אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע; בד"ה

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

SPUSMN האט געשריבן:זייער גוט געזאגט.

איך וואלט געמאכט א וואנזיניגע סטעיטמענט (מיינס א געפיל), אז עס איז נאך נישט געווען א פרעזידענט אין דער היסטאריע פון אמעריקע וואס האט נישט פארלעצט דאס געזעץ. דאכט זיך מיר אז קלינטאן האט זיך געפורדזערט (די גרעסטע עבירה אין אמעריקע) און נישט געזעצען איין טאג אין תפיסה פאר דעם. און אזוי ווייטער יעדע פרעזידענט ציהט איבער דעם שטריקעל פונעם געזעץ און ליידט נישט קיין קאנסיקווענסעס. עס ווערט גאר א פרעצעדענט פאר שפעטערע פרזעזידענטס וואס טייטלען צו זייערע פארגייערס צו בארעכטיגען דאס איבער ציהען דאס שטריקעל נאך ווייטער.

דאס רעדט מען אין דער אפען; ווער ווייסט וואס זיי טוהען אלץ אינטער די קאליסען.

די געזעצען אין אמעריקע זענען נישט געמאכט געווארען זיי צו היעטען, נאר צו האבען מיט וואס יענעם צו באגראבען; און דער וואס האט דער מאכט דער געוועלטיגט.

וועליכע פאלעטישען פעדעלט נישט אינפלוענס? מיט וואס דען איז ער א פאלעטישען?

נאר; איך מעג - די, טארסט נישט.

מארגען וועלען די וואס הענגען יענעם, אליין הענגען.


דערמאנסט מיך די מעשה פונעם בארדיטשוב'ער זי"ע ערב פסח ,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

האט קאומא טאקע מורא פין סילווער, אדער פאר זיינע פראבלעימען?

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

סמארט גאי האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:ביי א פרעסע קאנפרענץ יעצט מיט גאווערנער קאומאו האט עמיצער פון די פרעסע געפרעגט דעם גאווערנער אויב ער האלט אז סילווער דארף רעזיגנירן. "נאך עפעס א פראגע איבער די וועטער?" האט ער צוריקגעפרעגט..

לאל,

יא אפילו דער בעל גאוה קאומא, ציטערט נאך אלץ פון דעם בער סילווער,

ממש שטונענד וויפיל קאנטראל איין מענטש האט אויף א גאנצע סטעיט


ס'הייבט זיך אן צו מאכן א שטיקל בילד, אינעם סילווער סמאכטענע, אין עס קוקט בכלל נישט אויס גוט,פאר אונזער געערטער גאווערנער. אין די מעשה גייט ווי פאלגאנד (ווי עס קוקט יעצט אויס).

די סילווער פראבלעימען האבן זיך אנגעהויבן נאכדעים וואס דער יעצטיגער גאווערנער האט אויפגעשטעלט א ניי קאמישאן, מיטן נאמען "מארעלענד קאמישאן", די אויפגאבע פין די קאמישאן געווען אויסצופארשן גאווערמענט קראפשען, איינע פון זייערע ערשטע קרבנות איז געווען, נישט קיין אנדערער ווי סילווער. די אויספארשונג האט זיך אנגעהויבן ארום סילווער'ס לאו פירם, אין די קאמישן האט געהאלטן אין-איין פארלאנגען צוויי זאכן, איינס א ליסטע פין זיינע קליענטן, צוויי וואס פאר א סערוויסעס ער פראווייד פאר זיינע קליענטן, סילווער האט אבער קאטאגאריש אפגעווארפן די פארלאנגען, אין געגאנגען אין קאורט ארויפצולייגן א מאושען אז זיי האבן נישט קיין רעכט צו פארלאנגען די איפארמאציע. מאנכע זאגן אז די גאנצע מעשה האט "געטריגערט" א פעדרעל אינוועסטיגעישן אויף שעלי סילווער.

גאווערנער קאומא, בשעתו ווען ער איז געלאפן פארן גאווערנער אמט, האט ער פארשפראכן אז ער גייט רעפארמען גאווערמענט אין אויסראטן קראפשען. כדי איינצוהאלטן זיין קאמפיין צוזאג האט ער קודם אויפגעשטעלט די אויבערמאנטע "מארעלענד קאמישאן", דערנאך האט ער געוואלט דורכפירן א "קאמפיין פיינענס געזעץ". סילווער איז בכלל נישט געווען צו פרייליך צו דעם קאמפיין פיינענס געזעץ, אבער אזוי ווי סילווער האט זיך אנגעליטן פין די מארעלענד קאמישאן, האט ער געמאכט א דיעל מיטן גאווערנער, אז טאמער וויל ער דעם קאמפיין פיינענס געזעץ, דארף דער גאווערנער ערשט צושטויסן דעם מארעלענד קאמישאן, אין אזוי ארום וועט ער אויפהערן צו ליידן פין זיי (אפיציעל האט סילווער נישט דערציילט פארן גאווערנער'ס אפיס פונעם אנגייענדע אינוועסטיגעישאן), דער גאווערנער פין זיין זייט האט גערן מסכים געווען ווייל ער האט בשעתו אויך אנגעהויבן צו ליידען פון דעם קאמישאן זעלבסט, ווען זיי האבן אנגעהויבן אויסצופארשן זיינע קאמפיין באשטייעראנגען, עס איז געווען א בחינה פון גומלין זה אז זה.

ערגער'ס פון דעם אלעם איז, אז עס איז דא וואס זאגן אז די גאנצע אינדיידמענט אנטקעגען סילווער, האט די "יאו עס אטוירני", ארויס גענומען פין די מארעלענד קאמישאן'ס אומגעפערטיגטע אינוועסטיגעישאן, אויב אזוי, ווער ווייסט וואס נאך זיי האבן געטראפען קעגן דעם גאווערנער, ווייל ווי פריער דערמאנט האבן זיי געאודיט דעם גאווערנער'ס עלעקשאן קאמפיין. נאך א פראבלעים קען זיין פארן גאווערנער'ס אפיס, אויב זיי האבן געוויסט פונעם אינוועסטיגעישאן אנטקעגען סילווער אין זיי זענען געגאנגען אין אראפגשלאסן די קאמישאן, קען דאס זיין א פארלגעצטונג פון אבסטראקשאן אוף דשאסטעס.

דער גאווערנער האט געהאלפן אונטער צו שטיצען די אלע שפעקלאציעס ווען ער האט פארטיידיגט סילווער למחצה לשליש ולרביע, צווייטנס דער יאו עס אטוירני, פאריגע וואך ביי ענדיגן דעם פרעסע קאנפרענץ געזאגט "סטעי טאונד", ד"ה ער איז נאך נישט פערטיג, קיינער ווייסט נישט וואס ווען אין ווער ער האט געמיינט, אבער אסאך האבן שלאפלאזע נעכט.
אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז קאומא'ס פראבלעימען וועלן שטאמען פין די מארעלענד קאמישאן, וועט נתקיים ווערן די מאמר חז"ל אין מסכת פסחים סדנא בסדני יתיב, מדויל ידיה משתלים, אין אידיש גערעדט: ער האט זיך געברעינגט דעם אייעגנעם חורבן.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ווער זענען די פינעף וואס נעמען איבער די ספיקערשאפט פון סילווער?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובה דורך טהור-עיניים »

און איך ווארט אויף ווען עס וועט זיך מאכן א קאמישען וואס וועט זיך נעמען אויספארשען די קארופציע פון די יו עס אטוירניס און זייערע אפיסעס. א פראקוראר אויסצופארשען די פראקורארען.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובה דורך יואב בן צרויה »

טהור-עיניים האט געשריבן:און איך ווארט אויף ווען עס וועט זיך מאכן א קאמישען וואס וועט זיך נעמען אויספארשען די קארופציע פון די יו עס אטוירניס און זייערע אפיסעס. א פראקוראר אויסצופארשען די פראקורארען.

א״כ אין לדבר סוף...
וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:43 am

תגובה דורך וואס איז »

יואב בן צרויה האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:און איך ווארט אויף ווען עס וועט זיך מאכן א קאמישען וואס וועט זיך נעמען אויספארשען די קארופציע פון די יו עס אטוירניס און זייערע אפיסעס. א פראקוראר אויסצופארשען די פראקורארען.

א״כ אין לדבר סוף...

באמת איז דא די 'קאמישען', ס'ווערט גערופן "פרידאם אוו פרעס", אבער בדרך כלל וועט די פרעסע ענדערש זוכן אראפצוברענגען פאליטישאנס ווי פראקורארן, אויסער אויב דער פראקוראר פארטשעפעט זיך עפעס מיט א גרויסן מידיא פיגור, דאן קומען פלוצלונג אפיר אלע סקאנדאלן.

ע"ע טשארלס היינס. איבער 20 יאר אנגעגאנגען מיט מאסן קארופציע, וואס האט בארירט אויך אחבנ"י, ביז ווען זיין צייט איז געקומען.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובה דורך יציב פתגם »

צייטונג בולעטין איבער די ארעסט פון אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער
אטעטשמענטס
bulletin2.pdf
(92.28 KiB) געווארן דאונלאודעד 208 מאל
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

כ'האף, אז מיר האבן עס מסביר געווען גענוג קלאר, ווייל עס איז א אביסל קאמפלעצירט ענין.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובה דורך טהור-עיניים »

יואב בן צרויה האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:און איך ווארט אויף ווען עס וועט זיך מאכן א קאמישען וואס וועט זיך נעמען אויספארשען די קארופציע פון די יו עס אטוירניס און זייערע אפיסעס. א פראקוראר אויסצופארשען די פראקורארען.

א״כ אין לדבר סוף...


דער סוף מוז זיין אז עס זאל נישט זיין אזעלכע סארט אינסענטיווס פאר פראקורארן צו ארעסטירן, אז דער פערפ וואלק מוז זיך אויפהערן, אז א פראקוראר זאל מוזן זיין פאראנטווארטליך פארן אסאסינירן א מענטש'ס כאראקטער, בלויז פאר זיין אייגענע גאוה רייץ, אפילו ער האט נישט געהאט אמת'דיג אויף וואס צו בויען זיין קעיס, אז ווען א ברייט פובליצירטער קעיס איז געטראפן געווארן אומשולדיג אדער פשוט ארויסגעווארפן צוליבן זיך דראפען אויף גראדע ווענט זאל דער פראקוראר מוזן מעלדן די נייעס מיט די זעלבע ברייטע פאמפע ווי ער האט געמאלדן דעם ארעסט, אז פראקורארן זאלן נישט מעגן אויפנעמען פי אר פירמעס צו מארקעטן זייערע קעיסעס, וגו' וכו'.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובה דורך מי חכם »

וואס פונקטליך איז די זשאב פונעם אינספעקטאר זשענעראל? אין מדנ"י הערט מען פון דעם אמט יעדע 5 מינוט, דאהי אין אמעריקע האב איך בכלל נישט געוויסט ס'איז דא אזא אפיס ביז די איי אר עס סקאנדאל.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובה דורך יואב בן צרויה »

@טהור, ריכטיג, אבער די תירוץ איז נישט נאך א פראסעקיוטער. די תירוץ איז אלע פאליטישאנס זאלן האלטן אן אויג אויף די פראסעקיוטער און אלע פראסעקיוטער זאלן האלטן אן אויג אויף די פאליטישאנס. דאס איז דאך די איידיע פון ׳טשעק און בעלענס׳.
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

תגובה דורך private »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:ווער זענען די פינעף וואס נעמען איבער די ספיקערשאפט פון סילווער?

@NYCGreenfield: Breaking: New Co-Leaders of the NYS Assembly per @capitalnewyork: Joe Morelle, Denny Farrell, Joe Lentol, Cathy Nolan, Carl Heastie
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובה דורך טהור-עיניים »

יואב בן צרויה האט געשריבן:@טהור, ריכטיג, אבער די תירוץ איז נישט נאך א פראסעקיוטער. די תירוץ איז אלע פאליטישאנס זאלן האלטן אן אויג אויף די פראסעקיוטער און אלע פראסעקיוטער זאלן האלטן אן אויג אויף די פאליטישאנס. דאס איז דאך די איידיע פון ׳טשעק און בעלענס׳.


נו דאס האב איך דאך געמיינט.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

private האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ווער זענען די פינעף וואס נעמען איבער די ספיקערשאפט פון סילווער?

@NYCGreenfield: Breaking: New Co-Leaders of the NYS Assembly per @capitalnewyork: Joe Morelle, Denny Farrell, Joe Lentol, Cathy Nolan, Carl Heastie

לענטאל איז פון ווילי, זענען דא צווישען די אויך פון נאך אידישע געגענטער?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

דער לענטאל איז שוין א זקן וואס רירט זיך גאנץ שווערליך. ער קומט אלס צו די דינערס פון פארשידענע וומ״ס מוסדות מיט זיין שפיציגן קאפל אויפגעשריבן Joe .
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובה דורך יואב בן צרויה »

די עי פי זאגט אז סילווער וועט ריזיינען פון אפיס ביי מאנטאג.
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

תגובה דורך private »

וועט זיין אינטערסאנט ווען עס וועט ארויסקומען וואס עס איז פארגעקומן דע פאר טעג אינטער די קוליסען. וואס איז געשען מיט די פינעף קאמיטע מאן פלאן?
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

ס'איז נאך נישט קלאר וואס דא גייט פאר, אבער אין זייער אסאך פעלער ווען א פאליטישאן ווערט אינדייטעט, מאכט דער פראסיקיאטער א חלק פונעם דיעל אז דער פאליטישאן דארף זיך אפזאגן פון זיין אמט. אין אנדערע פעלער איז עס פרעשור פונעם פאבליק אדער די קאלעגען.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

private האט געשריבן:וועט זיין אינטערסאנט ווען עס וועט ארויסקומען וואס עס איז פארגעקומן דע פאר טעג אינטער די קוליסען. וואס איז געשען מיט די פינעף קאמיטע מאן פלאן?

די קאמיטע פלאן איז אויס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:43 am

תגובה דורך וואס איז »

וויאזוי איך פארשטיי עס, איז די אלטע גווארדיע פון די דעמאקראטן נאך בלינד פארקויפט פאר סילווער. זיי האבן שוין געזען עטליכע מאל ווי ער באווייזט פאליטישע קונצן אויף צום שטוינען, און זיי האלטן אז ער וועט אויך דאסמאל צוריק קומען.

אבער די יונגערע און מער ניכטערע דעמאקראטן האלטן אז דאס איז דער אנהייב פון די ענדע פאר סילווער, און זיי פארלאנגען קאטעגאריש אז די פארטיי זאל אים ווארפן איבער'ן דראנג. ס'קוקט אויס אז זיי גייען אויספירן.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובה דורך מי חכם »

די גאנצע היינטיגע פלאן אז ער גייט רעזיגנירן איז נישט סילווער'ס פלאן, דאס איז א פוטש אין פולן זין פון ווארט. סילווער האט אנגעבאטן די 5 מאן קאמיטע, און מצידו איז עס נישט אויס. סאו יעצט בלייבט איבער צו זען וויאזוי סילווער וועט רעאגירן, צי ער וועט זיך לאזן פון די מעיזשאריטי לידער, אדער וועט ער צוריק פייטן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יעצט איז די רייע אויף דען סקעלאס, די פירער פון די סטעיט סענאט! ער איז אויך אונטער אינוועסטעגעשאן.

כ'פאנג אן צו פארשטיין די וואס טענה'ן אז אמעריקע און מד"י זענען צו נאנט.....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
FedEx
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 10:35 am

תגובה דורך FedEx »

די פראגע איז נאר צי דער יו עס אטוירני בהארארא איז יא אלעס לעגאל...
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובה דורך עקבי הצאן »

למעשה רעזיגנירט סילווער צו נישט?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

תגובה דורך private »

ער האט שוין אריינגעגעבן זיינע רעזיגנאציע פאפירן, מאנטיג 11:59pm גייט עס אריין אין אפעקט.
פארשפארט

צוריק צו “פאליטישע נייעס”