וויאזוי טרעוול'ט מען אין ספעיס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:56 pm

אין ISS קענן די אסטראנאטן שטיין פארקערטערהייט אן ווערן דיזי. וויאזוי ארבעט דאס?

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יוני 16, 2017 12:02 am

Amazing האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:https://www.space.com/32102-astronaut-perspective-on-long-deployments.html

דא אי דא א שיינע ארטיקל איבער דעם, זיי שרייבן אז ס'קען נעמען פון אפאר טאג ביז אפאר וואכן ביז ען געוויינט זיך צו צי די גראוועטי. חוץ דעם איז אלעס געהעריג.

דאס יא, די ביינער פארלירט די שטארקייט וויבאלד זיי ווערן נישט באנוצט, אויך מאכט מען נישט קיין עקסערסייז דארט אויבן, קען מען זיך שפירן 5 יאר עלטער ווען מ'קומט צוריק.

לעצטענס בין איך געווען אויף א טור אויף די ספעיס סטאנציע ( דורך א קליפ פארשטייט זיך...) די טור גייד האט מיר געוויסען ווי ער מאכט עקסערסייז יעדע טאג עס איז דא דארט א ספעציעלע ווינקל מיוחד אלס א דשים.

גערעכט.

כ'האב בטעות געשריבן אויך אנשטאט אויב וואס האט געטוישט די משמעות...
שוין פאראכטן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » פרייטאג יוני 16, 2017 12:24 am

פראהביטש האט געשריבן:אין ISS קענן די אסטראנאטן שטיין פארקערטערהייט אן ווערן דיזי. וויאזוי ארבעט דאס?

די סיבה פארוואס אונז ווערן דיזי איז מחמת די גרעוויטי.
דארט ווי באלד מאיזה סיבה מיידן זיי אויס די שליטה פון גרעוויטי ווערט מען נישט דיזי.

נישט זיי ''קענען'' שטיין פארקערט. נאר פאקטיש זענען אלע זעקס זייטען א פלאר.... דארט איז אלעס די זעלבע.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » פרייטאג יוני 16, 2017 12:36 am

יישר כח, זאכליך פארן זיך אריילאזן דערין און אלעס קלאר און שיין מסביר זיין.

איך ברויך נאך איבערליינען דיין 'שטיינדלעך' שיעור, עס קלארער צו פארשטיין.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3808
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » פרייטאג יוני 16, 2017 8:28 am

דער ריכטיגע באדייט פון שמא יקדמנו אחר. איך האב שוין לאנג בדעה אפצושרייבען אזא אשכול. בעיקר כדי צו ערקלערען פארוואס אסטראונאוס שוועבען אין ספעיס - וואס דער הסבר דערפון איז, ווי זאכליך האט געשריבען, נישט ווייל עס איז נישטא דארט קיין גרעוויטי. נאר כדי אנצוקומען צום לעצטען הסבר מוז מען פריער מסביר זיין קלאר וויאזוי ארביט ארבעט, און אלס דעם האב איך זיך געצעגערט.

שוין, דערווייל האט זאכליך 'אויסגעכאפט' מיט א געוואלדיגע קלארע הסבר (בעסער, און מיט א קערצערע לשון פון וואס איך וואלט געשריבען), און איך טוה איהם דערויף גראטולירען. הה"ד ואם לא עכשיו וועט א צווייטע קומען מיט'ן זעלבען איידיע.

אגב, א גוטע משל צו פארשטיין פארוואס אסטראונאוטס שפירען 'וואגלאז' אין ספעיס איז זיך פארצושטעלען איינער שטייט אויף א הויכע לייטער און אין האנט האלט ער א וואג פון פינעף קילאו. כל זמן דער מענטש שטייט דארט שפירט ער דעם וואג דערפון, ווייל זיין האנט 'שטופט ארויף' קעגען דעם וואג וואס שלעפט אראפ (יעדע עקשעם האט אן איקוועל און אפאזיט ריעקשען).

טאמער דער מענטש וועט אבער אראפטאנצען פונ'ם לייטער, וועט ער במשך די פאר סעקונדעס וואס עס דויערט איהם אנצוקומען צום ערד בכלל נישט שפירען דעם וואג. דאס איז ווייל זיין האנט פאלט מיט און שטופט מער נישט ארויף קעגען דעם וואג.

ווען מיר שטייען אויפ'ן ערד שפירען מיר נישט דעם אייגענעם וואג, נאר מיר שפירען דאס וואס דער ערד 'שטופט צוריק'. טאמער וואלט דער ערד אבער נישט געוועהן אונטער אונזערע פיס, וואלטען מיר נישט געשפירט ווי מיר וועגען, ווייל עס וואלט גארנישט געוועהן וואס שטופט אויף צוריק.

אט דעם געפיל פון וואגלאזקייט שפירען נישט נאר אסטראונאוטס, נאר אויך סקיי דייווערס (מענטשען וועלכע טאנצען פון עראפלאנען) אין די ערשטע מינוטען ביז ווען זיי עפענען דעם פאראשוט. כאטש זיי פאלען זייער שנעל צום ערד, און געוויס וועגען זיי נישט ווייניגער פון פריער, אבער וויבאלד עס איז גארנישט דא וואס שטופט זיי ארויף שפירען זיי זיך וואגלאז.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג יוני 19, 2017 3:21 am

Wow, נישט שיין פון זאכליך אז ער האט מיר נישט פארציילט פון די אשכול... אקעי איך פארלאנג נישט קיין סך, אז ער האט געשריבן איז שוין גוט... יאפ אונז האמער דא א נייע חילי, אונז קוק מיר ארויס אויף נאך.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מאנטאג יוני 19, 2017 9:06 am

ס'איז אינטרעסאנט צו וויסען ווען די אסטראנאטן געפינען זיך אינדרויסן פונעם שאטעל אויב זיי פילען אז זיי פליען, און אויב נישט פארוואס.
משנכנס אדר מרבים בשמחה

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » מאנטאג יוני 19, 2017 9:33 am

יאפין האט געשריבן:ס'איז אינטרעסאנט צו וויסען ווען די אסטראנאטן געפינען זיך אינדרויסן פונעם שאטעל אויב זיי פילען אז זיי פליען, און אויב נישט פארוואס.

וואס הייסט "שפירען ווי מ'פליט"? די ווינט בלאזט אנטקעגען. די ווינט באשטייט מיט ליפט (א געמישאכטס פון נייטראדזשין, אקסאדזשין, קארבאן דיאקסייד, ועוד), און אין ספעיס איז קיין ליפט נישט פארהאן (נאר בלעק מעטטער, ועוחז"ל). נאך וואס מ'שפירט ביים פליען, איז די ווייברעשאן - "די שאקל" ווען דו (אדער די פליגער) כאפט א ריק פון א ווינט אדער א עיר באבל. אויך נישט קיין אישו אין ספעיס.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 19, 2017 10:46 am

זאכליך, כל הכבוד!

קיינמאל נישט געוויסט אז ארביט האט אזא סימפל הסבר, ווינדערליך!
____
איין פראגע

לויט די הסבר קען מען זיך שטעלן ארביטן ווי מען וויל אין ספעיס, ס'דארף נאר שטימען די חשבון פון די ספיד און גראוויטי. איז דאס טאקע אזוי?

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג יוני 19, 2017 11:06 am

אנעים זמירות האט געשריבן:דער ריכטיגע באדייט פון שמא יקדמנו אחר. איך האב שוין לאנג בדעה אפצושרייבען אזא אשכול. בעיקר כדי צו ערקלערען פארוואס אסטראונאוס שוועבען אין ספעיס - וואס דער הסבר דערפון איז, ווי זאכליך האט געשריבען, נישט ווייל עס איז נישטא דארט קיין גרעוויטי. נאר כדי אנצוקומען צום לעצטען הסבר מוז מען פריער מסביר זיין קלאר וויאזוי ארביט ארבעט, און אלס דעם האב איך זיך געצעגערט.

שוין, דערווייל האט זאכליך 'אויסגעכאפט' מיט א געוואלדיגע קלארע הסבר (בעסער, און מיט א קערצערע לשון פון וואס איך וואלט געשריבען), און איך טוה איהם דערויף גראטולירען. הה"ד ואם לא עכשיו וועט א צווייטע קומען מיט'ן זעלבען איידיע.

Wow א קאמפלימענט פון אנעים, פארדעם אליינס האט זיך געלוינט די גאנצע באשרייבונג...

אנטשולדיגט פארן אויסכאפן, אבער יעצט האסטו מיך אויסגעכאפט דאס איז געווען בערך איינע פון די מאמרים וואס איך האב געהאט אין פלאן פאר דעם אשכול. אבער באמת, איך לאז יעדעם כאפן, ווי געשריבן אנפאנג כ'האב נישט קיין עקסקלוסיווער קאנטראקט מיט ספעיס... :wink:

----

אין קורצן איז אנעים'ס מסביר אז גראוועטי שפירט מען נאר ווען מ'שטעלט זיך אקעגן און מ'לאזט זיך נישט שלעפן דורך די קראפט פון גראוועטי, אבער אויב לאזטו זיך שלעפן פון די גראוועטי וועסטו עס נישט שפירן.

ווען כ'וועל האבן נאך אביסל צייט (און אנעים וועט נישט אויסכאפן... ) וועל איך בעז"ה מאריך זיין.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג יוני 19, 2017 11:12 am

יש ברירה האט געשריבן:זאכליך, כל הכבוד!

קיינמאל נישט געוויסט אז ארביט האט אזא סימפל הסבר, ווינדערליך!
____
איין פראגע

לויט די הסבר קען מען זיך שטעלן ארביטן ווי מען וויל אין ספעיס, ס'דארף נאר שטימען די חשבון פון די ספיד און גראוויטי. איז דאס טאקע אזוי?

שכוח יש, און אויסי פאר די חיזוק!

וואס הייסט ווי מ'וויל? ס'דארף זיין ארום א גראוועטי אבדזשעקט( פלאנעט, שטערן, בלעק-האול ), און די ספיד דארף אפפסעטן די גראוועטי.

אויב די ספיד איז שוואכער ווי די גראוועטי וועט עס ווערן נענטער און נענטער און סוף כל סוף אריינקראכן אין די אבדזשעקט, אויב איז עס שנעלער ווי די גראוועטי וועט עס ווערן אלס ווייטער און ווייטער.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 19, 2017 11:21 am

איך רעד ארום די ערד

אלץ געוויסט אז עס זענען דא געוויסע פונקטן ווי מען קען זיך אריינזעצן אין ארביט, קוקט אויס אז כ'האב נישט גוט געוויסט....

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג יוני 19, 2017 11:50 am

לגבי די עצם זיין אין ארביט קענסטו ביי סיי וועלכע הייך, איינמאל ביזט אינדרויסן פון די אטמאספער, ווייל אין די אטמאספער איז דא די פריקשאן פון די ליפט וואס וועט דיר פארשטייטערן.

ס'קען זיין אז וויבאלד ס'שוין דא אזויפל הונדערטער סעטעלייטס וואס זענען אין ערד'ס ארביט, פארדעם קענסטו נישט אראפשטעל דיין סעטעלייט ווי די ווילסט דארפסט זיך רעכענען מיט די אנדערע סעטעלייט וואס זענען אין יענע הייך.

כ' האף שפעטער צו אויסשמועסן אלע מיני ארביטס און וויאזוי ס' איז איינגעטיילט די הייך. ( נאך אסאך אינטערעסאנטע חלקים וואס מ' דארף נאך אויסשמועסן ).
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3808
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג יוני 19, 2017 1:34 pm

@יש ברירה

למשל דער ערד ארביט ארום דעם זון בערך מיט א ווייטקייט פון 93 מיליאן מייל, ווייל דער ספיד און דיסטענס איז בעלענסד.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3808
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג יוני 19, 2017 1:57 pm

זאכליך האט געשריבן:ווען כ'וועל האבן נאך אביסל צייט (און אנעים וועט נישט אויסכאפן... ) וועל איך בעז"ה מאריך זיין.


By all means... איך האב נישט געמיינט אויסצוכאפען נאר צו זיין מוסיף נופך אויף עפעס וואס ס'האט זיך מיך געדאכט דו האסט שוין ערקלערט.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 19, 2017 3:15 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:@יש ברירה

למשל דער ערד ארביט ארום דעם זון בערך מיט א ווייטקייט פון 93 מיליאן מייל, ווייל דער ספיד און דיסטענס איז בעלענסד.

כ'קען מיך נישט איבערקומען!

אלעס איז א פאזעל, אויב איין שטיקל וואלט זיך ארויסגעריקט בלויז א טראפעלע וואלט אלעס געגאנגען כאדאראם

כ'האב דאס אלעמאל געוויסט, אבער די ערשטע מאל וואס איך "פארשטיי" עס... ס'איז גאר א צווייטע זאך

מה רבו מעשיך ה'!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11082
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג יוני 19, 2017 4:40 pm

א פראגע
וואס איז די קאלקולעישאן פון 17 טויזנט מפ"ש?

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג יוני 19, 2017 5:39 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:א פראגע
וואס איז די קאלקולעישאן פון 17 טויזנט מפ"ש?

צו זיין פונקטליך די ספיד פון די ISS איז 17,136 מייל פער שעה.

צו וויסן וויפל ספיד (orbital velocity) ס'פארלאנגט זיך, דארפסו וויסן 3 זאכן.
1. די סייז פון די פלאנעט (mass of the Earth)
2. ווי ווייט די ביזט פון די פלאנעט (distance from the object to the center of the Earth)
3. די גראוועטי קאנסטענט, דאס איז די יסוד פאר גראוועטי חשבונות דורכאויס די גאנצע בריאה (gravitational constant)

orbital_velocity_formula_1.png
orbital_velocity_formula_1.png (3.25 KiB) געזעהן 2825 מאל

http://www.softschools.com/formulas/phy ... ormula/76/
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג יוני 19, 2017 5:41 pm

זאכליך איז עמעיזונג
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג יוני 19, 2017 7:51 pm

לאמיר גיין א טריט ווייטער אין די חשבון.

די ספעיס סטאנציע איז 250 מייל הויעך, דאס איז די נענטסטע זאך וואס ארביט ארום די ערד, ס'פליט אויף 17 טויזנט מייל א שעה, אדער 285 מייל א מינוט, אדער 4.76 מייל א סעקונדע.

לאמיר מאכן די חשבון. די וועלט איז דיק 8 טויזנט מייל און עס ארומצונעמען איז 24 טויזנט מייל, ווי חז"ל זאגן אז יעדע רינדעכיגע זאך וואס מ'וויל ארומנעמען איז 3 מאל די דיקקייט.

די ספעיס סטאנציע איז 250 מייל העכער די ערד, וויבאלד ס'פליט 250 מייל העכער די ערד, איז זיין צירקל 250 מייל דיקער אויף ביידע זייטן, 8,000 + 250 +250 = 8500. דאס איז די דיקקייט.

די צירקל איז 8500 * 3 = 25,500

וויפל מינוט נעמט צו מאכן א גאנצע סירקל?

ציטייל 25,500 די לענג פון די צירקל, ביי 285 די ספיד פער מינוט. קומט אויס בערך 90 מינוט.

דאס איז בערך 16 מאל טאג. און וויבאלד די ISS פליט פון מערב צו מזרח, קומט אויס די זון שיינט אויף און גייט אינטער 16 מאל א טאג!

די חשבון איז נאר בערך ווייל די ISS האלט און איין טוישן די אלטיטוט( הויעך ) און די ספיד.

ווי ווייטער מ'איז פון די פלאנעט וואס מאכט די גראוועטי, אלס שוואכער ווערט די כוח פון גראוועטי. דאס איז א זאך וואס אייזיק ניוטען האט שוין פארגעזאגט.

ממילא ווי העכער מ'איז נעמט לענגער א סירקל צוליב 2 סיבות.
1. ווייל מ'דארף ווייניגער ספיד, ווייל די גראוועטי איז שוואכער
2. ווייל די לענג פון די צירקל ווערט גרעסער.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג יוני 19, 2017 8:31 pm

צו וואס וויל איך ציקומען? איז אזוי.

ביי א הויכקייט פון בערך 22 טויזנט מייל איז די ספיד וואס מ'דארף האבן איז בערך 6500 מייל א שעה.

22,000 פון ביידע זייטן פלאס די דיקקייט פון די ערד איז 52 טויזנט דיק.

די רינג ארום איז 3 מאל אזוי לאנג, קומט עס אויס 156 טויזנט מייל. דאס איז פונקטליך 24 שעה צו מאכן א צירקל.

אויב פליט מען העכערן קו המשוה (equator), און מ'פליט די זעלבע וועג ווי די ערד דרייט זיך, קומט אויס אז די סעטעלייט איז אלץ אויפן זעלבן פלאץ העכער די ערד.

פאר א מענטש וואס באטראכט עס פון די ערד, קען זיך דאכטן אז די סעטעלייט שטייט.

די ספעציעלע ארביט ווערט אנגערופן geostationary orbit, דאס איז צוויי ווערטער , geo קומט פון די ווארט geography, געאגראפיע איז די לאקאציע פון די וועלט, stationary מיינט סטאנציאנירט. צוזאמען מיינט עס סטאנציאנירט אויף א ספעציפישע פלאץ אין די וועלט.

אין קורצן ווערט עס געשריבן GSO.

רוב קאמוניקאציע סעטעלייט ווערן געשיקט אין GSO ווייל מ'וויל ס' זאל באדינען א געוויסע געגענט, נישט ס'זאל ארומפליען אין יעדע פאר מינוט באדינען אן אנדערע געגענט.

יעצט פארשטייט מען שוין בעסער די נייעס דא
viewtopic.php?p=1466654#p1466654
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2525
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג יוני 19, 2017 8:56 pm

Unbelievable

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11082
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג יוני 19, 2017 9:18 pm

WOW!

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מאנטאג יוני 19, 2017 9:28 pm

הערליך! הערליך און קלאר צולייגט אויף קליינגעלט!
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג יוני 19, 2017 11:07 pm

שכוח פאר אלע באדאנקער, ספעציעל פאר די ספעציעלע דאנק וואס איז געקומען אין אישי.
---
די GSO איז איינע פון די גאר שטארקע ראיות אז די ערד דרייט זיך ווי א רעדל. ווייל אויב די ערד דרייט זיך נישט נאר שטייט אויף איין פלאץ, וויאזוי פאלט נישט די סעטעלייט וואס איז אין GSO אראפ? ס'רירט זיך דאך נישט.

אלא מאי מוז מען זאגן אז די ערד דרייט זיך, און די סעטעלייט אויך.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשבילי נברא און 15 געסט