טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 02, 2018 10:54 am

Think and Thank האט געשריבן:איי קענט העלפ יו

לאחר העיון פארשטיי איך די חילוק.

כאפצעם האט געזאגט אז טראמפ האט געשריבן די צעטל, טינק זאגט, ניין ער האט געזאגט וואס מען זאל שרייבן.

טאקע א ריזיגע נפקא מינה, ממש הימל און ערד.

ווייל אויב וואלטן זיי ביידע געווען אידן, און די מעשה זאל ווען פארקומען בעצם יום השבת, וואלט טראמפ נישט עובר געווען אויף מלאכת כתיבה, זיין דאקטאר וואלט.

אבער היות עס איז נישט געווען שבת, און זיי זענען ביידע נישט קיין אידן, איז באמת נישט די פוינט ווער עס האט געדריקט די קנעפלעך אויפן קיבארד, בעסער געזאגט, ווען דער דאקטער זאגט ווען וואס צו שרייבן, און טראמפ איז דער וואס שרייבט עס בפועל, וואלט עס בכלל נישט געווען קיין מאדנע נייעס, די קאמישקייט איז אז דער פאציענט (אבער נאך ווי..) האט געגעבן די פונקטליכע ווערטער וואס עס זאל שטיין אויפן רעפארט.

איז עס א פראבלעם? בכלל נישט. פאני? ביג טיים!
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 02, 2018 11:02 am

בוידעם האט געשריבן:

כאב דאך דיר שוין געזאגט אז איך קען דיר ניש העלפן.

(פאר די וואס ווילן נישט דוקא דיין מיט'ן קאפ אין וואנט, אויב האט עס טראמפ געשריבן, האט דאך דער דאקטאר עס נישט געשריבן, האט עס דאך נישט קיין שוויות. אויב האט עס דער דאקטאר געשריבן און גע'חתמ'עט אפגעזען פון ווער עס האט געמאכט די גענויע ווארדינג, איז פשט אז דער דאקטאר שטייט אונטער דעם.)
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך מאי 02, 2018 11:11 am

װען דער עולם דא ברױכט א דאקטארס צעטעל פאר שטאטישע פראגראמען וכו׳ טײלט מען אים אױן אײן װאס צי שרײבען מה כל הרעש, אױך האט ער נישט בלױז געבעטען א צעטעל נאר ס׳איז געװען א געהעריגע Checkup װאס טראמפ האט נאכדעם געגעבען די ריפארט די נעקסטע טאג פאר Dr. Oz אױף טעלעװיזיע װאס יענער האט באשטעטיגט אז די צעטעל איז װאר

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מאי 02, 2018 11:14 am

בוידעם האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:איי קענט העלפ יו

לאחר העיון פארשטיי איך די חילוק.

כאפצעם האט געזאגט אז טראמפ האט געשריבן די צעטל, טינק זאגט, ניין ער האט געזאגט וואס מען זאל שרייבן.

טאקע א ריזיגע נפקא מינה, ממש הימל און ערד.

ווייל אויב וואלטן זיי ביידע געווען אידן, און די מעשה זאל ווען פארקומען בעצם יום השבת, וואלט טראמפ נישט עובר געווען אויף מלאכת כתיבה, זיין דאקטאר וואלט.

אבער היות עס איז נישט געווען שבת, און זיי זענען ביידע נישט קיין אידן, איז באמת נישט די פוינט ווער עס האט געדריקט די קנעפלעך אויפן קיבארד, בעסער געזאגט, ווען דער דאקטער זאגט ווען וואס צו שרייבן, און טראמפ איז דער וואס שרייבט עס בפועל, וואלט עס בכלל נישט געווען קיין מאדנע נייעס, די קאמישקייט איז אז דער פאציענט (אבער נאך ווי..) האט געגעבן די פונקטליכע ווערטער וואס עס זאל שטיין אויפן רעפארט.

איז עס א פראבלעם? בכלל נישט. פאני? ביג טיים!

גראדע דער דר. בארנשטיין א איד, און די בריוו איז געשריבען געווארן אין א קורצע פרייטאג, נישט זיכער אויב ס'איז נאך געווען פאר די שקיעה....

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 02, 2018 11:26 am

ווי געזאגט פריער, עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם, בלויז מאדנע.

און עס מאכט נישט אויס אז דער דאקטאר האט עס געשריבן בפועל, וואס אגב, לכאורה האט דאס א סעקערטאר אויפגעטייפט, נישט טראמפ און נישט דער דאקטאר. פאני איז ווען א מענטש זאגט פונקטליך די ווערטער וואס מען זאל שרייבן, און 'דאס' איז די נייעס שבו.

צי עס טראגט געוויכט, אביעסלי יא, ווייל די דאקטאר האט עס גע'חתמ'ט. אבער עס איז קיין שום נפקא מינה נישט צווישן זאגן וואס צו שרייבן ביז שרייבן בפועל, חוץ לגבי הלכות שבת.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » מיטוואך מאי 02, 2018 11:29 am

אזוי נישט מיר נישט דיר- איז טראמפ'ס אפראוועל רעיטינג יעצט די העכסטע אין די לעצטע 12 חדשים אויף ריעל קלער פאליטיגס, און עס כגייט ארויף יעדן טאג.

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך מאי 02, 2018 11:37 am

איך באקום שוין א רחמנות געפיל פאר די דעמאקראטן זיי ארבעטן זיך שוין איבער אים צו דעסטרויען

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 02, 2018 11:46 am

בוידעם האט געשריבן:ווי געזאגט פריער, עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם, בלויז מאדנע.

און עס מאכט נישט אויס אז דער דאקטאר האט עס געשריבן בפועל, וואס אגב, לכאורה האט דאס א סעקערטאר אויפגעטייפט, נישט טראמפ און נישט דער דאקטאר. פאני איז ווען א מענטש זאגט פונקטליך די ווערטער וואס מען זאל שרייבן, און 'דאס' איז די נייעס שבו.

צי עס טראגט געוויכט, אביעסלי יא, ווייל די דאקטאר האט עס גע'חתמ'ט. אבער עס איז קיין שום נפקא מינה נישט צווישן זאגן וואס צו שרייבן ביז שרייבן בפועל, חוץ לגבי הלכות שבת.

אין א זייטיגע נאטיץ, עס וואלט געווען ראטזאם פאר די אלע וואס שפרינגען אויף יעדע נעגעטיווע נייעס אנטגעקן טראמפ, זיי זאלן באזוכן א דאקטאר און באקומען א האנט געשריבענע רעצעפט וואס איינצונעמן, עס גייט שוין ארויס פון די גבולים.

פאר יור אינפא, טייל נייעס קוועלער באריכטן די מעשה אז דער דאקטאר האט גארנישט מיט'ן צעטל נאר טראמפ האט עס אליינס פאבריצירט!

דא האסטו למשל די באגלויבטע סי ען ען
https://www.cnn.com/2018/05/02/politics ... index.html
Here's 4 reasons why Donald Trump faking a doctor's note actually matters

ווי קומט טאקע צו די קראנטע סי ען ען אזעלכע מעשיות? איז דער תי' פשוט (דיסקלעמער: ריעד עט יור און ריסק), אז ווען די אגענטור וואס האט פאקטיש גערעדט מיט'ן דאקטאר שרייבט 'טראמפ האט געשריבן דעם בריוו און נישט דער דאקטאר', נעמען עס מענטשן אן עט פעיס וועליו כאילו טראמפ האט טאקע געפעלשט א בריוו פונ'ם דאקטאר (וואס דאס איז, ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין, געווען די ציל פונ'ם שרייבער אין די פוירסט פלעיס [שריי נישט! כאדער געזאגט ריעד עט יור און ריסק!])

אט דאס איז א קלאסישע דוגמא וויאזוי מען דערציילן אן אמת'ע מעשה אלס פעיק ניוז.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 02, 2018 11:47 am

שליו ודגים האט געשריבן:איך באקום שוין א רחמנות געפיל פאר די דעמאקראטן זיי ארבעטן זיך שוין איבער אים צו דעסטרויען

זיי האבן די ברירה אויפצוהערן.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך מאי 02, 2018 12:36 pm

ברעיקינג:

דער הויפט לויער אינעם טראמפ טיעם 'טיי קאב' רעזיגנירט, ביל קלינטאנ'ס אימפיעטשמענט לויער 'עמעד פלוד' ווערט אויפגענימען אלס ריפלעיסמענט.

דאס איז שוין די צווייטע לויער רעזיגנאציע אין די לעצטע שטיק צייט וואס טוט אנדייטן אויף אן אינערליכע כאאס אינעם טראמפ פארטיידיגונגס אפאראציע, און קומט נאך וואס טראמפ האט באטיטלט אלס "פעיק ניוז" די באריכטן אז עס הערשט הויעך יו"ט און אז ער איז נישט צעפרידן פונעם טיעם.
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך מאי 02, 2018 12:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מי אני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 19, 2014 2:21 am

תגובהדורך מי אני » מיטוואך מאי 02, 2018 12:49 pm

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

דער הויפט לויער אינעם טראמפ טיעם 'טיי קאב' רעזיגנירט, ביל קלינטאנ'ס אימפיעטשמענט לויער 'עמעד פלוד' ווערט אויפגענימען אלס ריפלעיסמענט.

דאס איז שוין די צווייטע לויער רעזיגנאציע אין די לעצטע שטיק צייט וואס טוט אנדייטן אויף אן אינערליכע כאאס אינעם טראמפ פארטיידיגונגס אפאראציע, און קומט נאך וואס טראמפ האט באטיטלט אלס "פעיק ניוז" די באריכטן אז עס הערשט הויעך יו"ט און אז ער איז נישט צעפרידן פונעם טיעם.

Was he maybe the leaker of the questions ?

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מאי 02, 2018 12:51 pm

שליו ודגים האט געשריבן:איך באקום שוין א רחמנות געפיל פאר די דעמאקראטן זיי ארבעטן זיך שוין איבער אים צו דעסטרויען

גארנישט קיין רחמנות, זאלן שפירן ווי שווער די רעפבוליקאנער האבן געארבעט פון 08 ביז 16.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך מאי 02, 2018 12:53 pm

דממה דקה האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:איך באקום שוין א רחמנות געפיל פאר די דעמאקראטן זיי ארבעטן זיך שוין איבער אים צו דעסטרויען

גארנישט קיין רחמנות, זאלן שפירן ווי שווער די רעפבוליקאנער האבן געארבעט פון 08 ביז 16.

:lol:

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מיטוואך מאי 02, 2018 1:02 pm

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

מוללער סטראשעט טראמפ מיט א סובפינע פאר א גרענד זשורי.

ער כאפט אריין ווי לאנג ער קען נאך...
איין זאך בין איך קלאר סוף סוף קיין טראמפ זיין די געווינער אין מולער די נער פון שטאט אלס א צוהיצטע אנהענגער פון הילערי/אבאמא/קאומי/וכוי'
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך מאי 02, 2018 1:03 pm

דממה דקה האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:איך באקום שוין א רחמנות געפיל פאר די דעמאקראטן זיי ארבעטן זיך שוין איבער אים צו דעסטרויען

גארנישט קיין רחמנות, זאלן שפירן ווי שווער די רעפבוליקאנער האבן געארבעט פון 08 ביז 16.

אה די רעפאבליקאנער האבן דאך נישט געהאט די מידיע מיט זיך

אויסער דעם באקן/אויפבלאזן געשיכטעס איז פיל שווערער......... :lol:

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך מאי 02, 2018 1:19 pm

---- האט געשריבן:ברעיקינג:

מוללער סטראשעט טראמפ מיט א סובפינע פאר א גרענד זשורי.

עס וואלט ראטזאם געווען אז ווען מען מעלד נייעס זאל מען עס מעלדן כמו שהיא.

לעיניננו, די ריכטיגע וועג צו שרייבן די נייעס איז בערך אזוי:
(ברעיקינג - אויב וויל מען דוקא...)
"אין מארטש (2018) אין א שמועס מיט די פרעזידענטס לעגאלע טיעם איבער פארהאנדלען וועגען דעם פרעזידענטס אינטערוויא מיט די ספעשעל קאונסיל האט מוללער אויפגעברענגט און דערמאנט איבער זיין כח פון סובפינע".

#ריפארט איט עז איט איז. א דאנק.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מאי 02, 2018 1:28 pm

זעט אויס אז מען האט פשוט גענומען וויקאציע פאר איין וואך, עמער מקיים פסק זיין, ע"פ די אשכול viewtopic.php?f=1&t=36692 שטעלן מיר ווארענונג נאמבער 1.

קוקט גוט איבער וואס איר האט געשריבן [כ'גיי יעצט זיך נעמען מעקן], אויב איז אייער תגובה, אדער א חלק דערפון געווארן געמעקט, דאן איז די ווארענונג פאר אייך!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22831
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מאי 02, 2018 1:53 pm

בוידעם האט געשריבן:ווי געזאגט פריער, עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם, בלויז מאדנע.

און עס מאכט נישט אויס אז דער דאקטאר האט עס געשריבן בפועל, וואס אגב, לכאורה האט דאס א סעקערטאר אויפגעטייפט, נישט טראמפ און נישט דער דאקטאר. פאני איז ווען א מענטש זאגט פונקטליך די ווערטער וואס מען זאל שרייבן, און 'דאס' איז די נייעס שבו.

צי עס טראגט געוויכט, אביעסלי יא, ווייל די דאקטאר האט עס גע'חתמ'ט. אבער עס איז קיין שום נפקא מינה נישט צווישן זאגן וואס צו שרייבן ביז שרייבן בפועל, חוץ לגבי הלכות שבת.

כ'ווייס באמת נישט צו א נארמאלע מענטש האט געהאלטן אז די דאקטער האטעס אליין אויפגעמאכט, ווער סאט מיטגעהאלטן דעם קאמפיין האט געזעהן אז די "גרעסטע בעסטע עווער" שפראך איז טראמפ'ס! סאו די גאנצע זאך איז געמאכט א ווינט פון גארנישט!

צו סיז פאני? קען זיין... די גאנצע טראמפ קאמפיין איז געווען פאני, און נאר די פאני זאכן האבן אים אריינגעלייגט אינעם ווייסן הויז...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 02, 2018 1:58 pm

רט.
אצינד ווארט מען צו זעהן אויב די פאני זאכן וועלן אים אויסזעהן פונעם ווייסן הויז...
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מאי 02, 2018 1:59 pm

גוט!

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 904
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מיטוואך מאי 02, 2018 2:45 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:ווי געזאגט פריער, עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם, בלויז מאדנע.

און עס מאכט נישט אויס אז דער דאקטאר האט עס געשריבן בפועל, וואס אגב, לכאורה האט דאס א סעקערטאר אויפגעטייפט, נישט טראמפ און נישט דער דאקטאר. פאני איז ווען א מענטש זאגט פונקטליך די ווערטער וואס מען זאל שרייבן, און 'דאס' איז די נייעס שבו.

צי עס טראגט געוויכט, אביעסלי יא, ווייל די דאקטאר האט עס גע'חתמ'ט. אבער עס איז קיין שום נפקא מינה נישט צווישן זאגן וואס צו שרייבן ביז שרייבן בפועל, חוץ לגבי הלכות שבת.

כ'ווייס באמת נישט צו א נארמאלע מענטש האט געהאלטן אז די דאקטער האטעס אליין אויפגעמאכט, ווער סאט מיטגעהאלטן דעם קאמפיין האט געזעהן אז די "גרעסטע בעסטע עווער" שפראך איז טראמפ'ס! סאו די גאנצע זאך איז געמאכט א ווינט פון גארנישט!

געדענק איך אז קול מבשר האט דעמאלט באריכטעט בערך בזה הלשון: ס'איז נישט קלאר אויב טראמפ לערנט זיך פון זיין דאקטאר אדער זיין דאקטאר לערנט זיך פון אים אבער טראמפ'ס דאקטאר האט היינט געזאגט אז אויב טראמפ וועט געווינען וועט ער זיין דער געזונטסטער מענטש נאר אמאל צו זיין פרעזידענט.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מאי 02, 2018 3:10 pm

טרעף מיך האט געשריבן:אזוי נישט מיר נישט דיר- איז טראמפ'ס אפראוועל רעיטינג יעצט די העכסטע אין די לעצטע 12 חדשים אויף ריעל קלער פאליטיגס, און עס כגייט ארויף יעדן טאג.

און אבאמא'ס האלט אין איין פאלען (אין רעטראספעקט).

אין אפריל 3 איז געווען געמאלדען אז
Donald Trump's approval ratings HIGHER than Obama's at this stage in his term
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך מאי 02, 2018 4:41 pm

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

דער הויפט לויער אינעם טראמפ טיעם 'טיי קאב' רעזיגנירט, ביל קלינטאנ'ס אימפיעטשמענט לויער 'עמעד פלוד' ווערט אויפגענימען אלס ריפלעיסמענט.

דאס איז שוין די צווייטע לויער רעזיגנאציע אין די לעצטע שטיק צייט וואס טוט אנדייטן אויף אן אינערליכע כאאס אינעם טראמפ פארטיידיגונגס אפאראציע, און קומט נאך וואס טראמפ האט באטיטלט אלס "פעיק ניוז" די באריכטן אז עס הערשט הויעך יו"ט און אז ער איז נישט צעפרידן פונעם טיעם.

Change in Plan Ty Cobb is leaving but Emmet Flood Will replace Don McGahn & Not Ty Cobb
BREAKING: Sources tell @NicolleDWallace White House counsel Don McGahn is considering his own departure, Emmet Flood his hand-picked successor

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך מאי 02, 2018 4:42 pm

BREAKING: North Korea has released all U.S. detainees at the request of President Trump.

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » מיטוואך מאי 02, 2018 4:53 pm

abeg האט געשריבן:BREAKING: North Korea has released all U.S. detainees at the request of President Trump.

WOW

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אביונה, אלעקסיי דער דריטער, בינוני, מי יודע, פרידן, קו הישר, רינדעכיג, שכל טוב און 62 געסט