לערענט איר כסדר חסידישע ספרים? אויב נישט פארוואס?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2400
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
לערענט איר כסדר חסידישע ספרים? אויב נישט פארוואס?
עס איז אייביג געווען אנגענומען ביי חסידישע יודן צו לערנען ספרי קודש וספרי חסידות, און איך זעה און רעד צימאל צו יונגעלייט וואס עפענען קיינמאל נישט קיין חסידיש ספר, און איך ווינדער זיך כסדר, צו מען קען אזא איינער, אנריפן מיטן נאמען א חסידישע יונגערמאן/חסידישער יוד.
איך מיין אז די סיבה פארוואס טייל לערנען נישט קיין ספרי חסידות איז צוליב דעם וואס זייער אסאך שטיקלעך אין חסידישע ספרים רעדן פון דברי קבלה, וואס רוב פונם היינטיגען עולם פארשטייט נישט צו די מושגים, חוץ ביי פלעצער ווי מען איז מסביר די מושגים ווי למשל ביי רבי מאטיל סטוטשינער.
זייער אסאך רבי׳ס היינט רעדן כסדר אז מען דארף לערנען ספרי חסידות, למשל און סקווירא רעדט מען כסדר איבער לערנען מאור עינים און אור החיים הקדוש, למשל די באבוב-45 רבי הייסט כסדר יונגעלייט וואס קומען אריין צו איהם, צו לערנען אמרי נועם און נאך.
אפי׳ סאטמארע יונגעלייט, וואס טייל מיינען אז וויבאלד די רבי האט געזאגט נשתכח מיינט עס אז מען זאל נישט לערנען היינט קיין ספרי חסידות (וואס דאס איז קלאר נישט ריכטיג), שמעתי אז די סאטמאר רבי מהר״א רעדט יא כסדר אז מען זאל לערנען ספרי חסידות.
לענ״ד דארף מען פשוט מחנך זיין די קינדער אז מען זאל לערנען ספרי חסידות און אויסלאזן די שטיקלעך וואס מען פארשטייט נישט, און לערנען נאר די שטיקלעך וואס מען פארשטייט יא. למשל די קדושות לוי אויף חנוכה קען מען רוב שטיקלעך גרינג פארשטיין, די מושג פון בימים ההם בזמן הזה ועוד, און אן לערנען אזאלכע שטיקלעך וכדו׳ כסדר, זעה איך נישט ווי מען קען זיך אנרופן א חסידישע יונגערמאן/חסידישער יוד.
אויך האב איך געהערט אז טייל האלטען אז געוויסע שטיקלעך פון חסידישע ספרים זענען געזאגט געווארן ספעציעל פאר זייער דור און זייער עולם, איז דערפאר כאטש ווען איינער הערט אויס כסדר למשל שיעורים פון הרה״צ רבי אלימלך בידערמאן שליט״א, אדער פון סיי וועלכע אנדערע רבי אדער גוטע יוד, הערט ער כאטש די מושגים וואס יענער גוטע יוד פארשטייט אז אונזער דור דארף הערן, און סיי ווי סיי, אפי׳ זאל זיין אמת די פריעדיגע סברה, ווייסן מיר דאך איז די ווערטער פון די פריעדיגע צדיקים וספרי חסידות פלאמען אויף א אידיש הארץ צו תורה ומצות, צו טוהן די מצות מיט א ברען און חשק וואס דאס איז דאך איינער פון די יסודות פון די תלמידי בעל שם הקדוש. איז אפי׳ ער וועט אנטרעפן א געוויזע שטיקעל וואס זאל זיין אמת אז ס׳איז געזאגט געווארן מער פאר יענעם דור וואס יענער צדיק האט גערעדט צו, וועט איהם אפי׳ יענער שטיקעל דאך אנפלאמען צו עבדות השם. כל שכן די שטיקלעך וואס זענען די יסודות צו די דרך החסידות וואס דאס זאל מען זעכער זיכן צו טרעפן ביי די אלע הייליגע ספרי קודש.
כ׳האב שוין אפשר צופוהל געשריבן... די עיקר וויל איך הערן פונעם עולם איבער, די וואס לערנען נישט כסדר ספרי חסידות, צו איר האלט אז מען קען זיך אנרופן א חסידישע יוד אן לערנען ספרי חסידות? און פארוואס ס׳איז אזוי אז טייל לערנען נישט כסדר קיין ספרי חסידות? און וואס די עצות צו די שווערעקייטן זענען, אז מען זאל יא קענען מער לערנען ספרי חסידות?
(נב, אני הקטן לערן כסדר אור החיים הקדוש - בני יששכר נתיבות שלום - און נאך.)

לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מיטוואך יולי 11, 2018 10:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך מיין אז עס האט אביסל צו טוען מיט א אינסטענט וועלט פארוואס זאל איך לערנען אינעווענדיג פין א ספר ווען איך וועל הערן פין ר' אלימלך בידערמאן אדער אנדערע מגידים סוף וואך אדער זעהן צי ברענגן חסידישע ווערטער אין א גיליון
אבער זעלבסט פארשטענדליך אז עס איז א טעות אין איז נישט קיין סובסוטוט פארן אותיות מחכימות פין די ווערטער פינעם צדיק

- שר מאה
- תגובות: 170
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:56 pm
- לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית
יא, עס איז אמת אז אהן לערנען חסידישע ספרים קען מען נישט זיין קיין חסיד, דער פראבלעם איז אבער אז אפילו נאכן לערנען איז מען נאך ווייט פון א חסידישע יונגערמאן, וואס די ריכטיגע באדייט דערפון איז, איינער וואס "לעבט" מיט די מושגים אויף וואס חסידות איז געבויעט, ווי למשל, "ביטול", "מגלה זיין דעם געטליכקייט אין דער גשמיות'דיגער בריאה", "יעדע פעולה פון א מענטש איז פועל למעלה" וכו' וכו', און דאס צו עררייכן איז וויכטיג א ידיעה מקיפה אין די יסודות, און דאס איז מען קונה נאך אסאך הארעוואניע, מיט א עיון מעמיק אין די הייליגע ספרים, און עס נעמט א וויילע, און בעסער איז מיט א רבי, משפיע, מורה דרך.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24331
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9223
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
זייער א וויכטיגע נושא!
ס'איז נישט דא וואס צו רעדן אז ווען מ'לערנט חסיד'ישע ספרים באקומט מען אינגאנצן אן אנדערן בליק אויפן לעבן און בכלל קוקט מען אן אנדערש די גאנצע בריאה, און ס'איז פועל אויפן מענטש אין אלע הינזיכטן.
לגבי דאס אז די חסיד'ישע ספרים זענען פיל מיט העכערע מושגים פון קבלה וכדו', ס'איז דא ספר "שפתי חן" פון ר' שמואל קרויס ע"ה וואס איז געמאכט אלץ א הקדמה לספרי חסידות, ווי ער נעמט צוזאם די אלע מושגים און איז עס זייער שיין מבאר אויף א גרינגע פארשטענדליכע לשון.
איך האב עס נאר געזען שוין א לאנגע צייט צוריק אבער איך געדענק אזויפיל אז ס'איז געווען ממש דברים קילורין לעינים וויאזוי ער איז מסביר און צולייגט וואס עס מיינען די אלע זאכן מיט וואס מ'טרעפט זיך אן ביים לערנען ספרי חסידות.

---
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 889
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2779
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
- לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט
נישט דא וואס צו רעדן אז די דור וואלט אינגאנצן אנדערש אויסגעזעהן ווען בחורים און אינגעלייט וואלטן געלערענט בקביעות א חסידיש ספר.
נישט מאיז יוצא מיט די היינטיגע גליונות.
די גליונות זאל מען ליינען אין בעט אדער אויפן וועג צו די ארבעט.
שבת -און יעדן טאג פארן דאווענען- דארף מען האבן א ספר וואס רעדט צו זיין נשמה און לעבן דערמיט.

איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
- נאך פונדערהיים
- שר האלפיים
- תגובות: 2927
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am
איך מיין אז די ריכטיגע טיפקייט פון די באגריף חסידישע ספרים און די ציל מיטן לימוד, איז נאר פאר יחידים.
איך ווייס דער עולם גייט אויפהייבן א וויי געשריי, אבער איך האב שוין גוט דורכגעטון די נושא, גערעדט מיט רבנים, עובדי השם, און עמך, עס איז בכלל נישט אזוי פשוט.
איך האב געשריבן די תגובה, פאר די אידן וואס עס באדערט זיי אויך אין טיפעניש וואס איז די ציל, פאר יעדן אנדערש ביטע איגנארירט מיינע ווערטער.

מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
-
- שר מאה
- תגובות: 170
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:56 pm
- לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית
-
- שר מאה
- תגובות: 170
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:56 pm
- לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית
ממה נפשך האט געשריבן:איך האב נישט קיין טראפ איבריג צייט צו לערנען. ווען איך זעץ מיך יא אראפ איז עס צום גמרא ווייל אזוי איז היינט אויסגעשטעלט
דערמאנסט מיר א מעשה:
איינער איז געקומען אמאל פרעגן א גדול [כ'געדענק נישט אויפ'ן מינוט די נאמען] ער האט נאר ווייניג ציייט צו לערנען, וואס זאל ער ענדערש לערנען אין די צייט, גמרא אדער מוסר?
האט דער גדול געענטפערט: ענדערש לערן מוסר, אזוי וועסטו געוואויר ווערן אז דו פארמאגסט אסאך מער צייט!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
- נאך פונדערהיים
- שר האלפיים
- תגובות: 2927
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am
פאר די וואס לערנען זאלן ווייטער לערנען און פאר די וועלכע לערנען נישט סתם פאר נאכגעלאזטקייט דארפן א תיקון.
פאר די וועלכע האבן געלערנט און האבן געטראכט אביסל טיפער און עס מוטשעט זיי די שאלה פארוואס פעלט דאס אויס, פאר זיי האב איך געשריבן אז עס האט נישט קיין פשוטע ענטפער נאר דוקא א שווערע און מחודש דיגע.
פליז גאו עהעד וויט יאר קאנווערסעישן.
פאר די וועלכע האבן געלערנט און האבן געטראכט אביסל טיפער און עס מוטשעט זיי די שאלה פארוואס פעלט דאס אויס, פאר זיי האב איך געשריבן אז עס האט נישט קיין פשוטע ענטפער נאר דוקא א שווערע און מחודש דיגע.
פליז גאו עהעד וויט יאר קאנווערסעישן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2779
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
- לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט
אוי וויי טאטע האט געשריבן:ווארעמקייט איז א זאך וואס וועפט אויס מיט די צייט, אויב איז עס נישט געבויעט אויף א 'דערהער', א שכל, וואס טוישט זיין מהלך המחשבה, האט עס נישט די ריכטיגע עפעקט.
עס גייט ביידע צוזאמען און עס דארף טאקע זיין בקביעות
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12394
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
-
- שר מאה
- תגובות: 170
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:56 pm
- לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית
נודה לך האט געשריבן:אוי וויי טאטע האט געשריבן:ווארעמקייט איז א זאך וואס וועפט אויס מיט די צייט, אויב איז עס נישט געבויעט אויף א 'דערהער', א שכל, וואס טוישט זיין מהלך המחשבה, האט עס נישט די ריכטיגע עפעקט.
עס גייט ביידע צוזאמען און עס דארף טאקע זיין בקביעות
אבער אויף די חלק השכל איז דא דער פראבלעם אז אסאך מאל טרעפט זיך עס אן מיט גאנץ אומבאקאנטע באגריפן.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...
- נאך פונדערהיים
- שר האלפיים
- תגובות: 2927
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am
למעלה משבעים האט געשריבן:נאך פונדערהיים האט געשריבן:פאר די וועלכע האבן געלערנט און האבן געטראכט אביסל טיפער און עס מוטשעט זיי די שאלה פארוואס פעלט דאס אויס
ס'עקזעסטירט נישט אזאנס. אויב טראכט מען טיפער איז נישט קיין מציאות נישט צו זען פארוואס דאס פעלט אויס.
האסט שוין גערעדט מיט גאנץ כלל ישראל?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12394
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
- נאך פונדערהיים
- שר האלפיים
- תגובות: 2927
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am
למעלה משבעים האט געשריבן:מען דארף נישט רעדן צו גאנץ כלל ישראל ווען ס'קומט צו פשוט א' ב'. איינער וואס טראכט טיף, זעט קלאר ווי זיינע מחשבות, מהלך החיים, התגברות היצר, און וואס נישט? איז געבויעט אויף וואס ער האט געלערנט.
אקעי, איינער וואס לערענט גארנישט איבער אידישקייט, איז ספרי חסידות אויך איינע פון די אפציעס צו לערנען פון אידישקייט ער זאל זיין ווארים און ערליך, איך מיין אז פאר די צוועק איז אויך גוט די ביכלעך וואס די מיידלעך לערנען ביי יהדות פראגראם, הא ראי' פאר זיי איז עס גוט, שעמסט דיך עס צו ליינען? אקעי קענסט ווייטער ליינען באר מים חים.
איך רעד פון די קאנצעפט פון ספרי חסידות, וואס איז דאס בעסער און וויכטיגער ווי סיי וועלכע אנדערע ספר און ביכל וועלכע ווארעמען פאר אידישקייט.