ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:01 pm

ישראל_הלוי האט געשריבן:בד"ה ר' יצחק שטוהל ז"ל


זיין איידעם ר' יוסף אייגנער ני"ו זיצט יעצט שבעה נאכן טאטן ז"ל.

אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:06 pm

איי, דא טייערער איד געווען ר' יצחק ז"ל
ממש א פוירניטשער פונעם ביהמ"ד
געגאנגען מיט די פושקע פון ביקור חולים, לעצטנס מיט א זעקעלע
אלעמאל צוגעגגאנען צום עמוד ווען עס איז געשטאנען ווי א פארשעמטע
אלץ געזעסן און געלערנט
מי יתן לנו תמורתו!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:09 pm

ער מיטן ברודער להבח"ל ר' בערל האבן אויך אנגעפירט א פלוס ברילן גמ"ח אין ראדני געווען פארפאקט אין א קרן שמואל שייע קאסעטע שאכטל
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:12 pm

רעדסט פון זייער גמ"ח'ן
כפי זכרוני האבן זיי געהאט א תפילין גמ"ח

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:27 pm

ברוך דיין האמת
מו״ה אברהם יצחק שטערן ע״ה
לאנגיעריגע הצלה מעמבער (W-17)
סטעי טונד!

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:31 pm

פארעמעדיק?

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:33 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברוך דיין האמת
מו״ה אברהם יצחק שטערן ע״ה
לאנגיעריגע הצלה מעמבער (W-17)
צוגעלייגטע
IMG-20181116-WA0037.jpg
IMG-20181116-WA0037.jpg (50.22 KiB) געזעהן 1874 מאל

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:36 pm

אוי, נעבעך, זיך געמוטשעט די לעצטע יאר צוויי, בד"ה!

געהאט פאר יארען לאנג גערטעל בעיקערי, געוועהן איידעם ביי מאשקאוויטש, שוואגער מיט הרב אהרן, ר' נחמי'

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

וויין וויליאמסבורג וויין

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:42 pm

מיינע זכרונות אלץ קינד און אלץ בחור אין וויליאמסבורג טראגן מיר צוריק קיין ראדני
נישט געווען קיין סאך ר' יצחק שטול'ס
דעמאלטס איז נאך נישט געווען קיין סאך ארגאניזירטע חסד אקטיוויטעטן, עס איז געווען חסד אינדיווידואלען
און ר' יצחק איז געווען פון די גענערעלער
צו ס'איז ברילן צו ס'איז טלית ותפילין, צו גיין נאך געלט פאר ביקור חולים, צו העלפן א אלטן איד, געטיילט סידורים וחומשים'לעך
מען וואלט אים געקענט בארגן א מיליאן דאללער אן קיין שטר
זיין כיבוד אב פארן "אלטן שטול" ווי מיר בחורימ'לעך האבן אים גערופן
דרך ארץ והתבטלות פארן ברך משה זי"ע
מ'איז אריין פאר די בר מצוה צו שטול קויפן די ישיבה חאלטן מיט די שווארצע הויזן, איז געווען אויך א לעסאן וויאזוי צו זיין א עכט ערליכער בעל הבית
געהאט זיין באשיידן ארט אונטערן באלעמער, פארברענגט אין ביהמ"ד כאטש א דריטל פון מעת לעת אויב נישט מער, קיינעם נישט מצער געווען, נישט גערעדט קיין אות אחת דברים בטלים,
כ'געדענק אלץ גרויס אינגל אדער אלץ בחור'ל ווען כ'האב אנגעהויבן פארשטיין דעם קאנצעפט אז לעתיד לבוא וועט זיין "עליונים למטה ותחתונים למעלה" האב איך געהאט אין מיין פאנטאזיע ר' יצחק שטול ע"ה
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:46 pm

קלוגער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:איך געדענק מען האט דערציילט אז שטוהל קלאדינג איז געווען דער ערשטע זיך נישט צו דערשרעקען פון די מאפיע (און די מאפיע האט זיך עטליכע מאל אריין געבראכען אין סטאר צו שיקען א מעסידש, און אפשר אויך איין מאל אראפ געברענט)


פונקט דעי צוויי איידעלע שטילע יודען? אינטערעסאנט,

איך ווייס נישט אויב ס'איז אמת, נישט אלעס וואס מדערציילט איז אמת, אבער ס'מאכט סענס, מענטשן וואס יעדע קוואדער איז ערליך פארדינט, און האבן בטחון אין השי"ת ווערן נישט דערשראקן פון שאנטאזשירונגען, די מאפיע פלעגט בעטן אפצאל פאר סעקיוריטי, ווער ס'האט פארשטאנען וואס קרום מיינט האט פארשטאנען וואס די מאפיע וויל - ווער נישט האט אפילו נישט געכאפט, וואס דארף איך יעצט סעקיוריטי, איך נעם נישט צו פון קיינעם גארנישט, און השי"ת היט מיך אפ.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:47 pm

שיעור פארגעסן , ר ' יצחק ע"ה איז געווען א הויז בחור ביים סאטמארן רבי'ן זי"ע
געהאט גאר אינטערעסאנטע זאכן צו פארציילן אבער כדרכו האט ער ניש גערעדט קיין איבריגע רייד
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:49 pm

בד"ה.
ווער זענען די קינדער יבלחט"א פון ר' יצחק שטוהל?

איז שלמה שטוהל א זוהן אדער א נעפיו?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:53 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:בד"ה.
ווער זענען די קינדער יבלחט"א פון ר' יצחק שטוהל?

איז שלמה שטוהל א זוהן אדער א נעפיו?

נעפיא

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:57 pm

lebediger berel האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:איך געדענק מען האט דערציילט אז שטוהל קלאדינג איז געווען דער ערשטע זיך נישט צו דערשרעקען פון די מאפיע (און די מאפיע האט זיך עטליכע מאל אריין געבראכען אין סטאר צו שיקען א מעסידש, און אפשר אויך איין מאל אראפ געברענט)


פונקט דעי צוויי איידעלע שטילע יודען? אינטערעסאנט,

איך ווייס נישט אויב ס'איז אמת, נישט אלעס וואס מדערציילט איז אמת, אבער ס'מאכט סענס, מענטשן וואס יעדע קוואדער איז ערליך פארדינט, און האבן בטחון אין השי"ת ווערן נישט דערשראקן פון שאנטאזשירונגען, די מאפיע פלעגט בעטן אפצאל פאר סעקיוריטי, ווער ס'האט פארשטאנען וואס קרום מיינט האט פארשטאנען וואס די מאפיע וויל - ווער נישט האט אפילו נישט געכאפט, וואס דארף איך יעצט סעקיוריטי, איך נעם נישט צו פון קיינעם גארנישט, און השי"ת היט מיך אפ.

זייער גוט געזאגט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:00 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברוך דיין האמת
מו״ה אברהם יצחק שטערן ע״ה
לאנגיעריגע הצלה מעמבער (W-17)


געדרייווט א באס פאר סאטמאר'ע ישיבה גדולה (קווינס). מסתמא אויך פאר אנדערע מוסדות?

Haklal
שר האלף
תגובות: 1722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:14 pm

lebediger berel האט געשריבן:מיינע זכרונות אלץ קינד און אלץ בחור אין וויליאמסבורג טראגן מיר צוריק קיין ראדני
נישט געווען קיין סאך ר' יצחק שטול'ס
דעמאלטס איז נאך נישט געווען קיין סאך ארגאניזירטע חסד אקטיוויטעטן, עס איז געווען חסד אינדיווידואלען
און ר' יצחק איז געווען פון די גענערעלער
צו ס'איז ברילן צו ס'איז טלית ותפילין, צו גיין נאך געלט פאר ביקור חולים, צו העלפן א אלטן איד, געטיילט סידורים וחומשים'לעך
מען וואלט אים געקענט בארגן א מיליאן דאללער אן קיין שטר
זיין כיבוד אב פארן "אלטן שטול" ווי מיר בחורימ'לעך האבן אים גערופן
דרך ארץ והתבטלות פארן ברך משה זי"ע
מ'איז אריין פאר די בר מצוה צו שטול קויפן די ישיבה חאלטן מיט די שווארצע הויזן, איז געווען אויך א לעסאן וויאזוי צו זיין א עכט ערליכער בעל הבית
געהאט זיין באשיידן ארט אונטערן באלעמער, פארברענגט אין ביהמ"ד כאטש א דריטל פון מעת לעת אויב נישט מער, קיינעם נישט מצער געווען, נישט גערעדט קיין אות אחת דברים בטלים,
כ'געדענק אלץ גרויס אינגל אדער אלץ בחור'ל ווען כ'האב אנגעהויבן פארשטיין דעם קאנצעפט אז לעתיד לבוא וועט זיין "עליונים למטה ותחתונים למעלה" האב איך געהאט אין מיין פאנטאזיע ר' יצחק שטול ע"ה



געוואלדיג גיט געזאגט

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:17 pm

אוי וויי, ר' יצחק שטוהל איז שוין נישטא....

א אמת'ער ידיד נפש כל חי, ליב געהאט יעדן איד, און אלעמאל געזוכט צו קענען א טובה טוהן פאר א איד

image00000111.jpg
image00000111.jpg (179.51 KiB) געזעהן 1614 מאל
לעצט פאראכטן דורך יציב פתגם אום פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:18 pm

פארנט פון זיין קליידער געשעפט אויף ליע עוו.

image00000311.jpg
image00000311.jpg (157.37 KiB) געזעהן 1600 מאל

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:27 pm

רבותי, איך מיין מיר דארפען תשובה טוהן (כ'רעדט צו מיר), דער אשכול נעמט ליידער נישט קיין עק.

האב שוין באלד מער באקאנטע אויפען עולם האמת ווי אויף דער עולם.

ממש יעדע טאג א פרישע. מיר האבען דא דער יזכיר לו יום המיתה כמעט טעגליך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:37 pm

יציב פתגם האט געשריבן:פארנט פון זיין קליידער געשעפט אויף ליע עוו.

image00000311.jpg

מ'ברויך ווען מאכן א גרויסע סיין דערפון און אויפהענגן אין די סוכה צו ווייזן פאר די קינדער וואס וויליאמסבורג איז אמאל געוועזן

בד"וו מערקטס אהן אווי אפילו די גארבעדזש קאנע פון שטוהל'ס איז געווען ארום גענומען מיט פאסיקעס
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:40 pm

און אויב געדענק איך גוט איז שטוהל'ס געווען ממש פון די איינציגסטע וואס האבן פארקויפט די "האסקי" סייז הויזענעס
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:45 pm

געדענקסט גוט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1442
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:52 pm

אוי וויי בדה ראדני אן ר יצחק איז א שטארקע חלל

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 3:06 pm

ווערעצקי האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברוך דיין האמת
מו״ה אברהם יצחק שטערן ע״ה
לאנגיעריגע הצלה מעמבער (W-17)


געדרייווט א באס פאר סאטמאר'ע ישיבה גדולה (קווינס). מסתמא אויך פאר אנדערע מוסדות?

ר' אברהם יצחק ז"ל וועט געדענקט ווערן ביי די פילע הונדערטער תשב"ר בליעה"ר וועלכע האבן געזאגט תהלים יעדן שב"ק אינדערפרי אין פאליש פון ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סט. - איך רעד דא א מעשה פון קנאפע 30 יאר צוריק אנפאנג פון די תש"ן יארן - וואו ער האט צוגעשטעלט די מזונות פון זיין בעקעריי מדי שבוע בשבוע.
א שטיק הארץ געווען פאר א צווייטן איד, יהא זכרו ברוך.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 3:08 pm

ר' אברהם יצחק ז"ל אין די בעקערי

image00000011.jpg
image00000011.jpg (91.32 KiB) געזעהן 5809 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”