די מיסטריעזע טאשקע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

די מיסטריעזע טאשקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

כדי נישט צו שטערן די המשך ביטע שרייבן קאמענטארן נאר אויף די
קאמענטארן אשכול.

א דאנק:

שמעלקא זאפטיגער.
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום דינסטאג יאנואר 10, 2017 8:09 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

פאראלאג

דער גאס ווירבלט און פיבערט ווי א בינענשטאק, מענטשן קומען און גייען, און דער שטראם פון פארבייגייער אויף אלע ריכטונגען פונעם גאס האלט נישט ביים נאכלאזן.

צווישן די הונדערטער פארבייגייער זעט מען א יונגער מענטש מיט א טאשקע אין די הענט, ער שפרייזט מיט שנעלע טריט, און הערט זיך צו מיט שטארקע אינטערעסע צו דעם קליינעם אפאראט וואס ליגט אים אין אויער. זיינע אויגן ווארפן זיך אויף אלע זייטן, און ער איילט זיך זייער שטארק.

מענטשן שפירן נישט פאר וויכטיג צו לייגן אויפן געוויכט אז דא גייט זיך יעצט אפשפילן איינע פון די גרעסטע מיסטעריעס אין יארע 2004.

דער יונגער מענטש שפאנט טריט ביי טריט, ביז ער שטעלט זיך אפ פארנט פון א געביידע, ער אטעמט אפ און גייט אריין אינעוייניג.

ער גייט אריין אין די עליוועיטער, און פון דארט איז ער שוין מער קיינמאל נישט געזען געווארן...

***

"דו קענסט מיר מסביר זיין וויאזוי אזא זאך האט פאסירט?" האט דער קאמאנדיר געדונערט מיט א באסאווע שטימע. "איך דארף דיר זאגן ווי שווער מיר האבן געארבעט אריינצובאקומען דעם טאשקע אין אונזערע הענט? וואו אהין איז עס נעלם געווארן? ווער האט דאס גענומען? פארוואס קענסטו מיר נישט ענטפערן, הא?"

מיין קאמאנדיר, איך בין פונקט אזוי שאקירט ווי אייך, מיר האבן פרובירט אלעס וואס מעגליך צו טון אז עס זאל ליגן אין אונזערע הענט, אבער מיר ווייסן נישט וואו דאס געפינט זיך יעצט.

שכ'ח דו דום קאפ, גיי די מינוט ארויס פון מיין אפיס, איך דארף נישט דיין הילף. ביסט אזא פעטיעיטא קאפ, גיי ארויס, גיי, קום נישט צוריק איידער דו ווייסט פונקטליך וואו די טאשקע ליגט, פארשטאנען?

אבער מיין הער, מיר האבן נאך וויכטיגע זאכן צו ערלעדיג---

אן קיין אבער, ארויס פון דא און שוין יעצט!!!

און דאן האט ער זיך צושמייכלט...

***

עס שמעקט פולווער אין די טיפענישן פונעם שווארצן ים, דער רוסישער סובמארין אונטערן פירערשאפט פונעם לעגענדארן קאפיטאן אנדרעי לארענטיסקי שטייט גרייט יעדע ליאדע מינוט צו אטאקירן דעם כינעזן אונטערוואסער שיף, ווי נאר דער באפעל קומט אן.

צו האנג קאנג וועט דער טאשקע נישט אנקומען, פינטל.

אבער דער געריבענער קאפיטאן פיאנג ליאנג פי, האט גאנץ גוט פארשטאנען אז דאס גייט געשען, און ער האט שוין פון פאראויס אנגעגרייט א מעכטיגער פאסטקע פאר די רוסקי'ס, זיי זאלן שפרינגען ווי איינער וואס שפאצירט אויף פייער צינגען.

וועמען זיי האבן נישט באמערקט, איז געווען די באהאלטענע דייווער'ס וואס דובאי האט אריינגעשיקט, און נאך איינער וואס האט מיטגעהאלטן יעדע ריר אויף די וואסערן, און לאכט זיך אונטער דארט אין זיין אומבאוויסטע דעסטינאציע ווי פארנארט די גרויסמאכטן זענען...

***

הער אויס נח, מיר ווייסן קלאר ווער דו ביסט, דו וועסט מיט אונז נישט שפילן דא קיין מאלפע געשעפטן. פון די מינוט וואס מיר האבן דיר אנגעהויבן נאכקוקן האבן מיר פארשטאנען אז דו ביסט ווילד און צולאזט, אבער דו דארפסט פארשטיין אז אויב קומסטו אריין אין אונזער טערעטאריע, קענסטו נישט פארלאנגען אז מיר זאלן דיר באפרייען, ריכטיג?

ריכטיג.

יעצט, אויב פארשטייסטו אז דו ווילסט נאך איבערלעבן דעם וואך און חודש, גייסטו קאפערירן מיט אונז, ריכטיג?

ריכטיג.

יעצט געב איך דיר דריי מינוט, זאג מיר וואס גייט פאר מיט די טאשקע, וואס ליגט דארט, און ווער דארף דאס?

ריכטיג.

וואס ריכטיג? ווען ריכטיג? וואו ריכטיג? איך פרעג דיר עפעס, ענטפער מיר!!!

ריכטיג.

זאג, דו ווילסט אפאר צובראכענע ביינער?

ריכטיג...

נו נו, דו עקשן איינער, איך וועל דיר נאך ווייזן וואס איך קען!!!

ריכטיג...

דער פארמאסקירטער איז ארויס פון די כלים, און ארויסגעצויגן זיין זילבערנעם קאלטן ביקס. ער איז געווען גרייט צו שיסן, אבער פלוצים איז ער געבליבן פארפרוירן פאר שרעק, אז ער האט נישט געקענט רירן קיין אבר.

און נח האט אויסגענוצט יענע מינוט...

***

עס איז שטיל און טונקל, דער גאנצער דארף איז פארזינקען אין א טיפן שלאף.

נאר דארט אין די טיפענישן פונעם קעלער, שפאנט איינער אויף די שפיץ פינגער, מיטן גרעסטן מאס שטילקייט, וויסנדיג אז אויב ער ווערט געכאפט דאן וועט מען אים לעבעדיגערהייט אפשיילן אבר ביי אבר און עס אהיימשיקן צו זיין אלטן טאטן און קראנקן מאמע.

ער גייט נענטער צו די טעקע וואס ער זוכט, מיט די ספעציעלע נאכט - ברילן וואס ער טראגט, און וויל עס נעמען אין די הענט אריין, אפטראגן, און דאן העלפן זיין היימלאנד ברעכן איינע פון די גרעסטע מיסטעריערס אויף די וועלט.

זיינע הענט ציטערן פון איבערראשונג, ער הייבט אויף דעם טעקע מיט פליקע באוועגונגען, און שטופט עס אריין אונטער דעם שווארצן דזשאקעט.

ער ריכטעט זיינע טריט צום ארויסגאנג, אבער דאן האט ער זיך אינסטינקטיוו געגעבן א שטעל אפ, און די אויגן האבן זיך געדרייט אין די לעכער מיט א שנעלקייט. האט ער געהערט איינעם אטעמען יעצט? איז עס בלויז א דמיון?

עס איז נישט גוט, זיין זעקסטע חוש זאגט אים אז נאך איינער איז דא מיט אים.

און ער האט זיך נישט געגרייזט. צוויי שיינעדיגע אויגן מיט א רייע פון געלע ציינער, האבן ערגעצוואו אין א ווינקל געפינקלט אין דעם געדיכטן פינסטערניש צו זיין ריכטונג...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

ערשטער קאפיטל

עס איז א געווענליכער טאג אין די אפיסעס פון "יד לאחים", ר' משה נתן איילבוים זיצט ביים סקרין און פאלט נאך א סעריע אפדעיט'ס פון זיינע פילע אגענטן, און שיקט באפעלן ווייטער. יעצט האט מען נארוואס געענדיגט צו האנדלען מיט הארטע ניסלעך און פאר א שיינע פאר שקל איבערגערעדט א גרופע מיידלעך פון באגיין נארישע אקטן.

די טעלעפאן האט זיך צוקלונגען צום ווער ווייסט צום וויפלטן מאל יענעם טאג.

יד לאחים, מיט וואס קען מען אייך העלפן?

העעלפט, מיין בחור, מיין בחור, העעעעלפט!!!

רואיג ר' איד, וואס גייט פאר מיט אייך?

מיין בחור איז אין עזה!!! העלפט מיר!

וואו איז ער?

אין עזה!

פארוואס איז ער דארט?

וואס פרעגט איר מיר קשיות, העלפט מיר שוין!

אקעי, קומט אריבער אין אונזער אפיס ביטע.

וואס איז די אדרעס?

548 בני אלפנדרי.

אקעי, איך בין דארט ביז זיבן מינוט---

ווען ער האט אריינגעשטורעמט האט דער איז מיט די צובראכענע צורה און צושטורעמטע געזיכט אנגעהויבן צו דערציילן זיין געשיכטע.

***

אבא איז אייביג געווען א ווילדער און אוואנטוריסטישער קינד. פון קליינווייז אהן האט מען געזען אויף אים אז ער וועט זיין א בורדאק איינס און א גוט'ס. ער פלעגט ווילדעווען און טון אלע שרעקעדיגע שטיק וואס פאלט נאר ביי פאר א שעפעריש קינד. וואס יא, ער האט אייביג די קאפ אויף די פלייצעס, און ער איז אויסגעשארפט, שפיציג, דורכגעטריבן און כיטרע.

יעדע שטיק צייט האט ער געהאט א פרישע פראיעקט אויף וואס צו ארבעטן, אמאל איז עס געווען צו טרעפן גנבים, ער האט זיך שוין פארטשעפער מיט וועלכע מסוכנ'דיגער מענטש מ'קען נאר, און זיך גערייצט מיט יעדעם איינעם וואס איז נאר געווארן אויפגערייצט...

ווי מער ער איז אונטערגעוואקסן, אלס מער איז זיין געוואגטקייט מיטגעוואקסן מיט אים.

אצינד האט ער באשלאסן צו ווייזן פאר די אראבער אז ער טאלערירט נישט קיין טעראר...

באוואפנט מיט זיינע שטינק באמבע'ס און היימישע פייער שפריצער, האט ער זיך ארויסגעלאזט אין אלטשטאט צום אראבישן קווארטל, זען ווער עס וועט זיך היינט לערנען דרך ארץ.

נישט צו לאנג שפעטער האט ער שוין געטראפן זיין פרישן צילברעט, אכמעד איבן דאראהווי.

אכמעד איז א ברייט ביינערדיגער ריז, גרויס און מעכטיג, עס כאפט א שרעק בלויז פון הערן וויאזוי ער אטמעט... שטענדיג איז ער בייז און גרייט צו צופליקן ווער עס שטייט נאר אין זיין געגנווארג און אטעמט זיין לופט. יעדן טאג קומט די פאליציי נאכאמאל צו ראטעווען א צווייטע מענטש פון אונטער זיינע גרויזאמע פויסטן, און נאך א שלאכט פון עטליכע שעה האט ער אויפגעגעבן ווען די פאליציי האט אים צוגעזאגט אז מ'וועט אים נישט ארעסטירן.

מענטשן זענען פון אים געשטאנען ווייטער ווי פון טייוול אליין, און מיט רעכט.

און דער אכמעד איז געווען אבא'ס פרישער פראיעקט...

***
מייק האט אויסגעטון זיין היטל און אראפגעלייגט די טעקע דאקומענטן פארנט פון זיין דירעקטאר אלבערט.

וואס איז נייעס מייק? עפעס אפדעיט'ס פון די מיטל מזרח?

סיור, זייער אינטערעסאנטע נייעס. די איזראעלי מוסד איז אויפן העכסטן אלערט, עפעס איז נעלם געווארן דארט און זיי שפרינגען...

הממ... הערט זיך טאקע אינטערעסאנט... וואס איז נעלם געווארן דארט?

אונזער אגענט האט נישט געקענט געוואר ווערן, אבער מיר וועלן וויסן נישט לאנג ארום...

אהא, אקעי, וואס בערך איז נעלם געווארן?

עס איז נישט צום אויסגעפינען...

איך הער, זע אז אונזער אגענט זאל געוואר ווערן וואס פריער וועלכע זאך איז פארשווינדן...

אייער ווילן איז פאר מיר א באפעל.

ער האט סאלוטירט און ארויס...

דער דירעקטאר האט שנעל ארויסגענומען זיין האנט זייגער און געשיקט א געהיימע מעסעדזש ווייטער:

"אין איזראעל שיילט מען טאמאטעס, דער קאטשקע שווימט אין די הימלען, פארוואלקנטע בלומען וואקסן"...

עס קומט צוריק אן ענטפער:

"די אייערשפייז וועט זיך קאכן אויף עטליכע וואכן, זע צו האלטן פענער אין בוידעם"...

ער צושמייכלט זיך און גייט צוריק צו די ארבעט ווי גארנישט וואלט פאסירט...

האט טאקע גארנישט פאסירט?...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

צווייטער קאפיטל

עס איז א פארוואלקנטער נאכט, אויסער די גערוישן פון די אינזעקטן וואס שנידן אדורך די לופטן הערט מען מער גארנישט, סיי ווער עס קוקט זיך נאר ארום באמערקט נישט עפעס אויסערגעווענליך. אבער אונטער א געדיכטער בוים ביים ווינקל פונעם פארק, שטייט א מענטש מיט א שפאקטיוו, און ווארט מיט שפאנונג.

ער איז קאמפולאזשירט פון קאפ ביז פיס, און אפילו ווען די אויג פאלט שוין יא אויף אים, זעט ער נישט אויס מער ווי אן אומבאוועגליכע שטיקל קלאץ. ער ווארט מיט געדולד אויסצופירן זיין שליחות, און אפטראגן איידער אומגעוואונטשענע אויגן וועלן אים נאכפאלגן.

שטייענדיג אזוי איינגעקורטשעט נעמט זיך זיין שנירל געדאנקען אים טראגן זייער ווייט. ער דערמאנט זיך ווי זיין מאמע האט געוויינט צו אים ער זאל זיך אפלאזן פון די מיליטער... "מיין זיסקייט" האבן טרערן גערינען פון אירע אויגן "דו ווייסט וועלכע סכנה דאס איז? איך רעד יעצט נישט ברוחניות, נאר בגשמיות... דו ווייסט וואס דאס מיינט א שלאכטפעלד? יעדע מינוט קען אונטערוואקסן אן אומבאקאנטער מענטש און דיר פארטיגן איינמאל פאר אלעמאל! ביסט נאך אזוי יונג, פארוואס לייגסטו זיך אריין אין סכנות?!"

מאמי, הער אויף מיר גוט אויס, איך בין א יתום, וואס ווילסטו פון מיר?! פארוואס אלעמאל ווען דו האסט א שווער הארץ דארף איך הערן מוסר? בין איך דען שולדיג אז די באליבטע טאטי איז געשטארבן אזוי יונג? מאמי, דו מיינסט נאר דיר, דו שעמסט זיך אז מען וועט אויף דיר טאדלען מיטן פינגער און ווייזן, דאס איז די מאמע וואס איר קינד איז אין מיליטער...

"ניין מיין לעכטיגקייט" הערט ער די וויינעדיגע שטימע אין זיין מח "איך מיין עס זייער ערנסט. איך האב דיר דען מוסר געזאגט חס ושלום? איך האב נאר געוואלט זאלסט זיך נישט דרייען מיט קיין שלעכטע חברים חס ושלום, וואס טאטי עליו השלום האט דיר געהייסן שטיין ווייט פון זיי"...

א חוצפה'דיגער טרער שמוגלט זיך ארויס פון זיין אויג. אוי, טאטי טאטי, וואו ביסטו? ביסט דאך געווען אזוי ליבליך צו מיר, און זינט דו האסט אונז פארלאזט איז מאמי געווארן א צווייטע מענטש, דערביטערט, צובראכן, און פארווייטאגט.

'נישטא קיין צייט יעצט פאר געפילן' גיבט ער א פארטרייב זיינע געפילן אין א זייט ווי מ'פארטרייבט א נערווירנדער פליג. וויפיל מאל נאך וועל איך דיר זאגן, איך וויל נישט טראכטן און געדענקען דערפון! נישט יעצט און נישט קיינמאל! אצינד דארף מען ארבעטן!!!

צו לאנג האט ער סייווי נישט געקענט טראכטן, אט זעט ער שוין די קוים מערקבארע באוועגונגען ביים ווינקל פונעם פארק. צוויי שאטנ'ס האבן זיך געטראפן און אויסגעטוישט טאשקע'ס...

ער האט געדרוקט ביים פאסיק דעם קנעפל, און די לענס אין זיין אויג, וואס איז א גאר סאפיסטיקירטן פאטאגראפיע אפאראט, האט געזומט צו יענע ווינקל.

העי, אונטער יענע בוים איז אויך דא א שאטן?! איך זע גוט אדער איך חלום?!...

די צוויי מענטשן האבן דאן זיך אויסגעדרייט און געוואלט זיך צושיידן.

"כא כא כא כא..." האט א מעכטיגער געלעכטער אויפגעטרייסלט דעם טויט שטילן פארק.

"אהער מיט די טאשקע אבער שוין" זאגט יענע שטימע, וואס מען האט בלויז געהערט און נישט געזען... "הענט אויף ארויף אדער איך שיס"...

די צוויי זענען געבליבן שטיין אויפן ארט צוגענאגלט פאר שרעק.

און דאן איז ארויסגעוואקסן דער ריזיגער אראבער, מיט א לאנגער מאשין גאן אויף זיינע פלייצעס. מען האט גראד געזען אז מיט דעם פארשוין לוינט זיך נישט אנצוהייבן...

אין די שטילקייט האט מען געהערט פון דריי באזונדערע ערטער, א קליק פון א ביקס וואס גרייט אן זיין קוילן מאגאזין צום נוצן...

דער אגענט פון אונטערן בוים האט אויך צוגעגרייט זייך ביקס, און ארויפגעלייגט זיין פינגער אויפן צינגל, נישט וויסנדיג וויפיל פאר אויגן פאלגן אים נאך...

א דאנק די געדיכטע טונקלקייט האט זיך קיינער נישט פארגעשטעלט אז אלע ארומיגע ביימער זענען אנגעפולט מיט קאמאנדא איינהייטן, צווישן די הויכע בלומען זענען באהאלטן נעווי סיעל'ס, און א גרופע פון טעראריסטן נעמען ארום דעם גאנצן פארק.

פינף באזונדערע גרופעס פון מאכטפולע רעגירונגען און ארגאניזאציעס זענען זיך צאמגעקומען אין דעם פארק, און אלע פון זיי מיט איין ציל:

לייגן א האנט אויף...

די מיסטריעזע טאשקע...

***

דער אונטערערדישער סאבוועי האט אדורכגעריסן מיט א מעכטיגער ווידערקלאנג ביז צו איר האסטיגער אפשטעל אויף מאנהעטן. א גאס פון מענטשן איז ארויסגערינען פון איר, און א רגע דערנאך איז עס צוריק איבערגעפולט געווארן מיט מענטשליכע אינהאלט.

צווישן זיי מארשירט אויך דער בארימטער אדוואקאט העראלד גוטוויין. ער איז א רעספעקטירטער אדוואקאט פונעם דייטשן אפשטאם, מיט א פונקטליכן סדר צו זיינע טאג טעגליכע אקטיוויטעטן. אונטער אים ארבעטן א שטאב פון אדוואקאטן, אלע פונעם דייטשן אפשטאם.

גוטוויין איז באקאנט מיט זיין שטייפע האנט וואס ער האט, ער האט נישט קיין פראבלעם צו פירן א קאמף מיט די שטרענגסטע און שלעכטסטע פראקוארן אין לאנד. זיינע קליענטן ווערן פארטיידיגט רויט אדער טויט, און א קעיס אין וואס ער האט זיך אריינגעווארפן וועט ער נישט לאזן קיינמאל אדורכפאלן.

יעדער ריכטער אין ניו יארק ווייסט, אז א געריכט מיט גוטוויין איז א גוטע אינטערהאלטונג... ער גלייכט צו רעדן מיט אלע באקציינער, גאר הומאריסטיש און כאריזמאטיש. מיט זיין אויטאריזירטער שטימע מאכט ער צונאר די ערגסטע קלאגעס און צומאלט די זיכערקייט פון די שטאלטסטע חברה ווי זייפן בלאז.

און דא שפאנצירט ער מיט די קאפ אין די הייעך, גראד צו זיין גרויסע אפיס אויף א וואלקנקראצער אין מאנהעטן.

די טעלעפאון צוקלינגט זיך, ער הייבט אויף און הערט זיך צו מיט גאר אן ערנסטער מינע אויפן געזיכט.

"מיינסט עס ערנסט?! וויאזוי קען דאס זיין?"...

ער לייגט אראפ דעם סעלפאון דערשראקן, און שפירט א קלאפ אויפן פלייצע. זיך אויסדרייענדיג טרעפט ער א הויכער שלאנקער יונגער מענטש, שיינע אויסגעקעמטע האר און א רייכער אנצוג, מיט א טיפישן אמעריקאנעם אויסזען.

"הער גוטוויין, עס איז בעסער אז איר גייט נישט היינט צו אייער זיצונג מיט דער קאנטאקט מאן אייערע". מורמלט יענער אריין אין אויער.

וועלכע קאנטאקט מענטש?

איר ווייסט פון וואס איך רעד...

איך ווייס נישט וואס איר ווילט פון מיר יאנג מיסטער, איר קענט מיר געבן צו פארשטיין וואס דא קומט פאר ביטע?

יא, גיבט מיר אייער האנט זייט אזוי גוט.

מיין האנט איז נישט געמאכט צו געבן, דאס איז בלויז צו נעמען דערמיט.

נו דאס מיין איך, נעמט איבער פון מיר דעם דאקומענט, שנעל ווייל איך אייל מיר...

העי דו יאנג מיסטער, אז איר איילט זיך קענט איר גיין, איך זע נישט ווער עס האלט אייך אפ דערפון!

אקעי, איך מוז טאקע גיין, נעמט די דאקומענט און ליינט עס אין א זיכערע פלאץ, זייט געבענטשט...

דער יונגער מענטש האט אריינגעשטופט דעם דאקומענט אין גוטוויינ'ס הענט און איז אנטרינען פון געגנט, נאך איידער איינער באמערקט אים.

מיט גרויס נייגער איז גוטוויין צוגעגאנגען צו א רעסטוראנט און זיך אראפגעזעצט עס ליינען. א העפליכער סארווירער איז צוגעגאנגען צו אים: היי מיסטער וואס קענען מיר אייך סערווירן?

א גלעזל קאלטע ביר ביטע, מיט אסאך שוים.

ער עפנט דעם בריוו און הייבט אן ליינען, די אויגן נעמען אים שווינדלען, ער גלייבט נישט... עס קען נישט זיין...

און אינמיטן ליינען גיבט א פלינקע האנט פון אינטערוויילעכץ א שלעפ ארויס דעם דאקומענט...

גוטוויין האט זיך א דערשראקענער אויסגעדרייט, אבער קיינער איז נישט געווען אין געגנט פארדעכטיגט, יעדער זיצט זיך איבערגעבויגן איבער זיין טעלער און קייט מיט געשמאק און אפעטיט...

פארזעצונג וועט אי"ה נאכקומען.

שרייבט אינעם דאזיגן אשכול אלע אייערע קאמענטארן.
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דריטער קאפיטל

אבא האט שוין געוויסט וואס ער האט צו טון אנצוהייבן די אקציע.

צוערשט איז ער צוגעגאנגען צום גרויסן מארק 'שוק מחנה יהודא' און איינגעקויפט צוויי באנאנעס, א פלעשל אויל, שווארצע פעפער, און א פלאש מאיאנעז. פון דארט האט ער געריכטעט זיינע טריט צום פלאץ וואו אכמעד איז געזעסן און געווארפן שפערבערישע בליקן.

"העלאו אכמעד, יאללא סאלאם אלעיקום!" באגריסט אים אבא מיט א ברייטע שמייכל. אכמעד מעסט אים אפ פון קאפ ביז פון און רופט זיך אן "מאדזשנון" (משוגענער, אראביש)... טראג אפ פון דא איידער איך צורייב דיר אויף פיץ פיצלעך!

פארוואס צורייבסטו מיר? פרעגט אבא מיט א געמאכטע תמימות, איך האב דיר געקויפט עסן, נעם נאר פון מיינע גוטע זאכן טייערע אכמעד...

איך האב נישט קיין נערוון צו דיר, וואס האסטו דארט? א גוטע שאקשוקא? א פיינע נארגילא? געב אהער פון דיינע סחורה אבער שוין דו קליינער יאהוד!

איך געב דיר, איך געב דיר, אבער איך דארף פון דיר איין קליינע טובה, האלט מיר דעם זעקל א רגע, איך קום שוין צוריק...

אבער שנעל יאהוד, אויב ווילסטו נישט פארזוכן פון מיינע פויסטן, ברענג מיר עפעס עסן ווייל איך בין הונגעריג געווארן!

אבא האט אים געגעבן דעם זעקל, אראפגעלייגט אונטער אכמעד'ס פיס א שטינק באמבע, און אוועקשפאצירט מיטן פלאן מער נישט צו צוריקקומען יענעם טאג...

אבער דאן האט ער געטוישט מיינונג, ער איז אריבער צו איינע פון די געשעפטן און געקויפט א זאפטיגע פאלאפעל אנגעפולט מיט אלעם גוטן, און צוריק צו אכמעד. דער אראבער איז נאך געשטאנען דארט, מיט איין הענט דרוקט ער אויף די נאז פון די שטינק באמבע, און אין די צווייטע האלט ער דעם זעקל פון אבא.

אבא האט אים דערלאנגט דעם פאלאפעל און צוריקגענומען דעם זעקל. אכמעד האט געקוקט פארדעכטיגט אויף אים פאר א לאנגע מינוט, זיינע שארפע אויגן האבן דורכגעדרינגען אבא'ס קערפער, אבא האט זיך אנגערופן "אכמעד, עס, זעסט אויס הונגעריג". נאך איידער ער האט געענדיגט רעדן די קארגע זעקס ווערטער, האט שוין דער ריז אריינגעביסן אינעם פאלאפעל אנע רחמנות, און דאס פארציקט מיט גרויס אפעטיט.

אכמעד האט געקנאקט שטיקער ווען שנירלעך טחינה רינט אים אויף זיין פארקניפטן בארד, ברעקלעך פון פאלאפעל און שטיקער סאלאט רעגענען אויף אלע זייטן, און די שארפע פעפער מיט די סחוג ווארימען זיין גארגל אויפן העכסטן מאס הנאה וואס ער קען האבן.

נאכן ענדיגן זיך אריינווישן אין זיין העמעד, האט אים אבא געגעבן א קאלטן טרונק, און זיך געזעגנט פון אים מיט א שמייכל פול מיט מיסטעריע און כיטרעניש...

די ערשטע פאזע פון זיין אקציע, איז אדורך מיט ערפאלג...

***
צומארגנ'ס איז אבא ווידעראמאל ערשינען פארנט פון אכמעד, דאסמאל מיט פיל בעסערע סחורה.

ער האט געגעבן פאר אכמעד א פיינע פרישע הייסע לאנגע קריספי באגעט, מיט א שלל אראבישע דיפ'ס, סאוויאח און זשאכנון, אזוי אויך איז מיטגעקומען מיט אים א רייע געטראנקען ווי טייטל זאפט וכדומה, און פאר נאכשפייז א פעקל ציגארן.

אכמעד האט שוין היינט צוריקגעשמייכלט, און געפרעגט פון אבא וואס זיין נאמען איז.

הער אויס אכמעד, דו ביסט א פיינער מענטש, איך האב דיר זייער ליב, איך גלייך אזוינע קוראזשפולע מענטשן ווי דיר... איך וועל דיר זאגן דעם אמת, הלוואי וועל איך אייביג דיר קענען ברענגען עסן, איך גלייך דיר אזוי שטארק, ביסט מיין בעסטע מענטש אויף די וועלט, אכמעד דו ביסט א העלד...

אזוי? פארוואס טראכסטו אזוי?

אכמעד, איך וועל דיר זאגן, איך דריי מיר ארום מיט א סוד, אבער וויבאלד איך שעץ דיר אזוי שטארק, וועל איך דיר פארציילן, ביסט דאך זיכער א ווארט'ס מענטש, אן ארנטליכער, דעמאלט הער נאר גוט וואס איך זאג דיר! איך האב פיינט מיין לאנד, די איזראעלי חברה זענען דאך אזוי געמיין, זיי זענען בארבארן, אזוי צו פארטרייבן פאלעסטינער אומשולדיגערהייט פון זייערע הייזער, אן קיין פארווען און אן קיין פארוואס, ממש שרעקליך!

יא יא, א חוצפה די איזראעלי'ס, פינסטערע חברה! שטימט אכמעד צו מיטן גאנצן הארץ.

איז הער, איך זוך זייער שטארק איינער וואס זאל מיר העלפן, איך וויל פון אינעווייניג אנזייען חורבנות! אבער געדענק, עס איז א סוד, קיינער טאר נישט וויסן דערפון, נאר דו אכמעד, ווייל דו ביסט זייער א פיינער מענטש! אקעי, איך אייל מיר, זיי געזונט, מארגן וועל איך דיר בראענען נאך גוטע זאכן...

און די צוויי האבן זיך געזעגנט ווי צוויי גוטע פריינד, ווען די שמייכל פון אבא איז דאסמאל געווען פיל פיל ברייטער ווי א טאג פריער...

***

גוטוויין האט זיך נאכאמאל אויסגעדרייט, און געזוכט ווער עס האט אים צוגענומען דעם דאקומענט, עפעס שמעקט אים נישט די גאנצע זאך, שטעלט אים איינער אונטער א פאסטקע?

ער שטוינט דערשראקענערהייט, ווען ער זעט פלוצלינג ווי אן אלטער מענטש קומט צו גיין אין זיין ריכטונג. יענער האט גראד צושפאצירט צו אים, און אנגעהויבן פלוידערן מיט א צוקראצטע הייזעריגע שטימע, וואס וואלט ווען שוין לאנג געדארפט זיין ארויס פון באניץ. "אה, איר זענט דעי גוטע אדוואקאט, איך זעה גוט? די גאנצע טעלעוויזשאן איז ביזי מיט אייך, איך האב אייך ליב ווי א געשמאקע טעלער אייזקריעם"...

גוטוויין איז געווען צו אנגעצויגן און זיך געוואלט וואס פריער אפשאקלען פון דעם נערוון קריכענדער פארשוין. אבער יענער האט נישט געהאלטן ביים נאכלאזן, "מיסטער לויער, איך וויל אייך געבן א שיינע פרעזנט, וואס קען איך אייך געבן?"

איר קענט מיר ביטע צורוה לאזן?

וואאאאס? האט זיך דער אלטער צושריגן, איך וויל אייך זאגן א סוד, בייגט אייך נאר צו...

לאזט געמאכט, שטייט אוועק פון מיר!

דער אלטער האט געגעבן א שלעפ דאס העמעד פון גוטוויין, און אים אנגעשריגן "איר זענט טאקע אן אדוואקאט, אבער אביסל רעספעקט פאר א צווייטער וועלט קריג וועטעראן!"

זייענדיג גאר נאנט צו אים, האט גוטוויין פלוצלינג געהערט דעם אלטן אריין אין זיין אויער, מיט א שטילע און גאר א צווייטע שטימע: העראלד, פאר דיין אייגענע אינטערעסע, זאלסטו שוין יעצט ארויסגיין פון דא און זיך שטעלן ביים פובליק טעלעפאון ווארטן אויף ווייטערדיגע אינסטרוקציעס. וועסטו קאאפערירן איז גוט, און אז נישט זיי גערישט צו טרעפן אלע דיינע אקטיוויטעטן מארגן אויף די פאדערשטע זייטן פון אלע צייטונגען, גענוג קלאר?

דער אלטער האט ווייטער געשריגן מיט זיין הייזעריגן שטימע: א חוצפה, איך וויל נישט געבן פאר אזא מענטש קיין שום פרעזנט, אזא עגאאיסט!"... און ער האט אוויקגעהינקעט פון דארט.

גוטוויין האט אויסגעזען ווי איינער וואס כאפט א הארץ אטאקע א מינוט ארום...

זאל ער גיין אדער נישט?

ווער רודפ'ט אים היינט? וואס וויל מען פון אים? וואס האט יעצט פאסירט? ער מוז גיין טרעפן זיין קאנטאקט מענטש וואס פריער...

ארויסגייענדיג האט ער באשלאסן אז ער וועט זיך נישט לאזן טרעטן, מ'וועט פון אים נישט מאכן דאס גענאר, ער וועט נישט זיין א קעלבל וואס מ'שאקלט אויף מיט א רויטן שמאטע! ווער עס האט אים עפעס איבערצוגעבן קען עס זאגן אויף א נארמאלע וועג, נישט מיט קיין געמיינע שטיק!

געענדיגט, איך גיי נישט צו קיין שום טעלעפאון בודקע!

ער האט זיך געשטעלט אויפן גאס כאפן א טעקסי, מיטן החלטה אנצוגיין ווייטער כאילו לא היה. א טעקסי האט זיך טאקע אפגעשטעלט און ער האט אים געגעבן די אדרעס פון זיין אפיס. דער דרייווער האט צוגעשאקלט מיטן קאפ און אנגעהויבן פארן מיט א שנעלקייט.

נאך א מינוט האט זיך גוטוויין געוואונדערט הויעך: פארוואס פארסטו ארויס פון מאנהעטן?!

דער דרייווער האט אריינגעקוקט און שפיגל און געזאגט זייער פאמעליך: ווייל דו פאלגסט נישט וואס מ'הייסט דיר, ביסט א שטיקל חכם...

פארזעצונג קומט אי"ה

דרוקט דעם קנעפל ווען איר האט עפעס צו קאמענטירן...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

פערטער קאפיטל

די צוויי אינגעלייט האבן פארקירט זייער דזשיפ אין א זייט אונטער ביימער, און ווידער אויסגעצויגן די מאפעס. ערגעץ אין די געגנט דארף זייער ציל זיין, מען דארף נאר ארבעטן זייער שטיל און פארזיכטיג, שטייענדיג אליין אויפן שלאכטפעלד.

נח האט ארויסגענומען די אראבישע טורבאנ'ס און די לאנגע כאלאטן, אין די צייט וואס מושי האט אנגעגרייט די אפאראטן פאר זייער געפארפולן מיסיע.

די צוויי האבן אומאויפערליך געווארפן נערוועזע בליקן אויף זייערע הענט זייגער'ס, ווארטנדיג אז עס זאל שוין ווערן 1:30 ביינאכט, און זייער קאנטאקט מענטש וועט זיך לאזן הערן. די בינטלעך קעש זענען שוין געווען גרייט אין א זייט, און זיי האבן בלויז געווארט מיט שפאנונג.

מושי איז אריינגעקראכן אין די אונטערשטע זיץ און זיך דארט פארשטעקט אונטער א בארג וועש, און נח איז ארויסגעגאנגען צו די פיינע פרישע לופט, דורכטראכטנדיג נאכאמאל מיט זיין שארפן קאפ דעם יעצטיגן פרשה, און אלע אירע שטיקלעך פונעם פאזל וואס זארפן זיך נאך צונויפשמעלצן איינע מיטן אנדערע.

1:15. נח זעצט זיך צוריק אריין אינעם דזשיפ, און פארמאכט זיינע אויגן. דער מענטש זייערע איז גאר א פונקטליכער, ער קומט אן ווי אפגעשמועסט.

נאך א מינוט שטילקייט האט זיך נח אנגערופן: מושי, איך ווייס נישט פארוואס, אבער עפעס זאגט מיר מיין הארץ אז עס איז נישט אין ארדענונג.

נישט אין ארדענונג מיט וואס?

מיט די היינטיגע אקציע, איך זאג דיר מיינע אינערליכע אינסטינקטן הייסן מיר אנטלויפן פון דא, איך בין שטארק חושד אז עפעס גאר שרעקעדיג גייט היינט געשען...

נח, וואס איז געשען מיט דיר? דו ביסט נישט קיין פחדן, יעדער ווייסט אז דו ביסט זייער א קאלטער און שטייפער מאן, וואספארא צוג האט דיר יעצט אנגעכאפט?

מושי, איך זאג דיר די מצב טויג נישט, איך שפיר אז איינער באטראכט אונז פונדערווייטנ'ס...

נארישקייטן, מיר זענען אויף א מיסיע, לאז דיר אפ פון די קאנספירירנדע געדאנקען, טראכט נישט ווי א בטלן נח, מיר דארפן ראטעווען דעם בחור! ער טאר נישט זיין קיין איין טאג אונטער זייערע ברוטאלע נעגל!

און איך זאג דיר מושי, אז דער בחור איז שוין לאנג לאנג נישט דארט! לויט ווי מיר האבן שטודירט זיינע נאטורן און קענטעניסטן, דארפסטו זיין 95 פראצענט זיכער אז ער האט שוין לאנג פארלאזט דעם ארט.

1:29.

ער קומט שוין אט אט, לאמיר הערן וואס ער האט צו זאגן, קען זיין אז ער האט שוין טאקע פארלאזט זייער נעסט.

מושי, איך זאג דיר מיר דארפן אפיאגן פון דא, איך ווייס נישט פארוואס, אבער עס ווארט אונז נישט קיין גוט'ס דא דעם נאכט, לאמיר אפטראגן פון דא, אבער שוין, טו מיר א טובה.

נח, לאמיר ווארטן צוויי מינוט, אויב קומט ער נישט וועלן מיר גיין פון דא, יעצט ביסטו רואיגער?

אביסל.

1:32

א מענטשליכע געשטאלט קריכט ארויס פון באהעלטעניש און דערנענטערט זיך צום פארקירטן דזשיפ.

מיט די גרעסטע מאס שטילקייט שטופט ער אריין פיר שארפע נעגל אין די רעדער, ער מאכט זיכער אז די דינע שטראם לופט גייט זייער שטיל, און דאן ווערט פארשוואונדן פון האריזאנט, צום זעלבן פלאץ פון וואו ער איז נארוואס געקומען.

1:35.

אקעי, איך פאר אוועק פון דא... בינד דיר צו דעם סיט בעלט ביטע...

עס איז זייער אינטערעסאנט, וואו איז ער? עס איז דאס ערשטע מאל וואס ער איז נישט אנגעקומען אין צייט! ער האט נאך קיינמאל נישט געשפעטיגט.

מושי, איך זאג דיר איך בין נישט פארקאלעכט, עפעס שרעקליך איז אויפן וועג, לאמיר אנטרינען פון דא איידער עס ווערט דא לעבעדיג...

***

דער רוסישער געהיים קאמאנדיר האט אויפגעהויבן זיין פריוואטן סאטעליט סעלפאון מיט וואונדער.

העלאו?

יא, דאס איז דער צוריסענער קאוטש.

טען פאר, ראקדילא? (וואס טוט זיך, רוסיש) א דאנק פארן רופן. וואס הערט זיך?

מיר האבן א נייע פישל צום באנוץ, איך מיין מען וועט אויף אים לייגן אן אויג.

וויאזוי הייסט דער פישל?

העראלד גוטוויין, דער דייטשער קאונסולאט פאר אומאפיציעלע שפיאנאזש אין ניו יארק.

אהא, ער ווייסט וואס ער טוט? איך וויל זאלסט אים האלטן אונטער אבזערוואציע פאר 72 שעה, און דערנאך וועלן מיר זיין ווייטער.

אבער מיר האבן שוין אדורכגעפירט אויף אים אבזערוואציע, ער איז שווער צו נאכגיין.

פארוואס?

ער האט נישט קיין קאר און נישט קיין סעלפאון, און דאס ארגסטע, ער האט נישט קיין סקעדזשואל מיטן טאג, ווי פונקטליך ער איז.

דאס איז נישט קיין פראבלעם, באריס וועט דאס ערלעדיגן, גרעגארי איז יעצט אויף א מיסיע, ווארט ביז ענדע פונעם וואך, וועלן מיר וויסן וואו מיר שטייען.

כאראשאוו (גוט) מיין האר, איך וויל נאר אויפמערקן אז זאכן פארן שנעל, און מיר זענען אין געיעג מיטן זייגער.

זארג נישט מיין באקוועמער צוריסענער קאוטש, נישט דא קיין זאך וואס לויפט שנעלער ווי אונזער קרעמלין, נישטא, פארפאלן...

אקעי, זאל איך לייגן די מיסיע אויף האלד?

ניין, זאלסט לייגן אן אויג אויף זיין פישל, עס שטערט מיר נישט אויב ער וועט זיין אין אונזערע הענט א וואך צוויי...

אבער ער איז א מידיא פיגור, מ'וועט אים נישט קענען באהאלטן!

איך האב נישט געזאגט לייגן א האנט, מיר האבן גערעדט פון לייגן אן אויג, ריכטיג?!

אקעי, צום באפעל הער קאמאנדיר.

צום ארבעט קאוטש!

דער קאמאנדיר האט אראפגעלייגט דעם טעלעפאון מיט א שמייכל. מיר וועלן ווייזן ווער עס איז דער גרויסמאכט פון די וועלט. ראשע, עס קומען גוטע טעג...

***

אין די זעלבע צייט האט טעד אויך אראפגעלייגט זיינע אירפאונ'ס. ער האט נישט קיין צייט, דער מצב איז נישט פויגלדיג.

ביז א מינוט איז ארויסגעגאנגען א מעסעדזש צו זיינע מענטשן:

נעמט נישט אראפ קיין אויג פון העראלד גוטוויין, מאכט זיכער אז איר פארלירט אים נישט, איינער וויל אים פארכאפן...

די אגענטן האבן זיך צושפרייט איבער מאנהעטן, נאכגייענדיג די שפורן פון דעם בארימטן דייטשן אדוואקאט. צוערשט דארף מען גיין צו זיין אפיס.

אנקומענדיג אהין, צום אפיס פון גוטוויין, זענען דארט געשטאנען צוויי כינעזע נאכגעלאזטע מענטשן, און זיך געשפילט שאך ווי גארנישט וואלט פאסירט...

אינעם אפאראט האט זיך געהערט איינע פון די אגענטן: איך בין ביי אים אין שטוב, דריי רוסקי'ס האבן דא פאזיציעס, מיט הייס געווער.

א דריטער זאגט אריין: איך בין ביי זיין קאנפערענץ אפיס, אפאר אראבישע חברה שטייען דא מיט זייער פארדעכטיגטע מאטיוון.

פארזעצונג קומט אי"ה

האט איר קאמענטארן? זייט מוחל דרוקט דאס איידער איר שרייבט עס.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

פינפטער קאפיטל

דער פאלעסטינער פירער יאסיר אראפאט איז שוין געווען אביסל שוואך, אבער ער האט זיך אנגעשטרענגט און זיך געקליידט זיינע מאיאסטעטישע קליידונג, אין הערע פונעם גרויסן גאסט וואס זיי ערווארטן.

נישט יעדן טאג מאכט זיך אז א פילטנטראפ פון דובאי קומט אראפ צו אים, אויסצוצאלן א גרויסער פראיעקט, נעמליך א ליפערונג פון וואפן, און פיל מער פון דעם: דער מולטי מילאין דאלארדיגער פלאן פון ברענגען מדינת ישראל צו אירע קניען, און איר אריינלייגן אין די היסטאריע ביכער אלץ א דורכגעפאלענע לאנד.

דער ביליאנער איבראהים אכמאס האט שוין געמאלדן עטליכע וואכן צוריק אז ער איז גרייט צו ספאנסערן און פילאנטראפירן א פלאן - זאל קאסטן וואס דאס קאסט - אבער ער וויל קלארע רעזולטאטן; אפווישן דאס לאנד פון מאפע!

היינט איז דער גרויסער טאג, וואס אויב וועט ער באקומען באשטעטיגוג צום פלאן וועט נישט נעמען צופיל צייט און ער וועט זיין דער פירער פון די נייע ריזיגע אראבישע לאנד: פאלעסטינע.

די לייבוועכטער זענען געשטאנען גרייט אויסצופירן יעדן באפעל, דאסמאל איז דער באפעל געווען צאמצונעמען דעם גאנצן קאבינעט און ווידעראמאל איבער ארבעטן דעם פלאן, זען אויב עס איז דא לעכער אדער אלעס גייט געשמירט. יעדע פאר מינוט איז נאך א קנאקער אנגעקומען צום קאנפערענץ רום און געווארט צו הערן וואס דער פירער האט צו זאגן.

נאך א האלבע שעה איז ער אריינגעקומען, יעדער שטעלט זיך אויף מיט רעספעקט און קושט דעם פירער אין שטערן, דערנאך זעצט מען זיך צוריק.

"א גוטן אייך מיינע טרייע קעמפער, פרידן צו אייך, געבענטשט זאלט איר זיין אין נאמען פון אלאלאלאלאלאלללא."

פרידן פרידן, אללאלא וואקבאר, אלאלא וואקבאר! הערט זיך הילכיגע אויסרופן פון אלע זייטן.

איז אזוי, אין עטליכע שעה ארום וועט קומען דער שליח פון דער גרויסער נאבי מאכמוד, דער שליח פון דובאי וועט פינאנצירן אונזער לאנג ערווארטעטער פראיעקט, צו אונטערברענגען די יאהוד'ס איינמאל פאר אלעמאל, מיר וועלן צייגן נקמה אויף די פארטרייבן הונדערטער פון אונזערע פריינד, און אויך פארן אוועקשיקן אונזער זיידן איסמאעיל מיטן באבן האגאר פון די אלמעכטיגן זיידן איבראהים'ס שטוב.

עפלאדיסמענטן.

און יעצט, צום פלאן. וועכטער, ברענגט מיר מיינע פאפירן!

דער וועכטער האט אריינגעברענגט א טוץ פון דאקומענטן און יעדער האט באקומען א צאמגעסטעיפלטער ביכעלע.

ביז צוויי מינוט האט מען געזען יעדן מיט א צוקנייטשטן שטערן איבערגעבויגן איבער די דאקומענטן, און אראפאט רעדט מיט אנשטרענגונג, אז יעדער זאל פארשטיין דעם פלאן. נאכן רעדן צוויי שעה, האט ער געענדיגט זיינע פלענער.

אלע האבן אויפגעהויבן די הענט מיט א 'ווי' סימבאל, און באגריסט זייער פירער מיט גראטולירונגען, זייענדיג זיכער אז דער פלאן וועט זיין איינס און א גוט'ס...

מען האט איבערגעארבעט קליינע דעטאלן און געווארט אז דער גוטער שליח פון דובאי זאל שוין ענדליך קומען.

עס נעמט נישט לאנג און די וועכטער מעלדט אז דער גרויסער פילאנטראפ איבראהים פון דובאי איז דא מיט זיין גווארדיע.

אראפאט האט באפוילן מען זאל אריינלאזן בלויז דער פילאנטראפ, און די איבעריגע זאלן ביטע ווארטן אינדערויסן. נאך צוויי מינוט איז דער פילאנטראפ אריינגעקומען, ער איז געווען א הויכער מאן, א גרויסן שטערן און א לאנגע זילבערנער בערדל. די טראגע וואס ער האט געהאט זענען געוען דאר רייך און אריסטאקראטיש.

ער האט יעדעם באגריסט מיט די הענט, און זיך אויסגעטוישט קושערייען מיט אראפאט.

דאן האט ער זיך געזעצט מעשה בעל הבית אויפן לעדערנעם פאטעל, און ארויפגעלייגט איין פיס אויפן צווייטן.

נו, לאמיר הערן אייערע פלענער, און וויפיל דאס גייט אפקאסטן.

אראפאט האט געווינקען פאר זיין נאנטן וועכטער אכמעד, און יענער איז צוגעגאנגען צום פילאנטראפ. הער פילנטראפ, אר זעט דעם דאך דא? די רינדעכיגע דעכל?

דער פילאנטראפ האט ארויפגעקוקט, און אכמעד האט אים געגעבן א כאפ אן דעם בארד...

דער בארד איז געבליבן אין אכמעד'ס הענט, בלויז שטיקלעך קלעב האבן אראפגעהאנגען פון אלע זייטן פונעם פילאנטראפ'ס מארדע, מיט פארשעמטע געזעמלעך פון האר...

נאך פאר ווי וואס ווען, איז דער פילאנטראפ געלעגן א געקייטלטער אויף דער ערד, ער איז אוועקגעפירט געווארן דורך פינף פעסטע לייבוועכטער פון א זייטיגער טירל, ווען אראפאט'ס געלעכטער גרילצט אים אן די אויערן.

כא כא כא... איך בין נישט דיין נאר... קומט מיר דא שפיאנירן...

אינדערויסן זענען די גווארדיע פון דעם פילאנטראפ פון איין מינוט אויפן צווייטן באפאלן געווארן און מען האט זיי אויסגעליידיגט פון וואפן. מען האט זיי פארבינדן די אויגן און אריינגעשטופט אין א לאסט טרעקל, וואס איז אפגעפלויגן צו די ריכטונג פון די מדבריות...

***

גוטוויין האט זיך נישט גענומען קיין שאנס צו ווערן צוטרויטן. ער לאזט אראפ זיין קאפ און קראצט זיך די פיס.

דער טעקסי דרייווער האט זיך אונטערגעשמייכלט ווי גרינג עס איז אים געלונגען, ווען פלוצים ווערט אים דאס גענאק קאלט.

יעצט הער מיר אויס, זאגט גוטוויין מיט א טרוקענע שטימע. אויב וועסטו פאלגן און פארן ווי איך הייס דיר, איז גוט. אויב מאכסטו איין קונץ שיס איך דיר דא אויפן פלאץ, פארשטאנען?

פארשטאנען.

יעצט פאר אריין צום קומענדיגן גאס און מאך א רעכט'ס!

אבער עס איז א ראנג וועי...

און דאס וואס דו האסט מיר יעצט געענטפערט איז אויך א ראנג וועי, בום!!!

די אויער פונעם דרייווער איז געשעדיגט געווארן פון א קויל. פון גרויס ווייטאג האט זיך דער דרייווער שטארק אנגעכאפט און אראפגעדרוקט גאז, און מיט גרויס קראפט איז ער אריינגעפארן מיט קראפט אין א צווייטן קאר.

א געדיכטן רויעך מיט ווילדע פלאמען האבן באדעקט דאם אנגעפולטן שאסיי, און פון אלע זייטן זענען געפלויגן שטיקער גלאז און אייזערנע אביעקטן.

גוטוויין האט נישט געטראכט קיין צוויי, ער איז ארויסגעקראכן פון קאר ווי נאר עס האט זיך אפגעשטעלט, און זיך אויסגעמישט מיט די פילע נייגעריגע מענטשן וואס האבן באטראכט דעם שרעקליכן עקסידענט.

ביז צוויי מינוט האבן די פיירע אינסטאנצן פארטריבן אלע צושויער, און צווישן זיי אויך גוטוויין, וואס האט אוועקשפאצירט מיט א רואיגקייט ווי גארנישט וואלט פאסירט.

יא יא, טראכט ער צו זיך מיט א שמייכל, ווער עס וועט זיך מיט מיר פארטשעפענען וועט ביטער אפשניידן!!!

ער שפאצירט ווייטער, טראכטנדיג אז יעצט וועט ער שוין מער אבאכט געבן וואס ער טוט.

גוטוויין נעמט ארויס זיין סעלפאון און רופט אן זיין קאנטאקט מענטש. נאך צוויי קלונגען הערט זיך די דייטשע "האלאו".

האלאו ראדאלף, דאס איז דער אדוואקאט. וואס גייט פאר?!

איך ווייס נישט, אבער רעד נישט אויפן סעלפאון, עפעס א געיעג איז דא נאך דיר...

דאס ווייס איך. אקעי, איך וועל דיר רופן פון א פובליק פאון.

נאך צוויי מינוט האט זיך דער קאנטאקט מענטש'ס סעלפאון ווידער צוקלינגען, מיט א פרעמדע נומער.

העלאו? דא רעדט דער אדוואקאט, הער מיר אויס, איך קען נישט יעצט גיין אין אפיס, איך וועל גיין צום מאראיאט האטעל.

זייער גוט, געב אכטונג און נעם נישט יעצט קיין טעקסי'ס...

זארג נישט, איך וועל נעמען א טראק פון בודזשעט, און מיט דעם גיין...

נע, אן אדוואקאט מיט א טראק?

יא, וואס איז שלעכט?!

זייער שלעכט, נעם בעסער א קאר פון הערץ.

ערלעדיגט, און האלט מיר אינפארמירט.

יא יא, דו אויך.

ביי...


פארזעצונג קומט אי"ה.


האט איר סיי וואס צו פרעגן, זאגן, קאמענטירן, אדער סיי וואס, אנבאלאנגט דעם געשיכטע?

טוט עס דא זייט מוחל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

זעקסטער קאפיטל

אבא איז ווייטער געקומען צו אכמעד מיט גוטע סחורה, און עס איז צווישן זיי געווארן גאנץ נאנטע באציאונגען. אבא איז אויך געקומען יעדן טאג מיט פרישע העצע אויף די מדינה און אירע פארשאלטענע ציוניסטישע חברה.

מיט די צייט האט שוין אכמעד אנגעהויבן צו פארטרויען אבא'ן אז ער איז זייער נאנט מיט איינעם וואס קען אים העלפן, יענער הייסט יאסיר אראפאט, דער פירער פון די פאלעסטינער. אבא האט גערן ארויסגעצייגט גרייטקייט זיך צו טרעפן מיט אראפאט, אבער בתנאי אז ער וועט אים קרוינען פאר א געהיים אגענט...

דערווייל האט ער זיך שוין געגרייט צו זיין אמת'ער ציל: ארויסבאקומען סודות פון די אראבער, און אפשטעלן יעדע מעגליכע טעראר אטאקע.

אכמעד איז צוריק מיט א פאזיטיווער ענטפער, אראפאט וועט אים זען אין דריי מאנאטן ארום.

דערווייל האט אבא געליינט אלע ביכער פון שפיאנען און געהיימע אגענטן, זיך גרייטנדיג צו לערנען די אראבער שפרינגען. ער האט נישט געגלייבט אז עס וועט אים אזוי שנעל געלונגען, און ער האט אויך נישט געחלומ'ט אין וועלכע פאסטקע ער גייט אריינפאלן.

יענע נאכט ביים שיין פון א לאמטערנע, האט אכמעד מסביר געווען דעם פלאן פאר אראפאט.

מיר וועלן האבן דא גרייט א משכון, און אויב וועט מדינת ישראל נישט באפרייען 45 טעראריסטן, וועלן מיר אים הענגען אינמיטן שטאט...

אבער וואס טוסטו אויב ער איז אנגעפולט מיט אפאראטן און ער וועט נאכגעפאלגט ווערן דורך די איזראעלי'ס?

פאר דעם מיין הער דארפט איר נישט זארגן, דאס וועט נישט געשען, מיר וועלן אים אויסטון זיינע קליידער און אריבערפירן א מעטאל דיטעקטאר, אך און וויי אויב ער האט עפעס מיט זיך, מיט מיינע צען פינגער וועל איך אים צוברעקלען... כא כא כא....

און אויב האט ער אויפרייס מאטריאל?

ער האט נישט, די יאהוד'ס זענען נישט גרייט צו שטארבן...

ביסט אזוי זיכער אכמעד? אפשר וויל ער אונז טאקע העלפן? דו ווייסט ווי וויכטיג מיר דארפן א גוטן אינפארמאנט דא?

נו, דאס איז זייער א גוטער הילף וואס ער וועט אונז צושטעלן, ער וועט באפרייען אונזערע קעמפער...

אבער אכמעד, איז נישט בעסער ער זאל אונז ברענגען אינפארמאציע?

געהערטער פירער, איך וועל זאגן נאכמער, עס פאלט מיר יעצט ביי א גוט'ס...

נו?

די איזראעלי'ס וועלן אים דאך וועלן ראטעווען אין א אקציע, האב איך א גוטן פלאן... מ'וועט זיי פארפירן אין א פארשטופטן פלאץ, וואו מיר וועלן זיי אפווארטן און פארכאפן לעבעדיגערהייט...

אכמעד, זיי נישט ווילד, די וועלט וועט עס נישט פארשווייגן, עס קומט א מלחמה, מיר קענען זיך נישט קעגנשטעלן יעצט!

מיין הער האט ווארשיינליך פארגעסן אונזער דיעל מיט רוסלאנד, הא? זיי וועלן אונז גאנץ גוט צוניץ קומען, אמעריקע וועט נישט אזוי שנעל אטאקירן...

מעגליך, איך וועל עס איבערקליען, אבער די פלאן מיטן בחור'ל איז זיכער גוט...

דערווייל האט זיך אכמעד ווייטער געטראפן מיט אבא, און הנאה געהאט פון די געשמאקע עסנווארג וואס ער האט געברענגט.

און די טאג פון די באגעגעניש איז געווארן נענטער און נענטער...

***

אין די כינעזער געהיימער אפיס אן מאנהעטן, זיצן די אגענטן און גייען איבער די אפדעיט'ס.

רוסלאנד וויל דער טאשקע, אמעריקע וויל דער טאשקע, כאמאס וויל דער טאשקע, און מדינת ישראל וויל דער טאשקע.

אויב אזוי, וויל כינע אויך דעם טאשקע!

וואס ליגט דארט? זייער אגענט אין רוסלאנד האט געענטפערט אז די רוסישע ווייסן אויך נישט. זייער אגענט אין אמעריקע זאגט אז די אמעריקאנע ווייסן אויך נישט. זייער אגענט אין כאמאס זאגן אז די אראבער ווייסן אויך נישט. און זייער אגענט אין איזראעל זאגט אז די איזראעלי'ס ווייסן אויך נישט.

אבער אזויפיל יא, עס דרייט זיך ארום איינער גוטוויין, וואס האט מעגליך א מושג וואס עס ליגט אינעם טאשקע. אבער ער האט לעצטנ'ס געהאט אן עקסידענט, און מער איז ער פשוט נישט צום באקומען! איז ער געשטארבן און מיטגעטראגן דעם סוד אין קבר?

דאן איז פארן אגענט טשינאגאנג בייגעפאלן א פלאן...

מיר גייען שפילן ווי מיר האבן דעם טאשקע... לאמיר זען ווער עס גייט די מערסטע שפרינגען, א סימן אז דאס איז זיינ'ס...

און דאן וועלן מיר אים צווינגען צו רעדן!!!

איינס צוויי האבן זיך די אגענטן צושפרייט, מען גייט מאכן די זאך. שוין יעצט נעמט מען א סובמארין צום שווארצן ים, און מען מאכט זיכער אז אלע לענדער ווייסן אז כינע שמוגלט יעצט ארויס דעם טאשקע.

א טאשקע איז געקויפט געווארן ביי טארגעט און ארומגענומען געווארן מיט שווערע קייטן, די טאשקע האט באקומען שווערע וואך פון מינימום דריי אגענטן, און היידע...

***

אין די קרעמלין קומט אן די נייעס פון גאר א געהיימער אגענט: כינע האט דעם טאשקע, זיי גייען עס אריבערפירן צום שווארצן ים...

דער קאמאנדיר ווארט נישט קיין צוויי, שוין זאל מען כאפן אן אונטערוואסער שיפל און זיך ארויסלאזן אין א געיעג, ער האט ארויסגעשיקט די בעסטע אגענטן, צו כאפן די מיסטריעזע טאשקע.

עס נעמט נישט לאנג ביז וואשינגטאן באקומט אויך א באריכט, אז די מיסטריעזע טאשקע גייט אריבערפארן דעם שווארצן ים.

די גרעסטע קארפן קעפ זענען זיך צאמגעלאפן אויסלאנירן וויאזוי מ'רוקט עס ארויס, אן דעם וואס עס זאל אויסברעכן א דיפלאמאטישער קריזיס צווישן אמעריקע מיט כינע...

אין עזה האט אויך אראפאט באקומען דעם מעלדונג, כינע האט דעם טאשקע. עס איז צייט צו זינקען דעם שיף און כאפן די טאשקע וואס פריער...

מדינת ישראל איז נישט אונטערשטעליג מיט די געיעג, אויך זיי אראנזשירן די גרעסטע און בעסטע כוחות, צו א כאפ טון דעם מיסטריעזן טאשקע און אפטראגן...

***

און דערווייל, שפאצירט זיך א מענטש רואיג אין די מדבריות, מיט א טאשקע אין די הענט...




פארזעצונג וועט אי"ה נאכפאלגן.

שרייבט אין דעם געהענגל אלע תגובות ביטע
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

זיבעטער קאפיטל

ביים טויער פונעם געטא שטייען רייעס פון אידן מיט די הענט אויף ארויף. דער נאצישער אפיציר גוסטאוו גייט ארום מיט זיינע צוויי ריזיגע הונט, נעבן די נאקעטע סקאלעטן וואס שטייען באוועגלאז און געלעמט, פון שוואכקייט און שרעק.

דער היינטיגער טאג איז אדורך זייער ביטער! האט גוסטאוו געשריגן מיט צארן. איינער האט געגנבעט צוויי שטיקער ברויט פון קאך!!! איך וויל שוין וויסן ווער איז געווען דער נידעריגער יודע, א פרעסער א שוויין, א יודע ווי אלע יודע'ס, א באטריגער א שמוציגער לויזיגער יודע, אז נישט וועל איך ענק אויסשיסן איינס ביי איינס, איז קלאר?!

א שטילקייט.

יודע'ס, איך האב נישט קיין צייט צו ענק, שוין גיבט מיר ארויס ווער דער שוויין איז געווען! איך בין ענק ווייניג וואס מקנא! גיכער, וואס איז די שטילקייט וואס?

ער האט א כאפ געטון דעם ערשטן איד און געשטעלט קעגן זיך. מיט זיינע גרויליגע הענט האט ער אנגעכאפט דעם אויסגעמאטערטן בערל, דער העלדישער איד'ל וואס האט שטענדיג אריינגעבלאזן א גייסט פון האפענונג און חיזוק, און אים אראפגעטראסקעט אויף די שמוציגע גראז.

גיכער גיכער, האט ער אנגעהויבן קנאקן מיט זיינע גלאנציגע שטיוול קאלטבלוטיג אויפן קרבן. שוין גיבט מיר דעם שוויינערישן יודע!!!

א שטילקייט.

אהא, הייסט איר שפילט ארום מיטן שטומפירער, וואס קלערן זי, וועלן מיר זיך צונאר לייגן?

א שאס האט אפגעהילכט אין די געגנט, דער קויל האט אדורכגעלעכערט דעם קאפ פון ר' בערל, און אים אויסגעלייזט פונעם נאצישן גיהנם.

זאגן זי נאכאלץ נישט יודע? האט גוסטאוו געקוויטשעט כאפנדיג נאך א איד מיט רציחה, איך וועל אייך אלע אויסקוילן.

ברוך משה איז געווען דער קומענדיגער אין די רייע. אך, פונקט ער, דער איידלסטער און נאבלסטער מענטש, נאך קיין פליג אין וואנט נישט געטשעפעט, יעצט איז ער א מינוט פון טויט, דורך די גרויזאמער מלאך המות.

דער שטיוול האט אנגעהויבן טופען מיט כעס, און ברוך משה'ס קרעכצן האבן געריסן די הימלען. אזא ווייטאגליכע געשריי, פון א מענטש וואס האט נאך אין לעבן נישט אויפגעהויבן זיין שטימע, א טרייסל האט אנגעכאפט אלע אנוועזנדע.

און דאן האט מען געהערט דעם אויסרוף: הער אפיציר, לאזט אים אפ!!!

וואאאאאאאס? וואס זאגן זי נידעריגע יודע?

לאזט אפ דעם פריינט מיינעם, איך האב די ברויט פון קאך גע'גנבעט!!!

אהא! קומען זי דא וואס גיכער... וועלן מיר געבן א לעקציע וואס מ'טוט מיט אזוינע יודע'ס ווי דיר...

אלע קעפ האבן זיך אראפגעלאזט, ווען נחום האט מיט שטרויכלדיגע טריט שפאצירט צום אפיציר.

קיינער האט נישט געהאט קיין ספק אז נחום האט קיינמאל מיטן גניבה נישט געהאט קין שום שייכות... איי, דער צארטער נחום, עס כאפט א סקרוך אין די ביינער טראכטנדיג וויאזוי דער ברוטאלער אפיציר גייט יעמט באהאנדלען דעם אומשולדיגן נחום.

די אידן האבן זיך צוגעמאכט די אויגן, ציטערנדיג צו טראכטן וואס עס קומט, אבער דאן האט זיך גוסטאוו אנגערופן מיט א זעלטן רציחה'דעגר שטימע.

יודע, איך וועל דיר נישט שיסן, נאר דיר מיטיילן א לאנגזאמער ווייטאגליכער טויט, זאל א יעדער זען וואס מ'טוט מיט איינער וואס נעמט פון קאך ברויט אן ערלויבעניש...

***

נח האט געוואלט אנהייבן פארן, אבער די רעדער האבן געפלאצט אויפן ארט.

וואס איז געווען די זעץ? פאראינטערעסירט זיך מושי פון אונטער די בארג וועש.

די זעסט נישט? די רעדער האבן געפלאצט! יעצט קען איך נישט אפטראגן פון דא אפילו אויב איך וויל... האב איך דיר נישט געזאגט אז עפעס גייט דא פאסירן היינט נאכט?

וויפיל רעדער האבן דיר געפלאצט?

אלע פיר! וואס טוען מיר יעצט ווייטער? מיר זענען אין אן אראבישן דערפל... עס איז אינמיטן די נאכט...

גיי ארויס זען וואס עס גייט פאר...

אקעי, אבער דו האלט אן אויג פון דא, אויב עפעס געשעט זעה צו טון וואס עס דארף געטון ווערן...

זארג נישט נח, קענסט רואיג גיין...

איך זארג שוין איינמאל, איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט אזא שווערע געפיל... אקעי איך גיי, איך בעט דיר ברחמים, קוק דיר גוט צו אויב קיינער קומט נישט.

האב נישט מורא, איך קוק.

נח איז ארויס פון קאר און אנגעהויבן באטראכטן די לעכער, דאס איז קלאר נעגל, עס איז ממש יעצט אריינגעשטעקט געווארן, דאס מיינט אז איינער דרייט זיך דא און ווירטשאפט אים אן זאכן, אנדעם וואס ער, דער געלונגענער עקספערט וואס כאפט אויף די קלענסטע פארדאכטן, האט דאס באמערקט.

דאס מיינט אז ער האט יעצט א נאכפאלגער???

ער האט זיך נאך געוואונדערט, ווען ער האט געהערט א גערויש... א טרעקל קומט...

ער שטרענגט אן די אויגן און זעט אז ער חלומ'ט נישט...

א ווייסן טרעקל קומט צו זיין ריכטונג מיט אויסגעלאשענע לעקטער'ס...

און נאך איינס...

און א דריטע...

ר ב ו נ ו ש ל ע ו ל ם ! ! !

זיי שטעלן זיך אפ ממש נעבן אים און קומען ארויס מיט לאנגע מעסער'ס אין די הענט, וואס פינקלען אין די פינסטערניש...

יאהוד, יאהוד, אללא הוא אקבאר... הענט אויף ארויף... כי כי כי...

נח איז געבליבן שטיין און זיך נישט גערירט, נאר גענישטערט אין טאש צו טרעפן די כלים מיט וואס מ'ספראוועט זיך אין אזוינע פעלער.

ער שלעפט ארויס א ספרעי פון טאש, און גיבט א שפריץ... פייערדיגע פונקען האבן זיך צושפרייט, און איינעם'ס כאפיא האט זיך אנגעצינדן... א היסטערישע קוויטשעריי האט זיך אנגעהויבן...

איינע פון די חברה האט זיך דערנענטערט צו נח'ס קאר זען אויב איינער איז דארט, און דאן איז פון אינעווייניג געקומען נאך א שפריץ...

נח האט זיך פארביסן די ליפן. יעצט ווייסן זיי פון מושי, ער וועט זיי נישט קענען מער מאכן קיין סופרייז אטאקע!

און די חברה האבן זיך צוטיילט אין צוויי.

האלב האבן אנגעכאפט נח, און די צווייטע חלק האט ארומגערינגלט דעם קאר...

***

אין וואשינגטאן באקומט דער סי. איי. עי. דירעקטאר א רוף אינמיטן די נאכט:

העלאו, דא רעדט דיינ'ס א גוטער פריינט.

ווער ביסטו?

וועסט מיט די צייט אלעס געוואר ווערן, דערווייל האב איך דיר אינפארמאציע איבער די טאשקע.

וועלכע טאשקע?

וואס דו ווילסט אויפיקן פונעם שווארצן ים...

איך ווייס נישט וואס דו רעדסט מיסטער!

איר ווייסט שוין איינמאל, עניוועי, גיי נישט צום שווארצן ים, ווייל די כינעזער האבן עס בכלל נישט...

וואס?!

יא, דאס גייט מארגן אנקומען צו סאדיע אראביע, עס איז יעצט אין די מדבריות...

פון וואו קען איך וויסן אז וואס איך הער איז קראנט?

אפעראציע פויגל געטראנק...

דער דירעקטאר האט זיך דערשראקן צום טויט. ווער ווייסט צו זאגן פון די געהיימסטע אפעראציע? ווער איז דאס? אינמיטן די נאכט? א חלום? א קאשמאר?

א דייל טאן האט אים א מינוט שפעטער ערוועקט פון זיינע מחשבות... יענער האט שוין לאנג אראפגעלייגט...

פארזעצונג וועט נאכפאלגן אי"ה

ווי יעדער פארשטייט זאלן די קאמענטארן געשריבן ווערן אין דעם אשכול.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אכטער קאפיטל

עס איז געווען א רעגנדיגער טאג, די גרויסע טראפנ'ס האבן געקלאפט און שפאצירט אויף די נערוון, אבער אין ווינקל שטייט אכמעד רואיג און ווארט אויף זיין קרבן.

דער אבא איז נישט אזא שלעכטער - טראכט ער צו זיך - ער וועט נישט ליידן ביי אונז צו סאך, איך בין זיכער אז ער וועט קאאפערירן מיט אונז, און זיך אנגעבן אלס א משכון... ער האט דאך טאקע פיינט איזראעל, פארוואס זאל ער דען פארפירן?! איך וועל אים געבן צו פארשטיין דעם פלאן, און ער וועט שיין מיטשפילן מיט אונז!

נאך א האלבע שעה ווארטן, איז ענדליך אבא ערשטינען, מיט א רוקן - זאק אויף די פלייצעס. ער האט געגעבן פאר אכמעד א שיינע שטיקל קוכן, און אים דערמאנט אז היינט איז דער טאג וואס ער וועט זיך טרעפן מיטן פאלעסטינער פירער יאסיר אראפאט, און מיט אים דיסקוטירן וויאזוי ער קען פון אינעווייניג אונטערברענגען די איזראעלי לאנד.

אכמעד האט אים געזאגט ער זאל נישט זארגן, אראפאט ווארט שוין אויף אים...

די צוויי האבן זיך אריינגעזעצט אין א עס. יו. ווי. און זיך געלאזט אויפן וועג קיין עזה, וואו ער וועט זיך טרעפן מיט די פאלעסטינער פירער...

***

"איר פארשטייט?!" פירט אויס דער איד אין אפיס פון יד לאחים. "מיין זון איז שוין א וואך נישט אינדערהיים, און איך ווייס נישט וואס צו טראכטן"!

ר' משה נתן איילבוים זיצט פארגליווערט, יד לאחים האט שוין געהאט פילע שרעקעדיגע און שוידערליכע געשעענישן וואס זענען געלייזט געווארן, אבער אזא מעשה איז נישט דערהערט.

הערט מיר צו, ברעכט ער די שטילקייט דרייענדיג נערוועז דעם קייטל פון זיין טאשן זייגער. די מצב איז נישט אזוי גוט, ווען עס האנדלט זיך פון קליינקעפיגע חברה, וואלטן מיר געמאכט וואס מיר האבן צו מאכן און די זאך איז ערלעדיגט. דא ראדט מען אבער פון א טעראר פירער, דער טרויעריג בארימטער אראפאט, ער איז ארומגענומען מיט לייבוועכטער פון אלע זייטן, איך זעה נישט וויאזוי מיר זאלן דיר קענען העלפן.

איז אפשר ווענדט מען זיך צו די פאליציי?!

ר' איד, פון מיין ערפארונג, הער מיר גוט צו: די טעראריסטן ווען זיי האבן א משכון וועלן זי תיכף אויסקלאפן אין די גאנצע וועלט, דער און דער איז אונזער משכון, און ווען מ'וועט אונז נאכגעבן כך וכך וועלן מיר אים צוריק געבן. אבער ווי איר אליין זאגט, איז ער שוין א גאנצע וואך נישטא, און קיינער ווייסט נישט אפילו פון קיין משכון... דאס מיינט אז זיי ווילן נישט סתם ארויסבאקומען עפעס פון אים.

איז וואס טוט מען דא?! איז דער באזארגטער טאטע אינגאנצן פארצווייפלט, איך קען דאך נישט לאזן מיין זון אויף הפקר צווישן די חיות רעות, איך בעט אייך העלפט מיר!!!

איין מינוט, איך וועל אראפרופן עטליכע פון מיינע חברה, מיר וועלן זען וואס מיר האבן צו טון.

ר' משה נתן האט תיכף ארויסגענומען זיין סעלפאון און אריינגערופן צו פיר מענטשן: קומט שוין יעצט אריבער, עמערדזשענסי אלערט!!!

ביז פינף מינוט זענען פיר מענטשן מיט פארקנייטשטע געזיכטער געזעסן אין געהערט די דעטאלן פון אבא'ס געשיכטע. דא דארט האבן זיי אריינגעווארפן פראגן און ערשט ווען זיי האבן ארויסגעהאט דעם בילד, האט מען געבעטן דעם טאטן ער זאל ביטע ארויסגיין פאר עטליכע מינוט.

עס האט זיך ארויסגעהערט געווארן טענה'רייען פאר במשך א שעה, דאן איז שטיל געווארן און איינער האט פארגעלייגט א פלאן.

דער פלאן איז געווען קאמפליצירט און שווער, דעטאלירט און איבערגעשפיצט. מען איז עס איבערגעגאנגען איינמאל און נאכאמאל, געזוכט וואו עס איז דא לעכער אינעם פלאן כדי צו שטעלן א בעק - אפ פלאן, און וואס א מינוט שפעטער איז די ציבור געווען מע ראון מער אנטשלאסן.

די פויסטן זענען געווען אויפגעבלאזן, די שטערנ'ס אויפגעקנייטשט, און די אויגן מיט א מיסטריעזער פונק.

זענט איר גרייט? פרעגט משה נתן צום ענדע.

יאפס! האבן אלע ווי איינער געענטפערט.

אויב אזוי גייט אייך שוין לייגן, עס קומען עטליכע לעבעדיגע טעג און שלאפלאזע נעכט.

זיי זענען ארויס שטיל איינס ביי איינס, און דאן האט משה נתן זיך געוואנדן צום טאטן, וואס איז געשטאנען מיט א תהלימ'ל און געכליפעט.

ר' איד, איר קענט זיין רואיג, מיטן באשעפער'ס הילף וועט ער ביז א וואך צוויי זיין אינדערהיים. עס גייען פארקומען מאדנע און שרעקעדיגע זאכן ארום דיר, זאכן וואס דו ביסט נישט געוואוינט דערצו, האב נישט מורא. קום אונז באריכטן יעדע איינציגסטע זאך אין די וועלט וואס זעט דיר אויס נישט גלאטיג, און מיר וועלן דיר דירעקטירן ווייטער. דו דארפסט זיין רואיג און פאסיוו, און אסאך מתפלל זיין, אז די שווערע אפעראציע וואס מיר האבן זיך נארוואס אונטערגענומען זאל אדורכגיין מיט סוקסעס.

דא האט איר מיין פריוואטע נומער וואס נאר מיינע אגענטן האבן, גיבט מיר אייער נומער, און בעזר השם וועט אייער זון זיין דא צוריק!

געדענק, זיי מתפלל, דו מיט דיין גאנצע משפחה!!!

***
דער קאמאנדיר פון די סי. איי. עי. האט באלד צאמגערופן זיינע צוויי בעסטע אגענטן, טימי און דזשעי, זיי זאלן אים העלפן באשיידן וואס עס קומט פאר.

איך האב היינט ערהאלטן א רוף פון אן אנאנימער מענטש, וואס ווייסט פון אונזער גרויסע סוד, די אפעראציע "פויגל געטראנק"!

די צוויי אגענטן האבן געעפנט זייערע אויגן אזוי גרויס ווי א בת היענה איי. ווער האט דאס געקענט זיין? אזא געהיימע אפעראציע, און שוין ווייסט איינער דערפון?

דאס איז נאכנישט פארטיג, ער זאגט מיר אז... דער קאמאנדיר איז שטיל געווארן.

וואס זאגט ער? ווערן די צוויי נערוועז...

ער זאגט אז די טאשקע... איר ווייסט וואס איך מיין?

וועלכע? די מיסטריעזע טאשקע אויפן שווארצן ים?!

יא, אקוראט, זאגט מיר יענער אז דאס איז בכלל נישט אינעם שווארצן ים, דאס איז אין די מיטל מזרח מדבריות, אויפן וועג צו סאודיע אראביע...

און דאס מוז זיין קראנט? רופט זיך גלייט אן דזשעי, וואס וועט אייביג טראכטן טיף און נישט כאפן הייסע לאקשן. מיר האבן ערהאלטן קלארע אינפארמאציע אז די כינעזער האבן דאס, פארוואס זאלן מיר גלייבן איינער וואס רופט סתם אזוי אינמיטן די נאכט צו פארדרייען א קאפ? טראכסט נישט אז ער וויל אונז פשטו נישט פאר קאמפאניע?

איך טראכט נישט אזוי, רופט זיך אן טימי, ער ווייסט דאך געם קאמאנדיר'ס געהיימט נומער, און ער ווייסט איבער די "פויגל געטראנק", דאס מיינט אז ער איז נישט דא סתם צו דרייען א קאפ...

איז וואס טוט מען דא ווייטער?

דזשעי האט זיך פארטראכט א מינוט, און דאן געזאגט: מיר וועלן גיין צו ביידע פלעצער, נאר אויב דער רופער וועט זיך צוריקקערן און אונז מסביר זיין אז ער האט באווייז...

און אזוי רעדנדיג האט זיך די קאמאנדער'ס סעלפאון נאכאמאל צוקלינגען...

דער קאמאנדיר איז געווארן געשפאנט, ווייזנדיג פאר די צוויי אגענטן א ווינק וואס זיי האבן באלד פארשטאנען...

עס איז ער...

העלאו?

יא, א גוטן, איך וויל מיט דיר רעדן, אבער קודם זאלן דיינע צוויי אגענטן ביטע ארויסגיין...

די דריי קוקן זיך אן איינער דעם צווייטן, וואס וויל ער יעצט????

נו, נאך דריי מינוט האק איך אראפ, א שאד אויף די צייט, זיי זענען נאכנישט ארויס...

דער קאמאנדיר ווייזט זיי ארויסצוגיין, און ווען זיי זענען שוין געשטאנען אינדערויסן, האט יענער זיך אנגערופן: פיין, יעצט זענען זיי ארויס...

איר זאלט וויסן אז כינע האט בכלל נישט די טאשקע, איך ווייס וואס עס ליגט דארט, און עס איז א מורא'דיגער געפאר פאר די וועלט אויב עס וועט אנקומען צו וואו עס דארף אנקומען, דערפאר בעט איך אייך, פאר די אינטערעסן פון אייער לאנד זאלט איר שוין שיקן אפאר חברה זאלן עס קאנפיסקירן!!!

פאלג בעסער איידער עס וועט זיין צו שפעט!!! פאר דיינע אינטערעסן!!!

אבער ווער ביסטו מיסטער?

קיין ענטפער איז נישט געקומען...

ווייל די טעלעפאון איז שוין געווען אראפגעהאקט...

פארזעצונג וועט אי"ה נאכפאלגן.

אויב שפירט איר פאר וויכטיג צו קאמענטירן, טוט דאס נאכן קליקן דא.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

ניינטער קאפיטל

דער פלאן גייט אריין אין שוואונג... די אינגעלייט צוטיילן זיך, יעדער צו א צווייטע ריכטונג.

נח און מושי זענען אריין אין איין קאר, אברומי מיט יענקי אין די צווייטע קאר, און יוסי מיט שמחה אין די טראק.

זיי האבן אלע דריי אראפגעדרוקט די גאז, און זיך געגרייט צום געפארפולן און שרעקעדיגן אקציע.

זיי האבן געוויסט אז די יעצטיגע אקציע איז פיל שרעקעדיגער ווי אייביג, ווייל אדע רגעלונג עס, אדער וועלן זיי הענגען אין צענטער פון עזה...

***

העראלד גוטוויין איז געווען אויפגערעגט ביז גאר, ער האט נישט געקענט גלייבן אז איינער וועט געוואר ווערן איבער זיינע אקטיוויטעטן אין ניו יארק.

דא פלוצים, פון איין מינוט אויפן צווייטן, ווערט ער נאכגעפאלגט פון גייסטער וואס סיקירן אים אויף טריט און שריט, ווער זענען זיי? וואס ווילן זיי?!

קודם האבן זיי געשיקט איינעם וואס האט אים געטראפן אינמיטן גאס, און אים אריינגעשטופט א צעטל פון א גענויע רעפארט איבער א העכסט געהיימע זיצונג וואס ער האט געהאט, א זאך וואס קיינער וואלט קיינמאל נישט געמעגט וויסן פון איר עקזיסטענץ.

א מינוט צוויי שפעטער איז עס פארשוואונדן געווארן אינעם רעסטוראנט, פארוואס האט אויסגעפעלט די גאנצע שפיל? דער אלטער סטראשעט און דער טעקסי דרייווער פארט וואו מען הייסט נישט, וואס קומט דא פאר???

אצינד איז ער באהאלטן ביי האנס צוקערשטאק, זיין קאלעגע, פון וואו ער וועט ווייטער פירן די אפעראציע'ס.

האנס, רופט זיך גוטוויין אהן, דו ווייסט וואס איז עפעס נייעס אין די סי. איי. עי. אדער אין די מוסד? וואס זאגן אונזערע אגענטן?

האנס האט זיך געזעצט קעגן אים, און אים אריינגעקוקט אין די אויגן מיט שארפע בליקן. "הער גוטוויין, עס איז הימל און ערד מיט א טאשקע וואס ווערט געזוכט"...

וואס איז דא אין יענע טאשקע?

דו ווייסט נישט הער גוטוויין? דו ווייסט טאקע נישט וואס עס אנטהאלט אט די טאשקע?

פון וואו זאל איך וויסן האנס? וואס גייט פאר מיט דיר? קענסט מיר אלס א ליגענער?

ניין, אבער איך קלער אז דו ---

עפעס א גערויש אט זיך געהערט ביים טיר. גוטוויין האט געוויזן פאר האנס ער זאל עפענען דעם טיר, אין די צייט וואס זיינע הענט זענען אינסטינקטיוו געלאפן צו זיין ביקס.

ביים טיר איז געשטאנען א ווילד באוואקסענער מענטש מיט א בלינדער וואס כאפט אים אן אין איין האנט, האלטנדיג א ספעציעלע בלינד- שטעקן אין די צווייטע האנט. "המממ, דער מענטש דא איז נישט געזונט, ער קען נישט זען, און איך דארף געלט אים אויסצוהיילן".

פון וואו זאל איך האבן געלט? האט האנס א בייזער צוריקגעשריגן, וועלנדיג פארקנאקן דעם טיר.

אה, אנטשולדיגט, איך גיי פשוט ארום צווישן די טירן... אז נישט קיין געלט, א גלעזל וואסער וועט איר אונז יא געבן?

יא, איין מינוט...

האנס איז אריין, און ווען ער איז צוריק האט ער נישט געזען ביים טיר קיינעם...

ער איז באלד געלאפן קוקן וואס גייט פאר, און נאך עספיעט צו זען פון פענסטער וויאזוי גוטוויין שפרינגט ארויס...

וואס איז דא געווען? ער האט דאך נישט געהערט קיין שום געשלעגן?!

ער לויפט אריין אין די צימער פון וואו גוטוויין איז ארויסגעשפרינגען, און עס ווערט אים גוט...

דער בלינדער שטייט פון אינעווייניג מיט א רציחה'דיגן געשטאלט, מען זעט קליפ און קלאר אז ער איז בכלל נישט בלינד!

און דער באגלייטער זיינער שטייט ביים פענסטער און פרובירט צו שיסן אויף גוטוויין, וואס ווארפט זיך פון גרויס שרעק אזוי פליענדיג א שטאק, ער האט אויך באמערקט גוטוויינ'ס ביקס ליגן פארשעמט אויף די ערד...

מיט כעס איז האנס צוגעשפרינגען צום בלינדער, אבער יענער האט אים נאר געגעבן א כאפ אהן מיט זיין בלינד - שטעקן, און ער איז געפלויגן ווי א שטיקל שאלעכץ אויף אונטערוויילעכץ, כאפנדיג אין בויך א מאסיווער עלעקטעריק שטראם...

דער צווייטער אגענט איז געשטאנען ביים פענסטער און געשאסן, אבער דאן איז ער אויפגעשפרינגען און געצייגט פארן בלינדער זאל זיך גוט צוקוקן...

גרויסע טראפנ'ס פון שווייס האט זיי באדעקט, א מיסטריעזע האנט פון אונטער די געביידע, האט געכאפט גוטוויין און אריינגעשלעפט אין א קאר...

ווער איז יענער פארשוין וואס האט געכאפט גוטוויין?

און פון וואנעט אויף די וועלט האט ער געוויסט אז מיר זענען דא?...

די אקציע איז אדורכגעפאלן, צום צווייטן מאל! אוי וועט זיי דער קאמאנדיר געבן צו כאפן!!!

***

גוטוויין'ס אויגן זענען אויפגעבינדן געווארן, ער איז געווען קאלט און שמוציג, און ער האט זיך געגרוילט פון דעם עיפוש'דיגן גערוך וואס האט אים קראנק געמאכט.

העלאו הער לויער, הערט ער א שטימע פון נעבן אים. עס איז געווען זייער טונקל, אבער ער האט נאך אזויפיל געזען אז עס זיצן דא פינף פארמאסקירטע מענטשן מיט מעסער, העק, שפיזן און שאוולען...

גוטוויין האט זיך גוט דערשראקן, דא גייט מען נישט קענען האנדלען מיט טריק'ס און קונצן, זיי זעהן נישט אויס קיין צוויליזירטע ברואים, אזוי נאכגעלאזן און שרעק ווארפענד...

פארוואס האט איר מיר פארכאפט? וואס ווילן ענק פון מיר און פון מיין לעבן האבן?!

ווען איך רעד האקט מען נישט אריין! הערט זיך א באסאווע שטימע...

אנטשולדיגט, איך האב געמיינט אז איר האט שוין געענדיגט...

א ברענעדיגע שיסל פון קאכעדיגע שמוציגע שטייינער געמישט מיט וואסער האט זיך געטראפן פארגאסן ווערן אויף גוטוויינ'ס פארקעמטע האר.

ער האט געשריגן פון ווייטאג, די קליינע שטיינער האבן אים ווי געלעכערט די קאפ, און זיינע אויגן זענען געווען פול מיט שמוץ.

אז דו וועסט זיין א מחוצף - דינערט די שטימע - וועסטו באקומען באלוינונגען!!!

עס האט נישט אויסגעזען ווי גוטוויין וועט נאכאמאל פרובירן. ער האט אליין נישט געקענט גלייבן, אז ער, דער גרויסער אדוואקאט און מעכטיגער מענטש, וועט זיך צאמלייגן ווי א שטיקל פאפנדעקל פאר אפאר אנאלפאבעטן.

און יעצט ענטפער מיר הער גוטוויין: וואו איז די מיסטריעזע טאשקע???

וואו איז די וואס? האט ער איבערגעפרעגט.

ברענגט אריין די העק! באפעלט דער שטימע.

גוטוויין האט זיך געווארפן פאר שרעק. "איך ווייס נישט פון וועלכע טאשקע איר רעדט"!

כי כי כי... דאס וועלן מיר געוואר ווערן א מינוט ארום...

איך זאג אייך צו, איך וואלט גערן גערעדט, איך ווייס באמת נישט וואס דאס איז!!!

נו נו... וועל מיר שוין געוואר ווערן!!!

איך בעט אייך, לאזט מיר אפ!!!

צוויי חברה זענען אריינגעקומען מיט העק, און א דריטער מיט א הארטן בעטל.

לייג דיר שוין אראפ אויפן בעטל! קומט די באפעלערישע שטימע.

פפארוואס? האבן זיך הענט און פיס געווארפן פאר גוטוויין, ווען די צוויי מיט די העק האבן אים פשוט אראפגעצויגן זיין רעקל פון אים.

ווייל איך דארף וויסן וואס די טאשקע איז און וואו עס געפינט זיך...

יעצט, אויף יעדע פראגע וואס איך באקום נישט די ענטפער וואס איך ערווארטעט, קומט אראפ פון דיר איין פינגער... מיינע חברה זענען זייער טויגליך, זיי דארפן נישט קיין איינשלעף מאטריאל, אלעס אזוי מיטן האק!

ליג, אהער מיט די פיס, לאמיר אפציילן דיינע פינגער ווילאנג זיי זענען גאנץ...

גוטוויין איז געווען בלאס ווי א טויטער.

הלוואי וואלט ער עפעס געוויסט, אבער אין פאקט ווייסט ער ביי זיך אז ער האט נישט דאס מינדעסטע האנונג וואס די טאשקע איז, וואס וויל מען פון אים???

פארזעצונג וועט נאכקומען בעזרת השי"ת.

איך וויל נאר דערמאנען אז די קאמענטארן אשכול איז דא
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

צענטער קאפיטל

דער סקעלעט פון נחום איז אריינגעפאלן אין די הענט פונעם ברוטלאן נאצישן דעספאט. ער האט זיך געשלעפט אויף דער ערד,און גוסטאוו האט אים א כאפ כעטון ביי זיין דארער הענט און עס כמעט ארויסגעשלעפט פון פלאץ.

לאזן זי אים אפ!!! הערט זיך פלוצים א געשריי...

יעדער דרייט זיך אויס, דער איינציגסטער ברודער פון נחום, אלטר, האט נישט געקענט אויסהאלטן וויאזוי זין אומשולדיג ברודער וועט דא אויסגיין פאר א פארברעכן וואס ער איז קיינמאל נישט באגאנגען...

וואאאאאאס??? איז דער אפיציר געווארן ווילד, און צוגעלאפן צו אלטר, ווען אין די צווייטע הענט שלעפט זיך דער שוואכער נחום אויף די ערד ווי א זאק מיסט.

יעצט קומען זי אויכעט מיט מיר!!!

ער האט צוגערופן א נאצי קאלעגע ער זאל האלטן נחום, און דאן געשלעפט אלטר צום וואלד.

א מינוט נאכדעם האט מען געהערט א ביטערע שמע ישראל געשריי, און א הילכיגער שאס האט אויפגעטרייסלט דעם לאגער.

די שטילקייט וואס האט זיך אראפגעלאזט צווישן די העפטלינגען האט געלעכערט די אויערן, עס איז נישט געווען קיין ספק אז קיינער האט קיין ברויט אינגאנצן נישט גענומען פון קאך, דאס איז א ברוטאלער טאקטיק פון די פארשאלטענע חיות צו נידערן די מאראל פון די אומשולדיגע שוואכע מענטשן, און אויס'שחט'ן וואס מער אידן.

א מינוט דערנאך איז דער דייטש צוריקגעקומען, מיט א סאדיסטישער שמייכל אויף זיין גרויליג פרצוף.

ער האט גענומען נחום מיט זיך, און איז פארשוואונדן געווארן.

מער האט מען פון נחום נישט געהערט, ער איז ווארשיינליך אריין אין די ליסטע פון די זעקס מיליאן קדושים וטהורים שמסרו נפשם על קדושת שמו יתברך, ביים צווייטן וועלט קריג.

***

ער האט זיך אויפגעכאפט און זיך ארומגעקוקט אויף דעם גאנצן ארום.

עס איז טויט שטיל, דער קויל האט אים וואונדערליך אויסגעמיטן. אלטר שטעלט זיך אויף און באטראכט דעם ארום.

די געדיכטע פינסטערניש האט אים גוט געדינט, ער האט אנגעהויבן צו גיין פאראויס, זוכנדיג עפעס א שטיקל צודעק פאר זיין קערפער, ער האט נישט פארמאגט קיין שום צודעק אויף זיך.

נאכן גיין אביסל ווייטער, איז ער אומגעפאלן אויף אן אביעקט, וואס איז געווען א קאלטע קערפער. ווען די זון האט אויפגעשיינט האט ער געזען אז דאס איז א קערפער פון א לאקאלער פויער. ער קלערט נישט קיין צוויי, די קליידונג ווערט אראפגענומען פון דעם פויער, און ער טוט זיך גוט אהן מיט יענע קליידונג.

פון דארט לאזט ער זיך אויפן וועג, ער קלעטערט איבער שטעגן און וועגן, טראכטנדיג איבער זיין אומשולדיגער ברודער נחום, וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אנדערע אידן'ס וועגן. ער איז אייביג געווען א העלד, טראכט ער פארביטערט, און ער איז געשטארבן אזוי העלדיש...

נאכן ארויסקומען פון וולד האט ער זיך געטראפן מיט א גרופע פארטיזאנען, און ער האט זיך אנגעשלאסן מיט זיי.

דארט האט ער געטראפן עטליכע אידן און מיט זיי זיך מחזק געווען. עס איז געווען צו עסן בשפע, קעגן די מאגערע פארציעס וואס זיי האבן באקומען אין לאגער, און זיי האבן כסדר געפירט שלאכטן מיט די נאצישע חיות, אויף טריט און שריט.

אין איינע פון די נעכט, האט אים זיין חבר, יאהאן, אויפגעוועקט מיט א בהלה.

"אלטר, מיר דארפן לויפן, עס איז דא אינדערויסן א גרופע נאצי'ס"!

די צוויי האבן אויפגעוועקט עטליכע פריינד און מען האט געכאפט געווער, און אנטשלאסענערהייט האבן זיי זיך געלאזט צו יענעם ריכטונג.

און אזוי איז טאקע געווען, א גרופע נאצישע חיות האבן געזוכט אינדערויסן זייערע שפורן... די נאציס האבן געהאט מיט זיך שמעק הונט, און זיי זענען נאכגעגאנגען די הונט וואס האבן געשמעקט און שפאצירט.

בום, בום, בום!!!

א האגל פון קוילן האט באטראפן די גרופע נאציס פון אלע זייטן... די חברה האבן ארויסגעצויגן די געווער און אנגעהויבן צוריק צו שיסן, מיט אייפער, ווי בלינדע חברה.

און דאן האט אלטר באמערקט דעם פארשאלטענעם נאצי. יא, דאס איז דער זעלבער מערדער וואס האט פארשלעפט דעם ברודער נחום, און מער הערט ער נישט פון אים!!!

ער האט זיך אנגעשטרענגט אים צו צילן, און ווען די קויל איז געקומען נאנט צו דעם רשע...

איז דער הונט געקומען צו לויפן און אריינגעכאפט דעם קויל...

ער האט געגעבן א שרעקליכן געברום, און דער נאצי איז געבליבן שטיין פארגליווערט...

אלטר איז ארויסגעשפרינגען און ווידער ארויסגעלאזט א קויל, דאסמאל האט עס געשעדיגט די פינגער פונעם דייטש, וואס איז אויפגעשפרינגען און אראפגעווארפן זיין ביקס פון ווייטאג. אויף די סעקונדע האט אלטר געווארט...

ער האט זיך א ווארף געטון אויפן דייטש און אים געפרעגט מיט צארן:

ווא איז מיין ברודער??? וואו האסטו געטראגן דעם איד וואס האט גענומען די ברויט??? ענטפער ווייל איך צושמעטער דיר, דו געמיינער יונג!!!

דער נאצי האט געשפירט די הייסע בלוט וואס ברענט אין דעם יונגערמאן וואס ליגט אויף אים, ער האט זיך גוט דערשראקן.

דער הונט האבן זי פארציקט!!! צייגט ער אויפן פארוואונדעטן הונט...

איך שיס דיר דא אויפן פלאץ דו מערדער!!! קאלטבלויגער יונג אינער!!!

נאך איידער ער האט א שלעפ געטון דעם צינגל, איז א צווייטער דייטש געקומען צו לויפן מיטן רציחה צו ראטעווען זיין חבר...

צווישן די פליענדע קוילן צווישן די דייטשן און די פארטיזאנער, האט זיך אלטר ענדליך ארויסדערזען פון דארט.

די פארטיזאנען האבן זיך שנעל צוריקגעקערט צו זייער באהעלטעניש, און די דייטשן זענען אנטלאפן פון דארט זיך וועלנדיג ראטעווען זייער לעבן.

דער הונט איז שוין געליגן דארט טויט, ער האט אויסגעבליטיגט, און די נאציס האבן ביטער געשאלטן, אפטראגנדיג פון דארט איינס צוויי.

אלטר האט זיך צוריקגעקערט צו זיין באזע, טאקע מיט גאנצע ביינער, אבער מיט א צושאסענער מאראל.

איי מיין ליבער נחום, ביסט דאך געווען אזא טייערער ברודער, אזא וואויל נשמה, האסט נעבעך געענדיגט דיין לעבן אזוי מיאוס, צווישן ציינער פון פארצוקענדע הונט!!!

נחום, איך וועל אלעס טון לעילוי נשמתך, און איך שווער, איך זאג דיר צו מיטן גאנצן הארץ נחום טייערער, אז איך וועל נישט רוען, איך וועל נישט איינזיצן, ביז ווילאנג דער מערדער ועט באקומען זיין פארדינטן שטראף!!!

נחום, דער דייטש איז שוין נישטא, אבער ער בלייבט אין מיין הארץ. איך וועל אים מאכן דאס טויט, נאכלויפן וואו ער גיט און פארביטערן דאס לעבן, איך זאג דיר צו דאס וועט נישט פארשוויגן ווערן!!!

דו רשע, וועסט מער נישט וויסן וואס מיינט א גוטן טאג אין דיין לעבן!!!

וועסט נאך געוואר ווערן!!!

***

ווי נאר דער 'גרויסער גאסט' פון דובאי איז אנגעקומען אין קעלער פון אראפאט'ס קרעפטן, האט מען אים תיכף אריינגעטראסקעט אין א צעל, און פארשלאסן אונטער אים דעם טיר.

ער האט נישט געהאט צופיל צייט, ער דארף זיך וואס פריער ארויסזען פון דארט, מיט די ריכטיגע סחורה.

אבער איין מינוט, וואו איז מיין חברה'מאן? ער דארף דאך דא צו זיין???

ער האט זיך צוהיסט, און געווארט א מינוט.

פון א ווינקל האט זיך צוריקגעהערט א הוס...

דער גאסט האט אנגעהויבן קלעטערן, עס איז געווען היבש פינסטער, ביז ער האט זיך דערוואגט צו פרעגן:

אגענט זיג זאג???

יא!

וואו גיי איך?!

ערשט קום אהער...

די צוויי האבן זיך געגעבן די הענט רואיגערהייט.

נישטא דא קיין וועכטער?

נישטא!

איז וואס טו איך ווייטער?

מעלד דיין קאמאנדיר אז דו ביסט דא.

ער ווייסט, מיין זייגער קאנאקט אונז, ער האלט אלעס מיט...

אהא, אקעי, די טעקע וואס דו זוכסט דארף צו ליגן אין די קומענדיגע שטיבל, פון די לינקע זייט, עס איז די געהיימע קאנפערענץ צימער פון אראפאט...

עס איז דארט ליידיג יעצט?

מסתמא יא, נישטא דארט קיין גערוישן יעצט.

אקעי איך גיי!

אבער זיי זייער פארזיכטיג, מ'קען זיך נישט אויסרעכענען מיט זיי...

זיכער וועל איך זיין פארזיכטיג! וואס פאר א פראגע?

אקעי, זוך עס גוט, איך מיין אז ביים לעצטן שמועס האבן זיי גערעדט אז מ'גייט עס לייגן אין די לנקע לעדל פונעם צווייטן שאפע.

ערלעדיגט, איך וועל שוין גיין. נישט צום גלייבן ווי פארנארט די אראבער זענען, נישט צום גלייבן...

גיי שוין, עס איז שפעט!

עס איז אים נישט בייגעפאלן, אז איינער ווארט אים דארט אפ...

המשך יבוא אי"ה

איך דארף דערמאנען אז דא קאמענטירט מען?!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

עלפטער קאפיטל

די אראבער זענען געווארן ווילד און צולאזט. אט האבן זיי געכאפט צוויי יאהוד'ס אין זייער הענט, עס וועט נישט אזוי אדורכגיין בשתיקה, יאסיר אראפאט דער פירער וועט הנאה האבן פון זייער געלונגענע אקציע...

נח איז אראפגעטראסקעט געווארן אויף דער ערד מיט קראפט, און געבינדן געווארן די הענט מיט אייזערנע דראנטן. דאן האבן זיי זיך געזאלט צום ריכטונג פון מושי, וואס איז געזעסן אינעוויניג אין די קאר און געזען די קאטאסטראפע פאר זיינע אויגן, ער איז נעקסט!

ער האט נישט געהאט צופיל צייט צו טראכטן, נאר גראד זיך באריקאדירט ביי זיין ווינקל, און איז געווען גרייט צו טיילן שלעק רעכט'ס און לינק'ס, ער וועט ביי די אראבער קיין משכון נישט זיין, רויט אדער טויט!

די אראבער פון זייער זייט זענען געווען גרייט צום קאמף, זיי זענען זעקס קעגן צוויי..

מושי האט ארויסגענומען זיינע טול'ס, און געעפנט א טראפ דעם פענסטער פונעם קאר.

בום בום בום בום...

א פרישע פלייץ פון פייערדיגט פונקען האט געשמיסן אין די פנימ'ער פון די אראבער...

די חברה זענען אריין אין די רציחה, זיי האבן אנגעהויבן פאכען מיט זייערע מעסער'ס אין די לופטן... און מושי שפריצט ווייטער...

דאן איז איין אראבער אויפגעשפרינגען פון פלאץ, און געגעבן א כאפ נח ביים גענאק. ער האט אים אויפגעשטעלט אין די לופטן, און צוגעשטופט ביזן קאר, שטעלנדיג דעם מעסער גראד ביי נח'ס האלז...

"יאהוד" האט דער אראבער געשריגן מיט צארן, "אויב קומסטו נישט ארויס די סעקונדע מיט די הענט אין די הייעך, שנייד איך אפ זיין קאפ!!!"

מושי האט געקוקט א צעטומלטער. ער האט נישט געקענט רירן קיין אבר, די קאמף איז א פארלוירענער. ער האט - נישט האבנדיג א צווייטן אויסוועג - אראפגעלייגט די פייער שפריצער, און אויפגעהויבן זיינע הענט, זעענדיג ווי די מעסער ווערט נענטער און נענטער צו נח'ס געביין.

שנעלער יאהוד, שנעלער, יאללא!!!

מושי האט געעפנט די טיר פונעם קאר און זיך געשטעלט אינדערויסן מיט די הענט אין די הייעך. צוויי אראבער זענען צוגעקומען צו אים, און דער נעבן נח האט אראפגעלייגט זיין מעסער.

אזויווי די צוויי אראבער זענען געשטאנען נעבן אים, האט מושי נישט געקלערט קיין צוויי. מיט די רעכטע האנט האט ער אנגעכאפט די קאפ פונעם רעכטן אראבער, מיט די לינקע האנט האט ער א כאפ געטון די קאפ פונעם צווייטן, און...

טראאאאך... טראאאאך... קנאאאאק... בומפ...

די קעפ פון די צוויי האבן אריינגעזעצט איינס אנעם צווייטן, איינמאל און נאכאמאל...

די צוויי האבן פארלוירן זייער באוואוסטזיין און אראפגעפאלן ווי שטיקער באנאנע שאלעכץ... מיט די ווינקל פונעם אויג האט שוין מושי געמערקט וויאזוי דער אראבער מיט די מעסער שפרינגט צוריק צו נח... אין א בליץ סעקונעד איס ער צוגעשפרינגען צו אים און דערלאנגט א געזונטן קאפע אין בויך...

דער מעסער איז געפלויגן אין די לופטן און געלאנדעט אויף נח, וואס האט באקומען א מיאוס'ן שניט אין זיין רוקן, ער איז אומגעפאלן מאכטלאז...

די כאאס איז נאר געשטיגן, נח האט געקרעכצט, דער אראבער מיטן מעסער האט געברומט, צוויי זענען סתם געלעגן ווי פגרים, און די איבעריגע דריי זענען געווען צומישט...

מושי האט ווידער געגעבן א שפרינג אויף, אנגעכאפט נח און אים געשלעפט אין ריכטונג פון איינע פון די טרעקלעך וואס האבן זיך געווארעמט אין א זייט...

מיט די פולסטע ענערגיע איז ער אריינגעטאנצן צום רעדן, מיטגעשלעפט נח מיט זיך, און געוואלט אפציען ווי פריער פון געגנט...

אבער דאן האט איינער פון די אראבער זיך אריענטירט און צוריקגעשלעפט נח מיט קראפט, נח האט געטראסקעט, און יענע סעקונדע האט מושי אראפגעדרוקט גאז און אוועקגעפלויגן מיטן טרעקל, לאזנדיג נח אליין צווישן די צומזיקטע און אנגערייצטע מיליטאנטן...

א ל י י ן ! ! !

***

ווי נאר די קריג האט זיך פארענדיגט, האט אלטר באשלאסן ווידער צו הייראטן און אנהייבן א לעבן פון פריש.

ער איז אריבער קיין ענגלאנד וואו א שיינע אידישע קהלה האט זיך פארמירט, און דארט חתונה געהאט מיט זיין פאר, אויך א קריג איבערלעבערין. פון צייט צו צייט האבן זיי זיך דערמאנט פון די טעג פארן קריג און צוזאמען פארלאזט טרערן אויף די פילע נאנטע וואס זענען פארבליבן פון אונטן ביים שרעקליכן מלחמה, אבער פון וועמען אלטר האט קיין מינוט נישט פארגעסן, איז ווארשיינליך געווען זיין איינציגסטער ברודער, נחום.

יעדע פאר נעכט איז ער אויפגעשטאנען א שווייס באגאסענער, און זון געטרייסלט פאר שרעק, חלומ'נדיג וויאזוי זיין איידעלער ברודער ווערט פארציקט צווישן די ווילדע ציינער פון אן אויפגערייצטן הונט, און דאן בלייבט ליגן אין די זייט א הויפן אפגעלעקטע ביינער...

איי נחום נחום, איך האב דאך געשוואוירן נקמה, וואו שטיי איך אויף דער וועלט? וואס טו איך פאר דיר???

די פראגע האט אים געביסן און גענאגט, ביז ווען ער האט יענעם טאג געליינט דעם לאקאלן צייטונג, א קליינע קלאסיפייד וואס האט אים געצויגן ווי מיט א מאגנעט.

פריוואטע פארשער נאכצוגיין שפורן, אפירברענגען דאס פארהוילענע, לייזן מיסטעריע'ס, דערגרייכן אנטרינענע, אלעס שנעל, ווירקזאם און פראפעסיאנאל: מארק דזשולי.

יא, דאס דארף ער, א פריוואטער פארשער וואס וועט נאכיאגן דעם דייטשן רשע און אים פארביטערן דאס לעבן!!!

ער האט תיכף געדרייט די נומערן צו יענעם פארשער, וואו א סעקרעטאר האט אויפגעהויבן.

א גוטן, איז דאס מיסטער דזשולי?

ניין, זיין סעקרעטאר, ווער רעדט?

מיין נאמען איז אלטר, איך וויל לייזן א קעיס ביי אייער באלעבאס.

אקעי, איך באשטעל אייך א זיצונג מיט אים אויף דריי מאנאטן ארום, דער צוועלפטער אין יאנואר.

נע, איך דארף עס שוין די וואך!

די וואך? אוממעגליך!

איר זענט זיכער אז ס'איז אוממעגליך?

הונדערט פראצענט, איבער וואס איז די רעדע?

איך זוך א געוועזענער נאצי אפיציר...

אה, אויב אזוי וועט איר שטארק מעגליך יא באקומען נאך די וואך א זיצונג, דער באסס האט זייער ליב צו יעגן נאציס... זיין גאנצע נשמה לייגט ער אין דעם אריין... לאמיר אים געבן א פרעג...

נאך צוויי מינוט שטילקייט, האט א צווייטער מענטש אויפגעהויבן: העלאו?

יא, איך בין דא.

אקעי, דא רעדט דער פארשער און דעטעקטיוו מיסטער דזשולי. לאמיר הערן וואס דו זוכסט.

איך וויל טרעפן א נאצי, וואס האט געווארפן מיין ברודער צו די הונט, איך דארף אים כאפן און לערנען דרך ארץ!!! ימח שמו דער געמיינער יונג, זאל ער שפירן אביסל, וואס עס מיינט צער און עגמת נפש, מיט מיינע אייגענע פויסטן וועל איך אים צושפרייטן זיינע ציינער איבער די גאסן, און מיט מיינע אייגענע נעגל וועל איך אים ארויסרייסן זיינע אויגן, און מיט מיינע אייגענ---

בארואיגט אייך מיסטער... לאמיר הערן, וויאזוי הייסט דער נאצי?

וויאזוי ער הייסט? הממ... לאמיר זיך דערמאנען... אה, אפיציר גוסטאוו, ימח שמו וזכרו, טפוי!

א געדיכטע שטילקייט האט צוריקגעקלינגען פון די אנדערע זייט...

נאך א לענגערע שווייגעניש האט זיך מיסטער דזשולי אנגערופן: קומט אריבער אין מיין אפיס אין די ערשטע געלעגנהייט!!!

***
מיר מוזן דערגיין ווער דער אנאנימער רופער איז! האט דער שפיאנאזש קאמאנדיר געשריגן מיט צארן. איך וועל מיר נישט לאזן דא פון יעדן וואס וויל מיר פירן ביי די נאז!!!

זיינע צוויי אגענטן, טימי און דזשעי, האבן געצויגן מיט די פליייצעס.

וואס איז זיכער, זאגט טימי, די אפעראציע "פויגל געטראנק" מוז געלייגט ווערן אין א זייט, ווילאנג עס ווערט נישט אויסגעקלארט ווער עס ווייסט דערפון, און וויאזוי.

איך קלער נישט אז פרעזידענט בוש וועט זיין צופרידן דערמיט... ברומט דער קאמאנדיר.

נו וואס זאלן מיר טון? אפשר ווארט אונז א פאסטקע? גיי ווייס ווער עס האט אינפארמאציע איבער דעם? איז טימי נישט מסכים.

ביסט נאריש? שרייט דזשעי צוריק, פארוואס זאלן זיי אונז דערציילן אז זיי ווייסן דערפון, אויב ווילן זיי אונז צוריקשלאגן?

דזשעי, איך גלייב נישט אז דו האסט געפרעגט אזא נארישע פראגע! איז דער קאמאנדיר צושאקלט, דאס קען טאקע זיין א חשבון, אונז מעלדן אז מ'וויייסט, און מיר זאלן מאכן די חשבון אז זיכער ווייסט א פריינט דערפון ווייל א פיינט וואלט נישט געזאגט, און דאס וועט נאר צומישן און מאכן צו פארזען קליינע דעטאלן...

ווייסטו וואס? זאגט טימי נאך א מינוט טראכטן. דער מענטש האט דאך גערופן פאר א סיבה, ער וויל דערציילן וואו די טאשקע געפינט זיך לויט אים, ריכטיג?

יא, האבן ביידע צוגעשאקלט מיטן קאפ.

דארפן מיר אויב אזוי נאכגיין ווער עס ווייסט אלץ פון די טאשקע, און אזוי ארום כאטש האבן א ליסטע וואו אנצוהייבן...

נאך א צוויי שעה פון טעלעפאנישע געשפרעכן, נישטערן און פארשן, האבן זיי נאכאלץ נישט געהאט קיין מושג וואו צו טרעפן דעם שפיץ פומעם פאדעם...

איינער ווייסט אמעריקע'ס גרעסטן סוד, און ער איז זייער גוט באהאלטן...

זיי זענען געשפרינגען פון אנגעצויגנקייט...

ווער קען דאס זיין???

וועט פארגעזעצט ווערן אין קומענדיגן געלעגנהייט.

נישט פארגעסן אז דער מקום איז געאייגנט צו קאמענטירן.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

צוועלפטער קאפיטל

נאכן קלאפן עטליכע מאל אויפן טיר, האט אים ענדליך איינער געעפנט.

איר זענט מיסטער אלטר, רייט?

יא, און איר זענט מיסטער דזשולי?

דער ביים טיר האט עקספלאדירט אין א הילכיגן געלעכטער... "הע, וואס עפעס, מיסטער דזשולי וועט אייך זען אין צען פופצן מינוט, דערווייל זעצט אייך אראפ ביטע."

אלטר האט זיך געזעצט און באטראכט די גאנצע ארום מיט נייגער. די אפיס איז געווען הערליך און מאדערן, מיט אלע שיינע פיטשיווקעס. ער האט זיך ספעציעל פארקלאצט אויף א בילד פון דעם בארימטן נאצי יעגער שמעון וויזענטאל, וויאזוי ער רייכט די הענט מיט אן עלטערער מענטש, און נאך א בילד פון די נירנבורג פראצעס.

ער האט לאנג געזוכט דארט די בילד פון דעם ארכי מערדער אין וועמען ער שווערט נקמה, אבער ער זעט אים נישט אויפן באשילדיגונג'ס באנק.

יא יא, טראכט ער מיט ביטערניש, פון פראצעס האסטו דיר ארויסגעדרייט, אבער נישט פון מיר! הער גוסטאוו, דו וועסט נאך זען, מיינע לאנגע הענט וועלן דיר דערגרייכן און דערשטיקן, גיב דיר אכטונג פון מיר, ווייל עס ברענט אין מיין הארץ א פייער פון נקמה אין דיר!!!

אזוי ווארטנדיג איז איינער אריינגעקומען, אלטר האט שנעל געגעבן א בליק צום בילד פון יענער וואס רייכט זיך די הענט מיט שמעון וויזענטאל, יא, דאס איז דער זעלבער מענטש.

"א גוטן מיסטער אלטר, אנגענעם זיך צו באקענען, מיין נאמען איז דעטעקטיוו דזשולי, קומט ביטע אריין אין מיין אפיס".

די צוויי זענען אריין, און דזשולי האט אויסגעהערט מיט א רואיגקייט די גאנצע געשיכטע פון אלטר, און דאן זיך פארקנייטשט זיין שטערן.

"הער מיר גוט אויס, איך קען גוט די מלאכה פון די נאצי יעגעריי, איך האב אינערליכע חברה וואס דרייען זיך בי זיי, און נאך א שווערע אבער גוטע ארבעט, וועל איך דיר ברענגען דעם נאצי ביז צו דיין טיר... די פראגע איז א דאפלטער, איינס, אויב האסטו אים אין דיינע הענט, וואס גייסטו מיט אים טון? און דאס צווייטע, צו קענסטו זיך ערלויבן אזא אקציע?"

"וואס קאסט אזא מעשה?" פרעגט אלטר.

"א שנעלע זאך וואס נעמט קוים א חודש צו שאפן די אינפארמאציע, איז נישט מער ווי צוואנציג טויזענט פונט, אבער אויב דאס ווערט פארוויקלט אין אן ערנסטער אקציע, קען זיך עס ענדיגן ביז א פערטל מיליאן פונט."

אהא, הער אויס מיסטער דזשולי, איך בין גרייט אלעס צו טון צו נוקם זיין אין מיין ברודער'ס בלוט, אבער דערווייל קוקט אריין אין די קעיס, און זאגט מיר ווי ווייט די אויסזיכטן זענען אים צו טרעפן, און ברענגען צו מיינע הענט".

פיין, געמיר אן איינגאבע פון פינף טויזענט פונט, און איך הייב אן ארבעטן דערויף נאך היינט נאכט.

פינף טויזענט? איך האב נישט געברענגט מער ווי פינף הונדערט!

גוט, געב מיר דאס ערשט, און קלינגט מיר מארגן אכט אזייגער אווענט צו הערן וואו מ'האלט מיט אונזער קעיס.

די צוויי האבן זיך געזעגנט, אלטר האט געשפירט א מורא'דיגער דערלייכטערונג.

***

די כינעזער סובמארין האט זיך געגליטשט אין די וואסערן, ווען אונטער איר שווימט זיך א רוסישער אונטערוואסער שיפל מיט גרויס ענערגיע...

די שטימונג אינעם רוסישן שיפל איז אן אנגעצויגענע, אין די צייט וואס די גינעזע זענען גאר שטרק גוטמיטוג און אויפגעהייטערט... זיי גייען זיך ארומשפילן מיטן רוסישן בער...

נאך עטליכע שעה ארומקריכן האט זיך דער רוסישער קאפיטאן פארבינדן מיטן סובמארין: "אנטאלי 1556 רעדט, הערסט מיר?"

טשינקאנגי 4578, קאפי.

ווארף ארויס דיין טאשקע צום וואסער, עס איז זייער שעדליך, די רוסישע אינטערעסן זארגן זיך פאר די קאמוניסטישער כינע.

אויב זארגט זיך דיינע אינטערעסן, טראג אפ פון דא ווי פריער.

מיסטער טשינקאנגי 4578, עס איז א שפיל מיט פייער, זיי געווארנט!

אנטאלי, מיר האבן גענוג וואסער דא עס צו פארלעשן...

נאכאמאל, ווארף ארויס יעצט דיין טאשקע, מיר האבן א באפעל פון קרעמלין אייך אראפצושיסן אין פאל מיר באקומען נישט אונזער טאשקע צוריק!

כי כי כי... ענקער טאשקע... ניטאמאל ווייסטו וויאזוי דאס קוקט אויס...

איך וועל ציילן ביז צען מיסטער כינעזער, און איך וויל זען די טאשקע אין מיינע הענט...

איינס...

און אויב נישט?

צוויי...

באקומסט נישט גארנישט פון מיר מיסטער רוסקי...

דריי...

ביי ביי, קענסט מיר זוכן...

פיר...

דער כינעזער סובמארין האט מיט א ווילדקייט זיך געגעבן א דריי אויס און אוועקגעפלויגן פון דארט, ווען אונטער אים יאגט זיך דער רוסישער אונטערוואסער שיפל...

פינף...

די געיעג איז געווארן ווילדער, די כוואליעס האבן זיך געווארפן צו אלע ריכטונגען און די שיפן האבן זיך קוים געקענט האלטן סטאביל, דער כינעזער קאפיטאן איז געשווימען העכער און נידעריגער, שיעף און געדרייט, ווען דער רוסישער שיפל פרובירט אים נאכצויאגן מיט גרויס שוועריקייט.

זעקס...

מיסטער רוסקי, דיין לאנד וועט זיין אין גרויס טראבל אויב דו וועסט עפעס טון צו מיר, איך בין יעצט פארבינדן מיט די מיליטערישע אגענטורן אין בעדזשינג, און זיי האלטן אלעס מיט. די סעקונדע וואס עפעס געשעט צו אונז, וועט די גאנצע וועלט זיין אויף רעדער... פאר דיינע אייגענע אינטערעסן, שטיי אוועק פון אונז!

זיבן...

אקעי, איך וויל נאר קלארשטעלן אז דו גייסט דעם טאשקע נישט באקומען פון אונז, פארגעס דערפון! אבער אז דו ווילסט גיין אין קאמף מיסטער, בין איך גרייט...

אכט...

פונעם כינעזער סובמארין איז ארויסגעוואקסן א קאנאן מיט ספעציעלע טארפעידאס און אונטערוואסער באמבעס... דאן האט דער כינעזער פילאט אריינגעזאגט אינעם קאמיוניקאציע אפאראט:

"א גוטן אנטאלי 1556, דא רעדט טשינקאנגי 4578. לויטן אונטערנאציאנאלער געזעץ מעגסטו נישט זיין אזוי נאנט צו מיר, איך ווארן אז איך האב די לעגאלע רעכט דיר אראפצושיסן אויב גייסטו נישט די מינוט אוועק פון דא"!

ניין...

דער רוסישער שיפל האט אויך ארויסגעצויגן מעכטיגע אכט פיסיגע קאנאנען... דער כינעזער סובמארין ציעט אויך ארויס לענגער די קאנאנען... איינער איז געשטאנען קעגן צווייטן...

א שטילקייט אין די שטורעמישע וואסערן, די כוואליס נידערן זיך... ביידע קוקן איינער אויפן צווייטן, אפילו די כוואליעס האבן ווי דערשפירט די אנגעצונגנקייט אין די לופט‎, אלעס איז געשטאנען קאמפ'ס גרייט...

און דאן עפענען זיי די אויגן מיט שפאנונג...

א גרופע פון דייווער'ס האבן ארומגענומען ביידע שיפן ווי א מויער, די דייווערס זענען געווען באוואפנט מיט שווערע געווער און באפאנצערט ביז די ציין, דאן הערט זיך די מעלדונג:

"אויב איז די טאשקע נישט אין אונזערע הענט ביז דריי מינוט, זענט איר ביידע אין די טיפענישן פונעם ים!"

א קאפ האט זיך ארויסגעשטעקט פונעם כינעזער סובמערין צו באטראכטן די סצענע, ווען א קויל פון איינע פון די דייווער'ס האט פאראורזאכט אז די וואסערן זאלן ווערן רויט פארפלעקט, און א קאלטע קערפער זאל זיך אראפגליטשן אין די טיפענישן פון די וואסערן און זינען אלס א גוטע מאלצייט פאר די הונגעריגע פיש...

ביידע קאפיטאנען האבן אנגעהויבן ערנסט שוויצן, די מצב הייבט אן ווערן קאמפליצירט...

פארזעצונג קומט אי"ה

אט דאס איז די קאמענטארן אשכול וואו איר קענט צושרייבן וואס איר האט צו זאגן אויף אונזער געשיכטע...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דרייצנטער קאפיטל

נח איז מיט גרויס כעס געשלעפט געווארן דורך די צעקאלישטע אראבער. זיי זענען געווען גרייט אים צו לינטשן אויפן ארט, אבער עס האט זיי זיך בעסער פארגלוסט אים גוט אויסצופייניגן פון פריער.

זיי האבן אים געשלעפט אין א זייט, און דארט אריינגעשטופט אין א שאפע. א מינוט נאכדעם האט מען אין פארבינדן די אויגן און אריינגעשטופט אין א וועגעלע וואס האט זיך גענומען פארן... א שטילקייט האט ארומגענומען דעם גאנצן ארום, ער האט נישט געהערט גארנישט, חוץ די אטעמען פון פינף אדער זעקס מענטשן.

נאכן ארומגעפירט ווערן עטליכע מינוט, האט ער געהערט ווי מ'עפנט אויף א גאראזש, און די שטארקע ליכטיגקייט וואס האט דארט געשיינט, האט ער געקענט שפירן אפילו מיט זיינע פארבינדענע אויגן.

נאך א מינוט, און ער ווערט ארויסגעשלעפט פונעם וועגל, אראפ אויף א קאלטע אייזערנע טישל.

"בינדט אים אויף די אויגן!" הערט זיך א באפעל. ביז א מינוט איז די אויגן פון נח געווען אפן, עס איז אים פינסטער געווארן אנשטאט צוריק ליכטיג...

פאר אים איז געשטאנען א הויכער ברייט ביינערדיגער אראבער, וואס ער קען גראדע. דאס איז דער שרעק ווארפענדער פאלעסטינער וואס דרייט זיך אייביג נעבן די שוק, אויב געדענקט ער גוט, הייסט דער טראבל מעיקער אכמעד, ער האט אים שוין מער ווי איינמאל באגאגנט, ארבעטנדיג פאר יד לאחים צו ראטעווען אידישע קינדער פון זיינע גרויזאמע הענט.

אכמעד האט אים אריינגעקוקט אין די אויגן אריין מיט צוויי שטעכעדיגע שווארץ אפלען. נח האט זיך נישט דערשראקן, ער האט באשלאסן צו בלייבן קאלט און פאסיוו צו די גאנצע מעשה.

"וויאזוי הייסטו יאהוד?" פרעגט אכמעד, ווען א שווערע גערוך פון כאשיש דערטאפט זיך פון צווישן זיינע - נענטער צו ברוין ווי צו ווייסע - ציינער.

"און אז איך וועל דיר זאגן וואס וועט דיר עס העלפן?"... זאגט נח צוריק, הויעך, שטאט און קלאר, ווי איינער וואס וויל אנדייטן אז ער האט די וועלט'ס צייט און קאנפידענט.

"איך האב דיר עפעס געפרעגט" האט אכמעד זיך דערנענטערט ווילד צו נח. "דו ווילסט מיר ענטפערן, אדער זאל איך דיר צומאלן אויף פיץ פיצלעך, הא?"...

"מיסטער אכמעד, אייך צו קענען ענטפערן דארף איך וויסן ערשט וואס איך האב אייך געפרעגט"...

"אהא, הייסט דו ווילסט נישט פאלגן וואס איך זאג, נו נו, ווארט נאר ווארט"...

אכמעד איז ארויס, און צוריק מיט א... פעטעיטא שיילער...

ער האט געכאפט די אויער פון נח, און געזאגט מיט א פייערדיגע שטימע: "אז דו הייבסט נישט די רגע אן צו רעדן, וועל איך מאכן פיינע אויער - הויט - לאקשן... פארשטאנען? הא הא הא..."

"ניין אכמעד, איך פארשטיי נישט"...

"אקעי, איך וועל דיר מסביר זיין"... האט אכמעד אויסגעפירט מיט פייער אין די אויגן, זיך גרייטנדיג צו דער ארבעט, וואס ער גלייכט זייער שטארק, נישט ווערנדיג קיינמאל זאט דערפון...

***

אפאראציע פויגל געטראנק גייט אריין אין פולסטן שוואונג.

די אמעריקאנע סייענטיסטן זיצן און ארבעטן שווער, אין שטילע שעפשערייען שמועסן זיי אויס איינע פון די געהיימסטע אקציעס וואס ווערן דורכגעפירט דורך אמעריקע, א זאך וואס מוז אדורכגיין שטיל און פארזיכטיג, ווייל אויב וועט די וועלט געוואר ווערן דערוועגן וועט דאס זיין א מאכטפולע פאליטישע ערד ציטערניש.

ראבערט איז געזעסן אויף זיין פלאץ פארטיפט, ווען ער האט באמערקט אז זיין קליינע אפאראט צוקלינגט זיך. אן א ווארט האט ער געדרוקט א קנעפל אין די זייט, און אויסגעהערט די מעסעדזש.

ער איז געווארן בלאס, און דארנאך רויט.

א מינוט שפעטער האט דער טיר אויפגעפראלט און דער הויפט קאמאנדיר פון די סי. איי. עי. איז געשטאנען ביים טיר, און באטראכט יעדע איינציגסטע אגענט מיט בייזע בליקן...

אויפן סעקונדע האט זיך יעדער אויפגעשטעלט און סאלוטירט דעם קאמאנדיר ווי עס פאסט זיך.

דער קאמאנדיר שפאצירט צו צום פאדיום, גלייכט אויס זיין איינצוג, גיט א נערוועזע גלעט זיין שניפסל, און הייבט אן צו רעדן.

"געערטע מיטארבייטער. איך בין היינט געקומען צוליב זייער א וויכטיגע און שרעקליכע זאך. זייער שרעקליך, זייער שרעקליך!"

ער האט א מינוט אריינגעאטעמט טיף, און באטראכט דעם עולם, וואס איז געזעסן ווי אויף שפילקעס.

"אויב וועט דער פרעזידענט וויסן דאס וואס איך ווייס יעצט, וועלן קעפ פליען, איר הערט? קעפ וועלן פליען... און געזעצליך מוז איך דאס דערציילן פארן פרעזידענט, אז נישט באגיי איך א קרימינאלע אקט. אבער נאכאמאל, דא גייט זיין לעבעדיג, קעפ וועלן פליען, עס איז שרעקליך!"...

די אגענטן זענען געזעסן דערשראקן און פארלוירן, קיינער ווייסט נישט וואס ער וויל דא.

"לאמיר אבער קלארשטעלן, עס איז דא א וועג אז דער מיסטער פרעזידענט זאל נישט קומען אהער און קעיר נעמען פון אונז, און דאס איז, אז איינער נעמט פאראנטווארטליכקייט, און גיבט אונז פונקטליך צו פארשטיין וויאזוי אזא זאך האט געקענט פאסירן, און ווי ווייטגרייכענד די שאדן איז"...

וואס וויל ער דא?!

"איך געב אייך צוויי מינוט אגענטן, טראכט עס איבער, איך קום באלד צוריק"... און מיט די ווערטער האט ער ארויסמארשירט פון זאל...

עס האט געהערשט א שפאנענדע שטילקייט, די אגענטן זענען געזעצן צוגעשמידט צו די בענקלעך און גרויסע טראפנ'ס שווייס האבן פון זיי גערינען, זיי ווייסן נישט ווער עס האט אהערגעברענגט דער דירעקטאר פון וואשינגטאן קיין קאליפארניע, און וואס ער וויל פון זייער לעבן האבן...

נאך צוויי מינוט פון א טאטאלע שטילקייט, הערט מען פון א ווינקל וויאזוי איינער זאגט: "אז דער פרעזידענט וועט זיין, וועלן פליען קעפ, קעפ וועלן פליען, קעפ, איך זאג ענק, קעפ וועלן פליען, פליען קעפ"...

א שטורעמישע געלעכטער האט אויסגעבראכן, די שטויב האט זיך געזעצט און די נערוון האבן זיך בארואיגט. אייביג דארף דער בען קאלט מאכן די זאך...

הערנדיג די געלעכטער'ס, האט זיך דער דירעקטאר געיאגט צוריק אריינצוקומען, און זען וואס האט פאסירט.

יעדער הייבט זיך ווידער אויף און סאלוטירט, און דער דירעקטאר שטעלט זיך ביים פאדיום.

"לאמיר אייך דערציילן וואס דא האט פאסירט". הייבט ער אן רעדן דראמאטיש, אריינקוקנדיג יעדעם אין די אויגן.

"איין מינוט, דזשים, וואס האסטו דארט?"

"איך?!"

"יא יא, טאקע דו, וואס האסטו דארט, הע?"

"גא... גארנישט"...

"קום הער דא, און ווייז מיר וואס דו האסט אין דיינע הענט, וואס איז די אפאראט?"...

ער רירט זיך נישט פון פלאץ. א שטילקייט.

פון ווינקל הערט זיך ווידער: "קעפ וועלן פליען, פליען וועלן קעפ..."

א שטורעמישע געלעכטער... דער דירעקטאר ווייסט נישט וואס צו טון... ער האט פארלוירן קאנטראל, פונקט יעצט ווען דער מצב איז אזוי קאטאסטראפאל!!!

זענען דאס די געלונגענע ערפארענע דעטעקטיוון פון די סי. איי. עי.?...

פארזעצונג קומט אי"ה

פארגעסט נישט אז בלויז דא קאמענטירט מען...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אין קורצן ביז אהער



פערצנטער קאפיטל

העראלד גוטוויין האט זיך איינגעצויגן פאר שרעק. וועלכע טאשקע ווילן זיי פון מיר?!

ווען דער האק האט שוין געהאלטן נעבן די פינגער, האט א בליץ געטון א געדאנק אין זיין קאפ... "איך וועל רעדן! איך וועל רעדן!!!" שרייט ער ווי א וואנזיניגער, עס איז אים אין וויסטן חלום נישט בייגעפאלן אז ער פארמאגט אזא מאכטפולע שטימע...

דער באסאווע שטימע האט זיך נישט געהערט אזוי צופרידן: "הער דו מיר גוט אויס מיסטער גוטוויין, אויב וועסטו רעדן איז גוט, אבער אויב מיינסטו אז דו קענסט זיך מיט אונז ארומשפילן, וויל איך דיר פון פאראויס באווארענען אז נישט מיט מיר!!! דו זאלסט זיך נישט דערוואגן צו טון סיי וועלכע שטיק, דו זאלסט נישט טראכטן אפילו א רגע פון אזא זאך ווי מיר פרובירן ארומצופירן מיט ליגענט'ס, ווייל איך האב זייער שנעלע און ווירקזאמע מיטלען צו דערגיין ווי קראנט דיינע ווערטער זענען, פארשטאנען?"

פארשטאנען.

דער באסאווע שטימע האט באפוילן פאר יעדעם ארויסצוגיין, און דערווייל האט ער אריינגערופן איינעם וואס זאל אנהייבן די אויספארשונג.

"וואס איז דיין נאמען?"

"אדוואקאט העראלד גוטוויין".

"ווי לאנג וואוינסטו דא אין ניו יארק?"

"א קנאפע צען יאר"...

"וועכטער!" האט דער פארשער א קוויטש געגעבן... צוויי שאטנ'ס האבן זיך אריינגעשלייכט אין טונקעלן צימער, און אנגעהויבן צו געבן ברוטאלע קלעפ פאר גוטוויין, וועלכער האט געזען די זון, די לבנה, און אלע איבעריגע כוכבי לכת...

"וואס... וואס... וואס האב איך נישט... נישט גוט... געזאגט?" האט גוטוויין געשריגן ווי נישט מיט זיין שטימע.

"דו וואוינסט דא צען יאר?! דו וואוינסט עלעף יאר, דו ליגנער!" שוימט דער פארשער.

גוטוויין האט פארמאכט זיינע אויגן שטארק. גאר שטארק. ער איז נישט אומשטאנד צו רעדן יעצט. "איך בעט אייך" האט ער ענדליך ארויסגעמורמלט. "איך וועל אלעס דערציילן. גיבט מיר בלויז צען מינוט, עפנט מיר אויף פון דעם בעט, איך דארף ארויסגיין. דערנאך בין איך פולשטענדיג מיט אייך".

דער ברייט געבויטער אומצוויליזירטער האט שוין געהויבן זיין פויסט, גרייט צו דערלאנגען איינס פארן דייטש, פארן שרעקליכן 'חוצפה' פון בעטן אפילו אזא זאך... אבער דער אויספארשער האט איך נישט געלאזט.

"מיר געבן דיר צען מינוט. אבער קיין סעקונדע נישט מער".

העראלד איז באפרייט געווארן פון די קייטן, און ער איז אריין אין בית הכסא, ווען צוויי וועכטער שטייען ביים טיר און ווארטן מיט אויסגעשטרעקטע ביקסן.

עס איז אדורך ניין מינוט, דער ווילדער ריז האט אנגעהויבן קלאפן אויפן טיר. עס איז אבער נישט געקומען קיין ענטפער.

ווי נאר עס איז געווארן 10 מינוט, האט דער פארשער געוויזן אויפצוברעכן די טיר. "דו האלטסט אז ער האט זיך גענומען דאס לעבן"? האט דער ריז געטראכט אויפן קול.

"אך און וויי אויב יא" זאגט דער פארשער. "מ'וועט אונז אלע הענגען אינמיטן שטאט!"

זיי האבן אנגעהויבן ציילן. איינס... צוויי... דריי... פיר... פינף... זעקס... זיבן... אכט... ניין...

צען!!!

בום!!! טראך!!! דער טיר ווערט אויפגעפראלט...

איינער קוקט אויפן צווייטן, און דער צווייטער קוקט צוריק אויפן ערשטן.

דער שטיבל איז ליידיג.

***

אויף די וואסערן פונעם שווארצן ים הערשט א גרויס אנגעצויגנקייט. דער כינעזער סובמארין קעגן דער רוסישער אונטערוואסער שיפל, שטייען איינער קעגן דעם צווייטן און שאקלען זיך מיט די כוואליעס. די דייווערס פון דובאי וועלכע האבן שוין געהרגעט דעם ערשטן אויבערחכם, זענען גרייט צו קיין ווייטער. יעדע קאפ וואס וועט זיך ארויסשטעקן, גייט באקומען א געשאנק, א רייזע צו יענע וועלט, דורכן וואסער.

דער קאמיוניקאציע אפאראט אינעם רוסישן אונטערוואסער שיפל איז לעבעדיג געווארן.

אנטאלי 1556?

קאפי, ווער רעדט?

די סטאלינגראדע גווארדיע.

גיי ווייטער.

הייב נישט אן מיט כינע! מאך א 360 גראד יו-טוירן, און פאר ווייטער.

פארוואס? ער האט דאך דער טאשקע וואס אונזער פרעזידאנט דארף!

ער האט עס נישט, דאס איז א שפיל. דער ריכטיגער טאשקע איז ערגעץ אנדערש...

פארוואס מיינסטו אזוי?! ווער האט דיר גאס געזאגט?!

איך ווייס נישט. אבער גאנץ א קראנטע קוואל.

דו ווייסט נישט ווער ס'האט דיר דאס געזאגט, אבער א קראנטע קוואל? הא?

אנטאלי 1556, עס איז א באפעל. שטיי ווייט פון די כינעזער סובמארין. נאך איינער איז אין געגנט?

יא, עטליכע צענדליגע דייווער'ס, שיינען צו זיין אראבישע, פון א רייכן לאנד. מסתמא סאודיע אראביע אדער קאטאר, אפשר גאר דובאי.

גוט, קום צוריק קיין ראשע, ברענג אויך מיט די פירער פון זייער גרופע, כ'וויל כאפן א שמועס מיט אים...

דער רוסישער אונטערוואסער שיפל האט זיך פלוצלינג געגעבן א דריי אויס פלינק צו די דייווער'ס וואס זענען געשטאנען אן א רינג. די קאנאנען האבן געצילט קעגן זיי... די דייווער האבן אויך אנגעצינדן די געווער, און געוען גרייט צו מאכן ארדענונג. אויב שיסט מען, ווערט דער אונטערוואסער שיפל א טאטאלער 'אונטערוואסער', מ'וועט אים זינקען און פארניכטן ביזן לעצטן שטיקל מעטאל.

פון די כינעזער סובמארין האט מען מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען מיט שפאנונג. וואס גייט דא געשען?!...

דער פירער פון די דייווער גרופע האט מען דערקענט באלד, ער האט אנגעהויבן טיילן באפעלן... איינע פון די קאנאנען האט זיך דערנענטערט צו אים מיט א שנעלקייט... און נאך פאר ווי-וואס-ווען...

צוויי פעסטע הענט שטעקן זיך ארויס פונעם מעכטיגן קאנאן, די הענט האבן א כאפ געטון דעם קאמאנדיר פון די דייווער איינהייט, אריינגעשלעפט אינעווייניג, און מיט א שנעלקייט אפגעטראגן פון ארט...

לאזנדיג אונטער זיך צומישט די כינעזער אונטערוואסער שיפל, און די אראבישע דייווער וואס זענען געבליבן ווי א שיף אן א רודער, נישט כאפנדיג וואס דא קומט פאר...

***

אלטר האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, און נאך צוויי טעג האט ער גערופן צום אדוואקאט דזשולי.

"איז דא עפעס נייעס אין די קעיס"?

"יא, ס'איז דא נייעס. איך האב געלייגט א האנט אויף אים וואו ער איז, אבער גלייב מיר אז ס'איז אסאך מער קאמפליצירט ווי דו קלערסט".

"גייט מיר נישט אן. איך וועל נוקם זיין אין מיין לעכטיגן ברודער נחום'ס בלוט. ווען קען איך אריבערקומען"?

"ווי נאר דו האסט די ערשטע צוואנציג טויזענט פונט פאר איינגאבע". זאגט דזשולי, מיט א שטיקל סארקאסטישן טאן אויף זיינע לעפצן.

אלטר האט פרובירט אראפצוהאנדלען. "איך ווייס דאך חשוב'ער פארשער אז איר ווילט זייער שטארק כאפן געוועזענע נאציס, אפשר וועט מען זען שפעטער פון געלט? אדער אפשר קענט איר מיר געבן א בעסערע פרייז?"

"נו גוט, קום אריבער אין אפיס, כאטש מיט צען טויזענט פונט".

אלטר האט נישט געוויסט פון וואו ער וועט שאפן דאס געלט. אבער דאס האט ער יא געוויסט, זיין הייסע צוזאג וואס ער האט געגעבן פארן ברודער אויף יענעם וועלט, וועט ער שטרענג איינהאלטן. אינטערעסירט אים גארנישט.

נאך יענעם טאג האט אלטר גערופן איינעם, א געוויסער איטאליענער קוריסטא, וואס בארגט געלט אויף ריבית. צוערשט וועט ער האבן דאס געלט, און נאכדעם וועט מען זען ווייטער. קוריסטא האט אפגעשמוסט מיט אים, זיך צו טרעפן ביים לאנדאנער בריק, א פערטל נאך צען אויפדערנאכט.

אלטר איז אנגעקומן צען מינוט פאר די צייט, די הויט האט אים געברענט. ער קוקט זיך ארום, מענטשן קומען און גייען, און ער זעט נישט קיין איטאליענער ארום זיך. פארוואס קומט ער נאכנישט? ער מוז דאך כאפן דעם רשע, דער גוסטאוו, וואס האט אזויפיל אומשולדיג בלוט פארגאסן. ער וועט אים ווייזן אז כלל ישראל איז נישט הפקר, ער וועט אים צייגן אז עס איז דא א דין וחשבון פאר אלעם!

א קלאפ אין פלייצע האט אים אויפגעוועקט פון זיינע ברויזענדע מחשבות. "אלטר"?! האט יענער געזאגט איין ווארט.

אלטר האט געשאקלט מיטן קאפ.

יענער האט גערעדט קורץ און שארף. "דא האסטו צען טויזענט פונט, דו וועסט מיר אין די קומענדיגט מאנאטן טרעפן דא יעדע ערשטע אין חודש, און אפצאלן צויזענט מיט צוויי הונדערט פונט. יעדע טאג שפעטער וועלן די פראצענטן ארויפגיין מיט נאך הונדערט פונט. נאך א וואך" צוהיסט זיך דער איטאליענער, ווען א רייע פון ווייסע שיינענדיגע ציינער שטעקן זיך ארויס... "נאך א וואך וועט דער חוב אריבערגיין צו דיינע יורשים".

אלטר איז אויפגעשפרינגען. "מיינע יורשים?!"

"יא, דו וועסט שוין נישט קענען צאלן"...

אלטר'ס אויגן האבן זיך ברייט צועפנט. א טרייסל האט אים אנגעכאפט. בלויז איין ווארט האט ער געקענט ארויסזאגן: "מאפיא?"...

יענער האט א בלינק געטון מיטן אויג און געשאקלט מיטן קאפ.

"ס'... ס'איז גוט... א דאנק... איך... הממ... איך וועל שוין... בארגן פון... פון א צווייטן"...

קוריסטא האט אים באטראכט, און אריינגעשטופט די בינטל באנקנאטן אין האנט אריין. "דו האסט נישט אזא אפציע. נעם דאס געלט, קומענדיגער מאנאט וועל איך אפנעמען מיין ערשטן פעימענט, 1,200 פונט".

אלטר האט פארנעפלטערהייט באטראכט ווי קוריסטא שפרינגט ארויף אויף א מאטאר-ביציקל, און ווערט נעלם פון האריזאנט.

ער האט געמיינט ער כאפט א הארץ אטאקע. וואס טוט מען יעצט?! וואס?!


וועט אי"ה פארגעזעצט ווערן אין א קומענדיגער געלעגנהייט.


קאמענטארן בלויז אין דעם אשכול ביטע.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

פופצנטער קאפיטל

דער סי. איי. עי. קאמאנדיר האט זיך ארומגעקוקט אויף די פילע אגענטן וואס רייסן זיך פאר געלעכטער, און גלייבט נישט וואס ער האלט מיט... דאס זענען זיינע פראפעסיאנאלע אגענטן?

ער האט נערוועזערהייט באטראכט דעם אגענט דזשים וואס האט זיך ארומגעשפילט מיט א מאשינדל, און ער מאכט זיך נישט וואוסנדיג צו זיינע רייד. דער קאמאנדיר האט באשלאסן אז עס איז צייט אראפצושטעלן א פיס.

"טייערע אגענטן. איר זענט ספעציעל אויסגעקליבן געווארן צום געהיימען מיסיע "אפעראציע פויגל געטראנק", וואס איז זייער וויכטיג פאר די פרידן פון דער וועלט. יא, איך ווייס אז דער אפאראציע איז ברוטאל, אבער מיר אלע ווייסן שוין, אז אויב וועלן מיר נישט אפשטעלן באצייטנס דעם שלאנג, וועט זיין אסאך ביטערער, און אסאך ברוטאלער. אונזער ציל איז פשוט צו פארזיכערן די פרידן פון די פאראייניגטע שטאטן, און אירע אליאירטע. דערפאר ארבעטן מיר שוין עטליכע מאנאטן דערויף".

ער האט געכאפט זיין אטעם, און זעענדיג אז עס איז שטיל, האט ער פארגעזעצט: "היינט האט פאסירט עפעס שרעקליך. איך בין געוואר געווארן אז דא, אינערהאלב דעם גרופע סייענטיסטן, עס איז מיר שווער צו רעדן, אבער אין פאקט איז עס אזוי. דא זענען דא לעכער, גרויסע, ברייטע, און טיפע לעכער. מיר וועלן זיין געצווינגען צו פארשטאפן די לעכער. אגענטן טייערע, עס איז שווער, זייער שווער, איר זענט אלע באליבט און געשעצט אין מיינע אויגן, אבער פארפאלן, מען מוז אפשטעלן דער וואס ארבעט מיט אונז, אבער פילייכט ארבעט ער פיל פלייסיגער קעגן אונז, קעגן אונזער אינטערעסע, און קעגן אונזערע צילן"...

דער קאמאנדיר האט זיך איינגעהאלטן פון שמייכלען, די אגענטן האבן זיך געווארפן פאר שרעק.

"און די דזשים" האט ער אויסגעשריגן מיט א בערישע שטימע. "געב מיר זאפארט אהער דעם אפאראט וואס דו האסט דא".

דזשים האט זיך אויפגעשטעלט, אויסגעגליכן זיין רוקן, און צוגעטראגן דיין אפאראט צום קאמאנדיר, וואס האט עס באטראכט מיט נייגער. ער קען נישט דעם אפאראט, כאטש וואס ער איז איינע פון די גרעסטע טעכנאלאגישע קעפ אינערהאלב די סי. איי. עי....

"וואס איז דאס?" פרעגט ער מיט צארן. דזשים האט אים אנגעקוקט אריין אין די אויגן, און געענטפערט: "דאס איז א מאשינדעלע וואס איך האב ערפינדן, צו קאמיוניקירן מיט פארשידענע עלעמענטן".

"און ווער זענען די עלעמענטן?" ווערט א פונק פון נייגער אנגעצינדן אין זיינע אויגן, און נישט אנדערש אין די אויגן פון אלע ארומיגע אגענטן. "וואס האסטו מיט זיי?"...

"דער עלעמענט איז א געהיימער אגענט וואס האלט אן אויג אויף די מיסטריעזע טאשקע"...

דער קאמאנדיר האט געמיינט ער פאלט אראפ. "דזשים, קום שוין ארויס אינדערויסן, איך וויל מיט דיר רעדן צווישן פיר אויגן, ווער האט דיר דעציילט אונזער גרויסער געהיימניס" האט ער אים אריינגעמורמלט אין אויער אריין. ער האט זיך אויסגעדרייט צו די אגענטן, און געזאגט:

"הערט מיר גוט אויס, איינער פון אונז האט ארויסגעגעבן דעם סוד איבער אפאראציע פויגל געטראנק!!! און דער איינער מוז זיין איינער וואס זיצט דא, ווייל קיינער אנדערש אויסער דער פרעזידענט און זיין וויצע, און מיר אלע, ווייסט נישט דערפון! דערפאר, ווילאנג דער זאך ווערט נישט אויסגעקלארט, וויל איך אז יעדער דא זאל אריבערגיין א ליי-דיטעקטער, און איך וויל הערן קלארע ענטפערס אויף מיינע פראגעס"...

די אגענטן האבן געקרומט מיט די נאז, אבער זיי האבן געוויסט אז דא קען מען נישט טון אנדערש ווי פאלגן דעם קאמאנדיר. איינער וואס פאלגט נישט האט נישט פארוואס צו זיין אין דעם אגענטור.

דער קאמאנדיר האט ארויסגערופן דזשים, וואס האט זיך אנגערופן מיט א שטילע שטימע "הער קאמאנדיר, איך ווייס ווער דאס איז, דו קענסט זיין רואיג. מיר וועלן אלעס אויסשמועסן ביי אונזער שמועס".

"קענסט מיר זאגן וואס דא גייט פאר? וואס איז דער אפאראט? און פון וואנעט ווייסטו איבער די מיסטריעזע טאשקע? און ווער אינפארמירט דיר זאכן, וואס דו האסט מיר – אלס דיין קאמאנדיר – געדארפט באריכטן, און דאס קיינמאל נישט געטון? איך וויל זאלסט מיר אלעס דערציילן, און שוין!"...

"איך וועל אלעס דערציילן". זאגט דזשים.

"איידער דו וועסט דערציילן, וויל איך פון דיר א שבועה, אז דו גייסט מיר זאגן בלויז דער אמת. אין פאל דו האסט מיר ליגענט געזאגט, מיינט דאס זייער זייער הארבע קלאגעס. ליגענט זאגן אונטער א שבועה וועט דיר איינזעצן אין טורמע פאר לאנגע לאנגע יארן, טראכט דיר גוט איבער, דו ביסט נאך א יונגער מענטש!"

דזשים האט אפילו נישט געקווענקלט. "איך שווער אז אלסדינג וואס איך וועל דיר זאגן איז הונדערט פראצענט קראנט!"

"אלזא, ווער איז דער מענטש וואס דו קאנטאקסט, און וויאזוי ווייסט ער וועגן דעם טאשקע?"

"די מעשה גייט אזוי. איך בין אמאל געווען אין מיטל מזרח, וואו עס איז מיר אויסגעקומען זיך צו באפריינדן מיט א יונגער מענטש, זייער א געשמאקער און ברענעדיגער מענטש. ער האט מיר ארומגעפירט אין שטאט און געוויזן אלע אירע אינטערעסאנטע פלעצער, מיר האבן גאר גוט פארברענגט אינאיינעם.

"ווען איך האב אים געפרעגט זיין נאמען, האט ער מיר געזאגט אז עס מאכט נישט אויס, אבער אויב וויל איך זייער שטארק, וועלמיר זיך רופן איינער דעם צווייטן מיט קאוד נעמען. ער האט גענומען די נאמען "פארוואלקנטע בלומען" און איך האב באקומען דעם נאמען "פענער אין בוידעם"...

"נאכן זיך פאראינטערעסירן אין מיין ארבעט, האב איך אים געזאגט אז איך האף צו ווערן א סי. איי. עי. אגענט, און ער האט מיר דאן אויסגעלערנט גאר פיפיגע טאקטיקן וויאזוי צו איבעראשן פיינט, און האבן איבער זיי אן אויבערהאנט... ער האט קיינמאל נישט געלערנט שפיאנאזש אום דאס גלייכן – אזוי האט מיר מיר דאן דערציילט – אבער ער גלייכט זייער די שטיק... אלזא, מיר זענען געבליבן מיט די קאודס"...

"און"?

"איך האב אים געגעבן מיין פריוואטער סעלפאון נומער, און געזאגט אז אויב ער דארף אמאל הילף פון אמעריקע, קען ער מיר אייביג רופן. די געשיכטע האט זיך פון מיין זייט דא געענדיגט".

"וואס הייסט געענדיגט?" פרעגט דער קאמאנדיר אויפגעברויזט. "האסט דאך ערשט יעצט אנגעהויבן, ניין?" עפעס שמעקט אים נישט דער דזשים, ער פירט מיר אויף א רייד אדער וואס?! פרובירן זאל ער זיך נאר מיט מיר ארומצושפילן, דער וועט חרטה האבן אז ער איז אמאך געבוירן געווארן...

"הער קאמאנדיר, פאר עטליכע וואכן צוריק באקום איך א טעלפאון רוף. אויפהייבנדיג, הער איך ווי יענער גיבט זיך אן אלס דער "פארוואלקנטע בלומען"... עס האט מיר גענומען אפאר מינוט צו כאפן פון וואס ער רעדט, אבער כ'האב עס אין ענדע געכאפט. ער האט מיר געפרעגט צו איך ארבעט אין די סי. איי. עי. ווייל ער האט מיר איבערצוגעבן זייער זייער וויכטיגע אינפארמאציע".

"און א שטייגער וועלכע אינפארמאציע האט ער דיר איבערגעגעבן?"

"קודם זיין לאקאציע האט מיר שוין אנגעצינדן א לעמפל. אויב ער איז דארט וואו ער גיבט אן, וועט ער קענען זיין אונזער בעסטער אגענט פארן "אפאראציע פויגל געטראנק". ער האט מיר קלארגעשטעלט פארשידענע פאקטארן, אבער כ'האב אים צוגעזאגט אז קיין ווארט וועט פון מיר נישט ארויסגיין, ווייל נאר אזוי האט ער מיר דערציילט סענסעטיווע אינפארמאציע".

דער קאמאנדיר האט זיך פארקלערט א מינוט. עפעס זעט נישט אויס מסודר. "האסטו אים דערציילט פון אפאראציע פויגל געטראנק?"

"יא און ניין. כ'האב אים געזאגט די נאמען פון די אפאראציע, אבער פאקטישע פלענער האט ער נישט באקומען פון מיר. אזויפיל ווייס איך אז ער איז נישט א פיינט, ווייל די פאר זאכן וואס ער האט מיר דערציילט, ווייזן קלאר אז ער איז געטריי צו אונז, עס איז נישט מעגליך אפילו אז ער זאל עס בייזוויליג ארויסגעבן פאר א פאסטקע."

"פארוואס מיינסטו אזוי?" איז דער קאמאנדיר נישט זיכער.

"ווייל איך האב אנגעהויבן נאכצוגיין די אינפארמאציע, און איך בין ממש אויפגעשוידערט געווארן פון וואס כ'האב געזען. דא דרייט זיך א פאררעטער"...

"ווער?! ווער איז דאס? ווער איז א פאררעטער??? זאג מיר שוין, דעם סעקונדע!" האט זיך דער קאמאנדירט צופלאמט.

"קיין ווארט נישט!" הערט זיך א שטימע ביים טיר. א פארמאסקירטער פארשוין איז דארט געשטאנען מיט א ביקס אין די האנט. "דזשים, איין ווארט און איר ביידע זענט איר טויט!"...

די צוויי האבן זיך איבערגעבליקט. דער קאמאנדיר האט געגעבן א שלעפ ארויס פון זיין שיך א ביקס און געגעבן א שלעפ דעם צינגל אין ריכטונג פונעם פארשוין... יענער האט זיך אוועקגערוקט אין די לעצטע סעקונדע, און א הילכיגער גערודער האט פארציילט אז דער גלאזערנער טיר איז געווארן צושטיקלט אויף פיץ פיצלעך...

דזשים האט אויך ארויסגענומען זיין ביקס און זיך גענומען שיסן אין די לופטן... דריי ביקסן האבן געקנאקט קוילן, עס איז געווארן פאררויכערט די קליינער צימער'ל, אויסער פיסטערנישט און גערודער האט מען גערנישט מער געקענט זען אדער הערן. דער קאמאנדיר האט אין די בהלה זיך דערנענטערט צום טיר, מיטן פלאן צו עלימינירן דעם אומגעוואונטשענעם גאסט פון פאזיציע.

א שטויס אין בויך האט צושטערט זיינע פלענער... ער איז געפלויגן מיט זיין שווערע געוויכט אין די לופטן, אנכאפנדיג שטארק דעם ביקס... דזשים האט זיך צוריקגעצויגן מיט א געשריי פון היסטעריע, און דער פארשוין האט אריינשפאצירט אין די געדעכטע שטיקעדיגע צימער, מיט אן אויסגעשטרעקטן ביקס צום קאמאנדיר.

פון דער ערד האט דער קאמאנדיר פרובירט צו שיסן דעם פארשוינ'ס פיס, אבער אן ערפאלג.

פלוצלינג האט זיך דזשים ווילד אויפגעשטעלט און אנגעהויבן צו לויפן מיט אייפער צום ריכטונג פונעם פארשוין, מיט איין זעץ האט ער אים אומגעוארפן אויף דער ערד מיט קראפט... א פרישע רונדע מיט הייסע קוילן האט אנגעהויבן שפריצן אין אלע ריכטונגען...

דזשים האט נאך עספיעט צו שפירן א שטארקן זעץ אין די אויגן, איידער ער איז אראפגעפאלן א פאר'חליש'טער... אונטערן באוואוסטזיין האט ער נאך געהערט די שווערע געראנגל צווישן דעם פארשוין און דער קאמאנדיר, וואס איז געווען א פיזישער אנגריף פארמעסט, אבער מער פון דעם נישט...

***

אלטר האט זיך ענדליך אפגעשטעלט פון זיין פאר'חלומ'עריי, און אנגעהויבן צו טראכטן שנעל. ער האט נישט צופיל צייט, געלט איז שוין דא, מ'וועט זיך שוין העכסטנס שפעטער מסדר זיין מיט די מאפיא... יעצט גייט מען מסדר זיין דעם רשע, דער נאצישער גוסטאוו.

ער האט באלד טעלעפאנירט צו זיין פריוואטער פארשער דזשולי, וואס וועט אים העלפן פון דא און ווייטער. ער האט קורצליך איינגעמאלדן אז ער האט דאס געלט, און ער איז גרייט צו גיין ווייטער מיטן פלאן. דער פארשער האט אים געסקעדזשולט א מיטינג פאר פינף אזייגער נאכמיטאג.

דערווייל איז אלטר אריין אין די נאענטסטע בית המדרש, און געעפנט א תהלימ'ל, וואו ער האט פארגאסן טייכן טרערן, בעטנדיג דעם באשעפער ער זאל אים באגלייטן אויף דעם וועג וואס ער גייט זיך יעצט ארויסלאזן. ער האט געבעטן פון טיפן הארצן אז ער זאל קענען מקיים זיין די הבטחה פאר זיין זעליגער ברודער נחום הי"ד, אז זיין פארצוקט ווערן צווישן די ברוטאלע ציינער פון די מערדערישע הינט, וועט נישט פארשוויגן ווערן.

אין זיין דמיון האט ער שוין געזען ווי ער שטייט אין א קליינער צימערל קעגן איבער דעם געבינדענער שטאלצער נאצי, און שיסט אים אויס ציין נאך ציין, מיט א באזונדערע פארגעניגן... דער נאצי בעט זיך ביי אים: "האבן זי גענאדע אויף מיר, לאזן זי מיר לעבן"... אבער ער וועט נישט האבן קיין ברעקל רחמנות... ער וועט אים יעדן ציין ארויסשלעפן פון פלאץ...

אזוי האט ער ווייטער געזאגט תהלים, ביז ווען עס איז געווארן דער צייט צו גיין זיך טרעפן מיטן פארשער.

דער פארשער האט אים שוין אפגעווארט. אן קיין טראכטן צופיל, האט ער אראפגעלייגט די צען טויזענט פונט אויפן טיש. דער פארשער האט עס באלד געשטופט אין זייט, און געזאגט: "זייער גוט האסטו געטון, אז דו האסט געברענגט דאס געלט. אבער אצינד האב איך עפעס וויכטיגער ווי געלט, און דאס איז צו פאנגען און יעגן פארשאלטנע נאצי פארברעכער. עס זענען דא אומבאקאנטע נאציס, וועמען עס איז זייער שווער צו וויסן וואו זיי געפינען זיך"...

"דאס מיינט אז איר ווייסט אפילו נישט וואו גוסטאוו איז?"

"ניין, צום מזל האט גוסטאוו נישט געטוישט זיין נאמען אזויווי רוב פון זיינע פריינד. ער רופט זיך ווייטער אזוי, און דאס האט מיר פארלייכטערט זייער שטארק אים צו טרעפן, א זאך וואס קען נעמען לאנגע יארן."

"אלזא, וואו געפינט זיך דער פארשאלטענער געמיינער נידערטרעכטיגער פארדארבענער ש-ד?" גלאנצן שוין אלטר'ס אויגן.

"ער וואוינט אין א שטאט וואס הייסט "סאן פאולא" וואס איז א גאנצער לאנד אין בראזיל, דארט איז די צווייט גרעסטע נעסט פון נאצישע מערדער, איינס נאך ארגענטינע. איך האב נאכגעקוקט אז ער וואוינט דארט איינער אליין, אן קיין פאמיליע, און ער האט אן ארבעט אין א פאבריק וואס פרודוצירט פארשידענע קינדערישע שפילצייגן. מיינע אגענטן דארט האבן אים נאכגעקוקט, עס דארף נישט זיין צו שווער אים צו פאנגען. אבער זאלסט וויסן"... האט ער זיך אפגעשטעלט.

"וויסן אז?"

דער פארשער האט געקווענקלט א מינוט, און דאן געזאגט: "דער געגנט ווירבלט מיט נאציס, זיי זענען וואכזאם אויפן העכסטן אלערט. אויב איין זאך וועט גיין נישט געשמירט, וועלן די אלע עס. עס. אפיצירן ארויסקריכן פון זייערע לעכער, און מיטגרויס פארגעניגן נוצן זייער ברוטאליטעט ערפארונג פון יארן, אויף דער וואס וויל זיך מיט זיי פארטשעפענען"...

א סקרוך איז אים דורך אין די ביינער, אבער ער האט זיך געשטארקט. "איך בין גרייט צו גיין! נחום'ס בלוט איז נישט הפקר!"...

פארזעצונג קומט בל"נ.

פאר קאמענטארן איז דא א ספעציעלער אשכול.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

זעכצנטער קאפיטל

הערלאד גוטוויין איז שטילערהייט געלאפן און געלאפן, אויף אלע פיר פיס, ציטערנדיג אז מען זאל אים נישט נאכיאגן מיט קיין שמעק הונט. עס איז אים געלונגען אויסצורייסן דעם גאנצן בית הכסא פון ארט, און אנטלויפן דורך דער קאנאל פון אפפאל. עס איז געווען זייער נישט געשמאק, אבער פיל ווייניגער געשמאק איז געווען צו זיין אונטער די שרעקעדיגע צעבוזשעוועטע ברואים מיט וועמען ער האט געהאט יעצט צו טון...

זיין שרעק איז געוואקסן פון מינוט צו מינוט, זעענדיג אז ער ווייסט נישט וואו ער געפינט זיך, דאס באדייט אז ער איז מיט איין טריט צוריקצואוועגס פון זיינע נאכיאגער'ס. דאן האט ער באשלאסן אז וואס איז זיכער איז זיכער, ער מוז זאפארט אפהאקן זיין סעלפאן, ווייל אז נישט וועט מען אים קענען נאכיאגן, דורך די סיגנאלן פון זיין סעלפאן.

נאך איידער ער האט עספיעט דאס ארויסצונעמען פון טאש, האט זיך דער טעלפאן צוקלינגען... 'זאל איך אויפהייבן אדער נישט', קלערט ער שטילערהייט. דאן האט ער באשלאסן אויפצוהייבן, און מאכן אויף 'מעיוט'. דער שטימע וואס ער האט געהערט איז געווען קלאר און שארף:

"גוטוויין, זאלסט וויסן אז מען לויפט דיר נאך צוליב א טאשקע. איך ווייס אז דו האסט נישט קיין אהנונג איבער וועלכע טאשקע איך רעד, ווייל איך בין געווען דער וואס האט דיר אנגעווירטשאפט די גאנצע געשיכטע"...

די שטימע איז שטיל געווארן פאר א האלבע מינוט, און דאן פארגעזעצט: "די סיבה פארוואס איך האב עס געטון, איז ווייל איך דארף דיר עפעס וויכטיג איבערגעבן, און איך ווייס אז דו וועסט לויט די יעצטיגע אומשטענדן דאס נישט טון פאר קיין שום פרייז אין דער וועלט. און טאקע דערפאר וועט דיר מיין ווייטגרייכענדער האנט נאכיאגן, און עטליכע גרופעס וועלן דיר דערגיין די יארן מיט נישט געשמאקע ערפארונגען, ביז דו וועסט עווענטועל געברענגט ווערן צו מיר, מיט אייזערנע קייטן, און אויב וועסטו שטעלן א ווידערשטאנד - דאן וועסטו אנקומען צו מיר אויך מיט צוטיילטע אברים"...

גוטוויין האט פארשטאנען אז דער יעניגער מיינט, אז ער איז נאך אונטער געפענגעניש... אבער ער איז שנעל אנטוישט געווארן, הערנדיג דעם שטימע ווייטער:

"יעצט האסטו זיך טאקע ארויסגעגליטשט, אבער דו זעסט דאך אז איך ווייס וואס טוט זיך מיט מיר! דערפאר לאמיר דיר זאגן זייער זייער קלאר! אויב ווילסטו שפילן מיט מיר קאץ-און-מויז, זייער גערן. אבער דאס וועט קאסטן א פרייז, און א טייערע. אויב אבער ווילסטו קומען צו מיר מיט די אייגענע ווילן, דאן האב איך פאר דיר א וועג. איך געב דיר יעצט א נומער וואס דו זאלסט רופן אין דריי א האלב שעה ארום, צוויי קלינגעס, און אראפהאקן. אויב טוסטו דאס, איז א סימן אז דו ביסט גרייט צו קאאפערירן מיט מיר, און אויב נישט, וועסטו אנקומען אין מיינע הענט אויף די אויבנדערמאנטער וועג. דער נומער איז..."

יענער האט צוויי מאל איבערגעזאגט דער נומער, און אראפגעהאקט. גוטוויין האט עס שנעל אפגעשריבן, קודם זאל ער האבן דעם נומער. זאל ער רופן אדער נישט? דאס וועט ער שוין באלד זען.

אבער וואו גייט ער? דער נאכט הייבט שוין אן צו פאלן, און ער האט נישט קיין אהנונג וואו ער איז אויף דער וועלט. דאס ערשטע זאך פארלעשט ער זיין טעלפאן, און שפאצירט נערוועז אין די גאסן. ער וועט שוין קיין טעקסי נישט אפשטעלן, און א פארבייגייער אויך נישט.

'דאס בין איך, דער שטארקער העראלד גוטוויין, וואס האט געברענגט די גרעסטע ריכטער'ס און שרעקעדיגסטע פראסיקיוטער'ס צו זייערע קניען?' האט ער זיך געשעמט פון זיך אליין. 'דא לויף איך אוועק פון זיך אליינס, א פחדן, א דערשראקענער. אזאנס וועט נישט פארקומען! אלס שטאלצער דויטש וועל איך ווייזן פאר די וועלט אז מען קען נישט טון וואס מ'וויל! איך בין טאקע דא אין ניו יארק פאר א סיבה, צען יאר וואס איך ווייל אין די פאראייניגטע שטאטן, צו ענדיגן מיין מיסיע, און איך דארף מיר טאקע א שאקל טון'. קלערט ער נערוועז.

ענדליך זעט ער א פארק אין די זייט. ער גייט אריין אהין, און זעצט זיך אראפ אויף איינע פון די בענק, באטראכטנדיג די הערליכע בלומען וואס וואקסן פון ארום, מיט גרויס האס.

"בלומעלעך מיינע" רופט ער זיך אן, קוקנדיג צום הימל וויאזוי ער טוישט זיינע קאלירן צו פינסטערניש. "איר וועט זיין מיינע עדות, אז איך וועל מיין ריינע ראסע נישט פארשעמען, און פון די נידעריגע קלאסן וועל איך מיר נישט לאזן טרעטן. דער אויפן טעלפאן האט מיר געזאגט אז ער וויל מיר טרעפן? פיין, איך וויל אים אויך טרעפן, און דערלאנגען מיינע פויסטן וואס וועלן אים פלאך מאכן זיין געזוכט! מען קען זיך נישט ארומשפילן מיט מיר!!!"...

ער האט זיך ארומגעקוקט, נישט וואוסנדיג וואס זיין קומענדיגער שריט וועט זיין. איין זאך איז זיכער, אז ער דארף דא קעמפן מיט שטאלץ און אגרעסיע. ער וועט די כבוד פון די ריינע ראסע נישט לאזן פארשעמען, און אז עס וועט זיך אויספעלן וועלן עטליכע מענטשן פארלירן זייערע לעבנ'ס, און מעגליך אז ער איז צווישן די.

זינקענדיג אין זיינע מחשבות, איבער דער גרויסער פלאן וואס ער וועבט שוין פאר יארן, איבערצופלאנצן דעם טויזענט יעריגער רייך אינעם דעמאקראטישן אמעריקע, האט ער באשלאסן צו קוקן אויפן זייגער.

אופס. יעצט איז די צייט צו רופן.

רופן אדער נישט? אויב רוף איך, האב איך מיר געלאזט שאנטאזשירן. אויב רוף איך נישט, ווער ווייסט וואס עס ווארט מיר אפ...

און דאן האט ער באשלאסן אז ער וועט יא רופן צום נומער, אבער אויב וועט יענער רעדן מיט די קלענסטע אומרעספעקט, דאן וועט ער זיך אננעמען פאר זיך, און קעמפן ווי א ווילדער טיגער, וואס שלאגט זיך ביז זיין לעצטן אטעם.

ער האט אבער נישט גע'חלומ'ט אין וויסטן חלום, וואס דער טעלעפאן געשפרעך וועט מיט זיך ברענגען. ווען ער ווייסט ווען די ריכטונג אין וואס דער שמועס וועט אים פירן, וואלט ער אין זיין לעבן נישט געטון דעם שריט וואס ער טוט יעצט, נעמליך, צוריקרופן דעם אנאנימער רופער...

***

נח האט אריינגעקוקט אכמעד אין די אויגן אריין מיט א קלאטקייט, און זיך נישט דערשראקן פון זיין פעטיעטא שיילער. דער שיילער איז געקומען נענטער צום אויער, וואס איז געווען אויסגעצויגן זייער שטארק און ווייטאגליך.

ווי נאר אכמעד האט זיך איבערגעבויגן איבער נח, האט אים דער לעצטער געגעבן א ציה אויס זיינע פיס, און דער ריז האט געטראסקעט אויף דער ערד מיט א הילכיגן זעץ, אזש ער האט געזען שווארצע פייערדיגע רינגען פון אלע זייטן ארום אים. אכמעד האט ארויסגעלאזט א ברום וואס האט געשאקלט אלע ווענט, און נח האט אויסגענוצט די צייט צו אנטלויפן פון דארט...

ער האט אנגעהויבן לויפן צו אלע ריכטונגען, נישט וויסנדיג וואו ער דארף אנטלויפן. זעענדיג שטיגן אין די זייט, האט ער אנגעהויבן צו אראפלויפן דארט מיט א בהלה.

עס האט געדויערט א קורצע צייט, ביז ער האט געהערט שווערע טריט אונטער זיך. ער האט אנגעהויבן צו לויפן שנעלער, און אט זעט ער א רייע מיט טירן. ער עפנט די ערשטע, און פרובירט צו זען וואס עס איז דא דארט.

ער האט געמיינט ער פאלט אראפ.

אבא איז דארט געזעסן מיט א ברייטער שמייכל, און זיך רואיג געקייט א סענדוויטש, ער האט בכלל נישט אויסגעזען ווי א משכון...

"ששש..." זאגט אים אבא שטילערהייט. "קום דא אריין" ווייזט ער אים אויף א זייטיגע שאפע. אבא האט שנעל פארמאכט דעם טיר, כדי אכמעד זאל נישט זען אז ס'איז געווען אפן.

נח איז אריין אין די שאפע, און אבא האט אים געגעבן אנווייזונגען זיך נישט צו רירן איידער ער גיבט אים רשות... דאן האט אבא ארויפגעלייגט אין פארנט פון נח א שווערע שטיקל מעבל, אז קיינער זאל נישט טראכטן דאס איינער געפינט זיך פון אונטער אים.

ווען אלעס איז געווען מסודר, האט אבא געעפנט די טיר און באגעגנט דעם לויפנדעם אכמעד.

"העי אכמעד" שרייט ער. "וואס זענען געווען די קולות דא?"...

"וואו איז ער געלאפן?" סאפעט אכמעד.

"ווער" פארשטייט נישט אבא.

"דער יאהוד" קוויטשעט אכמעד מיט גרויס צארן.

אבא קוקט אים אן מיט בייזע בליקן. "איך בין אנטלאפן? איך שטיי דא נעבן דיר... וואס ווילסטו פון מיין לעבן האבן?"...

"נישט דו, דא איז געווען א אנדערער יאהוד!" ווערט אכמעד נערוועז, פילפאכיג מער ווי ביז יעצט.

"אכמעד שוין ווייטער האסטו געטרונקען!" זאגט אים אבא שטיל. "דו ציטערסט נישט אז אראפאט וועט וויסן אז דו טרינקסט אלקאהאל, אין די צייט וואס עס איז פארבאטן לויט דיין רעליגיע? איך האב פשוט מורא פאר דיר, אז דו הייבסט אן צו רעדן נישט געשטויגענע זאכן"...

"נישט געשטויגענע זאכן?" קוויטשעט אכמעד א דערביטערטער. "קוק מיר אן, איך בין צוזעצט פון אלע זייטן... זאגסטו מיר נישט געשטויגענע זאכן? שעמסט זיך נישט?"...

אבא האט זיך צולאכט אויפן קול... "כא כא כא... פאריגע מאל ווען אראפאט האט דיר געזען זיך וואלגערן א שיכור, האט ער דיר כמעט דעם קאפ אראפגענומען. ווען נישט מיר וואלט ער דיר צומאלן. דעמאלט האט דיר אויך א יאהוד געשלאגן, הא אכמעד?"

אכמעד האט אים אנגעקוקט מיט קעלבערנע בליקן.

"איך זאג דיר" זעצט אבא פאר. "גיי לייג דיר אראפ, וועסט ווערן ניכטער, און דיינע פאנטאזיעס וועלן זיך צעבלאזן פון זיך אליין. עס איז נישט געזונט אז אראפאט זאל דיר אזוי זען. ס'איז נישט געווען דא קיין שום יאהוד, גיי שלאפן, און נאכדעם וועלמיר רעדן".

"עס איז נישט געווען דא קיין יאהוד?" פרעגט אכמעד איבער, ווערנדיג כמעט איבערצייגט אז ער איז אנגעטרונקען.

"אויסער מיר" שמייכל אבא "איז נישט געווען דא קיין שום יאהוד. גיי שלאפן, אז נישט קען דיר אראפאט לייגן שלאפן, און אויף אייביג. דו ווייסט דאך אכמעד אז כ'בין דיר א געטרייער פריינט, קענסט האבן צוטרוי אין מיר"...

אכמעד האט זיך אויסגעדרייט און אפגעטראגן, רעדנדיג צו זיך "כ'האב געטרינקען אדער נישט? איז געווען דא א יאהוד אדער נישט?"...

ווען מ'האט שוין נישט געהערט גארנישט, האט אבא געהערט א קלינגעדיגע געלעכטער פון אונטער זיך. דאס איז געווען נח, וואס האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון די שפיל וואס אבא האט דא געמאכט, צומישנדיג דעם אראבער אזוי שטארק, אז ער האט שוין מער געגלייבט אבא'ן, ווי דאס וואס ער האט ווירקליך איבערגעלעבט...

אבא איז צוגעקראכן צום שאפע, און געזאגט פאר נח: "דו ביסט ווארשיינליך דא מיר צו ראטעווען. אבער ווי עס שיינט פעלט דיר אפאר שטיקלעך פון דיין פאזל... אלזא, לאמיר דיר דערציילן פונקטליך פארוואס איך בין דא, וואס איך זוך דא, וואס איז מיין אמת'ער ציל, און אסאך אסאך זאכן וואס זעען אויס מאדנע, וועלן דיר פארענטפערט ווערן...

די קומענדיגע צוויי שעה האט אבא גערעדט, און נח האט אים אויסגעהערט מיט גרויס אינטערעסע, נישט גלייבנדיג זיינע אייגענע אויערן. עס האט זיך געהערט ממש ווי א פאנטאזיע ביכל, אבער די פאקטן האבן געשטימט, און שוין צו גוט...

פארזעצונג קומט אי"ה!

קאמענטארן אין דעם געהענגל זייט מוחל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

זיבעצנטער קאפיטל

דזשולי האט אנגעקוקט אלטר, און געזאגט: "אויב ביסטו גרייט טאקע צו גיין מיט מיר קיין סאן פאלא, לאמיר באשטעלן טיקעט'ס אהין, און מיר וועלן כאפן דעם נאצי, דער פארברעכער גוסטאוו, צו נוקם זיין אין דיין ברודער'ס בלוט".

"יא איך בין גרייט. באשטעל א טיקעט, און מיר וועלן פארן אין די ערשטע געלעגנהייט".

"נאר א קליינעקייט, אלטר. פאר די סוקסעס פון דעם מיסיע, ברענג מיט דיין אינגעלע".

"מיין אינגעלע? וואס וועט ער טון אין סאן פאלא? ער וועט דאך בלויז זיין א שטערונג אין וועג... א קינד איז דאך נישט איינער וואס קען זיין אנוועזנד אין אזא אקטיווער מיסיע, וואס וועט זיין געפארפול און ווילד".

"פונקט פארקערט" שמייכלט דער פריוואטער דעטעקטיוו. "די נאציס שפירן זיך גאנץ באקוועם דארט אין זייער קווארטל. זיי האבן זיך אן אייגן גרופע וואס ווערט אנגערופן די "על. זי. פי." וואס איז די ראשי תיבות פון ל'עבן ז'י פ'יהרער. זייער ציל איז א קלארער, צוריק אויפצולעבן דעם פיהרערישער היטלעריסטישער ציהל. אז זיי שמעקן נאר אביסל ווי איינער פון אידישן אפשטאם טרעט אהין אריין, זענען זיי באלד גרייט צו גיין ווייטער מיט די פלאן אויסצוראטן די אידישע ראסע".

"איר זענט זיכער"? הייבט אהן אלטר צו צווייפלען אויב ער זאל טאקע פארן קיין סאן פאלא.

"זיכער איז נישט דאס ווארט, א ביליאן פראצענט. ערשט צוויי וואכן צוריק האבן זיי געלינטשט איינעם יורם קוביצקי, א איזראעלישער פריוואטער דעטעקטיוו, וואס איז געקומען כאפן א בליק אויב זיין קרבן איז דארט. יענער איז נאר אנגעקומען אין האטעל, און נאכדעם וואס זיין פאמיליע האט נישט געהערט פון אים, האבן זיי אראפגעשיקט די פאליציי אהין".

"און?" איז אלטר געשפאנט.

"די פאליציי אין סאן פאלא... זיי זענען דאך געמיינע פארברעכער, קאלאברירער מיט די נאצישע קרימינאלן". זאגט דזשולי מיט א טרויעריגער טאן.

"ימח שמם וזכרם, אפגעבראטן זאלן זיי ווערן ווי א ציגארעטל, וואס ווערט אויסגענאגט. זאלן זיי זיין ווי בירנעס, וועלכע ברענען בייטאג און הענגען ביינאכט"... קומט ארויף א שוים אויף די ליפן פון דעם אלטר. "למעשה, וואס איז געווארן מיט יענעם געטעקטיוו"?

"אוי, דו ווילסט נישט וויסן. מ'האט אים געפינען ערמארדעט, און א ריזיגער האקן-קרייץ איז געווען אויפגעקריצט אויף זיין רוקן. אונטער דעם איז געשטאנען די ווערטער "על. זי. פי." ווערט דזשוליס טאן נאך טרויעריגער. "די פאליציי האט פארווישט די שפורן, און די משפחה וויינט... און דאס איז נאך פאר ער האט גערעדט מיט איינעם, אדער געטון עפעס".

אלטר האט אריינגעקוקט אין די אויגן פון דזשולי, און געפרעגט דירעקט אין די אויגן אריין: "זאג, דו ביסט אויפן קאפ געפאלן?! דו ביסט א מערדער? דו ביסט א נאצי?"

א קאלטער שווייס האט באדעקט דעם פריוואטן דעטעקטיוו. "וואס פאלט דיר ביי אזא זאך?" האט ער געזאגט נאך א מינוט שטיל שווייגעניש.

"דו ווילסט אז איך זאל אהין טראגן מיין אינגעלע? וואס גייט פאר מיט דיר? דו ווילסט מיר אויסמעקן פון די וועלט?"

דער קאליר איז צוריקגעקומען צום פנים פון דעם דעטעקטיוו דזשולי. "פונקט פארקערט. כדי עס זאל נישט אויסזען וויאזוי דו קומסט פאר א מיסיע קעגן א דייטש, דארפסטו מיטברענגען דיין אינגעלע, ווייל אזוי וועלן די נאציס וואס פאטראלירן דעם געגנט מאכן א חשבון, אז איינער וואס קומט נאכיאגן די דייטשן, קומט דאך נישט מיט קיין קינד... און אזוי וועט נישט פאלן קיין פארדאכטן אויף אונז".

"עפעס זאגסטו. כ'האב אבער מורא".

"פאר דעם קום איך מיט מיט דיר, און מיט אן אנגעלאדענטער ביקס. אז נישט האבן מיר שוואכע שאנסן מיט די ארבעט".

"גוט. איך פארלאז מיר אויף דעם באשעפער, אז דו וועסט מיר העלפן מאכן א פראפעסיאנאלער ארבעט, און אפווישן דעם רשע גוסטאוו פון די מאפע, אזויווי כ'האב צוגעזאגט פאר מיין לעכטיג ברודער נחום".

"איז איך גיי באשטעלן דריי טיקעט'ס" זאגט דזשולי. "דו פאק איין א רענצל, איך האף אז ביז א וואך צוויי וועלן מיר זיין אויפן וועג צוריק"...

"א דאנק מיסטער דזשולי. א דאנק" האט אלטר געזאגט, און איז אוועק פון דארט מיט א הארץ, פיל מיט האפענונג. שטייענדיג ביים טיר, האט אים דער פארשער צוריק גערופן.

"וואו איז די צען טויזענט פונט וואס דו האסט פריער געהאט? איך דארף עס צו באשטעלן די טיקעט'ס, און איינרישן די וועג".

אלטר האט אים דאס געגעבן, און זיי האבן זיך גערייכט די הענט איינער מיטן צווייטן. דזשולי האט אים ארויסבאגלייט, ביז אלטר איז ארויס פון יענעם שטאק.

ווען ער האט אוועקשפאצירט, האט דער דעטעקטיוו דזשולי פארמאכט אונטער זיך דעם טיר, און עס פארשלאסן. ער האט זיך באלד ארויפגעווארפן אויפן טעלעפאן, און געדרוקט עטליכע נומערן.

"א גוטן, דאס איז דער הייל פון לאנדאן. דער הונט-מערדער איז יעצט דא געווען, מיר וועלן זיין ביי דיר קורצליך. גוסטאוו, זיי גרייט מיט א ברוך הבא, און פארגעס נישט מיין פעקעלע געלט"...

נאך א מינוט וואס יענער אויפן צווייטן זייט טרייבל האט גערעדט, האט דער דזשולי זיך צושמייכלט, און געענטפערט קורץ: "זארג נישט זארג נישט. עס וועט פון אים גארנישט בלייבן, ער וועט קומען מיט זיין איינציג זוהן צו דיר... וועסט זיי ביידע אפווישן... ווען איך מאך א דזשאב, איז עס געמאכט הונדערט פראצענט"...

און ער האט אראפגעלייגט מיט א טייוולאנישער שמייכל...

***

דער סי. איי. עי. קאמאנדיר האט זיך שטארק אנגעכאפט אין די קערפער פון דעם אנגרייפער, און אים פרובירט צו אראפווארפן אויפן ערד, אבער עס איז נישט געגאנגען אזוי לייכט. נאך דריי מינוט, זענען זיי שוין ביידע געווען שוואך און דערמאטערט.

"הער אויס" האט דער קאמאנדיר אויסגערופן. "מיר האבן דא ביידע אינטערעסן. לאמיר זיך אראפזעצן און דאס אויסשמועסן ווי צוויי נארמאלע מענטשן".

"גרייט. מיט איין תנאי" האט יענער נאכגעלאזט די שווערע דרוק פון זיינע פינף רעכטע פינגער, וואס האבן כמעט דערשטיקט דעם קאמאנדיר".

"און דאס איז?" ווערן די קאמאנדיר'ס פינגערס אויך לויזער.

"אז דו פירסט מיר נישט ארויס מיט קייטן פון דא, און אז מיינע ווערטער וועלן נישט האבן קיין שום כח צו גענוצט ווערן אין געריכט".

"א געשעפט". לאזט דער קאמאנדיר אראפ זיין ביקס, און שטופט עס צום צענטער פון צימער.

דער אנגרייפער האט נאכגעמאכט די זעלבע זאך. ער האט געווארפן דאס ביקס, און ביידע האבן זיך געזעצט צום טיש.

"טוה אויס דיין מאסקע זיי אזוי גוט" האט דער קאמאנדיר געבעטן.

"נישט איידער איך ענדיג רעדן" האט יענער שארף געזאגט.

"גוט, רעד".

"אין ניו יארק געפינט זיך אן אדוואקאט וואס ווערט גערופן העראלד גוטוויין. ער איז א באקאנטער אדוואקאט. די עף בי איי האט שוין לאנג געהאט פארדאכטן אז עפעס טויג נישט מיט אים, ער זעט אויס ווי אן היבשער אונטערוועלטניק".

"גוט מארגן. דאס איז מיר נישט קיין חידושים"...

"לאזט מיר אויסרעדן הער קאמאנדיר". האט יענער געהעכערט זיין טאן. "ער ווערט דאך פארדעכטיגט אין אנפירן א געהיימע נאצישער צעל אין ניו יארק, וואס ווי באקאנט האבן די אראבישע לענדער געמאכט א דיעל מיט געוועזענע נאציס, אז זיי וועלן צושטעלן געווער און טעכניקן פאר די גאלף לענדער, און איינמאל אמעריקע וועט פאלן פון די טעראר, וועט מען זיך נעמען איבער זייער מיסיע צו אויסרייניגן די אידישע און ציגאנער ראסעס"?

"זאג, דו מיינס איך בין א חדר אינגל"? האט זיך דער קאמאנדיר אויפגערעגט. "די אלע זאכן ווייס איך נאך אזוי גוט ווי דיר, פארדריי מיר נישט קיין קאפ. דו קענסט מיר זאגן וואס דא גייט פאר? באלד וועסטו מיר פארציילן די "באמבע" אז דער גוטוויין איז גאר דער פירער פון די על. זי. עף. גרופע פון סאן פאלא? האסט נאך עפעס אינפארמאציע?"

"זיכער האב איך". האט יענער געענטפערט. "אבער אויב וועסטו גיין קעגן מיר מיט שארפע רעטאריק, וועל איך דיר נישט קענען דערציילן וואס עס גייט פאר".

"גוט, רעד. אבער איך ווארן דיר, פארקויף מיר נישט קיין נעכטיגע פעניצלעך!" האט דער קאמאנדיר אנגעהויבן ווארפן בליקן צו זיין ביקס אין צענטער פון צימער.

"מיר האלטן אינמיטן נאכגיין גוטוויין, אבער ער איז אונז פלוצלינג פארשוואונדן געווארן. עס איז דא איין זאך וואס וועט קענען מאכן אים צוריקברענגען, און דאס איז, אויב מיר וועלן פאר איין געוויסער אגענט, ארויסגעבן דעם סוד פון די "אפאראציע פויגל געטראנק"... און דאס איז זייער וויכטיג".

"ביסט משוגע?" צעפלאמט זיך דער סי. איי. עי. דירעקטאר נאכאמאל. "אז די דעטאלן פון די אפאראציע רינט ארויס, דאן וועט אמעריקע ליידן גאר גרויסע בושות, עס וועט זיין א שאדן וואס מ'וועט מער קיינמאל נישט קענען פאררעכטן!"

"און אז מיר האבן פארלוירן גוטוויין, און מיר האבן אים נישט צוריק, וועט זיין נאך גרעסערע צרות. קוק אהער, לייען דעם דאקומענט וואס איך האב דא אין מיין טאש"...

דער קאמאנדיר האט גענומען דעם דאקומענט, און דאס געליינט מיט איין אויג, ווען אין די זעלבע צייט האט ער אבזערוורירט דעם פארמאסקירטן פארשוין מיטן צווייטן שווארץ-אפעל.

וואס א שורה שפעטער, האבן זיינע הענט געטרייסלט מער און מער, ער האט געשפירט אז ער האלט דאס נישט אויס. וואס זוכן אמעריקע'ס גרעסטע סודות אין די קעשענע'ס פון פארמאסקירטע פארשוינען מיט אנגעלאדנטע ביקסן?

און דער פארשוין איז גערעכט... וואס ער זאל נאר טון, וועט דאס זיין אן אטאם באמבע, וועלכע וועט פארשעמען אמעריקע פארנט פון די גאנצע וועלט. איי איי איי, וואס טוט מען ווייטער דא? עס זעט נישט אויס אז עס איז פארהאנען א וועג ארויס פון דעם פלאנטער...


פארזעצונג קומט אי"ה!



איך וועל מיר פרייען צו הערן אייערע קאמענטארן, אין די ספעציעלע קאמענטארן אשכול!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

Re: די מיסטריעזע טאשקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אכצנטער קאפיטל

זיי זיצן אלע ארום דעם טיש מיט פארמאכטע פויסטן, און טראכטן איבער וואס זייער קומענדיגן שריט וועט דא זיין.

אנהייב האט אויסגעזען ווי עס איז דא א געוויסע פלאן, שווער, געוואגט, אבער אויסגערעכנט. די ריזיקע איז טאקע גרויס, אבער די ערפארונג פון די געלערנטע לייט מיט די קאפ אויף די פלייצע, איז פיל פיל גרעסער פון דעם. און דערווייל זעט זיך אויס, אז זיי האבן געמאכט א טעות.

נתן שווארצבערג, מיט די פייערדיגע אויגן וואס האבן געברענט ווי צוויי קאכעדיגע פאקלען, האט איבערגענומען דאס ווארט. ער האט גערעדט שטיל, אבער מען האט געקענט הערן פון זיי שטימע ווי ער קאנטראלירט זיך, נישט ארויסצושפרינגען פון זיין אייגענע הויט.

"אלזא, האבן מיר פארלוירן איינער פון אונזערע בעסטע און מערסט-געוואגטע אגענטן, אין נישט קיין צווייטע ארט ווי עזה-פאס, וואס איז נאנט צום גרויסן מאסן מערדער, יאסיר אראפאט. וואס דאס איז זייער, זייער שלעכטע נייעס".

יעדער האט מיטגעשאקלט מיטן קאפ, די טרויער האט זיך דערקענט אויף אלעמענ'ס געזיכטער.

"די נאך שלעכטערע נייעס איז, אז איינער האט אפגעווארט נח מיט מוישי. דאס מוז זיין איינס פון די צוויי - אדער האט זיך די פארשאלטענע גרופע פון אראפאט אריינבאקומען דא ביי אונז אין די ביורא, און מיטגעהאלטן די פלענער"...

נתן האט זיך אויפגעשטעלט פון ארט, און אנגעהויבן אריינצוקוקן יעדעם אין די אויגן, מיט שארפע שטעכעדיגע בליקן. עפעס צו וואס זיי זענען קיינמאל נישט געווען געוואוינט ביז היינט.

"אדער... אדער" זאגט ער ווייטער, זיי גליענדיג מיט זיינע ברענעדיגע שווארץ-אפלען - "אדער איז דא איינער ביי אונז, וואס איז נישט אויף אונזער זייט. ער גיט איבער סודות פאר מענטשן וואס דארפן זיין די לעצטע, אדער ניטאמאל דאס!!!".

נתן האט זיך צוריק אראפגעזעצט. "אין גמרא יומא זעט מען וויאזוי די כהנים פלעגן ווארענען דעם כהן גדול און דאן האט יעדער זיך געזעצט וויינען, די כהנים האבן געוויינט אז זיי זענען מעגליך חושד דעם כהן גדול, און דער כהן גדול האט געוויינט פארוואס מען איז אים חושד, אז אפשר האט ער מחשבות פון מינות". האט ער געזעצט אויפן טיש. "עס וועט קומען א טאג וואס מיר וועלן וויינען!".

ער האט זיך צוריק אויפגעשטעלט. "די פראגע איז נאר, ביז ווען מיר וועלן כאפן דעם פראבלעמען מאכער, וויפיל נאך מענטשן וועלן וויינען!? וויפיל קרבנות וועלן שרייען אין פיין?! וויפיל אידישע נשמות וועלן אוועק געבן זייערע לעבנס צום באשעפערס צווישן שפיזיגע נעגל פון אראבישע טעראריסטן?! וויפיל בלוט-באדן און טעראר אטאקעס וועלן נאך פארקומען ווייל איינער דא אין די פראפעסיאנאלע 'יד לאחים' רעדט וואס מען דארף נישט?!"...

א סקרוך איז יעדעם אריבער אין די ביינער. זיי קענען גוט נתן. דער וואס האט זיי פארראטן, וועט נישט ביליג אפקומען.

"אלזא רבותי, איך האב א וועג צו געוואר ווערן ווער עס איז מיר געטריי און ווער נישט, און איך בעט אייך זייער"...

ער איז געווארן איבערגעהאקט דורך א קלינג פון א סעלפאון. דאס איז געווען זיין פריוואטע, געהיימע סעלפאון. גאר ווייניג מענטשן - אונטער צוואנציג אין צאל - האבן געהאט דעם נומער.

ער גיט א קוק, און רעדט צו זיך אליינס: דאס איז דאך דער נומער פון נח!...

אין א סעקונדע הייבט ער אויף, און ער הערט א פרעמדע, הארטע און דיקע שטימע רעדן...

ער האט אויסגעהערט פאר גאנצע דריי מינוט, ווען זיין מויל איז אים געווען ברייט אפן. די ארומיגע האבן גארנישט געקענט הערן, אבער זיי האבן געזען ווי זיין געזיכט ווארפט קאלירן. נאך דריי מינוט האט זיך דער סעלפאן אפגעהאקט, און נתן איז אריינגעפאלן אין זיין בענקל א פארסאפעטער.

"יעדער זאל אהיימגיין" האט ער ארויסגעזידט צווישן די ציין. "דער זיצונג איז געשלאסן פאר היינט".

ערשט ווען דער לעצטער האט פארלאזט דאס ארט, האט ער זיך ערלויבט צו זאגן: "דאס קען נישט זיין! דאס קען נישט זיין! ווער איז דער שלאנג?!"...

***

מיט ציטערדיגע הענט האט העראלד גוטוויין גערופן דעם נומער וואס ער האט געהאט אינעם צעטל. ער האט זיך נאכאמאל איבערגע'חזר'ט אז אויב יענער רעדט איין ווארט אן רעספעקט, קנאקט ער באלד אראפ דעם טעלעפאון.

עס האט געקלינגען פיר מאל, און דאן האט ער געהערט די שטימע אויף די אנדערע זייט. עס האט זיך געהערט א יונגע שטימע, מיט א שווערע בריטישע אקצענט. "היי".

"א גוטן. וואס קען איך אייך העלפן?" האט גוטוויין געזוכט צו גיין 'תכלית'.

"יא מיסטער גוטוויין. דו ביסט דאך באקאנט אלס א געניטער אדוואקאט, וואס דיין גוטע נאמען גייט גאר ווייט. די גרעסטע ריכטער האבן פאר דיר כבוד און רעספעקט, דו פארוואנדלסט די שרעקעדיגסטע געריכטן אין א צירקוס-פארשטעלונג... ביסט א מענטש מיט כאריזמע און דו פארמאגסט גאר אסאך טאלאנטן אין דיר".

גוטוויין האט זיך אויפגעבלאזן מיט שטאלץ. דאס איז עס, אזוי דארף מען רעדן מיט אים.

'דאנקע שעהן' האט ער געוואלט ענטפערן, אבער דאן האט ער געביסן די ליפן. יענער האט פארגעזעצט. "זעענדיג אז דו האסט אזויפיל סוקסעסן, זענען געווען מאנכע וואס האבן דיר דאס נישט פארגינען, און באשלאסן דיר צו דערגיין דאס לעבן. א זאך וואס דו פארדינסט נישט, און א זאך וואס עס קומט דיר נישט". זאגט יענער יונגער בריטישער ווייטער.

"אלזא? דו ווילסט עפעס?" האט ענדליך גוטוויין געפלאצט.

"יא. איך וויל מיט דיר מאכן א געשעפט. דו וועסט קומען ארבעטן פאר אונז, און מיר וועלן דיר צאלן צען מאל אזויפיל וויפיל עס צאלן דיר דיינע קליענטן".

"מיינע קליענטן" האט גוטוויין געזאגט מיט אומבאהאלטענע שטאלץ. "מיינע קליענטן געבן מיר מיליאנען"...

יענער האט געווארט אפאר סעקונדעס, און דאן געענטפערט: "קען זיין. אבער מיר האבן א קאסע, גאר א גרויסע קאסע, וואס דאס האט נישט קיין מיליאנען, נאר שווערע ביליאנען! און מיר זענען גרייט צו צאלן וואס אימער דו וועסט בעטן, כדי צו קענען נוצן דיינע פעאיגקייטן און טאלאנטן".

"איך הער, איך הער. און זאג נאר, מיט וועמען רעד איך דא? ווער פארמאגט די קאסע?" פרובירט גוטוויין צו דערגיין אביסל מער דעטאלן.

"מיר זענען גאר גאר א געהיימע גרופע, פארשלייערט אונטער אן ארגאניזאציע פון 'פרידן און הארמאניע', אבער מיר האבן קאנטאקטן מיט די פינסטערסטע קעמערלעך איבער די וועלט, פון די אראבישע ביז די איטאליענע, פון די סאוויעטן ביז די אמעריקאנער, פון טיוואן קיין אפריקע, איבעראל"... האט יענער געענטפערט מיט נישט ווייניגער שטאלץ.

"און וואס איז ענקער ציל? וועלכע סארט טאלאנטן דארפט איר פון מי ---"...

גוטוויין האט געזען א מאן דערנענטערט זיך צו אים מיט שנעלע שנעלע טריט. דער מאן האט אויסגעזען ווי אביסל א הינקעדיגער, אבער גוטוויין האט באלד באמערקט אז זיין בארד איז נישט קיין עכטע, און פון אונטער זיין פאסיק שטעקט זיך ארויס א ביקס.

ער האט זיך באלד אויפגעהויבן און געוואלט אנהייבן צו לויפן, ווען יענער יאגט אים נאך. גוטוויין האט גענומען א גרויסע צווייג וואס איז געלעגן אין וועג, און עס געגעבן א שליידער צו יענעמ'ס ריכטונג.

יענער איז אבער געווען פלינקער פון אים, און עס איבערגעשפרינגען מיט אן אויסטערלישן שנעלקייט. 'דאס דערמאנט מיר פון די טרענירונגען וואס די אמעריקאנער 'נעווי סיעלס' גייען אריבער' האט גוטוויין געטראכט צו זיך מיט א קענטיגע שרעק.

"הערסטו מיר?" האט יענער אינעם טרייבל ווייטער גערעדט. "כדי מיר זאלן קענען אנקומען צו אונזער ענדגילטיגער ציל פון"... יענער איז שטיל געווארן.

גוטוויין האט זיך דערווייל באהאלטן אונטער א גרויסע מיסט-קאסטן, און געזען וויאזוי דער מאן לויפט ווייטער פאראויס, אים זוכנדיג.

ער איז באלד ארויסגעשפרינגען, ארויסגעצויגן זיין ביקס מיט די פרייע האנט וואס האט נישט געהאלטן דעם סעלפאון, און געוואלט שיסן דעם מאן פון אונטן, אים געבן א געצילטן קויל אין גענאק אז ער זאל עס נישט איבערלעבן. דאס קען ער גוט, ער האט זיך לאנגע יארן טרענירט דערפאר. און ער האט שוין צענדליגע מענטשן אוועק געלייגט מיט בלויז איין קויל אין גענאק...

ער הייבט אן ציילן שטיל, איינס... צוויי... דריי...

דער מאן אבער גיט זיך א דריי אויס אין אן אויגנבליק, ווי ער וואלט ערווארטעט אז גוטוויין וועט טאקע נוצן דעם טאקטיק, וואס ער נוצט שוין פאר לאנגע יארן... ער האט אויסגעצויגן זיין ביקס, און יענע רגע האט גוטוויין אויך אויסגעצויגן זיינס. זיי זענען געשטאנען איינער קעגן צווייטן, ביידע האבן אויסגעזען ווי אויסגעהונגערטע לייבן וואס זענען גרייט צו פארציקן זייער רויב אין אן אויגנבליק.

'איך שלעפ דעם צינגל, זאל זיין וואס זאל זיין'... האט גוטוויין באשלאסן.

אבער אין יענע רגע האט ער קעגן איבער אים געזען נאך א פארשוין. און דאן א דריטע, און א פערטע. זיי האבן אים פאכמאניש ארומגענומען פון אלע זייטן, ער איז דא געבליבן שטעקן.

אלע פיר האבן אין די זעלבע סעקונדע אויפגעהויבן דעם ביקס, און געצילט צו זיין קאפ.

"ווארף אראפ דעם ביקס און גיב זיך אונטער!" האט איינער פון די פיר געדונערט. "דו האסט ממילא נישט וואו צו לויפן!"...

גוטוויינ'ס האנט איז געווען פארפרוירן, די טרייבל איז נאך געווען צוגעקלעבט צו זיין אויער. "דו דארפסט הילף?" האט יענער זארגפעלטיג געפרעגט, איינמאל און נאכאמאל.

און וואס ער האט דאן באמערקט, האט געמאכט זיין טרייבל טראסקענען אויף די ערד אין גרויס שאק...

פארזעצונג קומט אי"ה.

פאר קאמענטארן ביטע ווענדט אייך צו דא

הקאפיטל נדבת ליבו הטוב של ידידינו ר' וויכי!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”