בד"ה: הרה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל - כ”ה כסלו תשע”ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

תגובה דורך שמו »

ברוך דיין האמת, א פארלוסט פארן כלל, און פארן פרט

נאר דער רבוש"ע קען טרייסטן דעם דור, נאך אזא פארלוסט

(דאס איז א פארלוסט פאר עליונים ותחתונים, ווייל אויבן האט מען אויך געדארפט דעם גברא רבא וואס זאל מוחה זיין אויף די פרצות הדור, נאר ליידער נחתמה הגזירה, און מ'האט שוין נישט געקענט צוריק דרייען)

זאל דער רבוש"ע אונז אלע טרייסטן
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובה דורך מענטשאלע »

מודעות
אטעטשמענטס
שאול יצחק ראבינאוויטש.jpg
שאול יצחק ראבינאוויטש.jpg (294.56 KiB) געזען 4013 מאל
מודעת אבל שאול יצחק רבינוביץ משכנות.jpg
מודעת אבל שאול יצחק רבינוביץ משכנות.jpg (346.45 KiB) געזען 4013 מאל
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובה דורך קניידל פארעם »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:די ייצר הרע איז געגאנגען צום אייבערשטען ער געט אויף די מלחמה, עס איז דא א גענעראל ביי כלל ישראל וואס נעמט אוועק די בחירה פון מענטשען, און עס איז א בכלל נישט בגדר בירור האחרון,
האט אים בית דין ליידער געגעבן גערעכט, און די קעניג האט געהייסען נעמטס אהיים די גענעראל, ער האט שוין עני וועי אויפגעטוען וואס ער האט געדארפט אויפטוען לאז מיר זעהן ווי אזוי מיינע קינדער שלאגען זיך אן אים,

בד"ה! א צרה צרורה פארן כלל און פארן פרט, הארצרייסנד צוצוקוקן די בילדער פון די לוי', דער בוכ"ע זאל זיך מרחם זיין אויף אונז אלע מיר זאלן קענען שטיין אין אונזערע נסיונות ווי ס'איז.

אבער צו וויסן וואס טוט זיך אין הימל דארף מען זיין הרה"ק ר' מאיר'ל פרעמישלאנ'ער, דאס איז נישט קיין ענין פון מליצות אויף אייוועלט.
לעצט פארראכטן דורך קניידל פארעם אום מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 1:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

תגובה דורך ראספשע »

עס האט נאך קיינער דא נישט דערמאנט
דער איד האט אסאך געטוהן מיט שוואכע בחורים, מחזק געווען עלטערע בחורים, ער פלעגט זיי זאגן זיינע הארציגע דרשות, וועלכע האבן מחיה נפשות געוועזן...

איין עובדא'לע א ווארטל פון אים....
אמאל האט ער דערמאנט אין א דרשה אז א סמארטפאון באנוץ איז ערגער ווי גיין צו די בחירות, [עפעס אזא געדאנק]..
א געוויסער רב מחשובי התלמידי חכמים בסאטמאר [לא אפרוש בשמו כמובן], האט עס זייער פארדראסן, און האט עם פארגעהאלטון דערויף, ס'טייטשט? בחירות שרייבט דאך דער רבי אז ס'יז ביהרג ואל יעבור!

ענטפערט עם ר' שאול יצחק, זאג נאר, אויף רבי אהרן קאטלער האט סאטמאר רב געזאגט א הספד, איא?, צי האסט שוין געהערט צו סאטמאר רב האט מספיד געווען אמאל איינעם מיט א ס"פ?.....
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובה דורך גולם פון פראג »

געוואלדיגע מעשה
אגב די רבי שרייבט נישט אז בחירות איז ביהרג ואל יעבור, ס'איז א באקאנטע טעות
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

אוי מה היה לנו, שבת משוש לבינו נהפך לאבל מחולינו, נצחו אראלים את המצוקים ונשבה האי גברא רבא ויקירא
אזיל גברא דמיסתפינא מיני'
ביום א' דחנוכה, אשר מתגלה האור הגנוז, נגנז האור, ונחשכו מאור עינינו, בפטירת האי עניו האי שפל, לא מחזיק טיבותי' לנפשי', לוחם מלחמת ה' באמונה, לא בוש מפני המלעיגים, ובמסירות נפש כפשוטו ממש בגוף ובנפש, מסר נפשו על מלחמתה של הטעכנעלאגיא, ורבות פעל ועשה בענין זה, אשר בוודאי נזקפים לזכותו
הגה"צ רבי שאול יצחק רבינוביץ זצ"ל.

ס'בלוטיגט דאס הארץ, דער גענעראל איז געפאלן, אבער ווי האבן צדיקים געזאגט, דער גענעראל איז געפאלן אבער די מלחמה גייט ווייטער אן
זאלן אלע פעולות לטובה ווייטער נזקף ווערן לזכותו
לזכות רבי שאול יצחק זצ"ל
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

תגובה דורך ראספשע »

כ'האב היינט געזאגט אין ביהמ"ד פאר זיין נעפיו
דיין פעטער ז"ל האט אנגעהויבן די מערכה מיט בזיונות, יעצט אז ער איז שוין אין גן עדן, ווערט דאך עס שוין א 'המשכה' און א 'דרך', כדרך האדמורי"ם....,
מהיום והלאה וועט געפירט ווערן די מערכה מיט גרויס כבוד...
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובה דורך קניידל פארעם »

א איד האט איהם אמאל געגעבן א גרויסן סכום געלט צו קענען חתונה מאכן, האט ער דעמאלטס געדרוקט א ביכל, און דאס גאנצע געלט איז געגאנגען פאר דאס ביכל.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
ויציב ונכון
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובה דורך ויציב ונכון »

איך האב היינט גערעדט מיט א תלמוד פון שיעור ד' וואס האט מיר אראפגעלייגט די געוואלדיגע כוחות וואס הרה''צ ר' שאול יצחק האט אריין געלייגט אין די בחורים און די געוואלדיגע עסקנות מיט וואס ער פלעגט יעדעם העלפן מיט שידוכים שאפן געלט וכדומה.
אגב הרה"צ ר' שאול יצחק פלעגט זיך אראפלאזן צו יעדע אינגעלע אדער קליין בחור און אויסשמועסן מיט אים זיינע זאכן וכו'
בערך איין און א האלב יאר צוריק האט א געוויסע חסידות געלאזט הערן גאר קרומע מהלכים וועגן טעכנעלאגיע און הרה"צ ר' שאול יצחק האט דעמאלטס געשריגן אז ער איז זיכער אז זיי וועלן נאך צוריק ציען! עס איז מיר באמת געווען א פלא די פעסטיקייט מיט וואס ער האט עס געזאגט אבער וכך הוה ער האט נאך געהאט די זכי' צו זעהן ווי זיי האבן ארויסגעגעבן גאר שטרענגע תקנות וועגן טעכנעלאגיע
ער איז מסכים מיטצוגיין מיטן אמת, אבער נאר ווען די אמת גייט מיט, מיט אים.....
Hope so
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2012 8:26 pm

תגובה דורך Hope so »

צוויי אינטערסאנטע זאכען וואס געט א שטיקעל בליק וואספארע דערהויבנע מדות הרה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל האט געהאט.

איך האב מיך געמטושט מיט נישט א געזונט קינד, בין איך איין טאג צוגעגאנגען צו אים איך האב אים געבעטען ער זאל מיר פארקויפן א חלק פון זיינע ביזיונת עס זאל זיין לרפואת הילד,
ער האט מיר בשום אויפן נישט געוואלט פארקויפן נאר געבען פון זיינע ביזיונת,
ער האט גענומען די נאמען אין האט געזאגעט אז נעקסטע מאל ווען ער גייט באקומען גאר שטארקע ביזיונת גייט ער מיר עס אוועק געבען.

גאנטץ א לאנגע צייט שפעטער טרעף איך אים איין טאג אין בית מדרש זאגעט ער מיר כהאב דיך געוואלט קאלן,
וואס איז ער האט ממש יעצט געהאט גאר שטארקע ביזיונת אין א בית מדרש אין ויליאמסבורג ער האט מיר געזאגט די נאמען פונעם בית מדרש אויכעט
איך מיין ער האט מיר אויך געזאגט אז מען האט אים ארויסגעפארפן אויך איך בין נישט זיכער.
איך האב נישט געלייבט וואס מיינע אויערן הערן עס איז שוין אדורך גאר א לאנגע צייט פון ווען איך האב גערדעט צו אים
אין דא ווען ער כאפעט ביזיונת אויפן גרעסטען פארנעם האט ער נישט בעסער וואס צו טין נאך צו אינזונען האבן מיין קינד.


נאך אזאך וואס ווען איך זע עס נישט מיט מיין אייגענע אויגן וואלט איך עס נישט געגלייבט.

פיר יאר צוריק בין איך געווען אויף א שבת אין המספיק וואס זיי מאכען איין מאל א יאר פאר די עלטערן,
הרה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל פלעגט אויך קומען יעדעס יאר ער האט אויכעט געהאט נישט א געזונט קינד אין דערהיים,
יענעם סוף וואך האט מען אים ליידער דייגנאזט מיט די ביטערע מחלה לעוועל 4 וואס איז אויף גאר א שווערע אויפן
ער איז אנגעקומען צום שבת גראד פון דאקטער כמעט קיינער ביי די שבת האט נישט געוויסעט פון דעם

איך בין עס פינקעט געוואר געווארן וואס זאל איך זאגען די מידות הישתוות מען האט נישט אנגעזען אויף אים אפילו א משהו אז עפעס גייט פאר מיט אים,
עס האט אויס געזען אז די שרעקליכע בשורה וואר ער האט נארוואס געהערט האט מיט עם נישט די מינדסטע שייכות,
איך בין געזיצען אויפן זעלבען טיש מיט אים איך האב נישט געקענט אראפנעמען אן אויג פון אים ער איז געווען מיט זיין פרישקייט לעבדיגקייט,

מענשען זענען געקומען צו אים מען האט געפירט ויכוחים גראדע גארנישט קיין שייכות מיט אינטערנעט ער האט געזאגעט אז שבת רעדט ער נישט פון דע נושא
שבת צופרי ביי די סעודה האט ער געהאלטען א דרשה וועגען תפילה אלעס נישט ווי אים מיינט מען.
לעצט פארראכטן דורך Hope so אום דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 4:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

זכר צדיק לברכה.
אוועטאר
וויל נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

תגובה דורך וויל נישט »

אוי די פאטש פון אונזער ליבער טאטע און הימל טיט זייער וויי באמת א פארלוסט פארן דור בכלל און פאר זיין משפחה בפרט ער האט נאך 3 בחורים און שטיב און א אינגל זיין באליבטעע אלימלך נ"י א קינד מיט דאן סינדרום ל"ע.

איך קען שווער שרייבן פון עם סוויינט זיך .... איין זאך האב איך געהערט פון עם אנהויב, ער האט עס געזאגט פאר אפאר גוטע פריינט, ווען מהאט עם געפרעגט פארוואס ער האט זיך גענומן צו די מערכה פון טעכנעלאגיע אזא שטארק? האט ער געזאגט אני הגבר ראי, איך טי מיט עלטערע בחורים, און איך זע ווי באמת פיינע בחורים וואס מאיזה סיבה שהיא ווערן זיי עלטער ווי די חברים, און הייבן זיך אן די באקענען מיט חבירים וואס האבן די טעלפאנ'ס סנעמט נישט מער ווי געציילטע וואכן און ווערן ל"ע באמת פארדארבן ע"כ ער האט געזען מיט די אייגענע אויגן האט ער געזאגט און ער איז ממש משוגע געווארן דערפון, און באשלאסן ער גייט טיען וואס ער אלץ א יחיד קען, און ווי יעדער ווייסט האט ער ב"ה אסאך אויפגעטיען, סאיז א שטארקע מוסר השכיל ווי ווייט א מענטש קען טיען אויב מיינט ער עס ערענסט.

אוי זיינע מודות ווי נעמט מען אפי' די פעדער עס צו באשרייבן זיין לב טוב אויסגעגנגן צו טיען א טובה פאר א איד.... טיט זייער וויי טאטע האב שוין רחמנות אויפן דור!
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובה דורך גליטשעדיג »

מען טאר נישט קלאגן און מספיד זיין חנוכה!
אבער א מוסר השכל קען מען זיך ארויסנעמען, אז ווען א איד איז מחליט אויפצוטאן פאר כבוד שמים האט ער כוחות עצומות וואס איז ממש אומגלויבליך!
א יחיד האט באוויזן משפיע צו זיין טהרה אויף טויזנטער אידן!
אויף טייל זיי זאלן זיך אינגאנצן פארבעסערן, אדער אפילו למחצה לשליש ולרביעי. מיר זענען אים אלע שולדיג א טיפן הכרת הטוב.

איינער האט דא איבערגעזאגט גאסן שמועות בשם צדיקי דורינו שליט"א אז ער האט מלחמה געהאלטן מיט'ן ס"מ וכדומה וועגן דעם איז געשען א אומגליק.
איך גלייב נישט אז איינער האט עס געזאגט, און זיכער נישט אויף א וועג וואס קען ארויסברענגען כאילו אויפטאן פאר כבוד שמים אדער טאן לטובת הרבים קען ברענגען צרות.
דער "פסוק" זאגט פארקערט: את הברכה אשר תשמעון ואת הקללה אשר לא תשמעון, - והיה אם שמוע תשמעון וועט זיין אלעס גוטס, והיה אם לא תשמעון וועט קומען די ביטערע עונשים און תוכחות. עס איז נישט קיין שום ספק פאר ווער עס גלייבט אין שכר ועונש, אז די פעולות פון ר' שאול יצחק האט אים נישט געברענגט קיין שום שלעכטס, אדרבא נאר גוטס!
איי מיר פארשטייען נישט די הנהגה פון השי"ת פארוואס ער איז נפטר געווארן אין אזא יונגן עלטער, וויאזוי קענען מיר בכלל משיג זיין די זאכן.
דער רמב"ם שרייבט אין מורה נבוכים, אז דער סדר פון פרויען און המון עם איז, אז ווען עס פאסירט א אומגליק אדער א גליק, פרובירט מען עס אנצוהענגען און פארשידענע אנדערע זאכן וואס איז געשען אין די זעלבע צייט כאילו עס האט א פארבינדונג, און דאס איז בכלל נישט דער אמת, און מענטשן פארשטייען נישט די הנהגה פון השי"ת.

דער סך הכל איז, עס פעלט א גרויסער כח הקדושה בעולם, און יעדער דארף פרובירן אביסל ממלא צו זיין דעם חסרון, לויט זיינע כוחות.
און קיינער זאל זיך נישט אונטערשאצן!
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובה דורך בעריש'ל »

הצדיק אבד!
מיר זענען נאמב, די געפילן רייסט שטיקער, דאס פעדער איז ארים צו באשרייבן אזא איד, אוי מי יתן לנו תמורתו, ווער וועט אים נאכטוען? ווער קען אים בכלל נאכטוען? זיין אהבת ישראל בשעת מעשה ווען ער האט געמוסרט, גערעדט גאלדענע פערל ווערטער! נישט געהאט קיין שנאה צום בעל הסמארטפאון קיינמאל, נישט באטיטולט קיין אידן וואס האבן די כלים קיינמאל, יתמו חטאים ולא חוטאים במלא מובן המלה.

א צדיק אמת! מען וואלט געדארפט זיך אונטערנעמען לעילוי נשמתו גדרים וסייגים און די גדולים וטובים פון צווישן אונז וואלטן געדארפט דאס אנפירן.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
חקרן
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:58 pm

תגובה דורך חקרן »

בשעת אלע רעדט פון זיין כבוד שמים פארן ארום גיין מוחה זיין לאמיר ברענגן א אנדערע פערספעקטיוו אויף דער נפטר זצ''ל
ביי מיר וועט ''החסיד'' ר' שאול יצחק נישט געדענקט ווערן פאר דער וואס האט געראטוועט די דור פון די פראבלעם פון אינטערנעט נאר ליבערשט אלס א דמות פון א חסיד אמיתי
ווי איך וועל פרובירן עד שידי מגעת צו ערקלערן פארוואס און די קומענדיגע שורות
ר' שאול יצחק פאר די מערכה זיינע איז געזען געווארן ביי זיינע באקאנטע אלטס א דמות פון א אינגערמאן כרואי לבית אבותיו א עובד ה' א געווייקטע חסידישע אינגערמאן וואס איז און אמעריקא די זעלבע ווי און ירושלים בקיצור א ארויפגעקוקטע פערזאן א ליבליכע מגי''ש [משפיע] פאר עלטערע בחורים
און זינט די מערכה נהפך עורו אלטס שטאטס משוגענער
ביי א געלעגנהייט האב איך געהאט א לאנגע שמועס מיט ר' שאול יצחק זצ''ל און איך האב געפרעגט אפן פארוואס טוסטו דאס איך פארשטטי אז במקום שאין איש גייסטו ארום מעורר זיין דער עולם אבער פארוואס האלטסטו נישט דיין כבוד לכה''פ
הערט אייך איין טייערע ברודער וואס א חסיד ענטפערט זאגט מיר ר' שאול יצחק איך האב געוויסט בשעת'ן אנהייבן ארוום גיין אז דאס גייט קומען אז מ'גייט מיר אנקוקן ווי די שטאטס משוגענער אבער איך האב געפאסט דער באשלוס אזוי צו פירן די מערכה מחמת שתי סיבות
א' וואס איז נוגע צו די עצם מערכה ווייל כידוע ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות האב איך מחליט געווען צו נוצן די וואפן און מהפך זייך צו די צד המחאה
ועוד די היינטיגע דור דערלייט ליבערשט ליבשאפט און מיט קולות קללות וצעקות האב איך געוויסט אז ס'וועט נישט ארבייטן
והשנית [דא ליגט זיין דמות] זאגט ער מיר איך האב זיך אינטעגענומען אז אפי' איך גיי ארום גיין האקן אויף די פירצה גיי איך קיינעם נישט אטיקירן פערזענליך אפי' די וואס שטיין אנקעגן מיין פנים מיט א סמארטפאון
און דא קומט די באמבע און אויב חלילה איינער וועט יא נפגע ווערן זאל מיר אנקוקן ווי א משוגענער אזוי ארום וועט ער נישט שפירן קיין פאראיבל
הערט אייך איין בדורינו א איד וואס האט זיך אנגענומען אויף כבוד שמים האט אויפגעגבן אויף זיין לעבן און שם טוב אלטץ נישט צו טשעפן א צווייטע איד אפי ' די גאנצע מערכה איז לשם שמים י
א ר' שאול יצחק דאס איז וואס איך און אנדערע הונדערטע אידן אייך געדענקן אלטס א דמות פון א חסיד א וואס האט מקנא ה' צבאות געווען
אבער אן די לבוש פון די פאלטשע קנאים אלטס מיט א שמייכעל א גוט ווארט און חלילה נישט קעגן א צווייטען
יא דאס איז וואס אונזער דור האט זיך געלערנט אז חס זיין על כבוד שמים איז בדרכי נועם ובדרכי שלום
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

בד"ה

ווען ער פלעגט קומען אין ארץ ישראל, פלעגט זיך ארום דרייען ביי די שטיבלעך, און אויס קלאפען ביי די מניינים, רבותי! איך בין נישט געקומען נאך געלט! איך קום יעצט פון אמעריקא, און איך בין אייך געקומען זאגן שלא תמות כדרך שמת פלוני!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובה דורך יידישע קהילות »

חקרן האט געשריבן:בשעת אלע רעדט פון זיין כבוד שמים פארן ארום גיין מוחה זיין לאמיר ברענגן א אנדערע פערספעקטיוו אויף דער נפטר זצ''ל
ביי מיר וועט ''החסיד'' ר' שאול יצחק נישט געדענקט ווערן פאר דער וואס האט געראטוועט די דור פון די פראבלעם פון אינטערנעט נאר ליבערשט אלס א דמות פון א חסיד אמיתי
ווי איך וועל פרובירן עד שידי מגעת צו ערקלערן פארוואס און די קומענדיגע שורות
ר' שאול יצחק פאר די מערכה זיינע איז געזען געווארן ביי זיינע באקאנטע אלטס א דמות פון א אינגערמאן כרואי לבית אבותיו א עובד ה' א געווייקטע חסידישע אינגערמאן וואס איז און אמעריקא די זעלבע ווי און ירושלים בקיצור א ארויפגעקוקטע פערזאן א ליבליכע מגי''ש [משפיע] פאר עלטערע בחורים
און זינט די מערכה נהפך עורו אלטס שטאטס משוגענער
ביי א געלעגנהייט האב איך געהאט א לאנגע שמועס מיט ר' שאול יצחק זצ''ל און איך האב געפרעגט אפן פארוואס טוסטו דאס איך פארשטטי אז במקום שאין איש גייסטו ארום מעורר זיין דער עולם אבער פארוואס האלטסטו נישט דיין כבוד לכה''פ
הערט אייך איין טייערע ברודער וואס א חסיד ענטפערט זאגט מיר ר' שאול יצחק איך האב געוויסט בשעת'ן אנהייבן ארוום גיין אז דאס גייט קומען אז מ'גייט מיר אנקוקן ווי די שטאטס משוגענער אבער איך האב געפאסט דער באשלוס אזוי צו פירן די מערכה מחמת שתי סיבות
א' וואס איז נוגע צו די עצם מערכה ווייל כידוע ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות האב איך מחליט געווען צו נוצן די וואפן און מהפך זייך צו די צד המחאה
ועוד די היינטיגע דור דערלייט ליבערשט ליבשאפט און מיט קולות קללות וצעקות האב איך געוויסט אז ס'וועט נישט ארבייטן
והשנית [דא ליגט זיין דמות] זאגט ער מיר איך האב זיך אינטעגענומען אז אפי' איך גיי ארום גיין האקן אויף די פירצה גיי איך קיינעם נישט אטיקירן פערזענליך אפי' די וואס שטיין אנקעגן מיין פנים מיט א סמארטפאון
און דא קומט די באמבע און אויב חלילה איינער וועט יא נפגע ווערן זאל מיר אנקוקן ווי א משוגענער אזוי ארום וועט ער נישט שפירן קיין פאראיבל
הערט אייך איין בדורינו א איד וואס האט זיך אנגענומען אויף כבוד שמים האט אויפגעגבן אויף זיין לעבן און שם טוב אלטץ נישט צו טשעפן א צווייטע איד אפי ' די גאנצע מערכה איז לשם שמים י
א ר' שאול יצחק דאס איז וואס איך און אנדערע הונדערטע אידן אייך געדענקן אלטס א דמות פון א חסיד א וואס האט מקנא ה' צבאות געווען
אבער אן די לבוש פון די פאלטשע קנאים אלטס מיט א שמייכעל א גוט ווארט און חלילה נישט קעגן א צווייטען
יא דאס איז וואס אונזער דור האט זיך געלערנט אז חס זיין על כבוד שמים איז בדרכי נועם ובדרכי שלום


מורא'דיג!!!!!!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובה דורך שבתי בוים »

בעריש'ל האט געשריבן:הצדיק אבד!
מיר זענען נאמב, די געפילן רייסט שטיקער, דאס פעדער איז ארים צו באשרייבן אזא איד, אוי מי יתן לנו תמורתו, ווער וועט אים נאכטוען? ווער קען אים בכלל נאכטוען? זיין אהבת ישראל בשעת מעשה ווען ער האט געמוסרט, גערעדט גאלדענע פערל ווערטער! נישט געהאט קיין שנאה צום בעל הסמארטפאון קיינמאל, נישט באטיטולט קיין אידן וואס האבן די כלים קיינמאל, יתמו חטאים ולא חוטאים במלא מובן המלה.

א צדיק אמת! מען וואלט געדארפט זיך אונטערנעמען לעילוי נשמתו גדרים וסייגים און די גדולים וטובים פון צווישן אונז וואלטן געדארפט דאס אנפירן.

ממש פערל ווערטער.
גערעדט אסאך שטותים און לאקשן, וגוזמי גוזמאות למטרה חשובה וכונתו רצוי. מ'דארף נישט מגזם זיין, נישט קיין טובה פאר קיינעם
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובה דורך Haklal »

גליטשעדיג האט געשריבן:מען טאר נישט קלאגן און מספיד זיין חנוכה!
אבער א מוסר השכל קען מען זיך ארויסנעמען, אז ווען א איד איז מחליט אויפצוטאן פאר כבוד שמים האט ער כוחות עצומות וואס איז ממש אומגלויבליך!
א יחיד האט באוויזן משפיע צו זיין טהרה אויף טויזנטער אידן!
אויף טייל זיי זאלן זיך אינגאנצן פארבעסערן, אדער אפילו למחצה לשליש ולרביעי. מיר זענען אים אלע שולדיג א טיפן הכרת הטוב.

איינער האט דא איבערגעזאגט גאסן שמועות בשם צדיקי דורינו שליט"א אז ער האט מלחמה געהאלטן מיט'ן ס"מ וכדומה וועגן דעם איז געשען א אומגליק.
איך גלייב נישט אז איינער האט עס געזאגט, און זיכער נישט אויף א וועג וואס קען ארויסברענגען כאילו אויפטאן פאר כבוד שמים אדער טאן לטובת הרבים קען ברענגען צרות.
דער "פסוק" זאגט פארקערט: את הברכה אשר תשמעון ואת הקללה אשר לא תשמעון, - והיה אם שמוע תשמעון וועט זיין אלעס גוטס, והיה אם לא תשמעון וועט קומען די ביטערע עונשים און תוכחות. עס איז נישט קיין שום ספק פאר ווער עס גלייבט אין שכר ועונש, אז די פעולות פון ר' שאול יצחק האט אים נישט געברענגט קיין שום שלעכטס, אדרבא נאר גוטס!
איי מיר פארשטייען נישט די הנהגה פון השי"ת פארוואס ער איז נפטר געווארן אין אזא יונגן עלטער, וויאזוי קענען מיר בכלל משיג זיין די זאכן.
דער רמב"ם שרייבט אין מורה נבוכים, אז דער סדר פון פרויען און המון עם איז, אז ווען עס פאסירט א אומגליק אדער א גליק, פרובירט מען עס אנצוהענגען און פארשידענע אנדערע זאכן וואס איז געשען אין די זעלבע צייט כאילו עס האט א פארבינדונג, און דאס איז בכלל נישט דער אמת, און מענטשן פארשטייען נישט די הנהגה פון השי"ת.

דער סך הכל איז, עס פעלט א גרויסער כח הקדושה בעולם, און יעדער דארף פרובירן אביסל ממלא צו זיין דעם חסרון, לויט זיינע כוחות.
און קיינער זאל זיך נישט אונטערשאצן!


זייער פיין געזאגט צים פינטל!
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובה דורך לאלתר לחיים »

חקרן האט געשריבן:בשעת אלע רעדט פון זיין כבוד שמים פארן ארום גיין מוחה זיין לאמיר ברענגן א אנדערע פערספעקטיוו אויף דער נפטר זצ''ל
ביי מיר וועט ''החסיד'' ר' שאול יצחק נישט געדענקט ווערן פאר דער וואס האט געראטוועט די דור פון די פראבלעם פון אינטערנעט נאר ליבערשט אלס א דמות פון א חסיד אמיתי
ווי איך וועל פרובירן עד שידי מגעת צו ערקלערן פארוואס און די קומענדיגע שורות
ר' שאול יצחק פאר די מערכה זיינע איז געזען געווארן ביי זיינע באקאנטע אלטס א דמות פון א אינגערמאן כרואי לבית אבותיו א עובד ה' א געווייקטע חסידישע אינגערמאן וואס איז און אמעריקא די זעלבע ווי און ירושלים בקיצור א ארויפגעקוקטע פערזאן א ליבליכע מגי''ש [משפיע] פאר עלטערע בחורים
און זינט די מערכה נהפך עורו אלטס שטאטס משוגענער
ביי א געלעגנהייט האב איך געהאט א לאנגע שמועס מיט ר' שאול יצחק זצ''ל און איך האב געפרעגט אפן פארוואס טוסטו דאס איך פארשטטי אז במקום שאין איש גייסטו ארום מעורר זיין דער עולם אבער פארוואס האלטסטו נישט דיין כבוד לכה''פ
הערט אייך איין טייערע ברודער וואס א חסיד ענטפערט זאגט מיר ר' שאול יצחק איך האב געוויסט בשעת'ן אנהייבן ארוום גיין אז דאס גייט קומען אז מ'גייט מיר אנקוקן ווי די שטאטס משוגענער אבער איך האב געפאסט דער באשלוס אזוי צו פירן די מערכה מחמת שתי סיבות
א' וואס איז נוגע צו די עצם מערכה ווייל כידוע ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות האב איך מחליט געווען צו נוצן די וואפן און מהפך זייך צו די צד המחאה
ועוד די היינטיגע דור דערלייט ליבערשט ליבשאפט און מיט קולות קללות וצעקות האב איך געוויסט אז ס'וועט נישט ארבייטן
והשנית [דא ליגט זיין דמות] זאגט ער מיר איך האב זיך אינטעגענומען אז אפי' איך גיי ארום גיין האקן אויף די פירצה גיי איך קיינעם נישט אטיקירן פערזענליך אפי' די וואס שטיין אנקעגן מיין פנים מיט א סמארטפאון
און דא קומט די באמבע און אויב חלילה איינער וועט יא נפגע ווערן זאל מיר אנקוקן ווי א משוגענער אזוי ארום וועט ער נישט שפירן קיין פאראיבל
הערט אייך איין בדורינו א איד וואס האט זיך אנגענומען אויף כבוד שמים האט אויפגעגבן אויף זיין לעבן און שם טוב אלטץ נישט צו טשעפן א צווייטע איד אפי ' די גאנצע מערכה איז לשם שמים י
א ר' שאול יצחק דאס איז וואס איך און אנדערע הונדערטע אידן אייך געדענקן אלטס א דמות פון א חסיד א וואס האט מקנא ה' צבאות געווען
אבער אן די לבוש פון די פאלטשע קנאים אלטס מיט א שמייכעל א גוט ווארט און חלילה נישט קעגן א צווייטען
יא דאס איז וואס אונזער דור האט זיך געלערנט אז חס זיין על כבוד שמים איז בדרכי נועם ובדרכי שלום

שטארק און בארירונג.
אבער פארוואס פעלט אויס די גיפט ביים סיום דבריך?
אבער אן די לבוש פון די פאלטשע קנאים".,
ווער האט דיר פארציילט ווער ס'זענען די פאלטשע קנאים?
לפי ידיעתי מיינסטו די וועלכע טוהען פונקט וואס זייער טאטעס און זיידעס האבן געטוהן די לעצטע 70 יאר, פון זייער זייט האבן זיי גארנישט געטוישט.
ס'איז קיין ספק נישט אז די אלע וואס דו רופסט ווי דו רופסט זיי האלטן אפ אסאך אסאך זאכן וואס דו חלום'סט אפילו נישט.
איך קום נישט זאגן אז מ'טאר נישט זינגען סליחות ברבים אבער ווען נישט די מוחים וואלט עס שוין געהאלטן כ'ווייס נישט ווי...וכו' וכו'
ביטע מעק אויס די גיפט
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובה דורך קניידל פארעם »

שבתי בוים האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:הצדיק אבד!
מיר זענען נאמב, די געפילן רייסט שטיקער, דאס פעדער איז ארים צו באשרייבן אזא איד, אוי מי יתן לנו תמורתו, ווער וועט אים נאכטוען? ווער קען אים בכלל נאכטוען? זיין אהבת ישראל בשעת מעשה ווען ער האט געמוסרט, גערעדט גאלדענע פערל ווערטער! נישט געהאט קיין שנאה צום בעל הסמארטפאון קיינמאל, נישט באטיטולט קיין אידן וואס האבן די כלים קיינמאל, יתמו חטאים ולא חוטאים במלא מובן המלה.

א צדיק אמת! מען וואלט געדארפט זיך אונטערנעמען לעילוי נשמתו גדרים וסייגים און די גדולים וטובים פון צווישן אונז וואלטן געדארפט דאס אנפירן.

ממש פערל ווערטער.
גערעדט אסאך שטותים און לאקשן, וגוזמי גוזמאות למטרה חשובה וכונתו רצוי. מ'דארף נישט מגזם זיין, נישט קיין טובה פאר קיינעם

שייגעץ ארויס פון דא דו! מ'מוז אפשפארן יעדן נארמאלן אשכול??? קענסט נישט דורך גיין אן דאס חרוב לייגן?? און רעדן אויף א בר מינן ווייל דו האלטסט אזוי?!?
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובה דורך איש האשכולות »

זוי ארבעט עס דא, ס'דא אזעלעכע וואס ווי זיי טרעטן אריין ווערט מאראסטיג..
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

קניידל פארעם האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:הצדיק אבד!
מיר זענען נאמב, די געפילן רייסט שטיקער, דאס פעדער איז ארים צו באשרייבן אזא איד, אוי מי יתן לנו תמורתו, ווער וועט אים נאכטוען? ווער קען אים בכלל נאכטוען? זיין אהבת ישראל בשעת מעשה ווען ער האט געמוסרט, גערעדט גאלדענע פערל ווערטער! נישט געהאט קיין שנאה צום בעל הסמארטפאון קיינמאל, נישט באטיטולט קיין אידן וואס האבן די כלים קיינמאל, יתמו חטאים ולא חוטאים במלא מובן המלה.

א צדיק אמת! מען וואלט געדארפט זיך אונטערנעמען לעילוי נשמתו גדרים וסייגים און די גדולים וטובים פון צווישן אונז וואלטן געדארפט דאס אנפירן.

ממש פערל ווערטער.
גערעדט אסאך שטותים און לאקשן, וגוזמי גוזמאות למטרה חשובה וכונתו רצוי. מ'דארף נישט מגזם זיין, נישט קיין טובה פאר קיינעם

שייגעץ ארויס פון דא דו! מ'מוז אפשפארן יעדן נארמאלן אשכול??? קענסט נישט דורך גיין אן דאס חרוב לייגן?? און רעדן אויף א בר מינן ווייל דו האלטסט אזוי?!?

אסאך שטוסעם גערעדט? גערעכט. לאמיר מאכן א שטיקל ס"ה וואס זיינע שטותים האט אויפגעטוען.

ער איז געווען דער ערשטער וואס האט אריינגעברענגט אינעם עולם א פחד פון האלטן א כלי וכל שכן אן קיין פילטער.

ער איז געווען די ערשטער וואס איז אויפגעקומען מיטן געדאנק אז יעדער זאל רחמנית האבן אויף די אייגענע קינדער און דאס איז טאקע די איינציגסטע טאקטיק וואס העלפט נאך ביז היינט און אדאנק דעם האט מען געקענט מאכן תקנות אין די מוסדות און בתי מדרשים. און נאך.

און יעצט. טראכט באמת אריין צו די ביזט נישט מקנה דעם יוד מיט זיין גן עדן. א יוד וואס האט זיך בידים געמאכט צו שאנד און צו שפאט פאר די גאנצע וועלט. א יוד וואס האט געספענדט שווערע געלטער פון זיין אייגענע קעשענע בעת ער האט געהאט כמעט 0 אינקאם. א יוד וואס האט זיך מקריב געווען זיין געזונט אלעס מיט בלויז איין איינציגסטע כוונה אז ס'זאל שוין זיין יתגדל ויתקדש שמיא רבא
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובה דורך אמביציע »

שבתי בוים האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:הצדיק אבד!
מיר זענען נאמב, די געפילן רייסט שטיקער, דאס פעדער איז ארים צו באשרייבן אזא איד, אוי מי יתן לנו תמורתו, ווער וועט אים נאכטוען? ווער קען אים בכלל נאכטוען? זיין אהבת ישראל בשעת מעשה ווען ער האט געמוסרט, גערעדט גאלדענע פערל ווערטער! נישט געהאט קיין שנאה צום בעל הסמארטפאון קיינמאל, נישט באטיטולט קיין אידן וואס האבן די כלים קיינמאל, יתמו חטאים ולא חוטאים במלא מובן המלה.

א צדיק אמת! מען וואלט געדארפט זיך אונטערנעמען לעילוי נשמתו גדרים וסייגים און די גדולים וטובים פון צווישן אונז וואלטן געדארפט דאס אנפירן.

ממש פערל ווערטער.
גערעדט אסאך שטותים און לאקשן, וגוזמי גוזמאות למטרה חשובה וכונתו רצוי. מ'דארף נישט מגזם זיין, נישט קיין טובה פאר קיינעם

ווי לאנג דו עסט פיצא און ביסט זיך קיין ברעקל נישט מבזה פארן אויבערשטן'ס וועגן האסטו נישט וואס צו איינטיילן אידן וואס האבן אלעס אוועק געגעבן פארן אויבערשטן'ס וועגן.

דער גרויסער איד און יא מ'קען עם אנריפן קדוש האט זיך אינגאנצן אוועק געגעבן פארן אויבערשטן'ס וועגן, ער האט פארלוירן זיין זיך און דאס אוועק געגעבן פארן אלמעכטיגער באשעפער.
איר דארפט עם איבערבעטן פאר די דברי הבל וואס דו האסט דא געשריבן אויף דעם צדיק
לעצט פארראכטן דורך אמביציע אום דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 12:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובה דורך אמביציע »

איך האב געהערט אז די סקלענער רבי האט געזאגט אז ער לאזט זיך אריין אין א שווערע עסק מיט יענע חברה, אבער דער הייליגער איד האט זיך מוסר נפש געווען כאטש ער האט געוויסט אז ער האלט מלחמה דא מיט די געפערליכסטע פון די נישט גוטע, ס'איז עם ענדערש אנגעגאנגן די כבוד פון דעם אויבערשטן ווי זיין אייגענע וואוילזיין. און ליידער איז ער טאקע אוועק גענימען געווארן פריצייטיג

זי''ע
פארשפארט

צוריק צו “צדיקים וחסידים”