אפאראציע גארטן; די מדנ״י אקציע קעגן סיריע׳ס נוקלעארע פראגראם (10טע מי מנוחות)

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

אפאראציע גארטן; די מדנ״י אקציע קעגן סיריע׳ס נוקלעארע פראגראם (10טע מי מנוחות)

תגובהדורך יואב בן צרויה » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:57 pm

עס איז ראש חודש אייר, תשס״ד. די ארימע איינוואוינער פונעם מערב צפון קארעא שטעטל רינגעטשאן זענען פארזינקען אין א טיפן רואיגן שלאף. די שטעטל געפונט זיך א קארגע 10 מייל פון די כינעזע גרעניץ מיט צפון קארעא און די איינוואוינער געניסן נישט פון עפעס ספעציעלע העכערע גענאסיע פון די אנדערע באקריוודעטע צפון קארעא איינוואוינער און זיי כאפן אריין דאס ביסעלע רי וואס זיי באקומען מיט אפעטיט. קיינער פון זיי הערט נישט די קאטאסטראפישע געפאר וואס דערנענטערט זיך געמיטלעך צום שטעטל.

ארום פיר אזייגער פארטאגס שלענגלט זיך אריין א שווארצע קארגאו באן צום ארטיגע באן סטאנציע. די באן סטאנציע איז אן אלטער סטאנציע, געעפענט אין די אנהייב ניינציגער יארן און איז אינעם בעסטן צושטאנד ווי א באן סטאנציע קען זיין אין א קאמיניסטישע לאנד ווי צפון קארעא. די באן פארשטייטערט איר גאלאפ גרייטענדיג זיך אפצושטעלן און לאזן די מאנשאפט אפלאדענען די סחורה פון איר. . . ווען דאן האט עס פאסירט. א מאכטפולן, דינערדיגע אויפרייס האט אויפגעטרייסעלט דעם גאנצן ארום! אונטער עטליכע סעקונדען איז די גאנצע שטעטל געלעגען אונטער חרבנות פון צוזאמגעפאלענע הייזער און סטרוקטורן ווען ביים באן סטאנציע זעהט זיך אן די בלויזע פרעים פון וואס איז אמאל געווען א באן פלאקערענדיג אין א העלישן פייער. אזוי מאכטפול איז געווען די אויפרייס אז וואך צענטערן איבער די וועלט האבן אויפגעכאפט אן ערדציטערניש געמאסטן 3.9 אויף די ריכטער וואג ווען עס האט פאסירט. נאנט צו א טויזנט זענען באריכטעט געווארן טויט און איבער דריי טויזענט פארוואונדערט, אסאך גאר קריטיש. נאך א ארבעט פון א קורצע וויילע דורך די לאקאלע רעטונגס באאמטע איז די מיליטער אנגעקומען, איבערגענומען די ארבעט און פארשלאסן די גאנצע געגענט.

דרום קארעא נייעס סטאנציעס האבן איבער די קומענדע טעג באריכטעט איבער די געשעהניש אבער עס האט נישט געצויגן צופיל אלטוועלטליכע אויפמערקזאמקייט, א קאנסעקווענץ פון די מינימאלע אינפארמאציע וואס קומט ארויס פון די לאנד אין אלגעמיין און ספעציעל אין דעם פאל ווען די רעגירונג האט ארויפגעלייגט אן אייזערנעם דעקל אויפן פאסירונג. אבער פון אונטער די קוליסן זענען זאכן געווען ווייט פון שטיל. די אויערן פון שפיאנזש אגענטורן איבער די וועלט זענען אלע געווארן אנגעשפיצט און גרויסע כוחות האבן אנגעהויבן אריינגעלייגט צו ווערן אין דערגיין וואס דארט האט פאסירט.

עטליכע טאג דערויף האבן אגענטן פאר די איזראעלישע אינטעלעדזשענס אויפגעכאפט א סירישע פליגער לאנדן אין צפון קארעא. די פליגער איז אפיציעל געקומען ליפערן הילפס פעקלעך, אבער די מוסד אגענטן האבן באוויזן צו לייגן אויף קעמערע ווי מענער געקליידעט מיט שוץ ליילעכער און גאז מאסקעס וועלכע ווערן גענוצט אין נוקלעארע פלענטס פירן ארויף אויפן פליגער קאסטענעס אין וועלכע מען פירט געווענליך טויטע מענטשן. דאס האט שטארק באומרואיגט מאיר דגן, דער דעמאלטס׳דיגער מוסד הויפט, און ער האט באויפטראגט זיינע מענטשן צו דערגיין וואס סיריע׳ס אקטיוויטעטן זענען אין באצוג צו נוקלעארע באוואפענונג. עס איז נישט געקומען אין באטראכט צו לאזן סיריע האבן אטאמישע וואפן און ער איז נישט געווען גרייט צו ווארטן ביז עס איז צו שפעט צו קענען עפעס טאן דערוועגן.

אבער טראץ וואס די אגענטור האט געהאט די אנדייטונג פונעם באן אויפרייס אז סיריע פראבירט צו שאפן נוקלעארע וואפן מיט די הילף פון צפון קארעא האט זי אבער נישט געקענט לייגן א האנט אויף זאכליכע אינפארמאציע וואס זאל פירן צו א דורכברוך און אנצייגן ווי סיריע האלט מיט זייערע שריט, אויב בכלל, און ווי אין סיריע אירע רעאקטארן געפונען זיך. פאר צוויי יאר האט די מוסד געטאפט א וואנט ווען די ערד ברענט זיי אונטער פיס.

כסלו, תשס״ז למספרם דעצעמבער, 2006, לאנדאן, ענגלאנד.

א סירישע דיפלאמאט לאנדעט אין היטראו לופטפעלד און ווענד זיינע טריט צו איינע פון די רייכע האטעלן אין שטאט. ער האט עטליכע וויכטיגע מיטונגען זיך צו באטייליגן דעם קומענדע טאג, אבער דאס וועט אים נישט אפהאלטן פון פארגיין אויף א נאכט פון שוואוילטאג אויפן חשבון פון די אפיציעלע רעגירונגס קאסע. ער לייג אראפ זיינע געפעק אינעם צימער און שפאנט מעשה עושר צום האטעל באר. ער לאזט זיך אנגיסן א גלעזל קאלטע ביר און הייבט אויף דעם גלעזל זיכנדיג מיט וועם צו ׳טאוסטן׳ ווען פון די אנדערע זייט זאל ווינקט אים א גוט געקליידעטע ענגלישע פרוי מיט איר גלעזל. דער שפאנט גלייך אין איר ריכטונג, כ׳מיין..עס מאכצעכדעך נישט אזוי יעדן טאג אין סיריע ער זאל קענען אזוי פארברענגען, און ווי די קאץ נאכן מויז פארשפילט ער זיך אינגאנצן, פארזינקען אין די געשמאקע קאמפעני וואס ער האט ער אנגעטראפן.

עס איז אים ווייט נישט בייגעפאלן אז עס איז גאר די מדנ״י שפיאנאזש אגענטור וואס האט אים צוגעשטעלט די אינטערטעינמענט, און פון אונטער זיין רוקן האבן עטליכע ספעציעלע אגענטן אינפולטרירט זיין האטעל צימער און אדורכגעשניטערט אלע זיינע חפצים. די פרייד פון די אגענטן האט קיין גרעניץ געהאט ווען זיי האבן געטראפן עטליכע פריוואטע עלעקטעראנישע מאשינקעס, ווי לעפטאפס און טעלעפאנען, פון דעם דיפלאמאט און עס האט זיי נישט לאנג גענומען אריבערצופירן די אינפארמאציע צו זייערע ווארטנדע הויפטן אינעם הויפטקווארטיר. דער טעכניקער פון די גרופע האט געשיקטערהייט אינסטולירט א געהיימע פראגראם וואס לאזט מיטהאלטן אלע אקטיוויטעטן אויף א דעווייס אויף די קאמפיוטערס פון דעם דיפלאמאט און, נאכן צוריק שטעלן די זאכן אין פלאץ, זענען די אגענטן אנטרינען פונעם האטעל. עטליכע מינוט דערויף האט זיך די פרוי אגענטקע, וועלכע איז נאך געזיצן מיט דעם דיפלאמאט, אנטשולדיגט און אויך אפגעצויגן פון ארט.

ווי נאר די פרוי אגענטקע איז פארשווינדן געווארן אין די לאנדענע גאסן זענען א פרישע גרופע מוסד אגענטן, דאסמאל פון די טויטליכע ׳קידון׳ אפטיילונג, אריינגעשפרינגען אין עקשין. זייער מיסיע: עלימינירן דעם דיפלאמאט אן איבערלאזן קיין שפירן. נעמענדיג פאזיציעס ארום דעם האטעל האט זיך אבער דעם קאמאנדיר׳ס ראדיאו צושפילט און ער האט באקומען די פארארדענונג איבערצולאזן דעם ארט געשווינד. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אינפארמאציע גענומען פון דעם דיפלאמאט׳ס דעווייסעס זענען געווען אזוי מאסיוו אז די מוסד האט באשלאסן אים צו לאזן לעבן.

צווישן די אינפארמאציע וואס די מוסד טעכניקער האבן ארויסבאקומען זענען געווען בילדער און בלו פרינטס פון א געוויסע געביידע וואס איז געווען א גענויע רעפליקע פון די נוקלעארע איינריכטונג אין צפון קארעא! פולע בילדער האבן אויך געוויזן סירישע באאמטע שמייכלען און פארברענגען אינאיינעם מיט צ. קארעא באאמטע. דאס איז געווען מער ווי גענוג פאר מאיר דגן צו באשטעטיגן אז סיריע זוכט צו איינהאנדלען אטאמישע וואפן און די מוסד איז אריין אין פולן אווערדרייוו צו טרעפן ווי אין סיריע די געביידע געפונט זיך. אלע מדנ״י סעטאליטן זענען קאנצענטרירט געווארן אויף סיריע און האבן דורכגענישטערט יעדעס לעכל פאר א שפיר פון אן ענליכע געביידע.

נאך א שטיק צייט זוכן האבן עטליכע פארגעשריטענע אפאראטן אויפגעכאפט א גרויסע צאל עלעקטעראנישע פארבינדונגען צווישן צפון קארעא און א געוויסע פלאץ אין א סירישע מדבר. ווען די סאטעליטן זענען אנגעשטעלט געווארן דורכצונישטערן יענעם שטח האט נישט געדויערט לאנג און בילדער פון א גרויסן קאמפלעקס פאסנדיג מיט די בילדער פונעם דיפלאמאט׳ס קאמפיוטער האבן אנגעהויבן אריינפליסן אין גרויסן. דאס האט געגעבן פאר די מוסד א גענויען אדרעס, און ארויסגעשטעלט האט זיך אז די פלאץ טראגט דעם נאמען ׳אל קיבאר׳. די פראגע איז נאר געווען וואס מען טוט מיט דעם קאמפלעקס. גייט מען פאבליק דערמיט און מען פארלאנגט איי עי אי עי אינטערווינירונג? פראטעסטירט מען סיריע אין די עפנטליכקייט? אדער גאר נעמט מען דראסטישע שריט אין שטייגער פונעם 1986 אקציע אויפן איראקע איינריכטונג. מאיר דגן האט באשלאסן צו געבן די לעצטע ווארט פארן דאן פרעמיער מיניסטאר אהוד אלמערט.

אלמערט איז היבש צעטרייסעלט געווארן ווען ער האט געהערט אז סיריע ארבעט שוין פאר אזוי לאנגע יארן אויף נוקלעארע וואפן און מדנ״י האט די גאנצע צייט געטאפט א וואנט, אבער ער האט שנעל גענומען די סיטואציע אונטער קאנטראל און געשטעלט א דריי מאן קאמיסיע וואס זאל אים העלפן מיט אלע אינפארמאציע איבער די סירישע פראיעקט און וויאזוי עס צו באהאנדלען. נאך א שטיק צייט נאכפאלגן די דעטאלן און פרטים האט אלמערט באשלאסן אז די קאמפלעקס דארף גיין און מיט דעם אריינגעברענגט אין דינסט אפאראציע גארטן.

איין פראגע וואס האט שטארק געבאדערט אלמערט און די איזראעלישע זיכערהייט אגענטורן איז געווען ווי ווייט האלט שוין סיריע מיט זייער פראיעקט? האבן זיי שוין אנגעהויבן בארייכערן אוראניום? אויב יא, ביי וויפיל פראצענט האלטן זיי שוין? אויב וואלט די רעאקטאר שוין געווען אין פולן באנוץ וואלט א באמבאדירונג געקענט אנברענגען אן אומגעהויערן קאטאסטראפע אויפן גאנצן ארום. אבער וויפיל זיי האבן פראבירט איז זיי נישט געלונגען צו פארשאפן די אינפארמאציע. די איינציג פארבליבענע אפציע איז געווען אריינצושיקן א גרופע זעלנער אין סיריע צו דעם רעאקטאר און זיי זאלן ברענגען ערד סאמפלען פונעם פלאץ וועלכע וועלן גרינטליך אנאליזירט ווערן. דאס האבן די איזראעלי נוקלעארע באאמטע קלארגעשטעלט אז אויב זאל די רעאקטאר זיין אין פולן באניץ וועט זיך אנזעהן אין די ערד אדער וואסער ארום דעם פלאנט א העכערע מאס ראדיאציע. פארשטייט זיך אז אזא אקציע האט מיט זיך פארגעשטעלט גאר געהויערע געפארן, אבער נישט האבנדיג צופיל ברירות איז באשלאסן געווארן אינערהאלב די קאבינעט יא אדורכצעפירן א געוואגטע אינפארמאציע זאמלונג אקציע טאקע אינעם פיסק פונעם לייב.

דגן האט זיך פארבינדן מיט די פארהוילענע אבער לענגענדארע סיירת מטק״ל קאמאנדא איינהייט און פארלאנגט א ספעציעל מושטירטע יוניט פאר א שווערע און געהיימע מיסיע. די אויסדערוועלטע טרופן זענען אינפארמירט געווארן וועגן די דעטאלן פון זייער מיסיע, און נאך עטליכע טרענירונג סעסיעס ארייגעפלויגן אין סיריע טעריטאריע מיט ספעציעלע סטעלט העליקאפטער פליענדיג גאר נידעריג. זייער איז געווען אן אויסשפיר מיסיע אין וועלכע זיי האבן געזאלט אננעמען פאזיציעס ארום דעם רעאקטאר, באאבאכטן און אפשאצן די וואך און זיכערהייט סיסטעמען ארום דעם קאמפלעקס, דעטאלירן וויפיל פערסאנאל עס געפינען אויף אן עווערידזש אינעם שטח און, די קריטישסטע חלק, צוריקצוברענגען די וואסער און ערד סאמפלען פון ארום דעם קאמפלעקס. די וועג האט גענומען א שטיק צייט, ווארום אל קיבאר געפינט זיך ביים צווייטן עק סיריע נעבן די גרעניץ מיט איראק (שטעלט אייך פאר די רעאקטאר ווערט ווען אקטיוו: די גאנצע שטח פאר מיילן ארום איז היינט קאנטראלירט ביי די מערדערליכע אייסיס טעראר גרופע!) און די סאלדאטן האבן גענומען די צייט מיטן דערשטיקן זייער אנגעצויגענע נערוון. זיי האבן אלע געוויסט אז סיריע איז אויסגעשטאט מיט גוטע ראדאר סיסטעמען און לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען; איין קנאק פון א רוסישע ׳סורפעס טו עיר׳ מיסיל וועלכע פליעט אויטאמאטיש ארויף קעגן סיי וועלכע אומאויטאראזירטע פלי געצייג און זיי זענען דערנאך. נאכן קומען בלויז צוויי מייל פונעם קאמפלעקס אין אל קיבאר האבן זיך די העליקאפטער אפגעשטעלט אין די לופטן און אראפגעלאזט די סאלדאטן אינעם פיסטן טונקעלען מדבר. די קאמאנדאס וועלן דארפן מאכן זייער וועג ביז צום קאמפלעקס אליין.

מיטל חודש אב, תשס״ז, ולמספרם אוגוסט, 2007, אל קיבאר, סיריע.

די ספעציעל טרענירטע גרופע איזראעלישע קאמאנדאס האבן אינפולטירט סיריע און זיי מאכן זייער וועג צום פארדעכטיגטן סירישע נוקלעארע רעאקטאר פלאצירט אין די ווילדערנישן פונעם מדבר און די אויסצוגן פונעם שטעלט אל קיבאר. די העליקאפטערס וועלכע האבן זיי פריערט אפגעדראפט האבן זיך שוין צוריקגעדרייט צו ארץ ישראל און יעצט זענען די קאמאנדאס אויף די אייגענע האנט. דערשטיקענדיג סיי וועלכע געפילן איבער אנדעקט ווערן שטעלן זיך די קאמאנדאס ארויס אין וועג צו זייער ציל. דער קאמאנדיר מאכט זיכער אז ער האט אלע זיינע מיטגלידער, קוקט איבער צו זיי האבן די נויטיגע חפצים און הייבט אן דעם וועג אין מדבר.

עס דויערט זיי נישט לאנג און די סאלדאטן זעהן שוין פונדערווייטענס א ליכטיגקייט פון א גרויסן געביידע. אחוץ די ליכטיגקייט אינערהאלב די געביידע איז די גאנצע פלאץ איינגעהילט אין א שטאקיגע פינסטערניש. די סאלדאטן האבן זיך נאך אינעם טשאפער אויסשטאפירט מיט ספעציעלע נאכט וויזיע גלעזער וואס האט זיי באלאכטן דעם וועג מיט א ליכטיג גרינעם שיין און אזוי ערמעגליכט אלעס צו זעהן מיט א קלארקייט. נאכן נעמען פאזיציעס ארום דעם פלאץ, עטליכע קאמאנדאס פאר וואך, אנדערע צו מאניטארן די וואך און זיכעהייט ביים קאמפלעקס, נעמט דער קאמאנדיר ארויס עטליכע ספעציעלע שאכטלעך און מיט די הילף פון א צווייטע סאלדאט לאזט זיך ארויס צאמנעמען סאמפלען פון די ארומיגע ערד און וואסער. נאך ארום א האלבע שעה זיך ארומדרייען באפעלט דער קאמאנדיר זיינע חברה אז ער איז שוין גרייט און מען קען גיין צום באשטימטע פונקט ווי א א צווייטע העליקאפטער וועט זיי אפנעמען. די וואך גרופע קוקט ארום, באשליסט אז אלעס איז אין ארדענונג און די גרופע לאזט זיך ארויס אין וועג צוריק צו זייער העליקאפטער. אבער מיטאמאל הערט זיך די גערויש פון מיליטערישע טרעקלעך! נאך א מינוט דערזעהט זיך שוין די שיין פון די העדלייטס פון צוויי גרויסע מיליטערישע טראנספארט טרעקלעך פארנדיג קעגן די זעלנער! נישט פארלירנדיג א סעקונדע ציען זיך די קאמאנדאס אויס אויף דער ערד און צילן זייערע ביקסן זיך גרייטענדיג אויפן ערגסטן. זיי זענען געווען גענונג שטארק באוואפענט און גענונג און צאל צו קענען אראפשטעלן א מאסיווע פארטיידיגונגס קאמף, אבער עס איז ווייט נישט געווען וויאזוי זיי וואלטן געוואלט די זאך זאל זיך אויסשפילן. מיט איינגעהאלטענע אטעמעס ליגן די קאמאנדאס אויף דער ערד, זייערע הענט גרייט אויפן צינגל און ווארטן צו זעהן צו די אנקומענדע סירישע זעלנער וועלן זיי באמערקן. די טרעקלעך קומען נענטער און נענטער, די קאמאנדאס קענען שוין אפי׳ זעהן די פעינעמער פון די סאלדאטן אינעווענדיג, זיי הערן זייער ארומלאכן און פלוישעריי. . .די געפאר איז גרויס..דער קאמאנדיר גרייט זיך שוין צו אלערטן אין מדנ״י אז זיי זענען אויף צרות, ווען די צוויי טרעקלעך שמייסן אדורך די גרופע צום טויט דערשראקענע סאלדאטן ווי כאילו זיי זענען נישט דארט. עס איז געלונגען! די סירישע זעלנער האבן נישט באמערקט די צו די ציין באוואפענטע איזראעלישע קאמאנדאס ליגנדיג אויף דער ערד אונטער זייערע רעדלעך. די קאמאנדאס פארברענגען נישט די צייט, כאפן זייער געפעק און לויפן צו זייער עוואקוציע ארט ווי א העליקאפטער האט שוין געווארט אויף זיי און ביז געציילטע סעקונדען געפינען זיך אין די לופטן אויפן וועג צוריק צו מדנ״י.

די מוסד האט אונטער עטליכע שעה באקומען זייערע סאמפלען און די טעקנישענס אין די לאבאטאריעס האבן זיך גענומען צו די ארבעט. די טעסט זענען צוריקגעקומען אז די ערד און וואסער אנטהאלטן טאקע אוראניום אבער נישט אין די מאסן וואס זאל אנדייטן אז די רעאקטאר איז שטארק אקטיוו. דאס האט געמיינט אז אן אקציע צו באמבאדירן די סייט האט געקענט אויסגעפירט ווערן אן א מורא פון א ראדיאציע פארפעסטיגונג אדער אויפרייס. אבער פרעמיער אלמערט האט נישט געשמעקט די גאנצע געשיכטע: ער האט פיין געוויסט וואספארא ריזיקאלישע שריט אזא אקציע איז אונטערצונעמען. יא, די איזרעיליס האבן שוין אזאנס געטון אין די אכציגער יארן צו סאדאם כוסעין אבער די אראבישע וועלט איז שוין נישט וואס זי איז געווען דאן און אינפילטרירן אזוי ווייט אין סיריע וואלט געקענט פירן צו אן אויפלאקערונג אינעם גאנצן ראיאן. טראץ מאיר דגן׳ס און אהוד באראק׳ס בעטענישן האט אלמערט נישט געוואלט באשטעטיגן אזא אקציע.

אבער די מציאות האט אים נישט געלאזט לאנג ווארטן. די פאטש וואס האט אים געצווינגען צו אויטאריזירן די באמבאדירונג איז שנעל אנגעקומען. א מוסד אגענט אין די סירישע פארט שטאט טארטוס האט אויפגעכאפט א שיף פון צפון קארעא אפלאדענען פולע אומאינדענטיפיצירטע קאנטעינערס. נאך שנאפן אביסל דא דארט איז געלונגען צו דערגיין די דעסטינאציע און ציל פון די קאנטעינערס: די מאטעריאל אינווענדיג האבן געדארפט גיין צו דאס פארענדיגן די קאמפלעקס אין אל קיבאר און איר אריינשטעלן אין פולן באנוץ. ווען די אינפארמאציע האט געגרייכט אלמערט האט ער גלייך אויטאראזירט א באמבאדירונג מיסיע אויפן קאמפלעקס. ער האט געוויסט אז איינמאל די רעאקטאר איז אין פולן באנוץ האט ער אויסגענוצט זיין שאנס צו באמבאדירן דאס ארט.

פילאטן פון די עליטע הפתישים (די האמערן) סקוואדראן האבן אנגעהויבן מושטירונגען וויאזוי צו באמבאדירן די פלאץ און אויסמיידן סירישע ראדאר סיסטעמען. די איינהייט איז געווען די זעלבע וועלכע האט אין 86׳ צוקנאקט דעם איראקישע רעאקטאר און די מדנ״י זיכערהייט באאמטע האבן נישט געהאלטן אז עס איז דא א מער פאסיגע איינהייט פאר די בעפארשטייענדע מיסיע. די פילאטן זענען נישט געזאגט געווארן פונקטליך וואס זיי גייען צושטערן, אבער עס האט זיי נישט צופיל אויסגעמאכט: זיי זענען סייווי שטענדיג קאמפס גרייט אויף סיי וועלכע ערליי מיסיע.

ענדע אלול, תשס״ז, אנהייב סעפטעמבער 2007, האבן זיך עטליכע עף 15 און עף 16 פייטער באמבערס זיך אינאיינעם ארויסגעלאזט צו מיטל לענדישע ים, דער ים הגדול. פארנדיג מערב אין דירעקציע פון די פאראייניגטע שטאטן איז באמת געווען אן אומוועג, אבער דאס איז געווען אן אויסגערעכענטע פלאן אויסצומיידן די סירישע מיסיל סיסטעמען. נאכן רייזן א שטיק צייט צו מערב צו האבן זיך די עראפלאנען אויסגעדרייט אויף צפון אין ריכטונג פון טערקיי. ביי דעם פונקט האבן די קאמאנדירן אויף דער ערד צוריקגערופן דריי פון די עף 16׳ס נאכדעם וואס אלע אנדערע עראפלאנען האבן זיך ארויסגעשטעלט צו ארבעטן פיין. זייער רייזע פלאן איז געווען אריינצושניידן אין טערקיי אויף א שנעלע ספיד, דורכפארן טערקיי און אזוי אראפקומען דרום צו אין סיריע גראד נאנט צו אל קיבאר. זייענדיג נאנט צו סיריע זענען די פילאטן אינפארמירט געווארן וואס זיי גייען באמבאדירן און זענען אנגעזאגט געווארן אז די קאמפלעקס איז שטארק מעגליך אויסגעשטאטעט מיט סורפעס די עיר מיסילס, אבער זיי דארפן זעהן צו האלטן א ראדיאו שטילקייט צו יעדע צייט אויף וויפיל מעגליך. די עראפלאנען האבן זיך א לאז געטון איבער די סיריע לופט רוימען, פליענדיג גראד צו אל קיבאר. צוויי עראפלאנען האבן זיך מאמענטאל אפגעבראכן פון די שיירה און דערשאסן א ראדאר באזע נאנט ביים גרעניץ. דאס אליין וואלט אפשר נישט געטון די ארבעט, אבער די מוסד האט דא געהאט א געלונגען שטיקל: אין די מאמענט וואס די עראפלאנען האבן אריינגעוואנדערט אין סירישע טעריטאריע האבן זיך אויף די סקרינען אין די סירישע וואך באזעס באוויזן הונדערטע עראפלאנען. די סירינעס האבן זיך צעפיפן, לעקטערלעך האבן געבלינצלט, דאס לאנד איז אונטער אטאקע! אבער גענוי אזוי שנעל ווי די עראפלאנען האבן זיך באוויזן אזוי שנעל זענען זיי פארשווינדן געווארן. אזוי איז געשען צו די מאשינען עטליכע מאל ביז די טעכניקער אין די באזעס אין די געגנט פון אל קיבאר האבן באשלאסן אז עפעס א טעכנישע גליטש איז דא מיט די ראדארן און פלעין אויפגעהערט האלטן אן אויג דערויף!

דערווייל זענען די עראפלאנען געפלויגן מיט א שנעלקייט צום קאמפלעקס. הויפט באאמטע פון אלע מדנ״י מיליטערישע און זיכערהייט אפטיילונגען זענען געזיצן אין א געהיימע, שטארק באשיצטע אונטערערדישע עיר פארס בונקער און פון דארט מיטגעהאלטן מיט די מיסיע מיט שפאנונג. די פילאטן קומען שוין נענטער צום ציל ווען איין פילאט ברעכט דעם שטילקייט און זאגט אנגעצויגן, ״זיי שיסן!״ אן אויטאמאטישע לופט צו ערד מיסיל נעבן דעם קאמפלעקס האט אויפגעכאפט די אריינקומענדע עראפלאנען און האט אויסגעשאסן א מיסיל קעגן זיי. די באאמטע אין מדנ״י האבן נישט געהאט מער אן אהנונג וואס עס טוט זיך דארט און אויסער לייגן די נשמה אין מויל האבן זיי בלויז געקענט ווארטן אויף מער מעלדונגען פון די פילאטן. נאך אן אייביגע צוויי מינוט האט זיך געהערט איבער די ראדיאו די ספעציעלע קאוד ווארט פאר די אקציע׳ס סוקסעס, ״אריזאונע!״ די פילאטן האבן סוקסעספול אויסגעמיידט די ווילדע, לעצט מינוטיגע פראבע פון די סירישע פארטיידיגונגס סיסטעמען זיי אפצעשטעלן און האבן אראפגעלאזט זייערע באמבעס אויפן קאמפלעקס מיט א ברוטאלע אקוראטעט. פונעם גאנצן קאמפלעקס וועלכע האט גענומען יארן צו בויען איז געבליבן בלויז א הויפן ברענעדיגע ברוכווארג.

פרעימיער אלמערט האט גלייך אנגערופן דעם ווייסן הויז און געלאזט וויסן פאר פרעזידענט בוש אז מדנ״י האט צושמעטערט א סירישע נוקלעארע רעאקטאר. בוש שרייבט טאקע און זיין בוך אז אלמערט האט אים קיינמאל נישט געפרעגט רשות צו באמבאדירן די רעאקטאר און ער האט געארבעט אויף די אייגענע האנט. אלמערט האט אויך געלאזט וויסן פאר טערקיי אז זיינע פילאטן זענען אריבער געפארן די טערקישע לופט רוימען און אים געשיקט די טעקע פון אלע באווייזן אז די דארט האט זיך געוועבט א נוקלעארע איינריכטונגס. טערקיי האט שפעטער פארגעהאלטן אסאד איבער זיינע שטיק. אין פובליק האט אבער מדנ״י באשלאסן זיך צו האלטן שטום און נישט רעדן פון די געשיכטע מיטן חשבון אז אויב וועט סיריע נישט ליידן די בושות וואס א סוקסעספולע אטאקע אויף זייער טעריטאריע וואלט זיי ווען געדארפט ברענגען וועלן זיי ענדערש קלייבן צו זיצן איינגעלייגט ווי איידער נקמה נעמען. און עס האט זיך איינגעגעבן: סירישע שטאט קאנטראלירטע טעלעוויזיע האט פריידיג געמאלדן אז עס איז געלונגען פאר די מעכטיגע סירישע ארמיי אפצעהאלטן א גרופע מדנ״י פליגער פון פארלעצן סיריע׳ס לופט טעריטאריע...

אבער, ובטן רשעים תחסר, דער רשע וויל אייביג נאך א בויך; אויב האט די מדינה מתחילה געמיינט אז די סיריער וועלן זיך לערנען א לקח פון די סוקסעספולע אטאקע אויפן אל קיבאר רעאקטאר האבן זיי זיך איבערצייגט אז עס איז ווייט נישט די קעיס. א גרינטליכע אויספארשונג איבער די פאקט אז סיריע האט באוויזן צו באהאלטן איר פראגראם פון די מדנ״י שפינאזש אגענטורן פאר אזוי לאנג האט געפירט די דארטיגע אינסטאנצן צו אן הויעך ראנקיגער סירישע גענעראל מיטן נאמען מוכאמאד סולימאן. דער סולימאן איז געווען א בן בית ביי פרעזידענט אסאד אין שטוב: ער פלעגט אים רופן ׳מיין זון׳. זיין הויז איז געווען פלאצירט קעגן איבער אסאד׳ס און די צוויי פלעגן אסאך פארברענגען אינאיינעם. דער סולימאן איז געווען די קאפ שטיק פון די גאנצע נוקלעארע פראגראם. ער האט אריינגעברענגט די קארעא חברה, ער האט זיך פארשאפט שווערע געלטער פון איראן פאר דעם פראיעקט און ער האט פערזענליך אנגעפירט א מאסיווע, געהיימע קוריער נעטווארק וויאזוי די לענדער פארמישט אינעם פראיעקט האבן קאמיוניקירט. אויסער פון דעם רעאקטאר אליין האט א באאמטער מיט סיי וועלכע וויסנשאפט איבער די פראגראם קיינמאל נישט גענוצט עלעקטעראנישע פארבינדונגען צו רעדן איבער עס. אנטשטאט, ווען איינער האט געוואלט איבערגעבן דעטאלן אדער אנדערע אינפארמאציע איז עס געשיקט געווארן מיט א ספעציעלע שליח פארזיגלט אין אן ענוועלאפ. דאס האט ווי אראפגענומען די גאנצע מעשה פון די מאפע; קיין איין אינטעלעדזשענס אגענטור האט נישט געקענט אויפכאפן אז עפעס קומט פאר אונטער זייער רוקן.

סולימאן, איז די מוסד דערגאנגען, האלט זיך אבער נישט ביים לערנען פון איין דורכפאל. נאך אזויפיל יאר ארבעט און מי אויפצושטעלן אזא מאסיווע אינפרוסטרוקטור האט סולימאן נישט געפלאנט אלעס אין דער ערד צולייגן וועגן בלויז איין לופט אטאקע. ער האט זיך פריש אריינגעלייגט אין די ארבעט, אנגעהויבן איבערבויען די רעאקטאר און געוועבט פלענער איבער בעסערע פארטיידיגונגס סיסטעמען ארום דעם פלאץ. פרעסע באריכטן איבער א פרישע אוראניום פלענט נישט ווייט פון די אלטע האבן אנגעהויבן קורסירן אין די פרעסע, סיריע האט אפגעלייקענט די באשולדיגונגען און די איי עי אי עי האט אנגעהויבן אן אויספארשונג. מאיר דגן האט דאס זייער פארדראסן און באשלאסן אז צו ענדיגן די פרשה וועט ער דארפן גיין צום קאפ פונעם שלאנג, נעמליך אומברענגען דעם סולימאן. אבער אזא אקציע זאגט זיך גרינגער ווי געטאן: סולימאן איז ווי געשריבן געווען א הויעך ראנקיגער גענעראל און מקורב למלכות. ער איז שטענדיג ארומגעגאנגען מיט באוואפענטע וועכטער, איז זעלבסט געווען זייער וואך צו זיין ארום און געהאלטן א שטילע פראופייל, אלעס צו מאכן אן אטענטאט פראבע אויף אים כמעט ווי אוממעגליך. אבער די ציונים האבן זיך מיט דעם אויך אן עצה געגעבן. איין לאך האט דער סולימאן געהאט אין זיין שמירה: יעדע זומער פלעגט ער פארן זיך אפריען ביי זיין זומער הויז אין טארטוס, און הגם ער האט דארט אויך געהאט וועכטער רונדע דעם זייגער איז אבער די זייט אפן צום וואסער געווען ברייט אפן. נאך אלעמען, ווער קען דען קומען פון וואסער?

צוויי קידון סנייפערס האבן זיך איין זומער אווענט 2008 אראפגעלאזט פון א יאכט שיפל אין די סירישע וואסערן, און זענען צוגעשווימען צום בארטן וועלכע איז אויסגעקומען אונטער דעם הויז פון גענעראל סולימאן. אינעם הויז דערווייל האט דער גענעראל אפגעראכטן א פארטי. פולע געסט האבן אינאיינעם פארברענגט אויפן באלקאן קוקנדיג ארויס צום ים. פארזינקען אין זייער לאכעריי און הוליעריי האבן די געסט נישט באמערקט ווי אין די טונקלקייט פון נאכט האבן זיך צוויי שארף שיסער געקליידעט אין שווארצן ארויפגעשארט אויף די טרוקעניש און אפגעווארט זייער קרבן. סולימאן איז נישט געווען דאן אויפן באלקאן; זיין מנהג איז געווען צו ערלויבן זיינע געסט זיך צו לאזן וואוילגיין אן זיין אנוועזנהייט פאר א שטיק צייט און הערשט דערנאך פלעגט ער ארויסקומען זיי אונטערהאלטן. די סנייפער האבן בלויז געקענט ווארטן. נאך א שטיק צייט עפנט זיך די טיר אויפן באלקאן, ארויסקומען צוויי ציוויל געקליידעטע וועכטער, קוקן זיך אום און ווינקן צו עמיצן אינווענדיג ווי צו זאגן אז אלעס איז פיין. דער גענעראל, לייכט געקליידעט, שפאצירט ארויס מיט זיין גלעזל (נישט וויין, ח״ו..) אין האנט און באגריסט זיינע געסט און פארפירט א באטעמטן שמועס מיט זיי. אונטן אויפן ברעג שארפן די סנייפערס זייערע ביקסן קוקערס אויף אים און ווארטן אויף אן אויטאמאטישע אראפציילער וואס וועט זיי זאגן ווען ביידע האבן אים אין ציל. פינף..פיר..דריי..צוויי..איינס...טראך טראך! צוויי גוט געצילטע קוילן, איינס אין האלז און איינס און די ברוסטקאסטן און גענעראל סולימאן איז געפאלן א טויטער אויפן טאראסע. א געפערליכע בהלה איז אנטשטאנטן צווישן די געסט, קולות און געלויפענישן אויף אלע זייטן, א זאך וואס איז גוט צוניצט געקומען פאר די אגענטן נעבן וואסער וועלכע האבן זיך שטילערהייט אריינגעשלענגלט אראפ צו די טיפענישן און געמאכט זייער וועג צוריק מיט א רואיגקייט.

צייטונגען דעם נעקסטן טאג האבן בלויז געוויסט צו שרייבן איבער א ׳מיסטעריעזע שיסעריי׳ אויף א סירישע גענעראל פון וואסער. קיינער האט נישט געוויסט ווער עס האט דאס געטון, אבער ווען מדנ״י האט געזאגט פאר רעפארטער אז זיי באטראכטן דעם אינצידענט ווי א ׳פרייליכע עקסידענט׳ איז באלד קלאר געווארן פאר יעדן, און א בחינה פון א סוד פאר גאנצ בראד, ווער עס איז געשטאנען אונטער דעם. מער האט מדנ״י נישט געהאט צו הערן פון א סירישע נוקלעארע פראגראם, צו ווייל די חברה האבן זיך דערלערנט אז זיי וועלן סייוויי נישט מצליח זיין און ווארשיינלעך אויכעט ווייל נישט לאנג דערויף האט זיך אנגעהויבן די בלוטיגע ברודער קריג אין סיריע וואס גייט נאך אן ביז היינט.

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:35 am

מעסיוו באשריבען, שכוח

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:40 am

Super !!!

אוועטאר
דער וואוילער
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:30 pm

תגובהדורך דער וואוילער » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:45 am

אויב די קענסט שרייב נאך שכוח

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 11:02 am

זייער שפאנענד! פערפעקט דזשאב יואב!

בילדער??
Definition of perfect: as good as it is possible to be

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 11:02 am

זייער קלאר און דראמאטיש באשריבן, א דאנק
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 11:08 am

זייער שטארק הנאה געהאט, שכח!

----

איין זאך, אויב איר קענט פארשטיין געבן ווי אזוי זיי האבן געטוען די פאלגענדע
יואב בן צרויה האט געשריבן:אבער די מוסד האט דא געהאט א געלונגען שטיקל: אין די מאמענט וואס די עראפלאנען האבן אריינגעוואנדערט אין סירישע טעריטאריע האבן זיך אויף די סקרינען אין די סירישע וואך באזעס באוויזן הונדערטע עראפלאנען. די סירינעס האבן זיך צעפיפן, לעקטערלעך האבן געבלינצלט, דאס לאנד איז אונטער אטאקע! .

א קאמפיוטער העק?

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 11:21 am

יאפ. ערגעץ האבעך געזעהן אז זיי האבן גענוצט רוסישע טעכנאלאגיע דערפאר.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 11:31 am

געליינט אין מי מנוחות מיט שפאנונג, און שטארק הנאה געהאט. "יואב׳ס א שטיקל!"

יישר כח

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 11:41 am

יעפ! יואב'ס א שטיקל! פעלט נישט אויס מאריך צו זיין

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:38 pm

ס'איז מוראדיג מוראדיג..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 4:20 pm

יואב שטארק הנאה געהאט פונעם ארטיקל,

אויב מעג איך פרעגן וואס האט די אנפאנג פון די ארטיקל מיט די גאנצע אקציע?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 4:47 pm

די באן אויפרייס אין צפון קארעא האט, צו א געוויסע אויסגעצויגעכץ, אראפגעשלעפט דעם דעקל פון א גאר שטארק אפגעהיטענע געהיימניס און איז געווען די ערשטע אנדייטונג וואס די מוסד האט באקומען אז אסאד פראבירט צו שאפן נוקלעארע וואפן.

בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך בנימין » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 5:09 pm

זייער פיין געשריבן. דו האסט א פליסיגן פעדער.
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 5:18 pm

מאסיוו און דראמטיש! און א פליסיגן פעדער.

האמיר געהערט אמאל א נייעס פון א באן אופרייס אין קארעא, האמיר געהערט אז מדנ"י האט באמבאדירט א נוקלערא באזע אין סירישע מדבר, האמיר געהאט מ'האט געהארגט סולימאן, אבער אז אלע זענען פארבינדן דאס האמיר נישט געוויסט

יישר כח פאר דעם הערליכן ארטיקל.

ווען מאכט מען א מאווי פון די מעשה??
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 4:47 pm

גאר שפאנענד.
זיך באלעקט די פינגער!
יואב, ווי וואנט מאר!
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 5:47 pm

באלד קען מען שוין צולייגן צו די מעשה די שיסעריי פון א גרויסע חמאס קאפשטיק אין תוניס?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 5:51 pm

נא_שכל האט געשריבן:באלד קען מען שוין צולייגן צו די מעשה די שיסעריי פון א גרויסע חמאס קאפשטיק אין תוניס?

נא, דאס איז א עקסטערע ארטיקל, פאר דעם יעצטיגע שרייבעריי פארמעסט
כשמ"ו כן הוא

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 8:05 pm

Wow שוין לאנג נישט געליינט אזא גוט'ס!
ישר כח!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 10:57 pm

Super

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 6:09 am

יואב
A1!!!
טויגסט דאך יא, שוין, עמיר מוזן ווארטן ביזן ענדע פינעם פארמעסט

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 1:21 pm

שמעלקע האלסט מיט דו באמערקסט עפעס קנאקעדיגס און פלוצלונג דערמאנט זיך יעדער צו געבן א דאנק !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובהדורך ס'שטימט » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 4:26 pm

wow
יואב! דו ביסט מורא'דיג. אן ארטיקל וואס די ווערטער גליטשען זיך פארן ליינער'ס אויגן.

זייער אינציקט.
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 4:41 pm

יעצט דורכגעליינט, זייער קלאר און גוט באשריבן. יישר כח

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 4:45 pm

מומחה עצום האט געשריבן:יעצט דורכגעליינט, זייער קלאר און גוט באשריבן. יישר כח
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, איש האשכולות און 19 געסט