רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל, מקאשוי - תרצ״ט - ז׳ טבת תשע״ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 7:50 pm

ער האט זוכה געווען צו זיין על ברכי רביה"ק מסאטמאר זי"ע אויפן קאסטנער צוג און ער האט אים פארהערט ונשקו על ראשו
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 7:51 pm

עס איז פארהאן א בריוו פון מרן מקאשוי זצוק"ל זיין פאטער ווי ער שרייבט צו איינעם מורא'דיגע הפלגות אויף אים צווישן אנדנערע 'קדוש מרחם'
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 7:53 pm

סביב העולם האט געשריבן:ער האט זוכה געווען צו זיין על ברכי רביה"ק מסאטמאר זי"ע אויפן קאסטנער צוג און ער האט אים פארהערט ונשקו על ראשו

ס'באקאנט אז ווען זיי זענען אנגעקומען קיין שווייץ האט די רבי זצ''ל גענומען דעם אינגעל אליעזר חיימ'ל אויפן שויס צוזאמען מיט נאך א אינגעל ...שטייף און געזאגט אז ווי א איד גייט ברויך ער אוועקשטעלן א תלמוד תורה, איז דא אויך וועט ער יעצט מייסד זיין א תלמוד תורה, און געלערנט מיט די 2 אינגערליך אפאר פסוקים חומש
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3844
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 8:05 pm

קאץ און מויז האט געשריבן:דאכצמיר אז ער האט נאר איין זון און צען טעכטער

א קוויטל זיינע מיט אלע נעמען פון זיינע קינדער [אויך א קוויטל פון אביו זצ"ל].
צוגעלייגטע
450.jpg
450.jpg (56.59 KiB) געזעהן 2605 מאל

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

לוי' אפדעיט

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 8:06 pm

יעצט באשטעטיגט 8:30 מבית מדרשו אין וויליאמסבורג
10:00 מבית מדרשו אין מאנסי

די עיקר לוי' גייט זיין אין מאנסי
סוף מעשה במחשבה תחילה.

קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 8:10 pm

@KashoHQ
Time of the leviya is not confirmed yet

Will let you know as soon we know

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 8:15 pm

ווייסט איינער צו עס לוינט נאך צו נעמען די 8:15 באס פון קרית יואל קיין וויליאמסבורג צו די לוי׳?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

אפדעיט

תגובהדורך קדוש ונורא » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 8:16 pm

U/D: Levya 8:30 in Wmsbg by Bihm''d.
In Monsey at 10:30.

Due to the Levya in Monsey. Levya in Wmsbg will be Iyh sharp on time.

קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

מיט הגה''צ אהרן קרויס שליט''א, אב''ד בית שמואל וומ''ס

תגובהדורך קדוש ונורא » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 8:20 pm

Dufu21_WkAAz3MR.jpg
Dufu21_WkAAz3MR.jpg (86.69 KiB) געזעהן 2534 מאל

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 8:24 pm

וועלכע יארן האט ער געוואינט אין שיכון סקווער?

כ'געדענק אים דאווענענדיג אינדערוואכן אין וויזניץ מאנסי

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 8:39 pm

ער האט נישט געוואינט אין קאשוי?

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 8:51 pm

א אייניקל וואס איז געווען ביי יציאת נשמה פארציילט מיר אז די רבי איז אוועק ממש במיתת נשיקה, מ'האט געזונגען אלע זמירות שבת געמאכט קידוש, תיכף נאך קידוש האט מען געזאגט שמע ישראל ויצאה נשמתו באחד, ס'האט זיך אנגעזעהן א זעלטענע רואיגקייט און דביקות אויף צורת קדשו משך פון די גאנצע צייט

ת.נ.צ.ב.ה.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
יצחקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 8:53 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:ער האט נישט געוואינט אין קאשוי?

ניין

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 8:55 pm

די ארון איז יעצט אריינגעקומען אין בית המדרש אין וויליאמסבורג
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
בעקיטשע
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

תגובהדורך בעקיטשע » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 8:57 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:די פעדער איז צו נישטיג און די פאפיר צו קאלט צו אראפגעבן וואס דער קאשוי רב זצ''ל הכ''מ איז געווען, באפס קצהו אפאר שטריכן;

עבודתו:
די רבי זצ''ל פלעגט יארן לאנג זיצן יעדן טאג איינגעשפארט אין א ד' על ד' צימערל מבוקר ועד הערב און געדינט דעם באשעפער שטיל און איינגעהאלטן, דאס גאנצע וועזן זיינע איז געווען איינגעהילט אין א סוד, מ'פלעגט זיך ווערטלן אז ער וועט מיטנעמען לאחר מו''ע סודות וואס קיינער וועט קיינמאל וויסן, זיין מבהיל'דיגע מוח איז געווען א חידוש שוין אין די אינגע יארן האט די גרויסע טאטע זיך אויסגעדריקט אמאל אז פאר ער איז אריין צום שיעור, ווי בנו חביבו איז געווען צווישן די תלמידים, אז ס'האט זיך איהם געווארפן הענט און פיס וואוסענדיג אז ר' אליעזר חיים'ס טיעפע מח וועט נישט דורכלאזן א סוגיא גרינגערהייט, ס'איז ידוע א גדול האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז ר' אליעזר חיים'ס מושכל ראשון איז ווי א צווייטע איד'ס מחשבה און התבוננות פון 2 וואכן, ער פלעגט פרייטאג צונאכטס הארט פארן טיש נעמען א פייל ספרים און דורכמישן ממש כהרף עין, און דערנאך צאמגעשמאלצן א הערליכע טיעפע תורה כאילו ער האט זיך מכין געווען שעות, מ'פלעגט ארויסהערן פארן דאווענען ווי ער זאגט צו זיך די משנה 'חסידים הראשונים היו שוהין שעה אחת קודם התפילה ומתפללין' און דערנאך איז געווען שא שטיל פאר לענגערע צייט, התבננות און דביקות ביז מ'האט געהערט דעם ברכו נפשי און עטיפת טו''ת, ווען ער האט געדאווענט איז די רבי געווען אויסגעטוען פון די וועלט, אפי' ווען איינער איז געשטאנען גאר נאנט האט ער נישט מרגיש געווען, טאמער האט מען איהם געוואלט עפעס זאגן אינמיטן דאווענען האט מען איהם ממש געדארפט אויפוועקן פון זיין דביקות, ער פלעגט האלטן חשבון הנפש קארטלעך ביי זיך ממש עד זקנה ושיבה ווי ער פלעגט פארשרייבן און אנצייכענען יעדע מידה און נקודה ווי א בחור פון דרייצן יאר אלט,

מסירת נפש פארן אמת:
געדינט דעם בורא כחד מקדמאי, אן קיין שום צל של מחשבה מה יאמרו הבריות, אלס געהאט פאר די אויגן דעם 'שויתי' אין אלע מצבים סיי שווערע און סיי ווען ער האט באקומען כבוד מלכים, האט ער זיך נישט דערשראקן קיין פינטעלע פונעם גאנצן ארום, און געטוען וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג באש ובמים, סיי אינעם מלחמת ה' און סיי זיין עבודה תמה ונקיה פון תפילה און דביקות, ס'האט געקענט שטיין הונדערטער אידן ביי א טיש וכדו' און טאמער האט אויסגעפעלט מוחה צו זיין אדער זאגן א מיינונג איבער א נושא וואס די ציבור איז נישט געוואוינט צו הערן, האט ער ניטאמאל געכאפט קיין התפעלות פונעם ארום און ארויסגעשריגן מנהמת לבו דעם דבר ה' ברמה

המשך יבוא

פארגעס נישט צו באריכטן זיין עבודה פון פותח את ידיך

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3035
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל, מקאשוי - תרצ״ט - ז׳ טבת תשע״ט

תגובהדורך רבניש » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 9:01 pm

כ״ק האדמו״ר הגאון הצדיק חסידא ופרישא כש״ת
רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל
מקאשוי


רבי אליעזר חיים זצ״ל, איז געברוין ביום כ״ו תשרי שנת תרצ״ט, לאביו הגה״ק רבי רפאל זצ״ל, ולאמו הרבנית הצ׳ מרת חנה מלכה ע״ה.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית מרת צפורה בת הרה״ח הישיש מוה״ר מרדכי פריעדמאן ז״ל.

ווען דער קריג האט אויסגעבראכן אין סלאוואקיי אונגארן, איז ער געווען א קינד פון בערך זעקס יאר אלט, זיין טאטע ה״ברכת שמים״ מקאשוי האט אים מסדר געווען אויפן באקאנטן קאסטנער באן צוזאמען מיט אחיו יבלח״ט הרב שאול שלום שליט״א, (ווי געברענגט באריכות בהקדמה לטל השמים) אזוי איז ער בדרך נס אלס א קינד איבערגעלעבט דעם קריג.

שפעטער איז ער נתקרב געווארן צו האדמו״ר הרה״ק רבי יעקב יוסף מסקווירא זצ״ל. ווי ער האט זיך באזעצט בימים ההם אין שיכון סקווירא.

א שטיק צייט האט ער געפירט די ישיבה פון אביו הגדול זצ״ל, אלס מנהל הישיבה.

דאס לעבן פון רא״ח מקאשוי זצ״ל איז געווען איין קייט פון עקשנות און נישט נאכלאזיקייט לתורה ולמסורה, זייענדיג א גאר שטארקע פרינציפישע מהות, איבערהויפט ווען עס איז געקומען צו אידישקייט אדער צו מסורה האט ער געקעמפט מיט א שטארקע ווידערשטאנד קעגן די גאס (כלשונו) אלעס איז געגאנגען אן א שום פשרות.

דרכו בקודש והנהגותיו איז געווען מיט געוואלדיגע תעניתם און סיגופים, ער׳ט האט ממאס געווען מותרות און תאוות, ער האט פארלאנגט דעם דרך פון זיינע תלמידים זיי זאלן זיך פירן מיט די זעלבע שווערע עבודה.

גאר בארימט איז געווען זיינע מוסר שיעורים וואס איז געווען זייער טיפזיניג און באלערענד ווי ער האט עס אראפגעגעבן מיט א שטארקן הגיון. מיט א סארט פילזאפישן מהלך המחשבה, ביי די שמוסן האט ער פיל מדגיש געווען איבער דעם חובת האדם בעולמו, און שטענדיג ברייט ארום גערעד און מסביר געווען פאר שומעי לקחו זיינע מהלכים און שיטות אין דת ויהדות בטוב טעם.

נאך בחיי אביו האט ער געפירט זיין ביהמ״ד ״בית שמואל״ אין די שטאט מאנסי.

נאך די פטירה פון זיין גרויסן טאטען הגה״ק בעל ״ברכות שמים״ - אדר תשס״ה איז ער נתעטר געווארן בכתר האדמורת, ווי ער האט ווייטער געפירט זיין קהילה בעיר מאנסי יצ״ו - און צומאל בעיירה קרית קאשוי.

הרה״צ רא״ח מקאשוי זצ״ל, האט זיך לאנג געפלאגט מיט מחלות קשות און שווערע מיטמאכענישן אויף די לונגען וואס האט זיך נאך ענטוויקלט דעמעלס זייענדיג אויף דעם באן וואס איז געפארן קיין בערגן בעלזן לאגער. און א טייל דערפון איז געקומען צוליב חולשת גופו וואס איז אפגעשוואכט געוארן אין א פריצייטיגע עלטער צוליב זיין עקשנות׳דיגע הנהגות מיט סיגופים און תעניתים אלע זיינע יארן, וואס ער האט אויף זיך גענומען כדי נישט נהנה צו זיין פון עוה״ז, און איז געווען אריינגעטון כל כולו אין עבדות ה׳.

נפטר בליל שבת קודש פ׳ ויגש - ז׳ טבת תשע״ט
ויובא למנוחת באוהל הק׳ עם אביו זצ״ל, בקרית קאשוי בעדפארד היללס נוי יארק.

בנו:
הרב יעקב יוסף נ״י

חתניו:
הרה״ג רבי משה אבראהאם שליט״א - האדמו״ר מבארדיטשוב.
הרה״ג רבי יעקב משה לעבאוויטש שליט״א - ראש ישיבה בית הלל.
צוגעלייגטע
4ECA459D-85D7-455D-A2D8-0DBD9D1C239B.jpeg
4ECA459D-85D7-455D-A2D8-0DBD9D1C239B.jpeg (334.93 KiB) געזעהן 4695 מאל

קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 9:02 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:די ארון איז יעצט אריינגעקומען אין בית המדרש אין וויליאמסבורג


שיק אריין עפעס רעקארינגון
בילדער וכדו'

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 9:09 pm

חתניו לייג צו:

ר' יעקב בנימין פירטה שליט''א
ר' גדלי' כ''ץ שליט''א
ר' וואלף וואלנער שליט''א
ר' נתן בנימין קרויס שליט''א
זלמן לייב ראזענבערג שליט''א מנכ''ל ת''ת ליזענסק מאנסי
ר' משולם בעק שליט''א
ר' אפרים ברוך דאסקאל שליט''א
לעצט פאראכטן דורך חושב מחשבות... אום מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 9:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 9:10 pm

ר' נתן בנימין קרויס שליט"א
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

בר חכים
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 12:19 pm

תגובהדורך בר חכים » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 9:14 pm

יצחקי האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:ער האט נישט געוואינט אין קאשוי?

ניין

יארין צעריק אין קאשוי
אין נאך דעם זיך געצויגן קיין מאנסי

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 9:15 pm

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:ר' נתן בנימין קרויס שליט"א

פאראכטן
שכח
סוף מעשה במחשבה תחילה.

גאלדגרוב
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 9:32 pm

געווען אן איידעם ביי הרה''ח ר' מרדכי שו''ב פריעדמאן ז''ל וועלכער איז נפטר געווארן ביי די 103.

looking forward
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 1:36 pm

תגובהדורך looking forward » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 9:34 pm

בד"ה

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 9:43 pm

עני אפדעיטס איבער די לוי׳?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
Come and go
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 7:39 pm

תגובהדורך Come and go » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 9:57 pm

קול מבשר גייט האבן א live hookup #8 1
אז די קענסט מער נישט נאכמאכן יענעם קענסטו פראבירן צי זיין דיך!


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 0 געסט