ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 11: ווען דער באס דרייווער איז בלינד

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 11: ווען דער באס דרייווער איז בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

בילד


אין א שיינענדיגע פעקל ליגן די ווייטאמינען, הערליך רעפרעזענטירט, עס ציעט אן אויג. די קאפסול פארשפרעכט אייך צו האלטן געזונט און פריש, פאקוסירט, אויף, און פרייליך. טייל וועלן אפילו קעיר נעמען פון אייער עין הרע פאר די זעלבע פרייז.

שוין לאנג וואס אייזיק טראכט אז מען דארף עס גיבן א שאנס, אויב קען עס האלטן פאקוסירט אין די נאכמיטאג שעות איז עס דאך ממש וואס ער זוכט! אבער כאן הבן שואל כסף מנלן... אזא פעקל גייט פאר דריי מאות שקל כסף עובר לסוחר, און דאס איז ווייט פון א לוקסוס אויף וואס ער גייט ספענדן זינט איר גאנצע שוויות איז נאך ביי אים מוטל אין א גרויסע ספק.

בלעק פריידעי! וואו מ׳קריכט הערט מען נאר דאס, די פראמאציעס פאלדער נעמט אריין צענדליגער אימעיל׳ס א מינוט, עס איז די הייסטע סעזאן! לויפט און קויפט! די וויטאמין פירמע איז נישט קיין יוצא מן הכלל, זייער שרייעדיגע עדווערטייזמענט ״דרייסיג פראצענט אראפ!״ האט געמאכט די דשאב מיט אונזער אייזיק און ער האט עס געקויפט.

ביים זעהן זיין פראדוקט האט ער זיך עפעס דערמאנט...

אייזיק זיצט אויפן רעקליינער, די צייטונג אויסגעשפרייט אויף זיינע לענדן, נארוואס געענדיגט נאכטמאל נאך א שווערן טאג, וואגן זאל איינער זיך אים צו שטערן היצט!

דאס ווייבל קומט אריין, ״אייזיק! מיין מאמע האט יעצט אויפגעקלינט איר ווענעטי פאר פסח און איך האב זוכה געווען צו אירע פארבליבענע ווייטעמינען! עס איז נאך אין זייער א גוטע קאנדישאן... בלא בלא בלא...

אייזיק גיבט א ברעטשע ארויס, הער שוין אויף מיט די דמיונות, יעצט גיי איך עס דארפן נעמען יעדן טאג? שיט עס זיי מוחל ביטע אריין אין מיסט קאסטן און טרעף דיר גרעסערע אוצרות ביי דיין מאמען.

א הערליכע ספר איז יעצט אין דרוק און וועט זיין צו באקומען נישט פריער ווי א חודש, זאגט משה פאר יענקל מיט אזא סאפיסטיקירטער שמייכל אויף זיינע לעפצן ווי צו זאגן פרעג מיר נישט פון וואו איך ווייס, איך האב מיר מיינע מקורות...

ער זאגט גוט, דרש׳נט דער חכם ווייטער, איך האב ביי מיר א פידיעף פייל פון א חלק פון די ספר, איך זאג דיר, דער מחבר איז פיינע נייעס! דער גייט צווישן די טראפן און ברענגט ארויס געוואלטיגע ענינים. בעצם איז עס נאכנישט אפיציעל, רייצט משה ווייטער, עס האט ארויסגעליקט אויף די אינטערנעט, איך זאג דיר עס איז פריש ווי די רוחות!

יענקל, א טיפישער כולל אינגערמאן וואס ווייסט ווייניג איבער אינטערנעט און פידיעף פייל׳ס שפירט אז עפעס מעכטיג טוט זיך דא אפ אונטער זיין רוקן, ער בעט גלייך, שיק מיר עס ווען עס קומט ארויס... איך בין גרייט צו באצאלן וויפול דער וועט נאר נישט בעטן...

א חודש שפעטער:

יענקל דאוונט שחרית אין זיין טעגליכע מנין, ווען דער ירושלים׳ע איד קומט צו מיט א האנטפול קוואדערס, ״צדקה״, יענקל ווי זיין שטייגער איז אים מכבד מיט א דיים, אבער אומערווארטעט ציט יענער פלינק ארויס פונעם בוזעם טאש א קונטרס און שטרעקט עס אויס צו יענקל.

שוין ווייטער קומען זיי דא מיט שמות, די ברסלב׳ע חברה... יענקל נעמט דעם קונטרס און רוקט עס אריין ערגעץ אין א ווינקל, לאמיר ליבערשט פארגעסן דערפון.

אייזיק נעמט טייערע וויטאמינען און ווארפט זיי אין מיסט, גייט נישט דורך קיין לאנגע צייט און ער צאלט צוויי מאות פאר אקוראט דעם זעלבן שפיל. יענקל ווארט קוים א געוויסע ספר זאל ארויסקומען, ווען עס איז שוין ענדליך אינדרויסן רעגט ער זיך גאר אויף דעם וואס פארקויפט עס אים פאר א ניקל!

דיין ערשטע ציגארעטל האסטו געגליכן? רוב רויכערער וועלן ענטפערן ניין. דאן פארוואס האסטו אנגעהויבן? עההםם...

רוב מענטשן מאכן נישט קיין החלטות באזירט אויף שכל. געפיל שפילט די עיקר ראלע אין כמעט יעדע החלטה, און געפילן זענען נישט משועבד צו פאקטן. זיי פירן זיך זייער קרעמל און לאזן די דעת אינדרויסן.

מארקעטינג טארגעט די געפיל פונעם מענטש ווייל דאס איז דער ענדגילטיגער שופט.

ווען א מענטש זעהט א זאך ווערן פארטיילט בחנם קומט גלייך ארויף א געפיל וואס טענה׳ט אז דער חפץ איז טאקע ווערט וויפול עס קאסט. און אז עס איז גארנישט ווערט גייט עס אין שמות אן קיין פיפס.

איבערגעלאזטע ווייטעמינען ביים שוויגער? פארוואס זאל עס מיר לוינען? אבער ווען מען קען האבן א זאך וואס קאסט באמת 300$ פאר 250$ דאן איז עס א מציאה, אין א מציאה לוינט זיך משקיע צו זיין. נישט אזוי?

פארציילט א בחור: אין מיין ערשטע יאר פון ישיבה גדולה האב איך געלערנט אין א קליינע ישיבה, ציגארעטלעך איז געווען א מציאה גדולה, איינער וואס האט פארשאפט א שאכטל אלטע סיגריות האט געקענט פארקויפן פאר צוויי טאללער א שטיקל. אין א סעזאן וואס עס האבן זיך געדרייט ציגארעטן אין ישיבה איז נישט געווען קיין גרעסערע שמחה פון דעם... מען פלעגט רויכערן און שפירן א טעם גן עדן התחתון אויף די וועלט. נאך אזא ציגארעטל האט שוין גארנישט אויסגעפעלט, עס האט געמאכט דעם טאג...

שפעטער בין איך אריבער לערנען אין א ריזיגע ישיבה, ציגארעטן האבן זיך געגאסן דארט ווי מצה וואסער, זעקס טאלער א שאכטל, 50 טאלער א קארטאן... די גאנצע מעשה האט פארלוירן איר טעם... די געשמאק איז נישט געווען צו פארגלייכן.

אין די קליינע ישיבה אויב האט מען געכאפט איינעם רויכערן איז ער געפלויגן. איך פלעג זיך באהאלטן בחורים ובסדקים, גערויכערט, געגעסן מינט קענדי׳ס אפצושוואכן דעם ריח נודף... אין די גרויסע ישיבה איז עס געווען מותר, און טאקע צוליב דעם האט עס נישט געהאט קיין שום טעם...

שלמה דער שנה ראשונה אינגערמאן נעמט אויף זיין באנק סטעיטמענט מיט א קענטיגע שמייכל, כאטש איינער איז זיך מרחם און לאזט נישט דעם פאסט קעסטל שימלען טראכט ער צו זיך בשעת ער עפנט אויף דאס בריוול מיט נייגער, אבער די פרייד האלט נישט אן צו לאנג...

פיר טויזנט דאלער? איינער ניצט מיין דעביט קארטל! א טיפערע אריינבליק אינעם סטעיטמענט מאכט אבער נאכאמאל קלאר די מאמר חז״ל פרוטה פרוטה מצטרפת לחשבון גדול. נישטא קיין געלט, וואו גייט מען ווייטער פון דא?

דער פינאנציעלער עקספערט גייט איבער דעם סטעיטמענט און פרעגט, וואס איז די 75$ דא? ״דאס גיי איך צאלן חודש׳ליך פאר אוצר החכמה די קומענדיגע צוויי יאר, עס איז א קלייניגקייט... און עס לוינט זיך פאר די געלט״.

און וואס קויפט א קאפל אין גראסערי פאר 700$ א חודש? ״קוק אהער, בעצם בין איך געדעקט מיט פוד סטעמפס סאו באמת קאסט מיר עס נאר 300$ א חודש דאס איז דאך שוין גאנץ נארמאל... ניין?״

דער אינגערמאן איז נישט משוגא... זיינע געפילן זענען, און נאך ווי... און דערווייל דערלייגט ער די הויזן און בלייבט קוים מיט זאקן אויף שבת צו מאכן.

ווען מיר מאכן החלטות איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט אז דאס וואס קוקט אויס ריכטיג און גוט אויפן ערשטן בליק מוז ווייט נישט שטימען מיטן רעאליטעט, בעפאר מיר גייען צו צו סיי וואס ברויך מען אין באטראכט נעמען אז פון הינטערן באוואוסטזיין ווערן פארארבעט מעשים און אויב לאזט מען זיך פירן קען עס באגראבן דעם מענטש.

איך ווייס, עס ציעט. אבער דאס איז אויבערפלעכליך. גיב עס א טאג, בארואיג די ערשטע געפילן, לאז שכל אריינקומען אין בילד. זי דארף שפילן די הויפט ראלע. אויב נישט וועט מען נאך חרטה האבן.

דיין בודשעט שטימט נישט? הייב נישט אן צו שניידן הינדערטערס, עס וועט נישט העלפן, אגרעסיווע טוישונגען אהן קיין חשבון קומען ווייטער פון אומדורכגעטראכטע געפילן. נעמט זיך פאר צו טראכטן מיט שכל בעפאר איר מאכט א טראנזאקציע, צוביסלעך וועט די פרוטה פרוטה מצטרפת מעטאדע אנהויבן צו ארבעטן און איר וועט אייך טרעפן צוריק אויפן טרעק.

אין וועלכע חדר זאל איך שיקן מיין קינד? וועלכע דשאב זאל איך נעמען? וויאזוי דארף איך באהאנדלען מיין זוהן׳ס עברי שוואכקייט? אויב מען גייט נישט גלייך מיט געפיל רינט אריין די שכל און דאס איז די רעצעפט פאר פאסיגע החלטות.

חברה! איר זענט אלע קלוגע מענטשן! מאכט נאר זיכער די געפיל זאל אייך נישט פארשאטענען.

געפיל איז א מתנה פון הימל און ווי יעדע בריאה טוט זי איר פליכט לטב ולמוטב, ניצן געפיל אן אחריות איז נישט קיין קלוגער אקט. אבער אסאך קלוגע מענטשן מאכן דעם טעות.

זינט געפיל איז נישט קיין שכל שטימט עס נישט מיטן שכל. מאדנע פאראדאקסן טרעפן זיך ביי די שענסטע משפחות ווען געפיל קומט אריין אין בילד. ווען די געפיל הייסט קויפן ווייטעמינען קויפט מען. ווען געפיל הייסט אוועק ווארפן ווארפט מען. געפילן שרעקן זיך נישט פאר קיין סתירות, געפילן שטימען נישט, עס איז אט דאס, א געפיל.

אונזער פונקט איז א רעצעפט וואס זאל געניצט ווערן אין אלע ערליי שפייזן. די אנערקענונג אז געפיל איז דער ערשטער מאן דאמר, די אנערקענונג אז געפיל איז נישט דאס וואס ״דו״ האלטסט. די אנערקענונג אז ווארטן אויפן שכל פלוס קען פארבעסערן אייער לעבן קוואליטעט, איז ווערט כל הון דעלמא.

חכמה, בינה, דעת. איז די ריכטיגע וועג. דעת, בינה חכמה. איז א רעצעפט פאר דורכפאל. חמה און בינה זענען די שכל אייגנשאפטן מיט וואס מיר זענען געבענטשט. דעת איז מקשר צווישן שכל און געפיל. נאכן ניצן שכל איז א גוטע געפיל זייער א געשמאקע צושפייז. אבער נאכן ניצן געפיל געיאגטערהייט קומט שכל ווי א ביטערע פיל וואס וועקט אויף צום דורכגעפאלענעם רעאליטעט.

דער מענטש מיט אלע אירע רמ״ח אברים איז אנגעהאנגען אינעם מחליט, דער וואס מאכט די החלטות האט זיי ביים גארגל, זיין החלטה קען זיי מאכן שיינען אבער אויך פארטונקלען. פארשטייט זיך אז די אחריות איז גרויס.

לאזן געפיל זיין דעם מחליט איז ווי איבערגיבן א באס פול מיט פאסאנדשירן אין די הענט פון א בלינדן טרייבער.
לעצט פארראכטן דורך מה פתאום??? אום דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 9:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

וואף... דער רעד ווערטער צו די זאך... מיר זענען אלע אינעם זעלבן פעקל.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

גערעיטעד אלס #1 אין תוכן אין היי יאריגן פארמעסט דורך די שעפעלע פארשער.

אמת'דיגע קלארע געדאנקען, וואונדערבארע שריפט, און קריעטיוו.

מגליך די היט פון די פארמעסט (אין מיינע אויגן)


(ווער ס'ווייסט נישט ווער ס'האט עס געשריבן זאל זיך קויפן נייע אויגן גלעזער.. :? )
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

א הערליכע ארטיקל מיט א שיינע תוכן.
1#
א פשוטע איד.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ציפעדיג ריכטיג
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דער מעסעדזש איז שטערקער פון וואס איר קלערט!
זייער א גוטער נקודה, זייער גוט ארויסגעברענגט!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שיינט צו זיין איינער פון די בקיאים אין חכמת הנפש אויף אונזער וועלטל
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

יהודי האט געשריבן:א הערליכע ארטיקל מיט א שיינע תוכן.
1#
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

שיינע געדאנק, מיט גוטע משלים.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
To the Point
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך To the Point »

וואס האט די קעפל מיט די ארטיקל?
BE SO POSITIVE THAT NEGATIVE PEOPLE DON'T WANT TO BE AROUND YOU
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

ענדיג די לעצטע שורה
א פשוטע איד.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

גאר א שטארקע געדאנק!

ארויס געברענגט אויף א קלארע אויפן
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יאפ. גוטע פוינטס!
א גוטע שרייבער
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

,זייער הנאה געהאט. שיין אויסגעשמועסט.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

Wow. דאס איז מעכטיג. טענקס פארען שרייבען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

לכאורה האט געשריבן:שיינט צו זיין איינער פון די בקיאים אין חכמת הנפש אויף אונזער וועלטל
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

גוט געזאגט. עה וואס גוט, געוואלדיג.
און יא אמת.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

און איך נעבעך האב אנגעהויבן טשעקן יעדע מאל כ'גיי ארויף אויף א באס צו דער דרייווער איניש בלינד ל"ע...

אראפגעלייגט א שטארקן מעסעדזש מיט א רייכן פעדער און שווה לכל נפש! גאר שטארק!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

טריסקער האט געשריבן:אראפגעלייגט א שטארקן מעסעדזש מיט א רייכן פעדער און שווה לכל נפש! גאר שטארק!
---
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אוי ווי גוט דער שרייבט!

אבער וועס קעמיר טון דאס איז אין אונזער דזשינס, מיר זענען א 'עמא פזיזא' דמקדמין...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

געשטימט פאר דעם ארטיקל

דאס איז געווען מיין ערשטע טשויס באלד ביים ליינען זייענדיג די מערסט תוכנ'דיגע ארטיקל אינעם פארמעסט. איך גלייך אזאנע ארטיקלען

בפרט נאך די שפראך. צוקאש!
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

פארוואס האט מען נישט געלייגט דא די נאמען פון די שרייבער?...
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

געוואלט פרעגן פריער..
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”