רבי יעקב הלוי לעבאוויטש אב"ד קאפיש זצ"ל בעל משנת יעקב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי יעקב הלוי לעבאוויטש אב"ד קאפיש זצ"ל בעל משנת יעקב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:# 33

בילד

בילד # 33 איז בשעתו אידענטיפיצירט געווארן אלס הגאון בעל משנת יעקב מ'קאפיש זצ"ל

יעצט האבן מיר דא # 75 - נאך א בילד פונעם קאפישער רב זצ"ל

אין 'די צייטונג - אידישע צייט' יענע וואך פר' וישלח תשע"ו שרייבט מ.ז. שניטצלער איבער דאס קאפישע ביהמ"ד פון וומ"ס, וואו ער הייבט אן בתולדותיו של האי גברא רבא הגה"צ מקאפיש זצ"ל, זייער א שיינעם ארטיקל.

אויסער דעם וואס די בילדער כולם כאחד האט ער גענומען פון דאנעט און נישט געגעבן קרעדיט, שרייבט ער אז דער נאמען 'גבעת פנחס' אויפן שול, האט דער קאפישער רב געגעבן על שמו ולזכרו פון הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זצוק"ל פון וועם דער רב זצ"ל איז געווען אן אייניקל.

איז דא דערין אן אמת? אויף די מצבה ווערט דאס בכלל נישט דערמאנט
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

יא, דאס איז ריין אמת, דער קאפיש'ער רב איז געוועהן אן אייניקעל פון הרה,ק רבי פינחס מקאריץ זצ,ל, ער האט געוויסט גענוי ווי אזוי, מ'האט איהם קיינמאל געפרעגט, און ס'נישט געווארן דאקמיונטעט ווי אזוי, און ער און משנת יעקב ברענגט כמה פעמים הרה"ק מקאריץ זצ"ל און אלעמאל דער טיטול זקיני וכדומה.

ווי אויך זיין אייניקעל בן האדמו"ר מליסקא שליט"א המפורסם 'פנחס עזרא פריעדלאנדער', הייסט עזרא נאך קאפיש רב'ס פאטער, און דער ליסקא רבי זצ"ל האט נישט אזוי געגליכען דער נאמען, האט דער ליסקא רבי הרה"ק רבי יוזפא פריעדלאנדער זצ"ל געבעטן מיט שיינעם, אז ער וויל זיך נישט מישען, היות ס'איז נישט זיין צד צו געבן דער נאמען, אבער וויבאלד קאפיש רב האט איהם אמאל געזאגט אז ער איז אן אייניקעל פון הרה"ק רבי פינחס מקאריץ זצ"ל, אולי זאל מען צוגעבן דער נאמען 'פינחס', און קאפיש'ע רב האט מסכים געוועהן און געזאגט, אה! דאס הייסט א רעביש אייניקעל, א שיינע פשרה, און האט הנאה געהאט...
אונטרעסאנט ווי דער גאס קען איהם נאר אלס 'עזרא', אבער משפחתו וכל הקרוב לו רופט איהם און קען איהם נאר מיטן נאמען 'פינחס', מהאי טעמא טאקע..

אבער מיטן נאמען פון ביהמ"ד איז אזוי דער מעשה: דער קאפיש רב האט אפגעקויפט זיין שול פון הרבי מבאסטאן ז"ל, און דער שול האט שוין ממילא געהייסען גבעת פינחס, נאך זיין טאטע רבי פינחס דוד מבאסטאן, (כ'מיין און דו תנאי איז געוועהן אז דער באסטאנע רבי האט געבעטן פון דער וואס קויפט עס אפ, אז ער זאל נישט משנה זיין דער נאמען פון ביהמ"ד), און ווען קאפיש'ע רב האט עס אפגעקויפט האט ער געלאזט דער נאמען, און הנאה געהאט, אז ס'האט זיך געמאכט אז דער שול הייסט גבעת פינחס, וויבאלד ער איז אן אייניקעל פון הרה"ק רבי פינחס מקאריץ זצ"ל זאל עס זיין לשמו ולזכרו.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב ליסקא, דוכט זיך אז דעם באסטאנער רבי'ן הויז און שול איז געוועזן אויף 542 בעדפארד.

הוספה:
כאפ איך שוין איר האט רעכט, קאפישער רב האט טאקע אפגעקויפט קהל גבעת פנחס [דאן] אויף 542 בעדפארד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

Heter Agineh.JPG

signetors.JPG
signetors.JPG (14.75 KiB) געזען 3766 מאל

די אונטער שריפטן פון אויבן אויף אראפ:

ישראל וועלץ, ראב"ד בודאפעסט
שמעון ישראל פאזען, אב"ד שאפראן
אשר באב"ד, אב"ד טארטיקוב
יעקב סג"ל לעבאוויטש, אב"ד קאפיש
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

די ערשטער מצבה פון חלקת הרבנים אין קרית יואל ביה"ח

2880.jpg
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

יציב פתגם האט געשריבן:
Heter Agineh.JPG

signetors.JPG

די אונטער שריפטן פון אויבן אויף אראפ:

ישראל וועלץ, ראב"ד בודאפעסט
שמעון ישראל פאזען, אב"ד שאפראן
אשר באב"ד, אב"ד טארטיקוב
יעקב סג"ל לעבאוויטש, אב"ד קאפיש

אונטרעסאנט, מיר האבען און באזיץ איבער פופציג אזעלעכע שטיק, דעמאלטס איז מען אריין און סאטמארע כולל, און גענומען מאה חתימות, דעמאלטס געוועהן כולל יונגעלייט, טייל זענען היינט רבנים מפורסמים, מיר האבען אלע געסקענט און געגעבען בתשואת חן חנם אין כסף פאר רבי גד'ל כ"ץ'ס זוהן, זיי זאלען עס קענען דרוקען און זייער תולדות משנת יעקב וואס זיי דוקען יעצט פון פריש.

ווי אויך האבען מיר געהאט דער ערשטע צוויי בענדער משנת יעקב, מיט זיינע הארות, כידוע לי"ח שלטו בו זרים, און פון זיינע הגהות און הערות ווערן אלס פארענטפערט, אלס געגעבן בתשואת חן. אויך האבען מיר א טעיפ פון איהם, און א ווידיאו, אלס אוועק געגעבן פאר זיי, זיי זאלען עס קענען נוצען און דרוקען.

הרבה נשאר בקולמסי ואי אפשר לי להאריך.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער קאפישער רב איז געווען א מחותן מיטן ליסקא רבי'ן, ניין?
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

יציב פתגם האט געשריבן:די ערשטער מצבה פון חלקת הרבנים אין קרית יואל ביה"ח

2880.jpg

קאפישע רב ליגט אין קרית יואל? וועלכע יאר איז ער נסתלק געווארן? כהאב אלץ געוואוסט אז ער איז נסתלק געווארן בחיי רבינו און דעריבער האט מען אויפגענומען צוויי דיינים אין סאטמאר צוליב ווייל שאפראנע רב מיטן קאפישע רב זענען געווען די מורי הוראות פארן ציבור און ווען שאפראנע רב מיטן קאפישע רב זענען אוועק האט זיך פארלאנגט צוצושטעלן דיינים פאר די קהלה און דעמאלץ האט מען אויפגענומען הגריח"מ פר"מ מיט הגרא"ג בערקאוויטש. אחוץ אז סקען אפשר זיין אז די קאפישע רב איז נישט געווען געזונט די לעצטערע יארן
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

מיללער האט געשריבן:דער קאפישער רב איז געווען א מחותן מיטן ליסקא רבי'ן, ניין?

יא, ליסקא רבי פון בארא פארק רבי צבי הירש פריעדלאנדער איז בזיווגו הראשון געוועהן אן איידעם ביי קאפיש'ע רב, און אסאך פון זיינע כתבי יד, עגונות, תשובות, זענען געבליבען ליגן ביי איהם. און מ'האט אלעס איבערגעגעבן פאר רבי גד'לס קינדער וואס געבן זיך אפ מיטן איבערדרוקען זיינע ספרים.

קאפיש'ע רב איז אוועק א האלב יאר נאך סאטמארע רב, ביום ז' אדר תש"מ, און זיין קאפ האט שוין נישט גע'ארבעט כאטש דו לעצטע פאר יאר.

א תלמיד איז ער געוועהן פון רבי שאול בראך ז"ל אב"ד קאשוי, און א חסיד פון רבי ישכר דוב רוקח האדמו"ר מבעלזא, און לאחר מותו האט ער שוין נישט געהאט קיין רבי.
ער איז בכלל נישט געוועהן איינעגעשטעלט און סאטמאר, און נישט געוועהן קיין סאטמארע חסיד, נאר געוואונט א קעגן איבער דער סאטמארע רבי, און סאטמאר האט איהם גענוצט אלס פוסק, וויבאלד דער רבי אליין האט איהם גענוצט פאר זיך, סאטמאר רבי הדברי יואל האט איהם גאר שטארק מעריך און משבח געוועהן, און אזוי אויך פארקערט, ער האט געהאט א שטיקעל ריספעקט פאר דו סאטמארע רבי.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

תולדותיו ע"י הרב יצחק יחיאל סג"ל גליק זז"ג
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער קאפישער רב איז געווען א מחותן מיטן ליסקא רבי'ן, ניין?

יא, ליסקא רבי פון בארא פארק רבי צבי הירש פריעדלאנדער איז בזיווגו הראשון געוועהן אן איידעם ביי קאפיש'ע רב, און אסאך פון זיינע כתבי יד, עגונות, תשובות, זענען געבליבען ליגן ביי איהם. און מ'האט אלעס איבערגעגעבן פאר רבי גד'לס קינדער וואס געבן זיך אפ מיטן איבערדרוקען זיינע ספרים.

קאפיש'ע רב איז אוועק א האלב יאר נאך סאטמארע רב, ביום ז' אדר תש"מ, און זיין קאפ האט שוין נישט גע'ארבעט כאטש דו לעצטע פאר יאר.

א תלמיד איז ער געוועהן פון רבי שאול בראך ז"ל אב"ד קאשוי, און א חסיד פון רבי ישכר דוב רוקח האדמו"ר מבעלזא, און לאחר מותו האט ער שוין נישט געהאט קיין רבי.
ער איז בכלל נישט געוועהן איינעגעשטעלט און סאטמאר, און נישט געוועהן קיין סאטמארע חסיד, נאר געוואונט א קעגן איבער דער סאטמארע רבי, און סאטמאר האט איהם גענוצט אלס פוסק, וויבאלד דער רבי אליין האט איהם גענוצט פאר זיך, סאטמאר רבי הדברי יואל האט איהם גאר שטארק מעריך און משבח געוועהן, און אזוי אויך פארקערט, ער האט געהאט א שטיקעל ריספעקט פאר דו סאטמארע רבי.

איר זענט וואך? אמינא כד ניים ושכיב כתב את זה, סאטמאר רבי האט אים "שטארק" מעריך געווען, און דער קאפישער רב האט געהאט א "שטיקעל" רעספעקט פארן סאטמאר רבי?

די רביצין פון ליסקער רבי פון ב"פ בתו של הגה"צ מקאפיש איז נפ' געווארן אדער נתפרדה החבילה?
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

אה"נ ער איס טאקע נישט געווען איינגעשטעלט אין סאטמאר, נאר ער איס במציאות געווען דער מורה הוראה פארן סאטמארן ציבור און אזוי אויך דער שאפראנע רב זצ"ל און נאכן הסתלקות פון שאפראנע רב און אויך וויבאלד קאפישע רב איז פארעלטערט געווארן און דאס קאפ האט עם שוינישט אזוי גוט געארבעט דח לעצטערע יארן ל"ע, האט מען אויפגענומען אייגענע דיינים. כך שמעתי
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

בן בוזי האט געשריבן:בילד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:תולדותיו ע"י הרב יצחק יחיאל סג"ל גליק זז"ג

שיין ייש"כ

-

איך זעה אז בזיוו"ר איז דער קאפישער רב געווען אן איידעם ביי הג"ר אברהם יקותיאל ירושלמי-שווארץ מחוסט בעמח"ס חודש האבי"ב בנו של פנחס נפתלי מחוסט בעמח"ס נפש טובה, איבער וועם ידידינו הרב מו'ווילוויסן יצ"ו האט בשעתו געשריבן אינעם חוסטער אשכול בזה"ל:
ווילוויסן האט געשריבן:צו די רשימת אנשי שם פון חוסט קען מען צולייגן הגאון החסיד בעל מח"ס נפש טובה ר' פנחס נפתלי [ב"ר איציקל מגומבין] סופר סת"ם בחוסט [אבי ר' אברהם יקותיאל ירושלמי ] . אולי כדאי להאריך בשבחו.
עיין כאן א מורא'דיגע מעשה וואס ער האט געהאט מיטן מהר"ם שיק ביי א גט.
דער מאקאווער דיין ר' חיים ליב דייטש איז געווען אן איידעם דארט.

אויסצוקלארן וואס דער ווילוויסענער רב זאגט, הגאון רח"ל דייטש ממאקאווא איז געווען אן איידעם ביי רבי אברהם יקותיאל, ווען די ערשטע ווייב פונעם קאפישער רב איז נעבעך אינגערהייט אוועק דאן איז ער געווארן אן איידעם ביי זיין שוואגער דער מאקווער דיין זצ"ל.

די צווייטע ווייב איז אוועק ביים קריג רח"ל הי"ד, און פון די עלף קינדער (8 מזיוו"ר ושלשה מזיוו"ש) האבן נאר איבערגעלעבט צוויי, דאס איז בתו אשת הגה"צ מדיארמאט ז"ל ובנו ר' ישכר דוב (נקרא ע"ש הרה"ק מבעלזא?)

מצבת בתו הרבנית מדיארמאט ע"ה
בילד
נאך די קריג האט דער קאפישער רב חתונה געהאט בזיווג שלישי מיט בת הרה"ח ר' הערשל אלימלך דים ז"ל משב"ק אצל מהרש"א מראצפערט זצ"ל פון וועם ער האט געהאט נאך דריי קינדער.

מצבת הרבנית מזיווג שלשישי:
בילד

איבער די מחותנות מיטן ליסקא רבי, האבן מיר אראפגעברענגט אינעם ליסקער אשכול די פאלגענדע חומר בימים ההם:
viewtopic.php?p=601159#p601159
מיללער האט געשריבן:
שושן הסודות האט געשריבן:כ"ק הרב הצדיק רבי יוזפא פריעדלאנדער האט משמש געוועזען אלס אדמו"ר מליסקא דא אין בארא פארק, ביז צו זיין פטירה כ"ח שבט תשל"א
ער איז געוועהן דער אינגסטע זוהן פון הגאון הקדוש רבי צבי הירש מליסקא בעמח"ס שערי הישר על תהלים בן הגה"ק בעל טל חיים מליסקא ממלא מקום פונם גרויסען צדיק רבי צבי הירש מליסקא בעל אך פרי תבואה אין הישר והטוב

ער איז געווען א מחותן מיטן קאפיש'ער רב, גאר נאהנט געווען מיט סקיווירא רבי אין סקולען'ע רבי. דער חוסט רבי רבי יושע גרינוואלד איזגעווען א איידעם ביי זיינס א ברודער

כ"ק רבי יוזפא זצ"ל האט איבערגעלאזט צוויי זוהן איין טאכטער, בנו בכורו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר רבי צבי הירש שליט"א, אין רבי אברהם יהושע העשיל שליט"א האבד"ק היבנוב, בעל חסדי אברהם אויף עניני חולה, זיין איידים איז הרב יעקב לייפער

אין 'דער בלאט' די וואך ווערט נתפרסם א בילד פון די חתונה פונעם ליסקא רבי שליט"א פון ב"פ ר' צבי הירש פר"מ, בנו ומ"מ של ר' יוזפא מליסקא חתנו של הרה"ג מקאפיש ז"ל, איך שטעל אהער דעם בילד לשלימת האשכול, אויסער דער חתן אין די מחותנים ווערט געזעהן צווישען אנדערע אויפן אויבנאן ר' יצחק לעווי וועם דער בלאט באצייכענט אלס 'טאלטשאווא רב' ווייסט איינער מער פרטים איבער אים?
בילד
(תשוח"ח לידידי הרפ"פ מב"וו נ"י על אדיבתו)
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

זיין איידעם ר' אהרן גד שליט"א הרב מקאפיש, איז וועמענס זון ?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:זיין איידעם ר' אהרן גד שליט"א הרב מקאפיש, איז וועמענס זון ?

ער איז א זוהן פון הרה"ג ר' אשר שמואל כ"ץ זצ"ל אב"ד דזשיבוי - מאנטריאל וואס ער איז געווען אן איידעם ביים ריסקאווע'ר רב זצ"ל.
---
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ייש"כ
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:...אבער מיטן נאמען פון ביהמ"ד איז אזוי דער מעשה: דער קאפיש רב האט אפגעקויפט זיין שול פון הרבי מבאסטאן ז"ל, און דער שול האט שוין ממילא געהייסען גבעת פינחס, נאך זיין טאטע רבי פינחס דוד מבאסטאן, (כ'מיין און דו תנאי איז געוועהן אז דער באסטאנער רבי האט געבעטן פון דער וואס קויפט עס אפ, אז ער זאל נישט משנה זיין דער נאמען פון ביהמ"ד), און ווען קאפיש'ע רב האט עס אפגעקויפט האט ער געלאזט דער נאמען, און הנאה געהאט, אז ס'האט זיך געמאכט אז דער שול הייסט גבעת פינחס, וויבאלד ער איז אן אייניקעל פון הרה"ק רבי פינחס מקאריץ זצ"ל זאל עס זיין לשמו ולזכרו.

צופיל האט דער באסטאנער רבי אים נישט געדארפט בעטען (אויב ער האט אים בכלל געבעטען), ווייל ווען דער קאפישער רב זצ"ל האט איבער גענומען דער בית המדרש (נישט אויפען זעלבען פלאץ ווי עס איז יעצט), האט ער געלאזט אלע כיבודים אזוי ווי ווי עס איז געווען ביז דענמאלט אינעם באסטאנער בית המדרש.

דער באסטאנער רבי זצ"ל רבי פנחס דוד איז געבוירען געווארען אין ארץ ישראל. אויך זיין זוהן וממלא מקומו רבי משה זצ"ל (האדמו"ר מבאסטאן אין וויליאמסבורג, נאכדעם אין קראון הייטס, און נאכדעם אין בארא פארק) איז נאך אויך געבוירען אין ארץ ישראל. זיין צווייטע זוהן רבי לוי יצחק זצ"ל האדמו"ר מבאסטאן אין באסטאן איז שוין דא געבוירען געווארען אין די תר"פ יארען.

צוליב דעם וואס דער באסטאנער רבי איז געווען א ירושלים'ער איד, האבען די ירושלים'ער אידען אין וויליאמבורג קונה שביתה געווען ביי אים אין באסטאנער בית המדרש; צווישען זיי תלמידי חכמים מופלגים; און ווען דער קאפישער רב האט עס אפגעקויפט האט ער ווייטער ממשיך געווען מיט אלע כיבודים ווי ביז אהין. (רבי יום טוב ערליך זצ"ל באזינגט די ירושלים'ער אידען אין וויליאמסבורג - "פארט א איד פון ארץ ישראל; מיט פארוויינטע אויגען...")

דער באסטאנער רבי, רבי פנחס דוד זצ"ל איז נאך אוועק אין מיטען צווייטען וועלט מלחמה; און מיין מאמע ע"ה האט מיר געזאגט אז דער באסטאנער רעבעצין (כ'ווייס נישט צו רבי פנחס דוד'ס רעבעצין אדער שוין רבי משה'ס רעבעצין [אויך זייער א חשובע פרוי]) איז געווען "דער רעבעצין" בה"א הידועה אין וויליאמסבורג ביז דער סאטאמאר'ער רעבעצין האט גענומען איר פלאץ.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך זעה נישט מען זאל רעדען דערפון. דער קאפישער רב זצ"ל איז געווען דער רב מסדר גיטין בה"א הידיעה. אלע פראבלעם קעיסעס ווי א מאן האט נישט געוואלט געבען זיין ווייב א גט מיט גוטען נאר איר לאזען א עגונה, איז אנגעקומען צו אים, ווי מיט מסירת נפש האט ער געמאכט זיכער אז דער מאן גיבט זיין ווייב א כשר'ע גט.

דאס איז נישט א זאך וואס איז מסור צו סתם עהני רב; צו דעם דארף מען זיין א פוסק צו קענען מבחין זיין. און דאס פלאץ האט דער קאפישער רב זצ"ל ערפילט מיט מסירת נפש כידוע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

לפי זכרוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

איך בין געווען א בחור בערך תשל"ב אדער שפעטער. און אויב מיין זכרון ארבייט מיר גוט, געדענק איך, אז דער קאפיש'ער רב האט פארגעלערנט שו"ע הרב אין ראדני סאטמאר צווישען מנחה מעריב פאר א מספר מצומצם אידען. און איינמאל בין איך געשטאנען און אונטערגערט דעם שיעור. האב איך געהערט פון קאפיש'ער רב אז אז מ'טאר נישט מאכען א סוכה אויף א פייער עסקעיפ אויב די שטאט לאזט נישט. ווייל חמירא סכנתא מאיסורא און אפשר האט ער צוגעגעבן נאך טעמים וואס איך האב נישט געהאט קיין שכל דאן משים לב זיין. אבער דאס געדענק איך קלאר אז ער האט אזוי געהאלטן אז דער סוכה איז נישט כשר.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

בין געווען א אינגעל אין תשל"ב (פיל זיך שוין אינג פיינעלי), און בערך דענמאלט, יא תשל"ב, בין איך געווען אויף א שבת ביים זיידען אין וויליאמסבורג און מיר האבען געדאווענעט אין קאפיש. געדענקען געדענק איך גארנישט.

ביידע מיינע זיידעס האבען געדאווענט אין קאפיש אבער אין אנדערע תקופות, איינס אין די באסטאנער/קאפישער תקופה און מיין ברית איז טאקע געווען אין באסטאנער בית המדרש אין קראון הייטס. געדענק נאך דעם בית המדרש אויף פרעזידענט סטריט ווי א חלום. באסטאנער רבי פון באסטאן האדמו"ר רבי לוי יצחק זצ"ל (דא געווען מאיזה סיבה) האט געהאט די ברכות און מיר א נאמען געגעבען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

מיללער, כ'געב אייך גערעכט מיט אלעמען, אבער 'קאפיש' זאלט איר מיר נישט פארקויפען,
ער איז נישט קיין סאטמאר חסיד געוועהן. סאטמאר האט איהם גענוצט אום אפיציעל אלס מורה הוראה, וויבאלד דער רבי אליין האט איהם גענוצט מיט יעדער זאך, און ביי זיך פרעזענליך.
קיינער קען נישט און האט ארויס דו 'קאפיש' רב אזוי גוט ווי אונז, זיין זוהן רבי הירש מיילעך ווייסט נישט און רעד נישט, דער ביסל ספרים ירושה וואס ער האט באקומען מיט הגהות האט ער ווייטער פארקויפט, אז מ'ברעכט זיך יעצט קאפ עס צירוק אפ צו קויפען, גיי געפון אויס ווי....
רבי גד'ל כ"ץ אב,ד קאפיש האט חתונה געהאט ווען זיין שווערס קאפ האט שוין נישט גע'ארבעט.
ליסקא רבי פון בארא פארק איז עהם געשטאנען לימינו, מיטן שרייבען זאכען, גענומען זיין שימוש, געזעצן ביי דין תורה חליצה גיטין נאך זייענדיג א חתן ביי איהם, און אלעס מיט געהאלטן.

סאטמאר רבי הדברי יואל פלעגט אסאך מאל צו בלייבען שטיין זיך צו צוהערן זיינע שיעורים, ווי ער פלעגט רעדן מיט קאנפידענץ און מיט א תקיפות, און סאטמאר רבי האט הנאה געהאט פון דעים. ווען ער פלעגט באקומען אן עליה, און מאכען דו ברכות מיט אלע בעלזא קנייטשען, האט דו סאטמאר רבי הנאה געהאט עס אויס צוהערן ווי ער לייגט עס אראפ, און שמייכלען.

ער שרייבט און הקדמה ער האט מתיר געוועהן איבער פינעף טויזענט עגונות ב"ה בלי מכשול.

פון דו פיקטשער מיללער וואס דו ברענגסט אראפ, געוועהן געדרוקט אונעם בלאט, האבען אונז א ווידיאו פון דער חתונה, היפש היסטאריש, חתונה מוזכר בארוכה בהמאור שיצא לאור באותו עת.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ייש"כ הרב על האוצרות ליסקא

1. דער זון הייסט ר' הערש מיילעך אדער ר' ישכר בער?
2. אינעם באשרייבונג פון ר' יצחק גליק זעה איך אז איין איידעם איז ר' חיים צבי עהרנרייך, דארט ווערט נישט דערמאנט דער ליסקא רבי אלס איידעם, רעדט מען פון די זעלבע טאכטער בזיוו"ר ובזיוו"ש?
3. איר האט א לינק צום המאור וואו די חתונה ווערט באשריבן?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'האף אז מען קען נאך קויפען די צייטונג אין די געשעפטען. קען מען (מעג מען) עס ארויף לייגען דא?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

מיללער האט געשריבן:אין 'דער בלאט' די וואך ווערט נתפרסם א בילד פון די חתונה פונעם ליסקא רבי שליט"א פון ב"פ ר' צבי הירש פר"מ :?: , בנו ומ"מ של ר' יוזפא מליסקא חתנו של הרה"ג מקאפיש ז"ל, איך שטעל אהער דעם בילד לשלימת האשכול, אויסער דער חתן אין די מחותנים ווערט געזעהן צווישען אנדערע אויפן אויבנאן ר' יצחק לעווי וועם דער בלאט באצייכענט אלס 'טאלטשאווא רב' ווייסט איינער מער פרטים איבער אים?
בילד
(תשוח"ח לידידי הרפ"פ מב"וו נ"י על אדיבתו)
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”