ר' אייזיק ר' יעקל'ס שול אין קראקא

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חייקל אלצווייסער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 09, 2017 12:18 am
לאקאציע: פארנעפלט

ר' אייזיק ר' יעקל'ס שול אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל אלצווייסער »

זייענדיג לעצטענס אויף א באזוך אין פוילן האב איך ווי פארשטענליך אלס א טייל פון מיין באזוך, באזוכט דעם היסטארישן אידישן קווארטל. רוב פון די זאכן האב איך שוין געהערט און געליינט פון פארדעם, אבער דאך זייענדיג דארטן האט עס מיר גאר שטארק איבערגענומען און אינספערירט, וועל איך בעז"ה ווידמען מיין ערשטער ארטיקל דא על אדמות אייוועלט איבער די היסטאריש בארימטע "אייזיק שול", א שול וואס איז וועלט בארימט, א שול וואס רוב קינדער אין חדר ווייסן צו פארציילן איבער דער לעגענדע פון דעם אוצר ביים בריק, א היסטארישע שול וואס איז ליידער פארוואנדלט געווארן אין איינע פון די גרעסטע אטראקציעס פון דער אידישער קראקא.

כ'האף דער עולם וועט הנאה האבן כאטש וואס עס איז מסתבר אז די ידענים וועלן דא נישט געוואר ווערן קיין גרויסע חידושים.

אפשר וועט מען מיט די צייט ברייטער באשרייבן די היסטאריע פון אידן אין קראקא מיט אירע היסטארישע ערטער.
* * *

[align=center][/align]די היסטארישע פראכטפולע "אייזיק שול" אין קאזימירז קראקא

ט"ז אייר ה'שצ"ח קאזימיריזש, קראקא: א פרייליכע יו"ט'דיגע שטימונג פילט זיך אין די גאסן. קינדער לויפן ארום פרייליך און גליקליך, טאטעס שטייען און שמועסן מיט עקסטאז, און בחורים זענען שוין פארנומען חלומ'ן אין גרויסן. אקוראשט היינט איז אנגעקומען דער רשות פון קעניג אז די אידן זענען ערלויבט אויפצובויען א ריזיגע פראכטפולע שול!

די שתלנות און די בויען איז אנגעפירט געווארן דורך דעם באוואוסטן באנקיר און גביר "רבי אייזיק יאקאבוויטש", אדער ווי ער איז באוואוסט אלס "רבי אייזיק רבי יעקל'ס". ר' אייזיק איז געווען אן איד א גביר מיט א ווארעם אידיש הארץ. ער איז געבוירן געווארן סוף פון די זעכצנטע יאר הונדרעט צו זיין פאטער ר' יעקב, פון די פירענדע אידישע פיגורן אין קאזימירז, אן איד אן עושר.

רבי אייזיק וועלכער האט געדינט אלס א באנקיר פאר פרנסה און איז געווען פון די נכבדי הקהילה איז געווען באוואוסט מיט זיין גרויסע רייכטום וואס איז געגאנגען סינאנאם מיט זיין גוט הארץ, און לויט ווי עס איז אנגענומען האט ער נאכן באקומען א ריזן סומע געלט אויף א וואונדערליכער פארנעם באשלאסן צו מקדיש זיין א גרויס טייל פון דעם געלט אויפצובויען א פראכטפולער ביהמ"ד וואס זאל זיין לשם ולתפארת.

שוועריגקייטן אין וועג

די שמחה אין אידישן קווארטל האט אבער נישט אנגעהאלטן פאר לאנג. די לאקאלע קירכע און זייערע ביטער בארימטע ארגעזיזאציעס האבן באלד אנגעפאנגען אונטערלייגן שווערע שטיינער. די קריסטן האבן געברויזט און געברענט. 'א מין חוצפה דאס... דער ביהמ"ד ווערט געבויעט און וועט געזען ווערן נעבן "די הייליגע הייזער פון קריסטליכע!" אזאונס קען נישט פארקומען!!'

די ארבעט איז טאקע ליידער אפגעשטופט געווארן. פינף לאנגע יארן האט דאס אזוי אנגעהאלטן ביז אין ה'ת"ד האט מען ענדליך געקענט פראווענען א הערליכע מסיבת חנוכת הבית נאך וואס א גרויסער בישאף האט זיך אריינגעמישט און געשיקט א שארפער בריוו צום לאקאלע קירכע אז זיי זאלן אויפהערן מיט זייער פראוואקאציעס.

והבית בהבנותו

די ארבעט איז ארויס אין פולן טעמפא. מען האט אויפגענומען אויסגערופענע מייסטערס און געלונגענע ארבעטער צו בויען א דבר השלום. דער ארכיטעקט וואס האט פראכטפול אהערגעשטעלט דעם געבוי פון דער שול איז לויט געוויסע מקורות דער בארימטער Giovanni Battista Trevano, אבער לויט אנדערע מקורות אן אנדערער אויסגערופענער ארכיטעקט זשאן לעיטנער.

ווען די שול איז פארענדיגט געווארן איז דאס געווען א פראכט פון א בנין. די שול האט ארויסגעשטארצט מיט איר הויכער געבוי ווען די שיינקייט דערפון באצויבערט יעדעם. אינעווענדיג אין ביהמ"ד איז עס אויך געווען באצירט אויף א פארצייטישער הערליכער סטיל. אויף די ווענט איז געהאנגען הערליכע פלאקאטן מיט פאסיגע אויסקריצונגען פון מזמורים ופסוקים ווען הערליכע בילדער טוען דאס באצירן. די שול איז געווען אויסגערישט מיט פילע ספרי קודש און געווען גאר באקוועם צוגעשטעלט פאר די מתפללים, זייענדיג דער שטאלץ פון די אידישע געמיינדע.

די ווייטאגליכע היסטאריע

אידן זענען אלס געווען א ציל ברעט צו ווערן גע'רודפ'ט און געטשעפעט. אידישע הייליגטום איז במשך די דורות אומצאליגע מאל פארשוועכט געווארן, און די שול איז ליידער אויך נישט פארשוינט געווארן.

גאר אסאך גלגולים איז די שול אדורך. אנגעפאנגען האט זיך עס נאך ווען ממש מיט א צען, פופצן יאר נאך די גרינדונג פון דער שול איז עס שוין געווארן אויסגעפלינדערט און בארויבט. עס איז פארגעקומען ביי איינע פון די פוילישע שוועדישע מלחמות (א זאך וואס פאדערט אן ארטיקל פאר זיך) און ווען דאס שוועדישע מיליטער האט אינוואדירט קראקא איז די שול פארשטייט זיך באלד געווארן אויסגעפלינדערט און בארויבט.

מיט עטליכע יאר שפעטער ווען עס האט געבוזשוועט א שווערע מגיפה וואס האט גע'הרג'ט פילע, האבן די אידן אריבערגעפירט גאר אסאך פון די כתבי קודש און חפצים צו דער דערנעבנדיגער אפטא, אבער די זאכן זענען קיינמאל נישט צוריקגעברענגט געווארן.

דערנאך איז געקומען א שטיקל תקופה וואס עס האט געהערשט א רעלאטיוו רואיגער צושטאנד.

פון 1900 ביז היינט

פון די ניינצן הונדערט און ווייטער האבן זיך גאר אסאך זאכן געטוישט.

אין די ניינציגער יארן איז דער הויפט אריינגאנג אריבערגעטוישט געווארן צו די מעריב זייט. דארטן ווי עס געפונט זיך היינט.

אין תרפ"ד איז צוגעלייגט געווארן שטיגן און א טאראסע וואס פירט ארויף צו דער עזרת נשים. עס איז געבויעט געווארן פון האלץ און הערליך שיין איבערגעדעקט געווארן. די עזרת נשים בכלל איז געווען אויסטערליש פראכטפול און אויג פארכאפנד.

צום ביהמ"ד איז צוגעבויעט געווארן א קליינער בנין צו שלאפן און לערנען, ווען אין פארנט איז אין יענע צייט געוועזן א פיש מארקעט.

אין יאר תרצ"ט האבן די פארשאלטענע נאציס אונטערגענומען זייער בליץ קריג און אינוואדירט פוילן. עס האט נישט גענומען לאנג און פוילן איז געפאלן. איבערנעמענדיג קאנטראל פון קראקא האט זיך באלד אנגעהויבן די צרות . די נאציס האבן ברוטאל גע'רודפ'ט די אידן, פונקט ווי אין אלע אנדערע פלעצער וואס זיי האבן שפעטער איינגענומען, און אין כסליו ת"ש האבן זיי רושעות'דיג געשאסן און אומגעברענגט דעם אידן ראט פירער, נאך וואס ער האט צוריקגעוויזן זייער פארלאנג צו פאברענען די ספרי תורות רח"ל. עס איז פארשטייט זיך איבעריג צו באטאנען אז דער ביהמ"ד האט נישט פונקציאנירט דורך אויס די מלחמה יארן. די דייטשן האבן עס איבערגענומען, אויסגעפלינדערט און צושטערט און ביים סוף פון מלחמה עס פארוואנדלט אין א טיאטער סטודיא.

די ביטערע מלחמה האט זיך שוין ענדליך געענדיגט אבער דער ביהמ"ד איז ליידער נאך אלס פארבליבן בידי זרים. עטליכע יאר נאך דער מלחמה האבן זיך די קריסטן באזעצט דערין מיט די טענה אז די בנין פלעגט געהערן צו זיי. זיי האבן דאס ליידער ביטער פארשוועכט פארוואנדלענדיג עס אין זייער געבעט הויז. נאך א שטורעם וואס דאס האט געשאפן ביי די אידישע געמיינדע האט די רעגירונג אפגעשפארט די בנין ביז נאך עטליכע חדשים ווען זיי זענען ענדליך ארויס דערפון.

אין די נאכפאלגענדע יארן איז די בנין ליידער זייער נאכגעלאזט געווארן און האט אנגעפאנגען צו דינען פאר שטאטישע וועירהאוזעס. אום תש"י האט מען איבערגעבויעט די בילדונג און עס אנגעפאנגן נוצן ביז אין – תשכ"ט - אלס א פלאץ ווי מען שניידט האלץ וכדומה.

אום תש"ל איז די געביידע גענצליך פארלאזט געווארן און האט אנגעפאנגען צושטערט צו ווערן, און צוגאב האט א פייער וואס האט אויסגעבראכן אין תשמ"א גענצליך צושטערט און חרוב געמאכט דאס וואס איז נאך יא פארבליבן.

ערשט אום תשמ"ט איז דער ביהמ"ד גענצליך געווארן צוריקגעקערט פאר די אידן פון קראקא. באמת איז שוין אנגעגאנגען פאר עטליכע יאר, - פון תשמ"ג ביז תשנ"ז - רענעוואציעס אויף דער געביידע. מען האט עס איבערגעפרישט און פרעזאווירט, ווען אינמיטן די רענאוואציע האט מען גאר געטראפן היסטארישע אלטע פלאקאטן פון די זיבעצן יאר הונדערט! די פלאקאטן וואס פלעגן הענגן אויף די ווענט מיט די פסוקי ומזמורים און מאלערייען דערנעבן.

די שול האט זיך צוריקגעקערט צום לעבן!

זינט תשס"ח איז די שול פארדינגען פאר לויבאוויטש און איז געהעריג אפען פאר תפילות.

היכל הביהמד.JPG
היכל הביהמד.JPG (113.37 KiB) געזען 7253 מאל

דער מזרח זייט פון ביהמ''ד. מערקט די הערליכע דאך.JPG
דער מזרח זייט פון ביהמ''ד. מערקט די הערליכע דאך.JPG (92.78 KiB) געזען 7253 מאל

די לויבאוויטשע פירן דארטן גאנצעטע פראגראמען. ביי מיין באזוך בין איך אריין אין די זייטיגע שטובער. עס איז אנגעפולט מיט ספרי קודש, טרינקען און לייכטע צובייס. אויפן וואנט הענגט פארשטייט זיך א ריזיגער פאטרעט פון דעם לויבאוויטשער רבי'ן זצ"ל. ווי עס זעט אויס ווערט אין די צימערן אפגעראכטן שיעורים און דאס גלייכן.
ביים אריינגאנג פון ביהמ"ד, אין פאליש געפינט זיך א קליין געשעפטל ווי עס זיצט א מאן, קען זיין ער דינט אויך אלס א שומר, און פארקויפט בוכער, קונטרסים, און קליינע אנדענקן ווי א קליינע מאדעל פונעם ביהמ"ד און דאס גלייכן. אין א דערנעבענדיגע שטוב געפינט זיך א קלייט ווי מען קען זיך איינהאנדלן כשר'ע עסנווארג און דאס געלט וואס קומט אריין גייט להחזקת הביהמ"ד. די פארקויפער אין געשעפט זענען געווען גאר העפליך און געטיילט קאלטע וואסער בחנם. אויך האבן זיי געגעבן קאלטע מילך וואס מען האט אריינגענומען אין דעם זייטיגן שטוב ווי עס איז געווען א קעסל הייס וואסער, און קאווע. זעט אויס אז דאס איז א חלק פון די סערוויסעס וואס די לויבאוויטשע שטעלן צו.

דאס געשעפטל אין פאליש.JPG
דאס געשעפטל אין פאליש.JPG (58.1 KiB) געזען 7253 מאל

די געביידע דערנעבן האט אויך א היסטארישער ווערד - פאר זיי - האבענדיג געדינט אלס איינע פון די ערשטע הויפט צענטערן פון די ציונים ווי פון דארט האבן זיי אנגעפירט זייערע אקטיוועטן פארן קריג ווי מאכן די עליה'ס וכדומה. דארטן שטעלט מען צו ברייט עסן פאר גרופעס וואס קומען.

די חנוכת הבית פון דער שול

א זיסע לעגענדע ווערט דערציילט איבער דער גראנדיאזער חנוכת הבית פון דער שול.

געווען איז דאס ביים גרויסארטיגע חנוכת הבית די ערשטע שבת נאכן עפענוג פונעם ביהמ"ד. טויזענטער אידן האבן זיך צוזאמגענומען און געדאווענט צוזאמען תפלת שחרית.

אויפן אויבן אן צווישן די רבנים און אנשים חשובים איז געשטאנען רבי אייזיק און ווארעם געדאווענט ווען זיין הארץ איז אים איבערגעפולט מיט לויב צום גרויסן באשעפער.

א גוי'איש קינד האט זיך פלוצלינג אדורך געקוועטש צום אויבן אן, ער האט זיך צוגעבויגען צו רבי אייזיק, אריינגעמורמעלט אייניגע ווערטער אין זיין אויער און גיך אפגעצויגן. א שרעקליכע בלאסקייט האט זיך באוויזן אויף דעם פנים פון רבי אייזיק.

דער עולם האט מיט שרעק באמערקט אז עפעס גייט דא פאר און באזארגטערהייט אויסגעווארט אויף נאכן דאווענען צו הערן וואס האט פאסירט.

נאכן דאווענען איז מען שנעל צוגעגאנגען צו רבי אייזיק און זיך אינטערעסירט וואס עס האט פאסירט. רבי אייזיק'ס קערפער האט זיך געווארפן פאר שרעק. "די גוים גרייטן זיך אויף א פאגראם!!" האט ער שוואכערהייט געזאגט.

די ווערטער זענען געפאלן ווי א באמבע אויף די פארזאמלטע. עס האט נישט גענומען לאנג און דער גאנצער ביהמ"ד איז געשטאנען אויף טישן און בענק און צוגעהערט וואס ער פארציילט.

מיט א ציטערדיגע שטימע האט ר' אייזיק ווייטער גערעדט: "ווען דער ביהמ"ד איז פארענדיגט געווארן זענען טויזענטער מענטשן געקומען קוקן די פראכטפולע שול, צווישן זיי אויך פילע גוים און זייערע שרים. אצינד איז מיר דער אינגל געקומען פארציילן אז זעענדיג די אויסטערלישע פראכט, די טייערע כלים, און די גרויסע געלטער וואס מען האט אריינגעגעלייגט אין ביהמ"ד האבן זיי באשלאסן אז ס'מוז זיין די אידן פארמאגן אסאך געלט און האבן אפגעמאכט זיך צוזאמצונעמען און איבערפאלן די אידן, אונז באראבעווענען".

רבי אייזיק האט קוים פארענדיגט רעדן און א גרויסע גרופע אידן האבן זיך שוין געלאזט אין וועג צום רב, דער הייליגער תוספות יו"ט אים פארציילן די ביטערע בשורה. הערנדיג וואס עס שפילט זיך דא אפ האט זיי דער תוספות יו"ט באלד בארואיגט און מיט אמונה זיין געשטארקט, ווען דערביי האט ער שוין באלד אויסגע'חשבונ'ט א קלוגער באשיצונג פלאן.

די נאכט איז שוין צוגעפאלן, עס איז שוין מוצאי שבת. אין אידישן קווארטל הערשט א טויט שרעק. די טויערן פון קווארטל זענען הערמאטיש פארקלאפט, שומרים שטייען פון אינעווענדיג גרייט אויף א קאמף, און הילכיגע קולות פון צויושטע גוים הערט זיך פון דערווייטנס.

די זייגער ריקט זיך ווייטער און די קולות ווערן שטערקער. די גוים זענען דא! צענדליגע גוים באוואפנט מיט געווער האבן זיך דערנענטערט צום קווארטל און זיך געגרייט איבערצופאלן. אין יענער מינוט האט זיך פלוצלינג געהערט שרעקעדיגע גערוישן. פון וואנט פון בית החיים זענען אראפגעשפרינגען עטליכע און צוואנציג אידן אנגעטון אין ווייסע תכריכים, גרויסע ליכט האבן געברענט אויף זייער קעפ, און אין זייער הענט האבן זיי געהאלטן גרויסע אייזערנע שטעקנעס.

עס איז געווארן א שרעקליכע בהלה און צומישעניש. די גוים האבן אין טויט שרעק אנגעפאנגען צו אנטלויפן זיך איבערדרייענדיג איינער אויפן צווייטן ווען פילע ווערן פארוואנדערט און גע'הרג'ט, און די שעדליכע "רוחות" לויפן זיי נאך און האקן שטיקער...

לאנגע שטרעקס זענען זיי אזוי געלאפן ווען פונעם פאגראם איז נישט איבערגעבליבן קיין זכר. אריבערלויפענדיג דעם ווייסל טייך זענען פילע גוים אריינגעטאנצן דערין צו גאר אריינגעווארפן געווארן דורך די "שדים" און האבן מער קיינמאל נישט געזען דעם וועג ארויס...

די מעשה האט געהאט א געוואלדיגער אפקלאנג, און פאר א לאנגע צייט האבן די גוים געהאט דרך ארץ פאר די אידן ציטערענדיג צום טויט פון די מתים און רוחות וואס קומען זיך אנעמען און באשיצן די אידן...

דער אוצר ביים בריק

עס איז אונז אלע באקאנט די מעשה פונעם אוצר אונטערן אויוון. פון קליינווייז אן האבן מיר שוין געהערט די מעשה פון אונזערע מלמדים און עלטערן. אפגערעדט דער וואס האט נאך זוכה געווען צו ליינען די מחניים ביכלעך איז דאך זיכער א בקי אין דער מעשה.

אט די באוואוסטע מעשה האט זיך אפגעשפילט מיט דעם רבי אייזיק רבי יעקל'ס. פאלגנד איז די מעשה בקיצור פאר די וואס ווייסן נישט פון וואס מ'רעדט. ס'בכלל דא אזא איינער?

רבי אייזיק האט זיך געמוטשטעט אויף געלט פאר א לענגערע תקופה. (זע ווייטער) האט זיך געמאכט א מעשה אז פאר עטליכע נעכט אין א צו האט ער גע'חלומ'ט ער זאל פארן קיין פראג ביי איינע פון די וואסערן, און דארטן נעבן א געוויסער בריק געפינט זיך אן אוצר באגראבן אין דער ערד. ר' אייזיק האט זיך נישט געפוילט און זיך טאקע ארויסגעלאזט אין וועג קיין פראג. אנקומענדיג צום בריק האט ער באמערקט סאלדאטן פאטראלירן די בריק. פון אויפגראבן די ערד איז שוין נישט געווען קיין רעדע, אבער נאכן מיטמאכן אזא שווערע נסיעה פון קראקא קיין פראג האט זיך אים נישט געגלוסט אזוי שנעל אהיימצופארן, האט ער זיך געדינגען א דירה דארטן נעבן וואסער און געבליבן וויילן ביים וואסער פאר עטליכע טעג ברציפות האפענדיג אז אולי יחוס און עס וועט זיך שאפן א געלעגנהייט צו קענען אויפגראבן די ערד דארטן.

די סאלדאטן וואס האבן געזען אז דער זעלבער מענטש דרייט זיך דארטן שוין פאר עטליכע טעג אן אויפהער האבן אלאמירט זייער קאמאנדיר דערוועגן. דער קאמאנדיר איז אראפגעקומען און אים אנגעפאנגען אויספארשן. בלית ברירה האט אים ר' אייזיק פארציילט די סיבה האפענדיג אויפן בעסטן. הערנדיג זיין געשיכטע האט זיך דער קאמאנדיר צולאכט: "דו ביזט טאקע אזא נער?... זינט ווען גלייבסטו אין אזעלכע שטותים?.... איך האב געהאט פונקט אזא חלום און איך האב מיך פשוט אויסגעלאכט. כ'האב גע'חלומ'ט אז אן אוצר געפינט זיך ביי עפעס אן איד אין קראקא, ער הייסט ר' אייזיק ר' יעקל'ס, און אונטער זיין אויוון געפינט זיך אן אוצר, עס איז מיר ניטאמאל איינגעפאלן צו טראכטן אהין צו פארן! און דו ווי א שוטה דרייסט זיך שוין דא ארום דריי טעג אין א צו..."

מער האט ר' אייזיק נישט געדארפט, ער איז באלד אהיימגעפארן און אויפגעגראבן אונטער דעם אויוון, געטראפן א ריזן אוצר און געווארן אויפגעראכטן מיט ברייט פרנסה.

די לעגענדע גייט אז מיט א גרויס חלק פון די געלט האט ער אויפגעבויעט דעם ביהמ"ד.

(עס מוז באצייכנט ווערן אז די מעשה שטימט נישט אינגאנצן צוליב וואס רבי אייזיק איז געווען א גביר, א זון פון א גביר, פון די פרנסי הקהילה, אבער פילע צדיקים האבן דערציילט די מעשה און ארויסגענומען פון דעם א מוסר השכל למעשה אויף עבודת השם, וואס דאס מיינט אז די מעשה איז זיכער אמת. די שאלה איז נאר וואס פונקטליך.)

קאזימיריז אלס אן אידישער געגנט

דער געגענט ווי דער ביהמ"ד שטייט רופט זיך קאזמיריש. די וועלכע האבן געליינט דעם קינדליין ווייסן זיכער פון וואס מיר רעדן, אבער לשלימות הענין וועלן מיר בקיצור אדורכלויפן די היסטאריע דערפון, ואי"ה עוד חזון למועד פאר א ברייטערער ארטיקל דערוועגן.

קאזימיריזש האט זיך געגרינדעט אין 1335 ווען דער קעניג "קאזימיר" איז אריבערגעקומען וואוינען אין דעם געגנט, ליידער חתונה געהאט מיט אן אידישע מיידל, און אוועקגעשטעלט דעם געגנט אלס א באוואסטער בליהענדער געגענט.

אום 1495 האט דער דעמאלצדיגער פוילישער קעניג פארטריבן די אידן פון קראקא און זיי אלע אריינגעצווינגען צו וואוינען דוקא אין דעם געגנט. דאס איז געקומען נאך א גרויסער פייער אויסברוך אין שטאט אין וואס די אידן זענען ווי פארשטענליך באשולדיגט געווארן.

קאזמיריש איז געווארן א שטארקער צענטער און באוואוסטער פלאץ פאר דעם אידישן לעבן און קולטור. עס איז דארטן איז אויפגעשטעלט געווארן עטליכע בתי מדרשים, חדרים, בתי חיים, הייזער, און קהילה'שע בנינים.

אום 1791 איז דער געגענט אריינגענומען געווארן אלס א דיסטריקט פון קראקא און פארלוירן איר סטאטוס אלס א באזונדערע שטאט.

קאזימיריזש איז געווען באוואוינט מיט אידן ביז צו דער צווייטער וועלט מלחמה. ביים צווייטער וועלט קריג אין יאר 1941 האבן די נאציס אויפגעשטעלט דארטן א גרויסע געטא ווי בערך 64000 אידן זענען אריינגעשטופט געווארן. די ליקוועדאציע פון געטא האט זיך אנגעהויבן אין מארטש 1943 ווי רוב אידן זענען ליידער אומגעקומען על קידוש השם הי"ד. בערך טויזנט אידן האבן זיך געראטעוועט, מערסטנס פון זיי דורך לעבן אויף פאלטשע פאפירן. די אידישע הייזער, געשעפטן, און לאנד זענען צוגענומען געווארן און פון דעם אידישן לעבן איז כמעט נישט איבערגעבליבן קיין אנדענק.

פאר לאנגע יארן נאך דער צווייטער וועלט קריג איז קאזימיריזש פארבליבן אלס א נאכגעלאזטער געגענט מיט פארלאזטע הייזער, צובראכענע געביידעס ווען עס איז אפיצעל א סכנה'דיגער פלאץ אריינצוטרעטן.

אין 1987 איז דער דיסטריקט געווארן אריינגעשריבן אין די unesco דער world heritage siteאון לעצטענס צוריק געווארן א שפירדלנדיגע געגענט מיט צענדליגע טוריסטן וואס קומען קוקן די היסטארישע פלעצער. (אפשר וועט מען אין א צווייטע געלעגנהייט מער מאריך זיין איבער דעם)
לעצט פארראכטן דורך חייקל אלצווייסער אום דינסטאג יוני 13, 2017 11:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חייקל אלצווייסער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 09, 2017 12:18 am
לאקאציע: פארנעפלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל אלצווייסער »

רבי אייזיק'ס מציבה

רבי אייזיק יאקאבוויטש איז נפטר געווארן אין כ"ו סיוון ה'תי"ג, און איז באגראבן געווארן אין דער בית החיים הרמ"א. אויף זיין מציבה שטייט אזוי:

פ"נ ראש וזקן מנהיג ונשוא פנים
איש צדיק שומר אמונים
יושר מליץ למלכים וסננים
יגע ללכת בחרבות וסכינים
זהב רב הוציא ורב פנינים
קדש לה' בנה פאר זמנים
זכרון צדקתו לבני בנים

אויף די צווייטע זייט פון דער מציבה שטייט:

פ"נ הנגיד הנושא המיוחס
נזר ותפארת הזמן
רועה נאמן
האלוף כמהר"ר אייזיק בר"י
אשר בנה בית הכנסת
מעשי ידי אומן
לגן עדן ש"י הוא מזומן
רבי אייזיק'ס מציבה.jpg
רבי אייזיק'ס מציבה.jpg (11.82 KiB) געזען 7251 מאל

נאך צוויי בילדער פון דער ביהמ"ד:

ארון הקודש2.JPG
ארון הקודש2.JPG (58.7 KiB) געזען 7250 מאל
די אריינגאנג צו דער שול. די טרעפ פירן צו דער ווייבער שול..JPG
די אריינגאנג צו דער שול. די טרעפ פירן צו דער ווייבער שול..JPG (45.46 KiB) געזען 7224 מאל
לעצט פארראכטן דורך חייקל אלצווייסער אום דינסטאג יוני 13, 2017 11:14 am, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
חייקל אלצווייסער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 09, 2017 12:18 am
לאקאציע: פארנעפלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל אלצווייסער »

די אלטע אריינגאנג צום שול אויף די אייזיק גאס.jpg
די אלטע אריינגאנג צום שול אויף די אייזיק גאס.jpg (6.92 KiB) געזען 7241 מאל
אטעטשמענטס
איינע פון די ווענט.JPG
איינע פון די ווענט.JPG (52.33 KiB) געזען 7233 מאל
,,.JPG
,,.JPG (118.9 KiB) געזען 7233 מאל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הערליכע ארטיקל! שלום עליכם אייך.
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

פששששששששששיהא
קודם א הארציגן שלום עליכם.

מאכט אייך טאקע באקוועם דא, פון א קורצע בליק זעהט זיך שוין אויס ווי איר טוהט א רייכן פעדער פארמאגן.
נאכדערצו מיט אזעלכע שיינע בילדער באגלייט, א מייסטער שטיקל!!

קיפ אן, זאגט מען דא אין אזא מצב.

ווארטן מיר צו ליינען פון אייך מיט דארשט באגלייט מיט בילדער און טאקע ערווארטן מיר צו הערן און ליינען בעיקר איבער די עיר ואם בישראל - כרכא דכולה ביה - ארץ ישראל הקטנה ''קראקא''.

א שיינעם דאנק

בערל '''קראקא''ווער
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
חייקל אלצווייסער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 09, 2017 12:18 am
לאקאציע: פארנעפלט

היסטארישע קליפ פון דעם מארק פארנט פון ביהמ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל אלצווייסער »

חייקל אלצווייסער האט געשריבן:צום ביהמ"ד איז צוגעבויעט געווארן א קליינער בנין צו שלאפן און לערנען, ווען אין פארנט איז אין יענע צייט געוועזן א פיש מארקעט.

פאר א צייט צוריק האט @לחם לשובע ארויפגעלייגט א קליפ פון דעם אידישן לעבן אין קראקא דאס אידישן לעבן אין קראקא פארן קריג

פון 1:05 ביז 1:39 און פון 2:23 ביז 2:30 זעט מען דעם מארק פארנט פון ביהמ"ד. פון דעם קליפ זעט זיך אויס אז דער מארק איז מער ווי בלויז א פיש מארקעט, עס זעט אויס ווי מען פארקויפט טשיקן'ס.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שלום עליכם ר' חייקל, יהא בואך לברכה.

א גרויסן דאנק פאר די הערליכע און אינטערסאנטע באשרייבונג, כ'ליין עס מיט דורשט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

כיהודה ועוד לקרא וועל איך מוסיף זיין אפאר פרטים.

1- די ליס פין חב"ד מיט די ביהמ"ד, וועט זיך ענדיגען אין די קומענדיגע פאר חודשים, מען גייט עס נישט פארלענגערען מכמה סיבות,

וואס וועט ווייטער זיין מיט די ביהמ"ד, איז נאכנישט באקאנט, צי עס וועט בכלל נאך זיין א active ביהמ"ד, ווער עס וויל נאך אריינכאפן צי דאווענען אין די ביהמ"ד בתפארתו זאל אריינכאפען בקרוב.

2- די בריק פין די חלום איז די באקאנטע Charles bridge און פראג, וואס איז נאך ביז היינט באוואכט א גאנצע צייט.

3- אין די מוזעעם אין ווארשע, קען מען זען א מאדעל פין קראקא, מען זעט אז אנהייב איז קאזעמירז געווען עקסטער אינגאנצן פין די שטאט, אין שפעטער איז עס מחובר געווארן.

4 - אין די בנין דערנעבן, געפינט זיך איינע פין די branches פין די כשר'ע רעסטאראנט אין פוילן, זיי האבן 100 פלעצער אין שטעלן צי מילכיג אין פליישיג, אזוי אויך האט חב"ד אין א זייטיגע צימער פין די ביהמ"ד א קליינע מילכיגע רעסטאראנט, עס איז נישט באקאנט וואס וועט זיין מיט דעם נאך וואס חב"ד גייט ארויס פין די בנין.
אוועטאר
חייקל אלצווייסער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 09, 2017 12:18 am
לאקאציע: פארנעפלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל אלצווייסער »

א ישר כח אייך אלע פאר דער אויפנאמע, און א באזונדערער דאנק פארן דאקטער פאר דער רייכער הוספה.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

א שיינע ארבעט ר חייקל מיר האבן הנאה פון די ארטיקל.

אין ווארשע איז פארהאן א פארלאזטע בית החיים וואס מען האלט אין מיטן איבערבויען, דארט ליגן הינדערטער טויזענטער אידן, דער גוי דארט פארציילט די היסטארי פון די בית החיים אז א קעניג האט אוועקגעגעבן די פראפעטי פאר די אידן נאך שתדלנות פון א גביר און שתדלן יאקאבאוויטש כגעדענק נישט די ערשטע נאמען, לכאורה רעד מען פון דע זעלבע מענטש.

די בית החיים האט א אינטערסאנטע היסטארי, אויב ביסטו אין די גיסטע מיינעך אז די אידן דא וועלן הנאה האבן צו ליינען דערפון.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אויסגערעכנט האט געשריבן:א שיינע ארבעט ר חייקל מיר האבן הנאה פון די ארטיקל.

ידידנו הרב ר' ישראל אברהם האט שוין געמאכט א גרויסע אויפדעקונג פון די בית החיים איבער די המצאת המצבה פון ר' אברהם נח בענדער ז"ל, ווי האט ער מפענח געווען נאך עטליכע מצות פון דארט (מ'קען זוכען אין זיינע תגובות)
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
חייקל אלצווייסער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 09, 2017 12:18 am
לאקאציע: פארנעפלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל אלצווייסער »

גוטער געדאנק. בעז"ה וועט מען מיט דער צייט נאך אנקומען דערצו.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

נא_שכל האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:א שיינע ארבעט ר חייקל מיר האבן הנאה פון די ארטיקל.

אין ווארשע איז פארהאן א פארלאזטע בית החיים וואס מען האלט אין מיטן איבערבויען, דארט ליגן הינדערטער טויזענטער אידן, דער גוי דארט פארציילט די היסטארי פון די בית החיים אז א קעניג האט אוועקגעגעבן די פראפעטי פאר די אידן נאך שתדלנות פון א גביר און שתדלן יאקאבאוויטש כגעדענק נישט די ערשטע נאמען, לכאורה רעד מען פון דע זעלבע מענטש.

די בית החיים האט א אינטערסאנטע היסטארי, אויב ביסטו אין די גיסטע מיינעך אז די אידן דא וועלן הנאה האבן צו ליינען דערפון.

ידידנו הרב ר' ישראל אברהם האט שוין געמאכט א גרויסע אויפדעקונג פון די בית החיים איבער די המצאת המצבה פון ר' אברהם נח בענדער ז"ל, ווי האט ער מפענח געווען נאך עטליכע מצות פון דארט (מ'קען זוכען אין זיינע תגובות)

מאך זיכער, ווייל דארט איז נישט דא קיין סאך אויפגעשטעלטע מצבות, ממש געציילטע וואס ליגן נישט אויף די ארגינעלע ארט, און נאך הינדערטער ליגן אין קעסטלעך אלס א געדענקמאל.
יעניגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעניגער »

דוקטור האט געשריבן:כיהודה ועוד לקרא וועל איך מוסיף זיין אפאר פרטים.

1- די ליס פין חב"ד מיט די ביהמ"ד, וועט זיך ענדיגען אין די קומענדיגע פאר חודשים, מען גייט עס נישט פארלענגערען מכמה סיבות,

וואס וועט ווייטער זיין מיט די ביהמ"ד, איז נאכנישט באקאנט, צי עס וועט בכלל נאך זיין א active ביהמ"ד, ווער עס וויל נאך אריינכאפן צי דאווענען אין די ביהמ"ד בתפארתו זאל אריינכאפען בקרוב.

די סיבה איז פשוט.
די הנהלת הקהילה, וואס ווערט געפירט דארך פוסטע לייט, ניטאמאל שומרי תו"מ, האבן זיך צוקריגט מיטן שטעטישן רב פארן נישט לאזן עולה זיין לתורה ימים נוראים איינער פון זייערע מקורבים בדומה להם, און האבן אים אפגעזאגט פון זיין שטעלע.
יעצט פראבירן זיי עם צו פארטרייבן פון יענעם שול אויך.
לאמיר האפן אז ביי די וואהלן וואס דארפן פארקומען דארט בקרוב פאר די נייע לייטונג, וועט דער רב געווינען להגדיל תורה ולהאדירה.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

הערליכע באשרייבונג, פראפעסיאנאל און אינפארמאטיוו

שלום רב חייקל! א פארגעניגן צו האבן אזא שרייבער און ידען דא
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

יעניגער האט געשריבן:
דוקטור האט געשריבן:כיהודה ועוד לקרא וועל איך מוסיף זיין אפאר פרטים.

1- די ליס פין חב"ד מיט די ביהמ"ד, וועט זיך ענדיגען אין די קומענדיגע פאר חודשים, מען גייט עס נישט פארלענגערען מכמה סיבות,

וואס וועט ווייטער זיין מיט די ביהמ"ד, איז נאכנישט באקאנט, צי עס וועט בכלל נאך זיין א active ביהמ"ד, ווער עס וויל נאך אריינכאפן צי דאווענען אין די ביהמ"ד בתפארתו זאל אריינכאפען בקרוב.

די סיבה איז פשוט.
די הנהלת הקהילה, וואס ווערט געפירט דארך פוסטע לייט, ניטאמאל שומרי תו"מ, האבן זיך צוקריגט מיטן שטעטישן רב פארן נישט לאזן עולה זיין לתורה ימים נוראים איינער פון זייערע מקורבים בדומה להם, און האבן אים אפגעזאגט פון זיין שטעלע.
יעצט פראבירן זיי עם צו פארטרייבן פון יענעם שול אויך.
לאמיר האפן אז ביי די וואהלן וואס דארפן פארקומען דארט בקרוב פאר די נייע לייטונג, וועט דער רב געווינען להגדיל תורה ולהאדירה.

ביסט פריש ווי א פיש אין וואסער דא הא?
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יעניגער האט געשריבן:
דוקטור האט געשריבן:כיהודה ועוד לקרא וועל איך מוסיף זיין אפאר פרטים.

1- די ליס פין חב"ד מיט די ביהמ"ד, וועט זיך ענדיגען אין די קומענדיגע פאר חודשים, מען גייט עס נישט פארלענגערען מכמה סיבות,

וואס וועט ווייטער זיין מיט די ביהמ"ד, איז נאכנישט באקאנט, צי עס וועט בכלל נאך זיין א active ביהמ"ד, ווער עס וויל נאך אריינכאפן צי דאווענען אין די ביהמ"ד בתפארתו זאל אריינכאפען בקרוב.

די סיבה איז פשוט.
די הנהלת הקהילה, וואס ווערט געפירט דארך פוסטע לייט, ניטאמאל שומרי תו"מ, האבן זיך צוקריגט מיטן שטעטישן רב פארן נישט לאזן עולה זיין לתורה ימים נוראים איינער פון זייערע מקורבים בדומה להם, און האבן אים אפגעזאגט פון זיין שטעלע.
יעצט פראבירן זיי עם צו פארטרייבן פון יענעם שול אויך.
לאמיר האפן אז ביי די וואהלן וואס דארפן פארקומען דארט בקרוב פאר די נייע לייטונג, וועט דער רב געווינען להגדיל תורה ולהאדירה.

ווער'ז די שטעטישע רב?
דביה תחדי נפשא
יעניגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעניגער »

די שטעטישע רב איז הרב גור ארי' שליט"א.

און צו דיר מיין קראקעווער שכן בערל, איך בין מער פארווייטאגט ווי פריש, נאכן פארברענגען א שבת אין קראקא, און צו זעהן ווי דער רב איז אונז אזוי איבערגעגעבן, אין די לייטונג פון די קהלה צוזעענדיג דאס הייבט אונז אן רודף'ן דערפאר, בין איך פשוט מתפלל אז דער רב זאל מצליח זיין.

מיר האבן אפגערעדט און אפי' איינגעצאלט ביי די קהלה אז זיי זאלן אונז עפענען די רמ"א שול פרייטאג צו נאכטס פארן דאווענען, אבער זיי האבן פארשטייט זיך נישט געהאלטן ווארט, און עס איז נישט געוועהן צו וועם צו רעדן.
זענען מיר געגאנגען דאווענען און די אייזיק'ס שול, באקומען א ווארעמע קבלת פנים, געהאט א געשמאקע דאווענען, פארברענגט מיטן רב וואס איז א'ן אמת'ן ענוותן ושפל ברך פארן רעשט פון די שבת.
ווייסט עטס אז אין די אור אלטע שול ווי עס האבן געדאוונט דארט די הייליגע ב"ח ועוד, איז נישט ערלויבט צו דאווענען דארט, און עס איז היינט א מאזעאום, ווי מען האט פון אונז שבת געפאדערט געלט ווען מיר האבן דארט געוואלט דארט באזוכן ? די געט גייציגערס מוזן דאס פליץ פארלאזן און בעיקר כדי די לעצטע ווארעמע היימישע ביהמ"ד די אייזיק'ס שול זאל ווייטער פונקציאנירן.
נו בערל ? קומסטו מיט מיר אהיים קיין קראקא קאמפעינען ??
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

פון הרב יוסף נחמיה הכהן קוואדראט
אטעטשמענטס
בית הכנסת רבי אייזיק רבי יעקל קראקא.jpg
בית הכנסת רבי אייזיק רבי יעקל קראקא.jpg (340.87 KiB) געזען 6633 מאל
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

יעניגער האט געשריבן:די שטעטישע רב איז הרב גור ארי' שליט"א.

און צו דיר מיין קראקעווער שכן בערל, איך בין מער פארווייטאגט ווי פריש, נאכן פארברענגען א שבת אין קראקא, און צו זעהן ווי דער רב איז אונז אזוי איבערגעגעבן, אין די לייטונג פון די קהלה צוזעענדיג דאס הייבט אונז אן רודף'ן דערפאר, בין איך פשוט מתפלל אז דער רב זאל מצליח זיין.

מיר האבן אפגערעדט און אפי' איינגעצאלט ביי די קהלה אז זיי זאלן אונז עפענען די רמ"א שול פרייטאג צו נאכטס פארן דאווענען, אבער זיי האבן פארשטייט זיך נישט געהאלטן ווארט, און עס איז נישט געוועהן צו וועם צו רעדן.
זענען מיר געגאנגען דאווענען און די אייזיק'ס שול, באקומען א ווארעמע קבלת פנים, געהאט א געשמאקע דאווענען, פארברענגט מיטן רב וואס איז א'ן אמת'ן ענוותן ושפל ברך פארן רעשט פון די שבת.
ווייסט עטס אז אין די אור אלטע שול ווי עס האבן געדאוונט דארט די הייליגע ב"ח ועוד, איז נישט ערלויבט צו דאווענען דארט, און עס איז היינט א מאזעאום, ווי מען האט פון אונז שבת געפאדערט געלט ווען מיר האבן דארט געוואלט דארט באזוכן ? די געט גייציגערס מוזן דאס פליץ פארלאזן און בעיקר כדי די לעצטע ווארעמע היימישע ביהמ"ד די אייזיק'ס שול זאל ווייטער פונקציאנירן.
נו בערל ? קומסטו מיט מיר אהיים קיין קראקא קאמפעינען ??

יא יא, אזוי ווי דו זאגסט, ליידער שועלים הלכו בו במלא מובן המלה. א טיפן ווייטאג.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ישלהוסיף האט געשריבן:פון הרב יוסף נחמיה הכהן קוואדראט

ווי אויך האט ער עס באשריבן אין די 'צוריקוועגס' אויסגאבע אויף ל"ג בעומר פון די קינדליין.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אינטרעסאנט איז דער לשון "כמדומני שבית הכנסת היותר מפורסם על אדמת אירופא, אינו כי אם הבית-כנסת הנודע בשם 'ר' אייזיק ר' יעקליש שוהל'.

אמאל האב איך געזעהן דעם אויסדרוק אויפן רמ"א שוהל, א צווייט פלאץ שטייט דאס אופן שוהל אין בעלזא, אויך געזעהן דעם טיטול אויף ר' יוסף זרח'ס שוהל אין מונקאטש.
אוועטאר
חייקל אלצווייסער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 09, 2017 12:18 am
לאקאציע: פארנעפלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל אלצווייסער »

ישר כח @יש להוסיף פארן צוברענגען דעם גליון. כ'בין נייגעריג וואס האט אים געמאכט מכריע זיין אז די מעשה ביים חנוכת הבית האט פאסירט מיט דעם מגיני שלמה און נישט מיט דעם תוספות יו"ט וואס איז געווען דעמאלץ דער רב פון שטאט.
יעניגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעניגער »

ער ברענגט אונטען א מקור.
אוועטאר
חייקל אלצווייסער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 09, 2017 12:18 am
לאקאציע: פארנעפלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל אלצווייסער »

אויב איך פארשטיי גוט איז די מקור נאר אז דער מגיני שלמה איז געווען איינער פון די רבנים אין שטאט יענע יאר, נישט אז די מעשה האט פאסירט ביי אים.
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”