אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:הנני! דא בין איך!

א גרויסן ש'כח פאר וויכי פאר זיין הילף אויסצוקלארן די מצב און מיר צוריקשטעלן אויף די שינעס.

אבער די מענטעליטי אז די שרייבער זענען גארנישט ווערט און מ'קען זיי לאזן הענגען ווי וועש אין די קאנטרי דארף שוין לאנג א תיקון. (איך רעד נישט פון די עצם חסימה וואס האט געהאט א פארשטענדליכע סיבה, נאר פונ'ם פאקט אז דער מנהל החוסם האט נישט געפילט פאר וויכטיג צו נעמען די דרייסיג סעקונדעס מיר צו שיקן אן אימעיל פארוואס מ'האט מיר חוסם געווען.)

גם אני מצטרף
סיי די הנהלה זייט וואס איך האב מיך שוין אנגעשטויסען אפאר מאל מיט די מענטעליטי
און אזוי אויך האב איך עס אויך שוין געהאט מיט די אדמינעסטראציע וואס זיי האבען געטוהון א קרומע שריט אנשטאט טוהון די פשוטע זאך ווי מיך קאנטעקטען און אויסקלארען וואס וואלט געווען א נארמלערע גראדערע און גרינגערע זאך צו טוהון

איין זאך דארף איך צולייגען אז צו וויכטיג מאכער קען מען יא רעדען און ער ריספעקט יעדעם איינעם ווען מען קאנטעקט אים



דא ווידער, איך שטעלמעך קיינמאל נישט אויף אראפלייגן מיין אדער די הנהלה'ס טענה אדער אין דיין פאל ארענדאר'ס טענה... די זאכן ווערן געטוהן שטיל... אויב דו ביסט גרייט לייגעך ארויס די מעשה פובליק, זאל דער עולם זיך לאזן הערן...

און שכח פאר די קאמפלימענט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

עס שטערט מיך נישט אלס פאבליק נאר איך האב נישט קיין נערווען צו גיין אהין און צירוק מיט יעדעם נאכדערצו מיט די וואס נעמען זיך ביי דיפאולט און פאר די אדמינעסטראציע און הנהלה
אבער דאכצעמער אפילו דו וואס דו האסט געהאלטען אז ארענדער איז גערעכט אבער האסטו מודה גווען אויף די חלק אז מיך קאנטעקטען און אויסקלארען וואס וואלט געווען א נארמלערע גראדערע און גרינגערע זאך צו טוהון
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סיז אייביג בעסער און גרינגער אויסצושמיעסן, אבער אסאך אירע האבן דזשאבס און האבן נישט די זעלבע מאס געדולד ווי אנדערע האבן...

וועגן ניקס וואס נעמען זיך אן ביי דיפאולט פאר די הנהלה... סיז דא גענוג פון ביידע...

און ווי געשריבן דעמאלטס, ארענדאר האלט זיכער אז ער איז גערעכט, איא? נו, אויב דו האסט געטוהן וואס דו האסט געטוהן אן זיך דורכשמיעסן מיט אים, פארוואס מעג ער נישט נעמען עקשן אן זיך אדורכשמיעסן מיט דיר? די בעסטע וועג איז געווען, ווי געזאגט פריוואט אפאר מאל, קאנטאקט אים און שמיעס עס אויס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

כככ... קאנטאקן ארענדער.... איינער דא האט שוין אמאל באקומען א רעספאנס פון אים?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

מעג מען דא שרייבען אויף א רב\איד, אז ער האט מיטען באשעפער גארנישט איינגעלייגט?.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

איך ווייס נישט אויב מ'מעג, אבער אויב מ'וועט עס מעקן זאלסטו נישט האבן קיין טענות.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:מעג מען דא שרייבען אויף א רב\איד, אז ער האט מיטען באשעפער גארנישט איינגעלייגט?.

ווען מ'שרייבט עס בתורת מחאה מעג מען....
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

משהזוךמיר האט געשריבן:כככ... קאנטאקן ארענדער.... איינער דא האט שוין אמאל באקומען א רעספאנס פון אים?


יא, אסאך אירע... אפשר איז בעסער צו פרעגן וואו מ'דארף אים קאנטאקטן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

די לעצטע פאר טעג זייט די חברה זענען צוריקגעקומען באוואפנט ביז די ציין רעדי פאר עקשאן, האט מען שוין געמעקט עטליכע מאל מיינע זאכן, אסאך מאל שטערט עס מיר, אבער איך שלינג אראפ און איך גיי ווייטער. מער שטערט מיר, אז זאכן וואס פראוואצירן זייער שטארק, און וואס איך האלט אז דאס איז לגמרי נישט ריכטיג, און עס באלאנגט נישט דא צו שטיין, ווערן איבערגעלאזט טראץ מיין איינמעלדן די הנהלה, אבער אויב איך רוף זיך אן א ווארט דערויף האט עס א 90 פראצענט שאנס צו ווערן געמעקט...

איך ווייס אז יעצט גייט וויכטיג מאכער אדער אנדערע ענטפערן, אז פאר די זעלבע סיבה וואס יענץ מעג בלייבן, טאר איך נישט שרייבן וואס איך שרייב. אבער איך נעם נישט אן די תירוץ....

איין ביישפיל, ביי די שומרים קארטלעך, איינער האט אויפגעלייגט עטליכע ליצנות שומרים קארטלעך מיט ביליגע ליצנות פון די מלחמה קעגן די טריפה'נע סמארטפאון'ס, וואס באלאנגט אפשר אין קאווע שטיבל. אבער אנשטאט איבערקייען וואסער און אנהייבן א ויכוח יא א ריכטיגע נקודה צו סתם א ליצנות, האב איך מדווח געווען, קיינער מאכט זיך אבער נישט וויסנדיג. איך האב איינגעהאלטן דעם פעדער, נישט וועלנדיג טריגערן א אינסטענט מעקעריי, אבער עס רעגט גאר שטארק אויף. פארפאלן

איך האב אפגעזאגט דאס מייניגע, און איך ווארט נישט פון קיינעם קיין תירוץ, איך ווייס אז איך בין ביי יענעם אין וויינגארטן, און איך מוז אקצעפטירן יענעם'ס באשלוסן. אויב עס איז דא אדווער פון די הנהלה וואס שפירט פאר וויכטיג זיך מתייחס צו זיין צו וואס איך שרייב, וועל איך נישט בייז זיין, אבער אויב נישט וועט זיין גוט אזוי.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

און אז מ'רעדט שוין יא איבער די צענזור פון אייוועלט, לאמיר אייך פארציילן א מעשה.
אגב דאגב, איך האב א חברותה - לאמיר אים אנרופן שלמה - יעדע נאכט פון 7:30 פאר בערך א שעה, א שעה און א פערטל.
נעכטן 4:53 נאכמיטאג, רופט מיך שלמה אן מיט זיין פארסאפאטען קול,
שלמה: יענקל, קענסט מיר טון א טובה היינט?
איך: יא שלמה פארוואס נישט?!
שלמה: מיין שוואגער מאכט בר מצוה, און ער דארף מיך צו מנין מנחה אום 7:45 וואלסט געקומען א שעה פריער.
איך טראכט, אהה, איך האב היינט אויך א משפחה שמחה, וואס הויבט זיך אן נאך מעריב, אבער כ'על מסתמא זיין פארנומען העלפן דא דארט
איך: אוקעי זייער גוט, לאמיר אפרעדן אויף 6:30
שלמה: נאך בעסער.
און דא האב איך אראפגעלייגט די פאון

פארשטייצעך איך האב געלאזט וויסן אין שטוב די טויש, און אז כ'על זיין 7:30 אנשטאט יעדן טאג 6:45 בערך.

אום 6:15 בערך, האב איך באמערקט א געמעקטע תגובה פון משהזוךמיך אין די פויבסט אשכול, משה האט געהאט א וויכוח מיט מצלמה, און איך האב פארשטאנען אז משה איז נישט אינטערסירט געווען ווייטער זיך צו טענה'ן, האב איך עס דזשאוסט פארמעקט. דערויף אום 6:19 האט משה געשריבן א תגובה וואס האט באקומען א דווח, און עס ליינט זיך 'שיק א רפואה לימה וואונטש אין מיין נאמען' דער מדווח מיט א גרעכטע טענה, אז דאס איז פערזענליכע אטאקע אויף א ניק. נו, יאך האב דאס פארמעקט אום 6:22.

10 מינוט שפעטער קומט פאר אין מנהלים הענגאוטס אזא שמועס, (בילד וועט נאכפאלגן):
מנהל 1
משה זוך מיר האט זיך גענומען מעקן זיין תגובות?‎
https://www.ivelt.com/forum/search.php? ... 7&sr=posts
וויכי ביזט דא?‎
• Tue, 6:32 PM

מנהל 2
חסימה אסא"פ‎
• Tue, 6:33 PM

סאכדעס
געחוסמט גיי איך לערנען‎
לאזט מיך וויסן וואס ווייטער ביי פאון‎
(די נאמען פון ערשטן מנהל)?
Tue, 6:33 PM
moshe zich mich.jpg
moshe zich mich.jpg (24.36 KiB) געזען 2923 מאל

לאז מיך אייך עפעס זאגן, מיר קענען נישט לאזן אז סיי וועלכע ניק זאל זיך נעמען מעקן זיינע תגובות ווייל ער האט א חשבון מיט עמיצין, ווייל דאס הרג'עט די גאנצע שמועס, און ווען מ'טוט אזא זאך, איז דא א מהלך אוועקצונעמען רשות פון מעקן, אבער דאס איז א לענגערע פראצעדור, און איך האב זיך פארלאזט אז וויכי וועט דאס טון אזוי ווי ער האט געלעגנהייט.

ווייניגער ווי דריי שעה שפעעטער אום 9:07 פרעגט מיך וויכי אין הענגאוטס, וואס איז די מעשה מיט משה זוך מיך?
moshe zich mich 2.jpg
moshe zich mich 2.jpg (7.89 KiB) געזען 2923 מאל

איך האב נישט קיין צוטריט צו אינטערנעט נאר אויפ'ן קאמפיוטער, הגם כ'קום צומאל ביינאכט נאך מעריב מאכן זיכער אז אלעס איז אוקעי, אבער צוליב די משפחה שמחה בין איך נישט אנגעקומען. האב איך עס הערשט היינט אינדערפרי געזען.

אויך טרעף איך א בריוועלע פון אנאנדער ניק, אז מ'האט אים געשיקט צו מיר.

קוק איך אין די הענגאוטס, זע איך אז אום צענע צייט האט זיך אנגעגהויבן א שמועס ביי די מנהלים, וואס עפעס אנאנדער ניק פרעגט קשיות וועגן חוסם זיין א ניק, און איינער פון די מנהלים האבן געשריבן אז עס האט מסתמא צוטון וועגן משה זוך מיך. טו מעיק א לאנג סטארי שארט, האט אים איינער פון די מנהלים געשיקט צו מיר, נישט כאפנדיג זיך אז כ'ביניש אוועליבל די צייט געווענדליך.

וויכי האט אויך אין קורצן געשריבן, אז ער איז אין אן עמערדזשענסי אוועק געפארן.

היינט אינדערפרי קריג איך א פאון פון וויכי אום 10:24, כ'זאל אים אויסקלארן די מעשה מיט משה זוך מיך, און איך האב אים שיין פארציילט אז משה האט געהאט א וויכוח מיט מצלמה, מצלמה איז אים געגאנען אויף די נערוון, (דאס האבעך אליינס געזען) און מסתמא איז ער ארויס פון די כלים, און כ'מיין אז עס נישט קיין שום סיבה אז ער זאל וועגן דעם בלייבן אויסגעשפארט, איך האב עס נאר געטון ווייל כאזעך געיאגט צום לערנען, און אז ער קען רעדן מיט אים אין מסביר'ן, זאל ער עס טון און אים עפענען.

די רעסט איז היסטארי.

פארוואס פאצייל איך דאס אייך?
וואס פאר א שעם און וואס פאר אן אפשיי, זיצן דא אינגעלייט וואס זענען טרוד על המחי' ועל הכלכלה, מאכן שוין באלד חתונה זייערע קינדער, און ארבעטן בלויז פאר אייך, אז איר זאלט האבן א שיינע זויבערע קרעטשמע. (כ'גיי איצט נישט אריין צו פארציילן וואס פאר אן ארבייט די הנהלה און אחראים האבן געהאט די לעצטע 48 שעה, אביסל האט איר געזען אליינס.) אז אינגעלייט זאלן האבן ווי צו פארברענגן על מי מנוחות, אויפ'ן אינזל וואס איז סטאנציאנירט אויפ'ן טריפה'נעם אינטערנעט, שלא על מנת לקבל פרס.

און ווען צוליב אן אינצידענט, וואס בסך הכל האב איך זיך געאיילט צו גיין לערנען מיין שיעור ביינאכט, הויבט זיך אן א ווילדער ויצעקו, פון איין אחראי ביזן צווייטן, עטליכע מנהלים און אחראים כאפן פון מער ווי איין ניק אין אישי, א ניק לויפט שנעל צום צענזור אשכול, און באשרייבט די געפערליכע אומרעכט פון די מנהלים וואס ווילן ווייזן מאכט, ווען איין ניק נעמט זיך אן, כאפט ער אויך אין אישי, אזש ס'זאל זיך אים נישט פארגלוסטן זיך צו אננעמען פאר די מנהלים, ענד סאו אן.

נאך אלעם ער קריגט שוין אין ווייניגער ווי 24 שעה עקסעס צו שרייבן ווייטער, קריטיקערט ער די מנהלים ווי זיי וואלט געווען ציגיינער.

האם לסדום ולעמורה דמינו??, עס איז שוין טאקע נישט דא די פשוט'ע זעלבסטווירדע פון א מענטש צו א מענטש? ער שרייבט שוין דא באלד דריי טויזנט תגובות אין ווייניגער ווי א יאר. ער האט ווי זיך ארויסצוגעבן זיינע געפילן, מחשובות, דזשאוקס, מיינונגען יו נעים איט, איז פאר א חסימה פון אפאר שעה, קערט מען א וועלט, לייק איט'ס נאו טומאראו? און דאס איז נישט געווען אומזיסט, דער ניק האט זיך גענומען מאכן חרוב אייוועלט מיט די אייגענע האנט. שטעלט אייך פאר איר ליינט אגאנצע אשכול פון איין טענה אויף די צווייטע, און איין זייט איז ליידיג, וואלט איר דאס געוואלט ביינאך אין דיינינג רום? (נמביגדפ) איז פארוואס דארפן מיר דאס יא צולאזן? און אז מיר האבן דאס נישט צוגעלאזט, וואס קומט זיך אונז?? "מ'ווארפט זיך מיט די שרייבער ווי זיי וואלטן געווען מיסט." יישר כוח פאר די גוטע געפיל... אהה קומט דער צווייטער חכם, "אז ער האט באקומען זיין פארציע קאונטראול און לכבוד דעם גייט ער זיין ראויגער אינדערהיים והיה זה שכרי" יישר כוח פאר'ן מיך מאכן רואיגער אינדערהיים. יעדע פאון קאל נעכטן ביים שיעור, האב איך נאר געהאפט אז ס'איז נישט פון דא, ווייל כ'על נישט קענען מפסיק זיין אינמיטן שיעור. גם זה יקרא 'רואיגער אינדערהיים'?

טייערער שרייבער, ווען איך זאל זען אז דער ניק האט פארשטאנען אז עס האט פאסירט א טעות, וואלט איך נישט גענומען ס'מי צו אפשרייבן די סטארי פון די אינצידענט. א מענטש איז נאר א מענטש, און טעותים קען זיך מאכן ביי יעדן. אבער אויב נאך דעם אלעם ווערן די טענות נישט פארטיג, און מ'שטעכט נאך די הנהלה אויף זייער ארבעט, דאס קען איך נישט פארשווייגן.

והי' בזה שלום לכל הטוענים והמבקרים.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

Wow! אזא אטאקע!!
ר איד, בארואיגט אייך!!!!!!

סאכדעס האט געשריבן:טייערער שרייבער, ווען איך זאל זען אז דער ניק האט פארשטאנען אז עס האט פאסירט א טעות, וואלט איך נישט גענומען ס'מי צו אפשרייבן די סטארי פון די אינצידענט. א מענטש איז נאר א מענטש, און טעותים קען זיך מאכן ביי יעדן. אבער אויב נאך דעם אלעם ווערן די טענות נישט פארטיג, און מ'שטעכט נאך די הנהלה אויף זייער ארבעט, דאס קען איך נישט פארשווייגן.


משהזוךמיר האט געשריבן:הנני! דא בין איך!

א גרויסן ש'כח פאר וויכי פאר זיין הילף אויסצוקלארן די מצב און מיר צוריקשטעלן אויף די שינעס.

אבער די מענטעליטי אז די שרייבער זענען גארנישט ווערט און מ'קען זיי לאזן הענגען ווי וועש אין די קאנטרי דארף שוין לאנג א תיקון. (איך רעד נישט פון די עצם חסימה וואס האט געהאט א פארשטענדליכע סיבה, נאר פונ'ם פאקט אז דער מנהל החוסם האט נישט געפילט פאר וויכטיג צו נעמען די דרייסיג סעקונדעס מיר צו שיקן אן אימעיל פארוואס מ'האט מיר חוסם געווען.)



איך מעג וויסן אויף וואס דו האסטיך אזוי אויפגעריסן???
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

אגב,
סאכדעס האט געשריבן: דערויף אום 6:19 האט משה געשריבן א תגובה וואס האט באקומען א דווח, און עס ליינט זיך 'שיק א רפואה שלימה וואונטש אין מיין נאמען' דער מדווח מיט א גרעכטע טענה, אז דאס איז פערזענליכע אטאקע אויף א ניק. נו, יאך האב דאס פארמעקט אום 6:22.

איז בכלל נישט געווען געווענדעט קעגן א ניק, נאר קעגן א סטעיטמענט פון איינעם וואס איז געברענגט געווארן, (וואס פיל פיל ערגערע לשונות קעגן אים זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן זינט יענע תגובה טאקע אינ'ם זעלבן אשכול און זענען נאך דארט). אויב האט איינער פארשטאנען אנדערש בעט איך אים איבער, און איך האב קיין פאראיבל אויפ'ן מעקן
Get your facts first, then you can distort them as you please.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

סאכדעס קוק נאכאמאל איבער מיין תגובה וועסטו זעהן אז איך האב מיך נישט באצויגען אויף דער וואס האט חוסם געווען משהזוךמיר
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:איך האב אמאל געהאט א פראבלעם מיט די אלע זאכען
און מיט די צייט האב איך מיך אויסגעלערענט נישט צו קוקען בכלל אויף זייער זייט איך קען זיי נישט און זיי זענען בכלל נישט קיין נושא ביי מיך מער
איך שרייב און איך ליין ווען איך וויל ווייל איך ענדשוי עס
און איך שרייב נישט קיין זאכען וואס זענען קעגען די תקנות אבער טאמער איז איינעם איינגעפאלען צו מעקען למשל אזוי ווי נעכטען ביי די קאומי אשכול זאל אים עס וואול באקומען אז ער האט באקומען זיין פארציע קאונטראול און לכבוד דעם גייט ער זיין ראויגער אינדערהיים והיה זה שכרי
אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחראי »

משהזוךמיר האט געשריבן:איך מעג וויסן אויף וואס דו האסטיך אזוי אויפגעריסן???


משהזוךמיר האט געשריבן:אבער די מענטעליטי אז די שרייבער זענען גארנישט ווערט און מ'קען זיי לאזן הענגען ווי וועש אין די קאנטרי דארף שוין לאנג א תיקון


סאכדעס האט געשריבן:טייערער שרייבער, ווען איך זאל זען אז דער ניק האט פארשטאנען אז עס האט פאסירט א טעות, וואלט איך נישט גענומען ס'מי צו אפשרייבן די סטארי פון די אינצידענט. א מענטש איז נאר א מענטש, און טעותים קען זיך מאכן ביי יעדן. אבער אויב נאך דעם אלעם ווערן די טענות נישט פארטיג, און מ'שטעכט נאך די הנהלה אויף זייער ארבעט, דאס קען איך נישט פארשווייגן.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

ר' אנאנימער אחראי, עמיר זען מ'זאל דיר אויסשפארן פון א סייט ווי דו שרייבסט ארטיקלען, מיינונגען, ווערטלעך און וואס נישט (כ'האף איך שרייב עס גוט נאך) אן קיין שום ווארענונג, און ניטאמאל באקומסטו א הסבר דערנאך פארוואס מ'האט עס געטון, נישט איין שעה, צוויי שעה אדער דריי, נאר איבערנאכט, און נאכדעם זאלססטו מסביר זיין (מעגליך אין אן אינטערוויו מיט דרעזדנער) דיינע געפילן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

משה, דו שלאפסט עניוועי נישט ביינאכט...
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

משה, ווי לאנג האט גענומען ביז דו ביסט געוואר געווארן פארוואס מ'האט דיך פארשפארט?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

וויכי, אפיציעח האב איך צוריקגעהערט היינט צופרי נאך צענע.

דער פאקט אז איך בין באקאנט מיט איינער וואס איז באקאנט מיט איינער פון די מנהלים מאכט עס נישט גרינגער.

איך האלט אינמיטן שרייבן אן אישי, עמיר רעדן דארט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נעכטן נאכט ווען מ'האט מיך געקאנטאקט האסטו שוין געוואוסט... די איינציגסטע אישו דא איז פארוואס דער מנהל האט דיר נישט פערזענליך געזאגט, ווי געזאגט אין אישי, דער מנהל האט געהאפט אז איך כעלעס מסדר זיין נעכטן נאכט, כאב אבער נישט געקענט! ער האט נישט קיין עקסעס, און איז היינט צופרי געוואור געווארן ווען איך האבעם געקאלט און ער האט מיך תיכף געזאגט, עפן אים אבער מאך זיכער אז ער קעניש מעקן...

דו מאכסט א קעיס אוט אוו נאטינג...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ער מאכט נישט קיין קעיס אוט אוו נאטינג, ער איז מאשר מיינע ווערטער.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

איך בין אויסטערליש מכיר טובה די הנהלת האייוועלט פארן נישט לאזן משהזוךמיר טון וואס ער וויל!!!

אייוועלט איז נישט זיין פריוואטער אייגנטום, און ער האט נישט קיין שום רעכט צו מעקן זיינע געשמאקע אינהאלטסרייכע זאכליכע תגובות!!
מיר דעקוויקן זיך מיט זיי טאג און נאכט, איך ליין זיי מיט דורשט. אזאנס זאל נישט פארקומען דא אויפן וועלטל.

נאכאיינמאל וואס איר זעט אזא פאסירונג, אז משה הייבט אן צו מעקן זיינע סחורה, זאל מען גאר שטרענג קעיר נעמען דערפון! א דאנק.
אוועטאר
זיכער יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 3:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכער יא »

איסר האטלקי האט געשריבן:איך בין אויסטערליש מכיר טובה די הנהלת האייוועלט פארן נישט לאזן משהזוךמיר טון וואס ער וויל!!!

אייוועלט איז נישט זיין פריוואטער אייגנטום, און ער האט נישט קיין שום רעכט צו מעקן זיינע געשמאקע אינהאלטסרייכע זאכליכע תגובות!!
מיר דעקוויקן זיך מיט זיי טאג און נאכט, איך ליין זיי מיט דורשט. אזאנס זאל נישט פארקומען דא אויפן וועלטל.

נאכאיינמאל וואס איר זעט אזא פאסירונג, אז משה הייבט אן צו מעקן זיינע סחורה, זאל מען גאר שטרענג קעיר נעמען דערפון! א דאנק.

;l;p-
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יישר כוח אייך ביידען, (נישט דער בדחן..)
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

שכוח סאכדעס פארן באדאנקען ברבים [יא דער בדחן]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

וועלכער בדחן אז ברבים?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”