צפון קארעא – דאס ארים און צוריקגעשטאנען לענדל - ה' חלקים

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 3:14 pm

הערליכע שיינע ארבעט פון די מיאוסע ארבעט וואס דער קליינער גראבער טוט מיט זיין (....? ) פאלק...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » זונטאג פאברואר 18, 2018 7:31 pm

א נייער האט געשריבן:שכח פריילעך אידל
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג פאברואר 19, 2018 12:27 am

יעצט דורכגעליינט אין 1 אטעם דאס גאנצע אשכול....

Wowowowowow

יישר כח גדול! מלא חידושים...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג פאברואר 19, 2018 5:00 am

הערליך און רייך! א גרויסן דאנק!!!!!!!
אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב! (ספר התניא, אגרת הקודש פרק י"א)

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

צפון קארעא – דאס ארים און צוריקגעשטאנען לענדל - חלק ה'

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג מארטש 13, 2018 5:13 pm

א גוט יאר טייערע חברים!

מיר וועלן בעזר השם ממשיך זיין מיט אונזער סעריע, לשביעת רצון פון אלע ידידים.

פאר קאמענטערן און הערות אדער פארשלאגן קענט איר אייביג שרייבן דא אין אשכול, אדער שיקן אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו freilechyidel@gmail.com.

מיר ברענגען דא אראפ א באשרייבונג פון א באקאנטן פאטאגראפירער און דזשורנאליסט, וועלכע האט פילע מאל באזוכט צפון קארעא, און געכאפט פילע "פארבאטענע" בילדער. מיר האבן פראבירט זיך צו האלטן צו דעם שרייבער, און עס איבערגעבן אין זיינע ווערטער, כדי עס זאל נישט פארלירן דעם ארגינעלן טעם.

ליינט און האט הנאה!

פאטאגראפירער עריק לעפארזש איז איינער פון די גאר מזל'דיגע וואס האבן געהאט א טשאנס צו זעהן די ריכטיגע פרצוף פון צפון קארעא. "זייט 2008 האב איך באזוכט צפון קארעא זעקס מאל" זאגט ער. "אדאנק מיין דידזשיטעל מעמארי קארד, האב איך געהאט א געלעגנהייט אוועקצולייגן בילדער וואס זענען פארבאטן, און איך בין אנגעזאגט געווארן זיי צו פארמעקן."

לעפארזש איז נישט געווען אינטערעסירט אין די טיפישע טוריסטן טריפס צו דעם מיסטערישן לאנד און נאר זעהן די פאלשע פנים וואס זיי שטעלן פאר, ער האט געוואלט זעהן וואס טוט זיך פון "הינטער די קאליסן", צו כאפן א דאמעסטישע בליק פון דעם לאנד און די מענטשן וואס זענען נישט טאטאל קאנטראלירט דורך דעם רעזשים. "איך בין געווארן באהאנדלט ווי סיי וועלכע אנדערע טוריסט" פארציילט עריק. "זיי האבן מיר נישט ערלויבט צו כאפן בילדער פון די פאליציי, די ארמיי, אדג. אבער מיט א 300 זאאם לענס, און א בעק סיעט זיץ אויפן באס, האב איך עספיעט צו כאפן אזוי סאך..." ער האט געכאפט טויזענטער בילדער, פון די בירגער און רעגירונג אפיצירן, אנגייענדיג מיט זייערע טעגליכע לעבענס. "ווי נאר זיי האבן געעפנט א פרישער ארט צו באזוכן, האב איך זיכער געמאכט אהינצוגיין און עס זעהן, און דאקעמענטירן דעם ארט."

ווען לעפארזש איז צוריקגעפארן קיין צפון קארעא אין 2012, איז ער פארהאלטן געווארן דורך דער רעזשים, נאכן אויסגעפונען אז ער פארשפרייט די געכאפטע בילדער אויפן געוועב, זיי האבן פארלאנגט אז ער זאל זיי אראפנעמען. "איך האב צוריקגעוויזן זייער פארלאנג, איך האב געזאגט, איך ווייז אלע אספעקטן פון צפון קארעא, די גוטע און די שלעכטע, פונקט וויאזוי איך טוה מיט סיי וועלכע אנדערע לאנד וואס איך באזוך, איך האב צוריקגעוויזן צו מאכן אן אויסנאם פאר צפון קארעא, און זיי האבן עס נישט ליב געהאט". עווענטועל, איז לעפארזש פארבאטן געווארן נאכאמאל איבערצוטרעטן דעם שוועל פון לאנד.

"דורכאויס מיינע וויזיטן אין לאנד, האב איך קענען געלערנט די לאקאלע בירגער, איך פלעג פארברענגען מיט זיי שעות, אדאנק די גוטהארציגקייט פון מיינע טור גיידס. זיי האבן מיר פארציילט אזוי סאך אבער זייער לעבן, פון וואס זיי חלומ'ען, א.א.וו. די עיקר זאך וואס איך האב קענען געלערנט איז, אז אנדערש ווי איר שטעלט זיך פאר, זענען די צפון קארעא'נער ווארימע מענטשן, זייער נייגעריג איבער די טוריסטן, ווי אויך זייער העפליך, טראץ וואס רוב פון זיי פארמאגן כמעט גארנישט.

#1 א חוצפה'דיג קינד
א גאר זעלטענע פאל, פון א חוצפה'דיג קינד אין צפון קארעא. די באס איז געפארן אויף די שמאלע גאסן פון סעמידזיאן אין צפון, ווען דאס קינד האט זיך אראפגעשטעלט אינמיטן פון דעם שטראז.

בילד

#2 מער קארס
טראץ וואס קארס זענען געווארן מער פארשפרייט אין פיאנגענג, דארפן זיך די פויערן נאכאלץ צוגעוויינען דערצו. קינדער שפילן זיך אינמיטן פון די ראודס און הויפט שטראזן פונקט ווי פריער, ווען מען זעהט נישט קיין קארס.

בילד

#3 נישט שיין, נישט כאפן
ווארשיינדליך די מאדנסטע פארבאט וואס איך האב בייגעוואוינט: דער פעינטער האט געארבעט אויף א נייע מאלעריי, איך האב גענומען דאס בילד, און יעדער האט אנגעהויבן שרייען אויף מיר. זינט דער מאלעריי איז נאכנישט פארטיג, בין איך נישט ערלויבט צו כאפן קיינע בילדער...

בילד

#4 סאלדאטן אין א רואיגן מינוט
עס איז פארבאטן צו נעמען בילדער פון סאלדאטן ווען זיי פארברענגען, ובפרט פון רייכערן, פאר די וועלט מעג מען נאר ווייזן זייערע שטייפע, פארפרוירענע פנימ'ער.



#5 נייע טעכנעלאגיע...
די "פייאנערס קעמפ פון וואנסאן" איז א פלאץ ווי מען פירט אפטמאל טוריסטן, זיי צו ווייזן ווי קינדער פון אלע עקן פון צפון קארעא פארברענגען, און האבן פאן. אבער טייל קינדער וועלכע קומען פון די פראווינצן, האבן מורא געהאט צו ניצן דעם עסקעלעיטאר, עפעס וואס זיי האבן קיינמאל פריער געזעהן...

בילד

#6 דאלפין שאו
ווען איר באזוכט דעם דאלפין שאו, מעגט איז כאפן בילדער נאר פון די חיות, נישט פון די סאלדאטן, וועלכע מאכן אגב אויס %99 פון די אדיענץ...

בילד

#7 א גוטער מינוט
אין א קליסטליכער קירכע, האט דער אפיציר געכאפט א דרימל אויף איינע פון די בענק. מען טאר קיינמאל נישט ווייזן בילדער פון אפיצירן אין א שלעכטע ליכט.

בילד

#8 אויסגעהארגעט...
דער סאלדאט האט זיך געלייגט שלאפן אויפן פעלד...

בילד

#9 ארימקייט!
די צפון קארעא חברה האבן פיינט ווען מען כאפט די סארט בילדער, טראץ וואס איך בין זיי מסביר אז ארימקייט עקזעסטירט איבעראל אין די וועלט, אין מיין לאנד פונקט אזוי, זיי האבן מיר פארבאטן צו נעמען בילדער פון די ארימע.

בילד

#10 נאר אין צפון קארעא...
איך בין געווען אין א פעקטארי מיט מיין טי-ווי קרו, אפצוכאפן לאקאלע סצענעס, מיר זענען די גאנצע צייט פון אונזער נסיעה נאכגעפאלגט געווארן דורך א קאמארא מאן (רעכטס), און היינט, האט די רעזשים געשיקט אן אנדערן קאמארא מאן אפצוכאפן אונז אלע!...

בילד

#11 די טעגליכער לעבן
ניין, דאס איז נישט קיין צירקוס, דאס זענען ארבעטער אין צפון קארעא מיט שוואכע סעיפטי סטאנדארטן...

בילד

#12 די סטאטוען
עס איז אויסדריקלעך פארבאטן צו כאפן בילדער פון די קים סטאטוע פון אינטערוויילעכץ, זיי באטראכטן דאס ווי זייער פארשעמענד.

בילד

#13 רייכע רעסטוראנטן
פילע נייע רעסטוראנטן האבן זיך געעפנט די לעצטערע צייטן לעבן דעם טיעדאנג טייך אין דעם נייעם צענטער פון פיאנגענג. נאר די עליטע קענען זיך ערלויבן א מאלצייט פון דארט פאר אן אפצאל פון עטליכע יוראס. גראדע איז די עסן דארט גאנץ פיין געווען...

בילד

#14 כאפט א דרימעל
דער מאן האט געכאפט א דרימעל אויף די שטיינער ביים ברעג פון ים. מיין טור גייד האט מיר געבעטן צו אויסמעקן דעם בילד, ווייל די מערב וועלט פרעסע קען זיך נאך ארויפכאפן און זאגן אז דער מאן איז טויט, ווען אין פאקט לעבט ער.

בילד

#15 מען שטיפט א באס
עפעס וואס מען זעהט גאנץ אפט, אבער נאכאלץ פארבאטן צו פאטאגראפירן...

בילד

#16 בלעק אוטס
אין די "ארט צענטער" פון פיאנגענג האבן מיר מיטגעלעבט א בלעק אוט, א טעגליכע ערשיינונג וואס די צפון קארעא'נער האבן פיינט צו ווייזן. ווען עס פאסירט, זאגן זיי אז דאס איז אדאנק אמעריקא'ס עמבאגאו.

בילד

#17 א לאקאלער בירגער
די אפיצירן האבן מיר געהייסן אויסמעקן דעם בילד פאר צוויי סיבות: 1) דער יונג טראגט זיין קעפ אין א "פעסטע" וועג.... 2) מען זעהט סאלדאטן אין דער הינטערגרונד.

בילד

#18 די געווענדליכע בירגער
עס איז פארבאטן צו נעמען בילדער פון מענטשן וואס זענען נישט אנגעטון פערפעקט. פאר מיינע טור גיידס איז דער מאן נישט געווען אנגעטון גענוג גוט, צו ערלויבן צו נעמען א בילד פון אים...

בילד

#19 רייכקייט
ווייזן ארימקייט איז שטרענג פארבאטן, אבער רייכקייט איז אויכעט פארבאטן. אין א פארק אויף א זונטאג נאכמיטאג, האב איך געטראפן דעם קאר, א מערצעדעס, וועלכע באלאנגט צו איינע פון פיאנגענגס עליטע. דער בעל הבית האט דאן געמאכט א בארבעקיו.

בילד

#20 פון אונטער די מאסקע
פיאנגענג דארף צו זיין די שאוקעיס פון צפון קארעא, צו ווייזן פאר די וועלט זייער מכלומר'ישטע שיינקייט, צוליב דעם ווערן די דרויסענדיגע חלק פון די בנינים געהאלטן שיין, און ווערן גוט קעיר גענומען. ווען איר כאפט א זעלטענע בליק פון די אינעווייניג, צופאלט די גאנצע בלאף.

בילד

©כל הזוכיות שמורות לניק פריילעך אידל @ אייוועלט.
געדענקט, עס זענען אריין פילע שעות הארעוואניע אהערצושטעלן דעם ארטיקל, דעריבער איז פארבאטן צו איבערדריקן די מאטריאל אין סיי וועלכע פארמאט אן רשות.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
ידען נאמן
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:59 pm

תגובהדורך ידען נאמן » דינסטאג מארטש 13, 2018 5:15 pm

WOW ישר כח גדול

אזוי שיין באשריבן!!! ווי אלעמאל

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » דינסטאג מארטש 13, 2018 6:05 pm

הערליך שיין!!!

לייק ;l;p-
איזי

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3922
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מארטש 13, 2018 7:03 pm

הערליך הערליך! WOW!!
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג מארטש 13, 2018 7:05 pm

רט. הערליך שיין! מאסיווע ארבעט!
...

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג מארטש 13, 2018 7:29 pm

פעיק נוז האט געשריבן:הערליך הערליך! WOW!!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1700
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג מארטש 13, 2018 9:35 pm

ווערי נייס. געס איז איינע פון מיינע אשכולת ווי מדארף באזוכן. שכח העפי דזשא.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17175
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מארטש 13, 2018 11:02 pm

זעהר אינטערסאנט יודל

פריילעך אידל האט געשריבן: עווענטועל, איז לעפארזש פארבאטן געווארן נאכאמאל איבערצוטרעטן דעם שוועל פון לאנד.
הייסטעס אז מ'קען שוין פארשפארן ס'אשכול...?

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג מארטש 13, 2018 11:23 pm

עמעיזינג!!

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1721
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג מארטש 13, 2018 11:26 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:הערליך הערליך! WOW!!

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג מארטש 13, 2018 11:28 pm

יוראפ האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן: עווענטועל, איז לעפארזש פארבאטן געווארן נאכאמאל איבערצוטרעטן דעם שוועל פון לאנד.
הייסטעס אז מ'קען שוין פארשפארן ס'אשכול...?

ער האט נאך גאר אסאך סחורה, וואס איך האף נאך צו ברענגען אסאך דערפון.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך מארטש 14, 2018 12:36 am

אדרבה ואדרבה איך וועל סייער הנאה האבן צו זעהן נאך, ס'זייער אינטרעסאנט.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מיטוואך מארטש 14, 2018 5:32 am

געוואלדיג!!! הערליך שיין און רייך! קיפ איט אפ!
אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב! (ספר התניא, אגרת הקודש פרק י"א)

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך מארטש 14, 2018 10:12 am

פריילעך אידל כ'האב נישט וואס צו קאמענטירן. די מאסיווער ארבעט רעדט פון זיך אליינס!
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך מארטש 14, 2018 10:55 am

ייש״כ!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » מיטוואך מארטש 14, 2018 11:51 am

הערליך. פארגאפט געווארן. קיפ איט אפ!
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מיטוואך מארטש 14, 2018 4:34 pm

ידען נאמן האט געשריבן:WOW ישר כח גדול

אזוי שיין באשריבן!!! ווי אלעמאל

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מיטוואך מארטש 14, 2018 7:04 pm

מעסיוו דזשאב טענקס ע מיליאן
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

ווי זע' מיר
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 23, 2017 3:04 pm

תגובהדורך ווי זע' מיר » מיטוואך מארטש 14, 2018 7:56 pm

זייער גוט. זייער הנאה געהאט.
Thanks
PLEASE DON'T SPIN, ACT LIKE AN ADULT !!

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך מארטש 14, 2018 10:08 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:פריילעך אידל כ'האב נישט וואס צו קאמענטירן. די מאסיווער ארבעט רעדט פון זיך אליינס!

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » זונטאג מארטש 18, 2018 3:53 pm

amazing


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט