שטעל איך דא ארויס קודם די ערשטע בריוו אויסטויש וואס איך האב געמאכט פאר דעם.
עין טובה האט געשריבן:איך גרייט מיר צו מיין תגובות האלף. עפעס אן איידיע קענסטו מיר שענקן?
עכט האב איך געוואלט אן אפהאנדלונג אויף די היסטאריע פון מאנסי, אבער איך האב נישט די נויטיגע ריסורסעס דערפאר.
קיקיון האט געשריבן:קאסט מיר א לאך!
איך האב געוואלט אנהייבען אזא פראיעקט אבער עס גייט שווער
עפעס א משהו אינפו האב איך שוין
זאל איך עס דיר שיקען ?
זיי די עס מסדר און מגי'
איך האף אז עס וועט נישט זיין קיין
קדירא דבי שותפא לא חמימי ילא קרירי
שיק מיר דיין אימעיל אדרעס
קיקיון האט געלערנט אין מאנסי בשנות תשכ"ו - תשכ"ח.
אלנפאלס, איך האף אז אז ס'וועט זיין אן אשכול דערוועגן וועלן די חשוב'ע אידן דא צוגעבן דערצו.
וזה החלי בסייעתא דשמיא.
מאנסי איז געווען פארם לאנד, שפעטער האט זיך צוביסליך אהינגעצויגן עטליכע אידישע האטעלן און באנגעלאו קאלאניס, פארוואנדעלינג עס אין א זוממער'דיגע רעזארט.
ספרינג וואלי איז געווען מער מיושב. עס איז געווען א רב, א סאלאוויציק, וואס האט א סך געהאלפן פאר די סקווירא שטעטל, זיין רביצין האט מייסד געווען די בית יעקב אוו ספרינג וואלי, עס איז געווען א יאנג איזרעאל פילאליע. אין זיין צייט איז געווען דער רב א ישיבה'שער הרב וואלפין, היינט איז אין יענעם בנין די פאפא מיידל שולע.
ישיבה אוו ספריג וואלי האט מייסד געווען ר' בערל גרינבוים ז"ל אן איידעם פון ר' שרגא פייוועל זצ"ל בשנת תש"ג, די שוסטאל'ס און אונגארישער'ס האבן דארט געלערנט עס איז נאך נישט געווען עפעס אנדערש ער איז געווען א ממלא מקום אויף א טאג און האט געטייטשט אידיש און ענגליש.
בית דוד איז נתייסד געווארן בשנת___ ע"י הרה"ח ר' ראזענבערג
דער שטאטישער ביהמ"ד, בית ישרא' איז נתייסד געווארן בשנת___
די מקוה איז נתייסד געווארן בשנת___
ווען ער איז אנגעקומען, אייר תשכ"ו, איז שוין געווען א אידישע גראסערי, ווי אפט ער האט באקומען פרישע סחורה איז נישט באקאנט... ר' שמעון מענדעלאוויץ האט געפענט די בוטשער סטאר א יאר צוויי שפעטער.
אין ת"ש לפ"ק, איז ר' אהרן קאטלער און ר' ראובן גרוזובסקי זי"ע וחבריא, אנגעקומען קיין אמעריקא, וואו ר' אהרן איז תיכף אריינגעשפרינגן אין פילע הצלה אקטיוויטעיטן צו ראטעווען אחב"י על אדמות אייראפע.
בשנת תש"ג, ווען ער האט אויפגעגעבן אויף הצלת יהדות אייראפע, האט ר' אהרן געגרינדעט א כולל, לכתחילה אין קאנעטיקוט, און שפעטער האט ער עס אריבער געפירט קיין לעיקוואד.
ר' אהרן האט זיך פארבינדן מיט ר' שרגא פייוויל, וואס האט געהאט זיין אינסטוטוציע "אש דת", וואו ער האט מחנך געווען מחנכים, וואס איז געווען קוואטירט אין מאנסי (ס'איז געווען א תורה ודעת פראיעקט) און איהם פארגעשלאגן אריבערצופירן "אש דת" קיין וויליאמסבורג, און אנשטאט דעם, זאל ער גרינדן א כולל אין מאנסי. דאס האט געפירט צום גרינדונג פונם באקאנטן ביהמ"ד עליון, וואו ער איז געווען ראש ישיבה ביז ער האט ל"ע באקומען א סטראוק. א תקופה פון עטליכע יאר האט מען איהם אריינגעברענגט אין ביהמ"ד, ווען חתנו ר' דן אונגארישער האט איבערגעזאגט זיינע שיעורים. ער איז נפטר געווארען כ"ב אדר תשי"ח.
צווישן זיינע באקאנטע תלמידים איז געווען הרהגה"צ ר' משה וואלפסאן לאיט"א בשיבה טובה.
[אגב, אין די תולדות פון ר' שרגא פייוועל איז דא א בילד פון די חבורה, רמ"וו איז דער איינציגער אן א טשופ און א רעקעל געקנעפעלט רעכט אויף לינקס.]
תלמידים פון ר' ראובן אין במ"ע
די ממלאי מקומו ר' דן ור' שמחה זצ"ל והרהג"הצ ר' שמעלקא. ר' דן איז געווען פון א בעלזא שטוב, ער האט געהאלטן יא"צ נאך זיינע עלטערען הי"ד אין די יומא דהילולא פון מיטלען רב זי"ע און רי"ד זי"ע , ביידע, ר' דן און ר' שמחה האבן געדאווענט מיט גארטלעך. ר' שמחה איז געווען אין חתן סופר.
ולהבח"לח הראב"ד ר' יח"מ פ"מ ור' משה גרין לאיט"א בשיבה טובה.
אין ישיבה האט מען געדאווענט נוסח ספרד און עס איז געווען א מקוה אין בנין ישיבה, ט"ו שבט אין י"ט כסלו איז געווען סעודות לכבוד היום אויף איין סעודה האט גערעדט הרה"ג ר גדלי' שארר פון חסידישע ספרים בעיקר פון ר' צדוק, די צווייטע ר' שמחה וואס עס איז געווען זיין סגנון געדענקט ער נישט.
פון אידישע ווארט ניסן תשנ"ח
ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט געטראפן די וויזשניצער חסידים אין אמעריקע, איבערהויפט די חסידים אין וויליאמסבורג, די ידיעה פון זייער באליבטן רב און מנהיג, אז ער האט פעסט באשלאסן אריבערצוציען זיך און די ישיבה קיין מאנסי. מיט 36 יאר צוריק (דהיינו תשכ"ב) איז מאנסי געווען א גאר קליינער ישוב; אפילו קיין כשר׳ע גראסערי איז נאך נישט געווען. אויסער דעם ״בית־מדרש עליון״, זענען דארט כמעט ווי נישט געווען קיין שום אנדערע היימישע און חסידישע מוסדות די חסידים האבן בשעתו אויף אלע וועגן פרובירט צו באיינפלוסן זייער באליבטן רב, זיי נישט איבערצולאזן, איבערהויפט נאכדעם ווי מ׳האט שוין געזעען אביסל נחת, א קהילה, תלמוד־תורה, ישיבה וכ' על מכונם. די חסידים האבן אפילו פרובירט פועל׳ן, אז דער רבי זצ״ל דער בעל ״אמרי חיים״ זאל ווירקן אוייפן רב ער זאל דך נישט ציען קיין מאנסי. אלעס האט אבער ניט געהאלפן. דער וויזשניצער רב שליט״א איז געווען איבערצייגט, אז ״ישיבת כרכים״ איז שעדליך פאר חינוך הבנים והבנות, און פאר דעם איז ער גרייט געווען זיך צו מאטערן אפילו מיט א מנין, כדי אז סוף־כל־סוף זאל די ישיבה ארויס פון דער גרויסען שטאט. מיט זיבן משפחות האט זיך דאן דער וויזשניצער רבי שליט״א, און יאר תשכ״ד, ארויסגעצויגן קיין מאנסי און דורך די 8 יאר פון תשכ״ד ביז תשל״ב אלס רב בחיי אביו הגדול, געבויט ציגל נאך ציגל, מוסד נאך מוסד, א תלמוד־תורה, א ישיבה, א כולל, על מי מנוחות.
אין יאר תשל״ז איו געפייערט געווארן א חנוכת־הבית פאר א גאר שיינעם גרויסן בנין הישיבה, געבויט דורך א גרופע נדבנים, ובראשם דורך דעם גרויסן וויזניצער נדבן ר׳ יצחק קאסירער פון אנטווערפן. דער ״בית מדרש עלין״ וואס איז געווען די קרוין פון תורה און אמעריקע און די באלד נאך־מלחמה׳דיקע יארן, איז צוליב דעם וואס די הנהלה איז צוזאמגעפאלן אונטער דעם שווערן עול פון חובות געשלאסן געווארן . די באנק האט געהאלטן ביים פארקויפן דעם גאנצן שטח צו א קריסטליכע אינסטיטוציע. וויזניץ איז ב״ה געלונגען עס אפצוקויפן און דארט אויפשטעלן א גרויסן מוסד פאר מיידלעך מיטן נאמען ״בנות ישראל״, ווי אויך א מיידלעך סעמינאר ״אוהל" מרגליא״ לשם ולתפארת. (היינט איז דארט א חלק פון די תלמוד תורה פאר די אינגלעך)
ווען ער איז אנגעקומען אייר תשכ"ו האט ער שוין געטראפען בית דוד און די אשכנזישע מנין בית תפילה אויך אדמו"ר סטאניסלאוו און הרב אברהם וויינפעלד, ווי אויך א קליין הייפעלע וויזניצע חסידים.
ישיבה ספרינג וואלי איז שוין געווען אין אן אייגענעם שיינעם בנין נעבען די שטאטישע ביהמ"ד, בית ישרא' (נוסח ספרד) וואס איז שוין אויך אן עטאבליאטער מקום, בית שרגא איז שוין געווען א פאר יאר אלט, ווי ער זאגט מיר "איך געדענק בני גילי וואס זענען אהין געגאנגען נאך די בר מצוה"
אינעם כולל איז געווען א שיינער פארצענט, אפשר רוב, חסידישע אינגעלייט, ביניהם הרה"ג ר מ"א אילאוויץ אבד"ק ס פאולא בראזיל, הרה"ג ר' חיים פלאר, ר' שמחה ווערנער א ח"בדניק, אבד"ק דינוב, ר' שלו' מענדעלאוויץ בן אבד"ק לאדיין.
הרה"ג ר' יחזקא' האראוויץ ראב"ד וויען זצ"ל איז דאמאלט צוריק בין כותלי בית המדרש, ער איז שוין געווען אויף 47 אבער ער איז צוריק ווען זיין רביצין איז געזונט געווארן נאך א סכנה.
הג"הצ ר' שבתי וויגדער זצ"ל האט אין תשכ"ח ארויסגעגעבען א חיבור אויף ענגליש, ער איז דאמאלט געווען א ר"מ אין חתן סופר און אין די הקדמה איז ער מכיר טובה פאר זיין רבי הרב הוטנער זצ"ל אין זיין תקופה איז ער געווען א חלק פון די ישיבה צו אלס חבר כולל אדער גאסט געדענקט ער נישט...
ער דערציילט: "עס איז מיר פאר די אויגן א פארטאגס אין מקוה ווען ער אין ר' שמעלקא האבן זיך געריסן אין לערנען אין בור הטבילה, צו איך האב זיי געפרואווט צו דערמאנען וואו זיי זענען געדענק איך נישט..."
אין כ"ו איז די ישיבה געווען בבחינת שטיבל, מען האט טאקע געשמאק געלערנט, אבער בשעת די שיעורים און שמועסן, צו איז דאס געווען פון ר' דן יעדע דינסטאג וואס האט געזאגט דעם שווער ר' ראובן'ס תורה, אדער פון הרה"צ ר' ישרא' חיים קאפלאן זצ"ל איידעם פון הרהגה"צ ר' ירוחם וואס האט יעדן מיטוואך פארמיטאג געזאגט א שיעור עיון, ווי אויך דאנערשטאג פארמיטאג א שיעור עיון פון הרה"ג ר' גדלי' שארר ז"ל און נאכמיטאג א שמועס ע"פ רוב מיוסד אויף ר' צדוק'ס תורה. ווי אויך שבת ביי סעודה שלישית אין דער טונקעלער עס זאל ווען ס'איז פארגעקומען א שיעור עיון פון ראש הכולל ר' שמחה שוסטא' ז"ל האט א גרויסער עולם געטראפן עפעס אנדערש צו טוהן...
עס איז געווען א היפש ביסעל חסידישע בחורים אין ישיבה, און צו די שובבים תורות ביים דברי יוא' זענען געפארן צוויי קארס.
צווישן די דאמאלטיגע בחורים זענען ר' מ"ז זילבער היינט ראב"ד התאחה"ר, האחים אייכענשטיין קיוואשד, האחים ר' לייביש גאלדבערגער מעדיער רב ור' יונתן חדב"ן באבוב ורב דבוקאווסק, ר' אליעזר האראוויץ רב אגודת ישרא' בארא פארק, ור' אהרון צבי רומפלער, הרב משה גאביאף, הרב ארי` שמואל וואגשאל, האחים בני הרב ארון ארי' כץ (פאלטישאן) הרה"ח הערשל שרייבער, הרה"ח שמוא' ברוך (ב"ר אלימלך) טרעס ולהבלח"ח ר ר' יוא' זלמן אשכנזי ז"ל ור' נתן צבי בו הרהגה"צ ר' משה ביק זי"ע
אינגעלייט תלמידי הישיבה, אפילו די וואס זענען שוין נישט געווען אין ישיבה זענען נישט ארויס מיט די שטריימלעך, אנדערע חסידישע אידען זענען כמעט נישט געווען, געדאווענט האבען זיי אין ישיבה ווייל קיין אנדער פלאץ האבן זיי נישט געהאט.
צווישן די חסידישע יוצאי הישיבה וואס האבן דאמאלט געדאווענט און ישיבה זענען געווען ר' יחיא' האלבערשטאם, היינט רב ביהמ"ד פאקשאוויץ-טשעסנאוויץ, ולהבחל"ח הרב הערשיל גאלדווארם ז"ל א גרוסער ת"ח וידען א בעלזא חסיד און ר שלמה שווייצער ז"ל אויך א בעלזא חסיד ר' ? מאשינסקי א קלויזענבורגער און ר' ישעי דוד בייער ז"ל
בשנת __ האט זיך אריינגעצויגען דער ערשטער סאטמארער בעה"ב ר' צבי אלימלך ווערצבערגער. ער האט ארייגעלייגט כוחות אז די אינגעלייט זאלען זיך מאכן אן אייגן ביהמ"ד א חוץ פון די עקזיסטירענדע בתי מדרשים ווי במ"ע, סטאניסלאוו, וויזניץ, בית ישראל און די ביהמ"ד פון הרב וויינפעלד. בדרך נס האט דער בעה"ב פון א ליידיגע באנגעלאו קאלאני א איד ווייט פון תו"מ פון וועם מען האט געהאט בלויז עגמת נפש מסכים געווען, און געגעבן א באנגעלאו אומזיסט, נישט לאנג דערנאך איז ער אראפגעפאלען פון א דאך און ער איז אוועק, האט מען גערופען דעם ביהמ"ד (אומאפיציעל) "בית לאוי" על שמו, בשנת __ האט מען שוין געבויט אן אייגענעם בנין און געווארען קהל חרדים און אויפגענימען הרהגה"ר שמוא' שמעלקא זצ"ל אלס רב, מיט דער צייט איז שוין מאנסי געווען גענוג באזעצט און מען איז זיך ציגעגאנגען איש על דגלו איז געבליבן חרדים בלויז פאר סאטמאר.
די בחורים וואס האבן געוואלט גיין צום וויזניצע "באטע" פרייטאג צו נאכטס, פלעגן דארפן אריבער שפרונגן א קליין וואסערל צו 'די אנדערע זייט פיליס'... (יארן שפעטער האט מו"ה הערשל גרינבוים אויפגעשטעלט א בריקל וואס איז אוועק געשוואומען ביי יעדע רעגן...)
___
שלוס פון תגובה א':
די היסטאריע פון מאנסי איז א ברייטע נושא, ביטע גיבט צושטייער מיט וואס ס'זאל נישט זיין, צו איז דאס א דאנק, א הערה, הארה אדער תגובה.
ס'איז דא עטליכע בילדער וואס זענען ראוי אריינצוגיין אין דעם
מיר ווארטן צו הערן פון אייך. אשכול, ווער ס'קען עס אהער ברענגן וואלט געווען א גוטע געדאנק.
תודה למפרע.
נב אויב וויל מען מחמת איזה סיבה שהוא נישט פאוסטן, שיקט מיר אן אישי.