אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » דינסטאג ינואר 08, 2019 2:45 pm

מאן דכר שמיה האט געשריבן:איך קען מיר פארשטעלן איינער איבערגעבויגן איבער'ן נטעי גבריאל מיט אן אוצר הלכות אין דערזייט און דער סקווירא ליקוטי מנהגים דערויף. צום סוף וועט יענער טרעפן אז א געוויסע צדיק האט געזאגט אז עס איז וויכטיג די חתן זאל תשובה טוהן פארן חופה...


;l;p-

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג ינואר 08, 2019 3:00 pm

לץ אחד דוחה

דעס אז דער היי' ראפשיצער בכבודו בעצמו פלעגט זאגן דברי כבושין פאר א חופה פאר עני חתן צו יענער האט יא אויסגעהערט צו נישט דעס איז דאך גארנישט ווייל ס'איז פונקט אזוי ווי רבן גמליאל האט געטן א זאך וואס עס איז וועל עפרישיעידעט ביי אליעזר קרויס און מבטל געווען די דברים נאים ויקרים ביי א לוי'
האט דער ראפשיצער אויך געטון א דבר טוב אבער דעס מיינט נאך נישט אז ס'איז עפעס וואס מ'דארף נאך טון ס'איז עפעס צאינהראינהדיגע זאכן

ווען ס'וואלט געווען צו וועם צו רעדן

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג ינואר 08, 2019 3:00 pm

מאן דכר שמיה האט געשריבן:מקור ביטע

נישט געהערט דעם שמועס אין ס'איז נישט אין פלאן
אבער דברי כיבושין לחתן פאר די חופה איז דא א גרויס ענין דערביי, איך ווייס נישט צו די ענין איז גראמען.
ס'איז דא א שיר פונעם חיד"א לקודם החופה וואס איז גראדע אויף גראמען
מקורות פון צדיקים איז דא גענוג עפען איין ליקוט ספר אויף נשואין העסטע לכאורה אלעס טרעפן

איין וואס איז שטארק באקאנט איז אז די הייליגע ראפשיצע רב איז נישט געגאנגען צו קיין חופה פאר דער חתן האט פארלאזט טרערן

הזהרו
איי איי,-וועלט

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג ינואר 08, 2019 3:20 pm

מאן דכר שמיה האט געשריבן:דאס געשעט ווען מען מאכט אן אישו פון א טישא. נישט אזוי לאנג צוריק פלעגט א בחור פון די חתן'ס ישיבה גראמען. דאס אליין איז אויכעט א לעצטיגער מנהג. (עס איז געווען דא און דארט, אבער איז נישט געווען אנגענומען ביים המון עם.) איז געווארן דערפון א גאנצע בער און מען דארף שוין צאלן א בדחן א שיינע פאר גרייצער פאר דעם. לאזט צורי די מענטשהייט.

איך געדענק נאך ווען דער בדחן ביי מיינע עלטערע קאזינס ובתוכם דער וועלט בארימטער בדחן ר' חיים מעדל ע"ה פלעגט קומען צום קבלת פנים גראמען, [מיין זיידע ע"ה פלעגט שוין וויינען ווי נאר ער פלעגט אנהייבן טיריידידידייידיי אוידידידיידיי ....] דערנאך דענק איך ר' יקיר, ר' שלמה יאנקל ע"ה און נאך, און זיי פלעגן צוריק קומען טאנצן לעבעדיג ביי די חתונה, דערנאך געגראמט ביי די מצוה טאנץ - כ'מיין ספלעגט זיין א פעקעדזש דיל איין פרייז פאר אלעמען (די טאנצן פרייליך איז געווען א באנוס) כ'רעד אין בית רחל בעיקר, דאס ווא סאיך געדענק
שפעטער האבן די בדחנים אנגעפאנגען צו בעטן צו סאך פאר דעם איז געווארן בעיקר די חברים
מיר פלעגן רופן (כ'האף קיינער באליידיגט זיך נישט) אין מיינע צייטן אלץ חתן א בחור א רחמנות און ער האט געהאט א צעטל און עפעס פארגעליינט, מ'פלעגט אים נישט אויסהערן, און מ'האט געגעבן די הונדערטער בערך לשם מצוה און מ'האט עס געהאלטן פאר א זכות פאר די חופה.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג ינואר 08, 2019 3:51 pm

אריין אין הכחשת שמש בצהרים אשכול (אייגענטליך איז דאס א ברודער אשכול מיט אליעזר קרויס חתונה פלאן)

און צו דיר לעבעדיגער ווייס איך נישט וואס עס איז געווען אין דיינע צייטן אבער אין די לעצטע דרייסיג יאר איז געווען אלס חברים פון ישיבה און נישט קיין רחמנות געדענק מיר נאך מנחם הארטמאן גראמען אלס בחור בצלאל גאלד וכדו'

און צו מאן דכר שמי' מאך נאך עפעס א אויסגעוועפטע זשאוק א גרינע פון אליעזר קרויס איז פארזיכערט..........

וואסעפעסמיטדיקאפאוןוואנט

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג ינואר 08, 2019 3:55 pm

שליו ודגים האט געשריבן:אריין אין הכחשת שמש בצהרים אשכול (אייגענטליך איז דאס א ברודער אשכול מיט אליעזר קרויס חתונה פלאן)

און צו לעבעדיגער ווייס איך נישט וואס עס איז געווען אין דיינע צייטן אבער אין די לעצטע דרייסיג יאר איז געווען אלס חברים פון ישיבה און נישט קיין רחמנות געדענק מיר נאך מנחם הארטמאן גראמען אלס בחור בצלאל גאלד וכדו'

נו, כ'האב געשריבן נאך פון פאר די צייטן פון מנחם און בצלאל הנ"ל, און אויך נאר אין מיין ענגע קרייז חברים,
כ'ווייס בכלל נישט וואס מ'צילט דא ארויס צו ברענגען, איך שרייב אז גאר א ערנסטער טייערער בדחן ר' חיים מענדל ז"ל פלעגט גראמען און מיין זיידע ע"ה פלעגט פארגיסן טייכן טרערן, אויך נישט גוט.
בכלל זעט אויס עפעס אז די חתונה פלאן שטערט דיך . ווען זענען די שעות וואס דו נעמסט אויף און דו טיילסט הכנסת כלה געלט, כ'האב א לאנגע ליסט פון נצרכים פון דא ביז קאנארסי.
הלואי זאל רעבלעזער'ס פלאן מצליח זיין מיט ניינציג פראצענט וועל איך אויך זיין צופרידן.
לעצט פאראכטן דורך lebediger berel אום דינסטאג ינואר 08, 2019 4:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג ינואר 08, 2019 3:59 pm

עפעס האסטו געשריבעו וועגן רחמנות בחורים נישט גוט פארשטאנען זעיט אויס
סליחה

הלוואי זאל אליעזר קרויס חתונה פלאן זיך אויסארבעטן 90 % מיט דעם בין איך אויך מסכים

אבער די וועג פון אראפרייסן און זיך אינדעזיקיווען אויף כל הקודש מיט אזא ביליגקייט און זיך פארנמען מיט יעדע איד'ס געפילן אינקלאדעט די סוחרים מיט אזא סאדישטישע שפראך (שדכן באקומסט דאך 75 $ א שעה וואס מאכסטו אזא געוואלד ) דאס איז נישט די וועג דערצו

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:09 pm

שליו ודגים האט געשריבן: זיך פארנמען מיט יעדע איד'ס געפילן אינקלאדעט די סוחרים מיט אזא סאדישטישע שפראך איז נישט די וועג דערצו

בא'גנב'נען מענטשן טאג טעגליך אויף א סיסטעמאטישע אופן, איז א "קישמישקא" (כ'זאג עס גוט?) קעגן ווי אזוי ר' לעיזר רעדט...
כאפ א בליק אין די גרויסע וועלט ווי אזוי מ'באגייט זיך צו אזאנע מענטשן
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:12 pm

כ'האב אויך נישט אזוי ליב רעבלעזער'ס שפראך און צוגאנג צו אסאך זאכן, דאס נעמט אבער נישט אוועק דעם עיקר.
ער האט זיך שוין אויך אסאך געטוישט,
סייווי דאס איז נישט אזוי שרעקליך ווי דו מאכסטעס סאיז סך הכל א סטיל פון רעדן און א מעטאד צו ציען אויפמערקזאמקייט צו די פוינטס.
הקדמה, דיסקלעימער, כ'ווייס נישט וואס נאך צו נוצן:, איך גיי עפעס שרייבן "אבער נישט" צוזאם צו שטעלן זיי צוויי, נאר צו מסביר זיין א פוינט.
הרב הצדיק ר' שאול יצחק ז"ל האט אויך געניצט אסאך מעטאדן נישט ווייל ער האט דאס געוואלט ארויסברענגען נאר צו ציען "אויפמערקזאמקייט" רעבלעזער טרייט אביסל דעם מהלך און אמאל אמאל פוטשט ער אבער געווענליך איז ער גוט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:12 pm

@ אין בו בה אריינגעכאפט די גרויסע מצוה באשמוצט ערליכע אידן כלאחר יד פאר נאו גוד ריזען

קיין איינע פון די אידן האבן נאך קיינעם באגנבעט אין זייער לעבן א פרוטה

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

כ'בן נאך שולדיג תגובות פאר רבלעזזער

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:14 pm

כ'בין נאך נישט דערביי צו טייפן לאנגע תגובת, כ'וועל אי"ה נאך אנקומען דערצו איין טאג
שכח פארן מיך נעמען אין קאנסידערעשאן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:15 pm

הלוואי הלוואי הלוואי הלוואי זאל אליעזר קרויס רעדן אזוי ווי ר' שאול יצחק ז"ל וואלט ער זיכער אויפגעטון

ר' שאול יצחק וואלט געקענט נעמען אזא חתונה מאכן אישו און אזוי שיין און זיס צולייגט און צונמען פאר'ן עולם אן באשמוצען איין איד (די זשאקעלעך ווי בנ"י זאל און באבוב איז גין גאלד קעגן די ביליגע שפראך)

חבל על דאבדין
לעצט פאראכטן דורך שליו ודגים אום דינסטאג ינואר 08, 2019 4:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:17 pm

ער זאגט כסדר זייער קלאר אז ער רעדט נישט פון די עשירים,
די ספעציפישע שיעור האב איך נאכנישט אויסגעהערט,
ער רעדט פון די אידן וואס גנב'נען נישט קיין חילוק אויב ער שרייב זיך אונטער מיט נאך א שורה אונטער זיין נאמען
בד"וו גנב'נען איז א פאקט. נישט א געפיל
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

היער ווי גאוי עגעין

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:18 pm

דורך שליו ודגים » דינסטאג ינואר 08, 2019 5:15 pm

הלוואי הלוואי הלוואי הלוואי זאל אליעזר קרויס רעדן אזוי ווי ר' שאול יצחק ז"ל וואלט ער זיכער אויפגעטון

ר' שאול יצחק וואלט געקענט נעמען אזא חתונה מאכן אישו און אזוי שיין און זיס צולייגט און צונמען פאר'ן עולם אן באשמוצען איין איד

חבל על דאבדין

דורך lebediger berel » דינסטאג ינואר 08, 2019 5:12 pm

הקדמה, דיסקלעימער, כ'ווייס נישט וואס נאך צו נוצן:, איך גיי עפעס שרייבן "אבער נישט" צוזאם צו שטעלן זיי צוויי, נאר צו מסביר זיין א פוינט.
הרב הצדיק ר' שאול יצחק ז"ל האט אויך געניצט אסאך מעטאדן נישט ווייל ער האט דאס געוואלט ארויסברענגען נאר צו ציען "אויפמערקזאמקייט" רעבלעזער טרייט אביסל דעם מהלך און אמאל אמאל פוטשט ער אבער געווענליך איז ער גוט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:19 pm

און אפילו די נישט עשירים באגנבעט קיינער קיינעם אוודאי איז דא גנבים אויך ס'איז אלס געווען אבער רוב כלל ישראל זענען נישט גנבים

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:21 pm

שליו ודגים האט געשריבן:און אפילו די נישט עשירים באגנבעט קיינער קיינעם אוודאי איז דא גנבים אויך ס'איז אלס געווען אבער רוב כלל ישראל זענען נישט גנבים

כקלער איר זאלט קודם אויסהערן ר' לעיזר'ן דערנאך זאלט איר שרייבן,
ס'שיינט אויס פון אייערע ווערטער אז איר הערט אים נישט,
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:22 pm

lebediger berel האט געשריבן:דורך שליו ודגים » דינסטאג ינואר 08, 2019 5:15 pm

הלוואי הלוואי הלוואי הלוואי זאל אליעזר קרויס רעדן אזוי ווי ר' שאול יצחק ז"ל וואלט ער זיכער אויפגעטון

ר' שאול יצחק וואלט געקענט נעמען אזא חתונה מאכן אישו און אזוי שיין און זיס צולייגט און צונמען פאר'ן עולם אן באשמוצען איין איד

חבל על דאבדין

דורך lebediger berel » דינסטאג ינואר 08, 2019 5:12 pm

הקדמה, דיסקלעימער, כ'ווייס נישט וואס נאך צו נוצן:, איך גיי עפעס שרייבן "אבער נישט" צוזאם צו שטעלן זיי צוויי, נאר צו מסביר זיין א פוינט.
הרב הצדיק ר' שאול יצחק ז"ל האט אויך געניצט אסאך מעטאדן נישט ווייל ער האט דאס געוואלט ארויסברענגען נאר צו ציען "אויפמערקזאמקייט" רעבלעזער טרייט אביסל דעם מהלך און אמאל אמאל פוטשט ער אבער געווענליך איז ער גוט.


ניבא ואינו יודע מה

האסט נישט געקענט ברענגען א בעסערן צווייטן צו פראווען מיין פוינט ......

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:23 pm

שליו ודגים האט געשריבן:און אפילו די נישט עשירים באגנבעט קיינער קיינעם אוודאי איז דא גנבים אויך ס'איז אלס געווען אבער רוב כלל ישראל זענען נישט גנבים

אויב מ'מעג אביסל אפקילן די לופט דא
כ'האב אמאל געהערט ווי ר' יעקל מילער שליט"א פרעגט דעם ברך משה זצוק"ל ביי א שבע ברכות
רבי פארוואס גנבים און טאשן שניידער שטארבן קיינמאל נישט?
דער רבי קוקט אים אזוי אן, ווי איינער זאגט "וואס ווילסטו פון מיר פאר א גוט יאר?
ר' יאנקל האט מסביר געווען זיין טאטע זיידע וכדו' האבן אים פארציילט אז אין שטעטל ווי זיי האבן געוואוינט איז געווען ליידער אפאר היימישע טאשן שניידער'ס אפאר גנביםוכו'
יעצט איז ער געפארן באזוכן דעם בית החיים דארט און ער זעט אויף אלע מצבות איש תם וישר, הולך תמים ופועל צדק וכו' ער האט געזוכט די קברים פון די טאשן שניידער'ס וכו' ער קען עס נישט טרעפן, זעט אויס אז זיי אלע לעבן נאך, דער ברך משה האט אזוי געלאכט, און איך לאך נאך יעצט...
אז מ'לעבט דערלעבט מען

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:24 pm

יש בו האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:און אפילו די נישט עשירים באגנבעט קיינער קיינעם אוודאי איז דא גנבים אויך ס'איז אלס געווען אבער רוב כלל ישראל זענען נישט גנבים

כקלער איר זאלט קודם אויסהערן ר' לעיזר'ן דערנאך זאלט איר שרייבן,
ס'שיינט אויס פון אייערע ווערטער אז איר הערט אים נישט,


דוקא ווייל איך הער אים און דוקא ווייל איך האב געלייגט האפענונג אין אנפאנג אז ענדליך קומט דא עפעס א נייטראלע שטארקע מאוומענט וואס וועט זיכער ברענגן די ריכטיגע רעזולטאטן בין איך אזוי דיסעפוינטעט מיט די עקלדיגע שפראך

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:27 pm

האסט געמיינט אז ער גייט טיילן געלט?
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:32 pm

lebediger berel האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:און אפילו די נישט עשירים באגנבעט קיינער קיינעם אוודאי איז דא גנבים אויך ס'איז אלס געווען אבער רוב כלל ישראל זענען נישט גנבים

אויב מ'מעג אביסל אפקילן די לופט דא
כ'האב אמאל געהערט ווי ר' יעקל מילער שליט"א פרעגט דעם ברך משה זצוק"ל ביי א שבע ברכות
רבי פארוואס גנבים און טאשן שניידער שטארבן קיינמאל נישט?
דער רבי קוקט אים אזוי אן, ווי איינער זאגט "וואס ווילסטו פון מיר פאר א גוט יאר?
ר' יאנקל האט מסביר געווען זיין טאטע זיידע וכדו' האבן אים פארציילט אז אין שטעטל ווי זיי האבן געוואוינט איז געווען ליידער אפאר היימישע טאשן שניידער'ס אפאר גנביםוכו'
יעצט איז ער געפארן באזוכן דעם בית החיים דארט און ער זעט אויף אלע מצבות איש תם וישר, הולך תמים ופועל צדק וכו' ער האט געזוכט די קברים פון די טאשן שניידער'ס וכו' ער קען עס נישט טרעפן, זעט אויס אז זיי אלע לעבן נאך, דער ברך משה האט אזוי געלאכט, און איך לאך נאך יעצט...


אויך געווען דערביי ביי די שבע ברכות דוכט זיך איז עס געווען

ווי עס קומט דא אריין כאפ איך נישט

בקיצור זיך איינצושפארן

מ'קען רעדן פון נישט באצאלן צוויי דריי שדכנים אן א דעים וואס מ'זאל אזוי ביליג אראפרייסן די שווערע ארבעט פון א שדכן מן הסתם די שווערסטע און וויכטיגסטע סערוויס פאר כלל ישראל און אזוי ווייטער מיט די אנדערע בעלי מנגנים וכדו'
מ'קען ארויסברענגען די שווערע לאסט פון מחותנים אן מאכן כלל ישראל רובו ככולו פאר פאלנע פארברעכער עס איז פונקט גענוג צו זאגן אז עס קען זיך ליידער מאכן אזאנס אויך
און מ'דארף נישט זינגען און משלען און אראפמאלן חתן כלה אלס מענטשן פרעסער און בלוט זויגערס ובפרט ווען רובם ככולם האט דאס סאך מער מיט טאטע מאמע ווי מיט די ח"כ

רעדן מיט א נארמאלע שפראך נישט איבעראויפבלאזן זאכן ענדערש צולייגן טאקע כדרך ר' שאול יצחק וואלט געדינט דעם ציל

אבער די עקלדיגע שפראך ווארפט א ליכט אויף דעם גאנצן אקטיוויסשן מהלך וואס ר' אליעזר נוצט

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

הרב שליו

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:35 pm

קודם קומט עס אריין ווייל מ'רעדט פון א ווארט גנבים
און כ'האב געוואלט אביסל "אפקילן די לופט" איר ליינט נישט און הערט נישט נאר פונקטליך וואס איר ווילט.
ליינט "גאנצע" תגובות וועט איר מער פארשטיין
און אויב זענט איר געווען ביים שבע ברכות
איך האב דעמאלטס געבארגט פון אייך א פופציגער אפשר קען איך עס באצאלן? קרעדיט קארד עקסעפטעד?
כ'האב געוואלט אביסל "אפקילן די לופט" ספעציעל פון אייער אונטערשטע שורה. קאאל דאון פליס, חוץ אויב איר ווילט בעיקר ציען אויפמערקזאמקייט צו אייער פאוינט, נא שטיימער אייניג!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דינסטאג ינואר 08, 2019 5:38 pm

פאר די וואס זןכן דברי כבושין פארן חתן (נישו דא ליגט די לאך פון חתונה מאכן, א שאד צו מאכן א אישו פון א טישו) איך גלייב אז אליעזר איז מסכים אז דער חתן זאל לערנען ראשית חכמה פאר די חופה.

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » דינסטאג ינואר 08, 2019 6:12 pm

El Rushbo האט געשריבן:פאר די וואס זןכן דברי כבושין פארן חתן (נישו דא ליגט די לאך פון חתונה מאכן, א שאד צו מאכן א אישו פון א טישו) איך גלייב אז אליעזר איז מסכים אז דער חתן זאל לערנען ראשית חכמה פאר די חופה.


א - איך האב גראדע דאס געזאגט: איינער וואס וויל עס און ער פילט ער וועט הנאה האבן - זאל עס טאקע טון מען רעד נישט דא פון קיין סאך געלט.

ב - גראדע מיין חתן מדריך (די היינטיגע וויזשניצער רבי פון מאנסי זז"ג) האט אנגעזאגט "נישט" צו לערנען ראשית חכמה שער הקדושה פאר די חתונה, ווייל עס קען שטערן אנצוהייבן די לעבן וד"ל. (מן הסתם האט ער עס נאכגעזאגט פון זיין טאטע).

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג ינואר 08, 2019 11:31 pm

El Rushbo האט געשריבן:פאר די וואס זןכן דברי כבושין פארן חתן (נישו דא ליגט די לאך פון חתונה מאכן, א שאד צו מאכן א אישו פון א טישו) איך גלייב אז אליעזר איז מסכים אז דער חתן זאל לערנען ראשית חכמה פאר די חופה.


דאס איז דאך נאך מער די וואונדער קיין סאך געלט קאסט דאס נישט א ענין ביי פריערדיגע איז עס געווען פריערדיגע מיין איך נישט נטעי גבריאל פריערדיגע מיין איך ביי די וואס צאינה וראינה איז געווען מער ווי עמי........

אויב אזוי וואס דארף מען דאס אראפרייסן ?????????

עניוועי מער ווערט צו רעדן פון טראמפס וואנט פון די וואנט קען נאך עפעס ווערן!


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט