ברוך דיין האמת

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

חיים
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 18, 2008 11:46 am

תגובהדורך חיים » דאנארשטאג יוני 19, 2008 11:12 am

לויט וויאיך האב געהערט איז ער געווען ממש א צדיק פון א בחור ער פלעגט זיך קיינמאל נישט אפרעדן און האט זיך שטענדיג משתדל געווען אויף צו נעמען איעדן בסבר פנים יפות אגב ער איז געווארן בר מצוה עטליכע וואכן פאר ער איז ליידער אוועק די לווי' איז געווען אין פראנט פון גרויסן אין קריתיואל מען זאל שוין נאר הערן גוטע בשורות

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג יוני 24, 2008 8:43 pm

ברוך דיין האמת, הרבנית מספינקא ע"ה, אשת הרה"צ ר' שמואל צבי האראוויץ זי"ע.

אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

תגובהדורך אבאמא09 » דינסטאג יוני 24, 2008 8:50 pm

די לויה גייט זיין 9:30 פארנט פון בית יצחק ספינקא.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21716
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 25, 2008 8:14 am

מיר האבן זיך באטייליגט און אביסל מוריד דמעות ביי די לוי' פון די חשוב'ע רעבעצין וואס איז געווען א דוגמא פון א אמאליגע אידענע, מיר געדענקען איר נאך פון אונזערע אינגע יארן ווען מ'האב מיר געוויילט אין קעמפ בית יצחק, דאס בילד ווי זי שטייט ביים פענסטער ביים לאנטש רום פון די קינדער מיט איר באליבטן תהלים'ל, און וויינט זיך אויס פארן בורא כל עולמים, ליגט מיר נאך היינט פאר די אויגן.

די לוי' איז געווען "אינעווייניג" אין ספינקא ביהמ"ד, עס האבן מספיד געווען: דער עלצטער אייידעם ראדיווילער רבי, דער איידעם הרב דקהל תפארת משה, די זין אדמו"ר מבית יצחק, אדמו"ר מתולדות צבי, און אדמו"ר מטבא דשמואל.

עס האט איר באגלייט א ריזיגער עולם און שפיץ פון אדמור"ם ורבנים חשובים.

ווען מען איז ארויס געפארן אויפן פעלד איז שוין געווען נאך צוועלף אזייגער ביינאכט.

דער אויבירשטער זאל העלפן עס זאל שוין מקוים ווערן דער פסוק ובלע המות לנצח וכו'.
לעצט פאראכטן דורך farshlufen אום מיטוואך יוני 25, 2008 11:38 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יוני 25, 2008 11:22 am

ברוך דיין האמת ובלא המוות לנצח.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג יוני 27, 2008 1:32 am

אויף דעם בית החיים האבן מספיד געווען די איידעמער הרב דקהל מלבוש צבי קראלי מאנסי און ראה"כ בית אברהם און דער עלטסטער אייניקעל אדמו"ר מבית שמואל צבי.

אין דעם אהל האט מספיד געווען דער זוהן אדמו"ר מקראלי און צום סוף האט זיך געזעגענט ר' אברהם שטיינבערג וואס האט איר באדינט אלס קראנקן שוועסטער די לעצטערע חדשים.

מען האט איר באהאלטן אין אהל אונטער איר גרויסן מאן.
ועמך כולם צדיקים

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:53 pm

נעכטן שבת איז נפטר געווארן הרה"ח ר' מרדכי פישל גרין ע"ה מחשיבי חסידי קלויזענבערג, אין עלטער פון 60 יאר.

ר' מרדכי איז באקאנט פאר'ן וויליאמסבורגער עולם, מיט זיין ליבליכע סערוויס, וואס מען פלעגט ערהאלטן ביים אריינגיין אין גרינס שיך געשעפט אויף לי עוו.

ובלע המות לנצח וכו'

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 10, 2008 8:51 pm

ברוך דיין האמת.

ווען דו שרייבסט ווען נישט זיין מקום עבודה, וואלט איך נישט געכאפט פון וועמען דו רעדסט.

מיר פלעגן ביי אים איינקויפן אלע קינדערישע שיך (ער האט יארן צוריק שוין געליטן אויף די מחלה, זיך ערהוילט וכו').

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג אוגוסט 10, 2008 10:57 pm

ער האט לעצטענס שטארק געליטן אויף צוקער, איבער געלאזט צוויי איידעמער דער עלטערער א באבוב'ער ר' יואל געלער, און דער אינגערער ר' כתריאל יוסף יאנקאוויטש מחסידי וויזשניץ בוויליאמסבורג און א בן יחיד ר' חיים שמואל חתן ר' שלמה הערשקאוויטש בן הגאון ר' פישעלע.

יהא זכרו ברוך.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובהדורך פריץ » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 8:43 pm

שומו שמים!
עס קורסירן קללאנגען
בד"ה א בחור אין ראונד טאפ איז נפטר געווארן נאכען אראפאלען פון א בוים ר"ל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21716
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 9:41 pm

טאטע גרויסער ווי קען מען דאס אריבערטראגן? פון ווי נעמט מען כח פאר דעם?.
געוואלד און געשריגן וואס מאנט מען פון אונז?
עס איז צייט פאר א חשבון הנפש.
איך האב נישט קיין ווערטער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 10:34 pm

ברוך דיין האמת הבחור יואל יודא(16) בן יוסף דוד (מגי''ש בישיבה גדולה ק''י) בן יעקב אהרן חתן הרב יוסף לייב קאהן (מנהל ישיבה גדולה ק''י)
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2008 6:41 pm

היינט איז נפטר געווארן הרבנית הישישה מ'באבוב, אשת מהר"ש הלברשטאם זצ"ל.

תנצב"ה.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2008 7:02 pm

זי איז געווען זו"ש, שטימט? די מוטער פון ר' בנציון שליט"א און נישט פון ר' נפתלטשע זצ"ל

זי האט איבערגעלאזט איהר זון אדמו"ר מבאבוב, ווי אויך די טאכטער אשת הדומ"ץ (כאב פארגעסן יעצט זיין נאמען) איז דא נאך קינדער?
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

תגובהדורך סלונימער » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2008 8:03 pm

ווי אלט זי איז געווען?

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2008 8:53 pm

יעקעלע פוקס האט געשריבן:זי האט איבערגעלאזט איהר זון אדמו"ר מבאבוב, ווי אויך די טאכטער אשת הדומ"ץ (כאב פארגעסן יעצט זיין נאמען) איז דא נאך קינדער?


אין די סדר פון עלטסטע צו יונגסטע.

הרבנית נחמה אשת הגה"צ רבי יעקב יוסף טויבער דומ"ץ באבוב שליט"א
הרבנית דבורה לאה, אשת הגה"צ רבי יונת בנימין גאלדבערגער ראש הכולל באבוב ואבד"ק ביקאווסק שליט"א
הרבנית שרה אשת הגה"צ רבי יעקב ישראל מייזליש אב"ד באבוב בת ים שליט"א
הרבנית מלכה אשת הגה"צ רבי בן ציון בלום שליט"א דומ"ץ באבוב לאנדאן
כ"ק אדמו"ר מבאבוב (48) שליט"א
הרבנית אסתר אשת הגה"צ רבי ברוך אברהם האראוויץ שליט"א ראש ישיבת באבוב (48)


זי איז געווען א טאכטער פון די אלטע טאמאשוב'ער (ציעשנוב) זצ"ל

אירע ברידער זענען געווען אדמור"י טומשוב וציעשניב, איר שוואגער איז יבדל"ח הגה"צ רבי הערשל סטריזשוב'ער שליט"א.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2008 9:00 pm

ליוו האק אפ יעצט פון די לוי'.

347-677-1095 #21262
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

תגובהדורך סלונימער » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2008 9:18 pm

טאמשאווער רבי,א שווער פון ספינקא(ווייס)-ארה"ב איז איר ברודער?

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2008 9:19 pm

סלונימער האט געשריבן:טאמשאווער רבי,א שווער פון ספינקא(ווייס)-ארה"ב איז איר ברודער?


געווען איר ברידער.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 11:05 am

יש"כ לעווי
טעמו וראו כי טוב השם

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 2:16 pm

ווי אזוי קאן דאס געמאלט זיין אז מען נעכטען נישט געמאלדן איבער די פטירה און לויה פון הרה"ח ר' מנחם [מענדל] אהרן שטיינמעץ מנגידי חסידי ספינקא.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 12:00 pm

ברוך דיין האמת.... ר' מענדל האט איבער געלאזט א דור ישרים יבורך, יהא זכרו ברוך.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 5:42 pm

בד"ה די וואך איז אוועק די רביצין פון הרה"ג רבי ברוך מיללער שליט"א ראה"כ קרית יואל,
ת.נ.צ.ב.ה.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 11:28 am

ברוך דיין האמת

אשת ר' מרדכי וואלדמאן

מוטער פון ר' שלמה יוסף, יעקב לייב

שנשמע ונתבשר בשורות טובות

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 2:14 pm

ברוך דיין האמת

שמיני עצרת איז נפטר געווארן הרה"ח ר' אבא הירש ע"ה

טאטע פון די בארימטע משפחת הירש המפוארה

תנצב"ה


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אביונה, אנא עבדא, בעל דמיון, בת היענה, היטשינער, משהלע, פרעג נישט, רינדעכיג און 54 געסט