וואס איז אייער פרעדיקשען צו די בעפארשטייענדע וואלען?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

וואס איז אייער פרעדיקשען צו די בעפארשטייענדע וואלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מיין בליק איבער די בעפארשטייענדע וואלען:

די וואלען פון 2018 איז שוין אט אט דא און עס איז גוט צו מאכען א קורצע סך הכל וואס מען ווייסט היינט, אזוי אז מען זאל דאס קענען צוגלייכען צו וואס מען גייט געוואר ווערן דינסטאג נאכט הבא עלינו לטובה נאוועמבער 6.

יעדע עלעקשאן איז א נייע בריאה וואס איז נאך קיינמאל נישט געוועהן און וועט נישט פאסירען נאכאמאל, עס איז יוניק צו די פרעזידענט צו זיינע פאליסיס, די קאנדידאטען און זייערע קעגנער און צו די נייעס פון אלעס ארום.

איך האב געשאצט בעפאר די 2016 עלעקשאן דא אויף אייוועלט אז קלינטאן גייט האבען 52.5 פראצענט אויף די וואוט ווערסעס 47.5 פאר טראמפ (נישט רעכענעדיג די אנדערע פארטייען פארשטייט זיך) עס איז גאנץ נאנט צו וואס עס האט למעשה פאסירט, די בעסטע וועג וויאזוי מען קען דאס רעכענען איז דורעך מאכען א סך הכל פון אביסעל היסטאריע, אביסעל נייעס, אביסעל פאולס און בעיקר די אינטרעסע פון די וויילער.

די סיבות פארוואס די רעפובליקאנע פארטיי זאל האבען פארלוסטען זענען ווי פאלגענד:
1. די היסטאריע ווייזט אז די פרעזידענטס פארטיי דערלייגט זיצען אין די ערשטע מידטוירם
2. די פרעזידענטס נידריגע עפראוועל רעיטינגס ווייזט אויף א אומצופרידענהייט און זיין ארבייט און אין זיין ביהעוויער.
3. די רעפובליקאנע זענען דורעכגעפאלען מיט העלטקעיר און אימיגרעישאן וואס ווייזט אויף אומקאמפעטענץ אין פירערשאפט.
4. די רעפובליקאנע האבען געהאט א אויסערגעווענליך הויעכע ראטע פון ריטייערטע מיטגלידער וואס מאכט אז די רעפובליקאנע וואס לויפען אויף זייערע פלעצער זענען אומבאקאנט.
5. די נייעס ארום די פרעזידענט און די רעפובליקאנע פארטיי איז זייער נעגאטיוו, וואס ברענגט ארויס דעמאקראטען און שפארט איין רעפובליקאנע אינדערהיים.
6. די פרעזידענט האט נאך דערווייל נישט אנגעצויגען מער שטומען ווי די קעגנערישע פארטיי, אין 2016 האט טראמפ פארלוירען די מאיאריטעט שטומען מיט גאר גרויסע פראצענטען און יעדע פראצענט ווייניגער פון בעפאר מאכט אים פארלירען נאך גרעסערע שטיקער לאנד.
7. די רעפובליקאנע פארטיי האט נישט אויפגעטריבען קיין גרויסע געלטער, וואס ווייזט אויף אראפגעלאזטע נעזער.
8. די שנאה צו טראמפ פון די דעמאקראטישע פארטיי איז אזוי הויעך און דאס ברענגט גאר א סך ענטוזיאיסטישע דעמאקראטישע וויילער.
9. אפאר רעפובליקענס זענען לעצטענס געווארען אנגעקלאגט אויף קרימינאלע אקטיוויטעטן וואס ברענגט אז רעפובליקאנע זאלען נישט ארויסקומען צו די שטום בודקעס.

די אלע זאכען ברענגט ארויס די דעמאקראטען אין שווערע נאמבערס צו די וואלען בודקעס מיט א געוואלדיגע שטארקייט, די עיקר פאר זיי איז אז מען מיז דא צוריק געווינען די פרעזידענסי פון אזא סכנהדיגע מענטש און די פרעזידענטס שלעכטע רעטאריק פאמפט אויסערגעווענליכע העצע און די איינציגסטע וועג אים צו באקעמפען איז ביי די שטום בודקעס.

ווען מען שטעלט זיך ווען אפ דא וואלט איך ווען געשאצט אז די פרעזידענט וואס האט אנגעצויגען אין די נידריגע פערציגער אלס קאנדידאט, און יעדע פון די אויבען דערמאנטע סיבות ציפט אראפ נאך א פראצענט פון די רעפובליקאנע און די דעמאקראטען גייען ארויף אנטקעגן דעם מיט א פראצענט גייען די דעמאקראטען פליפען 70+ זיצען אין קאנגרעס און געווינען מאיאראטעט אין סענאט 52-53 צו די רעפובליקאנע 47-48 זיצען.

אבער אבער אבער עס איז דא עטוואס האפענונג פאר די פרעזידענט און זיין פארטיי, און די סיבות פארוואס די רעפובליקאנע פארטיי זאל נישט דערלייגען אזוי פיהל זיצען זענען ווי פאלגענד:

1. פארקערט ווי אנדערע פרעזידענטן איז טראמפ א דעליווערי גיי, ער דעליווערט אדער פארקויפט אז ער דעליווערט פאר זיין פארטיי סך מער ווי די פריערידיגע פרעזידענטן.
2. די נעווער טראמפערס וואס האבען געהאלטען אז טראמפ איז א סכנה און ״וועט נישט באקומען מיין וואוט״ האבען זיך שוין בארואיגט און וועלן גיין וואוטען פאר זייער רעפובליקאנע קאנגרעסמאן ווייל ער איז דאך נאך אלעם א רעפובליקען.
3. די קעווענאו היערינגס האט געברענגט אז רעפובליקאנע וויילער זאלען זיך אויפוועקן צו וואס עס גייט פאסירען אויב די דעמאקראטען געווינען די סענאט און אז עס גייט מער נישט קענען ווערן באשטעטיגט רעכטע ריכטער.
4. די דעמאקראטישע פארטיי האט נישט קיין מעסעדזש א חוץ: האב פיינט טראמפ ווייל ער רעדט נישט שיין.
5. פאליסיווייז איז דער פרעזידענט אין צענטער פון רוב אמעריקע און דאס מאכט די דעמאקראטען אוממעגליך צו קאמפיעטען אויף פאליסי.

דאס קען ברענגען - און דאס איז מיין פרעדיקשען - אז דער פרעזידענט זאל קענען ארויסברענגען זיין פארטיי גענוג שטארק אויף אנצוהאלטען א 50-51 מעזשארעטי אין סענאט און אין קאנגרעס גייען די דעמאקראטען פליפען ארום דרייסיג זיצען.

מען האט זיך דא געטענה׳ט וואס עס הייסט א וועיוו, אין מיין אפיניען איז די וועיוו שוין געשעהן ווען יעדער זעהט היינט צוטאגס אז קאנגרעס גייט פליפען אבער אויב די עפטער שאק גייט קומען אז די דעמאקראטען גייען פליפען מער ווי דריייסג זיצען וואס דאס איז א מעכטיגע סטעיטמענט פון רוב לאנד: מיסטער פרעזידענט מאך דיר נישט באקוועם דארט ווייל מיר זענען ״נישט״ צופרידען פון דיר.

די רעפובליקענס האבען אבער שוין גרייט א שיינעם ניגון וואס איז טאקע גאנץ א גוטע ניגון, באראק אבאמא די מערסט באליבטע פרעזידענט מיט די ענדלאזע פאזיטיווע דעקונג פאר אים און פאר זיין פארטיי האט דערלייגט 60+ זיצען און טראמפס פארטיי פארלירט אינטער 40 זיצען איז דאך שוין טראמפ אין א בעסערע שעיפ ווי אבאמא אין דעם הינזיכט און דאס גייט געבען טראמפ די פייער צו גיין ווייטער פאר נאך צוויי יאר און האפען פאר א טויש אין 2020 וואס דארט האט ער מער האפענונג ווי די איצטיגע עלעקשאן.

אזוי זעהט עס מיר אויס כהיום יום די לענדסקעיפ פון די רעיס.

נ.ב. א נקודה וואס איך זעה נישט קיינעם רעדן פון, טראמפ איז באוואוסט אז ער האט ליב ווען מען רעדט אויף אים שיין, ער האט לעצטענס געזאגט אז ער האט געהאלטען אז נאכען טוהן אזא גוטע זשאב אז די מידיע וועט טוישען זייער העצערישע טאן קעגן אים און אים געבן קרעדיט פאר זיין ארבייט.

איך טראכט אז אויב די פרעזידענט גייט געוואר ווערן אז די וויילער ווילען אים אויך נישט - נאכען טוהן אזא מעכטיגע זשאב - גייט ער זיך נעמען דאס לעבן נאוועמבער זעקס ביינאכט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

איך שטום צו, צו דיין פרעדיקשען.
שיין ארויסגעברענגט!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

מטעמים וועלקאם בעק!
מיסד יו סאאאאאאאאו מאטש!!!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

נאו וועי!!! קוק ווער ס'איז דא!!..
בלייב דא כאטש ביז א וואך נאך די מידטורמס..
יעצט גיימיר ליינען די אנאליז.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

מטעמים. די ביסט שילדיג פארוואס עטליכע ניקס זענען הייזעריג געווארן!!!! וועלקאם בעק, און בלייב׳זשע דא ביטע!

קודם באגריס איך דיר, הערשט יעצט גיי איך ליינען דיין ארטיקל!!!
רשעות קאלטע סעלצער
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

מלא (מ)טעמים!
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

Haklal האט געשריבן:מלא (מ)טעמים!
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:מלא (מ)טעמים!
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

זייער אלאר מסביר געווען קיפ איט אן
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

איז דאס טאקע מטעמים? נע איינער האט געהעקט זיין אקאנט...
זייער אומבייעס מיט ריכטיגע נקודות....
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מיין פרעדיקשען איז אז אייוועלט גייט בלייבן מיט מטעמים.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

דיין לעצטע מיין איך איז שוין א סטרעטש..., וואס יא? ער קען סטראשן נאבעמבער 6 אינדערפרי אז אויב קומט ער נישט אריין שטארק גייט ער נישט לויפן פאר ווידערווליילונג.
די טוויט וועט זיך ליינען אזוי: @realdonadtrump
Major announcement tonight. Get out and vote GOP if you want your favorite president for a second term. MAGA.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק פאר די קאמענטארען

אין די פרעדיקשען ביזנעס גייט גארנישט מיט געפיהל און אוי יא איז עס א דורעכפאל, עס איז דא א מאיאראטעט נאטורליכע געוואונסען און פארלוסטען און דערנאך איז דא די וואס זענען א פארמעסט און גייען ברענגען א שאק נישט קיין חילוק וועלכע זייט עס גייט.

טעקסעס:
אויב קרוז געווינט מיט ווייניגער ווי פונעף פראצענט גייט עס זיין א גרויסע שאק, אויב ארורק געווינט גייט עס זיין א צונאמי, א רעפובליקאנע שטאט מיט א רעפובליקאנע פאפולער אינקאמבענט, א ענערגישע כאריזמאטישע דעמאקראטישע קעגנער און א דעמאקראטישע פעיווערט צייט. קרוז געוואונט.

ניו זשערסי:
אויב מענענדעז געווינט מיט ווייניגער ווי פונעף פראצענט איז עס א שאק און אויב זיין קעגנער געווינט איז עס א צונאמי, א דעמאקראטישע פעסטונג און א דעמאקראטישע פעיווערט צייט, די איינציגסטע סיבה די סיעט איז אין פלעי איז צוליב מענענדעז שוואכע פריימערי געוואונס און ער איז נישט צו פאפולער און די שטאט. מענענדעז געוואונט.

אינדיאנא:
דאנעלי די אינקאמבענט דעמאקראט איז פעיווערט צו געווינען מיט קליינע פראצענטען, אויב פארלירט ער איז עס א שאק געווינס פאר די רעפובליקאנע בראון, עס איז טאקע מער א רעפובליקאנע שטאט אבער נישט גענוג שטארק צו קענען אויס פייטען א דעמאקראטישע פעיווערט יאר. דאנעלי געוואונט.

טענעסי:
א רעפובליקאנע שטאט מיט א פריערדיגע פאפולערע רעפובליקאנע סענעטאר אבער מצד השני א דעמאקראטישע פעיווארט צייט, די פאולס ווייזען טאקע א האלז-צו-האלז נאנטקייט.

ביי מיר איז דאס די גרעסטע שאו דאן פון די נאכט, געווינט די דעמאקראט איז עס א מאסיווע געוואונס פאר די דעמאקראטישע פארטיי געווינט די רעפובליקען איז עס א שטארקע בוסט פאר די פארטיי אוועראלל. 50/50, קען גיין אידערוועי.

נאוואדא:
א דעמאקראטישע שטאט און א דעמאקראטישע פעיווארט צייט, טאקע א רעפובליקאנע אינקאמבענט מיט א דיסענט פאפולערעטי, ער האט אבער נאר געווינען ווייל ער איז געלאפען אין 2010 ווס איז געוועהן א רעפובליקען יאר, העללער פארלירט.

מאנטאנא:
א רעפובליקאנע שטאט מיט א דעמאקראטישע פאפולער אינקאמבענט סענאטאר, די דעמאקראטען זענען פעיווארט צו געווינען די סיעט. טעסטער געוואונט.

וו. ווירזשיניע:
א רעפובליקאנע שטאט מיט א גאר שטארק סוקסעספול דעמאקראטישע אינקאמבענט קאנדידאט וואס רעדט ווי א רעפובליקען, מענשין גייט געווינען.

פלארידע:
פלארידע איז די אלטימעיט שאו דאון, עס איז א 50/50 שטאט און עס לויפען צוויי פאפולערע אינקאמבענטס אבער עס איז א דעמאקראטיש פעיווערט צייט, ביי די בוק דארף די דעמאקראט נעלסאן געווינען.

נארט דעקאטע:
א רעפובליקאנע שטאט מיט א אומפאפולער אבער אינקאמבענט דעמאקראטישע סענעטאר, א דעמאקראטישע פעיווארט צייט, 50/50, קען גיין אידערוועי.

אריזאונע:
א רעפובליקען גענויגטע שטאט מיט צוויי אומפאפולער קאנדידאטען די ארויסגייענדיגע רעפובליקען איז שטארקע פאפולער אבער עס איז א דעמאקראטישע פעיווערט צייט. רעפובליקען געווינט.
לעצט פארראכטן דורך מטעמים אום זונטאג נאוועמבער 04, 2018 9:15 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

דו לאוערסט צופיל דיין עקספעקטעשאנס...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך הער, עס איז אבער קלאר אז פאולס, היסטאריע פון וויאזוי די שטאט וואוט, היסטאריע פון פעיווערט צייטען פאר פארטייען, אינקאמבענסי און פאפלערעטי איז די וועג פון פרעדיקטען, איך האב אויך נישט ליב צו זעהן די אויטקאום עס נעמט אבער נישט אוועק די ״פראבעבלי״ מציאות אין פאליטיק פון וויאזוי זאכען גייען זיך מן הסתם ארויסשיילען.

איך שרייב עס דא ווייל איך קען באשטיין צו וויסען צו מיין חשבון שטומט און אויך זעהן וויפיעל די רוסען גייען באשטייערן צום געווינס לול.

גראדע געהאפט צו הערן פון אנדערע ניקים וויאזוי זיי פרעדיקטען אלע אדער א טייל פון די רעיסעס און אויב מען האלט אנדערשט פארוואס מען טראכט אנדערשט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

פארטראכטער האט געשריבן:דו לאוערסט צופיל דיין עקספעקטעשאנס...
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

מיין פרודיקשען איז אז די דעמעקראטן וועלן פארכאפן קאנטראל פון קאנגרעס

די סברה איז גאנץ פשוט..

ביידע זייטן קומען ארויס שטימען אין די מאסן און די דעמעקראטן האבן מער מענטשן ווי די רעפאבלוקאנער


לעניית דעתי... האבן די דעמעקראטן נישט געהאט די ריכטיגע ענטויזעם און מעסעדש ביז 10 טעג צוריק ווען עס איז פארגעקומן די פאסט באמבע שיקעריי..
און דאס האט אנגעצינדן א פאקל ביי די דעמאקראטישע מאסן.

טראמפ הייטערט טאקע אויף די רעבאלוקענס אויפן שטערקסטען פארנעם.. אבער איינע פון זיינע שטארקע חסידים האבן געמאכט די זעלבע ארבעט פאר די דעמאקראטן...


עלמער צו ווארטן נאך צוויי טעג...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מטעמים!!!! וועלקאם בעק, און בלייב׳זשע דא ביטע!

קודם באגריס איך דיר, הערשט יעצט גיי איך ליינען דיין ארטיקל!!!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צוויי גרויסע הערות,

טראמפ וועט זיך נישט נעמען דאס לעבן, און וועט מסתמא דערקלערן זיג מיטן סענאט.

וויפיל ברויך מען שרייבן אז די האוז איז נישט אויסגעשטעלט אז ווען די דעמאקרעטס האבן 51% שטימען האבן זיי 51% זיצן, עס איז ווייט דערפון. איך שרייב עס בנוגע די טפשות - סארי פאר די אויסדרוק - פון רעדן פון זיבעציג זיצן, א וועיוו רעכנט מען אין זיצן און א רעדזשעקשען פונעם פרעזידענט רעכנט מען אין פאפעלער שטימען.
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

א. טראכטער האט געשריבן:מיין פרודיקשען איז אז די דעמעקראטן וועלן פארכאפן קאנטראל פון קאנגרעס

די סברה איז גאנץ פשוט..

ביידע זייטן קומען ארויס שטימען אין די מאסן און די דעמעקראטן האבן מער מענטשן ווי די רעפאבלוקאנער


לעניית דעתי... האבן די דעמעקראטן נישט געהאט די ריכטיגע ענטויזעם און מעסעדש ביז 10 טעג צוריק ווען עס איז פארגעקומן די פאסט באמבע שיקעריי..
און דאס האט אנגעצינדן א פאקל ביי די דעמאקראטישע מאסן.

טראמפ הייטערט טאקע אויף די רעבאלוקענס אויפן שטערקסטען פארנעם.. אבער איינע פון זיינע שטארקע חסידים האבן געמאכט די זעלבע ארבעט פאר די דעמאקראטן...


עלמער צו ווארטן נאך צוויי טעג...

אפשר זאגסטו מיר וואס איז זייער מעסעדזש יעצט
קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגליך »

מטעמים האט געשריבן:
די סיבות פארוואס די רעפובליקאנע פארטיי זאל האבען פארלוסטען זענען ווי פאלגענד:
1. די היסטאריע ווייזט אז די פרעזידענטס פארטיי דערלייגט זיצען אין די ערשטע מידטוירם
2. די פרעזידענטס נידריגע עפראוועל רעיטינגס ווייזט אויף א אומצופרידענהייט און זיין ארבייט און אין זיין ביהעוויער.
3. די רעפובליקאנע זענען דורעכגעפאלען מיט העלטקעיר און אימיגרעישאן וואס ווייזט אויף אומקאמפעטענץ אין פירערשאפט.
4. די רעפובליקאנע האבען געהאט א אויסערגעווענליך הויעכע ראטע פון ריטייערטע מיטגלידער וואס מאכט אז די רעפובליקאנע וואס לויפען אויף זייערע פלעצער זענען אומבאקאנט.
5. די נייעס ארום די פרעזידענט און די רעפובליקאנע פארטיי איז זייער נעגאטיוו, וואס ברענגט ארויס דעמאקראטען און שפארט איין רעפובליקאנע אינדערהיים.
6. די פרעזידענט האט נאך דערווייל נישט אנגעצויגען מער שטומען ווי די קעגנערישע פארטיי, אין 2016 האט טראמפ פארלוירען די מאיאריטעט שטומען מיט גאר גרויסע פראצענטען און יעדע פראצענט ווייניגער פון בעפאר מאכט אים פארלירען נאך גרעסערע שטיקער לאנד.
7. די רעפובליקאנע פארטיי האט נישט אויפגעטריבען קיין גרויסע געלטער, וואס ווייזט אויף אראפגעלאזטע נעזער.
8. די שנאה צו טראמפ פון די דעמאקראטישע פארטיי איז אזוי הויעך און דאס ברענגט גאר א סך ענטוזיאיסטישע דעמאקראטישע וויילער.
9. אפאר רעפובליקענס זענען לעצטענס געווארען אנגעקלאגט אויף קרימינאלע אקטיוויטעטן וואס ברענגט אז רעפובליקאנע זאלען נישט ארויסקומען צו די שטום בודקעס.


2 וואס מיינט נידריג? רוב פרעזידענטן האבן אין אזא צייט געהאט א העכערע רעיטינג?
3 דורכגעפאלן ביי די דעמעקראטן אדער יעדער קיקט עס אן ווי א דורכפאל?
5 וואס מיינט די נייעס? סי ען ען אדער פאקס? די ווייסט אפשר וויפיל פאלאווען טראמפ'ס טוויטס?
8 די שרייבסט טאקע עס שפעיטער אבער די פרשה מיט קעווענאו האט געברעינגט פינקט אזא שנאה פארקערט צי זיין עזיאסטיש.
9 פעיק ניוס... כ'האלט נישט אז אפאר ארעסטן מאכן אויס ווייל ביי יעדע פארטיי קען מען טרעפן עוולות וכדומה.
פון 9 איז געווארען 4.
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

מטעמים האט געשריבן:א דאנק פאר די קאמענטארען


נאוואדא:
א דעמאקראטישע שטאט און א דעמאקראטישע פעיווארט צייט, טאקע א רעפובליקאנע אינקאמבענט מיט א דיסענט פאפולערעטי, ער האט אבער נאר געווינען ווייל ער איז געלאפען אין 2010 ווס איז געוועהן א רעפובליקען יאר, העללער פארלירט.

.

אופס ער איז געלאפן אין 2012 א דעמאקראטישע יאר דעריבער גיבט מען אים נאך שאנסן דאס יאר
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דעמאקראטען געווינען קאנגרעס ווי ערווארטעט אבער די רעפובליקאנע האבען געשאקד א מעכטיגע געווינס אין סענאט צולייגענדיג כאטש דריי זיצען וואס איז א חידוש איינס אין די וועלט.

דאנעלד טראמפ די מערסט פארפיינטעטע פרעזידענט ביי די מעכטיגע מידיע, ער ווערט כסדר אראפגעמאלען און באזינגען דורעך זיי אלס ראסיסט, גנב, רויבער, שפיאן, מנובל, קעראפטירט, שוטה, בעל גאוה, איגאואיסטיק, שלעכט, ביטער, טעראריסט, הארצלאז און נאריש און נאך א סך ערגערע שפראכען וואס וואלט געדארפט צו פארלירען כאטש 64 זיצען ווייל דער מערסט געלונגענע פרעזידענט אין היסטאריע אבאמא האט דאס פארלוירען אבער העי וישתומם העיר.

דאס לאנד איגנארירט גאנץ סי ען ען וואס יעדן איינציגסטען טאג אין די לעצטע צוויי יאר האבען זיי געשאסען, געפלינדערט און געווארפען שלעכטע רעפארטס אויפען פרעזידענט, געזיכט פון אינטער זייערע נאז לעכער בכל יום ויום נאך א שלעכט ווארט אויפען פרעזידענט האלב אמת און האלב שקר און דער טראמפ האט אין צוויי יאר באוויזען דאס מעכטיגסטע וואס איז נאר שייך, צוגעלייגט נאך זיצען אין סענאט.

די דעמאקראטען און די מידיע האבען שוין געזינגען טויזענט מאל די לעצטע צוויי יאר ״היינט״ איז די אנהויב פון די ענדע פון טראמפ און דאס שטעלט זיך ארויס צו זיין די גרעסטע פעיק ניוז אין היסטאריע.

דאנאלד טראמפ איז א פאליטיקעל זשיניעס מיטען פארשטיין די באדערפענישען פון דאס לאנד, געבוסט די עקאנאמיע געבוסט די מיליטער, פייט פאר אמעריקע יעדן טאג און די שטיצער וואס האבען פארשטאנען צו זיינע קוואליפיקאציעס זענען אים געשטאנען צו די האנט געטריי מיט די היינטיגע געוואונסען.

לאמיר זיין אויפריכטיג און פארשטיין אז קאנגרעס האט נישט קיין סך צו געגעבען צו די סוקסעס פון די פרעזידענטס אגענדע, נישט די טעקס קאט איז וואס האט געברענגט די טראמפ פאליסי סוקסעס עס איז טרעיד און רעגיולעישאנס וואס זענען פון גרעסטע דרייווערס פון די באן צו די טראמפ סוקסעס.

א דעמאקראטישע קאנגרעס באדייט א גאווערמענט שאט דאון פאר צוויי יאר וואס וועט וויי טוהן פאר מיליאנען פעדעראלע ארבייטארער אבער אולי וועט מען געוואר ווערן אז זייער ארבייט פעהלט זיך בכלל נישט אויס, און די פרייוועט סעקטער וועט זיי אפערן בעסערע זשאבס אזוי וועט די באדזשעט פאלען צו א לעוועל ווי מען וועט קענען באלאנסירען די באדזשעט איין מאל פאר אלעמאל, אפשר דאך וועט די ביוראקראטיע זיך אויסמאגערן א זאך וואס יעדער שפירט אמאל אין זיין לעבן ווען מען דארף ליידער אמאל צו קומען צו די גאווערמענט.

איינער שרייבט אין די אנדערע אשכול אז טעקסעס איז אין פלעי ביי די קומענדיגע עלעקשאן והא ראי׳ קרוז האט שוואך געווינען, דאס איז כמים קוריאזים אז די דעמאקראטען זאלען נאכאמאל אריינלייגען א אמתדיגע מעכטיגע קאנדידאט מיט א מיליאן דאלער גראד אין די מיסט, די רעפובליקאנע זענען זייער צופרידען דאס צו הערן.

די פאקט אז די רעפובליקאנע קומען נישט ארויס אין די צוויי גרויסע שטעט (ניו יארק און קאליפארניע) מאכט עס אויסזעהן אויף די נאמבערס ווי די דעמאקראטען זענען די רוב, אויב דאס איז די דעמאקראטענס נחמה סאו בי איט, אויב די דעמאקראטענס נחמה איז אז די רעפובליקאנע האבען געזשערימענדערד אין פונעף שטאטען, אין אידיש הייסט עס געטוהן לעגאל וואס די דעמאקראטען וואלטען ווען געטוהן ווען זיי האבען ווען קאנטראל זאל זיין אזוי.

די פאקט בלייבט טראמפ איז זייער א באליבטע פרעזידענט פארשטייט צו פאליסיס נאך בעסער ווי די טריליאנען ריסוירטש טראדישענעל פאליטקאנטען פלעגן אריינלייגען צו פארשטיין די פאלק און דער קוקו פרעגט זיין אינסטיקט.

צו מיינע דעמאקראטישע פריינט עס טוהט מיר זייער וויי צו הערן ענקער פארטייס פארלוסט אבער לאמיר זיך נישט נארען דער טראמפ פירט א מעכטיגע קאנטער פאליטיק, סך בעסער ווי ערווארטעט.

גוטע נאכט יעדער.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גיי ליין וואס איך שרייב ביי די דעבאטעס.

און סארי דאס לאנד האט געשטימט מיט CNN קעגן דאנעלד טראמפ.

און עס איז קלאר דא מער דעמאקרעטס אינדערהיים ווי רעפאבליקאנער ביי אלע וואלן.
חיים יענקל
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יענקל »

מטעמים, סאיז ריכטיג אז די רעפובליקענס האבן טעקנעקלי געגענט סיעטס אין די סענעט, אבער דיין דרשה איז פשוט און גראד נישט ריכטיג!

די לאנד האט געשטימט קעגן טראמפ!

מדארף נאך ווארטן צי זעהן פונקטליך ווי סאך, אבער געווינען רויטע שטאטן, אין ארויסקוועטשען א זיג אין סווינג שטאטן, אבער פארלירען קאנגרעס מיט א גאר שווערע מאפע פאר די דעמעקראטן איז זיכער נישט קיין מעסעזדש פון צופרידענהייט ביים פאלק! ופשוט הוא!

צי ער שפילט גוט פאליטיק, און צי ער האט מזל, 100 פראצענט, אבער דאס לאנד איגרארירט cnn??? אויב עפעס פונקט פארקערט!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”