איך בין היינט געוואויר געווארן אז

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג אוגוסט 13, 2017 6:23 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:ר' יום טוב ערליך האט נישט אליין קאמפאזטירט (רוב) פון די ניגונים וואס ער זינגט,
איך האב אייביג געמיינט אז ער איז געווען א בעל מחדש נפלא הערנדיג צווישן אנדערע איך האב געווארט, יאקאב, ר' עקיבא, ועוד ועוד...
בינעך טאקע נייגעריג ווער איז יא דער טאלאנטפולער וואס שטייט אינטער זיי.


גראדע יאקאב האט ער יא אליין קאמפאזירט.. עכ"פ א טייל דערפון. ס'איבריגע האט געמאכט דער בעל המעשה, ר' יענקל פאטאש ע"ה

(בשעת זיין חתונה)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:00 pm

יאצמעך האט געשריבן:ער זינגט ניגונים פון ר' יוסל אשכנזי ע''ה אויך.

ניגונים פון ר' יוסל אשכנזי, און אזוי אויך אנדערע סאטמארע ניגונים, זינגט ער נאר אויף די טעיפס איבער'ן סאטמאר'ן רבי'ן זי"ע ("דער סאטמארער רבי" - צוויי חלקים, און "א שבת מיט'ן רבי'ן").
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:57 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:ער זינגט ניגונים פון ר' יוסל אשכנזי ע''ה אויך.

ניגונים פון ר' יוסל אשכנזי, און אזוי אויך אנדערע סאטמארע ניגונים, זינגט ער נאר אויף די טעיפס איבער'ן סאטמאר'ן רבי'ן זי"ע ("דער סאטמארער רבי" - צוויי חלקים, און "א שבת מיט'ן רבי'ן").

ריכטיג.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » זונטאג אוגוסט 13, 2017 8:14 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:ר' יום טוב ערליך האט נישט אליין קאמפאזטירט (רוב) פון די ניגונים וואס ער זינגט,
איך האב אייביג געמיינט אז ער איז געווען א בעל מחדש נפלא הערנדיג צווישן אנדערע איך האב געווארט, יאקאב, ר' עקיבא, ועוד ועוד...
בינעך טאקע נייגעריג ווער איז יא דער טאלאנטפולער וואס שטייט אינטער זיי.


גראדע יאקאב האט ער יא אליין קאמפאזירט.. עכ"פ א טייל דערפון. ס'איבריגע האט געמאכט דער בעל המעשה, ר' יענקל פאטאש ע"ה

(בשעת זיין חתונה)

וואו קען מען זעהן די אינפארמאציע?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג אוגוסט 13, 2017 8:51 pm

געווען אמאל א פראיעקט אויף קול מבשר מיט עטליכע פון די בעלי המעשה (אדער זייערע קינדער) פון ניגונים פון ר' יו"ט ז"ל און אויך מיט זיינע קינדער. דארט איז דאס ארויס געקומען
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג אוגוסט 13, 2017 9:44 pm

ר' יום טוב איז געווען א וואונדערבארער קאמפאזיטער, פארשידענע הערליכע ניגונים האט ער יא קאמפאזירט, ווי יאקאב, שבת, און נאך אזעלכע וואס לויפן אויף דעם שטייגער. אסאך אנדערע ניגונים האט ער צוזאמגעקליבן, ווי אויפן סאטמארער רעקארד שפילט ער סאטמארער ניגונים א.א.וו.
פארהאן אסאך פון זיינע ניגונים וואס האט ניטאמאל קיין אידישע מקורות, זיי זענען געווען אונגארישע צו גאליציאנע פאלקס לידער און ער האט ארויפגעלייגט זיינע ווערטער דערויף.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 7:12 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:פארהאן אסאך פון זיינע ניגונים וואס האט ניטאמאל קיין אידישע מקורות, זיי זענען געווען אונגארישע צו גאליציאנע פאלקס לידער און ער האט ארויפגעלייגט זיינע ווערטער דערויף.

דאכט זיך אז "הילל" איז אין די קאטאגאריע.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

סיעל טיעם 6

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:54 pm

פארוואס די "סיעל טים 6" הייסט סיעל טיעם "6", און וואס זענען די אנדערע 5 טיעמס?

די ענטפער: ס'איז נישטא קיין 6 טיעמס! ס'דא נאר 2 טיעמס. די רעגיולער סיעל טיעמס און די ספעשעילייסט טיעם 6!

די נעווי סיעלס זענען געגרינדעט געווארן דורך פרעזידענט דשאן עף קענעדי נאך די "בעי אוף פיגס" דורכפאל, וואס האט זייער אויפגערעגט דעם פרעזידענט און דער פרעזידענט האט פארלוירען טראסט אין די סי.איי.עיס פאראמיליטערי אפערעטיווס.

דער פרעזידענט האט דאן פארארדענט צו אהערשטעלען א טיעם פון ספעציעלע קרעפטען וועלכע זאלן קענען אליינס אדורכפירן די אלע כיטרע און "בלעק אפס" וועלכע מען האט ביז דאן געניצט רעבעלן גרופעס אין די פארשידענע לענדער.

היות ס'איז געווען אין ברען פון די "קאלטע קריג" האט דער קאמאנדיר וועלכע איז באאויפטראגט געוארען צו אויסמושטירען די נייע נעווי סיעלס באשלאסן א נאמען צי געבען איין עליט גרופ "סיעל טיעם 6" כדי צו שפילן מיט די נערווען פון די רוסישע שפיאנאזש צו דערגיין וואס די "אנדערע 4 סיעל טימס" זענען געמאכט פאר...!

(צו די רוסן האבן זיך געלאזט פארפירען צו נישט איז אונז - דערווייל - נישט באקאנט).
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 7:06 pm

"איך בין היינט געוואויר געווארן אז", שמאטע איז פיינע נייעס !!

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 7:10 pm

הצדיק האט געשריבן:"איך בין היינט געוואויר געווארן אז", שמאטע איז פיינע נייעס !!

און איך ווייס דאס שוין פון לאאאאאאאנג...

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 7:31 pm

טריסקער האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:"איך בין היינט געוואויר געווארן אז", שמאטע איז פיינע נייעס !!

און איך ווייס דאס שוין פון לאאאאאאאנג...



נעווער טא לעיט...

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 3:04 pm

האצענפלאץ איז א עכטע נאמען פון א שטאט, אדער דערפל.

אויפן דבר יום ביומו צעטל שטייט אז היינט (ט' אלול) איז די יארצייט פון:
רבי נתן פייטל ב''ר אברהם מונק זצ''ל אב''ד האצענפלאץ, מח''ס חק נתן (עדיין בכת''י) -שנת תפ''ד.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 4:29 pm

גין-גאלד האט געשריבן:האצענפלאץ איז א עכטע נאמען פון א שטאט, אדער דערפל.

אויפן דבר יום ביומו צעטל שטייט אז היינט (ט' אלול) איז די יארצייט פון:
רבי נתן פייטל ב''ר אברהם מונק זצ''ל אב''ד האצענפלאץ, מח''ס חק נתן (עדיין בכת''י) -שנת תפ''ד.
צוגעלייגטע
הצ_compress.PDF
(181.64 KiB) דאונלאודעד 62 מאל

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 8:59 pm

אז דער גרויסער קאמפאזער יוסי גרין הייסט: יוסף יצחק גרין!

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

ארלינגטאן נעשינעל סעמיטערי - פארוואס, ווען און וויאזוי?

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 9:02 pm

‏עניני דיומא....

די ארלינגטאן נעשינעל סעמיטערי איז די לאנדס מיליטערישע בית הקברות וואו עס ווערן באערדיגט די ‏אמעריקאנע קריגס געפאלענע.

די פלאץ איז אויסגעקליבן געווארן ביים "אמעריקאנע ציווילע קריג".

די ארלינגטאן נעשינעל סעמיטערי איז געגרינדעט געווארן ארום די "ארלינגטאן הויז" וועלכעס געפינט זיך אין "ארלינגטאן ווירדשיניע".

די הויז איז געווען די אייגענטום פון א פרוי, די איינציגסטע לעבענסגעבליבענע טאכטער פון ‏מיסטער "דשארדש וואשינגטאן פארקע קאסטוס", א שטוף קינד פון די ערשטע אמעריקאנע פרעזידענט "דשארדש וואשינגטאן". די הויז האט די פרוי גע'ירש'נט פון איר פאטער, אבער זי האט עס נישט געמעגט פארקויפן.
ווען די פרוי איז געשטארבן האט עס איר זון און יורש "דשארדש וואשינגטאן קאסטיס לי" איבערגענומען.

איז וואס האט זי זוכה געווען אז די אמעריקאנע סאלדאטען זאלען קומען צו קבורה אין איר חלקה?

די ענטפער איז: זי האט שוין גארנישט זוכה געווען! מען האט איר פיין מסדר געווען! די קבורה פון די אמעריקאנע סאלדאטען איז געווען א נקמה!

ציוואס האט מען‏ געוואלט נקמה נעמען אין איר?

אה, ווייל איר ווייסט אפשר ווער איז געווען איר מאן?!

איר מאן איז געווען נישט קיין צווייטער ווי "ראאבערט אי לי"! דער קאמאנדיר פון די קאנפעדערעט סטעיט ‏ארמיי! נאכן אפזאגן די פאזיצע וועלכע פרעזידענט לינקלאן האט אים פארגעשלאגן צו ווערען די יוניאן ארמייס הויפט גענעראל!

ווען די יוניאן ארמיי האט זיך געטראפן מיט א גרויסע צאל געפאלענע סאלדאטען אינעם ציווילע קריג האט פרעזידענט לינקלען באויפטראגט די ארמיי צו טרעפען א פרישע פלאץ פאר א נעשינעל סעמעטערי.

די ארמיי האט באשלאסן צו שלאגן קאפיטעל‏ מיט גענעראל "לי" און באשלאסן צו ניצן זיין גארטן אלס א מקום קבורה פאר יוניאן סאלדאטען און אים אוועקנעמען די אפעטיט צו צוריקקומען וואוינען אין זיין הויז זייענדיג אין שכינות פונעם בית הקברות וועלכע וואלט אים זיכער געווען א געזונטע שטויס....

וכן הווה....
אין מאי 1864 האט מען קובר געווען די ערשטע אמעריקאנע סאלדאט.

די גאווערמענט האט "אוועקגענומען" די פראפערטי אינטערן  תירוץ פון די 'אומבאצאלטע טעקס" געזעץ וועלכע קאנגרעס האט דורכגעפירט אין 1862 וועלכע ערלויבט צו אוועקנעמען פראפערטיס פאר אומבאצאלטע טעקסעס. די געזעץ האט פארלאנגט אז דער אייגענטומער מוז "אליינס" ערשיינען, און ראנגרעס האט גערעכענט אז די קאנפעדערעט סאלדאטען גייען זיך נישט וואוסענדיג מאכן (#טריצן...) וועט קאנגרעס קענען אוועקנעמען זייערע שטחים און האבן אויסלייז געלט צו פינאנצירען די ציווילע קריג....

פרוי קאסטוס-לי האט גראדע געשיקט א שליח צו באצאלן די נארישע $92.07 טעקס וועלכע מען איז געבליבן שולדיג אין טעקס. אבער די גאווערמענט האט נישט געוואלט אנערקענען איר שליח און נישט גענומען די געלט, און אויסגעקויפט די הויז מיט די גאנצע שטח אינעם אוקשען...

אין יאר 1874, שוין נאכן קריג‏, האט "דשארדש וואשינגטאן קאסטוס-לי", דער יורש און זוהן פון גענעראל "ראאבערט אי לי" געקלאגט די אמעריקאנע רעגירונג פארן אומ-יושר'דיג צונעמען די הויז און די גארטען (וועלכע איז יעצט געווען א ריזן בית הקברות.!).

אין 1882 האט די סופרים קאורט - אין א קאמפליצירטע קעיס - געאורטיילט מיט א מערהייט פון 5 אנטקעגען 4 אז די גאווערמענט האט טאקע אוועקגענומען די פראפערטי שלא ביושר און עס דארף צוריקגיין צום יורש! - נו‏, צוריק צו די "לי" משפחה...

דאן, אין 1883, האט מיסטער 'לי' באוויליגט צו פארקויפן די פראפערטי פאר די גאווערמענט פאר די סומע פון כמעט 3.5 מיליאן דאלער (אין היינטיגע געלטער!).

איראניש, איז די מקח ‏פארגעקומען מיט די באטייליגונג פונעם דאן סעקרעטערי אוף וואר, מיסטער..... "ראבארט טאד לינקאלן", זוהן פונעם געוועזענעם "פרעזידענט עיברהעם לינקאלן".... 

און אזוי איז די "ארלינגטאן נעשינעל סעמיטערי" געווארען א נאציאנאלע לענדמארק....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:54 pm

שמאטע וואס איז נייעס !!

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4966
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 12:51 pm

הצדיק האט געשריבן:שמאטע וואס איז נייעס !!

שמאטע דאס איז נייעס !!!!
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 10:13 pm

אזוי זיך אריינגעשמוגלט און אריינגעווארפן א שמאטע...

באגלייבט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

תגובהדורך באגלייבט » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 10:44 pm

א גרויסן יישר כח שמאטע.

אפשר פארציילן אביסל וועגן די "בעי אוף פיגס" דורכפאל?

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 11:06 pm

באגלייבט האט געשריבן:אפשר פארציילן אביסל וועגן די "בעי אוף פיגס" דורכפאל?

ליגט מיר אין קאפ אז איינער האט עס שוין אמאל באשריבן דא אויף אייוועלט.

אין קורצן איז עס געווען א סי.איי.עי. גערילע אטאקע אין וועלכע די סי.איי.עי. האט טרענירט קובא אנטי-קאסטראו רעבעלן. זיי אויסשטאפירט מיט כלי מלחמה און זיי אריינגעשיקט אין לייבן גריב מלחמה האלטן און איבערווארפן פידעל פון אמט.

די פלענער האט מען אנגעהויבן אויסארבייטען ווען דווייד אייזענהוער איז געווען פרעזידענט.
ווען דשאן עף קענעדי איז געווארן פרעזידענט איז ער נאך געווען צו יונג און ער האט מורא געהאט פון די דעמאלטסדיגע סי.איי.עי. פירער, און הגם קענעדי האט נישט געגליכן די גאנצע אקציע האט ער ערלויבט די איינמאל צו פאראויסגיין דערמיט אויף די טענה פון די סי.איי.עי. וועלכע האט פארפירט אז די אלע געלטער וואס מען האט שוין אויסגעגעבען גייט גיין לטמיון.

ווען די אקציע איז אריין אין שוואונג האט זיך ארויסגעשטעלט דאס וואס קענעדי האט מורא געהאט! די סי.איי.עי. איז נישט געווען מסודר, די אקציע איז געווען א שטוינענדע דורכפאל פאר אמעריקא. ווער רעדט נאך פון די הונדערטער קובא רעבעלן וועלכע קאסטראו האט ארעסטירט און געטון וואס יעדע דיקטאטור טוט אין אזא פאל.

פרעזידענט קענעדי האט דאן באשלאסן צו אוועקנעמען די חלק פון 'באהאלטענע אקציעס' פון די סי.איי.עי'ס רשות און - ווי געשריבן - עס געגעבן פאר די 'מיליטער', די נעווי סיעלס.

ווי אויך האט פרעזידענט קענעדי דאן באפוילן צו בויען און אויסשטאפירען די גוט באקאנטע "סיטשועישען רום" אינעם ווייסן הויז, כדי צו קענען האבן "ריעל טיים" אינטעלעדשענס און סיטשועשען מאניטערינג אויף יעדע קליינע אמעריקאנע אקציע איבער די וועלט.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
אימפעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:47 am

איסר האטלקי האט געשריבן:ר' יום טוב איז געווען א וואונדערבארער קאמפאזיטער

מרדכי ווערדיגער דערציילט אויף קול מבשר, אז ווען ער האט ארויסגעגעבן זיין אלבום פון ניגוני ר׳ יו״ט ע״ה, האט ער געבעטן ר׳ יו״ט זאל אים געבן א נייעם ניגון, האט ער דאן פארפאסט דעם הנה לא ינום וואס ער זינגט טאקע דארט צום ערשט.
(א חידוש אז ר׳ יו״ט ע״ה האט געמאכט א נארמאלן סטאנדארט ניגון, איך קען נישט נאך איינס אזאנס פון אים...)
בוידעם: אלזא, איך האב אים אינטערגעשאצט, ער האט מיר זייער איבעראשט.
כאפצעם: טראמפיזעם איז א גייסטיגע טראגעדיע.

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6451
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:55 am

אין ענגלאנד האלטן די גראסעריס אייער אויפען פאליצע און נישט אינעם פרידזעדאר
Diapers: Save $10 when you buy 2 item(s)
https://amzn.to/3450b36

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 11:04 am

הרב_שלום האט געשריבן:אין ענגלאנד האלטן די גראסעריס אייער אויפען פאליצע און נישט אינעם פרידזעדאר

אזוי איז אויך אין א"י, אלע לייגן די אייער אויף די פאליצעס.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 11:20 am

הרב_שלום האט געשריבן:אין ענגלאנד האלטן די גראסעריס אייער אויפען פאליצע און נישט אינעם פרידזעדאר


http://www.businessinsider.com/why-euro ... gs-2014-12
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:57 pm

נישט דווקא היינט נאר לעצטנס
אז אין פאפא זאגט מען תחנון ביי מנחה
איי איי,-וועלט


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פערדס מיניסטער און 11 געסט