ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חיים

תגובה דורך חיים »

לויט וויאיך האב געהערט איז ער געווען ממש א צדיק פון א בחור ער פלעגט זיך קיינמאל נישט אפרעדן און האט זיך שטענדיג משתדל געווען אויף צו נעמען איעדן בסבר פנים יפות אגב ער איז געווארן בר מצוה עטליכע וואכן פאר ער איז ליידער אוועק די לווי' איז געווען אין פראנט פון גרויסן אין קריתיואל מען זאל שוין נאר הערן גוטע בשורות
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובה דורך איך_הער »

ברוך דיין האמת, הרבנית מספינקא ע"ה, אשת הרה"צ ר' שמואל צבי האראוויץ זי"ע.
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

תגובה דורך אבאמא09 »

די לויה גייט זיין 9:30 פארנט פון בית יצחק ספינקא.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

מיר האבן זיך באטייליגט און אביסל מוריד דמעות ביי די לוי' פון די חשוב'ע רעבעצין וואס איז געווען א דוגמא פון א אמאליגע אידענע, מיר געדענקען איר נאך פון אונזערע אינגע יארן ווען מ'האב מיר געוויילט אין קעמפ בית יצחק, דאס בילד ווי זי שטייט ביים פענסטער ביים לאנטש רום פון די קינדער מיט איר באליבטן תהלים'ל, און וויינט זיך אויס פארן בורא כל עולמים, ליגט מיר נאך היינט פאר די אויגן.

די לוי' איז געווען "אינעווייניג" אין ספינקא ביהמ"ד, עס האבן מספיד געווען: דער עלצטער אייידעם ראדיווילער רבי, דער איידעם הרב דקהל תפארת משה, די זין אדמו"ר מבית יצחק, אדמו"ר מתולדות צבי, און אדמו"ר מטבא דשמואל.

עס האט איר באגלייט א ריזיגער עולם און שפיץ פון אדמור"ם ורבנים חשובים.

ווען מען איז ארויס געפארן אויפן פעלד איז שוין געווען נאך צוועלף אזייגער ביינאכט.

דער אויבירשטער זאל העלפן עס זאל שוין מקוים ווערן דער פסוק ובלע המות לנצח וכו'.
לעצט פארראכטן דורך farshlufen אום מיטוואך יוני 25, 2008 11:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

ברוך דיין האמת ובלא המוות לנצח.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובה דורך ביקסאד »

אויף דעם בית החיים האבן מספיד געווען די איידעמער הרב דקהל מלבוש צבי קראלי מאנסי און ראה"כ בית אברהם און דער עלטסטער אייניקעל אדמו"ר מבית שמואל צבי.

אין דעם אהל האט מספיד געווען דער זוהן אדמו"ר מקראלי און צום סוף האט זיך געזעגענט ר' אברהם שטיינבערג וואס האט איר באדינט אלס קראנקן שוועסטער די לעצטערע חדשים.

מען האט איר באהאלטן אין אהל אונטער איר גרויסן מאן.
ועמך כולם צדיקים
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

תגובה דורך פוילישער »

נעכטן שבת איז נפטר געווארן הרה"ח ר' מרדכי פישל גרין ע"ה מחשיבי חסידי קלויזענבערג, אין עלטער פון 60 יאר.

ר' מרדכי איז באקאנט פאר'ן וויליאמסבורגער עולם, מיט זיין ליבליכע סערוויס, וואס מען פלעגט ערהאלטן ביים אריינגיין אין גרינס שיך געשעפט אויף לי עוו.

ובלע המות לנצח וכו'
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

ברוך דיין האמת.

ווען דו שרייבסט ווען נישט זיין מקום עבודה, וואלט איך נישט געכאפט פון וועמען דו רעדסט.

מיר פלעגן ביי אים איינקויפן אלע קינדערישע שיך (ער האט יארן צוריק שוין געליטן אויף די מחלה, זיך ערהוילט וכו').

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובה דורך ביקסאד »

ער האט לעצטענס שטארק געליטן אויף צוקער, איבער געלאזט צוויי איידעמער דער עלטערער א באבוב'ער ר' יואל געלער, און דער אינגערער ר' כתריאל יוסף יאנקאוויטש מחסידי וויזשניץ בוויליאמסבורג און א בן יחיד ר' חיים שמואל חתן ר' שלמה הערשקאוויטש בן הגאון ר' פישעלע.

יהא זכרו ברוך.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובה דורך פריץ »

שומו שמים!
עס קורסירן קללאנגען
בד"ה א בחור אין ראונד טאפ איז נפטר געווארן נאכען אראפאלען פון א בוים ר"ל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

טאטע גרויסער ווי קען מען דאס אריבערטראגן? פון ווי נעמט מען כח פאר דעם?.
געוואלד און געשריגן וואס מאנט מען פון אונז?
עס איז צייט פאר א חשבון הנפש.
איך האב נישט קיין ווערטער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובה דורך שמיי_דריי »

ברוך דיין האמת הבחור יואל יודא(16) בן יוסף דוד (מגי''ש בישיבה גדולה ק''י) בן יעקב אהרן חתן הרב יוסף לייב קאהן (מנהל ישיבה גדולה ק''י)
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

היינט איז נפטר געווארן הרבנית הישישה מ'באבוב, אשת מהר"ש הלברשטאם זצ"ל.

תנצב"ה.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

זי איז געווען זו"ש, שטימט? די מוטער פון ר' בנציון שליט"א און נישט פון ר' נפתלטשע זצ"ל

זי האט איבערגעלאזט איהר זון אדמו"ר מבאבוב, ווי אויך די טאכטער אשת הדומ"ץ (כאב פארגעסן יעצט זיין נאמען) איז דא נאך קינדער?
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

תגובה דורך סלונימער »

ווי אלט זי איז געווען?
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובה דורך לעווי »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:זי האט איבערגעלאזט איהר זון אדמו"ר מבאבוב, ווי אויך די טאכטער אשת הדומ"ץ (כאב פארגעסן יעצט זיין נאמען) איז דא נאך קינדער?


אין די סדר פון עלטסטע צו יונגסטע.

הרבנית נחמה אשת הגה"צ רבי יעקב יוסף טויבער דומ"ץ באבוב שליט"א
הרבנית דבורה לאה, אשת הגה"צ רבי יונת בנימין גאלדבערגער ראש הכולל באבוב ואבד"ק ביקאווסק שליט"א
הרבנית שרה אשת הגה"צ רבי יעקב ישראל מייזליש אב"ד באבוב בת ים שליט"א
הרבנית מלכה אשת הגה"צ רבי בן ציון בלום שליט"א דומ"ץ באבוב לאנדאן
כ"ק אדמו"ר מבאבוב (48) שליט"א
הרבנית אסתר אשת הגה"צ רבי ברוך אברהם האראוויץ שליט"א ראש ישיבת באבוב (48)


זי איז געווען א טאכטער פון די אלטע טאמאשוב'ער (ציעשנוב) זצ"ל

אירע ברידער זענען געווען אדמור"י טומשוב וציעשניב, איר שוואגער איז יבדל"ח הגה"צ רבי הערשל סטריזשוב'ער שליט"א.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובה דורך לעווי »

ליוו האק אפ יעצט פון די לוי'.

347-677-1095 #21262
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

תגובה דורך סלונימער »

טאמשאווער רבי,א שווער פון ספינקא(ווייס)-ארה"ב איז איר ברודער?
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובה דורך לעווי »

סלונימער האט געשריבן:טאמשאווער רבי,א שווער פון ספינקא(ווייס)-ארה"ב איז איר ברודער?


געווען איר ברידער.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יש"כ לעווי
טעמו וראו כי טוב השם
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובה דורך ביקסאד »

ווי אזוי קאן דאס געמאלט זיין אז מען נעכטען נישט געמאלדן איבער די פטירה און לויה פון הרה"ח ר' מנחם [מענדל] אהרן שטיינמעץ מנגידי חסידי ספינקא.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובה דורך שמערי בערי »

ברוך דיין האמת.... ר' מענדל האט איבער געלאזט א דור ישרים יבורך, יהא זכרו ברוך.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובה דורך abimlaibt »

בד"ה די וואך איז אוועק די רביצין פון הרה"ג רבי ברוך מיללער שליט"א ראה"כ קרית יואל,
ת.נ.צ.ב.ה.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

תגובה דורך פוילישער »

ברוך דיין האמת

אשת ר' מרדכי וואלדמאן

מוטער פון ר' שלמה יוסף, יעקב לייב

שנשמע ונתבשר בשורות טובות
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

ברוך דיין האמת

שמיני עצרת איז נפטר געווארן הרה"ח ר' אבא הירש ע"ה

טאטע פון די בארימטע משפחת הירש המפוארה

תנצב"ה
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”