א 16 יעריגע בחור'ל פאלט אראפ פון א בוים

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

א 16 יעריגע בחור'ל פאלט אראפ פון א בוים

תגובהדורך שמיי_דריי » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 10:30 pm

ווער קען זיך אפילו נעמען דאס ווארט און אנהויבן צו רעדן וואס ס'איז פארגעקומען אפאר שעה צוריק די מוח און די געפילן קענען זיך נישט גענוג צוזאם נעמען אז די חשובע בחור'ל יואל יודא לעווי איז שוין ליידער ליידער בעוונותינו הרבים מער נישט צווישן אונז...

כלל ישראל וויינט אלעס וויינט קיינער קען זיך נישט בארואיגן פון די ביטערע קלאפ וואס אונז האמיר געכאפט אז נעבעך א אומשולדיג וואול בחור'ל פון די הייליגע שטאט ק''י איז נעבעך אזוי טראגיש אומגעקומען פון אראפ פאלן פון א בוים אין די קעמפ מחנה קרית יואל און ליידער אוועק דארט יוש נעבעך

די הארץ בלוטיגט נאר פון טראכטן דערפון מ'קען דאך אויסגיין נאר פון טראכטן די צער פון זיינע עלטערן יו טאאאאאאאאאאטטטטטטטטטעעעעע באשעפער וויפיל איז דען די שיעור וויפיל קען מיר אויסהאלטן ???

שטעלט אייך פאר א טאטע שיקט זיין בחור'ל אין קעמפ אריין באגלייט מיט א קיש און ער וואונטשט אים אן אסאך הצלחה און ער וואונטשט אים אן אז ער זאל שטייגן אין די תורה און ער טראכט א גאנצן טאג וואס זיין באליבט קנד טוט אין קעמפ און דא רופט מען אים אן אז אזא אומגליק האט פאסירט יוש טאטע ווי אזוי קענען מיר איבערלעבן אזא בשורה

די טאטע האט דאך נישט געטראכט אז דאס וועט ליידער פאסירן און נעבעך אנשטאט אהיים קומען מיט די באס און אלע זיינע חברים קומט ער נעבעך אהיים מיט א ארון... ווי קען מען אפילו טראכטן פון זייער צער

ס'בלייבט אונז נאר איבער צו בעטן און זאגן אז דאס איז נאר מן השמים און ה' נתן וה' לקח און דאס זאל זיין די לעצטע שרעקליכע פאסירונג און ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו און מיט דעם זאל מען מכפר זיין אלע אונזערע עבירות ביז משיח וועט קומען במהרה בימינו אמן

יואל יודא מיר ווילן דיר בעטן בשם כל קהל עדת ישראל דו גייסט יעצט ארויף אויבן אין הימל רייס איין לאז נישט נאך גארנישט ביזט נאך אונטער 20 און מ'וועט דיר אלעס נאכגעבן בעט און רייס איין אז דאס זאל זיין די לעצטע ביטערע און טראגישע געשעעניש און משיח זאל שוין קומען ווייל אונז האלטן עס שוין נישט אויס
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 11:49 pm

א שרעקליכע מעשה. מ'שמייסט אונז פון הימל, און נישט צוליב דעם איידעלן בחור'ס חטאים. לעצטנס ווערן די טראגעדיעס אזוי שוידערליך, אז ס'איז שווער צו גלייבן וויאזוי מ'קען נאך בלייבן ביים דעת און נישט אראפגיין פון זינען.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 12:48 am

ברוך דיין האמת. המקום ינחם את כל המשפחה בתוך שאר אבלי ציון וירושלים.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 12:59 am

מיר האבען געזאגט היינט אין יו"כ קטן "אין לי פה להשיב"
עס איז נישטא קיין ווערטער, נאר השם ירחם
ברוך דיין האמת
טעמו וראו כי טוב השם


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], בארג, בלעקבארד, בעל דמיון, יישר כח, מה ידידות און 56 געסט