די אידישע היסטאריע פון מאנסי און ספרינג וואלי

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

די אידישע היסטאריע פון מאנסי און ספרינג וואלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

זיך דערזעענדיג אז איך האלט ביים ווערן א שר האלף, האב איך מחליט געווען אז איך וועל אראפשרייבן די היסטאריע פון די עיר התורה והחסידות וואו איך וואוין, מאנסי יצ"ו. אבער אנהייבנדיג נאכגיין די נושא, האב איך געזעהן אז ס'איז למעלה מכוחותי.

שטעל איך דא ארויס קודם די ערשטע בריוו אויסטויש וואס איך האב געמאכט פאר דעם.


עין טובה האט געשריבן:איך גרייט מיר צו מיין תגובות האלף. עפעס אן איידיע קענסטו מיר שענקן?

עכט האב איך געוואלט אן אפהאנדלונג אויף די היסטאריע פון מאנסי, אבער איך האב נישט די נויטיגע ריסורסעס דערפאר.


קיקיון האט געשריבן:קאסט מיר א לאך!
איך האב געוואלט אנהייבען אזא פראיעקט אבער עס גייט שווער
עפעס א משהו אינפו האב איך שוין
זאל איך עס דיר שיקען ?
זיי די עס מסדר און מגי'
איך האף אז עס וועט נישט זיין קיין
קדירא דבי שותפא לא חמימי ילא קרירי
שיק מיר דיין אימעיל אדרעס


קיקיון האט געלערנט אין מאנסי בשנות תשכ"ו - תשכ"ח.

אלנפאלס, איך האף אז אז ס'וועט זיין אן אשכול דערוועגן וועלן די חשוב'ע אידן דא צוגעבן דערצו.

וזה החלי בסייעתא דשמיא.

מאנסי איז געווען פארם לאנד, שפעטער האט זיך צוביסליך אהינגעצויגן עטליכע אידישע האטעלן און באנגעלאו קאלאניס, פארוואנדעלינג עס אין א זוממער'דיגע רעזארט.

ספרינג וואלי איז געווען מער מיושב. עס איז געווען א רב, א סאלאוויציק, וואס האט א סך געהאלפן פאר די סקווירא שטעטל, זיין רביצין האט מייסד געווען די בית יעקב אוו ספרינג וואלי, עס איז געווען א יאנג איזרעאל פילאליע. אין זיין צייט איז געווען דער רב א ישיבה'שער הרב וואלפין, היינט איז אין יענעם בנין די פאפא מיידל שולע.

ישיבה אוו ספריג וואלי האט מייסד געווען ר' בערל גרינבוים ז"ל אן איידעם פון ר' שרגא פייוועל זצ"ל בשנת תש"ג, די שוסטאל'ס און אונגארישער'ס האבן דארט געלערנט עס איז נאך נישט געווען עפעס אנדערש ער איז געווען א ממלא מקום אויף א טאג און האט געטייטשט אידיש און ענגליש.

בית דוד איז נתייסד געווארן בשנת___ ע"י הרה"ח ר' ראזענבערג

דער שטאטישער ביהמ"ד, בית ישרא' איז נתייסד געווארן בשנת___

די מקוה איז נתייסד געווארן בשנת___

ווען ער איז אנגעקומען, אייר תשכ"ו, איז שוין געווען א אידישע גראסערי, ווי אפט ער האט באקומען פרישע סחורה איז נישט באקאנט... ר' שמעון מענדעלאוויץ האט געפענט די בוטשער סטאר א יאר צוויי שפעטער.

אין ת"ש לפ"ק, איז ר' אהרן קאטלער און ר' ראובן גרוזובסקי זי"ע וחבריא, אנגעקומען קיין אמעריקא, וואו ר' אהרן איז תיכף אריינגעשפרינגן אין פילע הצלה אקטיוויטעיטן צו ראטעווען אחב"י על אדמות אייראפע.
בשנת תש"ג, ווען ער האט אויפגעגעבן אויף הצלת יהדות אייראפע, האט ר' אהרן געגרינדעט א כולל, לכתחילה אין קאנעטיקוט, און שפעטער האט ער עס אריבער געפירט קיין לעיקוואד.
ר' אהרן האט זיך פארבינדן מיט ר' שרגא פייוויל, וואס האט געהאט זיין אינסטוטוציע "אש דת", וואו ער האט מחנך געווען מחנכים, וואס איז געווען קוואטירט אין מאנסי (ס'איז געווען א תורה ודעת פראיעקט) און איהם פארגעשלאגן אריבערצופירן "אש דת" קיין וויליאמסבורג, און אנשטאט דעם, זאל ער גרינדן א כולל אין מאנסי. דאס האט געפירט צום גרינדונג פונם באקאנטן ביהמ"ד עליון, וואו ער איז געווען ראש ישיבה ביז ער האט ל"ע באקומען א סטראוק. א תקופה פון עטליכע יאר האט מען איהם אריינגעברענגט אין ביהמ"ד, ווען חתנו ר' דן אונגארישער האט איבערגעזאגט זיינע שיעורים. ער איז נפטר געווארען  כ"ב אדר תשי"ח.
צווישן זיינע באקאנטע תלמידים איז געווען הרהגה"צ ר' משה וואלפסאן לאיט"א בשיבה טובה.
[אגב, אין די תולדות פון ר' שרגא פייוועל איז דא א בילד פון די חבורה, רמ"וו איז דער איינציגער אן א טשופ און א רעקעל געקנעפעלט רעכט אויף לינקס.]

תלמידים פון ר' ראובן אין במ"ע

די ממלאי מקומו ר' דן ור' שמחה זצ"ל והרהג"הצ ר' שמעלקא. ר' דן איז געווען פון א בעלזא שטוב, ער האט געהאלטן יא"צ נאך זיינע עלטערען הי"ד אין די יומא דהילולא פון מיטלען רב זי"ע און רי"ד זי"ע , ביידע, ר' דן און ר' שמחה האבן געדאווענט מיט גארטלעך. ר' שמחה איז געווען אין חתן סופר.

ולהבח"לח הראב"ד ר' יח"מ פ"מ ור' משה גרין לאיט"א בשיבה טובה.

אין ישיבה האט מען געדאווענט נוסח ספרד און עס איז געווען א מקוה אין בנין ישיבה, ט"ו שבט אין י"ט כסלו איז געווען סעודות לכבוד היום אויף איין סעודה האט גערעדט הרה"ג ר גדלי' שארר פון חסידישע ספרים בעיקר פון  ר' צדוק, די צווייטע ר' שמחה וואס עס איז געווען זיין סגנון געדענקט ער נישט.

פון אידישע ווארט ניסן תשנ"ח

ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט געטראפן די וויזשניצער חסידים אין אמעריקע, איבערהויפט די חסידים אין וויליאמסבורג, די ידיעה פון זייער באליבטן רב און מנהיג, אז ער האט פעסט באשלאסן אריבערצוציען זיך און די ישיבה קיין מאנסי. מיט 36 יאר צוריק  (דהיינו תשכ"ב) איז מאנסי געווען א גאר קליינער ישוב; אפילו קיין כשר׳ע גראסערי  איז נאך נישט געווען. אויסער דעם ״בית־מדרש עליון״, זענען דארט כמעט ווי נישט געווען קיין שום אנדערע היימישע און חסידישע מוסדות די חסידים האבן בשעתו אויף אלע וועגן פרובירט צו באיינפלוסן זייער באליבטן רב, זיי נישט איבערצולאזן, איבערהויפט נאכדעם ווי מ׳האט שוין געזעען אביסל נחת, א קהילה, תלמוד־תורה, ישיבה וכ' על מכונם. די חסידים האבן אפילו פרובירט פועל׳ן, אז דער רבי זצ״ל דער בעל ״אמרי חיים״ זאל ווירקן אוייפן רב ער זאל דך נישט ציען קיין מאנסי. אלעס האט אבער ניט געהאלפן. דער וויזשניצער רב שליט״א איז געווען איבערצייגט, אז ״ישיבת כרכים״ איז שעדליך פאר חינוך הבנים והבנות, און פאר דעם איז ער גרייט געווען זיך צו מאטערן אפילו מיט א מנין, כדי אז סוף־כל־סוף זאל די ישיבה ארויס פון דער גרויסען שטאט. מיט זיבן משפחות האט זיך דאן דער וויזשניצער רבי שליט״א, און יאר תשכ״ד, ארויסגעצויגן קיין מאנסי און דורך די 8 יאר פון תשכ״ד ביז תשל״ב אלס רב בחיי אביו הגדול, געבויט ציגל נאך ציגל, מוסד נאך מוסד, א תלמוד־תורה, א ישיבה, א כולל, על מי מנוחות.

אין יאר תשל״ז איו געפייערט געווארן א חנוכת־הבית פאר א גאר שיינעם גרויסן בנין הישיבה, געבויט דורך א גרופע נדבנים, ובראשם דורך דעם גרויסן וויזניצער נדבן ר׳ יצחק קאסירער פון אנטווערפן. דער ״בית מדרש עלין״ וואס איז געווען די קרוין פון תורה און אמעריקע און די באלד נאך־מלחמה׳דיקע יארן, איז צוליב דעם וואס די הנהלה איז צוזאמגעפאלן אונטער דעם שווערן עול פון חובות געשלאסן געווארן . די באנק האט געהאלטן ביים פארקויפן דעם גאנצן שטח צו א קריסטליכע אינסטיטוציע. וויזניץ איז ב״ה געלונגען עס אפצוקויפן און דארט אויפשטעלן א גרויסן מוסד פאר מיידלעך מיטן נאמען ״בנות ישראל״, ווי אויך א מיידלעך סעמינאר ״אוהל" מרגליא״ לשם ולתפארת. (היינט איז דארט א חלק פון די תלמוד תורה פאר די אינגלעך)

ווען ער איז אנגעקומען אייר תשכ"ו האט ער שוין געטראפען בית דוד און די אשכנזישע מנין בית תפילה אויך אדמו"ר סטאניסלאוו און הרב אברהם וויינפעלד, ווי אויך א קליין הייפעלע וויזניצע חסידים.

ישיבה ספרינג וואלי איז שוין געווען אין אן אייגענעם שיינעם בנין נעבען די שטאטישע ביהמ"ד, בית ישרא' (נוסח ספרד) וואס איז שוין אויך אן עטאבליאטער מקום, בית שרגא איז שוין געווען א פאר יאר אלט, ווי ער זאגט מיר "איך געדענק בני גילי וואס זענען אהין געגאנגען נאך די בר מצוה" 

אינעם כולל איז געווען א שיינער פארצענט, אפשר רוב, חסידישע אינגעלייט, ביניהם הרה"ג ר מ"א אילאוויץ אבד"ק ס פאולא בראזיל, הרה"ג ר' חיים פלאר, ר' שמחה ווערנער א ח"בדניק, אבד"ק דינוב, ר' שלו' מענדעלאוויץ בן אבד"ק לאדיין.
הרה"ג ר' יחזקא' האראוויץ ראב"ד וויען זצ"ל איז דאמאלט צוריק בין כותלי בית המדרש, ער איז שוין געווען אויף 47 אבער ער איז צוריק ווען זיין רביצין איז געזונט געווארן נאך א סכנה.

הג"הצ ר' שבתי וויגדער זצ"ל האט אין תשכ"ח ארויסגעגעבען א חיבור אויף ענגליש, ער איז דאמאלט געווען א ר"מ אין חתן סופר און אין די הקדמה איז ער מכיר טובה פאר זיין רבי הרב הוטנער זצ"ל אין זיין תקופה איז ער געווען א חלק פון די ישיבה צו אלס חבר כולל אדער גאסט געדענקט ער נישט...

ער דערציילט: "עס איז מיר פאר די אויגן א פארטאגס אין מקוה ווען ער אין ר' שמעלקא האבן זיך געריסן אין לערנען אין בור הטבילה, צו איך האב זיי געפרואווט צו דערמאנען וואו זיי זענען געדענק איך נישט..."

אין כ"ו איז די ישיבה געווען בבחינת שטיבל, מען האט טאקע געשמאק געלערנט, אבער בשעת די שיעורים און שמועסן, צו איז דאס געווען פון ר' דן יעדע דינסטאג וואס האט געזאגט דעם שווער ר' ראובן'ס תורה, אדער פון הרה"צ ר' ישרא' חיים קאפלאן זצ"ל איידעם פון הרהגה"צ ר' ירוחם וואס האט יעדן מיטוואך פארמיטאג געזאגט א שיעור עיון, ווי אויך דאנערשטאג פארמיטאג א שיעור עיון פון הרה"ג ר' גדלי' שארר ז"ל און נאכמיטאג א שמועס ע"פ רוב מיוסד אויף ר' צדוק'ס תורה. ווי אויך שבת ביי סעודה שלישית אין דער טונקעלער עס זאל ווען ס'איז פארגעקומען א שיעור עיון פון ראש הכולל ר' שמחה שוסטא' ז"ל האט א גרויסער עולם געטראפן עפעס אנדערש צו טוהן...

עס איז געווען א היפש ביסעל חסידישע בחורים אין ישיבה, און צו די  שובבים תורות ביים דברי יוא'  זענען געפארן צוויי קארס.

צווישן די דאמאלטיגע בחורים זענען ר' מ"ז זילבער היינט ראב"ד התאחה"ר, האחים אייכענשטיין קיוואשד, האחים ר' לייביש גאלדבערגער מעדיער רב ור' יונתן חדב"ן באבוב ורב דבוקאווסק, ר' אליעזר האראוויץ רב אגודת ישרא' בארא פארק, ור' אהרון צבי רומפלער, הרב משה גאביאף, הרב ארי` שמואל וואגשאל, האחים בני הרב ארון ארי' כץ (פאלטישאן) הרה"ח הערשל שרייבער, הרה"ח שמוא' ברוך (ב"ר אלימלך) טרעס ולהבלח"ח ר ר' יוא' זלמן אשכנזי ז"ל ור' נתן צבי בו הרהגה"צ ר' משה ביק זי"ע

אינגעלייט תלמידי הישיבה, אפילו די וואס זענען שוין נישט געווען אין ישיבה זענען נישט ארויס מיט די שטריימלעך, אנדערע חסידישע אידען זענען כמעט נישט געווען, געדאווענט האבען זיי אין ישיבה ווייל קיין אנדער פלאץ האבן זיי נישט געהאט.

צווישן די חסידישע יוצאי הישיבה וואס האבן דאמאלט געדאווענט און ישיבה זענען געווען ר' יחיא' האלבערשטאם, היינט רב ביהמ"ד פאקשאוויץ-טשעסנאוויץ, ולהבחל"ח הרב הערשיל גאלדווארם  ז"ל א גרוסער ת"ח וידען א בעלזא חסיד און ר שלמה שווייצער ז"ל אויך א בעלזא חסיד ר' ? מאשינסקי א קלויזענבורגער און ר' ישעי דוד בייער ז"ל

בשנת __ האט זיך אריינגעצויגען דער ערשטער סאטמארער בעה"ב ר' צבי אלימלך ווערצבערגער. ער האט  ארייגעלייגט כוחות אז די אינגעלייט זאלען זיך מאכן אן אייגן ביהמ"ד א חוץ פון די עקזיסטירענדע בתי מדרשים ווי במ"ע, סטאניסלאוו, וויזניץ, בית ישראל און די ביהמ"ד פון הרב וויינפעלד. בדרך נס האט דער בעה"ב פון א ליידיגע באנגעלאו קאלאני א איד ווייט פון תו"מ פון וועם מען האט געהאט בלויז עגמת נפש מסכים געווען, און געגעבן א באנגעלאו אומזיסט, נישט לאנג דערנאך איז ער אראפגעפאלען פון א דאך און ער איז אוועק, האט מען גערופען דעם ביהמ"ד (אומאפיציעל) "בית לאוי" על שמו, בשנת __ האט מען שוין געבויט אן אייגענעם בנין און געווארען קהל חרדים און אויפגענימען הרהגה"ר שמוא' שמעלקא זצ"ל  אלס רב, מיט דער צייט איז שוין מאנסי געווען גענוג באזעצט און מען איז זיך ציגעגאנגען איש על דגלו איז געבליבן חרדים בלויז פאר סאטמאר.
די בחורים וואס האבן געוואלט גיין צום וויזניצע "באטע" פרייטאג צו נאכטס, פלעגן דארפן אריבער שפרונגן א קליין וואסערל צו 'די אנדערע זייט פיליס'... (יארן שפעטער האט מו"ה הערשל גרינבוים אויפגעשטעלט א בריקל וואס איז אוועק געשוואומען ביי יעדע רעגן...)

___
שלוס פון תגובה א':
די היסטאריע פון מאנסי איז א ברייטע נושא, ביטע גיבט צושטייער מיט וואס ס'זאל נישט זיין, צו איז דאס א דאנק, א הערה, הארה אדער תגובה.

ס'איז דא עטליכע בילדער וואס זענען ראוי אריינצוגיין אין דעם
מיר ווארטן צו הערן פון אייך. אשכול, ווער ס'קען עס אהער ברענגן וואלט געווען א גוטע געדאנק.
תודה למפרע.

נב אויב וויל מען מחמת איזה סיבה שהוא נישט פאוסטן, שיקט מיר אן אישי.
...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פארהאן א פרק ע"ז אין "צדקת ר' זלמן" תולדות ר' זלמן אשכנזי ז"ל תלמיד ביהמ"ד עליון.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

אדרבה! ברענג עס אהער!

(אויב מיינסטו צו זאגן אז ס'איז געווען א שאד די ארבעט;
דא האפן מיר צו הערן פון אלע שטאנדפונקטן, און פארשטייט זיך בייגעלייגט מיט בילדער)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א גרויסן יישר כח!

מיין שווער איז אויך א תלמיד פון בית מדרש עליון אין די בראשית יארן, און ער רעדט אימער מיט נאסטאלגיע פון די מדבר-יארן פון מאנסי.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

גוט דו האסט אנגעהויבן עין, עטליסט ערגעץ אנגעפאנגן, וועסט אי"ה אנקומען

שכח פאר דיין ארבעט
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

עין'ל, אלטס תושב מאנסי, ווארטן מיר מיט שפאנונג.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אין די שטערן / שפאקטיוו צירקע ס"ח - ס"ט איז געווען א סעריע ארטיקלען דערוועגן. בעיקר די פריע היסטאריע ביז עס האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען אין א גרויסע אידישע שטאט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מי חכם האט געשריבן:אין די שטערן / שפאקטיוו צירקע ס"ח - ס"ט איז געווען א סעריע ארטיקלען דערוועגן. בעיקר די פריע היסטאריע ביז עס האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען אין א גרויסע אידישע שטאט.

נו אדרבה פארשאף עס אין ברענג פאר דעם עולם
אויך בין איך געוואר געווארען אז
מיללער האט געשריבן:זייער שיינער שמועס( און אוצרות אייר תשע"ב) מיט הרה"ח ר' שמואל אבערלאנדער הי"ו מראה"ק סאטמאר (מהר"א), עס ווארפט א שיינער ליכט אויף די בראשית יארען אין אמעריקא לאחר השואה, בעיקר אויף די ערשטע צייטען פון ביהמ"ד עליון אין מאנסי וראשי הישיבה ר' ראובן גרוזובסקי והמשגיח ר' ישראל חיים קאפלאן.


מיללער האט געשריבן:נאך אין די סעריע איז הרב ר' צבי אלימלך וואקסמאן שליט"א פון מאנסי תלמיד ישיבת תורה ודעת, ווער איז געווען אן אינטערוויו מיט אים יענע וואך אין "די צייטונג".
http://ditzeitung.com/2739b/index.html#/0


ווער קען פארשאפען קאפיעס און מהנה זיין דעם עולם

דער לינק צום צייטונג האט נור א פאר בלעטער אבער נישט דעם אינטערוויא מיט הרב וואקסמאן 70 יאר אין מאנסי וואס דארף זיין גאר אינטעסאנט
איך האב געשריבין פאר דעם צייטונג בענין א קאפי און נאך נישט באקומען תשובה
------
הרב וואקסמאן לאיט"א איז געווען מנהל לעניני ממנות אין פארמיטאג געלערנט בחברותא מיט להבחל"ח דעם משגיח הה"צ ר' ישרא' חיים קאפלאן זצ"ל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מ'האט דערמאנט הרב סאלאווייציק, דער רב פון ספרינג וואלע וואס זיין רביצין האט געגרינדעט די בית יעקב.

דאס איז געווען רבי יוסף דובער סאלאווייציק אב"ד ספרינג וואלי, בן רבי שמחה אב"ד מוהיחוב ע"נ דניעפער ולאחריו רב הוויליאמסבורג (קליימער שול - בעדפארד קליימער) בנו הצעיר של הבית הלוי זצ"ל.

מצבת הרב סאלאווייציק:
http://kevarim.com/rabbi-yosef-dover-soloveitchik/


ווער איז געווען זיין רביצין, וועמענס טאכטער?


ער האט גאר חשובע זון אין אר"י ראשי ישיבה ומרביצי תורה לבית בריסק, איין זון רבי יצחק סאלאווייטשיק איז לעצטענס געווען אין ניו יארק, און זיך אויפגעהאלטן שבת אין קר"י אשר במאנרא.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

עטליכע קורצע הערות וואס חבירי היקר האט מיר צוגעשיקט, באמת האט ער מיר עס געהאט געשיקט פארן ארויפשטעלן די גאנצע באשרייבונג, אבער צוליב א סיבה (וואס איז די סיבה? איך ווייס נישט) איז עס נישט ארויף.

עין טובה האט געשריבן:אין ת"ש לפ"ק, איז ר' אהרן קאטלער און ר' ראובן גרוזובסקי זי"ע וחבריא, אנגעקומען קיין אמעריקא, וואו ר' אהרן איז תיכף אריינגעשפרינגן אין פילע הצלה אקטיוויטעיטן צו ראטעווען אחב"י על אדמות אייראפע.
בשנת תש"ג, ווען ער האט אויפגעגעבן אויף הצלת יהדות אייראפע

קיקיון האט געשריבן:אין ת"ש לפ"ק, איז ר' אהרן קאטלער און ר' ראובן גרוזובסקי זי"ע וחבריא, אנגעקומען קיין אמעריקא, וואו ר' אהרן און ר' ראובן זענען תיכף אריינגעשפרינגן אין הצלה אקטיוויטעיטן צו ראטעווען אחב"י על אדמות אייראפע.
בשנת תש"ג, ווען זיי האבען שוין נישט געקענט אויפטוען אויף הצלת יהדות אייראפע


נאך עטליכע הערות:
ר' שמחה איז געווען א תלמיד פון ר ראובן פון די ערשטע צען בחורים ציזאם מיט ר' דן ער איז געווען אן איידעם אין מאטעסדארף
און ר' דן'ס בעקגראונד
זעה דא
די מעשה מיט צעלימער רב שטימט מיר נישט צעלימער רב איז נישט געווען אין וויען איך געדענק אז צעלימער האט אים געשיקט צו ר' שרגאי' פייוועל שוין דא אין אמעריקא

אין כ"ו איז די ישיבה געווען בבחינת שטיבל, מען האט טאקע געשמאק געלערנט, אבער בשעת די שיעורים און שמועסן, צו איז דאס געווען דינסטאג ווען ר' דן געזאגט דעם שווער ר' ראובן'ס תורה, מיטוואך פארמיטאג ווען הרה"צ ר' ישרא' חיים קאפלאן זצ"ל איידעם פון הרהגה"צ ר' ירוחם האט געזאגט א שיעור עיון, מיטוואך נ"מ פון שווער'ס ס' דעת חכמה ומוסר און דאנערשטאג פ"מ א שיעור עיון פון פון הרה"ג ר' גדלי' שארר ז"ל האט א גרויסער עולם געטראפן עפעס אנדערש צו טוהן
רב שארר'ס חסידישע שמועס דאנערשטאג נ"מ האט יא געצויגען דעם עולם און ר' שמחה שוסטא' ז"ל'ס שיעור עיון ביי סעודה שלישית אין דער טונקעלער עס זאל איז מען דאך געווען סטוק מען האט נאך נישט געבענשט


נאך איינס פאר דערווייל
קיקיון האט געשריבן:דאס האט געפירט צום גרינדונג פונם באקאנטן ביהמ"ד עליון, וואו ער איז געווען ראש ישיבה ביז ער האט ל"ע באקומען א סטראוק.
צ"ל ר' ראובן זצ"ל
...
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

monsey.gif

די חלקת הקרקע פון די ישיבה האט זיך געצויגען פון מעיפעל און סעדעל ריווער ביז 306
ברייט בערך ביז ווי תפארת גדלי' איז היינט
Elyon Road איז געווען א driveway
א = א האלצענער בנין, האט געהאט דעם בה"מ פון די ישיבה און העכער דעם שלאף שטובער
ב= דער בנין וואס שטייט נאך האט געהאט דעם בה"מ פון כולל עס זאל און קוך און דער אפיס
און העכער דעם שלאף שטיבער
איך מיין אז דער בנין איז אויך געווען פון האלץ און די ציגעל זענען צוגעקומען ביים צווייטען גלגול
פון ישיבה
דארט ווי האב איך געצייכענט מיט גרין איז געווען א נאכגעלאזטער קוקעריץ פעלד
עס ליגט מיר אין זכרון אז עס האט באלאנגט פאר ר' משה דוד ווייסמאנדעל ז"ל
דער בונגעלא קאלאני האט געהערט פאר דעם לאוי שעל שמו נקרא בה"מ בית לאוי

תשוח"חל לעין טובה וואס האט עס געליינט בעין טובה און מיר מעורר אויף איטליכע פינגער גליטש
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום פרייטאג פעברואר 27, 2015 8:25 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

א דאנק אייך פארן גרינדען דעם אשכול, אסאך היסטאריע אריינגעריקט אין יעדע שורה, זייער שיין.

ווען איר האט א געגלעגענהייט ביטע ממשיך זיין און/אדער מרחיב זיין וואס דא שטייט שוין.

און מזל טוב פארן שר האלף (מ'קען שוין וואונטשן?).

קיקיון האקט;
א דאנק פאר אייערע הוספות, זייער אינפארמאטיוו.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

אויסשניט פון די אידישע ווארט פון ניסן תשי"ז (נישט די וואס ווערט דערמאנט אין די ערשטע תגובה) וואס איך האב באקומען פון קיקיון א שטיק צייט צוריק.
IMG_20150226_124802.JPG


(פליגל, קענסט דיך גרייטן פאר א פאסיגע הערכה ווען איך וועל בעז"ה אנקומען צו טויזנט)
אגב, פליגל, דו זאגסט אז קיקיון'ס הערות זענען גוט, זיי וויסן אז ווען נישט קיקיון וואלט איך עס בשום אופן געקענט ארויפלייגן יעצט! די עיקר קרעדיט קומט פאר איהם, ותשח"ח לו
...
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

איך האב געמיינט אז עס איז מיר צוגעקומען א נייער eyeניקעל אבער זעהנדיג די הודעה פון מרת האלבערג
האב איך זיך דערמאנט אז איך האב עס שוין ארויסגעלייגט דא כמענה לעין טובה
דער נאמען האלבערג איז מיר געווען קענטליך עס פלעגט אריין קומען אין ישיבה א שכן האלבערג האב איך געזוכט און געטראפען א איד
Howardהאלבערג וואס האט געוואינט אין ספרינג וועלי ת"ש
און הרב וויינפעלד'ס ספר געדרוקט תשי"ח
ווערט דערמאנט א הרב אלי' האלבערג ואמו מרת ב איז דאס די מיסדת פון דעם בית יעקב?
איך האב געזעהן נאך נעמען פון טייערע אידען וועם איך האב געקענט ובתוכם ר' צבי מאשינסקי און גטראפען א
הספד על בנו ר יעקב ווי עס איז דא א שטיקעל תיאור פון אים
אינטערסאנט איז אז ער איז אויך אויף יענעם בילד פון ר' שרגא פייוועל'ס תלמידים און אש דת
מיט יבלח"ט הרה"צ ר' משה וו' שליט"א און זענען שפעטער געווארען מחותנים
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום זונטאג מארטש 08, 2015 4:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

66

הרה"צ ר' ישראל חיים קאפלאן זצ"ל דער משגיח האט במשך די וואך געוואנט אין דארמאטארי שבתות איז ער געווען ביי די קינדער
אין בענסארהורסט איינמאל א וואך איז ער געאנגגען אין מקוה אינדערפרי, עש"ק (פאר דעם דאווענען?)
אמאל זענען בחורים צירוקגעקומען שפעט פון א חתונה און זענען ניט געווען אזוי נזהר אויף די אלטע האלצערנע טרעפ
ביים נעקסטען שמועס האט ער געזאגט גזל שינה ! און מען גייט אינדערפרי טבילה, טובל ושרץ בידו!

זיינע שמועסען זענען ג'ווען בעיקר שטיקער פון שווער'ס (ר' ירוחם זצ"ל) ספר און א פלאץ ברענגט ר' ירוחם פון "ריב"ש טוב"
און ר' ישרא' חיים זצ"ל האט גזאגט ככתבה ניט וויסענדיג וועם דער שווער מיינט

א בחור האט אים געוויזען דעם צעטיל קטון ביים נעקסטען שמועס האט ער געזאגט
איך ווייס ניט צי אלע ווייסען אבער עס איז פאראן סידורים ווי עס איז דא א צעטיל קטון
נוראותדיג ! עס איז כדאי צו זעהן! (דאמאלט ג'ווען א רובא דמינכר חסידישע בחורים)
נאך דעם, ווען מען האט אים ג'וויזען א חסידיש ספר האט ער געפרעגט
וואס איז דער שייכות מיט דעם בעל צעטיל קטן א רבי? א תלמיד ? א בן דורו?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

באשרייבונג אין "מארגן זשורנאל" איבער דאס לעבן אין ספרינג וועלי - דער מארגען זשורנאל 10 נובמבר 1917
אטעטשמענטס
Spring Valley 1917.pdf
(548.97 KiB) געווארן דאונלאודעד 609 מאל
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

36
געטראפען דאס אידישע ווארט אדר תשי"ז ווי הרב דב גרינבוים זצ"ל שרייבט אלס מנהל פון ישיבה ומתיבתא ד׳ספרינג־וואלי
ער שרייבט ווי א געטרייער תלמיד פון זיין שווער ר' שרגאי פייוועעל זצ"ל אז מען דארף האבען מחנכים סעמינארען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

מיללער האט געשריבן:מ'האט דערמאנט הרב סאלאווייציק, דער רב פון ספרינג וואלע וואס זיין רביצין האט געגרינדעט די בית יעקב.

דאס איז געווען רבי יוסף דובער סאלאווייציק אב"ד ספרינג וואלי, בן רבי שמחה אב"ד מוהיחוב ע"נ דניעפער ולאחריו רב הוויליאמסבורג (קליימער שול - בעדפארד קליימער) בנו הצעיר של הבית הלוי זצ"ל.

מצבת הרב סאלאווייציק:
http://kevarim.com/rabbi-yosef-dover-soloveitchik/


ווער איז געווען זיין רביצין, וועמענס טאכטער?


ער האט גאר חשובע זון אין אר"י ראשי ישיבה ומרביצי תורה לבית בריסק, איין זון רבי יצחק סאלאווייטשיק איז לעצטענס געווען אין ניו יארק, און זיך אויפגעהאלטן שבת אין קר"י אשר במאנרא.

האט מיר איינער (בעילם שם, ורצונו של אדם זהו כבודו) צוגעשיקט דעם קטע פון א סקווירא אויסגאבע.

ליינט און האט הנאה.
אטעטשמענטס
סאלאווייציק.gif
...
14נטער
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 08, 2015 1:59 pm

א בעלזער חסיד ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 14נטער »

צווישן די חסידישע יוצאי הישיבה וואס האבן דאמאלט געדאווענט און ישיבה זענען געווען ר' יחיא' האלבערשטאם, היינט רב ביהמ"ד פאקשאוויץ-טשעסנאוויץ, ולהבחל"ח הרב הערשיל גאלדווארם ז"ל א גרוסער ת"ח וידען א בעלזא חסיד און ר שלמה שווייצער ז"ל אויך א בעלזא חסיד ר' ? מאשינסקי א קלויזענבורגער און ר' ישעי דוד בייער ז"ל


ר הערשל גאלדווארם (ראוי לאשכול בפני עצמו) האט געשטאמט פון בעלזא חסידים ותו לא איך גלייב נישט אז ער האט אפי געזען הרה"ק ר"א מבעלזא
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

נאך א שטיקל פון די אויבנדערמאנטע 'ספר היובל'
מאנסי א שטאט0001.gif

מערקט די לעצטע פאראגראף
מאנסי וועט נאך זיין א גרויסע שטאט
...
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

1327
בימי שהותי במאנסי האבען הרהגה"צ ר"מ ניישלאס אבד"ק סקווירא זי" און להבחל"ח דער (דאמאלטיגער) וויזניצער רב זז"ג בשיבה טובה
איינגעריסען וועלטען אז מאנסי אלס שטאט זאל אויפנעמען א סענטראלען רב, האחים ראזמאן וואס האבען זיך דאמאלט באזעצט אין מאנסי
און געווארען פון טובי קהל בית ישרא' זענען געשטאנען לימינם ביז הרהג"צ ר' צבי מייזליש אבד"ק ווייטצען האט עס אנגענומען,
ער איז אנגעקומען אויף ימים נוראים שנת תשכ"? אבער נאך ר"ה איז שוין געווארען אויס שידוך, די בית ישרא' בעה"ב זענען נישט געווען
געוואינט צו אזא אריכות "מיר דארפען א רב און נישט קיין רבי"
איך האב געזעהן א פאר יאר צוריק א הזמנה פון כולל שומרי החומות צו א דינער ווי ווייצנער רב איז געווען אורח\נואם הכבוד
און אינטער זיין נאמען איז געווען געדריקט "ומצודתו פרוסה לק"ק מאנסי"
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחזור »

עין טובה האט געשריבן:צווישן די דאמאלטיגע בחורים זענען ר' מ"ז זילבער היינט ראב"ד התאחה"ר, האחים אייכענשטיין קיוואשד, האחים ר' לייביש גאלדבערגער מעדיער רב ור' יונתן חדב"ן באבוב ורב דבוקאווסק, ר' אליעזר האראוויץ רב אגודת ישרא' בארא פארק, ור' אהרון צבי רומפלער, הרב משה גאביאף, הרב ארי` שמואל וואגשאל, האחים בני הרב ארון ארי' כץ (פאלטישאן) הרה"ח הערשל שרייבער, הרה"ח שמוא' ברוך (ב"ר אלימלך) טרעס ולהבלח"ח ר ר' יוא' זלמן אשכנזי ז"ל ור' נתן צבי בו הרהגה"צ ר' משה ביק זי"ע


אויך ר' יעקב טובי ווייזער, ר' דוד שוסטל, ר' יודל גרובער, ר' שמואל פריעד, ר' אלישע שמואל הורוויץ,
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחזור »

הפלא ופלא, איך זע אז גאר א גרויס חלק פון די תלמידי בית המדרש עליון זענען אויסגעוואקסן רבנים דיינים וכלי קודש (סיי פון די עלטערע אין סיי פון די אינגערע)
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

קיקיון האט געשריבן:1327
בימי שהותי במאנסי האבען הרהגה"צ ר"מ ניישלאס אבד"ק סקווירא זי" און להבחל"ח דער (דאמאלטיגער) וויזניצער רב זז"ג בשיבה טובה
איינגעריסען וועלטען אז מאנסי אלס שטאט זאל אויפנעמען א סענטראלען רב, האחים ראזמאן וואס האבען זיך דאמאלט באזעצט אין מאנסי
און געווארען פון טובי קהל בית ישרא' זענען געשטאנען לימינם ביז הרהג"צ ר' צבי מייזליש אבד"ק ווייטצען האט עס אנגענומען,
ער איז אנגעקומען אויף ימים נוראים שנת תשכ"? אבער נאך ר"ה איז שוין געווארען אויס שידוך, די בית ישרא' בעה"ב זענען נישט געווען
געוואינט צו אזא אריכות "מיר דארפען א רב און נישט קיין רבי"
איך האב געזעהן א פאר יאר צוריק א הזמנה פון כולל שומרי החומות צו א דינער ווי ווייצנער רב איז געווען אורח\נואם הכבוד
און אינטער זיין נאמען איז געווען געדריקט "ומצודתו פרוסה לק"ק מאנסי"

אינטרעסאנט, קיינמאל געהערט פון דעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”