רבי אברהם יעקב הכהן פאם זצ״ל - ר״י תורה ודעת - כ״ח אב תשס״א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי אברהם יעקב הכהן פאם זצ״ל - ר״י תורה ודעת - כ״ח אב תשס״א

תגובהדורך רבניש » זונטאג נובעמבער 12, 2017 4:46 am

הרב הגדול הגאון הצדיק כהן צדק כקש״ת
רבי אברהם יעקב הכהן פּאם זצ״ל
ראש ישיבה דמתיבתא תורה ודעת ברוקלין נ.י.

איז געבוירן בשנת תרע״ג, צו זיין טאטען הרב הגאון רבי מאיר אין שטעטל ווידזסק וואס איז נעבן ווילנא (אמאל ליטא, היינט בעלארוס)

בשנת תרפ״ז ווען די צייטן אין ליטא זענען געווארן שווערער איז זיין טאטע געקומען קיין אמעריקא ווי ער איז געווארן רב אין בית הכנסת הגדול אין בראנסוויל נ.י. און אויך א ר״מ בישיבה חיים בערלין. ווען ער איז שוין געווען מסודר מיט זיין פאסטן האט ער אויך ארויסגעברענגט זיין משפחה.

ביי די עלעף יאר האט מען אים צוריקגעשיקט לערנען קיין ליטא, ווי ער האט געלערנט אין די בארימטע סלאבאדקע ישיבה און זיך ארויפגעדראפּעט על סולם שראשו מגיע השמימה מיט זיין התמדה בתורה און עבודת המידות טובות.

שפעטער איז ער צוריק געקומען קיין אמעריקא ווי ער איז אריין לערנען אין ישיבה ״תורה ודעת״ און אויסגעשטיגן א גדול בתורה וביראה. ביי די צוואנציג יאר האט ער שוין באקומען הוראה, בשנת תרצ״ח איז ער נתמנה געווארן אלס א ר״מ בישיבה, און שפעטער בשנת תשמ״ב מיט די פטירה פונעם פריערדיגן ראש ישיבה הגאון רבי אליהו חזן זצ״ל איז ער אויפגענומען געווארן אלס דער ״ראש ישיבה״ ער האט למעשה געדינט אריבער זיבעציג יאר בהרבצת התורה און תורה ודעת.

הרב פאם זצ״ל האט מצליח געווען אין דעם אמאליגען הארטן סעקולארע אמעריקא אריינצוברענגן א גייסט פון ערליכע תורה און זיינע תלמידים פאר אזעלכע בחורים וואס זענען געווען אין א סכנה רוחני צו ווערן פארשלעפט אין דעם אמעריקאנעם גייסט פון השחתה און פריקת עול, אט אזעלכע האט ער משכנע געווען מיט זיין ווייכן מהות פון ליבשאפט און חכמה אריינצוברענגען תחת כנפי השכינה און זיי רעפארמירן פאר חשובע ישיבה בחורים יושבים באהלי של תורה.

ער האט חתונה געהאט עם הרבנית הצ׳ מרת שרה בלמוט ע״ה, זי איז געווען א אשה צדקנית א ריכטיגע רעבעצין עושת רצון קונה ובעלה וואס האט פיל צוגעגעבן צו זיין הצלחה און גדלות בתורה ובהנהגה, ווי דער ראש ישיבה האט דאס פיל מאל ארויסגעברענגט בפומביה.

הרב פאם איז געווען א גרויסער תורה ריז ״א גדול״ אשר כל רז לא אניס ליה, אבער מער באקאנט איז ער געווען אלס א לעבעדיגער דמות פון א מוסר ספר, א געוואלדיגער עניו ושפל ברך אן א גרענעצין, און טראץ זיין גדלות סיי און אמט און סיי און מהות האט ער זיך געפירט מיט א געוואלדיגע גרעניצלאזע פשטות, ער איז געווען דער ראש ישיבה אין תורה ודעת און פון א גאר פראמינענטער מנהיג רוחני פארן נוי יארקער יודענטום, דער יו״ר פון די גרויסע אמעריקאנער חינוך נעצן ״תורה ומסורה״ און דער יו״ר פון מועצת גדולי התורה - אגודת ישראל בארה״ב, אבער עכ״ז אויפן אויסערליכן אויסקוק האט ער בכלל נישט אויסגעקוקט ווי דער תורה ריז וואס ער האט געדארפט פארשטעלן, ווייל זיין לבוש האט ער קיינמאל נישט געטוישט צו די ראש ישיבה׳ישע טראדיצינאלע בגדים, אים איז גוט געווען אנשטאט דעם חשובן לבוש הפראק א קורץ רעקל, און אנשטאט דעם רבנישן האמבורגער ראש ישיבה הוט איז אים פונקט גוט געווען א קליין שמאלן קנייטש היטל, דעם זעלבן לבוש ווי די תלמידים די תורה ודעת בחורים, ער האט זיך נישט געזעהן אלס דער ״ראש ישיבה״ נאר אלס אייניג מיט די תלמידם.

א שרייבער האט אמאל פאבלעצירט/געשריבן א מעשה איבערן התמדה פון זיין טאטען הגאון רבי מאיר פאם ז״ל דא אין אמעריקא און אים עס אפגעשיקט, און פארשטייט זיך רעפארירט זיין טאטעס גרויסקייט אז ער האט אויפגעצויגן דא אין אמעריקא דעם ״ראש ישיבה פון תורה ודעת״ רב פאם מיט זיין עניוות האט דאס נישט געשמעקט. ווי קען ער שרייבן אז מיין טאטנס גרויסקייט איז צוליב דעם וואס זיין זון לערנט פאר א שיעור אין תורה ודעת, רב פאם האט זיך געזהן אלס א פשוטער פארלערנער אין די מתיבתא נישט אלס דער ״ראש ישיבה״

ער איז אייביג געבליבן זיצן אינעם היכל המתיבתא פון ״תורה ודעת״ אינדערמיט, דארט ווי ער איז געזיצן אין די ישיבה אלס א תלמיד, ער האט קיינמאל נישט געטוישט זיין מקום צום מזרח וואנט אויבן אן דארט ווי ער האט באלאנגט.

זיין צוגעלאזענקייט צו יעדן איינעם און צו יעדן תלמיד איז געווען א אויסנאם וואס מזעהט נישט געווענדליך ביי אזעלכע פערזענליכקייטן, זיין רעדן איז געווען גאר ווייעך און פיל מיט ליבלעכקייט וואס האט יעדן איבערגענומען, און צוגאב צן זיין ווארימען שמייכל צו יעדן איינעם.

רב פאם זצ״ל טראץ זיין גדלות בתורה האט ער זיך שטענדיג אריינגעלייגט אינעם פשוטען מענטש׳נס מהלך החיים אים צופארשטיין, ער פלעגט גיין צו טויזענטער חתונות פון תלמידים און סתם אנהענגער, ווען איינער האט אים איבער דעם געפרעגט צו וואס דארף דער רבי גיין צו אזויפיל חתונות עס שטערט דאך דעם רבינס סדר היום, האט ער יענעם גענטפערט זייער פשוט: פאר מיר איז עס טאקע א טויזענטע חתונה אבער לייג דיך אריין פאר א רגע אין דעם חתן׳ס מצב פאר אים איז עס נאר איין חתונה... ממילא מוז איך גיין אים געבן דעם גוטן געפיל.

ער איז געווען דער ראש המדברים ביי פילע אסיפות ער איז געווען געבענטשט מיט א געוואלדיגע לשון לימודים. און מיט זיין געלונגענעם שפראך אריינגעדרינגען בלב השומעים. זיינע הערליכע שיחות מוסר און הערליכע שיחות על התורה איז געדריקט אין כמה ספרים.

נסתלק בכ״ח אב תשס״א לפ״ק

הניח אחריו דור ישרים יבורך, ותלמידים הגונים שעוד מתאבקים בעפר רגליו הטהורים.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג נובעמבער 12, 2017 4:14 pm

רבניש האט געשריבן:
ער איז אייביג געבליבן זיצן אינעם היכל המתיבתא פון ״תורה ודעת״ אינדערמיט, דארט ווי ער איז געזיצן אין די ישיבה אלס א תלמיד, ער האט קיינמאל נישט געטוישט זיין מקום צום מזרח וואנט אויבן אן דארט ווי ער האט באלאנגט.

חוץ בימים הנוראים ישב במזרח, כדאי שיוכלו למכור מקומו כנהוג בקהילות ישראל

חוץ מזה שלא שינה מקומו כשעלה לגדולה גם את מלבושיו לעולם לא שינה לאיצטלא דרבנן

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג נובעמבער 12, 2017 4:16 pm

אן עקסטרע אשכול וואלט געמעגט זיין אויף זיינע פילע אויפטיענגען להצלת דורות ישראל במסרגת מוסדות "שובו" שהקים במסי"נ.
ואכן אחר פטירתו נתוסף "חזון אברהם" לשם המוסד לזכרו.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג נובעמבער 12, 2017 4:17 pm

הערליכער קליפ נדיר מאסיפת רבנים בשנת תשנ"ד

בהשתתפות:
מרן אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל
מרן אדמו"ר הברך משה מסאטמאר זצ"ל
מרן הגאון רבי אברהם פאם זצ"ל ר"י תורה ודעת
הגאב"ד מעלבארן רבי אלימלך אשכנזי זצ"ל

ויבלחט"א:
מרן אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א לאורך ימים
מרן אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א לאורך ימים
מרן הגאון מהר"א שכטער שליט"א - ר"י חיים בערלין
מרן אדמו"ר מהר"א ט"ב מסאטמאר שליט"א
אדמו"ר רבי משה לייב ממונקאטש שליט"א
ואדמו"ר רבי יעקב מנאוואמינסק שליט"א

https://www.dropbox.com/s/reh1qvtodsg9r ... 0.mp4?dl=0

מה ידידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » זונטאג נובעמבער 12, 2017 4:39 pm

וואס איז געווען דער נידון דעמאלס?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

חובב_ספרים
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

תגובהדורך חובב_ספרים » זונטאג נובעמבער 12, 2017 4:48 pm

דאס איז א בילד פון הרב פאם, אלץ בחור, ארומגערינגעלט גרין.
געל איז הגאון ר' דוד לייבאוויץ. רויט איז הג"ר ישראל סנאו, וואס איז שפעטר געווארן א ר"ם אין ישיבת חיים ברלין.
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (194.41 KiB) געזעהן 2132 מאל
לעצט פאראכטן דורך חובב_ספרים אום מאנטאג נובעמבער 13, 2017 1:15 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג נובעמבער 12, 2017 5:09 pm

חובב_ספרים האט געשריבן:דאס איז א בילד פון הרב פאם, אלץ בחור, ארומגערינגעלט גרין.
געל איז הגאון ר' דוד לייבאוויץ. רויט איז הג"ר ישראל סנאו, וואס איז שפעטר געווארן א ר"ם אין ישיבת חיים ברלין.

רב פאם איז געווען א תלמיד פון הג״ר דוד לייבאוויץ וואס איז געווען דער ראש ישיבה פון תורה ודעת אין יענע צייטן.

עפעס מער איבער דעם רבי דוד, עפעס קירבות מיט הגה״ק רבי ברוך בער?

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג נובעמבער 12, 2017 11:31 pm

רבניש האט געשריבן:
חובב_ספרים האט געשריבן:דאס איז א בילד פון הרב פאם, אלץ בחור, ארומגערינגעלט גרין.
געל איז הגאון ר' דוד לייבאוויץ. רויט איז הג"ר ישראל סנאו, וואס איז שפעטר געווארן א ר"ם אין ישיבת חיים ברלין.

רב פאם איז געווען א תלמיד פון הג״ר דוד לייבאוויץ וואס איז געווען דער ראש ישיבה פון תורה ודעת אין יענע צייטן.

עפעס מער איבער דעם רבי דוד, עפעס קירבות מיט הגה״ק רבי ברוך בער?

רבי דוד האט שפעטער פארלאזט תו"ד און אריבער דעם בריק צו מייסד זיין ישיבת חפץ חיים
דאכטס זיך אז ער האט נישט געהאט קיין קירבה משפחתי מיטן ברכת שמואל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג נובעמבער 12, 2017 11:54 pm

רבניש האט געשריבן:הערליכער קליפ נדיר מאסיפת רבנים בשנת תשנ"ד

בהשתתפות:
מרן אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל
מרן אדמו"ר הברך משה מסאטמאר זצ"ל
מרן הגאון רבי אברהם פאם זצ"ל ר"י תורה ודעת
הגאב"ד מעלבארן רבי אלימלך אשכנזי זצ"ל

ויבלחט"א:
מרן אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א לאורך ימים
מרן אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א לאורך ימים
מרן הגאון מהר"א שכטער שליט"א - ר"י חיים בערלין
מרן אדמו"ר מהר"א ט"ב מסאטמאר שליט"א
אדמו"ר רבי משה לייב ממונקאטש שליט"א
ואדמו"ר רבי יעקב מנאוואמינסק שליט"א

https://www.dropbox.com/s/reh1qvtodsg9r ... 0.mp4?dl=0

דער קליפ נדיר פארט שוין ארום בכל תפוצות... פארגעסן צו וואסערמארקן ״אייוועלט״ נו שוין נעקסט טיים.. איינער דארף דערמאנען.

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 12:52 am

תשנב

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 1:08 am

נחום וואהלינער האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
חובב_ספרים האט געשריבן:דאס איז א בילד פון הרב פאם, אלץ בחור, ארומגערינגעלט גרין.
געל איז הגאון ר' דוד לייבאוויץ. רויט איז הג"ר ישראל סנאו, וואס איז שפעטר געווארן א ר"ם אין ישיבת חיים ברלין.

רב פאם איז געווען א תלמיד פון הג״ר דוד לייבאוויץ וואס איז געווען דער ראש ישיבה פון תורה ודעת אין יענע צייטן.

עפעס מער איבער דעם רבי דוד, עפעס קירבות מיט הגה״ק רבי ברוך בער?

רבי דוד האט שפעטער פארלאזט תו"ד און אריבער דעם בריק צו מייסד זיין ישיבת חפץ חיים
דאכטס זיך אז ער האט נישט געהאט קיין קירבה משפחתי מיטן ברכת שמואל

ער איז געווען א זון פון א זון פון ר' אהרן א ברודער פונעם חפץ חיים, דארף מען נאר וויסן פארוואס ער האט זיך גערופען לייבאוויץ. (זיין טאטע האט גראדע געהייסען אריה).

חובב_ספרים
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

תגובהדורך חובב_ספרים » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 1:19 am

רבניש האט געשריבן:
חובב_ספרים האט געשריבן:דאס איז א בילד פון הרב פאם, אלץ בחור, ארומגערינגעלט גרין.
געל איז הגאון ר' דוד לייבאוויץ. רויט איז הג"ר ישראל סנאו, וואס איז שפעטר געווארן א ר"ם אין ישיבת חיים ברלין.

רב פאם איז געווען א תלמיד פון הג״ר דוד לייבאוויץ וואס איז געווען דער ראש ישיבה פון תורה ודעת אין יענע צייטן.

עפעס מער איבער דעם רבי דוד, עפעס קירבות מיט הגה״ק רבי ברוך בער?

ער איז געווען א פלימעניק פון דער חפץ חיים.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12762
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 9:37 am

נחום וואהלינער האט געשריבן:רבי דוד האט שפעטער פארלאזט תו"ד און אריבער דעם בריק צו מייסד זיין ישיבת חפץ חיים
דאכטס זיך אז ער האט נישט געהאט קיין קירבה משפחתי מיטן ברכת שמואל

Young Avraham Yaakov applied to learn in Mesivta Torah Voda'ath
where he grew in Torah and formed a close bond with Rav Dovid
Leibowitz, the Rosh Yeshiva. In fact, when Rav Dovid left Mesivta
Torah Voda'ath, Rav Pam thought he should join him, but Rav
Leibowitz advised him to stay as he saw with prescient clarity that Rav
Pam would have a bright future in Torah Voda 'ath
http://www.parsha.net/pdf/Devarim/KiSei ... vPam61.pdf
.

--------------------
הרב ר דוד ז"ל איז נישט אריבער די בריק מייסד זיין חפץ חיים ער האט אנגעהויבען אין ווב"ס
135 South Ninth Street

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4528
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 10:04 am

רבניש האט געשריבן:הערליכער קליפ נדיר מאסיפת רבנים בשנת תשנ"ד

בהשתתפות:
מרן אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל
מרן אדמו"ר הברך משה מסאטמאר זצ"ל
מרן הגאון רבי אברהם פאם זצ"ל ר"י תורה ודעת
הגאב"ד מעלבארן רבי אלימלך אשכנזי זצ"ל

ויבלחט"א:
מרן אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א לאורך ימים
מרן אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א לאורך ימים
מרן הגאון מהר"א שכטער שליט"א - ר"י חיים בערלין
מרן אדמו"ר מהר"א ט"ב מסאטמאר שליט"א
אדמו"ר רבי משה לייב ממונקאטש שליט"א
ואדמו"ר רבי יעקב מנאוואמינסק שליט"א

https://www.dropbox.com/s/reh1qvtodsg9r ... 0.mp4?dl=0

בילדער
באסיפת הרבנים.jpg
באסיפת הרבנים.jpg (123.57 KiB) געזעהן 1992 מאל

778.jpg
778.jpg (185.53 KiB) געזעהן 1992 מאל

image79.jpg
image79.jpg (201.6 KiB) געזעהן 1992 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4528
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 10:08 am

רבניש האט געשריבן:הערליכער קליפ נדיר מאסיפת רבנים בשנת תשנ"ד

בהשתתפות:
מרן אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל
מרן אדמו"ר הברך משה מסאטמאר זצ"ל
מרן הגאון רבי אברהם פאם זצ"ל ר"י תורה ודעת
הגאב"ד מעלבארן רבי אלימלך אשכנזי זצ"ל

ויבלחט"א:
מרן אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א לאורך ימים
מרן אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א לאורך ימים
מרן הגאון מהר"א שכטער שליט"א - ר"י חיים בערלין
מרן אדמו"ר מהר"א ט"ב מסאטמאר שליט"א
אדמו"ר רבי משה לייב ממונקאטש שליט"א
ואדמו"ר רבי יעקב מנאוואמינסק שליט"א

מהר"א מסאטמאר זעה איך נישט

אויסגעלאזט סקולענער רבי שליט"א
רבי מלכיאל קאטלער שליט"א
vlcsnap-2017-11-13-10h09m38s398.png
vlcsnap-2017-11-13-10h09m38s398.png (467.57 KiB) געזעהן 1987 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 10:23 am

סקולענע רבי שליט״א זעהט מען נישט אינעם קליפ, רבי מלכיאל טאקע יא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4528
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 10:24 am

רבניש האט געשריבן:סקולענע רבי שליט״א זעהט מען נישט אינעם קליפ, רבי מלכיאל טאקע יא
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (14.26 KiB) געזעהן 1972 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 10:37 am

חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:סקולענע רבי שליט״א זעהט מען נישט אינעם קליפ, רבי מלכיאל טאקע יא

סקולענע רבי איז נישט אינעם קליפ.

נאך רבנים זיצן קעגן איבער
הגרני מייזעלס באמערק איך, איז דא בילדער פון די אנדערע זייט אויך?
צוגעלייגטע
IMG_1653.JPG
IMG_1653.JPG (83.24 KiB) געזעהן 1963 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 10:38 am

חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:הערליכער קליפ נדיר מאסיפת רבנים בשנת תשנ"ד

בהשתתפות:
מרן אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל
מרן אדמו"ר הברך משה מסאטמאר זצ"ל
מרן הגאון רבי אברהם פאם זצ"ל ר"י תורה ודעת
הגאב"ד מעלבארן רבי אלימלך אשכנזי זצ"ל

ויבלחט"א:
מרן אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א לאורך ימים
מרן אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א לאורך ימים
מרן הגאון מהר"א שכטער שליט"א - ר"י חיים בערלין
מרן אדמו"ר מהר"א ט"ב מסאטמאר שליט"א
אדמו"ר רבי משה לייב ממונקאטש שליט"א
ואדמו"ר רבי יעקב מנאוואמינסק שליט"א

מהר"א מסאטמאר זעה איך נישט

אויסגעלאזט סקולענער רבי שליט"א
רבי מלכיאל קאטלער שליט"א
IMG_1654.JPG
IMG_1654.JPG (91.22 KiB) געזעהן 1963 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12762
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 10:57 am

צוריק צי דעם קעפיל
Back in the 60s When Rav Pam was teaching Mesechta Sukkah,
there was a boy who slept the entire year during class. Quite often his
friends would ask, "should we wake him Rebbe?" Rav Pam, who
obviously felt that the boy was not ready to take learning seriously, told
them to let him sleep. He would continue the shiur without him.
The next year Rav Pam was given the same exact class to teach, on
the next grade level. That year the class was learning Shabbos. And
when the sleepy student put his head down, after a few days, Rav Pam
motioned for another student to awaken him.
After class someone asked why he had changed strategies from last
year to this. Rav Pam did not reveal why he felt the bochur should be
pushed this year in contrast to last, but he did offer a witticism.
"Last year we learned Sukkah. Everyone knows it is a mitzvah to
sleep in a Sukkah. About Shabbos chazal tell us, shaina B'Shabbos
Taanug, Sleep on Shabbos is pleasurable. I could not deny him a
mitzvah, but a little pleasure I can deny him

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 11:09 am

קיקיון האט געשריבן:צוריק צי דעם קעפיל

זייער זיס!
יישר

דאס קומט פון א ביכל איבערן ראש ישיבה. ?

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1939
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 11:17 am

חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:הערליכער קליפ נדיר מאסיפת רבנים בשנת תשנ"ד

בהשתתפות:
מרן אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל
מרן אדמו"ר הברך משה מסאטמאר זצ"ל
מרן הגאון רבי אברהם פאם זצ"ל ר"י תורה ודעת
הגאב"ד מעלבארן רבי אלימלך אשכנזי זצ"ל

ויבלחט"א:
מרן אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א לאורך ימים
מרן אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א לאורך ימים
מרן הגאון מהר"א שכטער שליט"א - ר"י חיים בערלין
מרן אדמו"ר מהר"א ט"ב מסאטמאר שליט"א
אדמו"ר רבי משה לייב ממונקאטש שליט"א
ואדמו"ר רבי יעקב מנאוואמינסק שליט"א

https://www.dropbox.com/s/reh1qvtodsg9r ... 0.mp4?dl=0

בילדער
באסיפת הרבנים.jpg

image79.jpg

778.jpg

הערליכע שיינע בילדער. ס'קוקט אויס נישט פון קליפ.

וואס איז געווען די נושא? אזא אסיפה, פון אלע שיכטן און קרייזן איז לאו מעשים שבכל יום.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12762
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 11:22 am

רבניש האט געשריבן: זייער זיס!
יישר

דאס קומט פון א ביכל איבערן ראש ישיבה. ?

יא!
ווען די וואלסט נישט געווען אזוי טרוד מיט בילדער און קליפס וואלסט די באמערקט דא דעם אדרעסס
http://www.parsha.net/pdf/Devarim/KiSei ... vPam61.pdf

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 11:23 am

אבן יקרה האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:הערליכער קליפ נדיר מאסיפת רבנים בשנת תשנ"ד

בהשתתפות:
מרן אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל
מרן אדמו"ר הברך משה מסאטמאר זצ"ל
מרן הגאון רבי אברהם פאם זצ"ל ר"י תורה ודעת
הגאב"ד מעלבארן רבי אלימלך אשכנזי זצ"ל

ויבלחט"א:
מרן אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א לאורך ימים
מרן אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א לאורך ימים
מרן הגאון מהר"א שכטער שליט"א - ר"י חיים בערלין
מרן אדמו"ר מהר"א ט"ב מסאטמאר שליט"א
אדמו"ר רבי משה לייב ממונקאטש שליט"א
ואדמו"ר רבי יעקב מנאוואמינסק שליט"א

https://www.dropbox.com/s/reh1qvtodsg9r ... 0.mp4?dl=0

בילדער
באסיפת הרבנים.jpg

image79.jpg

778.jpg

הערליכע שיינע בילדער. ס'קוקט אויס נישט פון קליפ.

וואס איז געווען די נושא? אזא אסיפה, פון אלע שיכטן און קרייזן איז לאו מעשים שבכל יום.

דאכצעמיר די נושא איז געווען איבער בתי חיים אין אייראפע (פאר אבותינו איז געווען אין אמט)

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1939
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 11:23 am

רבניש האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:הערליכער קליפ נדיר מאסיפת רבנים בשנת תשנ"ד

בהשתתפות:
מרן אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל
מרן אדמו"ר הברך משה מסאטמאר זצ"ל
מרן הגאון רבי אברהם פאם זצ"ל ר"י תורה ודעת
הגאב"ד מעלבארן רבי אלימלך אשכנזי זצ"ל

ויבלחט"א:
מרן אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א לאורך ימים
מרן אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א לאורך ימים
מרן הגאון מהר"א שכטער שליט"א - ר"י חיים בערלין
מרן אדמו"ר מהר"א ט"ב מסאטמאר שליט"א
אדמו"ר רבי משה לייב ממונקאטש שליט"א
ואדמו"ר רבי יעקב מנאוואמינסק שליט"א

https://www.dropbox.com/s/reh1qvtodsg9r ... 0.mp4?dl=0

דער קליפ נדיר פארט שוין ארום בכל תפוצות... פארגעסן צו וואסערמארקן ״אייוועלט״ נו שוין נעקסט טיים.. איינער דארף דערמאנען.

מ'דערקענט אויך אין דעם קליפ:
מרן אדמו"ר מהרנ"צ מבאבוב זצ"ל [צווישן ר"א אשכנזי און מהר"א ט"ב]

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט