חסידות ווינקל: "מיכלא דמהימנותא" וואס מיינט דאס?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

חסידות ווינקל: "מיכלא דמהימנותא" וואס מיינט דאס?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג אפריל 10, 2017 1:05 am

חסידות ווינקל: פסח מאמר דמיכלא דמהימנותא. מוגה ע''י ידידי נודה לך ותשחח"ל.



מיכלא דמהימנותא וואס מיינט דאס?

די טעם פון מצה זאגט אונז די תורה איז כדי צו דערמאנען יציאת מצרים. שבעת ימים תאכל עליו מצות וכו' כי בחפזון יצאת מארץ מצרים. וואו זעהט מען ווען מען עסט די מצה די שייכות צו יציאת מצרים? און וואס איז פשט אז מצה איז א "מיכלא דמהימנותא" א מאכל פון אמונה, וואס מיינט דאס?


די בני יששכר איז מסביר
זאגט די בני יששכר און נאך פיהל ספרי חסידות אז די יסוד פון יציאת מצרים איז צו ווייזן אז די מענטש אליין קען גארנישט. ס'דא א באשעפער אויף די וועלט. און ווי די מהר''ל איז מסביר אז אין יעדע מכה וואס די באשעפער האט באשטראפט די מצריים האט די באשעפער געוויזן אז ער אליינס איז דער שליט אויף די גאנצע וועלט. פון די ערד אונטען ביז די הימל אויבן. ביי דם די וואסער, צפרדע העכער די וואסער, כנים די לופט, און אזוי ווייטער און ווייטער, ביז בכורות אפי' אויף די מענטשן איז די באשעפער אויך שולט.


חמץ פארלאזט זיך נישט אויף די אומן!
די חילוק פון חמץ און מצה איז די בני יששכר מסביר אז חמץ בלאזט זיך אויף און בלייבט נישט שטיין ווי מ'האט איהם געמאכט, ווידער די מצה בלייבט פונקט ווי די אומן האט איהם באשאפען! וואס דאס קומט פסח אונז צו לערנען, זיין אזוי ווי די מצה! וויסן אז מיר קענען גארנישט אליינס אן די באשעפער. מצה קומט אונז צו לערנען אז ס'איז נישט דא אזא מין זאך ווי כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה! דאס זאגט די בני יששכר איז די פשט פון מיכלא דמהימנותא און דאס איז די טעם הקרא פון עסן מצה ווייל די מצה דערמאנט אונז די ניסים פון יציאת מצרים וואס האט געוויזן ווי די מהר''ל איז מסביר אז ס'איז נאר דא איין באשעפער וואס ער פירט די גאנצע וועלט! און ער אליינס איז שליט אויף אלעס. און דאס איז די מצה מרמז אז מיר פארלאזן זיך אינגאנצן נאר אויף די אומן די באשעפער.


ווען די בילד מיינט ער האט זיך באשאפען..
די גמרא זאגט א דרש אויף די פסוק "אין צור כאלקינו" אין "צייר" כאלקינו. איז דא א טייטש "אין צייר" ס'איז נישט דא נאך אזא "מעלער" ווי די באשעפער. וואס איז פשט? ס'איז אמאל געווען דריי מעלער, די ערשטע האט געמאלן א בילד פון עסן הערליך ארגעניאל אז ס'האט אויסגעקוקט פונקט עכט אויף אזוי ווייט אז בעלי חיים זענען געקומען עסן פון די הערליכע מזונות וואס ער האט געמאלן... די צווייטער מעלער האט געמאלען א בילד פון א הויז וואס האט אפי' פאר'נער'ט מענטשן! זיי זענען געקומען עפענען די טירן... די דריטע מעלער האט געמאלן א בילד וואס האט איהם אליינס אפי' פאר'נער'ט... ער האט געמאלן א בילד פון א ספרים שאפע וואס האט אזוי שטארק אויסגעקוקט ארגעניאל און עכט אז ער האט בטעות אראפ געלייגט אויף די שאפע א גלאז וואסער ווואס האט איהם גלייך צוריק געשפריצט און פנים אריין..! דאס איז די פשט פון די חז''ל "אין צייר כאלקינו " די באשעפער באשאפט בילדער, וואס דאס זענען מיר מענטשן וואס נעבעך נעבעך גייען די בילדער ארום און שרייען אז אלעס קומט זיך מיר, אלעס איז בלויז נאר מיך מיך מיך, הייסט עס אז די באשעפער איז אזא געוואלדיגע מעלער וואס קען אפי' מאכן בילדער וואס די בילדער אליינס, (וואס דאס זענען מיר די מענטשן) זאלן זיך אליינס פארנערן... און שרייען אז מיר זענען עכט! ס'קומט זיך מיר אלעס!


פסח אזא שווערע יו''ט..
מענטשן גייען ארום ווען ס'רעגענט און רעדן זיך אפ אויף די רעגן א מין מעשוגענע וועטער... ווען עפעס גייט נישט גוט רעדט מען זיך אפ. און אז ס'קומט אן פסח רעדט מען זיך כסדר אפ ווי שווער ס'קומט אן דאס פסח'דיג מאכען.. בפרט נאך היינט וואס אלעס איז געווארן אזוי גרינג און צו פסח דארף מען פיזיש ארבעטען רעדט מען זיך אפ פוהל מער.. דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז א מענטש קוקט אן די וועלט אז אלעס קומט זיך מיר, און אויב אלעס קומט זיך מיר, קומט זיך מיר אז אלעס און די וועלט זאל מיר גיין גוט.. ממילא רעדט זיך א מענטש אפ ווען ס'גייט איהם נישט ווי ער וואלט געוואלט אדער געפלאנט. אויב אבער זאל א מענטש מאכן א אמת'דיגע חשבון און גוט אריין טראכטן, וועט ער זעהן און פארשטיין אז די זאך איז פונקט פארקערט. דו מענטש איז אין די וועלט פונעם באשעפער, און די באשעפער האט זיך זיינע חשבונות און פלענער, און דו מענטשעלע דארפסט זיך צושטעלען צו איהם נישט פארקערט. סא וואו קומט אז דער מענטש זאל זיך אפרעדן ווען ס'גייט איהם נישט ווי אזוי ער וואלט ווען געוואלט? דאס איז דער אמת.


דוד המלך מאכט דעם ברכי נפשי
דוד המלך האט געמאכט די קפיטל תהילים "ברכי נפשי" ווי ער באטראכט דעם באשעפערס הערליכע און לעכטיגע בריאה, און ווי דוד המלך טראכט אריין צו זיך, ווערט ער גאר שטארק פארטיפט און באגייסטערט און ס'קומט ארויס פון זיין ליפן דעם קפיטל תהילים ברכי נפשי את השם און פון איבעראשונג שרייט ער פון זיך ארויס, מה רבו מעשיך ה' כולם בחכמה עשית! מלאה הארץ קנינך! די בריאה שרייט אז ס'איז דא א גאט אויף די וועלט! אלעס האט אזא אויסגערעכענטע חשבון אלעס אין די בריאה קלאפט אזוי הערליך שיין און פונקטלעך.. און אזוי ווי דוד המלך איז אזוי שטארק פארטיפט מיט אמאל טראכט ער צו זיך: יצא אדם לפעלו? ולעבודתו עדי ערב? נאך וואס ס'שרייט אזוי קלאר ארויס פון די בריאה אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט, איז נאך דא מענטשן וואס ארבעטען פון צופרי ביז ביינאכט און רעדן זיך איין, און מיינען אז זיי מאכען געלט! זיי פירן אן א ווערטשאפט! ווי אזוי קען דען זיין אזא מין זאך...? ענפערט דוד המלך צו זיך אליינס: מה רבו מעשיך השם! דאס איז אויך די באשעפער'ס חכמה! און די גרעסטע חידוש וואס ס'איז נאר פארהאן. אויף דעם זאגט דוד מיז זיין אז דאס איז אויך מה רבו מעשיך השם! ווייל ואין "צייר" כאלקינו!


רבי שלום שוואדראן איז מסביר
ס'איז באקאנט וואס רבי שלום שוואדראן פלעגט דערציילן. אז ס'איז געווען אמאל א משוגע'נער וואס ער האט פארשטאנען מעומק חכמתו אז כדי צו האלטן די טרעפיק איז אזא קליינע טרעפיק לייט נישט גענוג.. ווייל ווי קען דען אזא קליינע לעקטער האלטן סדר אויף אזויפיל קארן? איז ער געגאנגען און זיך געקויפט א לאנגע ברעט און זיך געשטעלט ביי די פרשת דרכים און עס אויפגעהויבן ביי גרין און אראפ געלייגט ביי רויט. און אזוי מכלומרשט געהאלטען סדר ביי די די קארן ווען מען קען יא און ווען מען קען נישט פארן... ויהי היום ער שטארק קראנק געווארן און מען האט איהם אריין געפירט אין שפיטאל פאר א שטיק צייט. ווען ער איז אויפגעשטאנען און געקומען צו זיך האט ער די ערשטע זאך זיך גענומען שרייען און פארפירן אז געוואלד! ס'גייען פאר געפערליכע פאטאליטעטן וויבאלד קיינער האלט נישט קיין סדר אויף די קארס... האבן זיך פארשטייצעך אלע דאקטוירעם זיך גענומען לאכן פון איהם! וואס ווען וואו? דו האלטסט דען סדר? ס'דא א טרעפיק פאול וואס האלט סדר און דו ביסט סך הכל א נער און א שוטה וואס רעדט זיך איין אז ער האלט קאנטראל... יא יא די זעלבע ליצנות זענען מיר אליין! מיר מיינען מיר פירן, מיר מיינען מיר זענען, מיר מיינען מיר קענען. זענען מיר פונקט אזעלכע נערנים ווי די נער וואס שטייט דארט ביי דעם טרעפיק לייט און האלט קאנטראל פון די קארס..


פסח לערנט אונז אין צייר כאלוקינו, דו מאכסט נישט, דו קענסט נישט, און דו טוהסט נישט! נאר מיר לעבן פונקט ווי די מצה וואס פארלאזט זיך אינגאנצן אויף דער אומן! ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט און מיר פארלאזן זיך אינגאנצן נאר אויף איהם! דאס איז פשט פון די מיכלא דמהימנותא.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג אפריל 13, 2017 1:25 am

נ.ב. דורכן זיך באדאנקן אויף דעם ארטיקעל, מיינט אז איר האט הנאה געהאט און ווילט זעהן נאך אזאלכע ארטיקלען. ווידער דורכן זיך נישט באדאנקן, מיינט אז איר האט נישט הנאה געהאט און איר ווילט נישט זעהן נאך אזאלעכע ארטיקלען. א דאנק פארן האבן פארשטענדעניש
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » דאנארשטאג אפריל 13, 2017 2:14 pm

מוראדיג איך בין זיכער אז אסאך וועלן הנאה האבן אזוי ווי מיר ווען זיי וועלן האבן מער צייט!
Please keep it up

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג אפריל 13, 2017 7:10 pm

גאלדענע הארטץ
הערליך

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג אפריל 14, 2017 1:51 pm

פון אישי
H***** האט געשריבן:
געליינט דיין פסח'דיגע ארטיקל אין עס איז געוואלדיג. די ברכו נפשי פין דוד המלך איז א געוואלדיגע דערהער.

יישר כח
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » פרייטאג אפריל 14, 2017 2:03 pm

גאר שיין!
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג אפריל 14, 2017 2:20 pm

נגיד האט געשריבן:גאר שיין!
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » זונטאג אפריל 16, 2017 12:54 pm

געוואלדיג!

געליינט און גאר שטארק הנאה געהאט. יישר כח.
רצונינו לעשות רצוניך.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 1:26 pm

ארויף! זיך צו גרייטען צו דעם הייליגען יו״ט וואס קומט
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:12 pm

שטארק שטארק, ייש"כ.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג מארטש 23, 2018 9:51 am

יאפ, א גאלדענע אשכול
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » פרייטאג מארטש 23, 2018 10:22 am

דברים נפלאים, מבוסס על יסודות איתנים, שיין אראפגעלייגט.
יישר כח.

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » פרייטאג מארטש 23, 2018 10:40 am

ישר כח

נאר צו מוסיף זיין צוויי נקודות וואס ווערט געברענגט אין חסידות חב"ד וועגן מיכלא דמהימנותא

פארוואס דורך מצה ברענגט עס אמונה ווייל חז"ל זאגן אין התינוק יודע לקרות אבא עד שיטעם טעם דגן
דער אויבערשטער האט איינגעשטעלט אז דוקא דורך עסען דגן ברענגט עס א טיפער התקשרות פון זון צום טאטען
אזוי אויך דורך עסען מצה =דגן ברענגט צו אמונה און הכרה און טיפען התקשרות פון אידען מיט דעם אויבערשטער.

און דוקא מצה און ניט ברויט ווייל מצה איז ביטול עס האט ניט קיין התנשאות עס בלאסט ניט ארויף
משא"כ חמץ וואס בלאזסט זיך און ווייסט אויף ישות

חמץ און מצה האט כמעט די זעלבער אותיות נאר מצה האט א "ה" און חמץ א "ח"
מצה האט אויבן א פתח צו ארויף גיין ביי חמץ =ישות איז נאר דע אוועק אראפ לפתח חטאת רובץ

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג אפריל 02, 2019 4:02 pm

ארויף זיך צו גרייטן אויף די הייליגע יו״ט וואס קומט!


(הלוואי אז ס׳וועט היי יאר צייט צו שרייבן, וועל איך בל״נ שרייבן איבער פארוואס ס׳דא די אלע חומרות יתירות אין פסח, מי יתן והיה ס׳זאל זיין די צייט וואס כ׳האב אמאל געהאט, צו שרייב דא פארן עולם.)
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשבילי נברא, זזה, פאלקאוויטש123 און 43 געסט