לחם לשובע האט געשריבן:פריילעך אידל האט געשריבן:לחם לשובע האט געשריבן:איך גלייב זיכער אז ס'שוין געווען דא, עני וועי א לינק וועט נישט שאטן, די פולע באקאנטע מונקאטשע קליפ, די שיינע חלק פינעם הייליגען מנח"א, און להבדיל...
https://www.dropbox.com/s/ak1vmj7r5nb5g ... 9.mpg?dl=0
ס'האט מיך ממש צושוידערט צו זען דעם צווייטן חלק, ווארשיינדליך א ציוניסטישע קעמפ, ווי מזעט בחוש וואס אלע צדיקים פון יענעם דור האבן געשטורעמט, ווי מ'רייסט אויס יעדעס ביסל קדושה פון אידישע קינדער!!!
ממש אזוי, אין מונקאטש איז עס אפילו געווען א בחינה פון הגם לכבוש את המלכה עמי בבית, אבער איין זאך האב איך באמערקט, אז ווי נידעריג זיי זענען ליידער געפאלן זענען די ניגונים בכלל נאכנישט אזוי געמיין ווי פילע היימישע זינגערס היינט, ה"י.
אלנספאל, האב איך נישט געזעהן געהעריג די חלק פארן ארויף לייגען, (איך האב געוויסט אז מען קען זעהן ציוני'סטישע חלקים, אבער נישט געוויסט אז מען זעהט און מען הערט אזוי שטארק,) ואילו ידעתי וואלט איך געטראכט צוויי מאל פארן ארויף לייגען, דא האט איהר די קליפ אהן די צווייטע חלק, ואתכם הסליחה.
https://www.dropbox.com/s/p864rxfornf2y ... 9.mp4?dl=0
אויכעט די לבוש איז זייער צניעות'דיג.
א לימוד זכות אויף זיי וועט נישט שאטן, זאל זיין א תיקון פאר זייער נשמה.