צפון קארעא – דאס ארים און צוריקגעשטאנען לענדל - ה' חלקים

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

א שיינעם דאנק.
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

זה לשון, תקנות הקרעטשמע - עצה טובה, באמצע סיעף ג':
ביטע, ווען איר זעט אן ארטיקל וואס שמעקט אייך, באדאנקט זיך דערויף ברבים, דאס איז די גאזאלין פון די קרעטשמע.

איז נאדיר ;l;p- ;l;p- ;l;p- א ריז'ן ש'כח
סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאיזגוטבה »

חוץ פון דעם האט געשריבן:זה לשון, תקנות הקרעטשמע - עצה טובה, באמצע סיעף ג':
ביטע, ווען איר זעט אן ארטיקל וואס שמעקט אייך, באדאנקט זיך דערויף ברבים, דאס איז די גאזאלין פון די קרעטשמע.

איז נאדיר ;l;p- ;l;p- ;l;p- א ריז'ן ש'כח

;l;p- ;l;p- ;l;p-
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

פעיק נוז האט געשריבן:איך גלייב אבער אז פיאנגעינג קוקט נישט אזוי אויס


טאקע נישט, פיאנגענג קוקט אויס ווי א געהעריגע שיינע הויפט שטאט, מיט בנינים, געשעפטן, און אפילו פארקס. זיי ניצן זייער הויפט שטאט פאר א "כסות עינים" מען זאל זיך נישט דערוויסן וואס עס שפילט זיך אפ איבעראל אנדערש אין לאנד. (די נאציס האבן אויך פארמאגט איין לאגער, ווי מען האט זיך אויפגעפירט אביסל מער מענטשליך (דענק נישט אויף די מינוט וועלכע), זיי האבן געהייסן שרייבן בריוו'ן פאר די קרובים ווי גוט זיי געפונען זיך, און דאס האט מען געוויזן פאר די וועלט)

טאקע וועגן דעם זענען באזוכער נאר ערלויבט צו באזוכן דעם הויפט שטאט, חוץ ווען מען פארט אויף די וועגן, ווי געזען אין דעם ארטיקל.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פריילעך אידל האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:איך גלייב אבער אז פיאנגעינג קוקט נישט אזוי אויס


טאקע נישט, פיאנגענג קוקט אויס ווי א געהעריגע שיינע הויפט שטאט, מיט בנינים, געשעפטן, און אפילו פארקס. זיי ניצן זייער הויפט שטאט פאר א "כסות עינים" מען זאל זיך נישט דערוויסן וואס עס שפילט זיך אפ איבעראל אנדערש אין לאנד. (די נאציס האבן אויך פארמאגט איין לאגער, ווי מען האט זיך אויפגעפירט אביסל מער מענטשליך (דענק נישט אויף די מינוט וועלכע), זיי האבן געהייסן שרייבן בריוו'ן פאר די קרובים ווי גוט זיי געפונען זיך, און דאס האט מען געוויזן פאר די וועלט)

טאקע וועגן דעם זענען באזוכער נאר ערלויבט צו באזוכן דעם הויפט שטאט, חוץ ווען מען פארט אויף די וועגן, ווי געזען אין דעם ארטיקל.


דאכטצעך "טרעזינשטאט"
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

נהנתי

א גריס פון דעם פאריקטן זייט פון די וועלט
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

די טרעפיק לייטס און צפון קארעא...
(קרעדיט: zurech)
צפון קארעא 31.jpg
צפון קארעא 31.jpg (113.93 KiB) געזען 6837 מאל
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

זיי זענען פיל מער פארגעשריטן... דא איז נישטא קיין שירעמס
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

שרעקעדיג שיין
נעקסטיים די ביסט דארט זאג זיי אז עס קומט גוטע צייטן אונז האבן א פרעזידענט טראמפ
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

וויזוי האסטו געקענט אהין ג'יין?
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

פעיק נוז האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:איך גלייב אבער אז פיאנגעינג קוקט נישט אזוי אויס


טאקע נישט, פיאנגענג קוקט אויס ווי א געהעריגע שיינע הויפט שטאט, מיט בנינים, געשעפטן, און אפילו פארקס. זיי ניצן זייער הויפט שטאט פאר א "כסות עינים" מען זאל זיך נישט דערוויסן וואס עס שפילט זיך אפ איבעראל אנדערש אין לאנד. (די נאציס האבן אויך פארמאגט איין לאגער, ווי מען האט זיך אויפגעפירט אביסל מער מענטשליך (דענק נישט אויף די מינוט וועלכע), זיי האבן געהייסן שרייבן בריוו'ן פאר די קרובים ווי גוט זיי געפונען זיך, און דאס האט מען געוויזן פאר די וועלט)

טאקע וועגן דעם זענען באזוכער נאר ערלויבט צו באזוכן דעם הויפט שטאט, חוץ ווען מען פארט אויף די וועגן, ווי געזען אין דעם ארטיקל.


דאכטצעך "טרעזינשטאט"

ס'דאכצעך אייך גאר גוט....
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

יישר כח פאר די אלע וואס באדאנקען זיך, דאס געבט די מוט אנצוגיין ווייטער.

מ'האפמיר ווייטער ממשיך זיין מיט א חלק ב'.
לעצט פארראכטן דורך פריילעך אידל אום זונטאג אוגוסט 27, 2017 12:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

פריילעך אידל האט געשריבן:יישר כח פאר די אלע וואס באדאנקען זיך, דאס געבט חיזוק אנצוגיין ווייטער.

מ'האפמיר ווייטער ממשיך זיין מיט א חלק ב'.


כאטש מיר האבן גאר שטארק הנאה געהאט צו ליינען דעם באשרייבונג מיט די אינטערעסאנטע בילדער, האב איך מיך לכתחילה אפגעהאלטן פון זיך באדאנקן, ווייל צוערשט כ'האב נישט געטראכט אז דער חשוב'ער פותח האשכול דארף מיינע ארימע דאנק ווערטער, און אויך ווייל כ'האב נישט געוואלט אנפילן דעם אשכול מיט סתם דברים של מה בכך.

אבער יעצט ווען מ'הער מיר אז דאס איז די גאזאלין צו קענען אנגיין, וויל איך מיך עפענטליך באדאנקן פאר ידידינו החשוב "יהודי שמח" פארן אונז שאפן אזא הנאה מיטן אהערלייגן אזעלכע שיינע ווערק!
---
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

מ'זעהט אז ס'ליגט דא אסאך ארבעט, יישר כחכם.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:מ'זעהט אז ס'ליגט דא אסאך ארבעט, יישר כחכם.

גאר אסאך אינטערעסאנטע דעטאלן. האמיר שטארק הנאה געהאט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

געוואלדיג! וואויל געשריבן, צו די זאך און בא'טעמ'ט!!!!

btw דארט זעהט מיר נישט אז עס איז דא טרעפיק, נא חברה יעלה מ'פאקט פעק און מ'גייט אריבער !!!!!
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

נא חברה יעלה מ'פאקט פעק און מ'גייט אריבער

דארט קען א אמעריקאנער טאקע פאקען פעק
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

צפון קארעא – דאס ארים און צוריקגעשטאנען לענדל - חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

בעזר השם יתברך ויתעלה זענען מיר ווייטער ממשיך מיט אונזער באזוך אין דעם פארריקטן לענדל צפון קארעא.

אויב האט איר געמיינט אז איר האט שוין עפעס געזעהן, דאן וועט איר איבערראשט ווערן מיט די בילדער וואס מיר וועלן דא פארעפנטליכן, עקסקלוסיוו פאר די אייוועלט ליינער! (גלייך פון דעם אינטערנעץ...)

דאס מאל וועלן מיר האבן א געלעגנהייט אריינצופארן "אין שטאט" און כאפן א נענטערן בליק אריין אין דעם וועלט פון דעם טיפישן צפון קארעא'ר בירגער, פון אונטער דעם "אייזענעם פארהאנג".

מיר דארפן זייער געווארנט זיין, ווייל ווי שוין געשריבן אויבן, ווערט יעדע ריר אונזערע נאכגעקוקט דורך די שליחים פון דעם רעזשים, און אויב געפונען זיי אויס איבער די בילדער וואס מיר האבן דא געכאפט, קענען מיר אפענדיגן אין תפיסה, אדער אין איינע פון זייערע טרויעריג-בארימטע 'קאנצעטראציע לאגערן', די בילדער דא זענען געכאפט געווארן דורך א באהאלטענע קאמארא, וואס מיר האבן צוגעטשעפעט אויף זיך, לאמיר האפן זיי וועלן נישט אויסגעפינען...

נו, לאמיר גיין!

די צפון קארעא רעשים פראבירט כסדר פארצושטעלן פאר די וועלט א בילד אז כאילו זייערע מענטשן זענען פריילעך און צופרידן, און ווערן גוט באהאנדלט, (אלע בילדער וואס זיי פובליצירן זעהט מען שמייכעלדיגע פנימ'ער), אבער אין די קומענדיגע בילדער וועלן מיר זיך אביסל באקענען מיט די ריאליטעט וואס שפילט זיך דארט אפ.

#1 שלום עליכם קיין צפון קארעא

קודם כל שלום עליכם, דאס זענען אונזערע פירער.
בילד

#2 מען קען שפירן זייער ביטערניש

א בילד פון מענטשן אויפן וועג צו דער ארבעט. נישט נאר קוקן זיי נישט אויס צופרידן, נאר אויף זייער פנים דערקענט זיך א ביטערניש און אויפגערעגטקייט איבער זייער ביטערן שיקזאל, גארנישט אזויווי זייער רעזשים שטעלט פאר.
בילד

#3 ליידיגע פאליצעס

טראץ דעם וואס די רעזשים לאזט כסדר הערן אז זיי לאכן זיך אויס פון די אינטערנאציאנאלע שווערע סאנקציעס, זעהן מיר דא וואס עס שפילט זיך אפ אין ריאליטעט. א רעגירונג געפירטע שפייז קראם, אין וועלכע עס קויפן איין די מיטל קלאס בירגער, שטעלט צו א רייכע אויסוואל פון עפל און פעטרישקע...
בילד

#4 מענטשן הונגערן

רוב בירגער פון צפון קארעא הונגערן, מיט א ריזיגן פראצענט פון דער באפעלקערונג מסוכנ'דיג דאר, עסן ראטן און מאוקאשן פאר ענערונג. דעריבער פראבירט דאס לאנד צו פארגרעסערן זייער פארם לאנד צו זעטיגן זייערע בירגער. אבער, זינט זיי ניצן נאך מעטאדן פון דעם מיטל-אלטער פון די 1700 יארן, ארבעטן זייערע פרואוון נישט אויס, און מענטשן איבער דאס לאנד הינגערן פאר א שטיקל ברויט און שטארבן אין די מאסן. צפון קאריאנער וועלכע אנטלויפן קיין כינע זענען ברייט באקאנט און לייכט באמערקט קורך זייערע מאגערע אויסזעהן, און פאר זייער שטייגער צו עסן וואס נאר עס קומט זיי אונטער די הענט.
בילד

#5 די באן וואס פירט אין ערגעץ נישט

דער פאטאגראפירער האט זיך איינגעשטעלט דאס לעבן דורכן נעמען דעם דאזיגן בילד פון א כמעט ליידיגע באן סטאנציע. צפון קארעאנער בירגער זענען אלע שטרענג נאכגעקוקט, און טארן נישט ארויספארן אינדרויסן פון זייער שטאט אדער שטעטל אן קיין רשות פון דער רעזשים. דער סטאנציע ווערט מייסטענס באנוצט דורך טוריסטן.
נאך א וואגן אין דער באן פון דער רעזשימ'ס פראפאגאנדע מאשין...
בילד

#6 גרויע בנינים אויף א גרויער גאס

דער מערסט באנוצטע דעזיין אין צפון קארעא אין אלגעמיין, און אין פיאנגיאנג בפרט, איז דער אלטער סאוויעטישער נוסח, פון גרויע צעמענט. אייגענטליך אין א קאמוניסטיש לאנד גייט דאך דער סלאגאן "אלע זענען גלייך", אויב אזוי זאלן די בנינים אויך זיין גלייך. אָבער, זינט די אינטערנאַציאָנאַלע סאנקציעס און נידעריגע טעכנישע מעגליכקייטן, זענען פילע פון די בנינים אין א סכנה'דיגען צושטאנד, און פילע מער שטייען פשוט ליידיג.
בילד

#7 א טעקסי, צו ווי?

עס זענען פארהאן א ריזיגער ציפער פון טעקסיס אין צפון קארעא, אבער רוב דערפון זענען קאנצעטרירט בלויז אין דער הויפט שטאט פיאנגענג. טראץ דער ביטערער ארימקייט וואס הערשט אין צפון קארעא, לעבן אבער די 'עליטע' (פילע פון זיי שווערע מיליאנערן) א חיים טובים, און האלטן ווארשיינדליך אויס די אלע טעקסיס צו קענען בלייבן אין ביזנעס...
(אָבער וועט איר מסתם נישט טרעפן אין צפון קארעא...)
בילד

#8 ווי שטארק זענען זיי באמת?

אין דעם בילד זעהט מען א רייז פעלד, און אין אינטערוויילאכטס אן אלטן טרעקל, פון ארום יארע 1986, וועלכע טראנפארטירט מענטשן. אבער אז איר וועט שענקען א טיפערן בליק וועט איר דערקענען, די מענטשן אויף דעם טרעקל זענען טאקע סאלדאטן! פאר א לאנד וועלכע שטעלט זיך פאר צו זיין אזוי פארגעשריטן און אויפגעבויט מיליטעריש, איז עס אביסל פארדעכטיגט אז זייערע סאלדאטן דארף מען טראנספארטירן אויף אלטמאדישע טרעקלעך.
בילד

#9 עלעקטעראנישע צוים

צפון קארעא האט פון עטליכע זייטן מיילן מיט מיילן פון ים ברעגעס, ווי איר קענט דא זעהן. אבער קוקט בעסער וועט איר באמערקן א צוים, נישט סתם א צוים, נאר אן עלעקטיראנישער צוים. דאס איז דער זעלבער לאנד וואס קען זיך נישט ערלויבן צוצישטעלן עלעקטעריציטעיט פאר זייערע בירגער, אבער האט גענוג גלעקטעריק קראפט פאר א צוים זיכער צו מאכן אז קיינע פון זייערע בירגער אנטלויפן נישט דורכן ים...
בילד

#10 שפאצירן אויף די שאסייען

ווי מיר האבן שוין ברייטער באריכטעט אין חלק א', זענען די שאסייען אין צפון קארעא מערסטנס באנוצט דורך מענטשן, און זעלטן וואס מען זעהן קארן אריבערפארן אויף די שאסייען.
בילד

#11 פאלשע מאדערנקייט

דאונטאון פיאנגענג, א פלאץ וועלכע די טאור גיידס גרויסן זיך דערמיט, און טראגן כסדר אהין די טוריסטן וועלכע קומען באזוכן. דארטן זענען פארהאן פילע שיין אויסזעענדע און מאדערנע בנינים, וועלכע האבן זיך נישט צו שעמען פון אזאלכע לענדער ווי יאפאן, כינע, אדער אפשר גאר אייראפע! אבער אייגענטליך, זענען רוב פון די בנינים בלויז א כסות עינים, רוב פון זיי שטייען ליידיג און אומפארענדיגט פון אינעווייניג, און די וועלכע זענען יא פארענדיגט, פארמאגן נישט קיין עלעקטעריציטעט!
קענט איר זיך פארשטעלן ברויכן ארויפצוקריכן צום שפיץ פון איינע פון די בנינים?!...
בילד

#12 דער גרויסער ברודער קוקט

פונקט ווי עס פלעגט זיין אין רוסלאנד אונטער די קאמיניסטן, ווי יעדע ריר איז געווארן אפגעכאפט, דאס זעלבע גייט נאך היינט צוטאגס אן אין צפון קארעא. באהאלטענע קאמארעס און מייקראפאנען געפונען זיך אין יעדעס ווינקל, אין הייזער, אפיסעס, פארקס און אפילו אויף באסעס. עס איז א אפטע ערשיינונג צו טרעפן אזאלכע מיליטערישע טורעמעס, ווי מען האלט אן אויג אויף יעדן בירגער פון שטעטל, אז מען גייט אין ליניע...
בילד

#13 רעגירונג שטאטסהויז

דער בילד פון דעם רעגירונג הויפטקווארטיר איז אינטערעסאנט, פאר עטליכע סיבות. איינס: פשוט צו קענען כאפן א בליק אויף די ביוראקראטן ארומשפאצירן אין א געווענדליכן טאג. צוויי: מען זעהט נישט קיין שום קאר אדער באס אויפן ראוד, און מענטשן שפאצירן געמיטליך וואוסענדיג אז זיי וועלן אויף קיין שום פאל ווערן אראפגעהאקט דורך א שנעל-פארענדע קאר. דריי: דער פאטאגראפירער איז געווען אויסערגעווענדלעך העלדיש, זינט נעמען אזא בילד וואלט אים געקענט טייער קאסטן, ווערן ארעסטירט אויפן פארדאכט פון שפיאנאש, און דערנאך אומגעברענגט ווערן.
בילד

#14 באן סטאנציע

ווי איר קענט דא זעהן, ווערט די דאזיגע ערשיינונג אנגערופן מיטן צונאמען "באן סטאנציע"...
א פשוטע לעכעריגע זייל, און א בלאטיגן וועג אויף די זייט פון די שינעס, באדייט אן אפשטעל, א סטאנציאן. און דאס איז היפש פארשטענדליך, זינט עס איז כמעט איממעגליך צו באקומען ערלויבעניש ארויסצופארן פון דעם שטאט אדער שטעטל ווי מען וואוינט, פעלט טאקע נישט אויס צו אינוועסטירן צו סאך אין די אינפארסטראקטור ארויס פון דעם הויפט שטאט.
בילד

#15 אנגייענדיגע פראפאגאנדע

שטעלט אייך פאר אז איר ברויכט וואטשען דעם פרעזידענט רעדן אגאנצן טאג, יעדן טאג, און אינצווישן זיך צוהערן צו פאטריאטישע מוזיק, און צו פראפאגאנדיסטישע היסטאריע שאוס. דאס איז די ריאליטעט אין צפון קארעא.

נישט נאר אז דאס איז די איינציגע וואס איר קענט זעהן אויפן טעלעוויזיע, נאר אויב איר פארמאגט א טעלעוויזיע אדער ראדיא אינדערהיים אדער אפיס, "מוזט איר" דאס האבן כסדר אנגעצונדן, און אויב נישט, קענט איר זיך געפונען שימלען אין תפיסה, אדער ערגער! (נו, אפשר לוינט זיך טאקע נישט צו פארמאגן א טעלעוויזיע אין צפון קארעא, אדער אפשר איז פארהאן א שטרענגערע שטראף אויב איר פארמאגט נישט די אויבן-דערמאנטע...)
בילד

#16 שדים שטעטלעך

עס זענען פארהאן פילע שטעט און שטעטלעך אין צפון קארעא. די פראבלעם איז אבער, אז נישט אלע דערפון זענען באוואוינט, עכ"פ א חלק פון זיי.

אבער כדי אז די שטעט זאלן אויסקוקן ווי זיי פארמאגן עפעס לעבהאפט, ובפרט פאר די אויגן פון פרעמדע סעטעלייטס און שפיאניר פליגער, וועט די רעזשים כסדר הייסן פאר בירגער פון א געוויסע שטעטל זיך אריבער צו פעקלען מיט די גאנצע האב און גוטס, צו א צווייטן שטעטל, געבענדיג דעם אנשטעל אז צפון קארעא איז גוט באוואוינט, און אלעס איז בסדר אין לאנד.
בילד

#17 יענעמס גראז איז גרינער...

פאר די וועלכע זענען צו ארים איינצוקויפן אין געשעפט, -א געשאצטע 90 פראצענט..- האבן זיך אסאך פון זיי צוגעוואוינט צו עסן וואס זיי געפונען אויף דער ערד, אריינגערעכנט: קריכעדיגע, פליענדיגע, גראז, און בלעטער!

אין פאקט, די רעזשים האט אפילו ארויסגעגעבן א "קוק בוך" פון וועלכע גראז און בלעטלעך קאסטן די בעסטע, און אז עסן די אלע גראגן אויפאמאל, איז נישט אזוי שלעכט. כאטש וואס דער פאקט אז איר עסט גראז, מיינט דאס אז זאכן ארבעטן זיך נישט אויס אזוי אמבעסטן...
בילד

#18 מיליטער איבעראל

דער מיליטער אין צפון קארעא קאנטראלירן יעדעס ריר אין לאנד, ארייגערעכנט יעדע קליינע שטעטל אדער פארם. ווי למשל דער סאלדאט וואס זיין איינציגע ציהל איז צו אנצייגן די בירגער ווען א באן קומט צו פארן, וועלכע אגב, קומט נאר איינמאל א טאג...
בילד

#19 פשוטע עבודה זרה

אין צפון קארעא זענען די פירער נישט בלויז פירער, נאר ממש אפגעטער.
בילד

#20 מיליטער

איינע פון די איינציגע וועגן צו זיכער מאכן אז איר און אייער משפּחה וועלן האבן גענוג עסנווארג, אדער אפילו האבן עפעס א געלעגנהייט פאר א לייטיש לעבן, איז דורך זיך איינריקן אין מיליטער. כאטש וואס עס פעלט זיך אויס צו מאכן באקאנטשאפט מיט די הויכע פענסטערס, איז אבער אויב געלונגט עס אייך, קענט איר ווערן אן אפיציר און גאראנטירן אז איר און אייער משפּחה, וועלן נישט עסן גראז...
דאס איז א זעלטן בילד, זינט די מיליטערלייט זענען אַ פארמאכט און באהאלטן קלאס.
בילד

[פארזעצונג קומט אי"ה]
לעצט פארראכטן דורך פריילעך אידל אום מאנטאג אוגוסט 28, 2017 10:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

הוי רייסט עס ביים הארץ.
כ'מיין אז טראמפ זאל נישט ווארטן אז זיי זאלן נעמען באמבעדירן נאר זאל שוין אונטערברענגן די רעזשים
פשוט זיך אנצונעמען פאר די אונטערדריקטע בירגער.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

איינער ווייסט ווי אזוי מען שרייבט WOW אויף אידיש אדער לשון קודש
איך גלייך זייער דיין סטייל, און דיין טירחא להנאת הרבים~!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הערליך!
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

שכח פאר די פיינע ארבעט
גיוס בנות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 2:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוס בנות »

מוראדיג wow שרעקליך
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

שכח פאר די פיינע ארבעט
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

פרוביר אויך האט געשריבן:שכח פאר די פיינע ארבעט
א פשוטע איד.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”