פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער האט אויסגעארבייט און נעגאושיעטעט א 4 ביליאן דאלער דיעל מיט באואינג פאר צוויי נייע אפדעיטעט "עיר פארס וואן" עראפלאנען (אין 2017).
דער פרעזידענט האט אפאר איידיעס וויאזוי צו פארבעסערן און באקוועמער מאכן די פליגער. הגם - לויט ווי ער זאגט - וועט די פליגער מער זיין פאר ציקונפטיגע פרעזידענטען ווי פאר אים אליינס, ווייל עס געדויערט אפאר יאר צי בויען א עיר פארס וואן. (אדער ווייל ער גייט נישט לויפן/געוואונען אין 2020...)
איינע פון די הויפט מערקבארע טוישונגען וועלכע פרעזידענט טראמפ האט אין געדאנק איז טוישן די יעצטיגע "ליכטיג בלוי און ווייס" קאליר פאר "מער אמעריקאניש רויט, ווייס און בלוי"....
(מען וועט קענען אריינגעבען איידיעס פאר די נייע פעינט דשאב פארן עיר פארס וואן במשך די קומענדיגע וואכן אין די בתי מדרשים אין אלע אידישע צענטערן...)
היות רוב פאלעסיס אין וואשינגטאן ווערט באשלאסן דא בין כותלי אייוועלט. איז נישט מער ווי יושר צו געבן פאר די חשובע אייוועלט ליינער און גראפיקער די געלעגענהייט צו פראדאצירן א שיינע, נייע, מעכטיגע, אמעריקאנע דעזיין פאר די צוקינפטיגע "עיר פארס וואן"...
די עיקר דגוש ברויך מען לייגן אויף דעם אז די פליגער זאל האבן די דריי קאלירן פונעם אמעריקאנעם פאן, רויט, ווייס און בלוי.
אלעס אנדערש קען מען לאזן פאר די פאנטאזיע צו אויסשפילן..
היידא! לאמיר זעהן וואס אונזער ציבור קען באשטייערן פאר די רעגירונג