אבי.גערעדט האט געשריבן:איך שטיי און איך ליין דא וויאזוי שליו ודגים (וואס איז כמעט זיכער אויב נישט אינגאנצן זיכער אין די מוזיק ביזנעס) וויינט מיט זידיגע טרערן איבער די שוידערליכע עוולה פון אראפרייסן פרנסות פון אידן, ער ברענגט משלים פון קארס און פון וואס נישט, שליו איז גערעכט אז די זינגערס און שפילערס דארפן מאכן פרנסה, און גאר שיין פרנסה, שליו איז גערעכט אז עס פאסט נישט אראפצורייסן און צולייגן ברבים זייערע פינאנצן, אבער שליו טייערע ווען עס פלאקערט א פייער קען מען נישט מאכן אזויפיל חשבונות און זיך אזויפיל רעכענען מיט די רחמנותדיגע מוזיקאנטן, טאקע מענטשן דארפן זיך ווען קענען קאנטראלירן זייערע תאוות, אבער עס איז זייער שווער און כמעט אוממעגליך צו קאנטראלירן זיך ווילאנג דאס איז די אנגענומענע סיסטעם,
א חתונה אינוואלווד צוויי מחותנים וואס האבן מערסטן מאל נישט קיין גאָטס סוף צו אויפהייבן ס'קול צום צווייטן מחותן און זיך בעטן אז מ'האט נישט קיין געלט און מ'וויל שפארן,
א חתונה אינוואלווד א חתן גלייך ארויס פון ישיבה, וואס דארט איז מוזיק אלעס, אלעס הערט מוזיק מיט די עירפאונס, און אלע שמועסן דארט אין ישיבה דרייט זיך ארום מוזיק, און רוב בחורים חלומ'ן בהקיץ פון וואסארא מוזיק עס וועט זיין ביי זייערע חתונות
א חתונה אינוואלווד א כלה וואס ציטערט פונעם ווארט יאנטשי ווי די קדחת אליין,
א חתונה אינוואלווד צוויי אויסגעהארעוועטע מחותנים וואס ווייסן זיך נישט ווי אהינצוטוהן פון די צודרייטע הוצאות וואס רייסן שטיקער, און באצאלן פאר א היינטיגע זינגער און שפילער מיינט פאר זיי 4 וואכן וועידשעס, חוץ די מיליאן אנדערע עקספענסעס, און זיי דארפן נאך ביזדערווייל אויסהאלטן זייער שטוב מיט די איבעריגע קינדער און הוצאות,
יא און צוליב די און נאך צענדליגע סיבות, איז נישטא קיין אנדערע ברירה ווי פרובירן מיט אלע כוחות אפצושטעלן די עפעדעמיע, יא, עס איז אפשר מעגליך אז די 15 20 אידן וועלן אפשר אפשר פארלירן אביסל ביזנעס אדער נידערן די פרייזן, אבער טויזענטער אנדערע וועלן געראטעוועט ווערן,
און ווען די זעלבע סארט געשיכטע זאל זיך אפשפילן ביי קארס איז מען מחויב צו טון די זעלביגע זאך, און ביי שטריימלעך האט מען עס טאקע געטון, און קיינער איז נישט ארויס פון ביזנעס, אדרבה עס האט זיך נאך געפענט אסאך נייע פירמעס, אבער אדאנק וואס מען האט אראפגעשטעלט א פוס האט מען אפגעראטעוועט אידן פון באר שחת למחצה לשליש ולרביע,
און יא די זעלבע דארף געטון ווערן מיט פורניטשער און מיט פרויען קליידער, טראץ וואס די סוחרים און נייערינס זענען אומשולדיגע בעלי פרנסה וואס זייער לעבן קאסט זיי אזוי סאך און מענטשן דארפן זיך אליינס קענען איינהאלטן כליפ כליפ
בקיצור
ארויסגעברענגט די צווייטע צד
איך מיין אז מ'דארף מער פאוקעסן צו רעדן צום עולם בחורים מיידלעך עלטערן אבער אראפרייסן יונגעלייט בעלי פרנסה און מקפח זיין זייר ברויט איז ניט אידישלעך