חסידות ווינקל: פורים פירט אייך די באן קיין קראקא! כאפט אייך מיט!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

חסידות ווינקל: פורים פירט אייך די באן קיין קראקא! כאפט אייך מיט!

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג מארטש 09, 2017 12:25 am

פון גאלדענע'ס חסידות ווינקל: אויף פורים חלק א. מוגה געווארן דורך ידידי וואוילע שעפעלע תשחח"ל.

ווען זענען מיר מער בשמחה, פורים אדער תשעה באב?

משנכנס אדר מרבין בשמחה. ביז ווען?

באמת אודאי געוויס איז תשעה באב א טאג פון אבילות און פורים דאס פארקערטע. אבער לכאורה שטימט נישט די חשבון לאמיר אויסרעכענען צוזאמען. משנכנס אדר מרבין בשמחה ביז ווען? שטייט נישט קיין זמן איז לכאורה ביז אב וואס דעמאלט הייבט מען אן ממעט זיין בשמחה. און די זעלבע ביי אב וואס ס'שטייט משנכנס אב ממעטין בשמחה איז מען לכאורה ממעט בשמחה ביז אדר וואס דעמאלט הייבט מען ווידער אן צוריק דאס מרבה זיין מיט שמחה.

קומט לכאורה אויס א פלא פון א זאך! אז פורים וואס מען האלט נאך "7 חדשים" פון טרויער (פון אב ביז אדר) אפי' אה''נ פון חודש אדר ביז פורים איז מען ארויף 14 טעג פון מדריגות פון שמחה האלט מען אבער דאך נאך "7 חדשים" פון טרויער איז מען דאך אין א טאג פון רובא דרובא פון טרויער... ווידער תשעה באב אפי' אה''נ מען האלט 9 טעג אריין אין חודש אב וואס די טעג זענען טעג פון טרויער האלט מען אבער דאך נאך "5 חדשים" פון שמחה (פון אדר ביז אב). קומט לכאורה אויס אז די טאג פון תשעה באב איז א מער פרייליכע טאג ווי די טאג פון פורים...! ווי קען דאס זיין?

דארט ווי די מחשבה פון די מענטש דאס איז וואס די מענטש איז! די מוצאי יו''כ אויספאסטן!

די תירוץ איז ווי פאלגענד: דארט ווי די מחשבה פון די מענטש איז דאס איז קובע ווער דער מענטש איז! מען זאגט נאך א חסיד'ישע מליצה: אז די טעם פארוואס מען זאגט יום כיפור הויעך די ברוך שם פון קרי''ש שטייט אין הלכה די טעם ווייל וויבאלד מען פאסט זענען מיר פונקט ווי מלאכים זאגט מען הויעך די ברוך שם פינקט אזוי ווי זיי טוען. פרעגט זיך לכאורה א שטארקע קשיא. אז ווי קען זיין אז ביי מעריב מוצאי יו''כ וואס די גוף איז די מערסטע אפגעשוואכט פון פאסטען זאגט מען ברוך שם שטיל? ווידער יום הקדוש ביינאכט וואס מען האט הערשט יעצט איינגעפאסט זאגט מען שוין די ברוך שם שטיל?! פונקט פארקערט וואלט געדארפט זיין. ניין?!! נאר די תירוץ איז כפי דברינו אז די מחשבה פון די מענטש איז ביי די ערענסקייט פון יום הקדוש, ביי די ערענסקייט פון פאסטען און ביי די ערענסקייט פון צו עוסק זיין אין די סדר היום, מעג ער אפי' זיין זאט ביזן סוף! און א מלאך איז ער!! ווידער ביי מעריב מעג ער זיין ווי הינגעריג די ווילסט נאר. אבער היות זיין מחשבה איז שוין אין די אויספאסטן... אזא איינער קען שוין קיין מלאך נישט זיין...! ממילא זאגט מען ברוך שם שטיל.

די באן פון ווארשא קיין קראקא הייסט די קראקאווע באן!

ס'איז באקאנט צווישען באבובער חסידם די ווארט פונעם הייליגען קדושת ציון. וואס ס'האט איהם אמאל איינער געפרעגט ווי קען זיין אז מיר רופן זיך "חסידישע יודן" צי דען אזוי האבן אויסגעקוקט די הייליגע תלמידי בעל שם? איז דאך א בושה אז מיר פשוטע יודן זאל זיך ריפען חסידישע יודן! ניין?

האט דער קדושת ציון געענטפערט מיט א קשיא. די באן וואס פארט פון ווארשע קיין קראקא רופן מענטשן אן די קראקאווער באן. לכאורה וואלט עס געדארפט הייסן די ווארשעווער באן, וויבאלד די באן איז דאך בכלל נישט אין קראקא יעצט! נאר די תירוץ איז: אז וויבאלד די באן "צילט" אנצוקומען קיין קראקא הייסט עס שוין יעצט די קראקעווער באן! אה"נ האט די קדושת ציון אויסגעפירט: מיר זענען נישט דאס וואס די הייליגע תלמידי בעל שם זענען געווען אבער אז אונזער קלארע "ציל און מחשבה" איז צי גיין אין זייערע דרכים מעגן מיר זיך מיט רעכט אנרופן "חסידישע יודן!"

די לימוד פון פורים!

דאס קימט אינז פורים לערנען. אפי' פורים אליין זענען מיר נאך און א טייל אין א מצב פון טרויער (מען קומט פון 7 חדשים פון טרויער) אבער אז אונזער ציל פלאן און מחשבה איז אנצוקומען צו א מצב פון שמחה, פון א 'שמחה של מצוה' און פון א שמחה און ברען פון 'עבדות השם' קענען מיר מיט רעכט אנרופן פורים די פרייליכסטע טאג פונעם יאר! וויבאלד דארט ווי די מחשבה פלאן און ציל פון די מענטש איז, דאס איז וואס די מענטש אליין איז!

המשך יבא אי''ה
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום פרייטאג מארטש 10, 2017 11:58 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג מארטש 09, 2017 11:36 am

זייער שיין גאלדענע!

מיר ווארטן אויף די המשך
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » דאנארשטאג מארטש 09, 2017 12:10 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:פון גאלדענע'ס חסידות ווינקל: אויף פורים חלק א. מוגה געווארן דורך ידידי וואוילע שעפעלע תשחח"ל.

ווען זענען מיר מער בשמחה, פורים אדער תשעה באב?

משנכנס אדר מרבין בשמחה. ביז ווען?

באמת אודאי געוויס איז תשעה באב א טאג פון אבילות און פורים דאס פארקערטע. אבער לכאורה שטימט נישט די חשבון לאמיר אויסרעכענען צוזאמען. משנכנס אדר מרבין בשמחה ביז ווען? שטייט נישט קיין זמן איז לכאורה ביז אב וואס דעמאלט הייבט מען אן ממעט זיין בשמחה. און די זעלבע ביי אב וואס ס'שטייט משנכנס אב ממעטין בשמחה איז מען לכאורה ממעט בשמחה ביז אדר וואס דעמאלט הייבט מען ווידער אן צוריק דאס מרבה זיין מיט שמחה.

קומט לכאורה אויס א פלא פון א זאך! אז פורים וואס מען האלט נאך "7 חדשים" פון טרויער (פון אב ביז אדר) אפי' אה''נ פון חודש אדר ביז פורים איז מען ארויף 14 טעג פון מדריגות פון שמחה האלט מען אבער דאך נאך "7 חדשים" פון טרויער איז מען דאך אין א טאג פון רובא דרובא פון טרויער... ווידער תשעה באב אפי' אה''נ מען האלט 9 טעג אריין אין חודש אב וואס די טעג זענען טעג פון טרויער האלט מען אבער דאך נאך "5 חדשים" פון שמחה (פון אדר ביז אב). קומט לכאורה אויס אז די טאג פון תשעה באב איז א מער פרייליכע טאג ווי די טאג פון פורים...! ווי קען דאס זיין?

דארט ווי די מחשבה פון די מענטש דאס איז וואס די מענטש איז! די מוצאי יו''כ אויספאסטן!

די תירוץ איז ווי פאלגענד: דארט ווי די מחשבה פון די מענטש איז דאס איז קובע ווער דער מענטש איז! מען זאגט נאך א חסיד'ישע מליצה: אז די טעם פארוואס מען זאגט יום כיפור הויעך די ברוך שם פון קרי''ש שטייט אין הלכה די טעם ווייל וויבאלד מען פאסט זענען מיר פונקט ווי מלאכים זאגט מען הויעך די ברוך שם פינקט אזוי ווי זיי טוען. פרעגט זיך לכאורה א שטארקע קשיא. אז ווי קען זיין אז ביי מעריב מוצאי יו''כ וואס די גוף איז די מערסטע אפגעשוואכט פון פאסטען זאגט מען ברוך שם שטיל? ווידער יום הקדוש ביינאכט וואס מען האט הערשט יעצט איינגעפאסט זאגט מען שוין די ברוך שם שטיל?! פונקט פארקערט וואלט געדארפט זיין. ניין?!! נאר די תירוץ איז כפי דברינו אז די מחשבה פון די מענטש איז ביי די ערענסקייט פון יום הקדוש, ביי די ערענסקייט פון פאסטען און ביי די ערענסקייט פון צו עוסק זיין אין די סדר היום, מעג ער אפי' זיין זאט ביזן סוף! און א מלאך איז ער!! ווידער ביי מעריב מעג ער זיין ווי הינגעריג די ווילסט נאר. אבער היות זיין מחשבה איז שוין אין די אויספאסטן... אזא איינער קען שוין קיין מלאך נישט זיין...! ממילא זאגט מען ברוך שם שטיל.

די באן פון ווארשא קיין קראקא הייסט די קראקאווע באן!

ס'איז באקאנט צווישען באבובער חסידם די ווארט פונעם הייליגען קדושת ציון. וואס ס'האט איהם אמאל איינער געפרעגט ווי קען זיין אז מיר רופן זיך "חסידישע יודן" צי דען אזוי האבן אויסגעקוקט די הייליגע תלמידי בעל שם? איז דאך א בושה אז מיר פשוטע יודן זאל זיך ריפען חסידישע יודן! ניין?

האט דער קדושת ציון געענטפערט מיט א קשיא. די באן וואס פארט פון ווארשע קיין קראקא רופן מענטשן אן די קראקאווער באן. לכאורה וואלט עס געדארפט הייסן די ווארשעווער באן, וויבאלד די באן איז דאך בכלל נישט אין קראקא יעצט! נאר די תירוץ איז: אז וויבאלד די באן "צילט" אנצוקומען קיין קראקא הייסט עס שוין יעצט די קראקעווער באן! אה"נ האט די קדושת ציון אויסגעפירט: מיר זענען נישט דאס וואס די הייליגע תלמידי בעל שם זענען געווען אבער אז אונזער קלארע "ציל און מחשבה" איז צי גיין אין זייערע דרכים מעגן מיר זיך מיט רעכט אנרופן "חסידישע יודן!"

די לימוד פון פורים!

דאס קימט אינז פורים לערנען. אפי' פורים אליין זענען מיר נאך און א טייל אין א מצב פון טרויער (מען קומט פון 7 חדשים פון טרויער) אבער אז אונזער ציל פלאן און מחשבה איז אנצוקומען צו א מצב פון שמחה, פון א 'שמחה של מצוה' און פון א שמחה און ברען פון 'עבדות השם' קענען מיר מיט רעכט אנרופן פורים די פרייליכסטע טאג פונעם יאר! וויבאלד דארט ווי די מחשבה פלאן און ציל פון די מענטש איז, דאס איז וואס די מענטש אליין איז!

המשך יבא אי''ה

דיין ערשטע פוינט פון משנכנס אדר מרבין און משנכנס אב ממעטין זאגט כ"ק די סקווירא רבי שליט"א כסדר נאך דאכצעך פונעם מעשה רוקח
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג מארטש 09, 2017 1:38 pm

משה צימערינג האט געשריבן:דיין ערשטע פוינט פון משנכנס אדר מרבין און משנכנס אב ממעטין זאגט כ"ק די סקווירא רבי שליט"א כסדר נאך דאכצעך פונעם מעשה רוקח

וואס הייסט, וועלעכע פוינט?
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » דאנארשטאג מארטש 09, 2017 1:46 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
משה צימערינג האט געשריבן:דיין ערשטע פוינט פון משנכנס אדר מרבין און משנכנס אב ממעטין זאגט כ"ק די סקווירא רבי שליט"א כסדר נאך דאכצעך פונעם מעשה רוקח

וואס הייסט, וועלעכע פוינט?

משנכנס אדר מרבין בשמחה. ביז ווען?

באמת אודאי געוויס איז תשעה באב א טאג פון אבילות און פורים דאס פארקערטע. אבער לכאורה שטימט נישט די חשבון לאמיר אויסרעכענען צוזאמען. משנכנס אדר מרבין בשמחה ביז ווען? שטייט נישט קיין זמן איז לכאורה ביז אב וואס דעמאלט הייבט מען אן ממעט זיין בשמחה. און די זעלבע ביי אב וואס ס'שטייט משנכנס אב ממעטין בשמחה איז מען לכאורה ממעט בשמחה ביז אדר וואס דעמאלט הייבט מען ווידער אן צוריק דאס מרבה זיין מיט שמחה.

קומט לכאורה אויס א פלא פון א זאך! אז פורים וואס מען האלט נאך "7 חדשים" פון טרויער (פון אב ביז אדר) אפי' אה''נ פון חודש אדר ביז פורים איז מען ארויף 14 טעג פון מדריגות פון שמחה האלט מען אבער דאך נאך "7 חדשים" פון טרויער איז מען דאך אין א טאג פון רובא דרובא פון טרויער... ווידער תשעה באב אפי' אה''נ מען האלט 9 טעג אריין אין חודש אב וואס די טעג זענען טעג פון טרויער האלט מען אבער דאך נאך "5 חדשים" פון שמחה (פון אדר ביז אב). קומט לכאורה אויס אז די טאג פון תשעה באב איז א מער פרייליכע טאג ווי די טאג פון פורים...! ווי קען דאס זיין?
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג מארטש 09, 2017 1:48 pm

משה צימערינג האט געשריבן:

נו וואס ענפערט די מעשה רוקח?
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » דאנארשטאג מארטש 09, 2017 2:18 pm

ברויך מען בעטען מערכת פתגמין קדישין פאר די תורות
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג מארטש 10, 2017 10:01 am

אינטערסאנט... די עולם גלייכט נישט דעם ארטיקעל..? (אפשר ווייל ס'איז נישט קאנטערווערשעל...)

איינער איז אינטערסירט אין דעם המשך..?
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג מארטש 10, 2017 11:44 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אינטערסאנט... די עולם גלייכט נישט דעם ארטיקעל..? (אפשר ווייל ס'איז נישט קאנטערווערשעל...)

איינער איז אינטערסירט אין דעם המשך..?

איך מיין אפשר אז די קעפל גיבט עפעס נישט קיין מוט אריינצוקומען דא!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » פרייטאג מארטש 10, 2017 11:59 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אינטערסאנט... די עולם גלייכט נישט דעם ארטיקעל..? (אפשר ווייל ס'איז נישט קאנטערווערשעל...)

איינער איז אינטערסירט אין דעם המשך..?

א שאלה?! אויף וועמען ווארט מען? שאן באלד פורים!
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג מארטש 10, 2017 12:55 pm

צי זעהן אויב ס'דא אינטערעסע.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » פרייטאג מארטש 10, 2017 2:11 pm

שכוח גאלדענע, וואלקאם בעק, איי האופ פאר עווער

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג מארטש 10, 2017 3:27 pm

מיר ווארטן אויפן המשך

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג מארטש 13, 2017 3:49 pm

fiena nieas האט געשריבן:מיר ווארטן אויפן המשך
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

חלק ב': פורים לערענט אונז אז א יוד דארף זיין אפגעזונדערט פונעם גוי.

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג מארטש 13, 2017 4:21 pm

פון גאלדענע'ס חסידות ווינקעל. פורים חלק ב'. מוגה געווארן דורך ידידי וואוילע שעפעלע תשחח"ל.

פורים לערענט אונז אז א יוד דארף זיין אפגעזונדערט פונעם גוי

ויתערבו בגויים וילמדו מעשיהם

כ'האב פאר א פאר יאר צוריק געזעהן א הערליכע מאמר פון דעם באוויסטן מגיד ירושלמי רבי שבתי יודעלאוויטש זצ''ל וויל איך עס מיט טיילן דא מיט די חשובע עולם. לאמיר קודם מקדים זיין א דיוק וואס כ'וועל על פי דברו פארענטפערן שפעטער. מען זאגט אין דעם שושנת יעקב: ארור המן "אשר ביקש לאבדי" און ברוך מרדכי "היהודי" וואלט דאך ענדערש געדארפט שטיין ברוך מרדכי "אשר היצל אותנו" וואס דאס איז דער דבר והיפוכו פון דעם "אשר ביקש לאבדי" ?

איז מסביר דער ירשלים'ער מגיד רבי שבתי יודעלאוויטש

האט רבי שבתי אמאל אראפ געלייגט, צו ממחיש זיין ווי אזוי ס'האט אויסגעקוקט די מצב אין שושן הבירה בעת די נס פון פורים. איין שיינעם טאג קומט די שמועה אז דער נייער קעניג אחשורוש וויל האבן נאנטע באציאונגען מיט די יודן פון לאנד. עד כדי כך אז אז ער וויל אלע יודן זאלן קומען זיך מיט פרייען מיט איהם ביי די סעודה און פייערונגען וואס ער רעכט אפ לכבוד די ענדע פון די "ערשטע דריי יאר" פון זיין מלוכה.

אין אלע מקוואות און קאווע צימערן האט זיך מיט דעם געטון און אלעס האט פון דעם געשמועסט.. און יא אלע האבען אנגענומען די נייעס זייער פאזיטיוו וואס הייסט? דער מלך וויל זיין גוט מיט די יודן? דאס איז נישט קיין קלייניקייט! נישט נאר דאס, חז''ל זאגען פשט אין די פסוק "לעשות כרצון איש ואיש" אז דאס מיינט: ווי די רצון פון מרדכי ואסתר! אחשורוש האט געהייסן צושטעלן כשר'ע עסן און כשר'ע וויינען און אפי' א אפגעזונדערטע זאל פאר די יודן ווי די רצון פון מרדכי און אסתר! די יודן אין שושן האבן זיך זייער געפרייט, ענדליך האבען זיי א קעניג וואס איז א יודן פריינד, און מען וועט זיך נישט פון איהם אנליידן קיין צרות.

מרדכי דער אלטער פאנאטישער נער, מרדכי רופט פאר אן אסיפה!

מיטאמאל קימט אריין די נייעס אז מרדכי פארופט א אסיפה און דארט ביי דעם אסיפה איז ער מגלה אז די דעת התורה איז אז ס'איז אסור צו גיין צי די סעודה. איז געווארען א גאנץ מהומה און טומל אין שטאט! וואס הייסט מען זאל נישט גיין? אויב מען וועט נישט גיין, וועט דער מלך זיין זייער ברוגז! און ס'וועט זיין א געפערליכע חילול השם אז דער מלך האט איינגעליידנט און מען איז נישט געגאנגען! זענען די רוב יודן יא געגאנגען.

אזוי א שטיק צייט שפעטער הערט מען ווייטער פרישע נייעס אז אחשורוש האט מקרב געווען עפעס א שר א שרעקליכער שונא ישראל און דער מלך הייסט אז יעדער דארף זיך צי איהם ביקן. ווייטער טומעלט זיך אין די מקוואות און קאווע צימערן וואס מען זאל טון, איז געבליבן די החלטה אז היות ס'איז א שאלה פון פיקח נפש וועט מען זיך בלית ברירה צושטעלן. און ווידער אמאל הערט מען די נייעס אז מרדכי דער אלטער פאנאטישער צדיק'ל ביקט זיך נישט צו המן. אידן זענען געקימען צו לויפן צו מרדכי'ן אז היתכן ער ברענגט אן פראבלעמען און לייגט די גאנצע יודישע פאלק אין א סכנה! אבער מרדכי שרעקט זיך נישט. און תיכף דערנאך האט המן טאקע ארויס געשיקט בריוון צו הרג'נען אלע יודן.

היינט וואלט מען שוין אויף טייל גרופס געמאכט ליצי ליצנות פון מרדכי!

מען קען זיך פארשטעלען אז ווען נס פורים קומט ווען פאר היינטיגע צייטן, וואלטן שוין א טייל חברה ארום געשיקט קליפס ווי מען זעהט ווי מרדכי ביקט זיך נישט פאר המן, און המן רעגט זיך און שעלט..! און אויף טייל whats app גרופס וואלט מען אפגעחוזקט פון אלע רבנים אז זיי זענען די וואס ברענגען אן אלע חרבנות אויף די יודן... אינטערסאנט: וואס זאגען אינז חז''ל? פונקט פארקערט! דאס וואס טייל יודן זענען יא געגאנגען צו די סעודה, און זיך געביקט צי המן, דאס האט געברענגט די גזירה פון כליה! מפני שנהנו מסעודתו של אותו רשע, ומפני שהשתחוו לצלם. און צום סוף האבען די יודן טאקע דאס גופא איינגעזעהן אז מרדכי איז געווען גערעכט און תשובה געטון.

פארשטייט מען שוין יעצט זייער גוט די תירוץ פארוואס מען זאגט ברוך מרדכי "היהודי" און נישט ברוך מרדכי "אשר היצל אותנו" ווייל די גאנצע יסוד פון די נס פון פורים איז דייקא ארויס ציברענגען די ברוך מרדכי "היהודי" ווי די גמרא זאגט אז "היהודי" איז טייטש איינער וואס ביקט זיך נישט פאר די עבודה זרה! אז די גאנצע ברוך פון מרדכי איז אז ער איז א יהודי!

די סיבה פון די אור שמח פארוואס די צווייטע וועלט מלחמה איז געקומען

צי דעם איז כדאי צו צוברענגען די באקאנטע "משך חכמה" על התורה (פרשת בחקותי) וואס ער שרייבט ממש דברי נביאות (דער אור שמח איז אוועק 13 יאר פאר די צווייטע וועלט מלחמה האט זיך אנגעהויבן) אז ס'וועט קומען די צווייטע וועלט קריג דערפאר ווייל מען מישט זיך אויס מיט די גוים, מען חבר'ט זיך מיט זיי, מען וויל זיין נאנט מיט זיי, און זיך פירן ווי זיי. (און פון דעם איז טאקע ארויס געקומען שפעטער די השכלה) דאס קומט אינז פורים צו לערנען אז א יוד דארף זיין אפגעזונדערט און אפגעשיידט פון דעם גוי און פון זיינע דרכים און מעשים.

(נב: א חילק פון דעם מאמר האב איך גענימען פון איינע פון די מאמרים פון אנעים זמירות)
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » מאנטאג מארטש 13, 2017 10:44 pm

חזק ואמץ
מער מער מער
(Now I do care)אויב שרייב איך אין ענגליש דאן זיי מיך דן לכף זכות אז איך קען נישט יעצט שרייבן יודיש

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » מאנטאג מארטש 13, 2017 11:00 pm

גאלדענע די ביסט אייזן גיט.... איים סארי די ביסט גאלד גיט!!! קיפ איט קאמינג

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » מאנטאג מארטש 13, 2017 11:52 pm

הערליך שיין געשריבן!
קיפ אן
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 5:16 pm

אוי ס'בענקט זיך.. פאריאר געהאט מער צייט צו שרייבן... חדש ימינו כקדם

האט'ס הנאה! ס'ליגט דא פיינע זאכן ב''ה!
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 7:06 pm

געוואלדיג שיין. עס איז אמת ויציב אז ווען מען טראכט אריין אין די הנהגה פון מרדכי הצדיק וואלט ער היינט צוטאגס געהייסן א פאנאטישער און אן עקסטרעמיסט. לויט די היינטיגע וועג פון טראכטן וואלטן גדולים וטובים געזאגט אז מען זאל גיין צו די סעודה, פארוואס נישט? עס איז כשר וישר וכו', די עקסטרעמע רבנים היינט זענען די וואס שטימען מער מיט די שיטה פון מרדכי הצדיק

(נישט אז עס איז א כלל אז מען מיז אלעמאל זיין עקסטרעם, אבער די מעשה פון מרדכי הצדיק מיט'ן זיך נישט צושטעלן צו די סעודה און צו המן, גיבט שטארקע חומר למחשבה, אויף די וועג וויאזוי א איד דארף צו טראכטן און לעבן, א הייליגע הנהגה אפילו אויב עס קוקט אויס ווי עס לויפט אויף אן עקסטרעמע ליניע אנדערש ווי די מיינונג פון די וועלט)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

Haklal
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 8:22 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אוי ס'בענקט זיך.. פאריאר געהאט מער צייט צו שרייבן... חדש ימינו כקדם

האט'ס הנאה! ס'ליגט דא פיינע זאכן ב''ה!

געוואלדיג שיין, יישר כח

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג מארטש 03, 2019 1:16 pm

נוי מען האט שוין געבענטשט חודש אדר ב׳ החודש שחל בו פורים! און מען דארף זיך שוין אנפאנגען גרייטן אויף די יו״ט פורים הבא עלינו לטובה. ליינט און האט הנאה!

(הלוואי מי יתן והיה, כ׳זאל האבן צייט שרייבן נאך אפאר אזאלכע מאמרים, כ׳וויל שרייבען צוויי מאמרים די יאר, איינס, א מאמר אויף אדר שני די סגולה פון די חודש. און נאך א איינס א מאמר אויף פורים גופא, אמונה, מגילות אסתר, לגלות את ההסתר, אמאל איז געווען מער צייט..)
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

מחאה
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » זונטאג מארטש 03, 2019 1:29 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:(הלוואי מי יתן והיה, כ׳זאל האבן צייט שרייבן נאך אפאר אזאלכע מאמרים, כ׳וויל שרייבען צוויי מאמרים די יאר, איינס, א מאמר אויף אדר שני די סגולה פון די חודש. און נאך א איינס א מאמר אויף פורים גופא, אמונה, מגילות אסתר, לגלות את ההסתר, אמאל איז געווען מער צייט..)

מיר ווארטן מיט שפאנונג!
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

ישמח לב
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2013 8:09 pm

תגובהדורך ישמח לב » זונטאג מארטש 03, 2019 1:41 pm

גאלדענע פעדער

אזאו'נס און אזעלכעטס. יישר כח.

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט