שטיקל..
ס׳איז טאקע א אויסטערליש אומבאגרייפענדע ווייטקייט, ס׳איז אבער אבנארמאל פינקטליך אויף די האר. דהיינו. ווען איך פאר אויף פאלם טרי קען זיך די ETA טוישן אפאר מאל, געוואנדן אין די גאזאלין, טראפיק וכדו, משא״כ ווען מ׳רעכענט אויס א רייזע פאר א ראקעט מיינט עס אנדערע סארט קאמפלאצירטע חשבונות, די ספיד און ETA אא״וו טוישן זיך נישט.

[כ׳וויל מיר נישט פארמעסטן מיט דיין נאלידזש ארום די נושא, דאס איז אבסעלוטלי דיין אינדעסטרי. כ׳גלייך פשוט ווען ס׳ווערט א שמועס. מאך אבער זיכער צו אפדעיטן באצייטענס, ווייל ס׳נעמט א לאנגע צייט ביז דיינע מעסידזשעס גרייכן ערד. האב א גרינגע רייזע]
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מסירת מודעה!
איך גלייך "דעם גרויסן בילד" אן איך קען אפט פארזען דעטאלן, איך טויג נישט גוט צו דעטאלן, הגם איך פראביר שטארק נאכצוגיין זאכן וואס איך שרייב דא איז זייער מעגליך אז געוויסע נומערן זענען נאר 95 פראצענט פונקטליך, איך טויג נישט גוט צו דעטאלן.
-- --

מ'איז אפשר געוואוינט צו טראכטן אז ספעיס מיסיעס איז אבנארמאל פינקטליך אויף די האר ווייל מען באקומט סקעדזשועלס 6 מאנאטן פאראויס מיט פונקטליכע דעטאלן ווי לאנג און ווייט סעטעלייטס וועלן פליען, דאס ברענגט די איינדרוק אז די קאלקיולאציעס זענען פונקטליך און אפשר אפילו פשוט.

למעשה איז די פונקטליכקייט א אומבאשרייבליכע חכמה, איך גלייב נישט אז נאסא טוט דאס אן די באנוץ פון סופער קאמפיוטערס (איך רעד נישט פון AI), איך האב גאר א סאך געליינט איבער א פריערדיגע מארס לאנדונג, און אביסעל איבער די לעצטערע מארס מיסיע, די פונקטליכקייט איז מיינד באגלינג! פיט נישט אין מיין מח!

וויפיל חשבונות אין סייענטיפישע שטודירונגען דארף מען מאכן צו וויסן פונקטליך ווי ווייט מארס איז, במשך הימים דערנעטערט עס זיך און דערווייטערט זיך מיט גאר גרויסע דיפרענצען, צו וויסן פונקטליך ווי שטארק די גראוויטי איז אויף מארס, צו וויסן פונקטליך ווי שנעל מארס דרייט זיך ארום, צו באשטימען א גענויע ארט אויף מארס וואס זאל זיין פאסיג צו לאנדען און דורך פירן די באשטימטע שטודיעס.

אויב ווייסט מען שוין אלע נויטיגע אינפארמאציע מיט א פונקטליכקייט, קען מען שוין באשליסן:

- פונקטליך וועלכע צייט די ראקעט זאל זיך הייבען אז מען זאל עס כאפען ווען עס איז די נענטסטע צו די ערד,
-פונקטליך וויפיל ארביט טוישונגען דארפן ווערן געמאכט, פונקטליך וויפיל פאוער דער סעטעלייט דארף האבן,
-פונקטליך ביי וועלכע סעקונדע אין ביי וועלכע הייעך די אינסייט לענדער זאל זיך אפרייסן פון די ראקעט, (וויפיל אינזשענירונג ליגט אין דעם, א אביעקט וואס פליט ביי טויזענטער מייל פער
שעה דארף זיך אפטיילן, די 2 אפגעטיילטע שטיקלעך טארען זיך נישט אנרירן א סעקונדע נאכן שיידונג! )
-פונקטליך "וועלכע סעקונדע" און ביי די "פונקטליכע הייעך" (10 מייל העכער מארס) פון מארס די פארושוט זאל זיך עפענען בכדאי צו פארשטייטערן די פאלענדע אינסייט לענדער,
-ווען די היץ באשיצערס זאלן זיך ארויסשטעקן,
-פונקטליך ווי שטארק מען דארף באשיצן די אינסייט לענדער פון די היץ (1800 דעגרי!) וואס פאסירט ביים זיך אריינרייבן אין די מארס אטמאספערע,
-פונקטליך ווען זאל זיך דער אינסייט לענדער אפטיילן פונעם פארישוט און אנצינדן די פייער ענזשינס בכדאי צו פארשטייטערן נאכמער די לאנדונג (ביי 1 מייל הויעך, פינעף טויזענט פיס!)
- דערנאך דארף זיך עס אויסלעשן אין "די סעקונדע" וואס עס לאנדט! אויב לעשט ער זיך אויס א סעקונדע שפעט דרייט זיך איבער די גאנצע מאשין!

עס איז דא בלויז זעקס מינוט פון ווען די אינסייט לענדער גרייכט די מארס אטמאספערע ביז עס רירט אן די ערד. אופפסס... איך מיין ביז עס רירט אן מארס

דאס איז נאר א קורצע טיילווייזע ליסט פון צענדליגער אדער הינדערטער זאכן וואס זענען פונקטליך אויסגערעכנט נאך פאר מען שיסט ארויס דעם ראקעט, מען רעכענט אלעס אויס אויף די האר, די מינדעסטע טעות באדייט א דורעכגעפאלענע מיסיע!
-- --

אגב, עס קענען פאסירן זאכן אין ספעיס, בעיקר אז די סעטעלייט זאל זיך עטוואס פארקירעווען אדער טוישן ספיד וכדו' דאס דארף מען מאניטערן און פארריכטן ווען נויטיג.
לעצט פארראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום מיטוואך יאנואר 02, 2019 12:15 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

גוגל'ס AI האט געראפן די ערשטע עקסאו-פלאנעט וואס האט אכט פלאנעטן, די מערסטע ענליך צו אינזער סאולער סיסטעם.

קעפעלער האט גענומען אין גאר א סאך בילדער אין ספעיס, און עס איז דא ארום 14 בילליאן דאטא פוינטס צו שטודירן! זעלבסט פארשטענדליך אז א מענטשליכער מח קען שווער מאכן א שטיקל מהלך וויאזוי צו אנאליזירן אזויפיל דאטא, גוגל האט שטודירט 670 שטערנס וואס מען האט געוויסט אז זיי פארמאגן לכל הפחות צוויי פלאנעטן, און זיי האבן דאס שטודירט, און ארויסגעקומען מיט די אנטדעקונג אז די שטערן הנקרא "קעפלער90" האט אכט פלאנעטן וואס דרייען זיך ארום איר, די געפינסן זאגן אויך ווי לאנג די עס דויערט פאר די פלאנעטן צו מאכן א יערליכע ציקל, די טעמפראטור, ועוד. לעת עתה איז דער KEPLER 90 די איינציגע שטערן וואס מען ווייסט אז עס פארמאגט 8 פלאנעטן.

פארשטייט זיך, אויסער אינזער פלאנעט.

גענומען פון דא., אינטערעסאנט צו ליינען און לייכט צו פארשטיין, עס געט א ביסל צו פארשטיין וויאזוי AI ארבעט.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

דערבארומדיגער א פארגעניגן צו ליינען אייערע רייכע אינפארמאטיווע תגובות, יישר כח.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:דערבארומדיגער א פארגעניגן צו ליינען אייערע רייכע אינפארמאטיווע תגובות, יישר כח.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

יישר כח דערבארעמדיגער!
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
שפרינגער
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 3:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרינגער »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ווייל דארט הייבט זיך אן די ערשיינונג אז דער מענטש שפירט נישט די גראוויטי, ער איז געוויכטלאז.

איך וויל מיר נאר אפשטעלן אויף די נקודה, @זאכליך הגדול האט שוין ערגעץ אן אשכול וואו ער רעדט ארום אלעס ארום ארביט אין ספעיס, בשעתו האמיר דאס שטארק אדורך געטוהן, דארט טוט ער שטארק אוועק מאכן דער באהויפטונג אז אין ספעיס איז נישטא קיין גרעוויטי, נאר מ'מוז זיך האלטן דורך הויך ספיד כפי די הייעך אין די ספעיס, און ארביטן די וועלט, און נאר אזוי קען מען זיך האלטן אין דער הייעך.

איך האב שוין יעמאלט געפרעגט צי ביי די ערשטע מיסיע צו די לבנה, גערופן דאכצעך אופאלא 11, ווען די אסטראנאטן האבן געשוועבט אין ספעיס אינדרויסן פונעם ראקעט, איז דאס אויך געווען דורך פליען אויסטערליש שנעל? ווען נישט וואלטן זיין אראפ געפאלן צו די וועלט?

וועל מיר זיך טרויען צו בעטן @זאכי יר"ה נאך איין מאל צו ערשיינען מיט אן אפדעיט איבער דעם.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

שפרינגער האט געשריבן:
וועל מיר זיך טרויען צו בעטן @זאכי יר"ה נאך איין מאל צו ערשיינען מיט אן אפדעיט איבער דעם.

ווען @זאכליך זזג וועט שרייבן דא וועט גוט זיין.
@ווייזער איז אויך גאר גוט.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

שפרינגער האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ווייל דארט הייבט זיך אן די ערשיינונג אז דער מענטש שפירט נישט די גראוויטי, ער איז געוויכטלאז.

איך וויל מיר נאר אפשטעלן אויף די נקודה, @זאכליך הגדול האט שוין ערגעץ אן אשכול וואו ער רעדט ארום אלעס ארום ארביט אין ספעיס,
וועל מיר זיך טרויען צו בעטן @זאכי יר"ה נאך איין מאל צו ערשיינען מיט אן אפדעיט איבער דעם.

איך מיין אז זאכליך'ס אשכול פון וואס דו רעדסט איז אינזער אשכול, ער באווייזט זיך זעלטען, הגם ער זאגט אז ער איז מציץ מן החרכים, איז אבער די הסתר פנים זייער גרויס.

זאכליך גלייכט באמת ספעיס, ער קוקט אויס ווי ער איז אויסגעקאכט אפילו אין די באורינג דעטאלן, דערבארומדיגער זוכט נאר די אינספערירנדע מאמענטן, ביי אים איז אלעס וואס איז אינספייערינג איין גרויסע ווינדער, פון קוואנטום קאמפיוטערס ביז ראקעטס, ספעיס מיט AI, פאר טייל ליינערס הערט זיך מיינע תגובות אין דיזער אשכול ווי א צומישטע קוגעל...

איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט און עס איז מיר נישט אינספייערינג צו זוכן א ענטפער...
זקן מלא רחמים.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:דערבארומדיגער א פארגעניגן צו ליינען אייערע רייכע אינפארמאטיווע תגובות, יישר כח.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:דערבארומדיגער א פארגעניגן צו ליינען אייערע רייכע אינפארמאטיווע תגובות, יישר כח.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29905
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח @דערבארומדיגער.

בד"וו, די טיטלען יר"ה, הגדול, געהערן אויסשליסלעך פאר מורינו @פאליק הגדול ירום הודו נושא דגל הטראמפ, נישט יעדער געשמאקער קלוגער נארמאלער בע'טעמ'טער טראמפ סאפורטער איז א ירום הודו און א הגדול.
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:מסירת מודעה!
איך גלייך "דעם גרויסן בילד" אן איך קען אפט פארזען דעטאלן, איך טויג נישט גוט צו דעטאלן, הגם איך פראביר שטארק נאכצוגיין זאכן וואס איך שרייב דא איז זייער מעגליך אז געוויסע נומערן זענען נאר 95 פראצענט פונקטליך, איך טויג נישט גוט צו דעטאלן.
-- --

מ'איז אפשר געוואוינט צו טראכטן אז ספעיס מיסיעס איז אבנארמאל פינקטליך אויף די האר ווייל מען באקומט סקעדזשועלס 6 מאנאטן פאראויס מיט פונקטליכע דעטאלן ווי לאנג און ווייט סעטעלייטס וועלן פליען, דאס ברענגט די איינדרוק אז די קאלקיולאציעס זענען פונקטליך און אפשר אפילו פשוט.

למעשה איז די פונקטליכקייט א אומבאשרייבליכע חכמה, איך גלייב נישט אז נאסא טוט דאס אן די באנוץ פון סופער קאמפיוטערס (איך רעד נישט פון AI), איך האב גאר א סאך געליינט איבער א פריערדיגע מארס לאנדונג, און אביסעל איבער די לעצטערע מארס מיסיע, די פונקטליכקייט איז מיינד באגלינג! פיט נישט אין מיין מח!

וויפיל חשבונות אין סייענטיפישע שטודירונגען דארף מען מאכן צו וויסן פונקטליך ווי ווייט מארס איז, במשך הימים דערנעטערט עס זיך און דערווייטערט זיך מיט גאר גרויסע דיפרענצען, צו וויסן פונקטליך ווי שטארק די גראוויטי איז אויף מארס, צו וויסן פונקטליך ווי שנעל מארס דרייט זיך ארום, צו באשטימען א גענויע ארט אויף מארס וואס זאל זיין פאסיג צו לאנדען און דורך פירן די באשטימטע שטודיעס.

אויב ווייסט מען שוין אלע נויטיגע אינפארמאציע מיט א פונקטליכקייט, קען מען שוין באשליסן:

- פונקטליך וועלכע צייט די ראקעט זאל זיך הייבען אז מען זאל עס כאפען ווען עס איז די נענטסטע צו די ערד,
-פונקטליך וויפיל ארביט טוישונגען דארפן ווערן געמאכט, פונקטליך וויפיל פאוער דער סעטעלייט דארף האבן,
-פונקטליך ביי וועלכע סעקונדע אין ביי וועלכע הייעך די אינסייט לענדער זאל זיך אפרייסן פון די ראקעט, (וויפיל אינזשענירונג ליגט אין דעם, א אביעקט וואס פליט ביי טויזענטער מייל פער
שעה דארף זיך אפטיילן, די 2 אפגעטיילטע שטיקלעך טארען זיך נישט אנרירן א סעקונדע נאכן שיידונג! )
-פונקטליך "וועלכע סעקונדע" און ביי די "פונקטליכע הייעך" (10 מייל העכער מארס) פון מארס די פארושוט זאל זיך עפענען בכדאי צו פארשטייטערן די פאלענדע אינסייט לענדער,
-ווען די היץ באשיצערס זאלן זיך ארויסשטעקן,
-פונקטליך ווי שטארק מען דארף באשיצן די אינסייט לענדער פון די היץ (1800 דעגרי!) וואס פאסירט ביים זיך אריינרייבן אין די מארס אטמאספערע,
-פונקטליך ווען זאל זיך דער אינסייט לענדער אפטיילן פונעם פארישוט און אנצינדן די פייער ענזשינס בכדאי צו פארשטייטערן נאכמער די לאנדונג (ביי 1 מייל הויעך, פינעף טויזענט פיס!)
- דערנאך דארף זיך עס אויסלעשן אין "די סעקונדע" וואס עס לאנדט! אויב לעשט ער זיך אויס א סעקונדע שפעט דרייט זיך איבער די גאנצע מאשין!

עס איז דא בלויז זעקס מינוט פון ווען די אינסייט לענדער גרייכט די מארס אטמאספערע ביז עס רירט אן די ערד. אופפסס... איך מיין ביז עס רירט אן מארס

דאס איז נאר א קורצע טיילווייזע ליסט פון צענדליגער אדער הינדערטער זאכן וואס זענען פונקטליך אויסגערעכנט נאך פאר מען שיסט ארויס דעם ראקעט, מען רעכענט אלעס אויס אויף די האר, די מינדעסטע טעות באדייט א דורעכגעפאלענע מיסיע!
-- --

אגב, עס קענען פאסירן זאכן אין ספעיס, בעיקר אז די סעטעלייט זאל זיך עטוואס פארקירעווען אדער טוישן ספיד וכדו' דאס דארף מען מאניטערן און פארריכטן ווען נויטיג.


די באריכוטן פון דערבארומדיגער זענען כמים קרים על נפש עיפה. פיין באשריבן, קלאר ארויסגעברענגט און ס'איז א נחת צו ליינען יעדעס ווארט.

לגבי די אומגעהויערע אויסגערעכנטקייט וואס נאסא אינזשענירן לייגן אריין, אויס'חשבונ'ן מיט אטאמישע פונקטליכקייט די גענויע סעקונדע וואס די ספעיסקרעפט וועט אנקומען צו די גענויע שטרעקע אין פיר ביליאן מייל שפעטער, איז ממש מבהיל הרעיון. און ווי מער מ'נעמט אין באטראכט די שווערע קאלקולעישאנס פון אזעלכע ווייטע שטרעקעס שטייט מען פארגאפט.

אינטרעסאנט צוצוגעבן, אז ביי די היסטארישע "אפאלאו 11" מיסיע, - די רייזע וועלכע האט געטראגן די אמעריקאנער אסטראנאטן צו די לבנה, (ארמסטראנג, קאלינס און באזז), האט געלאנדעט זונטאג יולי 20 1969, און ביים לאנדען איז געבליבן גאזאלין פאר נאך 25 סעקונדעס.

דאס טייטש, אז אויב עפעס גייט נישט ווי געפלאנט פאראויס די רייזע נעמט מיט 25 סעקונדעס לענגער, בלייבן זיי אין קאפסול, און קענען נישט לאנדען אויף די לבנה !
וועט דאך יעדער חכם פרעגן, נו פארוואס קען מען נישט מיטנעמען גאזאלין בשפע, פאר נאך עטליכע שעה?

זייער א גוטע פראגע, אבער יעדע אונץ גאזאלין לייגט צו צום וואג פון די מיסיע, און יעדע אונץ איז אויסגערעכנט, אז מ'קען נאר מיטנעמען צו האפן גענוי ווי מ'דארף אין קיין טראפ נישט מער. און דאס איז געווען מיט א קיימא לן פון 50 יאר צוריק האבן זיי דאס גענוי אויסגערעכנט ביז צו 20 סעקונדעס.
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

ווער פייפט דא יעדע סעקונדע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

ווער פייפט דא פון די הימלישע ספערן, פרעגן נאסא סייענטיסטן און אנגעשטעלטע קאסמישע אויערן, וועלכע כאפן אויף מאדנע סיגנאלן פון גאר ווייטע גאלאקסיעס.

עפעס האבן זיי נישט קיין מנוחה פון עפעס א מאדנעם פייף וואס באדערט זיי. עס איז נישט א פייף פון אונזער שכן דאהי, ניטאמאל פונעם סאלאר סיסטעם, ניטאמאל פון אונזערע מילקי וועי גאלאקסיע, ניטאמאל פון די לאקאל אדער די ווייטערע אנדרעמידע גאלאקסיע. ניין, טייערע ליינער.

מ'רעדט פון א סארט קול, וועלכע שלאגט זיך צו אונז פון א ווייטקייט פון 1.5 בּיליאן (בּ רבָּתי) ליכט יאר. (יעדע ליכט יאר איז א קיימא לן פון קרוב צו זעקס טריליאן מייל...)
סאו רעדט מען דא פון א שטרעקע אביסל מער פון א תחום שבת וואס דרייט א קאפ פאר די סייענטיסטן וועלכע קענען נישט מקיים זיין דעם שינת בשבת צוליב דעם תריעה טרילי-טריליאנען מייל אוועק פון עפעס א פארשטיפטע גאלאקסיע.

צי זיי ווייסן וואס זיי רעדן איז שווער צו וויסן, אבער זיי שרייען יאוונע ויאסנע אז זיי האבן געכאפט דעם טוטער וואס טומלט ארום און לאזט הערן ביז אונזערע סיגנאל-אויפכאפער הנקרא טעלעסקאפן.

מאדנע סיגנאלן קומען פון ווייטע גאלאקסיע
מאדנע סיגנאלן קומען פון ווייטע גאלאקסיע
space.jpg (44.93 KiB) געזען 1985 מאל


אלענפאלס די קולות קומען אין פארמען פון ראדיא-בורסעס אדער FRB, לויט די לעצטע אנדייטונג פון די קאנאדישע CHIME ראדיא טעלעסקאפ.

קאנאדישע ראדיא טעלעסקאפ
קאנאדישע ראדיא טעלעסקאפ
tels.jpg (41.58 KiB) געזען 1985 מאל

די קאנאדער CHIME ראדיא טעלעסקאפן זענען עטליכע הונדערט פוס לאנג, און שפיצן אן די אויערן צו די הימלישע קלאנגען און ראדיא סיגנאלן, און יעצט ב"ה קען מען שוין רואיגער שלאפן. מ'ווייסט שוין ווער ס'איז שולדיג. טוען עפעס דערצו, זעהט נישט אויס, דערווייל.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2911
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

מ'קען עס הערן?
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

שאהן הענניטי האט געשריבן:מ'קען עס הערן?


אוודאי מיט די ריכטיגע ראדיא טעלעסקאפן, הערט מען.
מיט די פליישיגע אויערן קען מען נישט הערן.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2911
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

איך מיין צו פרעגן צו ווען לייגט צו די פליישיגע אויער צום ראדיא טעלעסקאפ הערט מען.

אגב, א ריזיגער יישר כח פאר אלע נייעס ברענגער דא, איך דערקוויק זיך.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

סאו, פון דארט קומען די אלע יו.עף.או'ס...
שוין, אבי די מיסטעריע איז געלעזט...
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

וויאזוי קען מען וויסן פון וואו ווייט די קול קומט, און פון וועלכע שטערן?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”