רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

[align=center]כבוד קדושת מרן אדמו״ר הגה״ק משיירי כנסת הגדולה
רבי מרדכי האגער זצ״ל
מוויזניץ
[/align]
איז געבוירן אלס דער צווייטער זון צו זיין טאטען הרה״ק רבי חיים מאיר זצ״ל - מוויזניץ, און צו זיין מאמען הרבנית הצ׳ מרגליא בת הרה״ק רבי וועלוול מראחמיסטריווקא זצ״ל.

ביום י״ח תמוז שנת תרפ״ב לפ״ק.

אין שטאט גרויסווארדיין ווי זיין טאטע דער ״אמרי חיים״ האט געדינט אלס רב.

אין די יונגע יארן איז ער געווען דבוק איז זיין גרויסן זיידן דער הייליגער ״אהבת ישראל״ מוויזניץ זצ״ל ווי ער האט יונק געווען מאור קדושתו, און מתאבק געווען בעפר רגליו הטהורים, זיך גוט מעיין געווען בדרכיו הק׳ און איז פארבליבן דבוק בלב ונפש אינעם זיידן אלע זיינע לעבענס טעג.

אין די בחורישע יארן האט ער געלערנט אין מערערע ישיבת בתוך זה האט ער געלערנט א קורצע צייט בישיבתו של הגה״ק האדמו״ר מהר״י ט״ב מסאטמאר זצ״ל - אבער זיך פארעכענט אלס א תלמיד בשיטתו לגבי הרבה ענינים.

כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ פיגא מלכה בת הרה״ק רבי יעקב יוסף מסקווירא זצ״ל זי איז נפטר געווארן גאר יונג אן איבערלאזן קינדער, ער האט חתונה געהאט צום צווייטן מאל מיט אחותה הרבנית הצ׳ סימא מירל מיט וועם ער האט אויפגעשטעלט זיין שטוב לשם ולתפארת בנין וחתנין הרבנים והאדמורים.

רב ומנהיג העדה - ומ״מ אביו באדמורות בארה״ב:
נאכן קריג איז ער צוזאמען מיט זיין שווער דער סקווירא רבי זצ״ל אנגעקומען קיין אמעריקא ווי ער האט אין אנהייב משמש געווען אלס רב דק׳ וויזניץ אין שטאט בארא פארק דערנאך איז ער אריבער וואוינען קיין וויליאמסבורג און משמש געווען אין די וויזניצע וויליאמסבורגער קהילה, בשנת תשל״ב מיט די פטירה פון זיין טאטען דער אמרי חיים זצ״ל איז ער געקרוינט געווארן אלס אדמו״ר מוויזניץ בארצות הברית.

אביסל שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין מאנסי ווי ער האט משכלל געווען די הערליכע וויזניצער אימפעריע וואס איז א שם דבר מיט איר ערליכקייט ארגענעלקייט און מיט די חשובע חסידים בני תורה און גאר ערליכע תמימותדיגע אידן, דער בארימטער וויזניצער הויף האט געהאט דעם משמעות פון א ריכטיגען פארצייטישן הויף - א באגריף פון א ריכטיגער חצר הקודש פון הייסע חסידים מיט א געטרייען רבין.

ויחן את פני העיר: מאנסי נ.י. יצ״ו.
דער ״חסידישער״ עיר ואם בישראל מאנסי האט זוכה געווען אז נאך איר באדן לעכצן שווערע צענדליגער טויזענטער היימישע אידן זיך צו באזעצן... און שווערע צענדליגע טויזענטער וואס האבן שוין די זכיה צו שפאצירן אויף אירע געסלעך... דאס אלעס איז צו פארדאנקן דעם וויזניצער רבין׳ס החלטה אין יענע ווייטע פארגאנגענהייט זיך ארויסצוצוען שם במדבר שממה, ער איז געווען דער גרינדשטיין פאר די היינט גרעסטע (פון די שענסטע) מקום יישובים פון היימישע ערליכע אידן... מיט די צענדליגע הייליגע מוסדות התורה והחינוך, ישיבת, כוללים, קהילות קדושת, חצירות הק׳ וואס געפינט זיך אין מאנסי ניו יארק און אירע אומגעגענטער.

זמרו לשמו כי נעים: רבי מאטעל׳ע.
דער וויזשניצער רבי איז גערופן געווארן בלשון חיבה בכל תפיצות ישראל ״רבי מאטעל׳ע״ - דער חיבה׳דיגער קלינגעדיגער נאמען איז אלס געווען באוויסט און אנגענומען אלס א רבי אן עכטער ערליכער איד! אלס איינער וואס איז א ״שולחן ערוך רבי״ און איז פון אייביג אן געווען פארעכענט פון די גאר ערליכע צדיקים פונעם דור. נאך פון זיינע פריה יוגענט יארן בימי בחרותו איז ער געווען בארימט אלס אן עובד ה׳ בתמימות, און א מתמיד עצום, א ריכטיגער דוגמא פון א העכערער סוג בנן של קדושים. ער איז פון אייביג אן געווען איינער וואס האט נישט געקוקט אויף גארנישט אפי אויף זיין אייגענע כבוד ווען עס איז געקומען צו זאכן וואס ער האט געהאלטן אז עס האט מיט כבוד שמים, איז ער שטענדיג ארויס בכל התוקף מיט זיין דעת תורה.

לנחותם הדרך: מנהיג ישראל.
ער איז געווען א זעלטן שטארקער מנהיג בקרב חסידיו, ממש פעלזן פעסט וואס מזעהט נישט אזאנס. ער האט געהאט אלע חסידים אין די האנט מיט א געוואלדיגע שליטה רבנית. זיין הייליג הויף האט געטראגן דעם אויסקוק און באגריף אזוי ווי א רבי מיט חסידים פון פארצייטענס און די אלטער היים... איבעראל האט מען באוואונדערט דעם אויסטערלישען הצלחה וואס רבי מאטעל׳ע האט פון אייביג אן געהאט סיי מיטן אויפבויען א חצר מהתחלה און בפרט מיטן האבן די כח פון האלטן אזא גוטן קאנטראל פון אן הנהגה כללית ופרטית מיט א עינא פקיחא אויף אלע זיינע חסידים מקטן ועד גדול ממש.

יעדער חסיד איז געווען אונטערן רבינ׳ס גאר שארפן חוש און געניטער אויג פון אויפפּאסן און דערשמעקן אלעס און אלצדינג, דער רבי האט געהאט א געוואלדיגער חוש צו קענען האלטן חשבון אויף יעדענס חסיד התנהגות און געוויסט גענוי איבערן חסיד׳ס אויפירונג, זיין שטוב, ארבייט, מצב הרוחני, ומצב הגשמי.

תורת חכם מקור חיים: התמדה בתורה.
וויזניצער רבי איז געווען בארימט אלס א מתמיד עצום בלימוד התורה, א רבי וואס איז געזיצן און געלערנט און יעדע פרייע מינוט ביגיעת התורה ממש, פון זיין יוגענט יארן ביז ליום פטירתו לא פסיק פימיה מגירסת התורה..
אפי׳ און שפעטערע יארן ווען זיין ריאה איז שוין געווען אפגעשוואכט איז ער נאך געזיצן און געלערנט זיינע שיעורים תמידן כסדרן. די זעלבע האט ער געמאנט און געפאדערט פון זיינע חסידים, און די רבי האט טאקע געהאלטן חשבון אויף די סדרי הלימוד ושעות הלימוד פון יעדען באזונדער.

ומרדכי זקן בא בימים: ריש גלותא.
שפעטער מיט די יארן ווען דער וויזניצער רבי איז געווארן עלטער, און זוכה געווען צו א געבענטשטע זקנה וואס ווייניג זענען זוכה דערצו, אנצוגיין מיטן פולן דעת און מיטן גאנצן שארפן חוש השכל ביזן לעצטן רגע, ממש לא נָס לֵחֹה נאר צוזענדיג ווי דער מח האט אים געארבייט פיבּערהאפטיג עפעס מיט אן אויסטערלישן סייעתא דשמיא, איז געווען ווערד א נסיעה צום רבין פונעם ווייטסטען אינזל!

אויב איז ביז דאן געווען א פלייץ פון חסידים ואנשי מעשה פון איבעראל, איז לעצטענס אין די שפעטערע יארן האט מען אנגעהויבן צו שטראמען אן אויפהער ממש מכל שכבת העדות נהנה צו זיין עצה ותושיה פון אן ערליכער יוד - א פארצייטישער רבי. און פון אלע שיכטן און עקן איז מען געלאפן מיט די קינדער צו צייגן וויזוי עס זעהט אויס אן אמתער רבי א גרויסער מנהיג ישראל וואס איז געשעצט און רעספעקטירט בכל תפוצות ישראל.

מלך שופט באמת:
אין חצר הקודש וויזניץ מאנסי איז אלעס צוגעגאנגען מיט א זעלטנעם ארגענעלקייט אן דאס מינדעסטע דאכט פון היינטיגע איינגעגעסנע פאלשקייטן און חיצוניות.

פארפירערישע פּראפּעגאנדע מאן דכר שמיה... ביים וויזניצער רבין איז דאס געווען באלד ארגער ווי חמץ אום פסח - חמץ בפסח איז נאר בבל יראה ובבל ימצא, אבער די דאכטן פון נערישע טפילות׳דיגע פרסום כבוד המדומה ופּראפּגאנדע איז געווען ביים רבין בבל יפקד ובבל יזכר כלל וכלל...

דער גאנצער מהות החצר איז געווען געשטעלט מיטן רבין׳ס מידה פון תתן אמת... חניפה, שני פנים׳דיג, אדער סיי וואס ענדעלט צו שקר האט אין וויזניץ נישט תופס מקום געווען.

דער וויזניצער רבי איז דער סימבאל לדורי דורות אז מיטן אמת, מיט ריינקייט, און מיט לויטערקייט קען מען גרייכן די ווייטסטע.! (הגם נישט אזוי גרינג...)

אשכבתיה דרבי:
די רבי איז אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הק׳ כמעט עד יומו האחרונה, דאס הייליג ליכטל האט די לעצטערע פּאר חדשים געצאפּעלט.... ביז די רבי האט אויסגעהויעכט נשמתו הק׳ לגנזי מרומים ביום כ״ט אדר שנת תשע״ח.

בניו: הרה״צ פנחס שלום זצ״ל - חתן הרה״ק מספינקא זצ״ל
הרה״צ ישראל שליט״א - חתן אב״ד אוהעל
הרה״צ מנחם מענדל שליט״א - חתן דודו הרה״צ האדמו״ר מראחמיסטריווקא שליט״א
הרה״צ יצחק יוחנן שליט״א - חתן האדמו״ר מקיוויאשד זצ״ל
הרה״צ אליעזר זאב שליט״א - חתן אדמו״ר מסקווירא מב״פ זצ״ל
הרה״צ דוד שליט״א - חתן האדמו״ר מקאלוב ארה״ב שליט״א
הרה״צ אהרן שליט״א - חתן רבי נפתלי טויב בן אדמו״ר מקאלוב שליט״א
הרה״צ ברוך שמשון שליט״א - חתן האדמו״ר הרה״צ רבי ישראל מוויזניץ שליט״א

חתניו:
הרה״צ אברהם דוב טווערסקי שליט״א - בן רבי יוחנן מראחמיסטריווקא
הרה״צ ישראל אליעזר פיש שליט״א - מביקסאד
הרה״צ יהוסף ראטענבערג שליט״א - מקאסאן
הרה״צ אהרן מענדל טווערסקי שליט״א - בן אדמו״ר מסקווירא שליט״א
הרה״צ יחיאל מיכל מוסקאוויטש שליט״א - משאץ
הרה״צ נחמן יוסף טווערסקי שליט״א
אטעטשמענטס
IMG_5915.JPG
IMG_5915.JPG (642.28 KiB) געזען 17906 מאל
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

עירוב פרשיות כתוב כאן.

די רבי הכ"מ האט זיך שוין געצויגן קיין מאנסי אום תשכה. נישט ווי בארכטעט, אז הערשט נאך תשל"ב.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבי אהרן האגער איז אן איידעם ביי רבי רבי נפתלי טויב זצ"ל ברודער פון יבלח"ט קאלובער רבי שליט"א
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

הבדלה
אטעטשמענטס
1 (1).jpg
1 (1).jpg (199.36 KiB) געזען 17806 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ביי א שמחה בבית בנו רבי אליעזר וועלוול שליט"א עם מחותנו מסקווירא ב"פ זצ"ל ויבלח"ט גיסיו מראחמיסטריווקא וסקווירא שליט"א
אטעטשמענטס
1 (2).JPG
1 (2).JPG (226.7 KiB) געזען 17769 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

חתונת הרב יעקב יוסף בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא וחתן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל
1 (4).jpg
1 (4).jpg (83.16 KiB) געזען 17752 מאל

די אינגע דור זאל זעהן אויף וואסערע בענקליך די רבי'ס זענען אמאל געזעצן...
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

די באקאנטע בילד ביי פרעזידענט קארטער מיט הרבנים האדמורים זצ״ל.
אטעטשמענטס
IMG_5926.JPG
IMG_5926.JPG (100.17 KiB) געזען 17592 מאל
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

חמרא טבא האט געשריבן:הבדלה

וואף. וועלכע יאר איז די בילד?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

רבניש האט געשריבן:די באקאנטע בילד ביי פרעזידענט קארטער מיט הרבנים האדמורים זצ״ל.

ווער זענען די רבנים דא ביים דעם בילד?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

פאטאקי08 האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:די באקאנטע בילד ביי פרעזידענט קארטער מיט הרבנים האדמורים זצ״ל.

ווער זענען די רבנים דא ביים דעם בילד?

זייער פשוט פון רעכטס אדמו״ר מהר״ש מבאבוב ואדמו״ר מוויזניץ זצ״ל, דער יונגערמאן איז אדמו״ר מהר״י מוויזניץ מאנסי שליט״א, דערנאך אדמו״ר מהרנ״ץ מבאבוב, ראביי גלאק, קעגן איבער אדמו״ר הברך משה זצ״ל
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

יש׳כ רבניש זייער שיין, שרייב נאך
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

פון JDN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

בילד
בילד
בילד
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

בילד
בילד
מדי דברי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מדי דברי »

חתונת רא"מ
אטעטשמענטס
2018-03-16 15.33.15.jpg
2018-03-16 15.33.15.jpg (410.46 KiB) געזען 17094 מאל
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די אייגענארטיגקייט פון וויזניץ מאנסי איז צו באווינדערן. די גאנצע פאמפע דראמפע וואס אנדערע חסידות האבן איז דארט נישטא בנמצא. נישט קיין אייגענע נגונים, נישט קיין דף הקהילה, איידימער וואס קומען אריין אין די משפחה, פארלאנגט מען נישט צו טוישן די לבוש ועוד ועוד.

ס'האט מיר דערציילט איינער וואס איז נישט קיין וויזניצער אז זיין בחור האט זיך פארהערט ששה סדרי משנה און ער איז אריין צום רבי'ן מיט זיין בחור. ער האט זיך פארגעשטעלט פאר די רבי אז ער איז געווען פארהערן אין איינע פון די וויזניצע ישיבות און די בחורים האבן פיין געקענט. די רבי האט צוגעשאקלט מיטן קאפ אבער נישט ספעציעל רעאגירט. נאכדעם האט ער געזאגט אז זיין זין האט זיך פארהערט ששה סדרי משנה, איז די רבי ממש אויפגעשפרינגן און די פנים האט געשטראלט פאר שמחה.
דאס אז א פרעמדע בחור לערנט פלייסיג האט געהאט ביי אים סאך א גרעסערע חשיבות ווי הערן שבחים אויף זיינע מוסדות
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

דריידל האט געשריבן:די אייגענארטיגקייט פון וויזניץ מאנסי איז צו באווינדערן. די גאנצע פאמפע דראמפע וואס אנדערע חסידות האבן איז דארט נישטא בנמצא. נישט קיין אייגענע נגונים, נישט קיין דף הקהילה, איידימער וואס קומען אריין אין די משפחה, פארלאנגט מען נישט צו טוישן די לבוש ועוד ועוד.

ווען די רבי זצ"ל האט א שידוך געטון בתו תחי' מיט חתנו אדמו"ר מביקסאד איז געווען א תנאי צו טוישן די לבוש פון א פלאכע היט צו א הויכע הוט, און ווען ביקסאד האט נישט געוואלט מקבל זיין די תנאי האט די רבי געבעטן אז אויף די ערשטע 10 יאר זאל ער בייטן צו א הויכע היט און נאכדעם קען ער צוריק טוישן... די כוונה פארשטייט זיך איז געווען אז ער וועט גיין אזא לאנגע צייט מיט א הויכע היט וועט ער שוין נישט צוריק טוישען...
למעשה איז חתנו שליט"א געגאנגען 10 יאר מיט א הויכע רעכטע היט און נאכדעם צוריק געטוישט אויף א פלאכע היט
א'מונה ב'טחון ג'עלט
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

פאספארט בילד שנת תש"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

פאספארט בילד לכאורה פון שנת תש"ח ביים קומען קיין אמעריקא
אטעטשמענטס
תמונת פאספארט של האדמור מוויזניץ מאנסי.jpg
תמונת פאספארט של האדמור מוויזניץ מאנסי.jpg (29.46 KiB) געזען 16866 מאל
אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלוועל קליינער »

ביסט גערעכט! איך בין אויך נישט פארעכנט פון די חסידי וויזניץ, אבער ווען דער רבי זצ"ל איז געווען אין וומב"ג האב איך כמעט נישט פארפאסט, און איך האב אסאך מיטגעהאלטן מאורעות אין וויזניץ.
איך פלעג אסאך אריינטראגן 'שעות צעטליך' צום רבין זצ"ל, דער רבי זצ"ל האט ארויסגעוויזן א שמחה גדולה אסאך מער ווי צו זיין אייגענעם חסיד!. איך האב דאס באמערקט עטליכע מאל. איינמאל ביי א חתונה פון מחותנו אדמו"ר מקאליב שליט"א לרפו"ש, האב איך באמערקט ווי דער רבי זצ"ל שטרעקט אויס זיין האנט צו מיר געבן שלום...
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

א שטיקל פון רביה"ק זי"ע אין זיין ספר דרשות ח"ב פ' ויקרא
אויך א באשרייבונג אין 'המבשר' אויף מהר"א מבעלזא זי"ע מפי דעם רבי'ן זי"ע וואס ער האט מיטגעהאלטן דארט, מפורסם געווארן ביים לעצטם יארצייט פון מהר"א מבעלזא.
https://www.dropbox.com/sh/m823dqm0fb7t ... xlNMa?dl=0
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב45 סיון תשע"ה אין מאנסי
אטעטשמענטס
באבוב45 מונסי.jpg
באבוב45 מונסי.jpg (45.32 KiB) געזען 16613 מאל
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

מיט להבחל"ח כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א לאויש"ט
אטעטשמענטס
סקולען מאנסי.jpg
סקולען מאנסי.jpg (40.42 KiB) געזען 16612 מאל
משה ברמן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 1:47 pm

כינוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ברמן »

כינוס בחורי ישראל במאנסי
אטעטשמענטס
01 Kinus For Bucherim (17).jpg
01 Kinus For Bucherim (17).jpg (35.97 KiB) געזען 16463 מאל
01 Kinus For Bucherim (13).jpg
01 Kinus For Bucherim (13).jpg (39.41 KiB) געזען 16463 מאל
01 Kinus For Bucherim (10).jpg
01 Kinus For Bucherim (10).jpg (32.1 KiB) געזען 16463 מאל
משה ברמן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ברמן »

עוד
אטעטשמענטס
01 Kinus For Bucherim (19).jpg
01 Kinus For Bucherim (19).jpg (45.63 KiB) געזען 16459 מאל
01 Kinus For Bucherim (18).jpg
01 Kinus For Bucherim (18).jpg (35.89 KiB) געזען 16459 מאל
01 Kinus For Bucherim (17).jpg
01 Kinus For Bucherim (17).jpg (35.97 KiB) געזען 16459 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

ביטע נישט אנלייגן דא מיט בילדער מיט פרעמדע וואסער מארקען
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”