און אז מ'רעדט שוין יא איבער די צענזור פון אייוועלט, לאמיר אייך פארציילן א מעשה.
אגב דאגב, איך האב א חברותה - לאמיר אים אנרופן שלמה - יעדע נאכט פון 7:30 פאר בערך א שעה, א שעה און א פערטל.
נעכטן 4:53 נאכמיטאג, רופט מיך שלמה אן מיט זיין פארסאפאטען קול,
שלמה: יענקל, קענסט מיר טון א טובה היינט?
איך: יא שלמה פארוואס נישט?!
שלמה: מיין שוואגער מאכט בר מצוה, און ער דארף מיך צו מנין מנחה אום 7:45 וואלסט געקומען א שעה פריער.
איך טראכט, אהה, איך האב היינט אויך א משפחה שמחה, וואס הויבט זיך אן נאך מעריב, אבער כ'על מסתמא זיין פארנומען העלפן דא דארט
איך: אוקעי זייער גוט, לאמיר אפרעדן אויף 6:30
שלמה: נאך בעסער.
און דא האב איך אראפגעלייגט די פאון
פארשטייצעך איך האב געלאזט וויסן אין שטוב די טויש, און אז כ'על זיין 7:30 אנשטאט יעדן טאג 6:45 בערך.
אום 6:15 בערך, האב איך באמערקט א געמעקטע תגובה פון משהזוךמיך אין די פויבסט אשכול, משה האט געהאט א וויכוח מיט מצלמה, און איך האב פארשטאנען אז משה איז נישט אינטערסירט געווען ווייטער זיך צו טענה'ן, האב איך עס דזשאוסט פארמעקט. דערויף אום 6:19 האט משה געשריבן א תגובה וואס האט באקומען א דווח, און עס ליינט זיך 'שיק א רפואה לימה וואונטש אין מיין נאמען' דער מדווח מיט א גרעכטע טענה, אז דאס איז פערזענליכע אטאקע אויף א ניק. נו, יאך האב דאס פארמעקט אום 6:22.
10 מינוט שפעטער קומט פאר אין מנהלים הענגאוטס אזא שמועס, (בילד וועט נאכפאלגן):
מנהל 1
משה זוך מיר האט זיך גענומען מעקן זיין תגובות?
https://www.ivelt.com/forum/search.php? ... 7&sr=postsוויכי ביזט דא?
• Tue, 6:32 PM
מנהל 2
חסימה אסא"פ
• Tue, 6:33 PM
סאכדעס
געחוסמט גיי איך לערנען
לאזט מיך וויסן וואס ווייטער ביי פאון
(די נאמען פון ערשטן מנהל)?
Tue, 6:33 PM
- moshe zich mich.jpg (24.36 KiB) געזען 2924 מאל
לאז מיך אייך עפעס זאגן, מיר קענען נישט לאזן אז סיי וועלכע ניק זאל זיך נעמען מעקן זיינע תגובות ווייל ער האט א חשבון מיט עמיצין, ווייל דאס הרג'עט די גאנצע שמועס, און ווען מ'טוט אזא זאך, איז דא א מהלך אוועקצונעמען רשות פון מעקן, אבער דאס איז א לענגערע פראצעדור, און איך האב זיך פארלאזט אז וויכי וועט דאס טון אזוי ווי ער האט געלעגנהייט.
ווייניגער ווי דריי שעה שפעעטער אום 9:07 פרעגט מיך וויכי אין הענגאוטס, וואס איז די מעשה מיט משה זוך מיך?
- moshe zich mich 2.jpg (7.89 KiB) געזען 2924 מאל
איך האב נישט קיין צוטריט צו אינטערנעט נאר אויפ'ן קאמפיוטער, הגם כ'קום צומאל ביינאכט נאך מעריב מאכן זיכער אז אלעס איז אוקעי, אבער צוליב די משפחה שמחה בין איך נישט אנגעקומען. האב איך עס הערשט היינט אינדערפרי געזען.
אויך טרעף איך א בריוועלע פון אנאנדער ניק, אז מ'האט אים געשיקט צו מיר.
קוק איך אין די הענגאוטס, זע איך אז אום צענע צייט האט זיך אנגעגהויבן א שמועס ביי די מנהלים, וואס עפעס אנאנדער ניק פרעגט קשיות וועגן חוסם זיין א ניק, און איינער פון די מנהלים האבן געשריבן אז עס האט מסתמא צוטון וועגן משה זוך מיך. טו מעיק א לאנג סטארי שארט, האט אים איינער פון די מנהלים געשיקט צו מיר, נישט כאפנדיג זיך אז כ'ביניש אוועליבל די צייט געווענדליך.
וויכי האט אויך אין קורצן געשריבן, אז ער איז אין אן עמערדזשענסי אוועק געפארן.
היינט אינדערפרי קריג איך א פאון פון וויכי אום 10:24, כ'זאל אים אויסקלארן די מעשה מיט משה זוך מיך, און איך האב אים שיין פארציילט אז משה האט געהאט א וויכוח מיט מצלמה, מצלמה איז אים געגאנען אויף די נערוון, (דאס האבעך אליינס געזען) און מסתמא איז ער ארויס פון די כלים, און כ'מיין אז עס נישט קיין שום סיבה אז ער זאל וועגן דעם בלייבן אויסגעשפארט, איך האב עס נאר געטון ווייל כאזעך געיאגט צום לערנען, און אז ער קען רעדן מיט אים אין מסביר'ן, זאל ער עס טון און אים עפענען.
די רעסט איז היסטארי.
פארוואס פאצייל איך דאס אייך?
וואס פאר א שעם און וואס פאר אן אפשיי, זיצן דא אינגעלייט וואס זענען טרוד על המחי' ועל הכלכלה, מאכן שוין באלד חתונה זייערע קינדער, און ארבעטן בלויז פאר אייך, אז איר זאלט האבן א שיינע זויבערע קרעטשמע. (כ'גיי איצט נישט אריין צו פארציילן וואס פאר אן ארבייט די הנהלה און אחראים האבן געהאט די לעצטע 48 שעה, אביסל האט איר געזען אליינס.) אז אינגעלייט זאלן האבן ווי צו פארברענגן על מי מנוחות, אויפ'ן אינזל וואס איז סטאנציאנירט אויפ'ן טריפה'נעם אינטערנעט, שלא על מנת לקבל פרס.
און ווען צוליב אן אינצידענט, וואס בסך הכל האב איך זיך געאיילט צו גיין לערנען מיין שיעור ביינאכט, הויבט זיך אן א ווילדער ויצעקו, פון איין אחראי ביזן צווייטן, עטליכע מנהלים און אחראים כאפן פון מער ווי איין ניק אין אישי, א ניק לויפט שנעל צום צענזור אשכול, און באשרייבט די געפערליכע אומרעכט פון די מנהלים וואס ווילן ווייזן מאכט, ווען איין ניק נעמט זיך אן, כאפט ער אויך אין אישי, אזש ס'זאל זיך אים נישט פארגלוסטן זיך צו אננעמען פאר די מנהלים, ענד סאו אן.
נאך אלעם ער קריגט שוין אין ווייניגער ווי 24 שעה עקסעס צו שרייבן ווייטער, קריטיקערט ער די מנהלים ווי זיי וואלט געווען ציגיינער.
האם לסדום ולעמורה דמינו??, עס איז שוין טאקע נישט דא די פשוט'ע זעלבסטווירדע פון א מענטש צו א מענטש? ער שרייבט שוין דא באלד דריי טויזנט תגובות אין ווייניגער ווי א יאר. ער האט ווי זיך ארויסצוגעבן זיינע געפילן, מחשובות, דזשאוקס, מיינונגען יו נעים איט, איז פאר א חסימה פון אפאר שעה, קערט מען א וועלט, לייק איט'ס נאו טומאראו? און דאס איז נישט געווען אומזיסט, דער ניק האט זיך גענומען מאכן חרוב אייוועלט מיט די אייגענע האנט. שטעלט אייך פאר איר ליינט אגאנצע אשכול פון איין טענה אויף די צווייטע, און איין זייט איז ליידיג, וואלט איר דאס געוואלט ביינאך אין דיינינג רום? (נמביגדפ) איז פארוואס דארפן מיר דאס יא צולאזן? און אז מיר האבן דאס נישט צוגעלאזט, וואס קומט זיך אונז?? "מ'ווארפט זיך מיט די שרייבער ווי זיי וואלטן געווען מיסט." יישר כוח פאר די גוטע געפיל... אהה קומט דער צווייטער חכם, "אז ער האט באקומען זיין פארציע קאונטראול און לכבוד דעם גייט ער זיין ראויגער אינדערהיים והיה זה שכרי" יישר כוח פאר'ן מיך מאכן רואיגער אינדערהיים. יעדע פאון קאל נעכטן ביים שיעור, האב איך נאר געהאפט אז ס'איז נישט פון דא, ווייל כ'על נישט קענען מפסיק זיין אינמיטן שיעור. גם זה יקרא 'רואיגער אינדערהיים'?טייערער שרייבער, ווען איך זאל זען אז דער ניק האט פארשטאנען אז עס האט פאסירט א טעות, וואלט איך נישט גענומען ס'מי צו אפשרייבן די סטארי פון די אינצידענט. א מענטש איז נאר א מענטש, און טעותים קען זיך מאכן ביי יעדן. אבער אויב נאך דעם אלעם ווערן די טענות נישט פארטיג, און מ'שטעכט נאך די הנהלה אויף זייער ארבעט, דאס קען איך נישט פארשווייגן.
והי' בזה שלום לכל הטוענים והמבקרים.