קריגעלעך אין וויליאמסבורגער נייעס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

ראספשע האט געשריבן:הרב מאני, איז דא רבנים וואס זאגן מען טאר נישט מאכן קידוש לנשים?
[יא, כ'ווייס דו גייסט יעצט צוריק שרייען, העי מען שטעלט צאם חתנה צי מאכן און ער מאכט קידוש לנשים,
העליך דיר שוין זאגן, איך האב יעצט איבער געקוקט דעם דבר יום ביומו, איך קען פערזענליך כמעט אלע פון די ליסטע וועלכע מאכן די קידושים, האלב דערפון זענען די חתונות אינדרויסן פון שטאט, במילא מאכט מען א קידוש לנשים, און די אנדערע האלבע זענען אידן נגידים ב"ה, און זענען פארמעגליך]


דאס איז מיין קשיא, פארוואס קומען נישט ארויס די רבנים מיט קול קורא'ס צו העלפן יודן , גראדע האט חסידי מהר"א איינגעפירט דעם זומער אז מען טאר נישט געבן נאר קעיק ביי קידישים ביי מענער , עס איז נאך דא רבנים וואס מאכן ב"ה תקנות צו העלפן יודן

און מאכן א קידוש פאר אפאר אלפים וועגן די חתונה איז נישט דא און די געלט קומט פון צדקה איז נישט קיין תירוץ

און 25 פון די 30 זענען דירעקט נישט נגידים ,אבער איך קען אייך גאראנטירן אז איבער 20 האט מען צוזאמגעשטעלט געלט צו בפומבי אדער בצנעה , און טאמער זאגסטו האלבע פון דעם זענען נגידים ,מיינט עס אז איר וואינט אין א חלום אין א קעלער און איר ווייסט נישט אז פאר נגידים שטעלט מען צוזאם חתונה צו מאכן....

און איך מיט אייך נישט וואס צו רעדן ,און אלעס איז פארענטפערט ....
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

אמת ויציב, אין יו"ט ערליך'ס צייטן איז געווען אסאך ווייניגער מאני מיינדעד מענטשן אין וויליאמסבורג...
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

איך וויל נישט אריינגיין אין א זינלאזן ויכוח וועגן קידושים, ווייל ס'קומט לגמרי נישט אהער
אפילו גאנץ ווילאמסבורג זאל מאכן קידושים לנשים, וועט נאך אלץ דער וואס ברענגט אריין פרוצים ופרוצות צווישן א געדיכט באויאנטע יודישע געגנט ברענען אין ברוילן אין גיהנם
במילא איז דער סאבדזשעקט קלאוזד
יעצט די נעקסטע טענה

יא יא ,דאס איז וואס איך זאג אייביג פאר מענטשן אין איין ווארט , וויליאמסבורג איז נישט די זעלבע וויליאמסבורג פון אמאל וואס ר' יום טוב ערליך האט גערעדט , וויליאמסבורג האט געהאט אמאל א חן ,די גלאנץ איז גענצליך אוועק


אהא, מאנסי איז ממש די זעלבע ווי ס'יז געווען פאר דרייסיג יאר צוריק???
קרית יואל, די זעלבע ווי ס'יז געווען פאר דרייסיג יאר צוריק??

[עה, זיכער נישט, זייט ס'האבן זיך דארט אנגערוקט די פארוקטע קרעציגע וויליאמסבורגע שנארערס....., איינער "מאני-מיינדעד" אויף אייוועלט וויל נאך אנברענגען נאך אפאר טויזנט פון זיי היה לא תהיה]
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

בר דעת האט געשריבן:אמת ויציב, אין יו"ט ערליך'ס צייטן איז געווען אסאך ווייניגער מאני מיינדעד מענטשן אין וויליאמסבורג...


ביטע באטיטעל מיך נישט אז איך וואין אין וויליאמסבורג... איך ב"ה גלייך צו אטעמען פרישע לופט און שמעקען גרינע גראז און האבן פארקינג פאר מיין קאר גרינגערהייט אומזיסט ..
לעצט פארראכטן דורך moneyMINDED אום זונטאג יוני 03, 2018 3:03 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

ראספשע האט געשריבן:איך וויל נישט אריינגיין אין א זינלאזן ויכוח וועגן קידושים, ווייל ס'קומט לגמרי נישט אהער
אפילו גאנץ ווילאמסבורג זאל מאכן קידושים לנשים, וועט נאך אלץ דער וואס ברענגט אריין פרוצים ופרוצות צווישן א געדיכט באויאנטע יודישע געגנט ברענען אין ברוילן אין גיהנם
במילא איז דער סאבדזשעקט קלאוזד
יעצט די נעקסטע טענה

יא יא ,דאס איז וואס איך זאג אייביג פאר מענטשן אין איין ווארט , וויליאמסבורג איז נישט די זעלבע וויליאמסבורג פון אמאל וואס ר' יום טוב ערליך האט גערעדט , וויליאמסבורג האט געהאט אמאל א חן ,די גלאנץ איז גענצליך אוועק


אהא, מאנסי איז ממש די זעלבע ווי ס'יז געווען פאר דרייסיג יאר צוריק???
קרית יואל, די זעלבע ווי ס'יז געווען פאר דרייסיג יאר צוריק??

[עה, זיכער נישט, זייט ס'האבן זיך דארט אנגערוקט די פארוקטע קרעציגע וויליאמסבורגע שנארערס....., איינער "מאני-מיינדעד" אויף אייוועלט וויל נאך אנברענגען נאך אפאר טויזנט פון זיי היה לא תהיה]



טאמער די קדישים איז זינלאז ,דאן בלייב טאקע וואינען אין וויליאמסבורג און זינק אין חובות און שפרונג נאך דיינע שכינים מיט יעדע שטות בלינדערהייט

טאמער פארשטייסטו נישט וואס פאר א חורבן וויליאמסבורג האט אנגעמאכט פאר כלל ישראל דאן וועל איך ווארטען זאלסט אינטערוואקסען

אבער בה אז וויליאמסבורג ווערט ווייניגער און ווייניגער ארויפגעקוקט ביי מענטשן ,אז מענטשן וואס מופן אוועק קענען אביסעל אנהייבן טראכטען גראד און האבן אביסעל יושב הדעת און נישט טאנצען אלעס גענוי ווי יענער

און בכלל ביזטו זייער קליינקעפיג פארן חוזק מאכן פון די קדישים ,אבער כאב אנגעכאפט טאקע איין קליינע נקודה וואס ווערט פארשפענדט באלד 100 אלפים א שבת פון צדקה געלט יעדע וואך

עס איז דא נאך צענדליגע און צענדליגע קלייניקייטן וואס איז ממש האר אויפשטעלענדט וואס די סטענדארט איז לעצטענס געווארן
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

זייער העסליך פון ביידע צדדים, נישט שיין.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

איינער מיט עפעס א ווילי קרישקעלע?
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

נישט קרישקעס, שמעקט מער ווי קריג....
שויתי ה' לנגדי תמיד
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

שמא קא גרים האט געשריבן:יעצט מוצש"ק איז א אינגערמאן מיט זיין ווייב און קינדער באווארפן געווארען מיט שטיינער אויף ווייט ביי טעילאר.

ווי אויך זענען אויסגעהאקט געווארן די פענסטער פון אפאר אויטאס פון די שטיינער.

פאליציי זענען אנגעקומען איבער א שעה נאכן גערופן ווערן אין זוך געוואלט ארויסדרייען פון מאכן א באריכט זאגענדיג אז עס קען זיין די שטיינער זענען געקומען פון די בלאזענדיגע ווינט. נאך גרויס דרוק פון די אינגעלייט זענען זיי איינגעגאנגען צו מאכן א באריכט


דאס באלאנגט אין זשערסי סיטי אשכול
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ר' מאנני מיינדעד. דו ביזט סטאק מיט דיין מיינונג, אנע וועלן אפילו הערן צו די צווייטע זייט האט עפעס פאזיטיןן אין זיך. (און די ענטפער: איך בין נישט סטאק, עס איז טאקע וויאזוי איך זאג...)
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

וואָדאָ טוצעך....
יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

איינער וויל זיך קריגן מיט מיר אין וויליאמסבורג?
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

חחח...
זיך געווינדערט ווי אין וויליאמסבורג איז דא פלאץ צו באהאלטן דריי בלעטער...
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

צו געזונט האט געשריבן:ר' מאנני מיינדעד. דו ביזט סטאק מיט דיין מיינונג, אנע וועלן אפילו הערן צו די צווייטע זייט האט עפעס פאזיטיןן אין זיך. (און די ענטפער: איך בין נישט סטאק, עס איז טאקע וויאזוי איך זאג...)

ער איז נישט סטאק אין א מיינונג, ער איז סטאק אין א טאפ מיט שנאה.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

חלילה א יוד האט נישט קיין שנאה. ער האט פשוט געמאכט א טעות אין געשריבן ב"ה אנשטאט ליידער, אין נישט געקענט זאגען טעיתי
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

איך כאפ נישט וואס עס קומט פאר מיט די אשכול, עס איז א נייע אשכול? א נייע נאמען? איינער זאל ביטע אריינקומען מיט דיטעילס.
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:איך כאפ נישט וואס עס קומט פאר מיט די אשכול, עס איז א נייע אשכול? א נייע נאמען? איינער זאל ביטע אריינקומען מיט דיטעילס.

עס איז געווען אין די אשכול פון קרישקרלעך אין וויליאמסורגער נייעס אין האט זיך אריין געצויגן אין א נארישע קריגעריי האט מען עס אפגעטיילט
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

איך וואוין אין וויליאמסבורג, אין א פיצעלע דירה'לע, מיט א שטוב מיט קינדער בליעה"ר, איך בין שוין מתלבט עטליכע יאר וואס די ריכטיגע שריט פאר מיר איז, איך גיי נישט זאגן ב"ה אויף די ספעציפישע נייעס, עס האט מיר דייקא אויך א שטאך געטון און הארץ, אבער דאס איז אמאל זיכער אז מיט דעם פרט איז מאני מיינדעד גערעכט, אויב למעשה איז דאס שוין יא געשעהן איז עס בעקיפין א טובה פאר אזאלעכע מענטשען ווי אויך וואס ציילן זיך מן הסתם און די שווערע הונדערטער אויב נישט טויזענטער, אז מען זאל איינזעהן אז, ניין, אינזער צוקונפט איז נישט ווילימאסבורג, איף ווי לייק איט אר ווי דאונט...

בדרך אגב די פרויען קידושים, וה"ה מענער סיי הולדת הבת און סיי באווארפנ'ס, הגם עס קומט נישט דא אריין אבער לדעתי מיט דעם איז דער מערר נעבעך אזוי גערעכט, מיין טאטע זז"ג האט חתונה געמאכט פאר קרוב צו צוואנציג יאר צירוק, און מאכט איצט אויך חתונה, ער האלט מיר און איין איבער'חזר'ן, די הוצאות וואס זענען געווארן א "מוז", פון ווען ער האט אנגעהויבן חתונה צו מאכן ביז היינטיגע טעג, זענען אריבער יעדען פראפארץ!!!
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

יחזקאלע האט געשריבן:איך וואוין אין וויליאמסבורג, אין א פיצעלע דירה'לע, מיט א שטוב מיט קינדער בליעה"ר, איך בין שוין מתלבט עטליכע יאר וואס די ריכטיגע שריט פאר מיר איז, איך גיי נישט זאגן ב"ה אויף די ספעציפישע נייעס, עס האט מיר דייקא אויך א שטאך געטון און הארץ, אבער דאס איז אמאל זיכער אז מיט דעם פרט איז מאני מיינדעד גערעכט, אויב למעשה איז דאס שוין יא געשעהן איז עס בעקיפין א טובה פאר אזאלעכע מענטשען ווי אויך וואס ציילן זיך מן הסתם און די שווערע הונדערטער אויב נישט טויזענטער, אז מען זאל איינזעהן אז, ניין, אינזער צוקונפט איז נישט ווילימאסבורג, איף ווי לייק איט אר ווי דאונט...

אדער מאך א דעסיזשאן, אדער פרעג א גוטע איד, אומקלאר פארוואס מוז גאנץ וויליאמסבורג אונטערגיין פאר דיר און נאך אפאר מענטשן?
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

סמיז נישט, ס'גייט פשוט אויף יענעם ריכטונג איף יאו לייק יאו קען פעיס ריעליטי..
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

גראדע איז בכלל נישט קלאר עס גייט אין יענע ריכטונג, איך ווייס פון עטליכע וואס האבן זיך ביז לעצטנס געשמיצט מיט אידן אין די וויליאמסבורג אומגעגנט, לעצטענס איז די רענטל מארקעט געפאלן אביסל, אין זיי בעטן זיך אז אידן זאלן עס דינגען ווייל זיי זענען אינטערן וואסער מיטן מארטגעדזש.

עס קען מארגען זיך דרייען ארויף, אבער דא שטייט מען יעצט, זעה מער אין די ריעל דיעל.

https://www.google.com/amp/s/therealdea ... story/amp/

https://therealdeal.com/2018/05/10/broo ... ncessions/

https://www.google.com/amp/s/therealdea ... n-now/amp/
לעצט פארראכטן דורך דממה דקה אום מאנטאג יוני 04, 2018 9:46 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

און וואויל וועלן זיין דער וואס וועלן זיי העלפן יעצט ווען עס גייט זיי שווער .

ווען עס איז זיי געגאנגען גיט האבן זיי פארגעסן אז ס'איז דא אידן אויף די מארקעט, יעצט האבן זיי זיך דערמאנט .
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

דממה דקה האט געשריבן:
יחזקאלע האט געשריבן:איך וואוין אין וויליאמסבורג, אין א פיצעלע דירה'לע, מיט א שטוב מיט קינדער בליעה"ר, איך בין שוין מתלבט עטליכע יאר וואס די ריכטיגע שריט פאר מיר איז, איך גיי נישט זאגן ב"ה אויף די ספעציפישע נייעס, עס האט מיר דייקא אויך א שטאך געטון און הארץ, אבער דאס איז אמאל זיכער אז מיט דעם פרט איז מאני מיינדעד גערעכט, אויב למעשה איז דאס שוין יא געשעהן איז עס בעקיפין א טובה פאר אזאלעכע מענטשען ווי אויך וואס ציילן זיך מן הסתם און די שווערע הונדערטער אויב נישט טויזענטער, אז מען זאל איינזעהן אז, ניין, אינזער צוקונפט איז נישט ווילימאסבורג, איף ווי לייק איט אר ווי דאונט...

אדער מאך א דעסיזשאן, אדער פרעג א גוטע איד, אומקלאר פארוואס מוז גאנץ וויליאמסבורג אונטערגיין פאר דיר און נאך אפאר מענטשן?

וויליאמסבורג מוז און זאל חס וחלילה נישט אינטערגיין, אבער עס איז ווייטאגליך אבער דאך א פאקט, און מיין מצב געפינט זיך 80 פערצענט פון 35 יאר און אראפ, אויסער אן עושר'ס א קינד אדער איידעם, קויפן איז מאן דכר שמי', דינגען איז נישטא ווי, נאכאמאל עס איז נישטא ווי און א דריטע מאל עס איז נישטא ווי, 3-4 בעדרום דירות זענען אויף די וויליאמסבורגע דירות מארקעט כמעט נישט בנמצא, אויב שוין יא, א דירה סרוחה פאר שלשת אלפים ולמעלה!!! במילא איז דאס שוין גארנישט נאר אפאר מענטשען.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אין ירושלים, אויך דא א מאנגל פון דירות, ועם כל זה נייע ישובים וואקסן ווי אויף הייוון, צב"ש בית שמש, ביתר, מודיעין עילית, ועוד, קיינעם איז נאך פאר דעם נישט בייגעפאלן, אויב אזוי זאל מען פארדינגען די דירות אין מאה שערים אדער גאולה פאר פרייע חברה אדער להבדיל אראבערס און גוים גמורים
און די זעלבע איז אין לאנדאן [סטעמפארד הילל] וואו ס'יז נישטא קיין דירות, און מען פראבירט צו קאנווינסן דעם עולם צו מופן צו א נייער ישוב, איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן צו פארדינגען זיין דירה און בית המדרש פאר ערלים [אקעי, נישט אזא גוטע משל, ווייל מען וואוינט דארט במילא מער צווישן גוים ווי דא]
פארוואס פונקט אין די הייליגע וויליאמסבורג איז מען אויפגעקומען מיט די וואדזשנע הצעה, אז כדי צו גרינדן א נייער ישוב מוז מען קודם חרוב מאכן דאס אלטע, אויפן חשבון פון אלע אידן עלטער פון 35 יאר?
גיי פארשטיי א געלט-גיצייגיקן קרומע קאפ
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איר זאגט א געוואלדיגע סברה
גראדע גאנץ א קלארע
פארוואס פונקט ביינונז אזא צרה
מ'פאקויפט זיך פאר די געלט עבודה זרה?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”