חסרון פון זיין סעלף אינפלויעד - קען ווערען א בעל דמיון

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

חסרון פון זיין סעלף אינפלויעד - קען ווערען א בעל דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

הקדמה:
כ׳האב לעצטענס געהאט א לענגערע שמיעס מיט א ידיד מיינע. א יוד וואס איז אסאך עלטער ווי מיר, און איז שוין לענגערע יארען און ביזנעס. און כ׳האלט אז ער איז זייער א גיטע פארשטייער צי ביזנעס. און איך רעדט מיט עיהם פון צי-צי צייט און עניני ביזנעס.(אגב. אפי׳ זיין בעלבאס, מיט מערערע ארבעטער׳ס, רעדט זיך אויך אדערעך מיט עיהם)

**איך וויל אויך שוין מקדים זיין. אז יענער ידיד מיינע, טיט און די מעדיקעל סאפליי ביזנעס. (זייער קאמפעני סאפלייט, פאר האעם׳ס, די מעדיקעל סאפלייס) און ער איז, ב׳ה א א שיינע פארדינער.

**נאך א זאך, אוואדע, איז דער באשעפער, דער וואס באשערט פאר א יוד פינקטלעך וויפעל ער וועט פארדינען. און גארנישט גייט דאס נישט טוישען. כ׳קום בלויז רעדען פון די חובות השתדלות. און אפשר גרינגער מאכען, אדער ראטעווען א צווייטען יוד. און אפשר קלארער מאכען דעם ענין פון דעם סעלף אינפלויעד. ולא באתי רק להאיר. און אפשר גאר וועלען מיר אנדערע דא נאך קלארער מאכען.


אריינפור:
כ׳וויל אנהייבען מיט א שטיקעל ווערטעל. וואס איז נוגע פאר אינז אנגערישע יודן. ס׳איז טאקע נאר א ווערטעל. אבער דאכצעך מיר, אז סליגט און דעם זייער א טיפע יסוד און לימוד, וואס איך קלער אז אינז אנגערישע יודן, וואלטען געדארפט נעמען מער און בטראכט, און בפרט די סעלף אינפלויעד׳ס.

די חיליק צווישען א אנגערישע און א גאליציאנע לוויה..
די ווערטעל גייט אזוי: וואס איז די חיליק צווישען א לוויה פון א אנגערישע יוד, און א גאליציאנע יוד? ביי די אנגערישע לוויה וויינען די קינדער, און ביי א גאליציאנע לוויה וויינען נישט די קינדער... פארוואס? (די פשוט׳ע סיבה איז, וויבאלד די אנגערישע יודן זענען גרעסערע בעלי הרגש, און וויינען ממילא, שנעלער, גרינגער, און שטערקער משא׳כ די גאליציאנע.) וויבאלד, ביי די אנגערישע יודן, האבען די קינדער אייביג געזעהן א ברייטקייט און דערהיים. און אייביג האבען זיי געזעהן ווי זייערע עלטערען האבען ברייטע השגות.. האבען זיי זיך פארגעשטעלט אז סקימט א ברייטע נדן... און דערווייל ווען די טאטע שטארבט, און זיי זענען זיך מיט א ליידיגע באנק עקאנט... ווערט זיי ביטער אויפען הארץ און זיי הייבען אן וויינען ביטערליך... משא׳כ די גאליציאנע יוד וואס איז אוועק. וואס די קינדער האבען אייביג געזעהן ביי די עלטערען און שטוב א צמצם, און קיינמאל קיין ברייטקייט נישט געזעהן פאר די אויגען... ביי זיי ווען די טאטע איז גע׳שטארבען, האבען זיי גראד פארשטאנען אז פון א נדן קענען זיי אינגאנצען פארגעסען... דערווייל אבער. זעה׳ן זיי זיך מיט א אנגעשטאפטע באנק עקאנט פונעם טאטען.. ווי קענען זיי דען וויינען...? ווי קענען זיי דען וויינען, ווען זיי זעהען זיך מיט אזא גרויסע עשרות וואס זיי האבען יעצט באקימען...! ממילא וויינען זיי נישט ביי די לוויה...

די למוד דערפון
אוואדע איז עס נאר א ווערטעל און ביידע סארטען יודן, וויינען אמאל מער, און אמאל אביסעל ווייניגער. און אין יעדע פאל איז דא אן ענין פון מספד זיין א יוד, און עיהם באוויינען און רעדען פון זיינע שבחים. (ווי אויך איז דא א קלארע הלכה אז ווען א יוד גייט אוועק פון די וועלט. מאכען די קינדער צוויי ברכות. איינס, א ברוך דיין האמת. און צוויי, א הטוב והמטיב. און די צווייטע ברכה איז מבואר, אז די סיבה פון מאכען די ברכה איז וועגען, ״הטוב והמטיב״.די ״טוב״ גיטע נדן וואס די קינדער האבען באקימען האבען גע׳ירש׳ענט פונעם טאטען) אבער פארוואס איך האב ברענג דא צי, דעם ווערטעל איז כדי, ארויס צי ברענגען די פאקט, פון דעם, וואס אינז אנגערישע יודן לעבען, און רעדן, מער מיט א ברייט׳קייט אסאך מער ווי די גאליציאנע יודן. און אסאך מאל אפי׳ ס׳איז ליידער נישט דא קיין גרויסע ברייט׳קייט... (איך גיי נישט יעצט אריין צי ס׳איז מער חסרון ווי די גאליציאנע, צי נישט) אבער די פאקט איז, אז ס׳קען מאכען די מענטש א פראבלעם ווען סקימט צי ביזנעס. מיט לעבען מיט א דמיון. און בפרט פאר די סעלף אינפלויעד מענטשען. וואס פון דעם וויל איך יעצט אביסעל ארום רעדן פון.

געשעפטען עפענען און פארמאכען זיך
איך וואק אסאך מאל ארום, אויף די היימישע פארינימענע גאסען און נוא יארק. און איך בטראכט ווי כמעט א יעדע פאר יאר זענען דא נייע געשעפטען... מענטשען פארמאכען ביזנעס׳ס. און מענטשען עפענען נייע. ס׳עפענען זיך נייע געשעפטען, ווי, קליידער געשעפטען, נייע שפילצייג געשעפטען. נייע קליניג סטארס געשעפטען. נייע עליקטראניק סטארס, און אזוי ווייטער.. אמאל פשוט טוישען זיך די בעלי בתים פון די געשעפטען, און די געשעפט זעלבסט בלייבט אפען. און אמאל, פארמאכען די בעלי בתים. און א נייע אנדערע סארט געשעפט עפענט זיך, אויף דעם פלאץ פון די אלטע.

וואס איז פשט?!
זייער פשוט. אמאל נאך א יאר, און אמאל נאך יארען, זעהן די בעלי בתים פון די געשעפט, אז די געשעפט-ביזנעס לוינט נישט. און מען מיז עס ליידער פארמאכען... און אמאל איז דא איינער וואס האלט אז ער קען עס יא איבער נעמען, און די געשעפט בלייבט אפען. און אמאל זעהט די נייע בעלבאס, אז ס׳לוינט עיהם אויך נישט, און ער געבט עס אויך אויף.

איך רעדט פון א צווייטע סארט אינגאנצען! - זיך פרעגען צוויי קשיות
איך וויל דווקה רעדן, פון א געשעפט׳ס מאן. וואס לאזט יא אפען זיין געשעפט. און אמאל פאר יארען יארען לאנג. און ער פארדינט טאקע כאטש אויף צי קענען דארעך שטיפען דעם טאג, און אנגייען מיטען לעבען. אבער איך קלער אז אזא איינער דארף זיך פרעגען די קימענדיגע צוויי קשיא. למשל. איינער האט א קליידער געשעפט. זאל ער זיך פרעגען, די צוויי קשיות. איינס. טויגט איך טאקע צי פירען א אייגענע ביזנעס?
צוויי, ער מאכט לאמיר זאגען רווח אויפען קליידער געשעפט. אבער אפשר, לוינט זיך נישט די צייט, און כוחות וואס איר לייגט אריין און דעם געשעפט. און ווען איר וועט גייען ארבעטען פאר א צווייטען, און איר וועט בלויז אריין לייגען די נארמאלע ארבעט שעות. און נישט זיין פארנימען ווי א בעלבאס, וואס לייגט אריין זיין גאנצע טאג און נאכט, פון טראכטען און אריין לייגען כוחות און די ביזנעס. און האט דאגות, פרעשער, און שלאפלאזע נעכט. צי זיכער מאכען אז די געשעפט איז מצליח...! אפשר מיט גייען ארבעטען פאר א צווייטען, ארבעטען נארמאלע טאג שעות. און נישט האבען די אלע דאגות און פרעשער פון די ביזנעס. אפשר וועט איר פארדינען די זעלבע סכום. אדער גאר, נאך אסאך אסאך מער?

און אנדערע ווערטער-ס׳דארף זיך לוינען!
צי זיין סעלף אינפלויעד. און האבען די דאגות, פרעשער. און אריין לייגען די כוחות וואס מען לייגט אריין. דארף עס זיך פשוט לוינען. און פראקטיש גערעדט. כאטש וואס א סעלף אינפלויעד האט טאקע אסאך אסאך מער פעטענדשיעל ווי א ארבייטער. זעה איך. אז אסאך מאל מענטשען אפי׳ נאך יארען לאנג זיין א business owner, און זיין א א סעלף אינפלויעד. מאכט ער, אסאך מאל פול ווייניגער ווי א ארבייטער. און ער לייגט אריין אסאך מער שעות. און כוחות ווי א ארבייטער. און ער האט אסאך אסאך מער דאגות און פרעשער, סיי בייטאג און סיי ביינאכט פון די ביזנעס, אסאך אסאך מער ווי א ארבייטער. און משא׳כ ווען ער איז ווען א ארבייטער. אוואדע איז אייביג דא די כלל, און קללה וואס אדם הראשון איז גע׳געשאלטען געווארען מיט. ״בזעת אפיך תוכל לחם״. אבער סיי, צי זיין א ארבייטער, איז אויך דא געוויסע פעטענטשיעלס, פון למשל זיך צי הייבען און א העכערע ראנג וכדו׳. און סיי, ס׳איז דא ביי א ארבייטער, א סכום און א תשלם קבוע, וואס דער סעלף אינפלויעד האט נישט די מעלה! (פארשטייצעך און א פלאץ ווי מען צאלט וואס מען זאגט אז מען גייט צאלען..)

איך האב ביי מיר א דוגמא
איך האב ביי מיר א דוגמא, (משום תקנות המקום: און וויבאלד דא איז א פאבליק פלאץ, טאר איך נישט שרייבען דעם נאמען פון דעם געשעפט וד׳ל) פון א געשעפט. וואס האט זיך פארמאכט נאך יארען זיין אפען. סאיז געווען א ריזעגע ביזנעס, מיט געשעפטען און גאר אסאך היימישע געגענטער, א דער יוד וואס איז געווען די בעל הבית פון די געשעפט. האט נאך ארום 15 יאר... אליין מודה געווען אז די ביזנעס אליין האט נישט פארדינט. און די ביזנעס אליין איז געווען יארען אויף א מיינעס. און די בענק האבען עיהם איין שיינעם טאג פשוט פארמאכט, און עס פון עיהם ציגענימען. און יענער איז געווארען פון איין רגע צום צווייטען גאר א גרויסע בעל חוב לא עלינו. די מוסר השכל דערפון, ״לעבען ריליסטיש!״. כאטש ס׳איז טאקע דא א ריזעגע פעטענטשיעל פון זיין א business owner, דארף מען אבער לעבען ריליסטיש און נישט לעבען מיט א חלום אז די ביזנעס גייט איין טאג זיין ריזיג גרויס. קען טאקע זיין אז ס׳וועט, און קען טאקע זיין אז ס׳קען, אבער פארמאך, אויב די זעהסט אז נאך א שטיק צייט, אדער נאך יארען, גייען אדארעך, און די ביזנעס פארדינט נישט געניג ס׳זאל זיך דיר לוינען. אויב די business owner מאכט נישט כאטש אזוי פול וויפיל א ארבייטער מאכט. כ׳ש אויב ער מאכט ווייניגער. און כ׳ש וכ׳ש אויב מיט די ביזנעס מיט עיהם ציזאמען, זענען ביידע אויף א מיינעס... איז דא א זמן, וואס מען דארף סטאפען טראכטען פון די פעטענטשיעל, און קיקען ריליסטיש. און אפי׳ אויב די business owner מאכט יא מער ווי א ארבייטער, און די ביזנעס איז נישט אויף א מיינעס. אבער אפשר לוינט זיך נישט די שעות, צייט, פרעשער, און דאגות. און אזוי פיל צייט מיה און כוחות, וואס איר לייגט אריין און די ביזנעס, כלפי וויפעל איר מאכט מער וויפעל די ארבייטער מאכט, בשעת וואס, די ארבייטער האט נישט די פרעשער, און דאגות, און לייגט נישט אריין אזוי פיל שעות און כוחות, וויפעל איר לייגט אריין. איז ממילא, אפשר איז צייט צי פארמאכען, און גייען ארבייטען פאר א צווייטען.


בסך הכול וואס איך קום דא זאגען איז
א. אפי׳ א סעלף אינפלויעד, וואס פארדינט פון זיין ביזנעס. דארף זיך עס אבער לוינען! די דאגות פרעשער און צייט וואס ער לייגט אריין. סא אויב די רווח איז נישט מער ווי די ארבייטער. און כל שכן אויב ס׳איז ווייניגער ווי די ארבייטער באקימט. זאל ער גייען זיכען א דזשאב צי ארבייטען פאר א צווייטען.
ב. א מענטש וואס איז סעלף אינפלויעד דארף אויך לעבען מיט רייעליטי! און כאטש ס׳זעהט עיהם אויס, אז זיין ביזנעס קען אי׳ה, איין טאג זיין א מורא׳דיגע מצליח׳דיגע ביזנעס. דארף ער נאך אלט׳ס לעבען ריליסטיש, און טאמער ס׳גייט דארעך א שטיק צייט. און ס׳גייט דארעך יארען. וואס ווי געזאגט די ביזנעס פארדינט נישט געניג. אז ס׳זאל זיך עיהם לוינען צי זיין א סעלף אינפלויעד. און כל שכן אויב ער פארדינט ווייניגער ווי די ארבייטער. און כ׳ש אויב די ביזנעס איז אויף מיינעס. זאל ער גייען לעניות דעתי גייען נעמען א דזשאב ביי א בעלבאס און זיין די ארבייטער.
ג. א כללית׳דיגע זאך. א יעדע סעלף אינפלויעד דארף זיין מיט זיין ביזנעס זייער ריליסטיש, און נישט לעבען מיט א חלום! טראכט נישט א גאנצען טאג נאר פון די פעטענטשיעל פון די ביזנעס. נאר קיק אויך ווי אזוי די ביזנעס קיקט יעצט אויס! אז מען דארף מאכען דיסידשענס, קיק אויף די אינקאם פון יעדע חודש, זעה וואס און אויב מען קען מאכען בעסערע דיסידשענס. אדער טוישען געוויסע זאכען. אויב קענסט נישט. ווי געזאגט זענט איר נישט אזא איינער וואס קען זיין א business owner און זיין א סעלף אינפלויעד! און ווי געזאגט גייט זיכט צי זיין א ארבייטער פאר א צווייטען!
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום פרייטאג יוני 24, 2016 7:29 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

יוי שרייבסטע דעלישעס...
Definition of perfect: as good as it is possible to be
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

גאלדענע יור דע בעסט... טויגסטעך יא
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

גאלדענע, זייער א גוטע פאונט ארויסגעברענגט א ישר כח, גיי אן!
I reserve the right to disagree
12:56
קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינקעפיק »

סאיז דא מענטשן וואס ווילן ארבעטן אכציג שעה א וואך אבי נישט צי ארבעטן פער יענעם פערציג
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

גאלדענע סטאק ארויף געשאסן 99.0%...

איין זאך איז זיכער, איינער וואס חלומט אדער עכ״פ פרובירט כאטשיק נישט צו זיין א אייגענע בעלעבאס, דעם פעלט א שראפעל... אדם רוצה בקב שלו.........
לעצט פארראכטן דורך אי-רעלעווענט אום זונטאג יוני 26, 2016 1:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

נגיד האט געשריבן:גאלדענע, זייער א גוטע פאונט ארויסגעברענגט א ישר כח, גיי אן!

יא, ער זאגט גיט.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
איך לאך
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך לאך »

יישר כח גאלדענע

הערליכע ארטיקעל
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

שכח גאלדענע

זייער גיטע פאונטס

קלאר און שיין ארויסגעברענגט

קיפ איט אפ
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

די זאגסט זייער גוט, פאר 50% מענטשן (נישט פינקטלעך).
דער רבוש"ע האט באשאפן אלע ערליי מנטשן און עס איז דא נאך 50% וואס האלט פארקערט פון דיר מיט אנדערע גוטע פוינטס וואס דו פארזעסט, ווייל דו ביסט פין די ערשטע 50%.
איך האלט פערצאפאל אזוי ווי דיר.
דער רמב"ם שרייבט אז ווען נישט די משוגעים וואלט גארנישט געווען, נישט קיין ברויט און פיטער, נישט קיין הייזער, וכו' וכו'.
אוועטאר
פלאטפארמע
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 7:57 pm
לאקאציע: מען געפינט זיך אויף מיר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטפארמע »

לדעתי האט געשריבן:די זאגסט זייער גוט, פאר 50% מענטשן (נישט פינקטלעך).
דער רבוש"ע האט באשאפן אלע ערליי מנטשן און עס איז דא נאך 50% וואס האלט פארקערט פון דיר מיט אנדערע גוטע פוינטס וואס דו פארזעסט, ווייל דו ביסט פין די ערשטע 50%.


די חילוקי דיעות ווער סלעבט א בעסערע לעבן איז ווען מאיז באמת מצליח, אבער גאלדענע רעדט ווען מאיז מצליח בלויז אין דמיון, דאס איז געזאגט געווארן פאר 100% מענטשן
עצה געזוכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 10:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצה געזוכט »

פאר א ארבייטער אדער א באלעבאס איז דא א דעבאטע אויף קלמבשר
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

פערפעקט האט געשריבן:יוי שרייבסטע דעלישעס...

הרב @פערפעקט. א דאנק פארען דאנק.
אויסגערעכנט האט געשריבן:גאלדענע יור דע בעסט... טויגסטעך יא

טענק יא ידידי הרב @אויסגערעכענעט! וואס איז געווארען ווילסט מיך נאך אלט׳ס טרעפען? חחחחח.. כ׳האב שוין גע׳חלם׳ט ווי איך טרעף זיך מיט עפעס א יונגערמאן מיט א קעטשמע וואס דרייוו׳ט א עסקעלעדיר... שוין בעסער אזוי..
נגיד האט געשריבן:גאלדענע, זייער א גוטע פאונט ארויסגעברענגט א ישר כח, גיי אן!

טענק יא הרב @נגיד, איי עפרישיעט טא העוו סאטש גרעיט פרענדס לייק יא!
אי-רעלעווענט האט געשריבן:גאלדענע סטאק ארויף געשאסן 99.0%...

איין זאך איז זיכער, איינער וואס חלומט אדער עכ״פ פרובירט כאטשיק נישט צו זיין א אייגענע בעלעבאס, דעם פעלט א שראפעל... אדם רוצה בקב שלו.........
וועגען די סטאק הרב @רעלעווענט, זאגען די מבנים אז יעצט איז טאקע די רייט טיים צי קויפען סטאקס, אבער נישט ביי גאלדענע.. נאר גאר, פון עגלאנד.... אפשר קלערט איר טאקע אויף דעם עולם, צי ענוועסטין אנדערשט ביי גאלדענע׳ס סטאקס? כ׳בין זעכער אז ביי גאלדענע איז א בעסערע אינוועסטמענט. איר פרעגט פארוואס? יא, ווייל ביי גאלדענע וועט מען זעכער נישט דערלייגען... און וועגען פארדינען פרעגט איר? יא דאס ווייס איך נישט אויב ביי עגלאנד וועט מען יא פארדינען....
AHA האט געשריבן:
נגיד האט געשריבן:גאלדענע, זייער א גוטע פאונט ארויסגעברענגט א ישר כח, גיי אן!

יא, ער זאגט גיט.

טעקנס @אהא!
איך לאך האט געשריבן:יישר כח גאלדענע

הערליכע ארטיקעל

@איך לאך, איך לאך אויך.... מיינסט אז נאר דו מעגסט... חחחח... טענקס!
געשמאקער האט געשריבן:שכח גאלדענע

זייער גיטע פאונטס

קלאר און שיין ארויסגעברענגט

קיפ איט אפ

טעקנס הרב @געשמאקער. איר האט דאך זייער ליעב די אלטע אייוועלט סטייל. (איר ברענגט כסדר ארויף די אלטע ווארע) משא׳כ איך, האס דאך די אלטע סטייל... סא אויב איר גלייכט מיין ארטיקעל, בין איך דאך אויף גע׳האקטע צרות, נישט אזוי...? חחח..
פלאטפארמע האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:די זאגסט זייער גוט, פאר 50% מענטשן (נישט פינקטלעך).
דער רבוש"ע האט באשאפן אלע ערליי מנטשן און עס איז דא נאך 50% וואס האלט פארקערט פון דיר מיט אנדערע גוטע פוינטס וואס דו פארזעסט, ווייל דו ביסט פין די ערשטע 50%.


די חילוקי דיעות ווער סלעבט א בעסערע לעבן איז ווען מאיז באמת מצליח, אבער גאלדענע רעדט ווען מאיז מצליח בלויז אין דמיון, דאס איז געזאגט געווארן פאר 100% מענטשן

יא זייער ריכטיג @פלעטפארמע, דאס האב איך טאקע געמיינט. אבער אויך איז דא נאך א פראבלעם, איז טייל סעלף אינפלויעד הערען נישט אויף זיך איינצירעדן אז איין טאג גייען זיי זיין רייך... און ס׳איז דא אמאל א זמן. וואס מען דארף סטאפען צי חלום׳ן, און גייען ארבעטען פאר א צווייטען! (זעה נעקסטע תגובה)
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

לדעתי האט געשריבן:די זאגסט זייער גוט, פאר 50% מענטשן (נישט פינקטלעך).
דער רבוש"ע האט באשאפן אלע ערליי מנטשן און עס איז דא נאך 50% וואס האלט פארקערט פון דיר מיט אנדערע גוטע פוינטס וואס דו פארזעסט, ווייל דו ביסט פין די ערשטע 50%.
איך האלט פערצאפאל אזוי ווי דיר.
דער רמב"ם שרייבט אז ווען נישט די משוגעים וואלט גארנישט געווען, נישט קיין ברויט און פיטער, נישט קיין הייזער, וכו' וכו'.

@לדעתי, איך הייב נישט אן צי קלערען, אז א סעלף אינפלויעד, איז א מעשיגענער (איר ברענגט צי די באוויסטע רמב׳ם אהער). און איך פארזעה נישט גארנישט. אדרבה איך ווייס אז ס׳איז דא מענטשען וואס זענען סעלף אינפלויעד און פארדינען טבין ותקילין.

נאר היות היינט איז געווארען א מורא׳דיגע אנליין וועלט. און א יעדע צווייטע יונגערמאן, ווערט היינט א עמעזאן סעלער... און איך בין קלער אז מסתמה מער ווי האלב מיטטשענען זיך. ציליב דעם וואס און יעדע סארט פראדעקט אויף עמעזאן, איז דא אן א שיער קאמפעטישענס. סא איך קלער אז מיין ארטיקעל איז זייער וויכטיג. און שטארק רעלעווענט. פאר אינזער יעצטיגע דשענערעשיען. און כ׳האף אז כ׳האב גע׳געבען פאר די סעלף אינפלויעד. אסאך חומר למחשבה מיט דעם ארטיקעל. (דא דרייען זיך זייער אסאך סעלף אינפלויעד). אדרבה ווערט ס׳זעהט אן הצלחה. מיטען זיין סעלף אינפלויעד. ווינטש איך עיהם טאקע. אז עס זאל זיין מיט א גאר גרויסע הצלחה! אבער דער וואס נישט. קלער איך אז ער זאל שטארק קענסידערען צי גייען ווערען א ארבייטער פאר א צווייטען.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

@גאלדענע זומער גיי איך נישט מיטן קוטשמע
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
געשמאקער האט געשריבן:שכח גאלדענע

זייער גיטע פאונטס

קלאר און שיין ארויסגעברענגט

קיפ איט אפ

טעקנס הרב @געשמאקער. איר האט דאך זייער ליעב די אלטע אייוועלט סטייל. (איר ברענגט כסדר ארויף די אלטע ווארע) משא׳כ איך, האס דאך די אלטע סטייל... סא אויב איר גלייכט מיין ארטיקעל, בין איך דאך אויף גע׳האקטע צרות, נישט אזוי...? חחח..

ס'נישט קיין שום סתירה,
כ'האב ליב גיטע ארטיקלען.
אז ס'גיט איז עס גיט
הצלחה

קיפ איט אפ, ווי אר וועיטינג פאר מאר גוד סטאף
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איז דא א מעגליכקייט פאר אן ארבעטער וואס ארבעט פון 9 טו 5 צו מאכן 2000 דאלער א וואך?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
בלי לחץ
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 25, 2012 10:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלי לחץ »

מי יודע האט געשריבן:איז דא א מעגליכקייט פאר אן ארבעטער וואס ארבעט פון 9 טו 5 צו מאכן 2000 דאלער א וואך?


זיכער איז דא, ס'ווענט זיך אבער וועלכע אינדעסטרי די ביזט, ביזטו געלערנט, האסט א ספעציעלע חוש פאר געוויסע זאכן, דיין געטריישאפט, וויפל דיין עמפלויער מאכט אויף דיין שעה, אא"וו
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

א עוורידזש בעה"ב לייגט אריין היבש ווייניגער שעות "ארבייט" ווי א 9-5 ארבייטער. ער טראכט אסאך מער, און איז מער ראשו ורבו אינעם ביזנעס? קלאר אזוי, אבער זיין עקטשועל ארבייט איז ווייניגער און זיין פרייהייט מער.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

כאפצעם האט געשריבן:א עוורידזש בעה"ב לייגט אריין היבש ווייניגער שעות "ארבייט" ווי א 9-5 ארבייטער. ............. אבער זיין עקטשועל ארבייט איז ווייניגער און זיין פרייהייט מער.

וואס מאכטעך אזוי טראכטען?
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

געשמאקער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:א עוורידזש בעה"ב לייגט אריין היבש ווייניגער שעות "ארבייט" ווי א 9-5 ארבייטער. ............. אבער זיין עקטשועל ארבייט איז ווייניגער און זיין פרייהייט מער.

וואס מאכטעך אזוי טראכטען?

ער רעדט נישט פין די פארצייטישע בעלי בתים וואס זענען שוין געוועהן אויף 4:30 "ווייל מען דארף שוין גיין אין די ביזנעס"

די היינטיגע יונגעלייט וואס זענען סעלף אינפלאוד נעמען נישט אנטייל אין די הריגות יעדע אינדערפרי ווער עס זאל אויפשפארן די טיר פינעם ס'מעדריש
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

אן אריינגיין וועגן אמאליגע 4:30 אידן.

ביסטו אן ארבייטער אדער א בעה"ב?
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

געשמאקער האט געשריבן:אן אריינגיין וועגן אמאליגע 4:30 אידן.

ביסטו אן ארבייטער אדער א בעה"ב?

וואס איז עס נוגע?
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

אן ארבייטער וועט געווענליך נישט זעהן די ארבעט וואס די בעה"ב לייגט אריין אין די ביזנעס
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

געשמאקער האט געשריבן:אן ארבייטער וועט געווענליך נישט זעהן די ארבעט וואס די בעה"ב לייגט אריין אין די ביזנעס

גערעכט, גייסטישע און מער פרילענס
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”