אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 12:40 pm

אבי.גערעדט האט געשריבן:איך שטיי און איך ליין דא וויאזוי שליו ודגים (וואס איז כמעט זיכער אויב נישט אינגאנצן זיכער אין די מוזיק ביזנעס) וויינט מיט זידיגע טרערן איבער די שוידערליכע עוולה פון אראפרייסן פרנסות פון אידן, ער ברענגט משלים פון קארס און פון וואס נישט, שליו איז גערעכט אז די זינגערס און שפילערס דארפן מאכן פרנסה, און גאר שיין פרנסה, שליו איז גערעכט אז עס פאסט נישט אראפצורייסן און צולייגן ברבים זייערע פינאנצן, אבער שליו טייערע ווען עס פלאקערט א פייער קען מען נישט מאכן אזויפיל חשבונות און זיך אזויפיל רעכענען מיט די רחמנותדיגע מוזיקאנטן, טאקע מענטשן דארפן זיך ווען קענען קאנטראלירן זייערע תאוות, אבער עס איז זייער שווער און כמעט אוממעגליך צו קאנטראלירן זיך ווילאנג דאס איז די אנגענומענע סיסטעם,

א חתונה אינוואלווד צוויי מחותנים וואס האבן מערסטן מאל נישט קיין גאָטס סוף צו אויפהייבן ס'קול צום צווייטן מחותן און זיך בעטן אז מ'האט נישט קיין געלט און מ'וויל שפארן,

א חתונה אינוואלווד א חתן גלייך ארויס פון ישיבה, וואס דארט איז מוזיק אלעס, אלעס הערט מוזיק מיט די עירפאונס, און אלע שמועסן דארט אין ישיבה דרייט זיך ארום מוזיק, און רוב בחורים חלומ'ן בהקיץ פון וואסארא מוזיק עס וועט זיין ביי זייערע חתונות

א חתונה אינוואלווד א כלה וואס ציטערט פונעם ווארט יאנטשי ווי די קדחת אליין,

א חתונה אינוואלווד צוויי אויסגעהארעוועטע מחותנים וואס ווייסן זיך נישט ווי אהינצוטוהן פון די צודרייטע הוצאות וואס רייסן שטיקער, און באצאלן פאר א היינטיגע זינגער און שפילער מיינט פאר זיי 4 וואכן וועידשעס, חוץ די מיליאן אנדערע עקספענסעס, און זיי דארפן נאך ביזדערווייל אויסהאלטן זייער שטוב מיט די איבעריגע קינדער און הוצאות,

יא און צוליב די און נאך צענדליגע סיבות, איז נישטא קיין אנדערע ברירה ווי פרובירן מיט אלע כוחות אפצושטעלן די עפעדעמיע, יא, עס איז אפשר מעגליך אז די 15 20 אידן וועלן אפשר אפשר פארלירן אביסל ביזנעס אדער נידערן די פרייזן, אבער טויזענטער אנדערע וועלן געראטעוועט ווערן,

און ווען די זעלבע סארט געשיכטע זאל זיך אפשפילן ביי קארס איז מען מחויב צו טון די זעלביגע זאך, און ביי שטריימלעך האט מען עס טאקע געטון, און קיינער איז נישט ארויס פון ביזנעס, אדרבה עס האט זיך נאך געפענט אסאך נייע פירמעס, אבער אדאנק וואס מען האט אראפגעשטעלט א פוס האט מען אפגעראטעוועט אידן פון באר שחת למחצה לשליש ולרביע,

און יא די זעלבע דארף געטון ווערן מיט פורניטשער און מיט פרויען קליידער, טראץ וואס די סוחרים און נייערינס זענען אומשולדיגע בעלי פרנסה וואס זייער לעבן קאסט זיי אזוי סאך און מענטשן דארפן זיך אליינס קענען איינהאלטן כליפ כליפ

בקיצור

ארויסגעברענגט די צווייטע צד

איך מיין אז מ'דארף מער פאוקעסן צו רעדן צום עולם בחורים מיידלעך עלטערן אבער אראפרייסן יונגעלייט בעלי פרנסה און מקפח זיין זייר ברויט איז ניט אידישלעך

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 12:43 pm

שליו ודגים האט געשריבן:
אבי.גערעדט האט געשריבן:איך שטיי און איך ליין דא וויאזוי שליו ודגים (וואס איז כמעט זיכער אויב נישט אינגאנצן זיכער אין די מוזיק ביזנעס) וויינט מיט זידיגע טרערן איבער די שוידערליכע עוולה פון אראפרייסן פרנסות פון אידן, ער ברענגט משלים פון קארס און פון וואס נישט, שליו איז גערעכט אז די זינגערס און שפילערס דארפן מאכן פרנסה, און גאר שיין פרנסה, שליו איז גערעכט אז עס פאסט נישט אראפצורייסן און צולייגן ברבים זייערע פינאנצן, אבער שליו טייערע ווען עס פלאקערט א פייער קען מען נישט מאכן אזויפיל חשבונות און זיך אזויפיל רעכענען מיט די רחמנותדיגע מוזיקאנטן, טאקע מענטשן דארפן זיך ווען קענען קאנטראלירן זייערע תאוות, אבער עס איז זייער שווער און כמעט אוממעגליך צו קאנטראלירן זיך ווילאנג דאס איז די אנגענומענע סיסטעם,

בקיצור

ארויסגעברענגט די צווייטע צד

איך מיין אז מ'דארף מער פאוקעסן צו רעדן צום עולם בחורים מיידלעך עלטערן אבער אראפרייסן יונגעלייט בעלי פרנסה און מקפח זיין זייער ברויט איז ניט אידישלעך

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 1:24 pm

הרב שליו
נישטא קיין שום סיבה בעולם צו רייסן אזעלכע געלטער.
עס קאסט טאקע צו אינוועסטען די אלע כלים און ביטס, אבער בעטן 2 אלפים איז שרעקליך איבערגעטריבן.
זאגסט דער גראסערי לייגט ארויף 40 פערצענט? זייער נארמאל. ער לייגט אבער נישט ארויף קיין 600%
יעדע זאך האט א נארמאלע פרייז וויפיל עס איז ווערט
רוב זאלן שטעלען "נישט" צו קיין די-זשעי אדער אנדערע ביליגע אפשענס\פעקידזשעס. מען מוז נעמען טייערע מוזיקאנטען.

הרב אבי.גערעדט האקט ענדליך. אוי זאגט ער גוט.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 1:29 pm

אגב, די שפילער און זינגער ארבעטן נישט בלויז אכט שעה, זיי דארפן זיצן א גאנצן טאג, הערן אלע נייע ניגונים וואס קומען ארויף אויפן מארק, זיי דארפן זיין אפ טא דעיט.

פונקט אזוי איז א שדכן, ער ארבעט נישט בלויז די 40 שעה, ס'איז אויך עמאושנל סטרעס פון ביידע זייטן. פונקט ווי דו פארשטייסט אז א טוען אדער א דיין נעמט מער, ער נעמט נישט בלויז פאר די שעות וואס ער זיצט אויף דעם קעיס אדער שידוך. כך הוא דרכו של עולם.

כ'בין נאך אלס איינשטימיג איבער דעם ענין פון מוזיק, אז ס'דארף א תיקון, אבער איך האב בלויז ארויפגעברענגט א נקודה למחשבה. מיט שדכנים דארף מען זיך רעכענען. ס'איז דא א מאנגל אין שדכנים און די גאנצע שדכנים ביזנעס איז טיף אין דער ערד, עס דארף א תיקון גדול.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 1:43 pm

בכלל, איז דען נישטא ביליגערע שפילער'ס?! נו זענען זיי נישט אזוי אפ טא דעיט, דער חתן איז צודרייט אז ער מוז האבן דעם 'טאפ' שפילער, דערפאר צאלט ער דעם פרייז.

עס איז א ברייטע מארקעט מיט אסאך פרייזן און סארטן קוואליטעט, דער גוטער שפילער מעג בעטן א גרעסערע פרייז, און דער וואס קען זיך עס נישט ערלויבן זאל מוחל זיין און נעמען די שוואכערע שפילער'ס, דו ביזט צודרייט און דו בלעימס'ט דער שפילער.

אזוי ווי יעדער איינער 'מוז' האבן דעם בעסטן שפילער, מוז יעדע שפילער זיין דאס בעסטע, ממילא קען ער שוין בעטן א הויכע פרייז. און די וואס טויגן ווייניגער גייען אראפ פון די מפה זייער שנעל, איז דער פראבלעם ווייטער מיט דער עולם, דער שפילער מעג בעטן וויפיל ער וויל, ווי לאנג עס איז דא א אנדערע אפציע.
הוי מחשב...

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 1:51 pm

איך האב יעצט באקומען זייער אן אינטערעסאנטע אימעיל - אלעס זעט אויס צו זיין קראנט - אויך די אימעיל אדרעסס.

ווער האט זיך געגלייבט ווי מען הערט מיר אלס אויס.

איך בעט מען זאל נישט מגיב זיין שלא מן הענין

מלפנים היתה זאת בישראל, א חתונה אמאל איז געווען אנדערש ווי א חתונה היינט. די טאנצן מיט די מצוה-טאנץ איז געווען איינס און דאס זעלבע, ס'איז נישט געווען צוטיילט. עס איז געווען א געהעריגע סעודת מצוה, נאך די סעודה איז די כלה אריינגעקומען צו שבע-ברכות (נישט צום בענטשן אזוי ווי מען טוט אין אמעריקע, וואס דאס איז א פירצה בחומת הדת). מען האט נישט געמאכט א הפסקה צווישן דעם עסן אין בענטשן (וואס דאס איז ווידער א פירצה, א לאנגער הפסק און מענטשן פארגעסן צו בענטשן).

נאכן בענטשן און שבע-ברכות, האט זיך אנגעהויבן די ריקודין של מצוה (נישט אינמיטן די סעודה, אזוי ווי היינט). די כלה איז אריינגעקומען און מען האט אנגעהויבן צו טאנצן. די טענץ זענען געפירט געווארן דורכ'ן בדחן, וואס האט געפירט די גאנצע חתונה, נאך אנגעהויבן פון דעם קבלת פנים. און מען האט צוזאמענגענומען שב"ס געלט (ר"ת ש'מש ב'דחן ס'ארווער - צדיקים האבן שוין מרמז געווען דערין גרויסע זאכן בעניני קדושת השבת).

עס איז נישט געווען אזוי ווי היינט, נאר ס'איז געווען זייער פרייליך, די טענץ זענען געווען דער עיקר און די בדחנות איז בלויז געווען צווישן די טענץ, כדאי צו מאכן פרייליך און מכבד זיין דעם און יענעם מיט א טענצל. דער בדחן פלעגט מאכן ווערטלעך און משלב געווען בדברי חירוזין און גראמען. אין ירושלים פלעגט נישט זיין קיין גראמען, אבער ס'איז געווען א ספעציעלער יעמוד וואס מען פלעגט זינגען בדרך שמחה, אויסצורופן דעם און יענעם צו א טענצל. בדחנות האט נישט פארנומען לאנג, מאקסימום א מינוט צוויי אויסצורופן דעם און יענעם. מאכן ווערטלעך האט גענומען אמאל לענגער, ווענדט זיך ווי א חתונה.

וויבאלד די טאנצן און מצוה טאנץ איז געווען איינס און דאס זעלבע, האט דאס כמובן נישט פארנומען ביז אין די שפעטע נאכט שעות אזוי ווי היינט. שטעל דיך פאר אז די מצוה טאנץ הויבט זיך אן תיכף נאך די סעודה.

כך שמעתי מפ"ק של מורי ורבי כ"ק מרן אדמו"ר זצוקלה"ה תמ"ל, וואס האט דאס מקבל געווען מזקני ירושלים וזקנים הקנו חכמה מדור הקודם פון דער אלטער היים.

נאך א נקודה וואס אמאל איז אנדערש געווען ווי היינט. איז די אופן הריקודין, די מוזיק און כלי שיר איז נישט געווען ווי היינט. ס'איז געווען מוזיקאלישע אינסטרימענטן, בשעת די קלעזמער האבן זיך ארומדעדרייעט צווישן דעם עולם אין זאל, בשעת מען האט געטאנצן האבן די קלעזמער געשפיעלט, אין געוויסע מקומות פלעגן די ארטיגע ציגאנער שפילן. אין פוילין פלעגט מען מאכן די חתונות אין שטיבער, איז נישט געווען גענוג פלאץ אינדערהיים, פלעגן די ציגאנער שטיין ביי די פענסטער פונדרויסן און אריינשפילן אין הויז.

אויך די ניגונים און טענץ זענען געווען אנדערש. ס'איז געווען מער קלעזמער טענץ (ענדליך צו די איידעלע הארא ניגונים וואס מען זינגט היינט - ווען מען שפילט איידל די אלטע סארט הארא ניגונים), ס'איז געווען א גרויסער אויסוואל פון הערליכע קלעזמער, וואס היינט קען מען עס שוין אפילו נישט, און דאס האט מען געטאנצן די גאנצע צייט, בשעת דער מאכט א קאדאטשקע און דער טאנצט אונטער - אלעס בשעת מצוה טאנץ. עס איז געווען מלא חן, איידל און זיס. אידישליך.

ביי אונז איז אויך געטוישט געווארן געוויסע זאכן פון אמאל, אבער דאס איז שוין בשיטה (איך שרייב עס במאמר המוסגר, פאר אינטערעסאנטקייט), ביי אונז נעמט א חתונה צוועלף שעה. מען הויבט אן צוועלף מיטאג און מען ענדיגט צוועלף ביינאכט. דאס איז וויבאלד עס מאכט זיך נישט אזוי אפט חתונות, און די קבלת פנים נעמט זייער לאנג. צווישן די קבלת פנים און חופה איז דא א שעה התבוננות, און זאכן נעמען לאנג. אבער די ריקודין איז זייער לעבעדיג, און מער טאקע אויפן אלטן סטיל, בשעת מען שטעלט זיך אויף מאכן ווערטלעך (מען ברענגט נישט אראפ די זיידעס פון גן-עדן) און מען טאנצט לעבעדיג. חתונות ענדיגן זיך צוועלף, אדער מאקסימום חצות.

אגב, האב איך אויך געהערט פון רבי'ן זצוקללה"ה תמ"ל, א זאך וואס האט זיך געטוישט אין די לעצטע יארן ביי חתונות, אמאל, ביז דרייסיג יאר צוריק, פלעגט מען נישט לאזן דעם חתן טאנצן, א חתן דארף זיין אויסגעריעט. רוב צייט איז דער חתן געזעצן אויף א בענקל אינמיטן, בשעת מען האט געטאנצן פאר אים, אזוי ווי דער אמת'ער מצוה איז, צו משמח זיין דעם חתן, און נישט אז דער חתן זאל שפרינגען און טאנצן... אויך שטייט "לפני הכלה", מען פלעגט נישט מטריח זיין דעם חתן, און דאס איז שוין ביז נישט לאנג צוריק, דרייסיג יאר צוריק, שאל אביך ויגדך.

הכ"ד ידידך, אדמך אכנך ולא ידעתיך
החו"פ גואמאלא סיטי, גוטאמאלא.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 2:38 pm

אוודאי נעמט דארטן חתונות לענגער ווי ביי אונז, מען דארף דאך פיטערן די חתן כלה און זיי איבערטוישן יעדע 2 שעה......
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 3:19 pm

די בלוט קומט מיר ארויף אין קאפ. ווייס איך נישט צו דער וואס האט דיר געשיקט ס'אימעיל איז א נרצח נעבעך אדער גאר דער רוצ.... ער זעהט אויס צו האבן צוטריט צו אימעיל, און ישוב הדעת, כ'האב מורא ער איז פון די צווייטע. כאטש שיק עם די לינק:
https://www.charidy.com/rescuethechildren

כ'ווייס אז דא רעדט מען פון די אנעליזן, אבער לא תעמוד על דם ריעך כתיב.

צוריק צום ענין. וואס איז די סעלושן צו האבן מער שדכנים?

צאלן מער? צאלן אויפן שעה? צאלן פאר יעדע שדכן וואס הייבט אן ריקן סטעפס?

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 3:43 pm

וואס מיינט תמ״ל?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9413
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 4:26 pm

תמח מזכירתו לעולם? [נאר א וויץ..]

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מוצ"ש נובעמבער 03, 2018 8:58 pm

אלמוני האט געשריבן:וואס מיינט תמ״ל?

תורתו מגן לנו?

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מוצ"ש נובעמבער 03, 2018 9:08 pm

תהא מיתתו - ?

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » מוצ"ש נובעמבער 03, 2018 10:50 pm

אלמוני האט געשריבן:תהא מיתתו - ?

תהא מיתתו לחירותינו!!..

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:00 am

אלמוני האט געשריבן:וואס מיינט תמ״ל?

תורתו מגן לנו. זייער'ס אן אפיציעלער טיטל.

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » זונטאג נובעמבער 04, 2018 5:10 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אלמוני האט געשריבן:וואס מיינט תמ״ל?

תורתו מגן לנו. זייער'ס אן אפיציעלער טיטל.

זייער'ס אן אפיציעלער געווארענער טיטל

אשמע
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 8:42 am

תגובהדורך אשמע » זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:53 pm

ת'יפוק ל'יה מ'לא-תענה

קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

תגובהדורך קעניגליך » זונטאג נובעמבער 04, 2018 4:14 pm

מחשב האט געשריבן:בכלל, איז דען נישטא ביליגערע שפילער'ס?! נו זענען זיי נישט אזוי אפ טא דעיט, דער חתן איז צודרייט אז ער מוז האבן דעם 'טאפ' שפילער, דערפאר צאלט ער דעם פרייז.

עס איז א ברייטע מארקעט מיט אסאך פרייזן און סארטן קוואליטעט, דער גוטער שפילער מעג בעטן א גרעסערע פרייז, און דער וואס קען זיך עס נישט ערלויבן זאל מוחל זיין און נעמען די שוואכערע שפילער'ס, דו ביזט צודרייט און דו בלעימס'ט דער שפילער.

אזוי ווי יעדער איינער 'מוז' האבן דעם בעסטן שפילער, מוז יעדע שפילער זיין דאס בעסטע, ממילא קען ער שוין בעטן א הויכע פרייז. און די וואס טויגן ווייניגער גייען אראפ פון די מפה זייער שנעל, איז דער פראבלעם ווייטער מיט דער עולם, דער שפילער מעג בעטן וויפיל ער וויל, ווי לאנג עס איז דא א אנדערע אפציע.

;l;p-
גיט געזאגט.
נישט נאר זאלן זיי נעמן ביליגע שפילערס, ווער עס קען זיך נישט ערלויבן זאל חתונה מאכן און עטרת חיי שרה, צי אין כינוד דוד. צי אין וויזניץ. מיט די.זשעי. אדער ברעינגן און עני זאל די.זשעי.
וואס איז די פשט פון אראפרייסן רעכענן יענעמס דאלער?
א פיש סוחר מאכט 50 פראצענט פראפיט, וואס איז פשט?
וויפיל מאכט א פסיכילאג א האלבע שעה?
רבותי ס'ברענט א פייער ס'איז דא צעינדליגע הינדערטער משפחות וואס דארפן האבן גייסטישע הילף און זיי צאלן טויזענטער'ס פון טיי אווענט'ס זאלן זיי גיין ווי אמאל צי ערליכע יודן זיך מחזק זיין.
זייט ווען ציילט מען יענעמ'ס דאלער?
יעדער מעיג בעיטן וויפיל ער האלט מ'וועט איהם נעמן, א שפילער איז נישט נאר די 8 שעה ער דארף זיין געאפדעיט סטרעס וכולי, א זינגער די זעלבע, צי ווייסט איהר אפשו וויפיל קאסט וואויס טערעפי וכדומה? און לאמיר זאגן ער מאכט 225 א שעה אדבה לאמיר איהם פארגינען,מיר שמעקט די גאנצע טעמע פון קנאה שנאה,מ'טראכט איך ארבעט פאר 5 מאות א וואך און דער יונגערמאטשיק קומט אן און גייט ארויס מיט עטליכע אלפים,אנשטאט אראפרייסן אפשר קענסטי אויך פראבירן זיכן א ארבעט פון 225 א שעה עכ"פ אויב נישט יעצט לייג דיך אריין אין א קאריע וואס מיט די יארן וועסטי קענען מאכן אסאך אסאך מער ווי 225 א שעה.
אגב הרר אלעיזר במחילת כבודך,אבער די גאנצע מהלך פון אפמאכן וויפיל יענער מעיג בעיטן פארשטיי איך נישט, איהר טענ'ט אז די די. זשעי. סיסטעם האט אייך געזאגט 6 מאות און איהר טענ'ט נאר 350 אויף וואס איז געבויט אראפציפן געלד פון א איד וואס וויל שפייזען זיין משפחה בנחת ולא בצער? ער ארבעט פון 7 ביז 12 - 5 שעה און ער דארף אינוועסטן אין די כלים ער מעיג נישט מאכן 125 א שעה? ס'וועט אייך גארנישט העלפן דעי פראקלאמירן ווער עס וועט בעיטן ביליגער וועל איך אדווערטייזען דאס הייסט נעמן אידנ'ס פרנסה און צישטערן. קיינער איז נישט שילדיג אז דער ארימאן האט קיינמאל נישט געטראכט וויאזוי ער גייט חתונה מאכן זיינע קינדער און נישט געמאכט קיין שים פלאן, עכ"פ ווען די שניידסט פון 5 אלפים ביז עטליכע הינדערט מילא, אבער שניידען 3 מאות? ווער זאגט דיר ווער ס'איז דער ארימאן אפשר דארף דעי די. זשעי. יונגערמאן פינקט אזוי ויכטיג דעי 3 מאות צי קענען קאווערן זיין גראסערי מארגיטש שכר לימוד?

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » זונטאג נובעמבער 04, 2018 4:24 pm

קעניגליך האט געשריבן:

איך מעג בעטן א "קליינע" טובה? (נאר אויב איך מעג)

ביטע פאר דו גייסט ארויס אין א רענט אין פובליק - "הער אויס" וואס איך זאג. האב איך דען געזאגט 1 מאל וויפיל מען איז יא אדער נישט בארעכטיגט צו בעטן.

קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

תגובהדורך קעניגליך » זונטאג נובעמבער 04, 2018 4:32 pm

קודם פאר אלעם איך בין מיט אייך איבער רוב ענינים,אבער וואס איך דיס-עגרי וועל איך ווידערהאלן.
איהר האט שטארק אוועקגעמאכט אז ער בעיט 6 מאות ריכטיג? דאס מיינט אז איהר האלט אז ער -לויט אייער מיינונג - איז נישט בארעכטיגט צי בעיטן אזויפיל שטימט?

קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

תגובהדורך קעניגליך » זונטאג נובעמבער 04, 2018 6:58 pm

לגבי אוועקמאכן בדחנות.
קודם יישר כוח פאר אלע שעירום כ'קען מיך ריפן אייערס א תלמוד נאכן הערן שעות הן לגבי השקפות החיים ועוד ועוד,שטארק הנאה השי"ת זאל אייך העלפן אויף ווייטער געיבן די ריכטיגע ווערטער משפיע זיין בדברי פי חכם חן.
הערנדיג אייער מיינונג אוועקמאכענדיג די גאנצע ענין פון בדחנות, הן חלק א לגבי די מנהג הן חלק ב אז קיינער דארף עס נישט און הן חלק ג' די פשט פון בעיטן אזויפיל וויל אייך פשוט מודיע זיין אז ס'איז נישט אינגאנצן אזוי.
קודם חלק א' לגבי די מנהיג זענט איהר עטוואס גערעכט. כאטש די מחזור וויטרי דערמאנט שוין די ענין, און ס'ווערט נאך געברעינגט אין די ראשונים די ענין פון טאנצן לפני הכלה [מלך הבדחנים הרהג ר פינקי וועבער ברעינגט גאר שטארקע מקורות אין א לעצטערע אינטערוויא אויף ק"מ חול המועד סוכות]אבער דאס איז יא אין איינקלאנג מיט אייער דריטע טאנץ איידיע.
אבער נאכדעים זאגט איהר חלק ב' קיינער דארף עס נישט.
נישט אמת אני הקטן און איך האב געפרעיגט אסאך, האלטן אז מחותנים זיידעס באבעס קינדער אלע ווי איינס דארפן עס יא ---אפילו די וואס ווילן איינס צוויי שיקן פאר די בדחנים 10 צעטלעך שבחים יחוס.. זיי ווילן חתן כלה שטעלן אויף א נייע שטיב זיי ווילן זיי זאלן וויסן ווער די זיידעס זענען געוועין [אפשר לויט אייך קען מען זיי לאזן א מעסעשט אבער כמובן איז דעמאלט די פאסיגסטע צייט] און מזאל נאכגיין זייערע וועיגן---און יא כ'האב אייך נייעס יעדע געזינטע מענטש דארף כבוד און כבוד מיינט נישט אז א פראדאקטיוו קורס-יונגערמאן זאגט די זיידע ר' משה גייט טאנצן ---כבוד מיינט מגעט 3 מינוט מינומים זיין נאמן טאטע מאמע באבע איהר טאטע מאמע---------ווער זאגט 3 צי 4 מינוט? איך האב גערעט צי גרויסע בדחנים און זיי זאגן אלע אזוי סא ווען איהר רעד פון בדחנות הערט וואס זיי זאגן.
הכלל דעמאלט איז די שענסטע צייט ווען מקען יעדן מכבד זיין ---------אין זוהר הק' שטייט אז עלטערן קומען אראפ ביי די חתונה ------ איז נישט מער ווי נארמאל אז מען זאל שיין באגריסן למשל א מחותן'ס טאטע מיט 4 צי 5 שירות –אזויווי איהר האט ליב אייער טאטע מאמע יעצט ווען איינער מאכט חתונה און זיין טאטע איז בעולם העליון האט ער זייער ליב און ער וויל זייער שטארק ווען זיי דערמאנען אויפן שפיץ גאפל נאך דערצי ווען די זוהר זאגט אז זיי קומען אראפ------- --[אגב די סאטמאר רבי זי"ע האט געזאגט אמאל ביי קרן הצלה אז די אבות זענען דא פינקט ווי זיי פרייען זיך בעת שמחות פון זייערע קינדער ]
רעדענדיג צי א בדחן וואס גראמט שוין יארן זאגט ער מיר אז פילע פילע זאגן איהם אז די מצוה טאנץ איז די שענסטע חלק פון חתונה מאכן, ---אמת אז מענטשן דרימלען אבער קיקט אייך ארים ווען מרעד פון איין מחותן הערט זיין משפחה פיין אויס אפילו די אנדערע זייט דרימעלט שמיסט און ביי די אנדערע מחותן די זעלבע, חוץ מזה וואס ביי אסאך משפחות איז מען מער ווייניגער שטיל וויבאלד זיי האבן גאר שטארק ליב די מצוה טאנץ.
נאכדעים פארפירט איהר אז מאיז מספיד וואס מיינט ביי אייך מספיד ווען איהר מאכט א דינער ווילט איהר נישט מזאל רעדן פון די מוסד? שבחים אויף לעיבעדיגע טאר מען טאקע נישט מאריך זיין אבער אפשר איהר זענט א בורח מן הכבוד אבער רוב זיידעס און באבעס ווילן הערן א גיט ווארט נאך יארן זיך פלאגן! און מחותנים אויך! און חתן כלה איז א מצוה זיי צי רימן ווי די בית הלל זאגן שוין כלה נאה וחסידה. סא וואס מאכט איהר בהעלם אוועק דעי הספדים?
על פי רוב דעי לאנגע הספדים איז טאקע נאר ביי גרויסע עשירים ווא דארטן איז טאקע א מצוה זיי צי רימן רבי מכבד את העשירים! איהר גייט אמאל אין במד"ש? ווער האט מנדב געוועין די בילדינג? ווער איז חודש'ליך מנדב לעקטער? ווער צאלט אלע צרכי ציבור עשירים סא ווען זיי מאכן חתונה דארף מען לעינגער יא מספיד זיין פשוט אז איהר זאלט קענען טרינקען קאפי אין קאווע שטיבעל [און זיך שפארן די 2 דאלער גראסערי] זיי זאלן האבן ווייטער די חיזוק אנציגיין און אייך געיבן נר למאור הייס וואסער פאר די מקווה וכדומה וכדומה.
נאכדעים לאכט איהר אפ אז נאר די פרישע כולל יונגעאמן וואס מאכט לעיבעדיג ווייל רוב שוואגערס דארפן זיין 7:00 ביי די ארבעט, קודם וויל אייך אינווייטען 8 צי 9 אין במד"ש וויפיל בע"ב שטייען דעמאלט אויף? במילא זיי שטערט בכלל נישט נאך א שעה צוויי,פארקערט זיי האבן שטארק הנאה,און נאכדעים לאכט איהר אפ דעי משלים מיט די מלכה מיט די קעיניג, כ'געב אייך טאקע א מציון פלאס פאר הומער,אבער רוב מחותנים ווילן עס דוקא ווען זיי מאכן חתונה און נישט ווען זיי פארן אויפן וואשינגטאן בריק [פינקט זאגט מיר היינט איינער אז ער איז טאקע געפערליך קעיגן דעי אריכות פון בדחנים אבער ער האט לעצטענס חתונה געמאכט און זיך אויסגענימען מייטן בדחן א שעה אבער בשעת די חתונה האט ער ציגעצאלט מען זאל דעים און יענעם מכבד זיין און זיך נישט אזוי יאגן.]
יעצט נאכן שוין ערקלערן פארוואס עכ"פ ביי א גרויס חלק מענטשן איז א בדחן יא א וויכטיגע און גיטע זאך וועלן מיר אויסשמיסן וועיגן די געלד.
איהר גייט אריין חלק ג' זיי בעיטן בערך פון 1200 ווייל פארוואס נישט ביי א שבע ברכות בעיטן זיי 250, קודם תיקון טעות רוב עקספיריענס בדחנים גייען נישט אויפטרעיטן ---יא יא אפילו 20 מינוט וואס קיינער דארף טאקע נישט מער -------אינטער 400 צי 500 דאלער -----פארוואס? אמער א ארבעטער באקומט 15 א שעה???? די תירוץ איז אז גראמען איז א טאלאנט ס'איז נישט א ארבעט וואס יעדע שמיי דריי קען טין און אפילו מער א פערפעשענעל ארבעט וואס מקען זיך לערנען. איז אבער גראמען א פיינע טאלאנט.און אויב איז איינער מקנא אז ער ארבער פאר 500 א וואך און די בדחן מאכט 2000 א נאכט קען איך איהם נישט העלפן חוץ העלפן ער זאל ארבעטן אויף לא תחמוד.
הגם אזויווי א לייסענס עלעקטערישן בעיט בערך 90 דאלער א שעה קען א בדחן אויך בעיטן אזויפיל, אזויווי די פארשטייסט אז דעי ארימאן וואס מאכט חתונה ווען ער האט געקויפט א הויז האט ער געצאלט 90 דאלער א שעה דארף ער פינקט אזוי צאלן 90 דאלער א שעה,זייער אסאך בדחנים לייגן אריין בערך אזויפיל שעה וואס קומט אויס 90,יעצט אפילו דעי וואס לייגן אריין 0 שעה ער האט א טאלאנט פון גראמען און ער קען בעיטן 5000 א חתונה ס'איז נישטא אזא זאך ס'מאכט נישט קיין סענס פינקט ווי א סעלעבערטי בעיט כהיום 5 אלפים סא ווער ס'האלט זיי זענען נישט נארמאל אדער קען נישט צאלן זאלן טאקע זיין נארמאל און זיי נישט באשטעלן.
אגב מ'קען האבן אין די ביליגע וויזניץ זאל א בדחן פאר 4 מאות טאקע נישט די פאופעלערע אבער 10.000 מאל מער ווי זאגן יעעעעעעעעעעעמוד.
עכ"פ צאלן 1200 אויף די חשבון פון טיי אווענטס דאס אבסעלאטלי נישט אויב מהאט נישט איז נישט מען בעיט יעדן טאג ביים דאווענען ונא אל תצריכנו לא לידי מתנת בשר ודם ולא לידי הלוואתם אבער זאגט נישט אז די בדחנים בעיטן 1200 ווייל פארוואס נישט.. ווייל קודם סאיז דא וואס ארבעטן גיט גיט שווער פאר די געלד ס'איז גארנישט ווי איהר מיינט זיי קימען אן אויסגעריט,זיי דארפן זיך גיט פארקוקען זיין געאפדעיט מיט תוכן און נגינום,זיי זיצן טייל מאל שפעיט ביינאכט און גרייט אן צי ציפרידנשטעלן די מסובין און בראש די חתן כלה און מאכט נישט עס נישט אוועק! ווייל די גמרא זאגט כל המשמח חתן זוכה לתורה און דאס מסתמא ווייסט איהר אז כל המשמח חתן וכלה זוכה לחמשה קולות.
קיינער צאלט מיר נישט פארן אייך שרייבען דעי בריוו וועל איך נישט מאריך זיין אבער לאכט נישט אזוי אפ פון אידן וואס סערווירן און שטעלן צופרידן מחותנים וואס מאכן חתונה,אגב אני הקטן האלט נישט אז אין א צייט ארום וועט מען זיך פרעיגן 45 יאר האבן מיר געהערט בדחנים? פינקט פארקערט! אין ארץ ישראל פלעיגט מען על פי רוב מאכן יעמוד'ס און אין די לעצטערע יארן מאכן שוין יא א גרויסע ציבור נארמאלע מצוה טאנץ ווייל זיי האבן עס ליב,פינקט אזויווי איהר ווילט קויפן 600 דעינישעס האבן זיי אפגעמאכט אז א בדחן ביי א חתונה איז זיי ווערט דאס געלט.
לסיום וויל איך אייך בעיטן היות כ'האב אויסגעהערט אלע אייערע שעיורם און איך שעץ אייך זייער. אבער במחילת כבודך ווען איינער זאגט אנדערש ווי איהר זאגט ווערט איהר ממש אויס מענטש אנשטאט ווי אנדערע מגידים זאגן טעיתי טעיתי וועט איהר טין כל מיני פעולות קודם צי לייקענען אדער זאגט כ'געמיינט אזוי כ'געמיינט אזי [ווי איינער האט אייך אויפגעוויזן ביי איינס פון די טעל קאנפרענס א יונגערמאן א ת"ח ער האט אייך געצייגט קלאר וויפיל איז די שעיור פון לערנען פאר א בע"ב נישט 1 2 נאר מער[הגם ליידער האלט איך אויך נישט ביי די מספר וואס יענער האט אויפגעוויזן] און איהר האט געדרייט ארויף אראפ.ווען איינער ווייזט אייך עפעס אויף מעיגט איהר זאגן טעיתי ס'וועט נישט אוועקנעמן פון אייער באזע אדרבה דאס איז די שיינקייט פון א מגיד אבער איהר מיזט מיר נישט אוועקמאכן אויב איהר זענט מחולק פינקט ווי איך מאך אייך נישט אוועק כ'בין אייך נאר מעורר איהר זאלט פארשטיין פון א אנדערע קיק ווינקל די סוטואציע.
און וועיגן די זעלבע סיבה שרייב איך נישט די בריוו צי אייך ווייל איך זעה ווי אלע זענען אנגעקומען מיטן אייך אויפקלערן אנשטאט זאגן ס'איז דא וואס זענען מחולק—ברעינגט איהר זייערע ווערטער און צילייגט עס און פרעיגט עס אפ וואס פארשטייטזיך איהר געווינט ווייל יענער קען דאך אייך נישט צוריקענטפערן ווען איהר זענט די מגיד און איהר האט די לעצטע ווארט. במילא וויל איך ברבים אויסדריקן מיין מיינונג,כדי די וואס הערן אייך אויס זאלן טאקע וויסן אז ס'איז נישט ככתובין וכמסורין דמי, ווען איהר זאגט א דעה איז עס פון אייער קיק ווינקל און כאטש אויף רוב ענינים בין איך איינשטימיג אבער צימאל ווען איך הער עפעס קעיגן וואס איך האלט ברעינג איך פשוט ארויס די צווייטע זייט מטבע.
אנטשולדיגט אויב איך בין געגאנגען פערזעינליך.הצלחה וברכה בכל ענינים דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן איהר זאלט קענען אויפטין אסאך,מיט די ריכטיגע ווערטער ווייטער.

נחלת יעקב
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2018 9:20 am

קופת חתנים באבוב 45

תגובהדורך נחלת יעקב » זונטאג נובעמבער 04, 2018 11:35 pm

ער דארף צו רעדן יעצט ביינאכט ביי א מסיבה לטובת קופת חתנים באבוב 45
קען איינער דעס איהער ברענגען ביטע

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 3:47 pm

@קעניגליך

דאזיגע שורות געוואלדיג

לסיום וויל איך אייך בעיטן היות כ'האב אויסגעהערט אלע אייערע שעיורם און איך שעץ אייך זייער. אבער במחילת כבודך ווען איינער זאגט אנדערש ווי איהר זאגט ווערט איהר ממש אויס מענטש אנשטאט ווי אנדערע מגידים זאגן טעיתי טעיתי וועט איהר טין כל מיני פעולות קודם צי לייקענען אדער זאגט כ'געמיינט אזוי כ'געמיינט אזי [ווי איינער האט אייך אויפגעוויזן ביי איינס פון די טעל קאנפרענס א יונגערמאן א ת"ח ער האט אייך געצייגט קלאר וויפיל איז די שעיור פון לערנען פאר א בע"ב נישט 1 2 נאר מער[הגם ליידער האלט איך אויך נישט ביי די מספר וואס יענער האט אויפגעוויזן] און איהר האט געדרייט ארויף אראפ.ווען איינער ווייזט אייך עפעס אויף מעיגט איהר זאגן טעיתי ס'וועט נישט אוועקנעמן פון אייער באזע אדרבה דאס איז די שיינקייט פון א מגיד אבער איהר מיזט מיר נישט אוועקמאכן אויב איהר זענט מחולק פינקט ווי איך מאך אייך נישט אוועק כ'בין אייך נאר מעורר איהר זאלט פארשטיין פון א אנדערע קיק ווינקל די סוטואציע.
און וועיגן די זעלבע סיבה שרייב איך נישט די בריוו צי אייך ווייל איך זעה ווי אלע זענען אנגעקומען מיטן אייך אויפקלערן אנשטאט זאגן ס'איז דא וואס זענען מחולק—ברעינגט איהר זייערע ווערטער און צילייגט עס און פרעיגט עס אפ וואס פארשטייטזיך איהר געווינט ווייל יענער קען דאך אייך נישט צוריקענטפערן ווען איהר זענט די מגיד און איהר האט די לעצטע ווארט. במילא וויל איך ברבים אויסדריקן מיין מיינונג,כדי די וואס הערן אייך אויס זאלן טאקע וויסן אז ס'איז נישט ככתובין וכמסורין דמי, ווען איהר זאגט א דעה איז עס פון אייער קיק ווינקל און כאטש אויף רוב ענינים בין איך איינשטימיג אבער צימאל ווען איך הער עפעס קעיגן וואס איך האלט ברעינג איך פשוט ארויס די צווייטע זייט מטבע.
אנטשולדיגט אויב איך בין געגאנגען פערזעינליך.הצלחה וברכה בכל ענינים דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן איהר זאלט קענען אויפטין אסאך,מיט די ריכטיגע ווערטער ווייטער.

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 4:18 pm

קעניגליך האט געשריבן:[/b]

ייש"כ פארן אויסהערן.

בנוגע אז איך פיר דורך חשבונות אויף יענעמס פרנסה - די DJ סיטעם איז נאך נישט אפציעל, קיינער - ווי ווייט איך ווייס - מאכט עס נישט פאר חתונות. יעצט ווען איך האב גערופן פרעגן אפשר הייבט מען עס אן צו מאכן ביי חתונות האבן זיי געזאגט אז וועט קאסטן 5-6 מאות. איך האב אויסגעשמועסט מיא אים פ"וו. למעשה האב איך אויסגעשמועסט אויפן ליין נאר גי DJ סיסטעם וואס איז פאקטיש נישטי קיין פרנסה ביי קיינעם. איך האב געבעטן ווער עס ווייסט מער צו עס דארף טאקע קאסטן אזוי פיל זאל ביטע לאזן וויסן. און...... די עולם האט זיך געלאזט הערן אז... 5-6 איז א נארמאלע פרייז און צוליב דעם האב איך טאקע געזאגט לעטס ראלל פאר 5-6. אויב דאס איז די פרייז - איז דאס די פרייז.

איך בין בכלל נישט אריין צו די פרייז פאר א בדחן איז ביושר צו נישט. (פערסענאל האלט איך אז יעדע קען בעטן וויפיל ער וויל און איך האב שוין כמ"פ אזוי געזאגט, געדענקסט די מעשה מיט די האר פאר 900$?)

בנוגע צוריקציען. מענטשן מיינען אז איך שיס סתם סטעיטמענטס און פארשטייען נישט פ"וו ציסטו נישט צוריק? אבער למעשה ווייס איך פינקטליך וואס איך וויל זאגן. צב"ש ווען איך האב געזאגט אז 70-90% מענטשן גייט מען נאך געלט פאר זיי. איז געקומען איינער און אראפגעריסן פ"וו איך מאך אזעלכע באוגאס סטעיטמענטס, למעשה האב איך געברענגט פרוף אויף מיין סטעיטמענט. די זעלבע איז געווען א סאל מאל. איך בין אגרעסיוו ווען געוויסע ניקס קומען מיט קערעקטאר עסעסינעשאן והמבין יבין.

ווען שדכנים האבן גערופן אז למעשה איז די פרייז 1800-2000 האב איך עס איבערגעגעבן אן מורא האבן אז איך טאר נישט צוריקציען.

איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט וועגן די טעלעקאנפרענס (איך געדענק נישט) אבער איך געדענק יא אז זלמן האט מיר געבעטן זייער שטארק אראפצודרייען די פלאם, און איך האב זעעכר שווער געארבעט ביי יענע טעלעקאנפרענס אויף דעם.

למעשה זאגסטו אויך אז איינער וואס מען גייט נאך געלט זאל נישט נעמען קיין בדחן. נו 70-90% גייט מען נאך געלט.

אויף די עצם תגובה האב איך געענטפערט אויף ק"מ. סוף שמועס (א הוספה צום שמועס).

איך בין בכלל נישט באליידיגט וכו' שכח פארן אויסהערן און שכח פארן שרייבן.

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 4:22 pm

שמועס #50

הערות פון צוהערער

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 5:18 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס #50

הערות פון צוהערער

not working
די קראך פון די מצה.. יוי..

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ברוך מ'לאנדאן און 13 געסט