Twelve people were killed in an attack on a university in Kabul, the Afghan capital, a spokesman for the Chief of Kabul Police tells CNN. Two gunmen who were still on the site were killed Thursday morning in a police operation.
Seven students, three policemen and two security guards were killed in the attack on the American University of Afghanistan in Kabul campus, Basir Mujahid, the spokesman said. Thirty students were injured in the attack, which no group has yet claimed responsibility for.
דאס אמעריקאנער מיליטער אין אפגאניסטאן זאגט, אז פארשטייער פון די טאליבאנער מיליטאנטישע גרופעס האבן זיך געטראפן מיט אפגאנער רעגירונג באאמטע, צו דיסקוסירן א מעגליכן פייער אפשטעל.
טאליבאנער באאמטע האבן באשטעטיגט אז פאריגע וואך איז אפגעהאלטן געווארן צום ערשטן מאל דירעקטע געשפרעכן צווישן טאליבאנער פירער און אמעריקאנער פארשטייער, און האבן באצייכנט די געשפרעכן אלס גאר פאזיטיוו, דערווייל האבן אבער אמעריקאנער באאמטע דאס נישט אפיציעל באשטעטיגט אדער געלייקנט.
לויט די באריכטען זענען די געשפרעכן אפגעהאלטן געווארן אין קאטאר, וואו די טאליבאנער האבן זייערע פאליטישע הויפטקווארטירן, און אין שפיץ פון דעם אמעריקאנער דעלעגאציע איז געשטאנען דער הויכראנגיקער דיפלאמאט עליס וועילס, דער הויפט דיפלאמאט פאר דרום אזיע אינעם סטעיט דעפארטמענט.
די טאליבאנער פאדערן שוין יארן דירעקטע געשפרעכן מיט וואשינגטאן, אבער ביז יעצט איז די פאזיציע פון אמעריקע געווען אז אז פארהאנדלוגנען דארפן פארקומען צווישן די טאליבאנער און דער אפגאניסטאנער רעגירונג, אויך די אפגאניסטאנער רעגירונג האט זיך קעגנשטעלט אזעלכע געשפרעכן זאגנדיג אז דאס טוט אונטערמינעווען זייער לעגיטימאציע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פילע אמעריקאנער מיליטערישע עקספערטן ווארענען איבער אן אויפשטייג פון די טאליבאנער מיליטאנטן אין אפגאניסטן, און צייגן אן אז בלויז אין די לעצטע וואך זענען הונדערטער אפגאנער זיכערהייטס קרעפטן ערמארדעט געווארן דורך די טאליבאנער, אויסער א מאסן טעראר אטאקע אינעם הויפטשטאט קאבול.
אמעריקע שפענדעט איבער 5 ביליאן דאלער יערליך אין הילף פאר די אפגאנער זיכערהייטס קרעפטן, און האלט אויף איבער 14,000 זעלנער אין לאנד, אבער עקספערטן זאגן אז זיי מאכן נישט קיין טראפ פארשריט אינעם קאמפ קעגן די טאליבאנער, און די טאליבאנער זענען אצינד שטארקער ווי מיט צוויי יאר צוריק.
אין די פארלאפענע וואך האבן די טאליבאנער באוויזן צו איבערנעמען קאנטראל אויף טיילן פון די שטאט גאזני און דערביי אומגעברענגט הונדערטער אפגאנער זעלנער, און אויך דורכגעפירט א סוקסעספולע אטאקע אויף א מיליטערישע באזע און אומגעברענגט נאך צענדליגע זעלנער.
טייל אנאליסטן לייגן אן די שולד אויף די סטראטעגיע פון פרעזידענט טראמפ צו אפהאלטן דירעקטע געשפרעכן מיט די טאליבאנער, א זאך וואס אלע פריערדיגע אדמינסטאציעס האבן זיך אנטזאגט פון טון, און זאגן אז דאס געט פאר די טאליבאנער פרישע מאראל און לעגיטימאציע צו אונטערמינעווען די אפגאנער רעגירונג.
אמעריקע דרוקט אויס צופרידנהייט פון פייער אפשטעל אין אפגאניסטאן
סעקערטערי אף סטעיט מייק פאמפעאו האט באגריסט דעם רוף פונעם אפגאנער פרעזידענט פאר א פייער אפשטעל מיט די אפגאנער קרעפטן און זיין ביטע צו די טאליבאנער צו קומען צום פארהאנדלונגס טיש צו אויסהאמערן א פאליטישע לעזונג פאר די צוקונפט פון אפגאניסטן.
דער פרעזידענט אשראף גאני האט געזאגט אז ער רופט פאר א דריי מאנאטיגע פייער אפשטעל, מיט די תנאי אז די טאליבאנער וועלן זיך האלטן דערצו, דאס קומט ביים אנהויב פון די איסלאמישע עיד-אל-אדחא חגאות, און דער פרעזידעט האט אפעלירט צו די טאליבאנער צו ערלויבן די אפגאניסטאנער בירגער צו פייערן דעם חגא אן קיין זארג פון קריג.
די טאליבאנער האבן דערווייל איינגעשטימט אויף א פיר-טאגיקע פייער אפשטעל, און האבן גלייכצייטיג באפרייט הונדערטער משכונות אין א צייכן פון גוטע ווילן, און האבן איינגעשטימט צו באטראכטן דאס פארלענגערן דעם פייער אפשטעל פאר א לענגערע צייט.
פאמפעאו זאגט אז ער האט שטארקע האפענונג אז דאס איז די ״אנהויב פון די ענדע״ פונעם לאנג פארצויגענעם בלוטיגן קריג אין אפגאניסטאן וואס האלט שוין אן פאר 17 יאר, ער האט געזאגט אז אמעריקע איז פולשטענדיג אין שטיצע פון דירעקטע געשפרעכן מיט די טאליבאנער אויף צו ענדיגן דעם קריג.
דער מעיאר פון א קליין שטעטל אין יוטא, איז אומגעברענגט געווארן אין אפגאניסטאן דורך א סאלדאט וועמען ער האט טרענירט מיט מיליטערישע איבונגען, זייענדיג בלויז 39 יאר אלט.
די רעדע איז פונעם מעיאר ברענט טיילווער, וואס איז געשיקט געווארן אנהייב יאר קיין אפגאניסטאן, וואו ער האט געדינט אין די אמעריקאנע נאציאנאלע גארד פארסעס. ער האט געדינט אלס מעיאר אין שטעטעלע צפון אוגדען אין יוטא, און איז אומגעקומען דעם שבת אין שטאט קאבול, דורך אן אפגאנער סאלדאט וועמען ער האט טרענירט.
לויט די אמעריקאנע נייעס קוועלער איז טיילווער געווען אן אפיציר אין די פארגאנגענהייט, און אין די לעצטע פינף יאר האט ער געדינט אלס מעיאר פון די שטאט וועלכע פארמאגט בלויז 17,000 איינוואוינער. אנהייב יאר איז ער געשיקט געווארן קיין אפגאניסטאן צו העלפן טרענירן די אפגאנע מיליטער, ווען הונדערטער פון די איינוואוינער אין שטאט האבן אים באגלייט, און געוואונטשן אסאך הצלחה אין זיין מיסיע.
ער איז נישט געווען בלויז א טרענירער אין מיליטער, נאר האט געהאלפן טרענירן די “ספעציעלע קרעפטן” פון אפגאניסטאן. דורכאויס די טרענירונגען האט איינער פון די סאלדאטן געעפנט פייער און געשאסן אויפן מעיאר און אויף אנדערע סאלדאטן, פון וואס דער מעיאר איז אומגעברענגט געווארן. דער סאלדאט איז באלד געשאסן געווארן, ווערנדיג אומשעדליך.
פון אפגאניסטאן הערט מען אז די לעצט פארבליבענע איד - זבולון סימן טוב - גרייט זיך צו פארלאזן דאס לאנד, און זיך אריבערציען קיין ארץ ישראל. ווי ער האט געמאלדן, וועט ער פארבלייבן אין עיר הבירה קאבול ביז נאך די ימים נוראים תשפ"ב.
דריידל האט געשריבן:פון אפגאניסטאן הערט מען אז די לעצט פארבליבענע איד - זבולון סימן טוב - גרייט זיך צו פארלאזן דאס לאנד, און זיך אריבערציען קיין ארץ ישראל. ווי ער האט געמאלדן, וועט ער פארבלייבן אין עיר הבירה קאבול ביז נאך די ימים נוראים תשפ"ב.
KABUL: Zabulon Simantov, the last Jew in Afghanistan, will leave for Israel after the Yumim Tovim, fearing a return of radical groups such as the Taliban