ווי קומען אן די געשלאגענע הינער? (כפרות)

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

ווי קומען אן די געשלאגענע הינער? (כפרות)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

א חלק פון די מנהג כפרות איז צו גיבן די הינער פאר ארימעלייט כמבואר בפוסקים. איך בין נייגעריג אויב מ'טוט נאך היינט אזוי, סיי מיט די ערב יוכ"פ'דיגע און סיי מיט די פשוטע. ווער ס'האט עפעס ידיעות אין דעם ווערט געבעטן מיטצוטיילן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4353
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

כ'ווייס איין זאך, פאר צוויי הינדעלעך האב איך יעצט געצאלט (פאר א פריוואטע בוטשעריי. נישט צדקה) 40 דאלער! אין ווילי. ס'איז עכט נאר 17 דאללער, מיט א קרעדיט קארד איז עס 20. זיי קענען דאך נישט דערלייגן געלט פאר מיר סא זיי מוזן טשארדשען מער פאר א ק.ק.)

גניבה וגזילה ערב יום כיפור.


שוין ס'איז מקרב די גאולה, מסמיני עיקבתא דמשיחא- והיוקיר יאמיר.
שוין, דאס יאר בין איך עם מוחל. אבער נעקסטעס יאר...! נו נו! (כ'וועל מיך דערמאנען פריער ווי ערי"כ ביינאכט.. און גיין צו א צווייטן..)
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

דער הרב קרית יואל איז מסתמא א עני הגון.

עס איז שוין נישט יום כפורים, עס איז דער טאג אליינס. דער נייער שלאג ווארט וועט זיין "אונזער כפרות גייען פאר אן עני הגון, א ת"ח בו ביום".
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

דריידל האט געשריבן:א חלק פון די מנהג כפרות איז צו גיבן די הינער פאר ארימעלייט כמבואר בפוסקים. איך בין נייגעריג אויב מ'טוט נאך היינט אזוי, סיי מיט די ערב יוכ"פ'דיגע און סיי מיט די פשוטע. ווער ס'האט עפעס ידיעות אין דעם ווערט געבעטן מיטצוטיילן.

קרראלי נעמט 14
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

rutledge האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:א חלק פון די מנהג כפרות איז צו גיבן די הינער פאר ארימעלייט כמבואר בפוסקים. איך בין נייגעריג אויב מ'טוט נאך היינט אזוי, סיי מיט די ערב יוכ"פ'דיגע און סיי מיט די פשוטע. ווער ס'האט עפעס ידיעות אין דעם ווערט געבעטן מיטצוטיילן.

קרראלי נעמט 14

מ''ק פלעגט צירוק געבן free chicken bottoms?!
balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך balkishron »

זאגט מיר מיין שכן אז ער איז געווען היינט ביי אונגערס בוטשער געצאלט 15 א כפרה דארט איז דא א שוחט און מען כשרט אויפן פלאץ דערנאך קען מען אהיים נעמען די פלייש זאגט ער מיר אז ער איז אהיים מיט איבער צווונציג דאללער ווערט פלייש אויף יעדע כפרה
נאך ארויס מיט רווח... אזוי ברויך צו זיין ליידער האלב פון די אלע כפרות גייט אין דאמסטער
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...
balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך balkishron »

הער איך אז ביי קאהןס בוטשער אויף פלאשינג איז די זעלבע מעשה
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...
Working
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Working »

דאכצעך מיר איבעראל ווי מען שחט קען מען אהיימנעמען די טשיקן נאכדעם.
יעצט עריו״כ פארטאגס אדורך גייענדיג 82 ליע האב איך געזען כמה אנשים נעמען אהיים די גע׳שחט׳ענע כפרה אין א באקס.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פאראויס האט געשריבן:כ'ווייס איין זאך, פאר צוויי הינדעלעך האב איך יעצט געצאלט (פאר א פריוואטע בוטשעריי. נישט צדקה) 40 דאלער! אין ווילי. ס'איז עכט נאר 17 דאללער, מיט א קרעדיט קארד איז עס 20. זיי קענען דאך נישט דערלייגן געלט פאר מיר סא זיי מוזן טשארדשען מער פאר א ק.ק.)

גניבה וגזילה ערב יום כיפור.


שוין ס'איז מקרב די גאולה, מסמיני עיקבתא דמשיחא- והיוקיר יאמיר.
שוין, דאס יאר בין איך עם מוחל. אבער נעקסטעס יאר...! נו נו! (כ'וועל מיך דערמאנען פריער ווי ערי"כ ביינאכט.. און גיין צו א צווייטן..)


קיינער דארף דיך גארנישט צושטעלן. קענסט אליינס ארויספארן אין פארם, דיך איינהאנדלן א טשיקען און דערנאך עס צוטראגן צום שוחט. דער וואס טיט די ארבעט פאר דיר, האט די רעכט צו בעטן וויפול ער וויל.
די פראבלעם איז נאר ביי קהילות וואס האבן כל מיני תקנות אויף צימצום הוצאות און האקן אינטער די פרייז פאר פארשידענע אינדאסטריס אבער ווען ס'קומט צו מצות און כפרות רייסט מען געלט פונעם עולם
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אין אנדערע נייעס ווערט געמאלטן אז 2 מיליאן טשיקענס זענען פארשוועמט געווארן ווען א שלאכט הויז איז פארפלייצט געווארן אין נארט קעראליינע.

איי ייי ייי, ווען מ'וואלט דאס געוויסט פון פריער וואלט מען געקענט העכערן די פרייז פאר כפרות צוליב מאנגל אין טשיקענס, כנהוג
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

פון די אשכול זעה איך אז די $11 אין קרית יואל איז נאך ביליג
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

זאגט מיר היינט א איד, אז זעענדיג די באקסל פאר טיפס פאר'ן שוחט, אז ער באקומט נישט באצאלט פון די 15 דאלער וואס די הינדל קאסט, האט ער זיך דערמאנט אז ביי מלמדים שטייט אויך עפעס אזוי אויפ'ן צעטל, און ביידע זענען איינגעשטעלט ביי די זעלבע מוסד, זעט אויס ס'איז א סוקסעספול ביזנעס מאדעל.

איך האב אויך געכאפט נאך א פשט אין יום כ'פורים, עס האט מיך געקאסט דאס דאווענען בערך ווי א פורים דאווענען... די מוסדות האבן געכאפט דאס פארטל.

זאל דער אייבישטער העלפן מ'זאל קענען ספענדן אויף מצוות און מעשים טובים, און אויף שמחות מתוך הרחבה והשפעות טובות געזונטערהייט, און מאכן ווערטלעך דערפון מיט א גוט געמוט, אויף וואס דען דארף מען געלט..
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

לייפציק האט געשריבן:איך האב אויך געכאפט נאך א פשט אין יום כ'פורים, עס האט מיך געקאסט דאס דאווענען בערך ווי א פורים דאווענען... די מוסדות האבן געכאפט דאס פארטל.


מען בעט לעצטנס פון די בחורים אריינצוברענגען געלט בין הזמנים, לאו דוקא ערב יום כיפור.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:פון די אשכול זעה איך אז די $11 אין קרית יואל איז נאך ביליג


איר מיינט $12 אדער $13 (דיפענדס ווי מען שלאגט).
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

עס איז לעצטנס געווארן נארמאל אז איבעראל ווי א מוסד זוכט צו מאכן אפאר טאלער, נעמט מען זיך אונטערהאקן.

זאג נאר, פארן פאנדרעיזער געבסטו יא? שכר לימוד באצאלסטו?! נעוודאי מוז מען מאכן די געלט אויף אנדערע פלעצער.

די חילוק פון אמאל און היינט, אמאל איז דער מוסד געווען 'מיינס', היינט איז די מוסד איין זאך און איך א צווייטע זאך, ווער ס'איז שולדיג דערין ווייסעכנישט.
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

שמואל בארג האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:פון די אשכול זעה איך אז די $11 אין קרית יואל איז נאך ביליג


איר מיינט $12 אדער $13 (דיפענדס ווי מען שלאגט).

ק"י קאסט $12 עיו"כ

אבער פאר ק"י איז די $12 היפש טייער ווייל עס קאסט זיי גארנישט, די שוחטים זענען סייווי דארט אין ווערן באצאלט פון בית השחיטה, אזוי אויך די גוים, די פלאץ און די טשיקנס וואס זיי קויפן סייווי.
נאכמער, איך הער אז ווען די 6-7`שוחטים שחטן אינדערויסן איז דא נאך אזויפיל שוחטים אינסייד אז פראדאקשען זאל קענען אנגיין געהעריג.

איך האב געהערט אז די טשיקנס פון ערב יו"כ גייט פאר די ישיבה
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

לעמעלע האט געשריבן:
איך האב געהערט אז די טשיקנס פון ערב יו"כ גייט פאר די ישיבה

אמאל אזוי געווען. היינט פארקויפט מען עס געהעריג אין סהייסט אז די גאנצע ריווח פון בית השחיטה איז צדקה
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

שמואל בארג האט געשריבן:עס איז לעצטנס געווארן נארמאל אז איבעראל ווי א מוסד זוכט צו מאכן אפאר טאלער, נעמט מען זיך אונטערהאקן.

זאג נאר, פארן פאנדרעיזער געבסטו יא? שכר לימוד באצאלסטו?! נעוודאי מוז מען מאכן די געלט אויף אנדערע פלעצער.

די חילוק פון אמאל און היינט, אמאל איז דער מוסד געווען 'מיינס', היינט איז די מוסד איין זאך און איך א צווייטע זאך, ווער ס'איז שולדיג דערין ווייסעכנישט.

עס האט לכאורה נישט מיט אמאל און היינט צו טוהן, דער סאטמאר רבי ז"ל פלעגט שוין רעדן דערפון ווי מען קען זעהן אין די דינער דרשות
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

וואס טוען קאהן און אונגאר מיט די טשיקנס וואס מען נעמט נישט אהיים? איך געדענק אמאל פלעגן זיי שרייבן אז זיי געבן עס פאר צדקה, היי יאר זעה איך עס טאקע נישט אויפן עד.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

צום קעפל:

צו די קר״י בית השחיטה - צום זאלצען כשר מאכן וכו׳
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

עפעס זהעט דא אויס פישי

שוין אפאר טעג אפען דעם אשכול און קיינער קען דערווייל נישט קומען מיט קלארע פאקטן
למעשה?? ווי קומען אן די געשלאגענע הינער?
פאראלעגוטיאר
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: ווי קומען אן די געשלאגענע הינער? (כפרות)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
ביים_רבין
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 10, 2021 2:55 pm

Re: ווי קומען אן די געשלאגענע הינער? (כפרות)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביים_רבין »

צאנז מאנסי פארקויפן הינער פאר $14 מיט א טע"ג אין אויב ס'איז נישט כשר רופט מען צוריק צו איבערשלאגן (בחינם) אין די פלייש גייט פאר בחורים פון ישיבה
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: ווי קומען אן די געשלאגענע הינער? (כפרות)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

ביים_רבין האט געשריבן:
צאנז מאנסי פארקויפן הינער פאר $14 מיט א טע"ג אין אויב ס'איז נישט כשר רופט מען צוריק צו איבערשלאגן (בחינם) אין די פלייש גייט פאר בחורים פון ישיבה
ס'איז אן ענין בהלכה אדער מסורה צו שלאגן מיט כשרע?

און אויב שלאגט מען מיט געלט ברויך מען זיכער מאכן אז דאס געלט איז כשר? נישט פון פראגראמען א.ד.ג.?
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
ביים_רבין
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 10, 2021 2:55 pm

Re: ווי קומען אן די געשלאגענע הינער? (כפרות)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביים_רבין »

אחר חצות האט געשריבן:
ביים_רבין האט געשריבן:
צאנז מאנסי פארקויפן הינער פאר $14 מיט א טע"ג אין אויב ס'איז נישט כשר רופט מען צוריק צו איבערשלאגן (בחינם) אין די פלייש גייט פאר בחורים פון ישיבה
ס'איז אן ענין בהלכה אדער מסורה צו שלאגן מיט כשרע?

און אויב שלאגט מען מיט געלט ברויך מען זיכער מאכן אז דאס געלט איז כשר? נישט פון פראגראמען א.ד.ג.?
איך ווייס נישט פינקטליך, כ’מיין אין הלכה שטייט אז מ'זאל שלאגן אויף כפרות אדער פיש אדער געלט
אגב, כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א עסט די פלייש ביי די סעודה ערב יום הקדוש
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”