לאמיר דעבאטירן די אהבת ישראל נוסח ע"ח

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

לאמיר דעבאטירן די אהבת ישראל נוסח ע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בס"ד

"…זארג זיך נישט אלעס וועט זיין גוט… דער באשעפער האט דיך ליב וויאזוי דו ביסט… אידישקייט איז נישט קיין בער, עס איז פיו"ר לא"וו… דער בארדיטשובער רב וואלט דיך זיכער ארומגעהאג"ט…" וכו' וכו'

דאס איז די שפראך צו וואס מיר אידן אידן אין תשע"ח זענען געוואוינט צו הערן, יא, די אלע זאכן זענען טאקע אמת ויציב, אבער… א גרויסער אבער, כדי צו פארשטיין פשט אין וואס איך וויל דא ארויסברענגען וועלן מיר מוזן צוריקגיין צו די תש"ס-ס"ט עפאכע ווען די וועלט איז נאך געווען עטוואס מער תמימות'דיג און ריין.

אין יענע צייט איז געווען א וועלט פונקט ווי היינט, אלעס איז געפארן רואיג און נארמאל, עס איז שוין געווען קארן, עס איז שוין אויך געווען טעלעפאנ'ס, עס איז שוין אפילו באשטאנען טעכנאלאגיע כאטש נישט אויף אזוי ווייט ווי היינט, און עס זענען שוין אויך געווען בעלי משפיעים, אבער דעמאלטס זענען נאך רוב בעלי משפיעים געווען תוכנ'דיג און זיך געמאסטן די רייד, זיי האבן זיך געפירט ווי מ'זאגט פאליטיקע"ל קארעק"ט און געהיטן אויף וואס זיי האבן געגעבן צו הערן דעם פובליקום, עס זענען אויך שוין ליידער געווען דאן פראבלעמען דא און דארט, עס זענען שוין געווען אפגעפארענע און האלב אפגעפארענע, אבער איין זאך איז נאך דאן נישט באשטאנען וואס דאס איז געווען א גרויסע זאך וואס מיר האבן היינט פארלוירן.

עס זענען נאך דאן נישט געווען אזויפיל בעלי דרשנים און משפיעים פון אלע מאסן און אלע קאלירן, עס זענען נאכנישט באשטאנען אזויפיל בתי מדרשים און כוללי חצות, עס איז נישט געווען אזויפיל קונטרסים און ספרים מיט קאלירפולע דעקלעך און…

עס איז נאכנישט געווען דאן אזוי איינגעריסן די סאציאלע מידיא ביים היימישן ציבור, דאן איז נאך באשטאנען די פלאכע קעסטעלע מיט ברוינע שטריק וואס מען האט גערופן א טעיפ און די גרויסע פושקע מיט די שווער-דרוקנדע קנעפלעך וואס מען האט גערופן טעיפ רעקארדער, דעמאלטס האט נאך ובלכתך בדרך געהאט ביזנעס און אפילו א קאנקורענץ און נישט יעדער חלוץ האט געקענט האלטן פאפולערע דרשות, עס איז נאך דאן נישט געווען א מציאות אז ווער עס האט עפעס מייכנס אין זיינע געדערעם זאל עס קענען אריינפיטערן פון זיין ביה"כ אריין אין די אויערן פון יעדן בחור און אינגערמאן.

וועט איר אוודאי זאגן און פרעגן, וואס איז די פראבלעם? אדרבה עס איז אסאך בעסער אזוי, יעדער איינער וואס שפירט אז ער האט א פוינט קען עס היינט סך שנעלער ארויסזאגן און זיין קול ווערט דערהערט איבער די גאנצע וועלט, אבער עס איז נישט אזוי, אמאל אז איינער האט גערעדט האט מען געוואוסט ווער עס רעדט און וואס ער רעדט, היינט הערט זיך יעדער שטינקער אן מיט יעדן בהמה'ס דיעות און די מוחות ווערן צומישט.

דער פראבלעם איז אבער נישט נאר דאס, עס איז א שילוב פון עטליכע סיבות וועלכע האבן צוגעברענגט אז די מצב זאל זיין וואו עס שטייט היינט, נאך א אורזאך צום חורבן איז ווי פאלגענד.

פאר עטליכע הנדערט יאר צוריק האט געלעבט א גרויסער צדיק רבי נחמן מברסלב זצוק"ל אן אייניקל פונעם אור שבעת הימים דער הייליגער בעש"ט הקדוש זיעוכי"א, ער האט אונז אנטפלעקט א נייער דרך אין עבודת ה' וועלכע האט געצייגט אותות ומופתים, בשעתו האט ער נאר פארמאגט אן ענגער צאל פון תלמידים אבער ער האט שוין דאן פארשפראכן אז זיין פייערל וועט טליען ביז משיח'ס טאג און ווי מען זעט היינט ציילט זיך ברסלב היינט אין די צענדליגע טויזנטער, פילע אידן ווערן נתקרב טעגליך צו אידישקייט א דאנק די הפצה וואס זיי מאכן און עס איז ממש א קידוש ה' עס צו צוזען, אבער דא קומען מיר צו צום פראבלעם.

היות רבי נחמן זי"ע האט געשריבן אין זיינע ספרים אז קיין יאוש איז נישט פארהאנען און אז יעדער איד האט זיך זיינע נקודות טובות און אז מען מוז ליב האבן יעדן איד (ספעציעל אין ליקוטי מוהר"ן רפ"ב וואו עס שטייט בפירוש אז מ'מוז ליב האבן אפילו א פושע ישראל ואכמ"ל), האבן מאנכע וועלכע האבן נישט פארשטאנען אדער נישט געוואלט פארשטיין די ליכטיגע דיבורים, גענומען די הייליגע ווערטער און עס אויסגענוצט פאר זייערע אייגענע אינטערעסן, זיי קלעבן זיך אן אויף זיך דער נאמען ברסלב און זיי רעדן וואס זיי ווילן, אנשטאט צו מחזק זיין אידן צו גיין אויפן ריכטיגן וועג זענען זיי גאר מעורר דאס פארקערטע און דאס איז איינע פון די הויפט סיבות פארוואס מיר שטייען וואו מען שטייט.

לאמיר נעמען צום ביישפיל די נסיון פון טעכנאלאגיע, יעדער ווייסט אז עס איז א קליפה וואס איז נאכנישט באשטאנען זינט ששת ימי בראשית און מען זעט קלאר אז אין די ימות המשיח נעמט דער יצר הרע ארויס זיינע שטערקסטע כלים און ווער ווייסט וואס נאך ער וועט אנברענגען ה"י, אין אלע קהילות האט מען זיך צוזאמגענומען און געשטעלט פעסטע גרעניצן אויף צו זיך האלטן שטארק אין די פגעי הזמן, פארשטייט זיך אז די ערליכע ברסלב'ע חסידים האבן זיך צוגעשטעלט צו די אלע און האלטן אויך איין די אלע תקנות וואס מען האט געשטעלט, אבער די אלע לינקע בעלי משפיעים זענען פארנומען אז עס איז נישט אזוי, די זענען די וועלכע זענען מחזק די וועלכע ווילן זיך נישט צושטעלן און ווילן פארקויפן זייער נשמה צום שטן ל"ע און זיי געבן זיי נאך שטאף כאילו זיי זענען די ריכטיגע אידן!

די איינציגסטע פלאץ וואו א פורש מן הציבור ווערט אקצעפטירט איז ביי אט די דריטע וועלט קלאב"ס מיט זייערע טרויעריג בארימטע משפיעים וועלכע זייען אן כאאס אין די אידישע וועלט, זיי גיבן צו הערן זייערע חברה אז דער עם הנבחר איז נישט די וועלכע שטייען אויף יעדן טאג ותיקין און זענען עוסק בתורה ועבודה אגאנצן טאג, נע, זיי זענען צוקוועטשט און צוריקגעבליבן… נאר מיר די בעלי הסמארטפאונ'ס מיט די שיינע קארס זענען די ריכטיגע אידן וועלכע ווייסן וואס מיר האבן צו טון.

נישט אז א אינגערמאן מיט א שיינע קאר איז קיין איד נישט, אבער ער איז נישט די דוגמא פון א איד וואס לעבט מיט השי"ת, ער איז נישט די געשטעל וואס יעדער איד מוז שטרעבן צו זיין, איי, וואו שטייט אין די תורה אז מ'מעג נישט האבן קיין שיינע קאר?, עס שטייט טאקע נישט אז נישט אבער אז יא שטייט אויך נישט און אז מען מוז זיין א ערליכער איד שטייט יא, פינטל.

א בחור פליט פון ישיבה ווייל מען האט אים געכאפט מיט א סמארטפאון, אין די פריערדיגע יארן וואלט ער באקומען די נויטיגע הילף און צוריק אין ישיבה און פטור אן עסק, היינט, ער פליט פון ישיבה ווייסט מען גראד, ער סעטלט זיך אריין אין א חבורה פון איינע פון די דריטע וועלט בעלי משפיעים מיט די גאלדענע צינגען און ביז א וואך איז די לבוש אראפ און די סמארטפאון קומט ארויס אין די עפנטליכקייט (פארשטייט זיך מיט אן א"יי לא"וו השם סימבאל פון הינטן) און ער קומט דאווענען מיט א קאלירפולן סוועטער און ער איז מסביר פאר יעדן די פיע"ס ענד לא"וו וואס אידישקייט ברענגט מיט זיך…

און פאר די אלע וואס פרעגן יעצט וואס איז די פראבלעם? כאטש קומט ער אין ביהמ"ד, כאטש היט ער שבת (אדער ניין אדער נישט פאר די וואס ווייסן...), מען דארף האבן שכל פון א היפאפאטימאס נישט צו פארשטיין אז טאקע, ער קומט אין ביהמ"ד און ער היט שבת, אבער זיין געדאנקנגאנג איז קרום ווי א גליטשער, ער האלט יעצט זיכער אז אין הימל האג"ט זיך יעדער איינער און אז עס איז נישטא קיין דין און קיין דיין ווייל יעדער איינער טוט וואס ער פילט אז ער איז אין די מדריגה צו טון… און גאט איז נאר אבאו"ט פיע"ס ענ"ד לא"וו, וואס הייסט? ווילט זיך מיר אים פרעגן, דו שוטה ווייסט דען אין וועלכע מדריגה דו ביסט? דער באשעפער האט דיר באשאפן אלס איד און ער פאדערט פון דיר צו היטן ז-ע-ק-ס ה-ו-נ-ד-ע-ר-ט ד-ר-י-י-צ-ן מצוות, לא פחות ולא יותר, נישטא קיין שום סיבה אין די וועלט דאס נישט אויסצופירן ווי עס איז שוין מבואר אין רמב"ם אז ווער עס נעמט נאר אויף זיך 612 מצוות איז א כופר בעיקר, קומט א בחור א טיפש מיט א סמארטפאון וואס איז נאר נעכטן ארויס פון די ווינדלען און אנגעהויבן דרייוון א קאר און גייט קומען מסביר זיין אז ער פילט נאכנישט אז ער איז אויף די מדריגה פון תפילה בציבור (לדוגמא)…

און אויב וועסטו אים זאגן א ווארט ביסטו דער העיטפא"לל פערסא"ן פון וועם ראביי מרעין בישין (א פיקטיווער נאמען) האט גערעדט פאריגע וואך.

נאך א פראבלעם וואס קומט ארויס פון די חברה, עס עפענען זיך בתי מדרשים רעכטס און לינקס וואו מען זינגט און מען מאכט שפאס פונעם דאווענען און עס ווערט א גאנצער ליצנות דערפון, עס איז געווען א וואוילער איד רבי שלמה קארליבאך ז"ל, ער האט באמת מקרב געווען מענטשן צו אידישקייט מיט זיין אייגנארטיגע נגינה באגלייט מיט מעשיות און משלים, ער האט געוואלט אריינברענגען א געשמאק פאר זיינע בעלי תשובות האט ער מיט זיי געזינגען ניגונים ביים דאווענען באגלייט מיט מוזיק, ווילט איר מיר קומען זאגן אז היימישע סאטמארע אינגעלייט וועלכע האבן זיך געווייקט אין קאטשעניא אלע יארן און נישט געוואוסט פון קיינע פראבלעמען חוץ פליען פון קווינס דארפן זיין אויסגעשטעלט צו אזוינע חינגות? ביי די מענטשן פון רבי שלמה'לע ז"ל איז עס געווען אן עלי' אין אידישקייט אבער ביי די חברה איז עס נאר צייכענעס פון פריקת עול, און א ראי' צו דעם האט איר אז ווען ער האט געדאווענט פאר זיך האט ער נישט געזינגען און ווען יא איז עס נאר געווען הייליגע אלטע ניגונים און אן די מוזיק.

זענען געקומען די חברה בעלי דרשנים און זינגערס וועלכע ווייסן נישט בחייכון וביומיכון וויאזוי א פסוק חומש אפצוטייטשן און מאכן א שילוב פון קארליבאך ליבשאפט און הארציגקייט אינאיינעם מיט ברסלב וועלכע איז אויך פיל מיט הארץ און ליבשאפט און געמאכט א שילוב פון דעם, אין די שרייבערישע וועלט וואלט עס א נאמען געקריגן די לאוול"י דזשודעאיז"ם עפאכע, יא, איר זענט הייליג גערעכט, אידישקייט איז ליבליך אבער נישט ווען מען היט עס אפ למחצה ולשליש ולרביע…

פארשטייט זיך אז מיר דארפן נישט באקומען דעם מעסעזש אז אידישקייט איז א שטעקן אן קיינע גוטע חלקים און מיר זענען נעבעך אויסגעקליבן געווארן צו זיין די שלעק פאר כביכול חלילה, אבער מיר מוזן וויסן אז כדי אידישקייט זאל האבן א גוטער טעם מוזן מיר איינהאלטן אלע תנאים פון די תורה, עס איז ליבשאפט און שטארקייט אינאיינעם, במידת התפארת וואס דאס איז א שילוב פון חסד און גבורה, אבער ווי האט הרה"ק דער בית אהרן מקארלין זיע"א געזאגט, צופיל חסד איז איז א נואף, צופיל גבורה איז א רוצח, מען מוז זיין בתפארת און אט די בעלי משפיעים זענען פארנומען נאר במידת החסד און מען זעט ליידער די פירות דערפון ה"י.

עס איז זיכער אז עס זענען דא מאנכע וועלכע מיינען באמת גוט, די אלע טעטיגע אינגעלייט וועלכע עפענען ישיבות פאר אזוינע בחורים, די זאך איז אבער אז זיי מיינען נאר גוט, זיי ווייסן נישט גוט… ווען זיי זאלן נאר וויסן אז מיט אביסל אמת'ע אויפקלערונג וואלטן די פראבלעמען שטארק רעדוצירט געווארן און ווען זיי וואלטן ווען מער מסביר געווען די בחורים די אמת'ע זיסקייט און גוטער טעם פון זיין אפגעהיטן און ערליך און די טעם וואס קומט דאן וואלטן זיי אסאך אסאך מער אויפגעטון.

דער עיקר איז נישט אויסצומישן צווישן אידישקייט און באקוועמליכקייט, אידישקייט קען זיין באקוועם אבער מוז נישט זיין באקוועם, מיר זענען מחויב צו היטן די תורה ווייל ברוך ה' מיר זענען אן אויסדערוועלט פאלק, עס איז נישט אפציענאל וואס מען וויל און וואס מען קען היטן חלילה.

ניין, מען קומט נישט דא בארעדן און אטאקירן קיינעם פערזענליך נאר אז עס טוט וויי שרייט מען, און ווי האט יענער צוגעלייגט אז ווען מ'שרייט שוין נישט איז א סימן אז ס'טוט שוין נישט וויי, ווילאנג די מיל מאכט נאך קולות איז א סימן אז עס ארבעט… לאמיר האפן אז ד'רוילעם וועט פארשטיין דעם מעסעזש און מיט אביסל קלוגשאפט און געדולד קען מען בעז"ה מאכן גרויסע טוישן.

און זאל נישט יעצט קומען קיין נאר און זאגן מי שמך לאיש ווייל ווילאנג א זאך איז אויסגעהאלטן ע"פ תורה איז עס א מצוה להתעסק בו.

הצלחה אידן!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

א גרינעם פארן טישטוך! קיפ איט קאמינג
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
yes yes
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 1:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yes yes »

הערליך !!!!!!!!!!!!!!!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Thanks so true. Hope you know to expect that some people won't like what you write...don't take to heart, truth is the truth...
שויתי ה' לנגדי תמיד
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ס'איז דא אזויפיל מגיב צו זיין און איך ווייס נישט ווי עס קודם אנצוכאפן. אבער ראשית כל דארף איך זאגן אז די פאינט אעז א גוטע. אמת, מ'פיטערט די יונגווארג מיט א פארקרומטע דרך כאילו הותרה הרצועה און שוא עבוד אלקים. יעדע שמויגער מיט א גוטע שפראך ווערט א גאנצע מומחה אין עבודת השם אן דעם וואס ער האט א מסורה פון אנדערע ערליכע אידן.

יעצט אזוי. איך האלט אז די אימעיל, וואטסעפפ עפאכע איז א געוואלדיגע אויפטו אויך פאר אידישקייט. אמת, ס'דא א שלעכטע חלק דערין אויך, אבער דאס איז דאך די גאנצע וועלט. אלעס איז אן עירוב טוב ורע און ודי עבודה איז ארויס צונעמען די חלק הרע.
אין די אלטע "גוטע צייטן" בשנות תש"ס'ס איז מען געווען קאנטראלירט דורך געוויסע וואס האבן פארכאפט די מאכט ובפרט דורך צייטונגן וואס זיי האבן באשלאסן ווער ס'איז ראוי צו ווערן אויסגערומט און וועם מ'דארף ארינטעררייסן אדער פשוט איגנארירן. אין יענע יארן זענען אויסגעוואקסן א דור פון יונגעלייט פוסט און אויסגעליידיגט פון יעדע רגש דקדושה, מ'איז אבער נישט אזוי שנעל אוועק געפאלן ווייל ס'איז נישט געווען ווי צו גיין אין זיך איינגלידערן. זיי האבן אבער חתונה געהאט און אויפגעצויגן קינדער און אפילו דאס ביסול ווארעמקייט וואס די טאטעס האבן יא באקומען, האבן זיי אויך נישט איבערגעגעבן פאר די קינדער. פון די אנדערע זייט איז די גאס געווען פון מיט מוחאות, איסורים וחרמים וואס האבן געקלאפט די צעבראכענע נשמות און די היינטיגע נושרים זענען די פירות.
מה עשה הקב"ה? די היינטיגע טעכנאלאגיע קען יעדער באקומען חיזוק לויט זיין מדריגא. ס'איז שוין נישטא קיין קאנטראל דורך יחודים המשתלטים על הציבור און ס'איז דא טשעקס ענד בעלענס. איינער וואס איז א היפאקריט ווערט ער בליץ שנעל אפ געפרעגט און ללעג ולקלס. ס'זענען דא אזעלכע וואס השי"ת האט זיי געשאנקן מיט א לשון למודים און זיי האבן די ריכטיגע ווערטער צו רעדן צו די לבבות נשברות און זיי מחזק זיין.
און אגב, די רעדסט עפעס זייער שיין פון שלמה קארלבאך. קוקט אויס די האסט נישט קיין מושג ווער ער איז געווען
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

סאיז דא צוויי חלקים אין אהבת השם
דו האסט ליב השם
השם האט דיך ליב
סאיז גענוי ווי חיבת בנים למקום, אבער לאמיר רעדן אפען:
ווען א טאטע איז שטרענג צו א קינד דהיינו ער מוז אויפשטיין פארטאגס, ער מוז זיך אנטוהן בזריזות, ער מוז גיין שלאפן מיט איינמאל הייסן, עכ״פ די סארט טאטעס וואס מרופט ביי אונז די שטרענגע טאטעס קען זיך מאכן האט נישט אזוי ליב דעם טאטען ווייל ער איז צו שטרענג צו אים, איי די טאטע מיינט דאך נאר זיין גוטס טא ווען ער וועט עלטער ווערן ווער ער עס פארשטיין אבער כעת האט דער קינד אין געדאנק אז ער האט נישט ליב זיין טאטען אבער אין דער זעלבער צייט ווערט נישט פארמינערט קיין כי הוא זה פונעם אהבת אב לבן
יעצט גייט דער קינד קומען אין חדר זאגן העי מיין טאטע האט מיך ליב אפילו איך בין נישט וואויל? ניין ער גייט איינפאקן ווייל ער ווייסט אז טאטי וועט נישט דולדן זיינע שטיק, איי ער האט מיך ליב? טאקע אבער אויס מפאלגט נישט איז אך און וויי, יא קען זיין ער וועט דולדן אביסל לענגער אבער סוף הכבוד לבא דאס וועט פארשטיין די דינע ליניע צווישן דעם וואס זיין טאטע האט אים ליבן אהבת נפש אזש ער וועט גיין אין פייער פאר אים און צווישן פאלגן וואס ער הייסט
סעים גאוס העיר
יא טאטי אין הימל האט מיר ליב , יא ער האגט מיך, יא ער שיקט מיר פעקעלעך ווען איך בעט און אפילו איך בעט נישט, יא ער קען קוים ווארטן צו הערן ווי איך דאווען צו אים, יא ער האט מיך ליב אפילו ווען איך רעג אים אויף ח״ו, יא ער האט מיך ליב אפילו ווען איך פאלג אים נישט ווי ער וויל, יא איך ווייס אז פאר כך הון דעלמא וועט ער מיך נישט פארטוישן פאר אן אנדערעם, יא איך ווייס אז כקען אים איבערבעטן

אבער איך ווייס זייער גוט ווי אויפגערעגט כביכול טאטי ווערט ווען איך פיר מיך נישט אויף ווי ער וויל
און טאקע ווייל ער האט מיך ליב האב איך אים ליב און טאקע ווייל גיי איך פרובירן צו זיין זייער זייער וואויל, פאלגן אן קיינמאל הייסן, זוכן צו טוהן זאכן וואס איך ווייס ער וועט הנאה האבן דערפון
און וועל זיך נאר חבר׳ען מיט חברים וואס האבן אויך ליב טאטי אזוי ווי איך
שוין די פינגערס ווייען שוין ועח״ל
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

yes yes האט געשריבן:הערליך !!!!!!!!!!!!!!!
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תן חיוך »

הייליג גערעכט.. ווער עס כאפט נאר א בליק אין די ספרי ברסלב זעהט קלאר אז די גאנצע חיזוק איז מיט איין ציל צו מחזק זיין א מענטש צו קענען אנגיין בעבודת השם..

אבער למעשה דאס איז זיכער אז פאר מענטשען וואס די אזוי גערופענע בעלי משפיעים האלטן זיי ביי אידישקייט איז דאס זיכער גוט... אדרבה, זאל איינער אויפקומען מיט א בעסערע וועג...
און מען דארף אויך פארשטיין וויאזוי אינגעלייט קומען אן צו אזא מצב אז זיי דארפן דאס זיך צו האלטן ביי בעיסיק אידישקייט.. עס קומט פון אינערליכע ווייטאגן און סטרעס וואס האט זיך אנגעזאמלט אינגערהייט.. ואכמ״ל
הכל לטובה!
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

זייער שיין געשריבן, אינעם שמועס רעד איך נישט אריין, פארשטייט זיך ס'דא נקודות און צדדים לכאן ולכאן און ס'איז א שאד צו זיין פארנומען אפאר טעג דערמיט, אבער איין זאך נאר וואס דריידל האט שוין ארויסגעברענגט אז לויט דיין באשרייבן שלמה קארלבאך ביסטו אפשר נישט אינגאנצן באהאוונט ווער און וואס דאס איז געווען, לענינינו קומט עס דא לכאורה כלל וכלל נישט אריין, קיין איינע פון די אלע היינטיגע א. ג. משפיעים דערוואגן זיך נישט צו טוהן דאס מינדענסטע פון זיינע דרכים, אויב יא וואלט זיי שוין לאנג געווען ידועים לשמצה. ודי.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

טישטוך האט געשריבן:א בחור פליט פון ישיבה ווייל מען האט אים געכאפט מיט א סמארטפאון, אין די פריערדיגע יארן וואלט ער באקומען די נויטיגע הילף און צוריק אין ישיבה און פטור אן עסק,


יא... מיין פיס.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

די שאלה דארף זיין. די אלע אינגעלייט און בחורים וואס זענען א פאַרט פון די 'לאוו ענד פיעס' אידישקייט. וואס וואלט געווען זייער סטאטוס אן דעם ? האט דאס געמאכט זייער אידישקייט בעסער אדער שוואכער?
לויט מיין קליינע ידיעה איז עס ביי 99 פראצענט פון די פעלער א ישועה גדולה. זיי בלייבן און פירן זיך אידיש, רעדן פון אמונה וכו', און שיקן די קינדער אין היימישע מוסדות. ס'איז דער שלימות ? ניין אינגאנצן נישט. אבער וואס איז די אנדערע אויסוואל ? זיי זאלן גיין או. טי. די. חס ושלום ?
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

טישטוך הייליג גערעכט! אידישקייט איז געווארן אזא "הארץ זאך" די עיקר זיך צו ענזשויען מיט עולם הזה, אין "לאוו'ן" גא"ד". פאר ווער עס איז געפאלן אין אידישקייט אין מען בייגט די אידישקייט צו זיין לעוול, כדי ער זאל זיך קענען מיטכאפן מיט'ן וואגן, פאר אזא איינעם, מה טוב ומה נעים, אבי ער האט עפעס שייכות מיט אידישקייט. אבער פאר רוב פון אונזערע וואס האלטן נישט דארט, זאלן זיי נישט קומען פארקויפן אז דאס מיינט אידישקייט, אל תחשוד את אבותיך במה שמסרו לך, מיר ווייסן טויזענט מאל בעסער ווי די קומזיצער'ס וויאזוי אידישקייט דארף אויסקוקן, און עס פעלט אונז נישט גארנישט. אידישקייט פאדערט עבודה, עפעס אנדערש איז נישט אידישקייט.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

איך שפיר מיך נישט באקוועם דא מגיב צו זיין איבער 'אנדערע' יודן...

ליידער מאך איך זיך גאנץ באקוועם מיט "מיין" יודישקייט. אן קיין קומזיצן און קיין באר-בי-קיוס...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

פיין געשריבן. אמת, דערפרישנד, און ווייטאגליך...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

דריידל האט געשריבן:ס'איז דא אזויפיל מגיב צו זיין און איך ווייס נישט ווי עס קודם אנצוכאפן. אבער ראשית כל דארף איך זאגן אז די פאינט אעז א גוטע. אמת, מ'פיטערט די יונגווארג מיט א פארקרומטע דרך כאילו הותרה הרצועה און שוא עבוד אלקים. יעדע שמויגער מיט א גוטע שפראך ווערט א גאנצע מומחה אין עבודת השם אן דעם וואס ער האט א מסורה פון אנדערע ערליכע אידן.

יעצט אזוי. איך האלט אז די אימעיל, וואטסעפפ עפאכע איז א געוואלדיגע אויפטו אויך פאר אידישקייט. אמת, ס'דא א שלעכטע חלק דערין אויך, אבער דאס איז דאך די גאנצע וועלט. אלעס איז אן עירוב טוב ורע און ודי עבודה איז ארויס צונעמען די חלק הרע.

אין די אלטע "גוטע צייטן" בשנות תש"ס'ס איז מען געווען קאנטראלירט דורך געוויסע וואס האבן פארכאפט די מאכט ובפרט דורך צייטונגן וואס זיי האבן באשלאסן ווער ס'איז ראוי צו ווערן אויסגערומט און וועם מ'דארף ארינטעררייסן אדער פשוט איגנארירן. אין יענע יארן זענען אויסגעוואקסן א דור פון יונגעלייט פוסט און אויסגעליידיגט פון יעדע רגש דקדושה, מ'איז אבער נישט אזוי שנעל אוועק געפאלן ווייל ס'איז נישט געווען ווי צו גיין אין זיך איינגלידערן. זיי האבן אבער חתונה געהאט און אויפגעצויגן קינדער און אפילו דאס ביסול ווארעמקייט וואס די טאטעס האבן יא באקומען, האבן זיי אויך נישט איבערגעגעבן פאר די קינדער. פון די אנדערע זייט איז די גאס געווען פון מיט מוחאות, איסורים וחרמים וואס האבן געקלאפט די צעבראכענע נשמות און די היינטיגע נושרים זענען די פירות.
מה עשה הקב"ה? די היינטיגע טעכנאלאגיע קען יעדער באקומען חיזוק לויט זיין מדריגא. ס'איז שוין נישטא קיין קאנטראל דורך יחודים המשתלטים על הציבור און ס'איז דא טשעקס ענד בעלענס. איינער וואס איז א היפאקריט ווערט ער בליץ שנעל אפ געפרעגט און ללעג ולקלס. ס'זענען דא אזעלכע וואס השי"ת האט זיי געשאנקן מיט א לשון למודים און זיי האבן די ריכטיגע ווערטער צו רעדן צו די לבבות נשברות און זיי מחזק זיין.
און אגב, די רעדסט עפעס זייער שיין פון שלמה קארלבאך. קוקט אויס די האסט נישט קיין מושג ווער ער איז געווען


אזעלכע דברי חכמה האט אפילו שלמה המלך נישט געקענט זאגן, ברוך השם אינז האמיר די זכי' צו הערן דיין דעת בעל הבית.

אמת טאקע, זייט עס איז דא די סאושעל מידיע, איז טאקע די אידישקייט געבעלענסט, האלבע טאג טוט מען עבירות, די אנדערע האלבע טאג קען מען הערן חיזוק אז דער באשעפער האט מיך ליב אפילו אויב איך טוה עבירות, און ער האט שוין אויסגעלאשן די גיהנום אא"וו, אזוי קען מען א טאג נאכדעים גיין ווייטער וואטסאפע'ן און טוויטער'ן, וכן חוזר חלילה. כי לא יטוש ה' את עמו.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

קרייסלער האט געשריבן:א גרינעם פארן טישטוך! קיפ איט קאמינג
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

להודיע האט געשריבן:די שאלה דארף זיין. די אלע אינגעלייט און בחורים וואס זענען א פאַרט פון די 'לאוו ענד פיעס' אידישקייט. וואס וואלט געווען זייער סטאטוס אן דעם ? האט דאס געמאכט זייער אידישקייט בעסער אדער שוואכער?
לויט מיין קליינע ידיעה איז עס ביי 99 פראצענט פון די פעלער א ישועה גדולה. זיי בלייבן און פירן זיך אידיש, רעדן פון אמונה וכו', און שיקן די קינדער אין היימישע מוסדות. ס'איז דער שלימות ? ניין אינגאנצן נישט. אבער וואס איז די אנדערע אויסוואל ? זיי זאלן גיין או. טי. די. חס ושלום ?



הרב וואזנער אייניקל, האט געזאגט ביי שבת הגדול דרשה, לגבי די מעשה פון חזקיה המלך, פארוואס האט נישט חזקיה המלך אריין געלייגט זיין שווערד אין גאס דארט ווי יעדער דרייט זיך, נאר אין שול? האט ער געזאגט אז ווער עס דרייד זיך נישט אין שול איז א שאד צו ארבעטן אויף אין.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

כהאב אויך אסאך צו שרייבן אבער דריידל און להודיע און תן חיוך האבען מיר שוין אויסגעכאפט. די עכטע ריזען איז פאר די אלע זאכן ווייל מיר אליינס (מיט אפאר אויסנאם) האבען קיינמאל נישט גענוג געטון, אויסער געווארפן און געשריגן און מוחה געווען אויף יעדע שטות, קיינמאל נישט געווען געהערשט קיין ליבשאפט, געכאפט פעטש פון די חדר יארן און פסקים אין די ישיבה יארן, ומה יעשה הבן שלא יחטא, נאך יארן זען וואס דא טוצעך און וויפיל פאלן נעבעך אוועק צוליב דעם פראבלעם האבן זיך געיאוועט עטליכע בעלי כשרון און אנגעהויבן די אנדערע עקסטריעם, אפשר צו שארק עקסטריעם, איך גלייך אויך נישט דאס מאכן אידישקייט פאר א גרינגע געים, אבער ס'זיכער בעסער ווי די אנדערע וועג ווי בלייבן אן גארנישט חוץ מיט גילטי קאנטשעס!!

דא האט איר טישטוך'ס ווערטער אליין, עלובא עיסה וכו'


טישטוך האט געשריבן:עס זענען אויך שוין ליידער געווען דאן פראבלעמען דא און דארט, עס זענען שוין געווען אפגעפארענע און האלב אפגעפארענע,

א בחור פליט פון ישיבה ווייל מען האט אים געכאפט מיט א סמארטפאון

היימישע סאטמארע אינגעלייט וועלכע האבן זיך געווייקט אין קאטשעניא אלע יארן און נישט געוואוסט פון קיינע פראבלעמען חוץ פליען פון קווינס


פארשטייסטע?? אז מען פליעט פאר יעדע זאך קליין ביז גרויס, זוכט מען זיך אנדערע גליקען!!! מיר זענען צוגעוואוינט פון אינזערע זיידעס ווען עס איז געווען ס"ה 6 קינדערלעך אין די מוסדות אז ס'איז נאר דא איין דרך פאר יעדן (ע"פ דרכו איז נאך נישט געווען אין סטייל צוליב דעם) און היינט פארלאנגט מען פון 18,000 תלמידים נאכצוגיין די איין שטרענגע סטייל.

מיטן אנרופן די מענטשן מיט נעמען ווי שטינקערס אדער אנדערע ווילדע נעמען (נוסח תש"מ יארן) וועסטו גארנישט בעסער מאכן נאר ערגער, והיינט טעמה פארוואס מען אנטלויפט פון אונז...)
און כ'וועל נישט אריינגיין אין די ענין פון טעכנאלאגיע וואס יעדער פארשטייט אז מען האט אביסעלע איבערגעטריבן נאר צוליב אפאר ווילדע עסקנים וואס טעראזירן רבנים (מען האט עס שוין אויסגעשמועסט אסאך מאל דא ואכ"מ, יעדער ווייסט אז פריוואט וועלן רוב רבנים געבן מער היתירים ווי די שטרענגע קול קורא'ס)

און צו דיר סידיריאם
סידיראם האט געשריבן:טישטוך הייליג גערעכט! אידישקייט איז געווארן אזא "הארץ זאך" די עיקר זיך צו ענזשויען מיט עולם הזה, אין "לאוו'ן" גא"ד". פאר ווער עס איז געפאלן אין אידישקייט אין מען בייגט די אידישקייט צו זיין לעוול, כדי ער זאל זיך קענען מיטכאפן מיט'ן וואגן, פאר אזא איינעם, מה טוב ומה נעים, אבי ער האט עפעס שייכות מיט אידישקייט. אבער פאר רוב פון אונזערע וואס האלטן נישט דארט, זאלן זיי נישט קומען פארקויפן אז דאס מיינט אידישקייט, אל תחשוד את אבותיך במה שמסרו לך, מיר ווייסן טויזענט מאל בעסער ווי די קומזיצער'ס וויאזוי אידישקייט דארף אויסקוקן, און עס פעלט אונז נישט גארנישט. אידישקייט פאדערט עבודה, עפעס אנדערש איז נישט אידישקייט.

איך האלט אז דא ליגט אונזער גרעסטער בראך!!! עס איז אפשר אביסל קאנטראווערסיאל וואס איך גיי זאגן אבער טראכט אריין וועסטו זען אז אזוי איז עס..........
וואס איז עכט אידישקייט?? אונז האמער אינזער פערספעקטיוו פון די עלטערן און די רביס, מען האט פארלאנגט פון יעדן איינעם פון אונז א וואן-סייז-פיט-אלל אידישקייט וואס איז נישט ווייניגער ווי א גרויסער דיין, יעדער מוז גיין מיט'ן זעלבן לבוש, לערנען די זעלבע מסכתות, די זעלבע פאר חסידישע ספרים און קיין אנדערען חלילה נישט, דאווענען נאר אין די היימישע שולן, און נאך אפאר זאכן. יעדער מוז גיין אנגעטון נאר מיט א שווארצע רעקל, נאר א ביבער אדער שטאפען הוט, לאנגע וואלענע ציצית, שטריימעל בעקעשע, שווארץ און ווייסע ברילן, ויקרא שמן בישרא' חסידישער איד. יעדער וואס טוט אנדערש איז א אויסווארף, א דריטע וועלט קלאב, ממש נישט ראוי א שידוך צו טון מיר אים.

דו ווייסט דאס איז קיינמאל נישט געווען מהיות ישראל לגוי!!!! דאס איז א נייע אידשקייט וואס האט זיך אנגעהויבן נאכן צווייטן וועלט קריג, קוק אלע בילדער פון די דורות הקודמים!!! מיר האבן געהאט א שולחן ערוך, יעדער מיט א מסורה פון זיינע עלטערן (נישט מצד די קהילות אדער מוסדות), און ווילאנ מען האט זיך געפארכטן פון גאט ב"ה, און איינגעהאלטן וויפיל עס איז שייך פון תורה ומוצוות, אפילו פשוטע עין יעקב אידן, זענען געווען געשעצט און באליבט ווי נארמאלע אידן, אפילו מען האט געטראגען הויכע פויערישע שטיוול און א קאטשקעטל... מען האט נישט געמוזט זיין פון די אויבערשטע פונעם שטייסל.

גראדע פאר די ימות הבעש"ט זצ"ל איז יא געווען אביסעל אזוי ווי היינט, בעיקר מיט תורה, און דעריבער איז דער הייליגער בעש"ט אראפגעקומען אויף דער וועלט כדי צו מחזק זיין די אלע "דריטע וועלט קלאב" אידן נעבעך.... יא פשוטע אידן תהילים זאגערס זיי זאלן וויסן אז זיי זענען אויכעט זייער חשוב אין הימל!!!! עס איז טאקע דעמאלט אויך געווען אזעלכע התנגדות ווי היינט דא אויף אייוועלט... אבער ב"ה דידן נצח..... נאר ליידער איז דאך נשתכח געווארן דרך הבעש"ט ממילא קען מען שוין צוריק האקען אויף די אלע פשוטע אידן וואס האבן נישט זוכה געווען צו קענען גאנץ בבא קמא אויסענווייניג און שפירן נעבעך נישט קיין טעם אין א נשמת.

שרייבסט "אידישקייט פאדערט עבודה"!! אמת. אבער ראיתי בני עלי' והמה מועטים. דאס איז א הויעכע מדריגה. פרישות איז אויך אידישקייט און אויך אנדערע זאכען אבער נישט אחעס קען מען פארלאנגען פון יעדן (לאמיר נישט רעדן וויאזוי אונזער אהבת ישראל קוקט אויס, ווייל אויב איינער רעדט פון די "מצוה" איז ער א נידריגע ליידאק וואס רעדט נאר פון לאוו, סאו כהאב גארנישט געזאגט).

שוין צייט צו נעמען אין קאפ אריין אז נישט יעדער איד קען זיין פונקט אזוי ווי דער רבי ז"ל אליינס!!!!!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ידיעות שונות האט געשריבן:זייער שיין געשריבן, אינעם שמועס רעד איך נישט אריין, פארשטייט זיך ס'דא נקודות און צדדים לכאן ולכאן און ס'איז א שאד צו זיין פארנומען אפאר טעג דערמיט, אבער איין זאך נאר וואס דריידל האט שוין ארויסגעברענגט אז לויט דיין באשרייבן שלמה קארלבאך ביסטו אפשר נישט אינגאנצן באהאוונט ווער און וואס דאס איז געווען, לענינינו קומט עס דא לכאורה כלל וכלל נישט אריין, קיין איינע פון די אלע היינטיגע א. ג. משפיעים דערוואגן זיך נישט צו טוהן דאס מינדענסטע פון זיינע דרכים, אויב יא וואלט זיי שוין לאנג געווען ידועים לשמצה. ודי.

אויך אינזין געהאט דאס מגיב צו זיין
מיר שיינט אז דער שרייבער איז אין סוף 20 אדער אנהייב 30 יארן אז ביי אים זענען די תש"ס-ס"ט גאלדענע יארן אן "עפאכע ווען די וועלט איז נאך געווען עטוואס מער תמימות'דיג און ריין"
קען זיין עפעס פעלט מיר, אבער איך זע נישט מיט וואס די וועלט איז היינט שמוציגער ווי די מיטעלע ס' יארן (חוץ דעם חלק אז ס'איז דא מער נושרים)
בין איך טאקע אזוי תמימות'דיג?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

דניאל די שרייבסט זייער שיינע ווערטער, איך זעה אבער נישט ווי אונז קריגן מיר זיך. דאס אז אידישקייט פארלאנגט עבודה, ביסטו מסכים, דאס אז מען דארף נישט זיין פונקט ווי די רבי ז"ל בין איך אויך מסכים. דאס אז אידישקייט איז נישט געבויעט אויף דברים טפלים ווי לערנען די זעלבע מסכת, גיין מיט די זעלבע סייז היט, בין איך אויך מסכים.

די שרייבסט זייער שיין, אבער מיינע ווערטער שטימען נאך אלס נאך דיינע ווערטער. די ברענגסט ארויס איין נקודה, און איך ברענג ארויס אן אנדערע נקודה, מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

איך קען פערזנליך 2 איד'ן וואס די וועג פין זאגען פאר זיי אז השם לאווס יא בכל מצב האט זיי צריק געברענגט צי יודישקייט נאכדעם וואס זיי האבען אביסעל געגלישט אין זיי זענענן ארוס געשטויסען פין אונזער חבריה האבען זיי געגלישט אד לאדמה חולל שבת אין די ברעסלוו וועג פין אנפאנגען מיט אביסעל ביז זיי זענענן היינט נערמאלע יודן
....
זיכער איז נישט די וועג פאר יעדעם עס איז א האקיל וועג אבער מ'קען עס נישט אוועק מאכען
Sorry for my misspellings
שפרינגער
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 3:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרינגער »

טישטוך, גאר גוט! ;l;p- , דאס איז בנוגע דעם עצם רעיון, בנוגע דאס וואס דו שרייבסט איבער דעם טמא ומטומא זכרונו לסרחה בין איך אינגאנצן נישט מסכים.

@דריידל, דו האלטסט טאקע אז היינט צו טאגס קען מען גרינגער און בעסער ערציען קינדער ווי אין די לעצטע הונדערטער יארן וואס געוויסע וואס האבן פארכאפט די מאכט האבן אונז יא דיקטירט ווער ס'איז א גדול און ווער נישט? נאכמער, האלסטו באמת אז דאס האט נישט צוגעגעבן צו אידישקייט, ווער רעדט נאך פון אראפ נעמען? דו האלטסט טאקע אז באמת האט מען יא געשפירט א גרעסערע דראנג צו אפגליטשן ח"ו נאר ס'איז פשוט נישט געווען וואו זיך צו איינגלידערן?

דניאל אויערבאך האט געשריבן:דו ווייסט דאס איז קיינמאל נישט געווען מהיות ישראל לגוי!!!! דאס איז א נייע אידשקייט וואס האט זיך אנגעהויבן נאכן צווייטן וועלט קריג, קוק אלע בילדער פון די דורות הקודמים!!! מיר האבן געהאט א שולחן ערוך, יעדער מיט א מסורה פון זיינע עלטערן (נישט מצד די קהילות אדער מוסדות), און ווילאנ מען האט זיך געפארכטן פון גאט ב"ה, און איינגעהאלטן וויפיל עס איז שייך פון תורה ומוצוות, אפילו פשוטע עין יעקב אידן, זענען געווען געשעצט און באליבט ווי נארמאלע אידן, אפילו מען האט געטראגען הויכע פויערישע שטיוול און א קאטשקעטל... מען האט נישט געמוזט זיין פון די אויבערשטע פונעם שטייסל.

גראדע פאר די ימות הבעש"ט זצ"ל איז יא געווען אביסעל אזוי ווי היינט, בעיקר מיט תורה, און דעריבער איז דער הייליגער בעש"ט אראפגעקומען אויף דער וועלט כדי צו מחזק זיין די אלע "דריטע וועלט קלאב" אידן נעבעך.... יא פשוטע אידן תהילים זאגערס זיי זאלן וויסן אז זיי זענען אויכעט זייער חשוב אין הימל!!!! עס איז טאקע דעמאלט אויך געווען אזעלכע התנגדות ווי היינט דא אויף אייוועלט... אבער ב"ה דידן נצח..... נאר ליידער איז דאך נשתכח געווארן דרך הבעש"ט ממילא קען מען שוין צוריק האקען אויף די אלע פשוטע אידן וואס האבן נישט זוכה געווען צו קענען גאנץ בבא קמא אויסענווייניג און שפירן נעבעך נישט קיין טעם אין א נשמת.

שרייבסט "אידישקייט פאדערט עבודה"!! אמת. אבער ראיתי בני עלי' והמה מועטים. דאס איז א הויעכע מדריגה. פרישות איז אויך אידישקייט און אויך אנדערע זאכען אבער נישט אחעס קען מען פארלאנגען פון יעדן (לאמיר נישט רעדן וויאזוי אונזער אהבת ישראל קוקט אויס, ווייל אויב איינער רעדט פון די "מצוה" איז ער א נידריגע ליידאק וואס רעדט נאר פון לאוו, סאו כהאב גארנישט געזאגט).

שוין צייט צו נעמען אין קאפ אריין אז נישט יעדער איד קען זיין פונקט אזוי ווי דער רבי ז"ל אליינס!!!!!

אנטשולדיגט, אבער איך קען נישט איינער וואס קוקט אראפ איינעם א פשוט'ן בעה"ב וואס האט א שיעור קבוע און פירט אויס זיינע פליכטן אפילו ער איז נישט ווי דער רבי ז"ל, בכלל נישט דאס איז די נושא דא. מ'רעדט פון אזעלכע וואס פארלאנגען גארנישט, דו ביסט גוט אזוי ווי דו ביסט, און דו דארפסט בכלל נישט ווערן בעסער ווייל אזוי איז ממש פערפעקט.
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

וואס דא גייט נישט פאר...
אין קיין שום וועג אויף די וועלט דאס אראפצושרייבן אין יעדער זאל פארשטיין דאס זעלביגע.
פון ווי נעמסטו וואס יודישקייט איז?
דיין רבי האט דיר אזוי אויסגעלערענט, דו ווייסט זיכער אז סאיז דא נאך רעביס אויפן וועלט, דיין רבי איז נישט דער איינציגסטער רבי אויפן וועלט, אפשר איז דער אנדערע רבי גערעכט... ווי קומען אינז יודן אן צו רעדען וועגען וועלעכע וועג איז יא אדער נישט גערעכט,
ווילסטו טאקע עפעס אויפטוהן הייבט אייך אויף אין הייב אן צו העלפען אדרבה טרייטס אויס דיין וועג וואס דו האלסט אז ידישקייט באשטייט פון, אין אז דו האלסט איין בחור ביי יודישקייט דעמאלטס קענסטו דיר פארמעסטן מיט דער וואס האלט א בחור פון מחלל שבת זיין וועגען לאוו פארן באשעפער,
ווי לאנג דו שרייבסט נאר זעה איך נישט ווי דו קימסט אפילו נאנט צו דער וואס האלט אפ א בחור פון מחלל שבת זיין,
לאמיך צינעמען אזא בחור
געווענליך אין איך בין זיכער אז דו ווייסט דעיס וועט נישט זיין א בחור וואס האט א געשמאקע יוגנט,
אוואדאי איז דא בחורים מיט זייער א שווערע יוגנט אין נאך אלץ באוויזענט צו בלייבן א יוד וואס דו רופסט יודישקייט,
פארשטיי אבער נישט יעדע קאנטרעקטער קען בויען די טווין טאורס...
א ציבראכענע נשמה ווי אלט ער זאל נאר זיין, ביי יעדען איינעם קראכט עס אין א אנדערע צייט,
דרייט זיך ארום א פארלוירענער טראסט האט ער שוין נישט אין קיין מענטש אין דער וועלט, פארוואס איז נישט קיין חילוק ער איז א מענטש ער האט פילינגס, קיינער איז נישט באשאפן געווארן א מלאך, פון ישיבה האט מען איהם פארשיקט אז ער איז לאקי אין זיין טאטע האט אסאך עקסטרע געלט האלט מען איהם אין ישיבה אבער פארשטייסט זיך די משגיח מאכט זיכער אז יעדער שטייט ווייט פון איהם... פוהלט ווייניגער ווערט ווי פון א שאלאכטץ פון א ארענדזש,
יעצט אמאליגע צייטן וואס איז געשעהן? רוב האבן כאטשיג געהאט א הייליגע רבי ווי טאהש סאטמאר וכו' וואס זיי האבן אין זייער וויסטן חלום נישט פארטריבן א בחור האבן זיי זיך כאטשיג דארט געדרייט אין באקומען זייער ליבשאפט אין שוין חתונה געהאט אין מזל טוב, אבער וואס פארלאנגסטו פון א היינטיגע בחור ווי פינקטלעך זאל ער גיין? דא האט ער א רבי וואס האקט אין ווארפט אוועק מענטשן לשם שמים, דא האט ער א אפענע וועלט ער זעהט פינקטליך וואס גייט פאר, דעיס קען מען נישט, אין מען וועט דעיס נישט קענען באהאלטן פון א בחור, די וועלט איז היינט א אפענע וועלט, געדענקסט אין אינזערע בחורישע יארן? ווען מען האט געוואלט אנקומען אין קאך איז מען אנגעקומען נישט קיין חילוק וויפיהל שלעסער סאיז געוועהן אויפן טיהר, א בחור גייט אין קען אלעס, צו אלעס אנקומען...
איז וואס פארלאנגסטו פון איהם
ליבשאפט נישט אינדערהיים נישט אין ישיבה, אחוץ פאלטשע... איז וואס פארלאנגסטע פון איהם וואס ווילסטו פון דעים נ ש מ ההההה האבן
גייט ער זיכן לאוו פונעם אויבערשטען כאטשיג, אין אינז קלעצער ווילן פון זיי דעיס אויך אוועקנעמען, ניין טיסט נישט געניג דער אויבערשטער האט דיר נישט ליב... דארפסט טוהן מער, אה שכוח, גייט ער זוכן אויפן אינטערנעט דארטן האט ער ביז אפאר מינוט 300 לייקס אויף א פעיסבוק פאוסט אדער 2000 אויף אן איסטעגראם פאוסט,
זאלסטו וויסן אין מיינע אויגן איז אזא איינער נישט מער ווי א רוצח אויב זאגסטו דאס פאר אזא איינעם...
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

גראף פאטאצקי האט געשריבן:
גייט ער זיכן לאוו פונעם אויבערשטען כאטשיג, אין אינז קלעצער ווילן פון זיי דעיס אויך אוועקנעמען, ניין טיסט נישט געניג דער אויבערשטער האט דיר נישט ליב... דארפסט טוהן מער, אה שכוח

.



;l;p-
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:איך קען פערזנליך 2 איד'ן וואס די וועג פין זאגען פאר זיי אז השם לאווס יא בכל מצב האט זיי צריק געברענגט צי יודישקייט נאכדעם וואס זיי האבען אביסעל געגלישט אין זיי זענענן ארוס געשטויסען פין אונזער חבריה האבען זיי געגלישט אד לאדמה חולל שבת אין די ברעסלוו וועג פין אנפאנגען מיט אביסעל ביז זיי זענענן היינט נערמאלע יודן
....
זיכער איז נישט די וועג פאר יעדעם עס איז א האקיל וועג אבער מ'קען עס נישט אוועק מאכען

איך קען א איד וואס האט געהאט א קארדיעק ארעסט, ער איז שוין נישט דאהי געווען, און מ'האט אים געשאקט, און ב"ה ער איז צוריקגעקומען צווישן אונז לאויש"ט
יעצט אז איינער וועט קומען צום דאקטאר און זאגן אז ער האט טשעיס פעין וועט מען אים שאקן? ר"ל וואס קען פאסירן מיט אים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”