רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
דריידל האט געשריבן:דיעל האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:וויזניצע רבי האט געהאט אסאך חומרות. עטליכע ווייס איך אבער איך בין זיכער ס'געווען נאך
א. נישט געלאזט ריפן הצלה שבת נאר פאר פיקוח נפש ממש. טאמער האט מען געריפן הצלה, האט מען געדארפט גיבן א סכום געלט פאר צדקה. אזוי וועט א מענטש טראכטן צוויי מאל פאר'ן ריפן טאמער ס'איז טאקע פיקוח נפש.
ב. נישט געפארן אין א קאר חול המועד
ג. ביי חתונות האט מען געגעבן "דעזירט" (נאכשפייז) הערשט נאכן בענטשן צוליב ספק ברכה
ד. אין וויזניץ ביי שלוש סעודות גיט מען גאר קליינע בילקעלעך, כדי ס'זאל נישט בלייבן קיין שיעור כזית וואס מ'ווארפט אוועק
באופן כללי איז די רבי געווען "גאר א גרויסע מיקל" ער האט נישט געקענט סובל זיין קיין חומרות. (איך האב אסאך מעשיות דערוועגן).
א. רופן הצלה ווען עס איז נישט פקוח נפש ממש איז חילול שבת רח"ל. ער האט ס"ה מעמיד געווען דת על תילה. ער האט דעמאלטס אויפגעברענגט א געדאנק פון געבן א סכום געלט ווען מען רופט הצלה שב"ק - אבער קיינמאל נישט איינגעפירט. (אגב איז דעמאלטס געווען א גרויסע הפקרות מיט רופן הצלה שב"ק)
ב. דאס איז א רעבישע זאך כמנהג אבותיו.
ג. נישט צוליב ספק ברכה - נאר צוליב דעים וואס מענטשן מאכן מיט קיין ברכה.
ד. דאס איז פשוט צו שפארן געלט משום בל תשחית.
אין ענייני כשרות המאכלים האט די רבי געהאט "אייגענע" פארשידענע חומרות. באופן כללי האט ער נישט מחמיר געווען.
פריער האט שיינער געשריבן אז די רבי האט זיך געפירט מוצאי שבת כשיטת רבינו תם. דאס איז פרשטייט זיך שטותים והבלים - אדער ווי די רבי וואלט געזאגט להד"ם. איך האב איין יאר מוצאי יום כיפור אליינס געזען - עס איז נישט געווען קיין לבנה, איז נישט געווען קיין קידוש לבנה. די רבי האט געמאכט הבדלה תיכף נאך מעריב אין די לאבי פון די נייע ביהמ"ד. די רבי האט געטרינקן די וויין 69 מינוט נאכן שקיעה.
א. למעשה האט ער געזאגט אנדערש ווי אלע אנדערע רבנים, איז עס פאררעכענט אלץ חומרא.
ב. נישט געוויסט. זיין ברידער האט זיך אויך אזוי געפירט? און פארוואס איז ער געפארן מיט א באן צום סאטמאר רב חוה"מ?
ג. מ'גיט אויך מזונות און דאס איז יא א ספק ברכה
דער רבי זצ״ל האט זייער ממאס געווען דאס מאכן א דור ישרים, איידער מ׳טוט א שידוך. וטעמו ונימוקו עמו, אז דאס איז קעגן דעם תמים תהיה כידוע.
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5641
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
shimon7323 האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:ער פלעגט קומען קיין בארא פארק יעדעס יאר פאר א שבת אין די ימי ספירה. מ'האט געזאגט אז ער קומט דירעקט אין ספירה צו מאכן זיכער אז מ'שערט זיך נישט די בערד
סאיז געווען אן ענין צי ארימפארן און די ספירה
אפשר טאקע מהאי טעמא.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
- קיווי סטראבערי
- שר האלף
- תגובות: 1058
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm
פעלעד האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:די לעצטע מאל ער איז געווען אין א"י איז ער נישט געגאנגן צום כותל. האט ער מגלה געווען די טעם?
מהאט געזאגט וויבאלד ער האט געהערט אז זענען דא קעמערעס ביים כותל 24 שעה א מעת לעת.
נישט נאר די לעצטע מאל
ער איז געווען אין א"י תשס"א, תשס"ב, תשס"ג און תשס"ה
ער איז ביי קיין איינע פון די נסיעות נישט געווען ביים כותל
בנוגע רופן הצלה האב איך געהערט פון כלי ראשון אידן וואס האבן זיך געדרייט ארום דעם הייליגן רבי'ן זי"ע הכ"מ, אז אין די בראשית יארן פון חברה הצלה האט געהערשט א געפערליכע הפקרות אין הלכות שבת עד כדי כך אז א הצלה קאר געפארקט אין די געגנט פון 6 לי עוועניו איז גערוקט געווארן עטליכע מאל אינמיטן שבת בכלל נישט פיקוח נפש רילעיטעד, ואשע"כ האט ער געהאט אביסל א שטרענגע צוגאנג צו הצלה.
פאר די אלע וואס ווערן עמאציאנעל היינט דערוועגן, אז ווי האט מען בכלל געמעגט טשעפען הצלה, פיקוח נפש...... ברויכן ארייננעמען אין קאפ אז עס איז דאן געווען א נייע זאך און עס מאכט סענס אז געוויסע זאלן עס אנקוקען מיט א קרום אויג אויב קוקט עס אויס ווי עס קען טשעפען מיטן שבת.
פילע זענען באקאנט אז זיינע חסידים האט ער נאר געלאזט ווערן הצלה מיטגלידער נאר נאכן זיך פארהערן גאנץ הלכות שבת.

אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
דריידל האט געשריבן:דיעל האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:וויזניצע רבי האט געהאט אסאך חומרות. עטליכע ווייס איך אבער איך בין זיכער ס'געווען נאך
א. נישט געלאזט ריפן הצלה שבת נאר פאר פיקוח נפש ממש. טאמער האט מען געריפן הצלה, האט מען געדארפט גיבן א סכום געלט פאר צדקה. אזוי וועט א מענטש טראכטן צוויי מאל פאר'ן ריפן טאמער ס'איז טאקע פיקוח נפש.
ב. נישט געפארן אין א קאר חול המועד
ג. ביי חתונות האט מען געגעבן "דעזירט" (נאכשפייז) הערשט נאכן בענטשן צוליב ספק ברכה
ד. אין וויזניץ ביי שלוש סעודות גיט מען גאר קליינע בילקעלעך, כדי ס'זאל נישט בלייבן קיין שיעור כזית וואס מ'ווארפט אוועק
באופן כללי איז די רבי געווען "גאר א גרויסע מיקל" ער האט נישט געקענט סובל זיין קיין חומרות. (איך האב אסאך מעשיות דערוועגן).
א. רופן הצלה ווען עס איז נישט פקוח נפש ממש איז חילול שבת רח"ל. ער האט ס"ה מעמיד געווען דת על תילה. ער האט דעמאלטס אויפגעברענגט א געדאנק פון געבן א סכום געלט ווען מען רופט הצלה שב"ק - אבער קיינמאל נישט איינגעפירט. (אגב איז דעמאלטס געווען א גרויסע הפקרות מיט רופן הצלה שב"ק)
ב. דאס איז א רעבישע זאך כמנהג אבותיו.
ג. נישט צוליב ספק ברכה - נאר צוליב דעים וואס מענטשן מאכן מיט קיין ברכה.
ד. דאס איז פשוט צו שפארן געלט משום בל תשחית.
אין ענייני כשרות המאכלים האט די רבי געהאט "אייגענע" פארשידענע חומרות. באופן כללי האט ער נישט מחמיר געווען.
פריער האט שיינער געשריבן אז די רבי האט זיך געפירט מוצאי שבת כשיטת רבינו תם. דאס איז פרשטייט זיך שטותים והבלים - אדער ווי די רבי וואלט געזאגט להד"ם. איך האב איין יאר מוצאי יום כיפור אליינס געזען - עס איז נישט געווען קיין לבנה, איז נישט געווען קיין קידוש לבנה. די רבי האט געמאכט הבדלה תיכף נאך מעריב אין די לאבי פון די נייע ביהמ"ד. די רבי האט געטרינקן די וויין 69 מינוט נאכן שקיעה.
א. למעשה האט ער געזאגט אנדערש ווי אלע אנדערע רבנים, איז עס פאררעכענט אלץ חומרא.
ב. נישט געוויסט. זיין ברידער האט זיך אויך אזוי געפירט? און פארוואס איז ער געפארן מיט א באן צום סאטמאר רב חוה"מ?
ג. מ'גיט אויך מזונות און דאס איז יא א ספק ברכה
ב. יא. דער ברידער האט זיך אויך אזוי געפירט. אויך זיינע קינדער זז"ג פירן זיך אזוי.
אגב, דער גרויסע ברידער איז געווען גאר גאר א גרויסע פרומער אין מחמיר, קיינמאל נישט געגעסן זאכן וואס איז נישט געמאכט אין שטוב.
א בריוו געשריבן קיין אונגארן ג' אחרי [י"א ניסן] תש"ח, געסטעמפט דורך די פאסט צוויי טאג שפעטער april 22
ער שרייבט אז זיי זענען געווען קודם א וואך אין האטעל, 3 וואכן ביים צעלימער רב, און יעצט ביים פעטער [שווער'ס ברודער].
זייט נישט ברוגז, נאר דיזע אויסשניטן איז אוועליבעל פאר מיר.

- אטעטשמענטס
-
- viznitz 3.jpg (28.74 KiB) געזען 2685 מאל
-
- viznitz 2.jpg (28.53 KiB) געזען 2685 מאל
-
- viznitz 1.jpg (53.9 KiB) געזען 2685 מאל
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
גלאזער האט געשריבן:א בריוו געשריבן קיין אונגארן ג' אחרי [י"א ניסן] תש"ח, געסטעמפט דורך די פאסט צוויי טאג שפעטער april 22
ער שרייבט אז זיי זענען געווען קודם א וואך אין האטעל, 3 וואכן ביים צעלימער רב, און יעצט ביים פעטער [שווער'ס ברודער].
זייט נישט ברוגז, נאר דיזע אויסשניטן איז אוועליבעל פאר מיר.
ג' אחרי [א]
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 603
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

בילדער 3
בבית מדרשו בבני ברק
נראה: בנו הגדול מהרפ"ש ז"ל - יבלח"ט כ"ק אדמו"ר שליט"א ממאנסי - משב"ק ר' יוסף ראאב - משב"ק ר' יעקב אהרן וורצ"ב - ר' שמעון גפנר ז"ל - ר' ישראל שטיין - ר' יחיאל אלטר רז"ב - ר' שלמה לודנר - ועוד

- 2012-03-18 (1) 0008.jpg (162.12 KiB) געזען 2535 מאל
-
- 2012-03-18 (1) 0007.jpg (153.05 KiB) געזען 2535 מאל
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
גלאזער האט געשריבן:שמואל בארג האט געשריבן:גלאזער האט געשריבן:גלאזער האט געשריבן:יעצט געטשעקט דעם שיף מאניפעסט, שטייט אויבן כד אדר א' תשח
מאנכע האבן געבעטן דעם פאטאסטאט
פון וואנעט נעמט זיך די טעות וואס די וועלט שמועסט אז עס האט געאנקערט כ"ט אדר?
אוהב ספרים איז גערעכט.
א מאל שטייט דעם דאטום פון אנקומען. טעיתי
דער שיף איז אנגעקומען כ"ז אדער כ"ח אדר א'